וואס איז דער דעת תורה און דער בליק פון אמונה אויף די מאורעות ?
אפגעזען פון אלע פאליטישע חשבונות זענען מיר עדות צו אן אויפשטייג פון א סימפאטיע געפיל און א גייסט פון אנערקענונג ביי היימישע אידן צו דעם מלכות המינות און זייערע מיליטערישע שריט. עס הערט זיך לאזונגען פון אלע זייטן איבער 'זיך פראטעקטן' און 'באשיצן אידן', בעת דער כפירה הנוראה פון 'להיות עם חפשי בארצינו' שלאגט זיך פון אלעמענס מיילער, מיט דעם 'לחש' אז פארשטייט זיך די רעדע איז בלויז פאליטיש, די 'שיטה' אין א זייט געלייגט.
אין די לעצטע וואכן האט מען צום באדויערן געהערט זינגען אינערהאלב די היימישסטע קרייזן זמירות אז ס'איז נישטא קיין ברירה, און דער מיטל געראטעוועט צו ווערן פארבלייבט בלויז מיט זיך 'דעפענטן' און קעמפן פאר די אייגענע רעכטן, פארפאלן, מען קען דאך נישט בלייבן אויף הפקר א.א.וו..
ס'איז אלזא געקומען דער זמן ווען מען דארף איבער'חזר'ן צווישן אידן איינפאכע אמונה פשוטה, מען דארף לערנען דיבורי אמונה, און זיך פריש דערמאנען אין הארץ פונעם ברית עולם און קשר נצחי בין ישראל לאביהם שבשמים.
די גמרא דערציילט אין מסכת גיטין, מעשה ברבי יהושע בן חנינה, נאכן גרויסן חורבן הבית איז ער געווען אין א כרך גדול שברומי, האט מען אים פארציילט אז תינוק אחד יש בבית האסורים, יפה עינים וטוב רואי. עס איז פארהאן א קינד אין תפיסה, מיט שיינע לאקן. האט רבי יהושע בן חנינה זיך געשטעלט ביים טיר פון די תפיסה און געזאגט דעם פסוק: מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים ? באלד האט דאס קינד צוריקגעשריגן פון תפיסה דער המשך הפסוק: הלא ה' זו חטאנו לו ולא אבו בדרכיו הלוך, ולא שמעו בתורתו.
האט רבי יהושע בן חנינה געזאגט, כ'בין זיכער אז דאס קינד וועט זיין א מורה הוראה בישראל, איך שווער אז כ'וועל זיך נישט פון דא אוועקרירן ביז איך וועל אים אויסלייזן פאר יעדן פרייז. זאגט די גמרא, אז כך הוה, אָמְרוּ, לָא זָז מִשָּׁם עַד שֶׁפְּדָאוֹ בְמָמוֹן הַרְבֵּה, וְלָא הָיוּ יָמִים מוּעָטִים עַד שֶׁהוֹרָה הוֹרָאָה בְיִשְׂרָאֵל. וּמָנוּ? און ווער איז דאס געווען דער קינד, רַבִּי יִשְׁמָעֵאל בֶּן אֱלִישָׁע.
די ספה"ק פרעגן פארוואס רבי יהושע בן חנינה האט געכאפט אזא התפעלות פונעם קינד וואס האט בסך הכל צוגעענדיגט א פסוק אין ישעי', און לכאורה מה כל הרעש.
אבער דא ליגט א שטארקע משמעות. א איד וואס זיצט אין תפיסה, ארומגענומען מיט פראבלעמען און ליידן, נאכדעם וואס דער הייליגער לאנד איז חרוב און אידישע קינדער זענען פארטריבן דורך די רוימישע אימפעריע, און ער איז נישט תולה די מאורעות הזמן אין זייטיגע חשבונות, ער האט נישט קיין פאליטישע און טבע'דיגע תשובות אויף די ברענענדיגע פראגע פון: מי נתן למשיסה יעקב, נאר ווייזט באלד צו ענטפערן אז הלא ה' זו חטאנו לו, אט דאס איז א מדריגה, דאס ווייזט אויף א אמת'ע אידישער געפיל פון אמונה און א ידיעה ברורה אז נישט די מענטשליכע טבעיות'דיגע סיבות זענען רעלעוואנט, נאר דער יד ה' וואס איז משגיח על עמו. און דערפאר איז רבי יהושע בן חנינה געווען אזוי זיכער אז דאס קינד איז לגדולות נוצר.
פאליטישע הסברים, לאגישע אנאליזן, און טבעיות'דיגע לעזונגען זענען נישט דער ענטפער אויפן יעצטיגן ביטערן צושטאנד אין ארה"ק. מען ברויך זאגן פאר אידן, אז מיר פארמאגן א גרויסן עבר, און האבן בעז"ה א ליכטיגן עתיד. אידישע קינדער זענען עדב יקר אחסנתי' וואס ווערן מושגח מיט א באזונדערע השגחה עליונה דורך אבינו אב הרחמן אין אלע זמנים און אלע אומשטענדן, הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב, ה' בדד ינחנו ואין עמו אל נכר.
מיר זענען פארטריבן געווארן אין גלות דורך השי"ת זעלבסט, חשב ה' להשחית את חומת בת ציון, כי ה' הוגה על רוב פשעי'. אבער אויך במשך שנות גלותינו האבן מיר נישט פארלוירן דעם ספעציעלן השגחה און באזונדערן שוץ פון השי"ת בכבודו ובעצמו, דערויף זענען מיר מובטח אין די פסוקי התורה הק', ואף גם זאת בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם להפר בריתי אתם כי אני ה' אלקיהם, ווי די גמרא זאגט אין חגיגה דף ה' ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא רב יוסף אמר ידו נטוי' עלינו (פרש"י להגן עלינו).
דער מדרש דערציילט (אסתר רבה י', י"א, תנחומא תולדות ה'). אנדריאנוס קיסר האט געזאגט פאר רבי יהושע, ווי גרויס און וואונדערליך איז די שעפעלע וואס פארבלייבט צווישן זיבעציג וועלף,
גדולה היא הכבשה שעומדת בין שבעים זאבים, האט רבי יהושע אים געענטפערט:
ווי גרויס און וואונדערליך איז דער פאסטוך וואס היט די שעפעלע פון זיי, גדול הוא הרועה שמצילה ושוברן לפניהם. הה"ד (ישעיה נ"ד) כל כלי יוצר עליך לא יצלח וגו'.
הושענא טוענת עולך הושענא סובלת סבלך, אידן האבן דורכאויס דעם לאנגן ביטערן גלות נישט פארגעסן אויף א רגע פון אונזער גרויסקייט און שיינקייט, אידן האבן קיינמאל נישט פארלוירן דאס געדולד און סבלנות, מיט ליבשאפט און געטריישאפט האט כלל ישראל אנגענומען די גזירת השי"ת וויסענדיג אז עוד ידו נטוי' אלינו. כנסת ישראל איז געגליכן צו א רחל לפני גוזזיה נאלמה, שטילערהייט האבן מיר געשפאנט אין די נעכט פונעם גלות מיט א התבטלות און אמונה צום רצון ה', און אין שאטן פון די גרעסטע רדיפות האבן אידן געלעבט מיט דער נצחיות'דיגער האפענונג און פארזיכערונג פון לא מאסתים ולא געלתים לכלותם כי אני ה' אלקיהם.
דאס איז וואס האט אונז באגלייט אין גלות און דאס איז אונזער גאראנטיע צו איבערלעבן און דורכגיין דעם שרעקליכן גלות, דאס אידישע פאלק האט איבערגעלעבט אלע אירע פייניגער אָן דאס מינדסטע דרך הטבע'דיגע הסבר, אָן סיי וועלכע מענטשליכער פארשטאנד, בלויז מיט די געטליכע הבטחה פון: כי בשם קדשיך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם ועד.
א מענטש מיט אביסל התבוננת זעהט דאף ביישארפנליך די גאט'ליכקייט וואס ליגט אינעם אידישען פאלק, עס זענען געוועהן אומצאליגע פעלקער מיט שטארקע לענדער, זיך צו-דעפענדען אבער עס איז שוין לאנג נאבד זכרם, אבער אידישע קינדער זענען שוין אין גלות צוויי טויזענט יאר אָן א לאנד זיי 'צו פראָטעקטן' דורמאכענדיג צרות ומכאובים, כיום
מה היום מאפיל ומאיר ועומד לעולם אף ישראל כך, און געלויבט השי"ת מען עקזיסטירט ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום. עס שטייט אין אגרת תימן, וכן הבטיחנו הבורא על ידי נביאיו שלא נאבד ולא יעשה עמנו כליה, ולא נסור לעולם מלהיות אומה חסידה. וכמו שאי אפשר שיתבטל מציאותו של הקב"ה, כן אי אפשר שנאבד ונתבטל מן העולם. שכן אמר מלאכי "אני ה' לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם".
אזוי זאגט דער חובת הלבבות אין שער הבחינה פרק ה', און דאס זעלבע שרייבט דער מהר"ל אין נצח ישראל פרק י', אז אויך בימינו אלה קענען מיר זען נסים ענדליך צו יציאת מצרים און מתן תורה, באטראכנדיג דעם אומאנאטורליכן קיום פון אידישן פאלק צווישן די פעלקער, נאך אזויפיל יארן אין גלות, דאס איז בלויז דער גדול הרועה וואס היט זיי צווישן די אריות ונמרים, ווי עזרא הנביא האט געזאגט כי עבדים אנחנו ובעבודתינו לא עזבנו אלקינו.
באקאנט ביז גאר זענען די ווערטער פון הגאון רבי יעקב עמדין יעב"ץ זצוק"ל וואס דריקט זיך אויס אויף דעם וואונדערליכן נס קיום עם ישראל אינעם גלות, חי נפשי, כי בהתבונני בנפלאות אלה, גדלו אצלי יותר מכל ניסים ונפלאות שעשה הש"י לאבותינו במצרים ובמדבר ובא"י וכל מה שארך הגלות יותר, נתאמת הנס יותר ונודע מעשה תקפו וגבורתו.
אונזער ישועה איז נישט דורך קעמפן מיט די אייגענע כוחות, אונזער הצלה איז נישט דורך אהערשטעלן א גוטן 'דעפענס', מיר זענען דער עם ה' און מיר ווערן געפירט און דירעקטירט דורך אים אליינס, פארקערט גאר, די אלע סארט פעלות בזרוע בשר נעמען חלילה אוועק די שמירה עליונה וואס איז דא אויף אידן אין גלות. ווי עס איז מבואר במפורש אין ספר מגדול עוז להיעב"ץ און אין די ספרים פון רבי יוסף יעב"ץ מגולי ספרד, (נעתקו בספר אפס בלתך גואלינו פרק הרועה המצילן).
כי בך בחר ה' להיות לו לעם סגולה מכל העמים אשר על פני האדמה. דאס וואס עס העלפט פארן גוי, דאס וואס איז ניצליך פאר די לענדער איבער די וועלט, און די טאקטיקן און מיטלען וואס ווערט באנוצט דורך די אלגעמיינע פעלקער, זענען אפשר גוט און גערעכט פאר די אומות העולם וועלכע זענען אינטערגעווארפן אונטער די חוקי הטבע, אבער איז דער היפוך הגמור פונעם מהות פון דעם זרע יעקב אשר בחר וואס ווערן געפירט מיט א פרטיות'דיגע השגחה מיוחדת, פאר אידישע קינדער זענען אזעלכע פעולות און אייגענע שריט דער גרעסטער התכחשות אינעם ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, און דער שעדליכסטער שריט וואס קען געטון ווערן צו אוועקנעמען חלילה די הבטחה פון גדול הרועה המצילן.
עס ווערט נאכגעזאגט פון הגאון רבי וועלוועלע בריסקער ז"ל, וואס האט זיך געשטעלט אויף די לשונות אין שיר השירים אויף וועלכע חז"ל דרש'נען די ג' שבועות החמורות שהשביע הקב"ה את ישראל. דאס לשון ווערט געברענגט אין שיר השירים דריי מאל, די ערשטע צוויי מאל שטייט אין פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים 'אם' תעירו ואם תעוררו את האהבה, און דאס לעצטע און דריטע מאל איז דער לשון מה תעירו ומה תעוררו.
האט דער בריסקער רב געזאגט, די ערשטע צוויי מאל גיט די נבואה אן התראה אויפן עתיד, אם תעירו ואם תעוררו, אויב וועלן אידן עובר זיין אויף די שבועות וועט קומען די ביטערע עונשים ל"ע. אבער דאס דריטע מאל איז דער פסוק מוכיח שוין נאכדעם וואס מען איז דורכגעפאלן, השי"ת זאגט 'מה' תעירו 'ומה' תעוררו מיט א לשון פון בתמי' ושאלה, וואס האט איר אויף געטון מיט די העברה על השבועות, נאר פרעניות און שאדן פאר אידישע קינדער, פארוואס איז מען נאך ממשיך מיט די נארישע שוא תשואת אדם און מען איז נישט מכיר דעם שרעקליכן טעות, מה תעירו ומה תעוררו.
אין א זמן ווען עס שטעלט זיך ארויס דער דורכפאל פון דעם התקוממות על גזירות הגלות, אין א צייט וואס מען זעהט דאך שוין נעבעך די פירות פון דעם מרידה במלכות שמים, איז דאס מערסטע אקטועל דער רוף פון הימל, לאמיר נישט דוחק זיין את השעה, לאמיר זיך האלטן מיט ריינע מחשבות פון אמונה און ייחול לה' אין די לעצטע פינסטערע זמנים ווען דער טומאת הציונות בוזשעוועט אויף א פארנעם וואס געדענקט זיך שוין לאנג נישט, און לאמיר פארבלייבן געטריי צום מלך ישראל וגואלו - נישט חלילה די משנאי ה' וואס רעדן איבער זעלבס- שיץ און דיפענטן, מיטן מעסעזש אז ידינו רמה ולא ה' פעל כל זאת רח"ל.
שטייענדיג אין די ימי בין המצרים איז דער זמן גרמא זיך צו שטארקן אונזער האפענונג צו דעם ישועת ה' און דער קיווי לגאולה. ווי דער מדרש זאגט א משל אויפן פסוק זאת אשיב אל לבי על כן אוחיל, א קעניג וואס האט חתונה געהאט מיט א קעניגן און האט איר אפגעשריבן אן אויסטערלישע כתובה, מיט אוצרות און פאלאצן. דער קעניג האט איר איבערגעלאזט און זיך אוועקגעפארן ווייט למדינת הים און געשפעטיגט צוריקצוקומען. זענען אריין אירע שכינות צו איר און געטשעפט, דער מלך האט דיר איבערגעלאזט און וועט מער נישט צוריק קומען, און זי פלעגט וויינען און קרעכצן. אבער ווען די קעניגן פלעגט אהיימקומען האט זיך ארויסגענומען די כתובה און געליינט וויפיל גוטע הבטחות דער מלך האט איר צוגעזאגט און דערמיט האט זיך זיך געטרייסט. לימים ווען דער קעניג האט זיך אומגעקערט האט ער איר געפרעגט, בתי אני תמה איך המתנת לי כל אותן השנים, און די קעניגן האט געענטפערט, אדוני המלך, ווען נישט די גרויסע כתובה וואס דו האסט מיר געגעבן, וואלט איך שוין לאנג פארלוירן געווארן דורך די שכינים.
דאס זעלבע טוען די גוים טשעפענען כנסת ישראל און זאגן זיי, אלהיכם הסתיר פניו מכם וסילק שכינתו מכם, ער וועט שוין נישט צוריק קומען צו ענק חלילה. והן בוכין ומתאנחין.
אבער ווען אידן קומען אריין אין די בתי כנסיות און בתי מדרשות און ליינען די הבטחות האמורות בתורה, ופניתי אליכם והפריתי אתכם ונתתי משכני בתוככם והתהלכתי בתוככם, איז דאס פאר זיי א טרייסט אין דעם לאנגן גלות.
ווען דער קץ הגאולה וועט אנקומען, וועט הקב"ה זאגן פאר אידן,
בני, אני תמה מכם היאך המתנתם לי כל אותן השנים, וויאזוי האט איר מיר אויסגעווארט אין דעם גרויסן אריכות הגלות, והן אומרים לפניו, רבש"ע אילולי תורתך שנתת לנו כבר אבדנו האומות, לכך נאמר זאת אשיב אל לבי, ואין זאת אלא תורה, שנא' (דברים ד' מ"ד) וזאת התורה.
אם יתמהמה חכה לו כי בא יבוא, אונזער תקוה און אונזער ישועה איז די הבטחת השי"ת פון כל כלי יוצר עליך לא יוצלח וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, מיר זענען פארזיכערט מפי ה' איבערצולעבן אויך דעם לעצטן נסיון און ווערן געראטעוועט פון דעם שטף מים רבים, דער מבול פון אפיקורסות, פונקט ווי מיר זענען איבערגעקומען אלע פריערדיגע נסיונות, זאת נחלת עבדי ה' וצדקתם מאתי נאום ה'.
רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט ביי די זעקס טאגיקע מלחמה בשנת תשכ"ז ווען א מבול פון כפירה און אפיקרסות האט ארומגענומען די אידישע וועלט בלש"ק: ס'זענען היינט דא קליינע מוחות און קליינע נשמות, קיין סאך פארלאנגט מען נישט אין הימל, אבער מינות וויל מען נישט...
הנה זה עומד אחר כתלינו, וואויל וועט זיין פאר די אידן וואס האבן זיך געהאלטן אין די שווערע זמנים מיט ריינע דעות און א גאנצע אמונה. ועל כן נקוה לך ה' אלקינו לראות מהרה בתפארת עוזך, למֶעְקַר פּוּלְחָנָא נוּכְרָאָה מֵאַרְעָא, וְלַאֲתָבָא פּוּלְחָנָא דִשְׁמַיָּא לְאַתְרֵהּ, וְיַמְלִיךְ קֻדְשָׁא בְרִיךְ הוּא בְּמַלְכוּתֵהּ וִיקָרֵיהּ, בְּחַיֵּיכוֹן וּבְיוֹמֵיכוֹן וּבְחַיֵּי דְכָל בֵּית יִשְׂרָאֵל, ברח דודי ודמה לך לצבי, לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר ה' צבקות, במהרה בימינו אכי"ר.