וואס הייסט פשט, וואס איז פשט פון א נעק טיי? קאף לינקס? וכו', ענפער אים פשוט, די פיאות איז א קאמענדמענט פון די בייבל קאפל איז אן הלכה, הוט און רעקל איז די חסידישע טראגע פון איסטערן יוראפיען דזשוז, שטריימל איז די סעבעטה גארב, וכו אויב איז ער א שטיקל יעדן וויל ער נישט וויסן פשט,פשט איז פשוט, איטס פאליטיקס אין די קאמיוניטי, דער ידען וויל די אינטערהאלטן מיט די פרטים פון אונזער פאליטיק, איטס פראבעבלי ענטערטעינינג פאור הים, ענטפער אים לויט וויפיל נערוון/צייט דו האסט,
איך בין געווען אמאל אין אן ענליכן מצב. איך האב געארבעט צווישן גוים אויף א קאנסטראקשן סייט אין מאנהעטן. ביי לאנטש ברעיק האבן זיך אלע געזעצט ארום מיר כחצי גורן עגולה. און מ'האט אנגעהויבן באווארפן מיט שאלות. ס'איז נישט געווען לקנטר. קודם האב איך געענטפערט על ראשון ראשון.. נאכדעים, ווען כ'האב געזעהן אז דאס איז א מעשה אן א סוף האב איך זיי געזאגט. אז איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גוים. איך קען נישט, און מוז נישט פארענטפערן אלע ענקערע קשיות. ביי א צווייטע געלעגנהייט האב איך געארבעט אין א אידישן נוירסינג האום. ס'הייסט דער בעה"ב איז געוועין א איד. אבער די סטעף איז געוועין די טונקל הויטיגע אחיהם של מצריים. דער סטעף דיינינג רום איז געוועהן אנגעפילט מיט די אפריקאנער-אמעריקאנער ברודערס. ווען פלוצלינג ווארפט איינער אריין א באמבע פון א שאלה. לאמור: "פארוואס ווען אינז קומען צו א "געיגנט, מופן אלע אידן ארויס.? וואס קענמען ענטפערן?!. מ'קען דאך נישט זאגן פאר זיי אין פנים ווער זיי זענען. האט מיר דער אייבישטער חונן דעת געוועין און כ'האב זיי געגעיבן אן ענטפער וואס ס'האט געטראפן אין פינטל. איך האב געזאגט. "עטץ ווייסטץ ווי אהין די אידן האבן געמופט?! אין סעמעטערי. ווייל עטץ האטץ זיי אלע געההרג'עט". די גויים זענען געליגן אויפ'ן פלאר. זיי האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער.און זיי האבן באקומען די ריכטיגע תשובה.!.. 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😳 😛 😉 😮
איך האלט אז מוואלט ווען יא געדארפט וויסען פארוואס מיר טוהן די אלע אונטרעסאנטע זאכען
די מנהג פון שטריימעל האב איך אמאל געהערט, אז עס געווען אמאל א גזירה אויף עם ישראל אז יעדע יוד דארף גיין מיט א וויידעל אויפן קאפ וכדי ביזיון וקצף (כמו די געלע לאטע), זענען די יודן צו ווייזען אז יא מיר זענען שטאלץ דערמוט געמאכט דערפון א שיינע מלבוש לכבוד שבת ויו"ט,
איך האלט אז מוואלט ווען יא געדארפט וויסען פארוואס מיר טוהן די אלע אונטרעסאנטע זאכען
די מנהג פון שטריימעל האב איך אמאל געהערט, אז עס געווען אמאל א גזירה אויף עם ישראל אז יעדע יוד דארף גיין מיט א וויידעל אויפן קאפ וכדי ביזיון וקצף (כמו די געלע לאטע), זענען די יודן צו ווייזען אז יא מיר זענען שטאלץ דערמוט געמאכט דערפון א שיינע מלבוש לכבוד שבת ויו"ט,
איך האב שוין געהערט די תורה צענדליגע מאל, סהאט עפעס א מקור? ווייסט איינער אויב עס ווערט געברענגט ערגעץ אין א ספר? לדעתי איז די גאנצע זאך לייגט זיך נישט אויפן סכל, איז דען נישט געווען קיין געווענליכע זאך צו נוצן א פעלענע וויידל פאר קליידונג אין מזרח אייראפע מיט הונדערטער יאר צוריק? -פארשטייט זיך אויב מען ארבייט אויס עפעס א שיינער לייטישער לבוש דערפון- א געלע לאטע איז אינגאנצן אן אנדערע מושג, סאיז געווען געמאכט צו באצייכענען יעדע איד וואו ער גייט אז דאס איז א איד.
שאל גוי אחד מרבי ישראל, מה טעם לובשים אתם בגדי חורף בקיץ ובגדים שחורים בחג. ענה לו, כך נהגו אבותינו ואין לנו לשנות. אמרו לו תלמידיו, לזה דחית בקש, לנו מה אתה אומר? ונשאר משתומם עד שאמר, איני יודע.