☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » "ואפילו בהסתרה" שאקלט הארץ-סטרונעס

"ואפילו בהסתרה" שאקלט הארץ-סטרונעס

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6923
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:34 pm

· #219678
די גרעסטע הסתרה אין אונזער דור איז אז מען הייבט אן רעדן פון א ניגון און מען קומט אן אין א סקווירא שטעטל. תעיתי כשה אובד.

כגוונא דיליה » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:12 pm

· #219722
איך באמערק אז אלע נסתרים וואס געפונען זיך בהסתרה קומען אן צום קאווע שטיבל...

אפטעמיסט » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:39 am

· #220069
היינט איז ארויסגעקומען דעם ואפילו בהסתרה געזינגען דורך מידד טסה.

#עני יוניטס עוועיליבעל אין דע דאבעליו קאוד וואן

פליקער » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:46 pm

· #220155
ני רויטע לייג א לינק, איך בעיט שיין

ביבער » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:48 pm

· #220157

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:49 pm

· #220158
אפטעמיסט
היינט איז ארויסגעקומען דעם ואפילו בהסתרה געזינגען דורך מידד טסה.

#עני יוניטס עוועיליבעל אין דע דאבעליו קאוד וואן

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:53 pm

· #220160
דורך לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:49 pm

דורך ביבער » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:48 pm

אזא שלימזל צו זיין 😳

פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 1:07 am

· #220335
#זייגט

בן בג בג » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 1:49 am

· #220351
כ'האב פריער געהערט די פריוויא פון בערי וועבער'ס סי די, דער באנוס טרעק איז בערי זינגען ואפילו בהסתרה צוזאמען מיט יואלי קליין

פלעין יודיש » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 7:41 am

· #220362

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 8:36 am

· #220366
הערליך!

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:35 am

· #220379
מאטי
איך בין יעצט נמאס געווארן פון נמאס זיין פונעם ניגון. כ'האב צוריק אנגעהויבן הערן עס.

שוין לאנג נישט געהערט אזא גוט'ס!

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:46 am

· #220404
מנשה לוסטיג
outspoken
כוכב
די גרעסטע פארלירער פון דעם באבובער דין תורה איז יואלי קליין.
ווער געדענקט נאך דעם ניגון...


גערעדט יעצט מיט א חבר זיינע, זאגט ער אז, איצט איז סוף חודש, נישט געווען קיין חתונה, זיין טאטע איז געזיצען שבעה (? זעט אויס אז אין א''י איז עס א פראבלעם) אבער חודש אלול גייט 'ראקען' ביי חתונות און ווינטער קומט נאך 'סינגעלס'.

וואס הייסט ס'קומט נאך סינגלס? פון יואלי קליין, אדער אנדערע


יא מנשה, זיינע זאכען.
קוקט אויס ער איז געווען גערעכט, ס'הייבט זיך הערשט יעצט אן, ער האלט (און אפשר גערעכט) אז די אמעריקאנער זינגער'ס זענען 10 מאל בעסער ארויסצוברענגען א שיינקייט פון א ניגון.(אבער די קרעדיט וועט בלייבען זיינע.)

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 11:08 am

· #220410
outspoken
מנשה לוסטיג
outspoken
כוכב
די גרעסטע פארלירער פון דעם באבובער דין תורה איז יואלי קליין.
ווער געדענקט נאך דעם ניגון...


גערעדט יעצט מיט א חבר זיינע, זאגט ער אז, איצט איז סוף חודש, נישט געווען קיין חתונה, זיין טאטע איז געזיצען שבעה (? זעט אויס אז אין א''י איז עס א פראבלעם) אבער חודש אלול גייט 'ראקען' ביי חתונות און ווינטער קומט נאך 'סינגעלס'.

וואס הייסט ס'קומט נאך סינגלס? פון יואלי קליין, אדער אנדערע


יא מנשה, זיינע זאכען.
קוקט אויס ער איז געווען גערעכט, ס'הייבט זיך הערשט יעצט אן, ער האלט (און אפשר גערעכט) אז די אמעריקאנער זינגער'ס זענען 10 מאל בעסער ארויסצוברענגען א שיינקייט פון א ניגון.(אבער די קרעדיט וועט בלייבען זיינע.)

וואס איז טאקע פשט?
איז די ניו יארקער קלימאט בעסער פארן קול?
די שענסטע קולות, די בעסטע זינגערס, מ.ב.ד. אברעמעלע, שוואקי, האניג, דאסקאל, אלע ניו יארקער,
וואס איז דא אין ארץ ישראל, דמן, סאמעט. אוהד?

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 7:48 pm

· #220603
חיים ישראל?

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 8:32 pm

· #220617
[ציטאט אראפגענומען]

איך זעה דו האסט די זעלבע קשיא ווי קאפקע...

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:04 pm

· #220631
ס'לאו דווקא די קול, ס'די אראפלייגען די ניגון, א גרויס חלק איז צו פארדאנקען שירה און די אנדערע קאפאליעס וואס לייגן אריין כוחות, אז די זינגערס זאלען אראפלייגען א ניגון 100% פארפעשיאנעל.

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:18 pm

· #220638
אט קענט איר הערן א חילוק פון אמעריקאנער זינגערס און א''י (אפילו זיי האבן דארט די בעל הניגון מיט אהרעלע סאמעט)

.

קאפקעיק » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:20 am

· #220732
ישראל קאפקע

וואס איז טאקע פשט?
איז די ניו יארקער קלימאט בעסער פארן קול?
די שענסטע קולות, די בעסטע זינגערס, מ.ב.ד. אברעמעלע, שוואקי, האניג, דאסקאל, אלע ניו יארקער,
וואס איז דא אין ארץ ישראל, דמן, סאמעט. אוהד?

דרך אגב, אוהד איז פון אנווערפן, און פון א היימישע משפחה, כך שמעתי,
און סאמעט וועט יעדער מודה זיין מיין איך, אז די קול איז איז נישט עפעס מורא'דיג, מילא די קשיא ווערט סאך שטערקער.

געשוויסטער » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:16 am

· #220756
@אנאנים, ביטע הער אויף ברענגען ליגנטס, היות טייל לייענער וועלן עס גלייבן.
אז די ווילסט, עפען א שאולזאן אשכול

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:06 pm

· #220847
פון די אנדערע זייט פארשטיי איך זיין פוינט אויך. עפען א אשכול אין שמייכל און שטעל דארט וויפיל פון חיימקעס דמיונות דו ווילסט.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:23 pm

· #220862
נאך א מזל ס'איז נישט אמת, ווייל ס'דא וואס וואלטן דאס פארטיידיגט בכל אופן.

פלעין יודיש » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 5:47 pm

· #220910

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:41 am

· #221011
קאפקעיק

דרך אגב, אוהד איז פון אנווערפן, און פון א היימישע משפחה, כך שמעתי

ריכטיג, ער איז. און גראדע הייסט די שטאט אנטווערפן.
א היימישע משפחה פונקט אזוי היימיש ווי ער איז..

ישראל קאפקע


וואס איז טאקע פשט?
איז די ניו יארקער קלימאט בעסער פארן קול?
די שענסטע קולות, די בעסטע זינגערס, מ.ב.ד. אברעמעלע, שוואקי, האניג, דאסקאל, אלע ניו יארקער

איך מיין אז שלומי דאסקאל קומט פון ארץ ישראל.. אדער אפשר האט זיך זיין ברודער יענקי אהינגעצויגן?? #אומזיכער

ברוך שאמר » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 9:19 am

· #221020
ווערי סארי אבער אין מיינע אויגן איז דאס נאך צוויי דריי מאל זינגען א אויסגעוועפטע ניגון (די ווערטער מאכן דא די גאנצע זאך)

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 7:49 pm

· #221231
בקהילה
📎 IMG-20140904-WA0000.jpg

ישראל קאפקע » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 8:06 pm

· #221234
לאליפאפ
בקהילה

התעוררות החדשה שבאה דווקא משורות סאטמאר?
קען איינער מסביר זיין?

zurich » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 8:21 pm

· #221239
ברוך שאמר
ווערי סארי אבער אין מיינע אויגן איז דאס נאך צוויי דריי מאל זינגען א אויסגעוועפטע ניגון (די ווערטער מאכן דא די גאנצע זאך)

דארפסט נישט זיין סארי

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 8:21 pm

· #221240
ער הייסט יואל ,גאטיט?

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:23 pm

· #221282
מ'קען שוין טוישן די נאמען פון דעם אשכול צו ""ואפילו בהסתרה" שאקלט נערווען-סטרונעס". 🙂

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 1:41 am

· #221313
הערליכע קליפ.

יואל קליין מיט'ן ילד הפלא נתן פוקס פירן א קומזיץ.

טעפל » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 3:22 am

· #221320
די ניגון ווייסט אליינס אז ער גייט ארויסקרוכען גאנץ שנעל, כאפט ער אריין יעצט עד הסוף מיט'ן גאנצען קנאק!

פלעין יודיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:06 am

· #221323

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:03 am

· #222079
ממרום שלח אש
בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט התפעלות נישט פון די ניגון און נישט פון די ווערטער?
א גאנץ עווערעזש ניגון אן קיין חידושים אויף ווערטער וואס זענען לאנגווייליג און נישט שיין געפארעמט.

די ניגון מילא, איך כאפ נישט התפעלות פון די ווערטער.
עס קוקט אויס כאילו ס'איז עפעס א קאנפליקט פון השי"ת מיטן רבי'ן, כאילו דער אייבערשטער זאגט, ואנכי הסתר אסתיר פני וגו', אבער דער רבי קריגט זיך און זאגט "אפילו בהסתרה" וכו',
לכאורה איז דאך דאס היינו הך, ממש די זעלבע זאך, ווען איימיצער זאגט איך וועל זיך באהאלטן, איז דאך שוין משמע אז ער וועט זיך געפינען דארט נאר מען וועט אים נישט זעהן, וואס ביסטו מיר מחדש אז ער שטייט אונטער אלע שוועריגקייטן?
דערמאנט מיך פון מב"ד ניגון, אין אדם שר שירה, איז דאך "משמע" פון רש"י, כאילו עפעס א טיפע משמעות וואס ער האט ארויסגעלערנט, האלא, דאס איז דאך פשוט פשט.

אבער בעיקר, דער הסתר פנים דארף ענדערש ווארפן א פחד, דאס איז נישט קיין חיזוק פאר מיר, נאר ענדערש פארקערט, אז דו שטייסט יא דא אונטער מיר, ווי אזוי קוקסטו און העלפסטו נישט ארויס? למה לנצח תשכחנו, תעזבנו לאורך ימים? קלי קלי למה עזבתני, רחוק מישועתי דברי שאגתי, אלקי אקרא יום ולא תענה וגו', עס איז מיר גאנץ א קנאפער טרייסט אז ער שטייט פון אונטן באהאלטן און קוקט אלעס צו.

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:07 am

· #222081
#ברוגז אויף גאט אלערט.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 3:00 am

· #224600
די לשון פונע'ם ניגון (המבוסס על לשון ליקו''מ) קומט פון 'באור פני מלך חיים' פון הרבנית תהילה בערלאנד א''ח הר''ר לעיזער שליט''א.
סתם קיוט צו וויסען ווי די גאנצע עולם קאכט זיך אין א (נישט מורא'דיג געלונגענע) נוסח פון א פרוי די רעביצין פון הרב בערלאנד .

ונבנתה העיר » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:40 am

· #224944
איך הער אז ר' אלימלך בידערמאן זינגט 'אפילו בהצלחה שבתוך הצלחה בוודאי גם שם נמצא השם יתברך'...

איחוד פעלד » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:42 pm

· #227546
און פארדעם זאגט ר' נחמן אז אפילו דארט דארף מען וויסען אז בוודאי שם וכו', און אזוי ארום ווערט עס אויס הסתרה.

דער בעלזער רייזמאן איז טאקע א שיינער מגיד שיעור, און זאגט הערליכע חומש רש"י שיעורים, אבער ער איז פארט א בעלזער, און ממילא ווען א ברסלבר ניגון ווערט ל"ע אויפגעכאפט ביי אלעמען ווערט ער אביסעל צושוידערט, און פראבירט צו מאכען אלע תירוצים פארוואס מען טאר נישט זינגען דער ניגון.

אבער יעדער ווייסט אז זיין גאנצע זאגען האט מיט אמת יאשקעס ציילעם. און זיי קענען אין בעלז רודפ'ן און ווארפען קלוגער'ס חסידים, אבער עס מאכט נישט דער ניגון אפיקורסוס ווייל עס שמעקט בעסער פאר'ן בעלזער משפיע צו הייבען זיינע פוינטס ביי זיינע נשפעים.

מאטי » זונטאג אקטאבער 5, 2014 6:57 pm

· #227553
אלו ואלו דברי אלהים חיים...

יין שרף » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:27 am

· #228858
נאך איין מאל איך הער די הסתרה ניגון גיי איך זיי אלע מגלה זיין!

איש עברי » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 5:45 am

· #228872
געקריגן אין וואצעפפ:
עוד פעם אחת ששכן מתחיל לפזם ואפילו בהסתרה אני מבטיח להראות לו מי עומד מאחורי כל הדברים הקשים שיעופו לו על הסכך

סאשי פיש » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 9:28 pm

· #232027
איין ווארט הערליך!
נאכנישט געהערט די ניגון אזוי שיין געזונגען און געשפילט!

@כוכב
@קאווע טרינקער
@שמעקעדיג
ביי די מענצער שבע ברכות

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 9:43 pm

· #232035
טאקע שיין.
'ך נישט געוואוסט ער פארשטייט צו נגינה.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:32 am

· #232099
יוחי בריסקמאן איז א מוזיק גאון. זעהט אויס ווי ער האט געשריבן נייע אייגענע נאטן פאר די סטרינגס. הערליך!

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:56 am

· #232104
ווערדיגער לייגט עס בכלל נישט גוט אראפ. Unimpressed#

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:59 am

· #232106
איך טראכט אויב עס איז נישט קיין קעיס פון אווערקיל. דער סימפל ניגון פארנעמט נישט אזא בליל פון קולות ממינים שונים.

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:37 am

· #232135
אפטעמיסט
ווערדיגער לייגט עס בכלל נישט גוט אראפ. Unimpressed#

ער איז אויך נישט מיין פעוויראט זינגער.
אבער אלע אנדערע חלקים זענען הערליך סיי המזמרים קווייער סיי די קינדער קווייער שיר ושבח סיי די מוזיק.
קען זיין ער האט גענומען ווערדיגער אלס זכר לחורבן...

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 4:03 pm

· #238893
א אינגל מאכט א פשרה צווישן אבער דער רבי זאגט/מען טאר נישט זאגן אבער דער רבי זאגט/און דער רבי זאגט/דער רבי זאגט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 7, 2015 8:31 pm

· #273342
.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 7, 2015 11:42 pm

· #273376
.
בלאט: 1 2 3 4