☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין קידוש השם עפיזאד

מיין קידוש השם עפיזאד

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3643

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 7:37 pm

· #110890
מיין קידוש השם עפיזאד
איך בין נישט זיכער אז מען קען עס רופן א קידוש השם, אבער איך רוף עס אזוי אפילו בדרך ספק.

איך בין נעכטן געזעצן ביי א גאווערנמענט אפיס, צו ארלעדיגן געוויסע פאפירן. איך האב געדארפט ווארטן א לענגערע צייט, מ'האט געדארפט אסאך נערוון, אין דעם איבערגעפילטן ווארטונגס-צימער מיט כל צרוע וכל זב. ביני לביני זענען אלע אריינגעגאנגען, און איך בין געבליבן ווארטן אויף מיין רייע.

צוביסלעך האט זיך דאס צימער אויסגעליידיגט, און דארט זענען איבערגעבליבן נאר איך מיט... א גוי'טע. (ס'איז א פובליק פלאץ מיט פענסטער ארום, ס'איז נישט קיין יחוד). ווערנדיג צושמאלצן מיט די צייט, די באטערי פון מיין פאון האט שוין דערגרייכט איר קלימאקס (קרעדיט: געפילטע), האט מיר די פרוי - אלט בערך 25-30 יאר געשאצט - געפרעגט אויף וועלכע קעיס ווארקער איך ווארט, און וואס איז די סיבה וואס איך בין דא, און נאך אזעלכע פארווע שאלות. נאכן ענטפערן אין קורצן, האט זי פארציילט איר סיבה.

איך גיי נישט זאגן אז איך בין געווען עקסייטעד פאר אזא קאמפעני, א פרוי בכלל, און א אנדער פאלק בפרט, אבער צוביסלעך האט זיך די אטמאספערע אנגעווארעמט און מיר זענען אריין אין א צוגעלאזענע שמועס. איך האב זיך פרובירט צו האלטן קיהל און קלוג, צו לאזן א גוטן רושם. געגעבן קורצע, פאסיגע אבער פריינטליכע ענטפערס. צוביסלעך איז זי אריין אין די שמועס איבער אידן, זי האט למשל געפרעגט פארוואס פרויען שערן זיך אפ די האר פון קאפ, און נאך אזעלכע אינטרעסאנטע שאלות. און איך וועל מודה זיין, טראץ דעם אל תרבה שיחה, איז אסאך מאל אריינגעקומען עטליכע ווערטלעך פון וועלכע זי האט שטארק געלאכט...

נאכן שמועסן בערך א 20 מינוט, הער איך שרייען Mr. Shmekedig please, און איך זאג איר אז איך דארף שוין אריינגיין... זאגט זי צו מיר בזה הלשון:

It was really nice meeting you! In fact, it's the first time in my life speaking to a Jew, and I am pleasantly surprised and actually amazed that you are so intelligent

איך האב שוין באקומען אסאך קאמפלימענטס אין מיין לעבן (למשל די אשכול פון moti107), אבער דאס האט מיר ספעציעל געגעבן א טשיל, און האב געשפירט אז איך האב פאראורזאכט א קידוש השם.

איך שפיר אז איך מוז עס דערציילן ברבים, ווייל איך בין שטאלץ מיט מיר אליין! א חסיד'ישער יונגערמאן מיט א בארד און פיאות האט גורם געווען צו מאכן א גוטן איינדרוק אויף אידישע קינדער. שישו מעי שישו!

חזקיהו המלך » מיטוואך מאי 1, 2013 7:44 pm

· #110892
ווי נישט ווי איינער וואס טראגט א בארד אין פאות, טראגט למעשה די פאן פין ארגינעלע אידישקייט, אין למעשה קען זייער אויפפירונג פארעמען די אפיניען וואס די געצענדינער קענען האבען אויף אידען,

כ'ווינדער מיר נאר פארוואס זי איז געווען אזוי סורפרייזד אז די ביסט קלוג, וואס האט זי געמיינט אז אידען זענען טפשים ?

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 7:45 pm

· #110893
איך אין אירע שיך וואלט אויסגעשאסן הערענדיג וויזוי מ'רופטיר אויס מיט דעם פאני נאמען? מר. שמעקעדיג? נעווער הערד סאטש עי ווירד נעים

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 7:46 pm

· #110894
חזקיהו המלך
כ'ווינדער מיר נאר פארוואס זי איז געווען אזוי סורפרייזד אז די ביסט קלוג, וואס האט זי געמיינט אז אידען זענען טפשים ?

יא רוב גויים האלטן אזוי

atmybest » מיטוואך מאי 1, 2013 7:52 pm

· #110896
זר זהב
חזקיהו המלך
כ'ווינדער מיר נאר פארוואס זי איז געווען אזוי סורפרייזד אז די ביסט קלוג, וואס האט זי געמיינט אז אידען זענען טפשים ?

יא רוב גויים האלטן אזוי


ס'איז אמת. בדחן יוכיח.

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 7:57 pm

· #110898
[ציטאט אראפגענומען]

אקוראט אזוי. כ'פארגעס צו קאמפלימענטירן, מ'באגעניגט זיך מיט א לייק און פארטיג.

ישבב הסופר » מיטוואך מאי 1, 2013 8:24 pm

· #110907
אשריך ר' ריחני שנתקיים בך הברייתא שהביא אביי בגמ' יומא פו.
אביי אמר, כדתניא:
"ואהבת את ה' אלהיך" - שיהא שם שמים מתאהב על ידך. שיהא קורא ושונה ומשמש ת"ח, ויהא משאו ומתנו בנחת עם הבריות, מה הבריות אומרות עליו, "אשרי אביו שלמדו תורה, אשרי רבו שלמדו תורה, אוי להם לבריות שלא למדו תורה, פלוני שלמד תורה ראו כמה נאים דרכיו, כמה מתוקנים מעשיו, עליו הכתוב אומר 'ויאמר לי עבדי אתה ישראל אשר בך אתפאר' ".
אבל מי שקורא ושונה ומשמש ת"ח, ואין משאו ומתנו באמונה, ואין דבורו בנחת עם הבריות, מה הבריות אומרות עליו? "אוי לו לפלוני שלמד תורה, אוי לו לאביו שלמדו תורה, אוי לו לרבו שלמדו תורה, פלוני שלמד תורה ראו כמה מקולקלין מעשיו, וכמה מכוערין דרכיו. ועליו הכתוב אומר 'באמור להם עם ה' אלה ומארצו יצאו' ".

ויה"ר שיהא שם שמים מתאהב על ידך תמיד.
כשלעצמי אינני מחפש בכל טצדקי לישא חן בעיני הגויים, ומבין דבריך משמע שגם לך יש גישה דומה לשלי. אני תמיד מנסה להתנהג בנימוס ובאורחא דארעא וכמו בן אדם נורמאלי כהלכות גוברין יהודאין, ואם זה גורם שהגוי מתרשם לטובה מההתנהגות, אז הכל רווח. ואם לא, אז הרי אני התנהגתי בנימוס וכמו בן אדם, ואם הגוי החליט להיצמד לדבר הלכה הידוע "הלכה היא בידוע", אני את נפשי הצלתי.

ממרום שלח אש » מיטוואך מאי 1, 2013 9:19 pm

· #110930
@atmybest
דיין קאמענטאר פארדינט די טיטל," די גרויליגסע קאמענטאר אויף ק"ש"

מומחה » מיטוואך מאי 1, 2013 9:33 pm

· #110938
[ציטאט אראפגענומען]

ישבב הסופר » מיטוואך מאי 1, 2013 9:34 pm

· #110939
ממרום, אולי נבקש רשמית שייסדו כאן גם "דיסלייק" קנעפל??

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 9:35 pm

· #110940
ס'דא א דיסלייק קנעפעל. פאר א בדיעבד איז עס זיכער גוט. קודם געט מען א לייק און מ'נעמט גלייך אוועק דעם לייק

קינות גירושין » מיטוואך מאי 1, 2013 9:39 pm

· #110941
קינדערלעך זיך נישט קרוגען טאטי קומט באלד אהיין און וועט ענק אנפראסקענען

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 1, 2013 10:35 pm

· #110981
כ'פארשטיי באמת נישט, אל תרבה שיחה איז נישט ווערט דער קידוש השם?

וואסע טאקע פשט?

ווער ווייסט וואס נאך האסט אלץ צאמגערעדט דארט, וועגען דער ליילעך מיט דער לאך האט זי נישט געפרעגט?

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 10:39 pm

· #110986
זייער שיין, מגלגלין זכות ע"י זכאי!
איך בין סתם נייגעריג, וואס האסטו געענטפערט אויף די שאלה וועגן זיך שערן?

atmybest » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:36 am

· #111058
ממרום שלח אש
@atmybest
דיין קאמענטאר פארדינט די טיטל," די גרויליגסע קאמענטאר אויף ק"ש"


זיסקייט, איך האב פארגעסן פון דיר. נעקסט טיים אי'ה.

ברוין » מוצ"ש מאי 4, 2013 11:00 pm

· #111721
אפשר לייגסטו אראפ וואס די שאלות און וואס די ענפערס זענען אז א צווייטער זאל אויך קענען מאכן א קידוש השם אויב טרעפט ער זיך אין אזא מצב?