☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » װי לעבט זיך דאָרטן

װי לעבט זיך דאָרטן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6815

שלום בערגער » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:31 am

· #212308
װי לעבט זיך דאָרטן
װי לעבט זיך דאָרטן

צװישן מיטאָסן בליען טעותן
גרײזן אױף רײזעס
אין מיטן סודות פֿון אמת
הערן זיך רױע געשרײען.

לײג אװעק דעם בלײער, מענטשן קומען אום
אױף דער קינסטערלישער גאס.
װאָס זשע העלפט א גראם
אז דער קערפער װײסט נישט װעלכער טעות ערגער איז:

דאָס לעבן אין פײער אָדער דער טױט
װאָס דרײט זיך אין די קאָרידאָרן
די פאָעטישע ליצענץ גײט אױס

לײג אװעק דײן בלײער
דו האָסט געװאונען תיכף־מיטגעפיל
דו קענסט שױן שפירן אױף דײנע געדערעם
די האנט פון נישט װערן

די באָמבע ראמט דיך אױס
דער ראקעט פטרט דיך אװעק

א מבין שױן אױף דײן אײגענעם עק
און דער סוף פון א בינטל שטרױ־געפאקטע חלומות

נו װי לעבט זיך דאָרטן
אין די דעװעלאָפמענטס פון טױט?

דריידל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:41 am

· #212333
האט איינער די נאמבער פון הרב יושע לייפער פון עוז והדר?
אפשר קען ער ארויסגעבן א ביאור אויף שלום בערגער'ס געשרייבאכצער.

איך בין מקנא די וואס פארשטייען וואס ער שרייבט ווייל עס קוקט אויס צו זיין גוט געשריבן.
עמיר מארגן בעסער אינזינען האבן ביי והאר עינינו

איך אויך » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:44 am

· #212334
רעד דיך נישט איין ,זיי שעמען זיך צו מודה זיי פארשטייען אויך נישט קיין ווארט פון שלום'ס נפיחות וואס משום מאי נקראים 'פאועטרי'.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:51 am

· #212340
אה הייסט ר' שלום איז אריין אין די נייע גמ"ח?

כוכב » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:31 pm

· #212353
קרייען טוט דער דריידל
דאס קעצל, ער וויינט משזר?
ווען דער גראגער פארבלענדעט
קוישן מיט טרוימען

ביים מלמד'ס טישל
ער נאגט נעקטאר:
עס פליען די פאקלען
באחי, אין דער וויזע

מיין געזאנג האט געהייראט
געבוירן אן אנדרוגנוס
פארהויכט דעם אייביגן נעכטן
שטות מיט לאקש אין ליבע
געשאפן פאעזיע

תמים » דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:08 pm

· #212397
כוכב איך מיין זאלסט עפענען א אשכול מיט די פאזיע.
איך חלש צי זעהן די קריעטיוועטי פונ'ם עולם, א פירוש פון @יואב @מאטי ועוד.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:00 pm

· #212412
פראזאאישע רעאקציע
זייער שיין, רבי'ניו.

דאס לעבן איז אפשר פאעטיש. דאס מציאות איז אבער הארט און קאלט. און יעצט - אויך ברוטאל.
צרה דערהייבט שירה, אבער נישט פריער ווי לאחר המעשה.
יעצט דארף מען שווייגן...
(א פארצווייפלט-פאעטישער זיפץ איז נישט בכלל.)

נ"ב. באין ברירה מעג מען רעדן, נאר למען השם חלילה נישט אויפ'ן גראם.

כוכב » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:11 pm

· #212417
תמים, מיין גאט איז עדות, אז אויסער די צוויי לעצטע ליניעס האבן מיינע ווערטער קיין שום משמעות און איך האב גארנישט געמיינט דערמיט.
ממילא, גאט באהיטן פון אריינלערנען פשטים אין לויטער שטותים.

תמים » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:34 pm

· #212427
כוכב
תמים, מיין גאט איז עדות, אז אויסער די צוויי לעצטע ליניעס האבן מיינע ווערטער קיין שום משמעות און איך האב גארנישט געמיינט דערמיט.
ממילא, גאט באהיטן פון אריינלערנען פשטים אין לויטער שטותים.


כוכב, איך האף די האלטס מיך נישט טאקע פאר אזא תמים... איך האב נישט איין רגע געטראכט אז דאס איז ערענסט אין איך האב עס טאקע אריינגעשטעלט דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/212392">viewtopic.php?p=212392#p212392</a><!-- l -->

נאר קוק וואס די ליצים דא האבן געמאכט ביי די פריערדיגע שלום בערגער פאזיע אשכול, האלט איך אז מען קען אויף דיין פאזיע גרינגער און שענער עפעס אויסטייטשן.

יואב » דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:08 pm

· #212432
כוכב
קרייען טוט דער דריידל
דאס קעצל, ער וויינט משזר?
ווען דער גראגער פארבלענדעט
קוישן מיט טרוימען

ביים מלמד'ס טישל
ער נאגט נעקטאר:
עס פליען די פאקלען
באחי, אין דער וויזע

מיין געזאנג האט געהייראט
געבוירן אן אנדרוגנוס
פארהויכט דעם אייביגן נעכטן
שטות מיט לאקש אין ליבע
געשאפן פאעזיע



קאווע געפלויגן, קיין אילוזיע
אין ציל געפלאצט -- די פאעזיע.
פון וואו קומט דער ראקעט?
נישט פון דער ערד
אונזער סילעסטואלער ניק,
א לייק איז ווערד

דאס מויל -- דאס היפוך פון געוויין
אין שמייכל אפטיילונג? ניין!
קונסט: פאר די עליטע
צו חוזק׳ן פון ר׳ שלום? חלילה!
אויף א שטאפל נישט צו פארשטיין
האט דער שטערן זיין גאנג פארדרייט, א געלעכטער זיין.

------


לעצם האפאזיע מיין איך, אז אנדערש פון דער פאריגער, קען מען דאסמאל ליבערשט פארשטיין די טיפזיניגע כוונות פון דעם בארימטן פאעט, ערעב שלום. די theme פון דער פאעזיע איז לכאורה איבער דער פארפירונג אין רעליגיע וועלכער ברענגט בלוט פארגיסונג; וואס ס׳שפיגלט אפ צו אונזער מסורה.