☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ברעקינג: חרדישער יונגערמאן באגראבען קבירת הסוס מחוץ לגדר

ברעקינג: חרדישער יונגערמאן באגראבען קבירת הסוס מחוץ לגדר

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6925

אחד העם » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 2:59 pm

· #215854
ברעקינג: חרדישער יונגערמאן באגראבען קבירת הסוס מחוץ לגדר
די געשיכטע האט פאסירט נעכטען אינמיטן טאג, געווען א היימישע יונגערמאן וואס איז געפארען אויפן 17 אויף אן ערך פון זיבעציג-פינעף און זיבעציג מפ"ש, און אינמיטן דרייווען האט ער ארויסגענומען זיין סעלפאן און זיך גענומען טקסטען, און ווי פארשטייט זיך האט ער געמאכט א מיאוס'ן עקסידענט, און ער איז אוועק, אויפן פלאץ זענען גלייך אנגעקומען די פאליציי, מיט הצלה, ווען עס איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז שוין נישט בין החיים, האט מען גערופען די חברה קדישא, און נאך א גביית עדות וואס חברה קדישא האט געמאכט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער נפטר האט במזיד געטקסט אינמיטן דרייווען, און דער דיין פון די חברה קדישא האט געפסקענט אז דאס ווערט פארעכענט ווי א מאבד עצמו לדעת, און דערפאר ווי די הלכה לויטעט דארף מען אים מקבר זיין קבירת הסוס מחוץ לגדר פינעם בית עולם.

און עס איז מערקוועדיג צו באצייכענען אז די רב וואס האט מספיד געווען ביי די לוויה פינעם נפטר האט אויפמערקזאם געמאכט אז ער ווייסט אפאר טעמים און סיבות בשל מי הרעה הזאת, ער האט געוואוסט צו זאגען אז דער חרדישער ציבור האט אויפגעהערט צו עסן לאקשען קוגל שבת וואס ווי באקאנט איז עס פון די גאר גרויסע חטאים, און אויך האט ער באטאנט אז דער עולם זאגט שוין מער נישט די פרשת הקרי והזב יעדן אינדערפרי וואס כידוע איז עס א הייליגער מנהג און גאר א גרויסע שמירה, און צום לעצט האט ער מוחה געווען אז מעו עסט געפלאכטענע חלות פרייטיג נאכט אנשטאט די גלייכע חלות, ער האט נאכברענגט פון א מדרש פאטקוטני, אז תנאי התנה הקב"ה עם הבריאה, אם יאכלו בני ישראל החלות הישרים בלילי שבתות תתקיים, ואם לאוו תחזור לתוהו ובוהו, און מען זעהט ווי צוביסלעך ווערט עס רח"ל מקויים, און ער האט פארבעטן דעם עולם זיך מקבל זיין דריי קבלות, עסען לאקשען קוגעל, זאגען פרשת הקרי והזב יעדן צופרי, און עסען געפלאכטענס.

ווייטאגליך איז צו הערן אז דער נפטר האט איבערגעלאזט א משפחה פון קינדערלעך, און אן אלמנה א צובראכענע, עס איז געווען פון די בני המשפחה וואס האבען פראבירט זיך צו פארבעטן אז מען זאל דעם נפטר מקבר זיין כאטשיג ביים עק פינעם בית עולם, נישט אויף עפעס אזא בזוי'דיגען ארט ווי מחוץ לגדר, אבער עס האט קיין פודינו נישט געהאלפען, די חברה קדישא האט זיך געפירט ווי הלכה פארלאנגט.

איך בין נישט חושד קיינעם אז ער האלט אז די געשיכטע האט פאסירט און די ווירקליכקייט, אבער וואס האט יא פאסירט און איינע פון די טעג איז מיר אויסגעקומען צו דרייווען אויפן שאסיי, און איך זעה און פארענט פון מיר וואס וואקלט זיך ווי א חמור ביי די גסיסה, אהין און צוריק, איך האב ביי מיר און אויטא געהאט מיין גאנצע פאמיליע, איך אנגעהויבען מורא האבען פאר זייער וואוילזיין, געוואוסט וואס טוט זיך און יענעם צושאקעלטען אויטא האב איך נאך נישט, פארשטייט זיך האב איך געטוהן וואס עס פארלאנגט זיך בשעת צרה, ותקעתם בחצוצרות, איך האב געפיפן ווי א חבדסקער ביים פארברענגען, און ווען איך פאר אים אזוי אדורך האב איך נישט געגלייבט וואס איך זעה, לא פחות ולא יותר, א ייד, וואס איז מצווה אויף ובחרת בחיים, אויף ונשמרתם, עס איז אסור פאר אים זיך גורם זיין דאס טויט, ער זיצט מיטן קאפ פארבויגען פאר טוהן אינעם טעלעפאן, איך בין נאכאמאל תוקע ומריע, אבער ווי צו די אסטראנאטען, עלה במחשבתי, וואס וואלט פאסירט ווען ער פייגערט ווען אוועק, מען וואלט זיך געשלאגען זאל מען אים מקבר זיין אינעם נייעם בית עולם אדער אינעם אלטען, די מספידים און מקוננים וואלטען שוין געהאט א ליסטע מיט גזירות און חוקים מצוצים מאצבע וואס דער עולם פארלעצט און דאס וועט זיין דער סיבה פאר אזא טראגעדיא, אבער דער יודע הכל, ווייסט דאך אלס אז ער קומט נישט, נישט און קיין בית עולם בכלל, נאר מחוץ לגדר, אים טאר מען נישט מקבר זיין נאר קבורת הסוס, און דער עונש פארוואס עס האט פאסירט אזא שרעליכע טראגעדיא, איז פארן באגיין א גרויסער מעכטיגער שרעליכע זינד וואו טעקסטן אינמיטען דרייווען, אבער די סיבה פארוואס מען זעהט נישט און מען טוט נישט די ריכטיגע און באגייט זיך נישט מיט אזא איינעם אזוי מען דארף, און פארוואס מען זעהט נישט די אמת'דיגע סיבות, נאר מען איז מגשש כעוור באפילה, איז אלס וועגן דער גרויסע הסתרה, מיר זענען און גלות, אלעס איז פארהוילען און פארשטעקט פון אונזערע אויגען, און קלער זיך אזוי ביי מיר, אונז שטייען יעצט און טעג, וואס מען האפט פאר ביאת בן דוד, און זייענדיג א שטיקל רמב"ם יוד, האלט איך אז ווען בן ישי וועט זיך אנרוקען וועט זיין עולם כמנהגו נוהג, און מען וועט דרייווען פונקט ווי יעצט, אבער ביים בית עולם וועט זיין א שינוי, מחוץ לגדר וועט זיין אויסגעשורהט, אלע סאסיידערס און סוסים וואס מען האט זיי מקבר געווען קבירת הסוס, וואו עס קומט זיך פאר איינעם וואס איז מאבד עצמו לדעת.

און איך פראביר סתם אזוי צו דערגיין וואס איז די חכמה פון די אלע שטיק וואס מען מאכט? וואס מען גייט נישט סיט בעלטס, טעקסטן, וכו, וואס מיינט מען סאיז? סאיז עפעס פוד סטעמפס אדער וואטשערס וואס די שפילסט דא אויס איינעם? סאיז דא עפעס אזא גישה אז די תמימי לב זענען דע וואס פאלגען אויס די דרייווען געזעצען און די חכמים, עה, איי דונט גיוו ע דעם, איך האב מורא אז דאס איז א תוצאה וואס ביי אונז איז איינגעגעסן דעם מהלך, אז אלס חרדישער יוד בין איך געריבען, איך נעם פוד סטעמפס אפילו איך מאך מיליאנען, איך האב וואטשערס אפילו איך בין אנגעלאדענט מיט קעש, סאיז כאילו א גאנצע שטיק אויסשפילען דעם נערישען גוי, און די טפשות'דיגע סטעיטמעינט, אונז יודעלעך געמער זיך אנייצה, שטיפט דאס פאראויס, אולי משום הא, איז דא עפעס א געוויסע זלזול צו געזעצן וואס זענען לא פחות ווי צו היטען אויף דיין לעבן, ולא יותר צו היטען אויף די לעבנס פון אנדערע.

אפטעמיסט » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:14 pm

· #215857
אשפגתי והאהאיתי
פלצתי וכאכאיתי
טרם כזה קראתי
עת אל קפה באתי
מבהיל צחקתי
יאה לך נשקתי
סבבה לך אמרתי
טנא מלא ברכתי

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:20 pm

· #215859
מיינט נאך נישט אז אונזערע חטאים קענען נישט גורם זיין אז א אינגערמאן זאל טון א נאקישקייט ווי טעקסטן ביים דרייוון. ס'נישט א סתירה

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:22 pm

· #215861
די נקודה, דא, און איבעראל, איז ריכטיג, אבער נישט אזוי שארף.

דער איסור פון רעדן אויפן פאון בשעת'ן דרייווען איז רעלאטיוו א נייער, וואלסטו פאר 10 יאהר צוריק אויך געהאט אזא שארפע רעאקציע? נאר וואס, סאסייעטי האט מחליט געווען אז עס איז גענוג סכנה אז מען זאל עס אסר'ן, איז פלוצלינג האט די חתימת החוק אנגעצינדן דיין געפיהל סוויטש? און אין 20 יאהר ארום ווען עס וועט זיין אסור צו עסן אדער הערן ראדיא בעת'ן דרייווען, וועסטו אויך טוישן געפיהלן בין לילה?

און האט דען סאסייעטי מחליט געווען? סך הכל 10 פון 50 סטעיטס האבן גע'אסר'ט סעלפאון באנוץ פאר ערפארענע דרייווער.

אבער דיין כללות המעסעדזש איז ריכטיג מ"מ.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:28 pm

· #215863
ישמעאל הכהן
מיינט נאך נישט אז אונזערע חטאים קענען נישט גורם זיין אז א אינגערמאן זאל טון א נאקישקייט ווי טעקסטן ביים דרייוון. ס'נישט א סתירה

אבער דעמאלטס בלייבט עס דאך א שאלה צו ס'איז וועגן די חטאים אדער פשוט ווייל ער האט געטעקסט. אויב איז עס חטאים וואלט נישט בעסער געווען ווען דער אקעגן קומענדער דרייווער איז דער וואס טעקסט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:34 pm

· #215864
אפטעמיסט
אשפגתי והאהאיתי
פלצתי וכאכאיתי
טרם כזה קראתי
עת אל קפה באתי
מבהיל צחקתי
יאה לך נשקתי
סבבה לך אמרתי
טנא מלא ברכתי

איך מיין אז דו ווייזט סימנים וואס זענען ענליך צו דעם אריגינאלן "אחד העם". בד"וו. ווילסט אפשר הערן איינס פון זיינע "נביאות'ן". והנה: אז די נייע מדינה, מדינת ישראל וועט נישט זיין קיין נארמאלע לאנד ביז מיר וועלן האבן אייגענע גנבים און פארברעכער". וואס זאגסטו?! איז די נבואה מקויים געווארן???!!!.... 😂 😂 🙄
נ.ב.: איך בין נאכנישט געווארן קיין בעל תשובה. איך בין נאך אלץ דער זעלבער ציוני ווי ביז איצט... 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😳 😉 😮

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:39 pm

· #215865
הייליג גערעכט, די עולם שפילט זיך מיט פייער, דרייווען איז נישט קיין געלעכטער,
אבער דאס איז אלץ ווייל מ'לייגט אנדערע אין א סכנה, למשל ספידן, טעקסטן, רעדן אויפן סעלל וגו' (על אף כ'האלט אז רעדן אויפן סעלל נעמט נישט אוועק פון קאנצעטרירן אויפן ראוד).

אבער טאמער כ'גיי נישט קיין סיטבעלט, פארוואס באקום איך א טיקעט? כ'לייג אנדערע מענטשן אין א סכנה? וואס גייט זיי אהן טאמער כ'קער נישט פאר מיין לעבן?

איחוד פעלד » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 5:38 pm

· #215884
און איינער וואס שטארבט פין מציצה בפה דארף מען אויך לייגען מאחורי הגדר?

און טאמער שטארבט מען פין איבערוואג?

און די ליסטע איז ענדלעס.

יא עס איז א גרויסע עוולה, אבער ביז מאבד עצמו לדעת איז א גרויסע וועג.

אחד העם » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 5:40 pm

· #215886
ונבנתה העיר
די נקודה, דא, און איבעראל, איז ריכטיג, אבער נישט אזוי שארף.

דער איסור פון רעדן אויפן פאון בשעת'ן דרייווען איז רעלאטיוו א נייער, וואלסטו פאר 10 יאהר צוריק אויך געהאט אזא שארפע רעאקציע? נאר וואס, סאסייעטי האט מחליט געווען אז עס איז גענוג סכנה אז מען זאל עס אסר'ן, איז פלוצלינג האט די חתימת החוק אנגעצינדן דיין געפיהל סוויטש? און אין 20 יאהר ארום ווען עס וועט זיין אסור צו עסן אדער הערן ראדיא בעת'ן דרייווען, וועסטו אויך טוישן געפיהלן בין לילה?

און האט דען סאסייעטי מחליט געווען? סך הכל 10 פון 50 סטעיטס האבן גע'אסר'ט סעלפאון באנוץ פאר ערפארענע דרייווער.

אבער דיין כללות המעסעדזש איז ריכטיג מ"מ.

איך ווייס נישט פון די נעמסט די הנחה אז עס האט צוטוהן מיט סאסייעטי אדער חתימת החוק, און פאקט איז נישט קוקען ווי מען פארט בשעת'ן פארן איז א סכנה

אחד העם » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 5:43 pm

· #215888
שטילע אינגערמאן
הייליג גערעכט, די עולם שפילט זיך מיט פייער, דרייווען איז נישט קיין געלעכטער,
אבער דאס איז אלץ ווייל מ'לייגט אנדערע אין א סכנה, למשל ספידן, טעקסטן, רעדן אויפן סעלל וגו' (על אף כ'האלט אז רעדן אויפן סעלל נעמט נישט אוועק פון קאנצעטרירן אויפן ראוד).

אבער טאמער כ'גיי נישט קיין סיטבעלט, פארוואס באקום איך א טיקעט? כ'לייג אנדערע מענטשן אין א סכנה? וואס גייט זיי אהן טאמער כ'קער נישט פאר מיין לעבן?

וואס זיי גייט אן ווייס איך נישט, איך רעד פון זיך ברענגען דאס טויט אליינס איז נישט אויסגעהאלטען

אחד העם » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 5:47 pm

· #215890
ישמעאל הכהן
מיינט נאך נישט אז אונזערע חטאים קענען נישט גורם זיין אז א אינגערמאן זאל טון א נאקישקייט ווי טעקסטן ביים דרייוון. ס'נישט א סתירה

חוץ וואס טאמבעל האט שוין געזאגט, פירסטו מיך אריין און שמועס ווי ווייט א מענטש האט באמת בחירה, און וויפיל ער טוט אקטען ווייל עפעס העכערס שטופ אים דאס צו טוהן, כגון חטאים וכדו ווי איך זעה עס האט א מענטש א בחירה און איך גיי נישט אנלייגען זיינע אקטען אויף עפעס ספיראטואל ללא שום סיבה

אחד העם » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 5:49 pm

· #215892
berlbalaguleh
אפטעמיסט
אשפגתי והאהאיתי
פלצתי וכאכאיתי
טרם כזה קראתי
עת אל קפה באתי
מבהיל צחקתי
יאה לך נשקתי
סבבה לך אמרתי
טנא מלא ברכתי

איך מיין אז דו ווייזט סימנים וואס זענען ענליך צו דעם אריגינאלן "אחד העם". בד"וו. ווילסט אפשר הערן איינס פון זיינע "נביאות'ן". והנה: אז די נייע מדינה, מדינת ישראל וועט נישט זיין קיין נארמאלע לאנד ביז מיר וועלן האבן אייגענע גנבים און פארברעכער". וואס זאגסטו?! איז די נבואה מקויים געווארן???!!!.... 😂 😂 🙄
נ.ב.: איך בין נאכנישט געווארן קיין בעל תשובה. איך בין נאך אלץ דער זעלבער ציוני ווי ביז איצט... 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😳 😉 😮

כבין בין נישט קלאר אויף וועם די באציסט זיך אזוי צו אזוי לייק

ברעט מענינג » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 6:20 pm

· #215897
ווער איז דער יונגערמאן?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 6:48 pm

· #215904
ונבנתה העיר
די נקודה, דא, און איבעראל, איז ריכטיג, אבער נישט אזוי שארף.

דער איסור פון רעדן אויפן פאון בשעת'ן דרייווען איז רעלאטיוו א נייער, וואלסטו פאר 10 יאהר צוריק אויך געהאט אזא שארפע רעאקציע? נאר וואס, סאסייעטי האט מחליט געווען אז עס איז גענוג סכנה אז מען זאל עס אסר'ן, איז פלוצלינג האט די חתימת החוק אנגעצינדן דיין געפיהל סוויטש? און אין 20 יאהר ארום ווען עס וועט זיין אסור צו עסן אדער הערן ראדיא בעת'ן דרייווען, וועסטו אויך טוישן געפיהלן בין לילה?

און האט דען סאסייעטי מחליט געווען? סך הכל 10 פון 50 סטעיטס האבן גע'אסר'ט סעלפאון באנוץ פאר ערפארענע דרייווער.

אבער דיין כללות המעסעדזש איז ריכטיג מ"מ.

רעדן אויפן טעלעפאן בשעת'ן דרייווען, קען איך נאך פארשטיין, בפרט ווען מ'פארט נישט אין באוואוינטע ערטער, צווישען פיסגייער. אבער טעקסטן איז א עוון פלילי. קיין לימוד זכות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 8:27 pm

· #215923
שטילע אינגערמאן
הייליג גערעכט, די עולם שפילט זיך מיט פייער, דרייווען איז נישט קיין געלעכטער,
אבער דאס איז אלץ ווייל מ'לייגט אנדערע אין א סכנה, למשל ספידן, טעקסטן, רעדן אויפן סעלל וגו' (על אף כ'האלט אז רעדן אויפן סעלל נעמט נישט אוועק פון קאנצעטרירן אויפן ראוד).

אבער טאמער כ'גיי נישט קיין סיטבעלט, פארוואס באקום איך א טיקעט? כ'לייג אנדערע מענטשן אין א סכנה? וואס גייט זיי אהן טאמער כ'קער נישט פאר מיין לעבן?

ווייל טאמער געשעהט ח"ו עפעס צו דיר וועללן די סוירווייווערס זיך דארפן מטפל זיין מיט דיר... 😕 🙄 😠 😳 😉 😢 😮

Kool man » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 8:43 pm

· #215927
Very valid point! very well written. And so right leider.
But that still gives no right to poke fun at minhugei yisroel

קליגער אינגערמאן » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 12:42 am

· #215954
berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן
הייליג גערעכט, די עולם שפילט זיך מיט פייער, דרייווען איז נישט קיין געלעכטער,
אבער דאס איז אלץ ווייל מ'לייגט אנדערע אין א סכנה, למשל ספידן, טעקסטן, רעדן אויפן סעלל וגו' (על אף כ'האלט אז רעדן אויפן סעלל נעמט נישט אוועק פון קאנצעטרירן אויפן ראוד).

אבער טאמער כ'גיי נישט קיין סיטבעלט, פארוואס באקום איך א טיקעט? כ'לייג אנדערע מענטשן אין א סכנה? וואס גייט זיי אהן טאמער כ'קער נישט פאר מיין לעבן?

ווייל טאמער געשעהט ח"ו עפעס צו דיר וועללן די סוירווייווערס זיך דארפן מטפל זיין מיט דיר... 😕 🙄 😠 😳 😉 😢 😮


אזוי ווי יענער זאגט.. עך בעט דיר לויף נישט דורך די גאס אזוי סכנה'דיג.. וואס איז פרעגט עם יענער צירוק, ווייל מיין ווייב האט יעצט געקויפט א נייע שייטעל איך וויל נישט מ'זאל עס יעצט אסר'ן....

יואב » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 4:15 am

· #215962
אחד העם, אשפגתי עד למאוד.
דער מדרש וואס דו ברענגסט איבער גלייכע חלות, איז דער מדרש פון דעם יאר.

כוכב » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 9:17 am

· #215970
והוקע אותם נגד השמש, כהאב יעצט געזען ווי באס נומער אכצן פון סאטמארער תלמוד תורה אין בארא פארק, ווי דער דריווער איז פארטיפט אין זיין סמארט פאן בשעת ער פירט א פולע באס מיט קינדער.
שעם דיך דו דרייווער, דאס הייסט אן אחריות, ביזטאך א רוצח גמור.
ביטע פארשפרייטן, דער מענטש זאל קריגן דעם מעסעזש, א דאנק.

יוסף מ » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 11:22 am

· #215983
טעקסטן בשעת דרייווען איז מער ביי אונז ווי ביי די אלגעמיינער וועלט?

אחד העם » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 11:32 am

· #215985
יוסף מ
טעקסטן בשעת דרייווען איז מער ביי אונז ווי ביי די אלגעמיינער וועלט?

נישט מוכרח, אבער קבירת הסוס מחוץ לגדר איז א יידישע הלכה

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 1:27 pm

· #215996
און מיר זענען מצווה אויף ונשמרתם אפי' דער פאליציאנט זעהט נישט.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 9, 2014 10:37 pm

· #216033
כוכב
והוקע אותם נגד השמש, כהאב יעצט געזען ווי באס נומער אכצן פון סאטמארער תלמוד תורה אין בארא פארק, ווי דער דריווער איז פארטיפט אין זיין סמארט פאן בשעת ער פירט א פולע באס מיט קינדער.
שעם דיך דו דרייווער, דאס הייסט אן אחריות, ביזטאך א רוצח גמור.
ביטע פארשפרייטן, דער מענטש זאל קריגן דעם מעסעזש, א דאנק.

כוכב: ייש"כ פאר דיין הודעה. אבער א שטיקל לימוד זכות קענמען דאך טרעפן. אפשר האט דער באס דרייווער געזוכט א פאון נאמבער פון א קינד אויפ'ן באס, וואו ער דארף וויכטיג רופן. איך רעד פון מיין אייגענע עקספיריענס. איך האב אמאל געזוכט א נאמבער, וואס איז געוועין זייער וויכטיג לטובת הנסיעה. דאך האט מען אריינגערופן אין אפיס "אז דער דרייווער איז פארטיפט (גוזמא) אין זיין סעל-פאון"... 😕 😎 🙄 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
נ.ב.: דער דרייווער פון באס נומער 18 פון סאטמאר תלמוד תורה הייסט נישט בערל בעל עגלה... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

Chasidishmashpia » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:11 am

· #219776
when i started driving my brother made fun of me why i'm so makpid to put on seatbelts on everyone. ich hub zich nisht geluzt! veloi yivoish mipni hamaaligim!