☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » "נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן

"נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6889
בלאט: 1 2

פליקער » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 6:58 am

· #330374
Re: "נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן
ירח דו אויך, הער אויס דערנאך וועסטו ווערן פארענטפערט

Sent from my VS987 using Tapatalk

נאטירליך » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 11:58 pm

· #354697
דא האט די באשרייבונג פון די גרויסע שמחה פון נטרונא אז "אפשר" וועט טראמפ נישט געבן קיין געלט פאר מדינת ישראל צו באשיצן אונזער ברודער פון די אראבער.
📎 natruna.pdf

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 12:36 am

· #354698
נאטירליך: דאס בלעטל פון נטרונא איז זייער שיין אהערגעשטעלט.ס'איז צוציענד און אויגן פארכאפנד. אבער אין תוכן איז עס ליידיג און פוסט.

ערשטנס. האבן זיי געשריבן דעם נישט ריכטיגן דאטום. לך לך תשע"ו...נישט איינמאל נאר 3 אדער 4 מאל. אויך. זיי ברעכן זיך די ציין און צוקאליטשענען רוב פון די נארמאלע ווערטער וועלכע ווערן באנוצט אין אידיש. די גרויסע שרייבערס זייערע ווייסן נישט אדער מאכן זיך נישט וויסנדיג פון דעם חילוק פון ..."און".. און ..."אין".

דער תמצית פון זייער מעסעדזש, חוץ פון איבער קייען זייערע איינגערעדטע שטותים פון ווישפול טהינקינג און שמחה לאיד, איז שנארן געלט ביי די סאטמאר'ע גבירים. זייער גאנץ געשרייבעכץ האט אזא פנים, און איז אזויפיהל ווערד ווי די ארטיקלען פון ש.ב. מרגליות/שמואל שלמה טעללער אין בלאט...
א זיס בלעטל. אבער א דזשאוק. אזוי ווי די גאנצע נטרונא ארגאניזאציע איז. זיי האבן א פאר בעלי תשובות וועלכע רעדן א נארמאלן ענגליש. און זיי געבן א הסבר פאר די גויים וואס אידישקייט מיינט. און וואס די סאטמאר'ע שיטה איז. און דורכדעם וועט שוין אויטאמאטיש פארשוואונדן די אייביגע שנאה וואס די גויים האבן אויף אידן...און זיי וועלן שוין אויפהערן הרג'נען אידן... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:18 am

· #354703
דאס איז נישט קיין דזשאוק, דאס איז א שטיק גויישקייט. די חברה ווילען אונז איין רעדען אז זיי ארבעטען אוועק צו שטעלען דער 'אידישע מלחמה אנטקעגען דער ציוניסטישע כפירה', און דערווייל רעדען זיי פון קש ותבן, פון פאליטיק מיט גויישע חשבונות. אונטער א שלייער פון פרומקייט טוהן זיי אריינרוקען דער זוהמת ארץ העמים, מיט א גיפט פון דער אידישע שפראך.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:01 am

· #354712
עס איז זייער מאדנע דער גאנצער אפהאנדלונג, געבויעט אויף סברות און אביסל דמיונות, מיין איך.

אפגעזען פון די טעותי הדפוס - דאס וועל איך איבערלאזן פאר'ן עקספערט ר' בערל - איז די גאנצע פערספעקטיוו אונטער א פראגע צייכן. אבער איין זאך וואס איך וויל קלאר מאכן, דאס וואס אבאמא האט יעצט פארשפראכן א פעקל פון 38 ביליאן טאלער פאר מדינת ישראל איבער די קומענדיגע 10 יאר, קען דאס טראמפ מבטל זיין? אדער גייט דאס לויפן אויטאמאטיש און טראמפ קען נישט גורע ומוסיף זיין?

און בכלל דאס שרייבן יעדע מאל כאילו אמעריקע גיבט פאר מדינת ישראל געלט און באקומט נאר צוריק חוצפה איז סתם רעטאריק (הגם איך לייקן נישט, זיי זענען באמת מחוצפים...), ווייל דאס אז אמעריקע האט א פריינטליכע רואיגע באזע אינעם פיינטליכן מיטל-מזרח איז ווערד גאר אסאך, ווי אויך האט אמעריקע אסאך הנאה פון ישראל'ישע פאטענטן און אויסטרעפן סיי לגבי מלחמה, סיי לגבי טעכנאלאגיע (ווי למשל זיי האבן געהאלפן אויפברעכן דעם אייפאון פונעם פלארידע מערדער א.א.וו.). בקיצור, מדינת ישראל איז אן ערנסטע פריינד פאר אמעריקע און ביידע פארדינען פון ביידע, כאטש אודאי דארף מדינת ישראל פיל מער צוקומען צו אמעריקע ווי פארקערט, אבער אוועקמאכן די בענעפיטן וואס אמעריקע פארדינט פון מדינת ישראל איז אביסל אבסורד.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:58 am

· #424539

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 15, 2019 4:29 am

· #424540
<a class="postlink" href="https://www.natruna.eu/en">https://www.natruna.eu/en</a>

ווער וואוינט דא
Natruna Europe vzw
Zurenborgstraat 17
2018 Antwerpen
<!-- e --><a href="mailto:info@natruna.eu">info@natruna.eu</a><!-- e -->

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:51 pm

· #424570
טאמבל סאס: לויט די אינפארמאציע וואס איך האב דא געליינט. האביך איין בקשה צו אלע פאלעסטינער טעראריסטן, רוצחים, מערדערס און נעא (און אלטע)נאציס. און אנדערע מוסלים האסערס, שיסערס און שלעגערס פון אידן. אזוי ווי אונז האמיר ב"ה א זייער גענויע קלארשטעללונג פון די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע ..."נטרונא"...לגבי די באציאונג פון די ערליכע , תורה טרייע אידן צו די טמא'נע מדינה און די פארשאלטענע ציונים למיניהם וגירוריהם, ימ"ש, שר"י, עפ"ל...זאלט עטץ חשוב'ע רוצחים, וכו' זיין אזוי גוט און מברר זיין איידער עטץ נעמטץ ארויס די מעסערס, גאנס , באמבעס און שטעקענעס און פויסטן אויף די אידן, אויב זיי זענען ציונים אדער נישט. ווייל ס'איז כמעט זיכער אז זיי זענען אקעגן די פארשאלטענע ציונים. און זיי האבן אויכעט רחמנות און שטארק מיטלייד מיט די אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס און קינדער וועלכע די פארשאלטענע (כבר אמרנו) ציונים, שר"י (גם כבר אמרנו) האבן נעבעך אומגעברענגט אין עזה. און אין די אקופיר'טע מערב ברעג שטחים, ווי חברון און די מערת המכפילה און דער (טמא'נער ) ..."כותל"... רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!

נאך א זאך. אני הקטן. בערל בעל עגלה בין יא א ציוני. א שטארקער, פייער'דיגער ציוני. איך זאג ב"ה 3 מאל א טאג ..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"... אויך האלט איך, פארקערט ווי די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא אז די פאלעסטינער, און אראבערס בכלל זענען אן אומה שפילה. א פאלק פון רוצחים און מערדערס. און ארץ ישראל באלאנגט פאר די אידישע קינדער. פון אייביג ביז אייביג...און עטץ קענטץ אלע אייננעמען א מיתה משונה. און אויב ענקערע גוטע פריינט די שטינקעדיגע נטורי חרתא געפעלט עס נישט קענען זיי ענק נאכגיין. (זיי מון נישט.)... און אויב איך וועלל אנטרעפן איינעם פון ענק, וועלל איך איהם דערהרגנ'ען...!

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:58 pm

· #424571
נו, לאמיר זעהן וויפיהל אידישע לעבנס די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא האט שוין געראטעוועט...!

וויפיהל יארן אז זי שוין אין עקזיסטענץ.....?! איך ווייס אז מ'שנארט שוין ביי די נאאיווע, תמימות'דיגע סאטמאר'ע גבירים דאהי אין ניו יארק און אין לאנדאן, מאנטשעסטער, וכו' לכה"פ 10 יאר געלט פאר אט די הייליגע ארגאניזאציע...איז וויפיהל אידישע לעבנס האבן זיי שוין געראטעוועט...?10,000: 1,000: 100: 1:...???!!!...ביטע קומטס אריין מיט א קלארן ענטפער...!

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:11 pm

· #424581
berlbalaguleh
טאמבל סאס: לויט די אינפארמאציע וואס איך האב דא געליינט. האביך איין בקשה צו אלע פאלעסטינער טעראריסטן, רוצחים, מערדערס און נעא (און אלטע)נאציס. און אנדערע מוסלים האסערס, שיסערס און שלעגערס פון אידן. אזוי ווי אונז האמיר ב"ה א זייער גענויע קלארשטעללונג פון די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע ..."נטרונא"...לגבי די באציאונג פון די ערליכע , תורה טרייע אידן צו די טמא'נע מדינה און די פארשאלטענע ציונים למיניהם וגירוריהם, ימ"ש, שר"י, עפ"ל...זאלט עטץ חשוב'ע רוצחים, וכו' זיין אזוי גוט און מברר זיין איידער עטץ נעמטץ ארויס די מעסערס, גאנס , באמבעס און שטעקענעס און פויסטן אויף די אידן, אויב זיי זענען ציונים אדער נישט. ווייל ס'איז כמעט זיכער אז זיי זענען אקעגן די פארשאלטענע ציונים. און זיי האבן אויכעט רחמנות און שטארק מיטלייד מיט די אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס און קינדער וועלכע די פארשאלטענע (כבר אמרנו) ציונים, שר"י (גם כבר אמרנו) האבן נעבעך אומגעברענגט אין עזה. און אין די אקופיר'טע מערב ברעג שטחים, ווי חברון און די מערת המכפילה און דער (טמא'נער ) ..."כותל"... רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!

כל התגובה כבר אמרת, כמו מאה אלף פעמים ואולי יותר...

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 16, 2019 8:21 pm

· #424586
אבל תשובה טרם קיבלתי. אם זה מפריע להוד כבוד קדושתו, ימחול נא להושיבני תשובה נכונה.

במאמר המוסגר: אני מבקש סליחה מתחילה. אם כבוד הרב הוא כל כך רגשני. וכנראה לוקח את זה בצורה אישית. אני מבקש סליחה ומחילה מכבודו. אין אף פעם בכוונתי לפגוע אישית ברגשות בני האדם...!

שמעקעדיג » מוצ"ש פעברואר 16, 2019 10:10 pm

· #424602
חס ושלום, איך בין נישט קיין הוד כבוד הרב ב"ה, מיינע קינדער קריגן זיך נישט...

איך האב נאר באמערקט אז דו אנטשולדיגסט זיך פאר'ן איבער'חזר'ן א זאך מער ווי איינמאל, האב איך פשוט געוואלט אויסקלארן על הכלל כולו; אבער בעצם שרייבט איר מיט א טעם זקנים ישן נושן, עס איז א פלעזשור צו ליינען!

Buddy » מוצ"ש פעברואר 16, 2019 10:49 pm

· #424607

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 16, 2019 11:01 pm

· #424609
שמעקעדיג: ייש"כ פאר די דברי חיזוק (חוזק?). אבער איך ווילל באמת הערן אן אויפריכטיגע תשובה צו אט די פראגע. ווייל, אמת אז איך בין א (שטיקל) ציוני. אבער איך בין נישט בלינד צו די מציאות. די רעאליטעט אז די אלטע ציונים האבן אנגעשטעלט א סאך זאכן וועלכע זענען אינגאנצן נישט געווען לטובת אחב"י . כמו שמבואר בספה"ק ויואל משה. און אויב ס'איז דא אן אויפריכטיגע ערקלערונגס ארגאניזאציע וועלכע איז מסביר פאר די גויים אז נישט אלע אידן זענען אויטאמאטיש אין שפאן מיט וואס די מדינה טוט. און דאס העלפט צו ראטעווען דאס לעבן פון אידן, איז דאך מה טוב. זייער גוט. די פראבלעם איז אבער, אז איך האב א פיעלינג אז די אנטיסעמיטישע, גוי'אישע רוצחים און מערדערס זענען נישט אינטרעסירט צו וויסן דעם אמת. זיי וויללן פשוט הרג'נען אידן. און די מדינה איז א גוטער תירוץ. ממילא איז א שאד פאר די צייט און פאר דעם געלט וואס מ'געט אויס אויף דעם גאנצן עסק...!

חוקר ודורש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:31 pm

· #436548
דא קען מען זעהן א בריוו וואס איינער האט געשיקט צו נטרונא מיט הערות אויף זייער נייע ספר ״על גאולתינו״. צום סוף רעדט ער זיך אפ אויף זייער
אדזשענדע צו פארקוקן וואס עס געפעלט זיי נישט, און ער ברענגט כמה דוגמאות אויף דעם.
📎 מכתב לנטרונא בנוגע הספר על גאולתינו.pdf

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:38 pm

· #436580
שמעקעדיג
berlbalaguleh
טאמבל סאס: לויט די אינפארמאציע וואס איך האב דא געליינט. האביך איין בקשה צו אלע פאלעסטינער טעראריסטן, רוצחים, מערדערס און נעא (און אלטע)נאציס. און אנדערע מוסלים האסערס, שיסערס און שלעגערס פון אידן. אזוי ווי אונז האמיר ב"ה א זייער גענויע קלארשטעללונג פון די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע ..."נטרונא"...לגבי די באציאונג פון די ערליכע , תורה טרייע אידן צו די טמא'נע מדינה און די פארשאלטענע ציונים למיניהם וגירוריהם, ימ"ש, שר"י, עפ"ל...זאלט עטץ חשוב'ע רוצחים, וכו' זיין אזוי גוט און מברר זיין איידער עטץ נעמטץ ארויס די מעסערס, גאנס , באמבעס און שטעקענעס און פויסטן אויף די אידן, אויב זיי זענען ציונים אדער נישט. ווייל ס'איז כמעט זיכער אז זיי זענען אקעגן די פארשאלטענע ציונים. און זיי האבן אויכעט רחמנות און שטארק מיטלייד מיט די אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס און קינדער וועלכע די פארשאלטענע (כבר אמרנו) ציונים, שר"י (גם כבר אמרנו) האבן נעבעך אומגעברענגט אין עזה. און אין די אקופיר'טע מערב ברעג שטחים, ווי חברון און די מערת המכפילה און דער (טמא'נער ) ..."כותל"... רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!

כל התגובה כבר אמרת, כמו מאה אלף פעמים ואולי יותר...

הרב שמעקעדיג שליט"א: עפעס באדערט דיך זייער שטארק ווען איך רעד פון דעם נושא. איז בעט איך אנטשולדיגונג מכבודו הרמה. איך האב נישט ליעב צו גיין פאר מענטשן אויף די געהירן. נאר מ'קען עס פארענטפערן מיט א רש"י אין פ' יתרו. אויפ'ן פסוק ויחד יתרו זאגט די הייליגע רש"י, לויט איין פשט..."נעשה בשרו חדודין חדודין"... ער האט באקומען גאאס באמפס...זאגט רש"י ווייטער..."היינו דאמרי אינשי...וכ'....!
והשנית (או השלישית). איך צייל נישט אפ וויפיהל מאל איך זאג לשיטתך הק') איבער די זעלבע זאך. ווייל מיין בלוט קאכט אויף א יעדעס מאל באזונדער ווען איך הער קלוגע אידן רעדן אזעלכע נארישקייטן. יא די ציונים טויגן נישט. דאס איז כולי עלמא מודי. אבער דאס מיינט נאכנישט אז די אראבערס און די נאציס ווערן שוין ארנטליכע מענטשן...!

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:47 pm

· #436581
חוקר ודורש
דא קען מען זעהן א בריוו וואס איינער האט געשיקט צו נטרונא מיט הערות אויף זייער נייע ספר ״על גאולתינו״. צום סוף רעדט ער זיך אפ אויף זייער
אדזשענדע צו פארקוקן וואס עס געפעלט זיי נישט, און ער ברענגט כמה דוגמאות אויף דעם.

חוקר ודורש: אבער איך וואלט מיך אנדערש אונטערגעשריבן ווי דיר...! אדער דער בעל ההגה"ה...!

חוקר ודורש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:51 pm

· #436582
"נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן
berlbalaguleh
חוקר ודורש
דא קען מען זעהן א בריוו וואס איינער האט געשיקט צו נטרונא מיט הערות אויף זייער נייע ספר ״על גאולתינו״. צום סוף רעדט ער זיך אפ אויף זייער
אדזשענדע צו פארקוקן וואס עס געפעלט זיי נישט, און ער ברענגט כמה דוגמאות אויף דעם.

חוקר ודורש: אבער איך וואלט מיך אנדערש אונטערגעשריבן ווי דיר...! אדער דער בעל ההגה"ה...!

סאיז געשריבען געווארן כדי זיי צו געפעלן און אז האפענטליך וועלן זיי דאס דורכליינען מיט ריספעקט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
בלאט: 1 2