☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות

איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6907

כוכב » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 10:49 am

· #215499
איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות
איך בין זייער טרויעריג אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן און תשעה באב איז א טאג וואס איך וויל מיך עכט צושטעלן.
כ'האב געגעסן אסאך אש נעכטן, כ'לאז נישט מיינע קינדער האבן נאש היינט, כ'רעד צו יעדן איינעם זויער, כ'האב געקויפט א תשעה באב בענקל און איך האב געכאפט א פלאץ אן איזולירטן ווינקל אין ביהמ"ד. איך וויל זיין וואויל.
דער פראבלעם איז אבער כ'האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות. איכה קען איך נאך מיטלעבן, ס'איז פסוקי נ"ך און מ'קען דערין טרעפן א געשמאק, אבער זאגן צוויי שעה פיוטים אין א שווערן לשון קודש, מ'כיפערט און מ'פליעט, און כ'פארשטיי ממילא נישט קיין ווארט, ממילא ווער איך צעפלאצט, ס'דאכט מיר שוין אפילו אז איך בין שוין אפילו הונגעריג.
בכלל האלט איך נישט פון קלאגן אויף פאעזיע מיט נהייתה כציפור בודד על גג, אז דו ווילסט קרעכצן וויין ווי א מענטש און דערצייל א טרויעריגע מעשה.
פארוואס קען נישט זיין ווי ביי די פרויען ווי מ'קומט זיך צוזאם און מ'לערנט מדרשים אויף דער אידישער שפראך, יעדער איז טרויעריג און מיין ווייב קומט אהיים מיט רויטע אויגן יאר יערליך.

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:03 am

· #215501
זייער עמאציענאל, כוכב. ס'איז מיר ליטערלי געקומען טרערן ביים ליינען דיין ווייטאג. נאך א סיבה פארוואס מ'ברויך משיח.

אויליגער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:06 am

· #215502
עס איז היינט דא אזעכע שיינע יודישע פירושים אויף מדרש איכה, ילקוט, און די קינות, איך קוק אריין בשעת קינות עס ברענגט מיר טרערן

הוגה » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:51 am

· #215504
עס איז היינט דא אזעכע שיינע יודישע קליפס אויף וואטסעפפ, ילקוט, און די קינות, איך קוק אריין בשעת קינות עס ברענגט מיר טרערן

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 12:05 pm

· #215505
הוגה, איכה דערמאנט דיך עטליכע מאל.

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 12:27 pm

· #215507
תצא עיניך!
IMG-20140805-WA0077.jpg

יואב » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:03 pm

· #215514
העיני האנשים ההם תנקר? טו מיר א טובה. אייער-שפייז בייגל מיט טרויבן, שיינט מיר צו זיין אזוי אפעטיטלעך ווי קארן פלעקס מיט אראנדש-דזשוס. פון קינדווייז אן האב איך געמיטשעט מיין מאמע אז איך וויל נאך טאן דעם געוואלדיגען פארשלאג פון די סיריעל באקסעס. וואט ע טעיסט!

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:06 pm

· #215515
אני הקטן פאררעכן מיר אויך מיט די קעגנער פון די וואס עסן רייס-קריספיס מיט בלובעריס. אבער דער אניען ראול מיט אייער-שפייז און קעז גיבט מיר גראדע יא א שטיפ צו אפפארן. אודה ולא אבוש.

קינד_אן_קייט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:09 pm

· #215516
איי, דער חורבן איז גרויס, מ׳האט פארלוירן דעם געפיל צו פאעזיע און מ׳מאכט דערפון א חוכא וטלולא.

יואב » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:20 pm

· #215518
קינד_אן_קייט
איי, דער חורבן איז גרויס, מ׳האט פארלוירן דעם געפיל צו פאעזיע און מ׳מאכט דערפון א חוכא וטלולא.

פארלירן קען מען נאר א זאך וואס מ׳האט געהאט. איך ווייס נישט פון וועלכן חדר איר הויכגעשעצטער קינד און קייט האט גראדואירט, אבער ביינונז האט מען ניטאמאל א שמעק פון א דקדוק רש״י געלערנט.

אני הקטן גלייך אויך פאעזיע, און פראביר טאקע צו לעזן יוצרות וכדו׳ מיט פילע פירושים. איך טריי מיין בעסט צו נאשן ארטיסטישע ווערק פון עטליכע שפראכן. מ׳פלאגט זיך אביסל, און מ׳סאקט נאך אלץ. שרייב מיר אראפ דא אזא שיין הערשי סטיל שטיקל, אדער הער אויף מיט דעם בני ענק׳ישן בליק די מרגלים האבן פראפאגאנדירט.

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:22 pm

· #215519
יואב, דאס איז פאר דיר
IMG-20140805-WA0029.jpg

יואב » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:29 pm

· #215522
קודם כל בין איך אויף א דייעט. והשנית, איך בעפארצוג פלעקי.
דער טאוועל-פאפיר, האועווער, קען איך נוצן.

קינד_אן_קייט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:32 pm

· #215523
יואב
פארלירן קען מען נאר א זאך וואס מ׳האט געהאט.

לגמרי נישט, פארלירן קען מען אויך א השתוקקות, א רצון זיך צו באקענען מיט אינטעלעקט אדער לכה״פ א הערכה דערצו, דאכט זיך אז ס׳איז קיין גרעסערער אבידה ווי יאוש נישטא.

יואב
שרייב מיר אראפ דא אזא שיין הערשי סטיל שטיקל, אדער הער אויף מיט דעם בני ענק׳ישן בליק די מרגלים האבן פראפאגאנדירט.

הערשי סטיל?

אויליגער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 2:13 pm

· #215529
חברה עס איז שוין נולד בן ישי, די נחמה הייבט זיך אן, ארויף אויף די הויכע בענקלעך.

ווייט פיש » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 2:44 pm

· #215533
קאווע טרינקער
הוגה, איכה דערמאנט דיך עטליכע מאל.

עס איז מיר ארויף אין קאפ ביים קריאת איכה, עס לאזט איבער א שווערע טעם

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 2:49 pm

· #215534
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס כאמאס שיסט ראקעטן, קוק וויאזוי מיר ווערן משוגע פון איין טאג פאסטן... וואס ווילסטו פון זיי ווען זיי טוען דאס דרייסיג מאל נאכנאנד?! געדענקט! אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.

יאסל ראקאווער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 2:49 pm

· #215536
גוגעל אלע גוזמאות וואס די זעעסט ביי די קינות און מדרשים ס'וועט האבן אני אנדערע טעם.

די גמרא אין גיטין פארציילט אני מעשה ווי טיטוס האט זיך גערייצט מיט כביכול, ווייז מיר וואס די קענסט האט אים די בת קול צוגעפיקסט מיט א יתוש וואס איז אריין געקראכן אין די נאז..

קוק וואס גוגעל טרעפט
<a class="postlink" href="http://mobile.abc.net.au/news/2014-01-13/darwin27s-cockroach-in-ear-man-finds-fame/5197350">http://mobile.abc.net.au/news/2014-01-1 ... me/5197350</a>

קרעדיט פאר זשעי שעכטער פון וויי יו פאר צוזאם שטעלען די מעשה אין אוסטרליה מיט טיטוס

ראש הישיבה » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 4:03 pm

· #215543
דער פרעבלעם איז אז די קינות ווערט געזאגט אויף איין שאס אהן א ברעיק.
ביי ימים נוראים דאווענט מען לענגער ווי תשעה באב. נאר דעמאלס איז די דאווענען זייער קאלירפאל. דא זאגט מען דא שרייט מען המלך דא זינגט מען א תנועה דא שרייט מען חי וקים, דא זינגט מען א מארטש, דא א ניגון התעוררות, דא בלאזט מען, דא עפענט מען די ארון קודש, דא פארמאכט מען און עפענט גלייך צוריק, דא פאלט מען כורעים, דא דאווענט מען שטיל, וכו'. אזוי אז מען האלט אין איין טוישן דיפאזישאןס מען טוט א גאנצע צייט עפעס אנדערש.
אבער תשעה באב זעצט מען זיך אויף די ערד און מען זאגט און מען זאגט און מען זאגט עד אין שיעור. (שמעתי אז ביי די אשכנזער איז יא דא נסחאות)
על כל פנים איך מיין אז מען ריקענסטראקטען די נוסח מיט מער אינטאעסאנטע ניגונים

שמעקעדיג » זונטאג יולי 26, 2015 10:43 am

· #291720
וואס העט זיין דא?

שטילע אינגערמאן » זונטאג יולי 26, 2015 11:04 am

· #291721
Re: איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות
האלט דע סעלל אונעם קינות אין שאקל דיך אריין אין מאך מיט די ליפן, סארבייט פיין יאר יערליך

הויזן טראגער » זונטאג יולי 26, 2015 11:51 am

· #291722
Re: איך האב נישט קיין געדולד צו זאגן קינות
חחח אויב די האלטסט שוין די קינות אין די שאקלסט דיך מיט די ליפן קענסטעך שוין טאקע זאגן קינות.....