סאטמאר און שנאת ישראל
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6868
סאטמאר און שנאת ישראל
געמעקט, ווייל כ'האב באשלאסען אז כ'ווייס נישט גענוג אינפארמאציע צי קענען זיין זיכער אז ס'איז ריכטיג,
סאיז קלאר אז סאטמאר רב האט נישט געוואוסט וואס ער רעדט,
ווי יעדער קען באשיינפערליך זען, איז די ציוניסטיש לאנד נישט גורם קיין שום שנאת ישראל!
קען דען איינער באגרייפן די גרויסע אהבת ישראל וואס די ציוניסטישע התגרות באומות איז גורם, די גרויסע פייערונגען אין פאריז ווי טויזענטער פרייליכע אראבער האבן געטראגן די אידישע רבנים אויף די אקסלען מיט מוזיק און טענץ? און באווארפן די אידישע געשעפטן מיט בלומען און רויזן-וואסער!
און אויב איינער האט חושש געווען אז די רעגירונג אין מדינת ישראל וועט מאכן געזעצן וואס וועלן שטעלן אין א סכנה די ערליכע קהילות און לעבנסשטייגער אין ארץ ישראל, האט זיך היינט שוין יעדער איבערגעצייגט אז עס איז געווען בלויז א איינרעדעניש,
נישט אומזיסט האבן די סאטמארע רבנים געלאזט פאלן לעצטנס ווערטער 'האדמו"ר מסאטמאר לא צודק'
ווער רעדט נאך פון די שטארקע פארבעסערונג אין שמירת שבת וואס די שטאט-ראט אין תל אביב פירט לעצטנס דורך,
מרדכי,
די האסט א גוטע פאינט אבער די ברענגסט עס ארויס מיט א געוואלדיגע שנאה וואס פאסט פאר סאטמאר (לשיטתך)
איך וויל נישט דא פארענטפערן סאטמאר רב מיט זיינע חסידים ווייל איך האלט אויך אז אסאך זאכן זענען ראונג דארט, אבער ס'קוקט אויס אז די האסט דא עפעס אן אג'ענדע צו האקן אויף סאטמאר מער ווי די ווילסט מברר זיין די אמת. למשל דאס וואס די שרייבסט "
ס'נישטא וואס צי רעדען, ס'איז מסתם א קנאפע נפקא מינה צווישען די סאטמארער חינוך אין די כאמאס חינוך אויפען עזה פאס, ס'איז קלאר אז דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט תורת משה נאר ענדרעש מיט מוחמד'ס קוראן, איינער וואס שיקט זיין קינד צי א סאטמארער מוסד איז אין א געוויסע זין עובר אויף מעביר זרעו למולך", דאס איז סתם זינלאז און קינדעריש גערעדעכץ.
יעצט אזוי, די שרייבסט אז סאטמאר רב איז נישט געווען קיין פוסק. קענסט אפשר זאגן וועלעכע רבי ס'איז געווען מער פוסק ווי אים? פאר די קריג איז ער געווען א ריכטיגע שטאט'ס רב (צו ער איז געווארן אויפגענומען יושר'דיג, איז אן עקסטרע שמועס) ווי ער האט באהאנדעלט אלע הלכה'דיגע שאלות וואס זענען אויפגעקומען. נאכ'ן קריג איז ער טאקע נישט געווען אינוואלווד אין פסקענען אן עי דעילי בעיסעס אבער פארדעם ווערט מען נאכנישט אויס פוסק.
די שרייבסט אז סאטמארע זענען איינגעבאקן מיט שנאת ישראל. ס'איז אמת אבער ס'איז גארנישט ערגער ווי עני אנדערע חסידות. למשל, א בעלזער האט ווייניגער פיינט א סאטמארער ווי א סאטמארער צו א בעלזער? זיכער נישט. יעדער האט פיינט ווער עס שטייט אין וועג פאר זיין פארטיי. אנפארטינעטלי, שטייט 95% פון כלל ישראל אין די וועג פאר סאטמאר, קומט אויס אז זיי האבן פיינט מער אידן ווי אנדערע.
דאס וואס די שרייבסט וועגן זיין פערסאנעליטי ביסטי טיילווייז נישט גערעכט און אויך דאס אז קיינער פון די געלאסענע גדולים האבן נישט מסכים געווען מיט אים, דאס איז ווייל ווער עס האט יא מסכים געווען ווערט ביי דיר אפגעסטעמפעלט אלץ נישט געלאסען. אבער די פאראגראף איינס פאר די לעצטע איז זייער גיט ארויסגעברענגט.
מרדכי, כ'פארשטיי נישט וואס דיין פראבלעם איז מיט די חינוך אין עזה, זיי זענען, לויט זייער רעליגיע, די איינציגסטע וואס האלטן אן די ערליכע מסורה, זיי זענען די פשרה'לאזע מאמינים וואס זענען נישט משנה פון זייערע עלטערן, זיי זענען די ריכטיגע פרומע, וואס לאזן זיך נישט אפקילן פונעם כור ההיתוך פונעם פרייען וועלט. זיי זעען איין אז די וועסטערנייזד וועלט וויל נאר אונטערברענגען זייער אמונה, און זיי גייען ארויס מיט א מלחמת חרמה דערגעגען. לויט זייער רעליגיע זענען זיי די איינציגסטע וואס טוען ריכטיג.
תען כסיל אדער אן תען וועל איך נאכאמאל ארויפלייגן מיין פאוסטערל און המן הרשע וועט פארשווינדן ווערן אזוי ווי דער פראפעסאר פון פאריגע וואך
everybody was very clear about this
מרדכי הצדיקווען ס'קומט אזאלכע צייטען וואס כלל ישראל ליידט פין נישט אידישע פיינט, קומט צום אויבערפלאך ווער ס'איז א איד מיט א אידיש הארץ און ווער ס'איז נישט,
יעדער בר דעת פארשטייט שוין היינט אז די "שיטה" אויף דעם אופן ווי סאטמארע רב האט עס מסדר געווען האט נישט קיין הענט אין קיין פיס, ס'איז שוין היינט קלאר ווי דער טאג אז סאטמארע רב האט זיך טועה געווען מיט זיין ציגאנג, "קיינער" פין די געלאסענע גדולי ישראל פין יענעם דור האבען נישט מיטגעהאלטען מיט סאטמארע רב'ס ציגאנג, נאכאמאל "קיינער", זיכער האבען אנדערע גדולים אויך געהאלטען קעגען זאכען וואס די פרייע האבען געטאהן, אבער אויף דעם אופן וואס סאטמארע רב האט עס אהערגעשטעלט האט "קיינער" נישט מיטגעהאלטען, א חוץ א פאר סאטמארע טעראריזירטע רבנים'לעך,
ס'מיז ארויס געברענגט ווערען אז סאטמארע רב איז "נישט" געווען קיין פוסק, ער איז געווען זייער גוט אין דרוש, יעצט כבודו במקומו מונח, ער איז געווען א ערליכער איד, אבער במקום חילול השם אין חולקים כבוד לרב, ווען כ'זעה וואס פאר א חורבן ס'איז ארויס געקומען פין סאטמערע רב'ס "שיטה", איז עס לכאורה א ראיה אז די גאנצע "שיטה" איז געווען א "שיטה משובשת", נאר וואס דען סאטמארע רב איז געווען א ווילדער פערסאנאליטי, ער האט געשריגען אין פארפירט, אין בארעדט אנדערע גדולי ישראל וואס האבען זיך דערווייגט צי האלטען אנדרעש ווי אים, ווי בעלזא רב, לובאביטשער רבי, אפילו דער חזון איש האט ער אזוי אוועק געמאכט אין מסביר געווען פארוואס ער פארשטייט בעסער, דאס אז סאטמארער היינט רעדען מיט חוצפה אויף יעדען גדול בישראל וואס האלט אנדרעש ווי זיי, דאס האט זיך אנגעהויבען ביים סאטמארער רב אליינס,
זאל דער באשעפער העלפען אז די פארבלאנדזשעטע קהילה פין סאטמאר זאל זיך אומקערען צי יודישקייט, און מיר זאלען שוין אלע זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה בימינו , אמן.
טייערע ר' מרדכי פאר די שרייבסט וועגען סאטמאר קוק אביסעל היסטאריע ווער איז געווען די סאטמאר רב?
וויפיל האט ער געוויינט אז יודן שטארבן על מזבח מדינת ישראל ? אז עס איז דא געציילטע יודען וואס שטעלן זיך ארויס אויף די זייט פון די טעראריסטען איז דאס נאך נישט גענוג ארויפציווארפען א נאסע ליילעך אויף א קהלה פון טויזענטער יודען וואס האפן אז יעדע יוד זאל ארויסגיין אומגעשעדיגט ברוחניות ובגשמיות אדרבה עס איז דא א באקאנטע שלש סעודות תורה פון סאטמארע רב ווי ער רעדט זייער שארף קעגן די אזויגעריפענע נטורי קרתה (אדרבה אויב איינער ווייסט ווי עס שטייט די תורה זאל ער מזכה זיין די רבים)
אדרבה אויב האסטו אנדערע פאקטען פליז לייג עס ארויף
(און וועגען די נייע עשרת הדיברות פון סאטמארע רב קעגן ציונות איז ממש זייער ענדליך צו די וואס שטייט און פרשת יתרו
אנוכי ה' אלוקיך איז א סתירה צו ציונות
לא יהיה לך איז א סתירה צו ציונות
א. א. וו.)
קוקט אויס אז דער בילד איז א סגולה קעגן מייז...
הה"ד ומרדכי היהודי משנה למלך אחשורוש ודו"ק...
אפילו אן א ודו''ק....,
shem-tovתען כסיל אדער אן תען וועל איך נאכאמאל ארויפלייגן מיין פאוסטערל און המן הרשע וועט פארשווינדן ווערן אזוי ווי דער פראפעסאר פון פאריגע וואך
שם טוב, קודם זעהט אויס אז די האלסט שוין נאך עד דלא ידע, די רעדסט דיר איין אז מיט ריפען יענעם מיט נעמען גייסטע ווערען גערעכט, צווייטענס לגבי דיין פאוסטער וואס די טאנצט יעדעס מאל הקפות דערמיט איז לאמיר דיר קלאר מאכען ווייל ס'זעהט אויס אז די האסט נישט געהעריג געליינט אדער פארשטאנען וואס איך האב געשריבען,
זיכער זענען אנדערע גדולי ישראל אויך געווען קעגען דעם אז די פרייע זאלען מאכען אליינס א מדינה, די פראבלעם פין סאטמאר איז געווען די "אופן" פין די התנגדות, די ציגאנג דערצי, וואס מיט דעם האט קיינער נישט מיטגעהאלטען, ממילא איז דיין פאוסטער נישט רעלעוואנט דא,
מרדכי הצדיקshem-tovתען כסיל אדער אן תען וועל איך נאכאמאל ארויפלייגן מיין פאוסטערל און המן הרשע וועט פארשווינדן ווערן אזוי ווי דער פראפעסאר פון פאריגע וואך
, די רעדסט דיר איין אז מיט ריפען יענעם מיט נעמען גייסטע ווערען גערעכט,
די באשיליקס יענעם מיט "ריפען נעמען" קיק וואס די האסט געשריבען,
ווער ס'איז א איד מיט א אידיש הארץ און ווער ס'איז נישט,
... זעהט זיך כמעט נישט אן קיין חילוק צווישען זייערע תגובות און די תגובות פין כאמאס'ניקעס
... נאר זיי האבען פיינט רוב כלל ישראל מיט א "או-סי-די" טיפקייט
... נאר ווייל זיי זענען ערצויגען צי שנאה, ערצויגען צי פיינט האבען אנדערע, זיי לעבען פין פיינט האבען אנדערע
... ס'איז מסתם א קנאפע נפקא מינה צווישען די סאטמארער חינוך אין די כאמאס חינוך אויפען עזה פאס
... א חוץ א פאר סאטמארע טעראריזירטע רבנים'לעך
... ס'מיז ארויס געברענגט ווערען אז סאטמארע רב איז "נישט" געווען קיין פוסק
... נאר וואס דען סאטמארע רב איז געווען א ווילדער פערסאנאליטי
... אין די שנאת ישראל וואס שטינקט פין אסאך סאטמארע תגובות
...למעשה ביסודו איז די השקפה פין סאטמאר א סתירה מיט תורת משה
למעשה זעט מען מיט וואס פאר א שנאה די ביסט אויפגעוואקסען א קעגען א גאנצע קהילה קדושה, אז די זעסט נישט ווי פיינט די האסט יודען,
מרדכי הצדיק
זיכער זענען אנדערע גדולי ישראל אויך געווען קעגען דעם אז די פרייע זאלען מאכען אליינס א מדינה, די פראבלעם פין סאטמאר איז געווען די "אופן" פין די התנגדות, די ציגאנג דערצי, וואס מיט דעם האט קיינער נישט מיטגעהאלטען, ממילא איז דיין פאוסטער נישט רעלעוואנט דא,
מרדכי זאג קלארער וואס די ווילסט ארויסברענגען וואס איז געווען סאטמארע רב'ס "אופן" פון התנגדות אנדערש ווי אלע אנדערע גדולי ישראל?
איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס מרדכי דער צדיק וויל דא מוסיף זיין, איך האב שוין דאס אלעס געליינט אונעם ספר הקדוש "דער רבי מיטן שטן", וואס איז פארפאסט געווארן דירך הצדיק החסיד האמיתי, ודובר אמת בלבבו, דער אוהב ישראל, חיים ליבערמאן, נא? וואס קימט דא אונזער רשע... ניין צדיק ... אזוי דארף מען זאגן (לייידענדיג די הייליגע רייד, בין איך געווארן אביסל מבוסם, אלזא עס איז עד דלא ידע בין אריר המן וברוך מרדכי...) מוסיף זיין? אתמה.....
ר' אתא ,קענסט מיר מסביר זיין איין חילוק צויישן וואס חאמאס פרעדיגט און וואס זייער פארשטייער קאפקא שרייבט?
שם-טוב (קאר סערוויס?) איך מוז דיר זאגן אז זעהענדיג דיין פענדל בין איך געווארן משוכנע ממש מן הקצה אל הקצה און יעצט גרייט איך מיך צו ווערן א דשיהאד שיהאדיסט ,קיפ איט אופ.
קאך_לעפלאיך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס מרדכי דער צדיק וויל דא מוסיף זיין, איך האב שוין דאס אלעס געליינט אונעם ספר הקדוש "דער רבי מיטן שטן", וואס איז פארפאסט געווארן דירך הצדיק החסיד האמיתי, ודובר אמת בלבבו, דער אוהב ישראל, חיים ליבערמאן ימ''ש, נא? וואס קימט דא אונזער רשע... ניין צדיק ... אזוי דארף מען זאגן (לייידענדיג די הייליגע רייד, בין איך געווארן אביסל מבוסם, אלזא עס איז עד דלא ידע בין אריר המן וברוך מרדכי...) מוסיף זיין? אתמה.....
חיים ליבערמאן איז נישט קיין פארגלייך צי דעם אינזער מרדכי החסיד, ווייל ליבערמאן האט פיינט געהאט דעם סאטמאר'ן רבי'ן זצ"ל ווייל ער האט פארשטאנען אנדערש, אבער אינזער צדיק האט פיינט דע היינטיגע סאטמאר חסידים, ווייל היינט זעט מען אז סאטמארער רבי האט דעמאלץ ריכטיג פארשטאנען דעם מצב, אז קייין גיטץ וועט פון דע מדינה נישט ארויס קימען, אין דאס קרענקט זייער פאר "דע חסידים"
קלילא, דער אנאנים רעדט צום צדיק מרדכי, נישט צו דיר...
[ציטאט אראפגענומען]
צום פינטעל.
די וואס וויינען אזוי אויף יענעמ'ס שנאה קען מען זיך נישט משער זיין וויפיל שנאה זיי האבען צו די וואס האבען די נישט ריכטיגע שנאה אויף די שונאים
[ציטאט אראפגענומען]
@קלילא משה אריה . " א תוצאה" פון די סאטמארע שיטה? ער איז דאך א פייערדיגער מתנחל?
פארוואס איז די טאפיק אזוי הייס, אז ווען קאפקע שרייבט זייער איינגעהאלטן און שכל'דיג, ווערט איך אויך אזוי ווילד? איז ער דען א כאמאסניק? ער איז א איבערגעטראכטער אנטי ציוני, איז ער נישט בארעכטיגט פאר א מיינונג?
איינער שרייבט שוין דא זייער ענליך. איז אויסגעהאלטן צו גנבנ'ן? שמעקט פון פלעדזעריזם,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6789">viewtopic.php?f=24&t=6789&hilit=%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%A4%D7%A2%D7%A1%D7%90%D7%A8</a><!-- l -->
בשבילי!איינער שרייבט שוין דא זייער ענליך. איז אויסגעהאלטן צו גנבנ'ן? שמעקט פון פלעדזעריזם,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6789">viewtopic.php?f=24&t=6789&hilit=%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%A4%D7%A2%D7%A1%D7%90%D7%A8</a><!-- l -->
א פראפעסאר קען נישט זיין מרדכי הצדיק?
מרדכי הצדיק,
נאר וואס דען סאטמארע רב איז געווען א ווילדער פערסאנאליטי, ער האט געשריגען אין פארפירט, אין בארעדט אנדערע גדולי ישראל וואס האבען זיך דערווייגט צי האלטען אנדרעש ווי אים, ווי בעלזא רב, לובאביטשער רבי, אפילו דער חזון איש האט ער אזוי אוועק געמאכט אין מסביר געווען פארוואס ער פארשטייט בעסער,
אפשר ווייזטו "איינמאל" ווען סאטמאר רב זי"ע האט גערעדט אויף זיי בפומבי?
אינטערסאנט וויאזוי דער "מרדכי הצדיק " שטעלט אוועק זיין תגובה אויף אויסגעזויגענע "פאקטן" און אלעס נאך אונטערן שלייער מיט "יעדער " . די וואפן פון " יעדער " איז זייער שעדליך !! . דו קענסט אים מיט גארנישט אפווענדן . ווען איך שטיי ביי א קופקע אין סמעדריש און באגעגן אזא סארט. ווייסעך אז סאיז צייט צו לויפען!!. "יעדער " וויסט אז דער סאטמארער רבי איז נישט געווען א פוסק . "יעדער " פארשטייט אז די שיטה איז פארקרומט !! וכו . בכלל איז ער עפעס זייער אראגאנט און קאנפידינט מיט זיינע ארגומענטן , קוקט איבער זיינע שורות ווי סגיסט זיך " פאקטן " , אינסייד אינפאו . ווי ביסטו געווען די אלע יארן ? איך מיין אזא אטעם באמבע אז דער רבי איז געווארן ווילד אויף טאשער רבי . באהאלטסטו פון אונז שוין אזוי לאנג .? עפעס שטימט מיר נישט דא.
די זעלבע פאקטן וואס דו ווייסט אויף בעלזע רבי
נאר וואס דען דו פלאפעלסט נאך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר און ער פלאפעלט נאך וואס ער האט געהערט אין חדר
95 % כלל ישראל האט געהאלטן אז סאטמאר רב גיט צו ווייט און צו ווילד דו"ק ותשכח
פאר א סיבה האט ער נישט געהאט קיין איין אנדערע קהלה וואס איז מיטגעשטאנען מיט אים אינגאנצן
בר דעת? איז ער דען א כאמאסניק? איז ער נישט בארעכטיגט פאר א מיינונג?
יא! ער שרייבט עס גאנץ קלאר ארויס.
לואיס פאראקאן און אלע האלאקאסט לייקענערס זענען אויך בארעכטיגט צו א מיינונג לשיטתך.
איך אויךבר דעת? איז ער דען א כאמאסניק? איז ער נישט בארעכטיגט פאר א מיינונג?
יא! ער שרייבט עס גאנץ קלאר ארויס.
איך שטוין! וואו שרייב איך אזוי? אדער ענליך צו דעם?!?
ווי נישט?
עפל סיידער[ציטאט אראפגענומען]
צום פינטעל.
די וואס וויינען אזוי אויף יענעמ'ס שנאה קען מען זיך נישט משער זיין וויפיל שנאה זיי האבען צו די וואס האבען די נישט ריכטיגע שנאה אויף די שונאים
איך וועל דאס מוזן איבערגיין שטייטעלעך מארגן פארטאגס מיט א קלארן קאפ.
עמוק עמוק
אזא אשכול וואלט איך אנגערופן "אן אשכול לשם לייקס"..... ודו"ק ותשכ"ח
אחרי שובו נחמתי, ס'איז מיר שווער צי שרייבען וועגען דעם סאטמארע רב זצ"ל אליינס, ווייל למעשה האב איך אים נישט געקענט, די מציאות היינט אין סאטמאר לגבי ציונות איז פראלעמאטיש, צי דער פראבלעם קומט פין לעצטענס אדער נאך פין פריער איז זייער שווער פאר מיר צי זאגען, איז לאמיר האפען אז די סאטמארע ראשי המוסדות וועלען דאס ליינען און מאכען די נוטיגע תיקונים,
אין זאל מיר קיינער נישט חושד זיין מיט "שנאה" צי סאטמאר, איך האב בכלל נישט "פיינט" סאטמאר, איך דיל מיט זיי כסדר, אין חוץ לגבי ציונות האלט איך אז זיי זענען פין די נארמאלסטע היימישע קהילות, אבער ווען כ'ליין תגובות און פארומים וואס סאונד ווי א כאמאס תגובה ווער איך ברוגז,
טאמער איינער מיינט אז דאס וואס כ'האב געשריבען הייסט שארף, ווייסט ער נישט וואס שארף מיינט, כ'האב שוין געשריבען וועגען אנדערע אסאך אסאך שארפער, ווייל זיי זענען אסאך אסאך ערגער, סאטמאר איז רעלעטיוו גאנץ גוט,
נו, קיינער איז נישט פערפעקט, אין קיין איין רבי איז נישט קיין גאט, מ'מעג אמאל הערען אביסל מוסר, אין מתקן זיין וואס מ'ברויך מתקן זיין,
טאמער עטץ וועטץ איבער קוקען וואס כ'שרייב וועט עטץ זעהן נאר נארמאלע לשונות, איך שרייב נישט קיין קללות חלילה אין נישט קיין אנדערע געמיינע אויסדריקען, כ'ברענג פלעין ארויס מיין מיינונג, אין איך האב די פולע רעכט דערצי,
סאטמאר איז אלץ געווען ביזי זיך פאטשען די בויך אז זיי זענען די הייליגע אין נאר זיי ווייסען דעם אמת, בשעת זיי זענען געווען ביזי צי לעבען אויף יענעם'ס בלוט, וואס טוט זיך מיט די עירוב אין וויליאמסבורג, פאליטיק מיט רישעות, ווער זענען זיי צי איינטיילען פאר אנדערע, קומט זיך א אויסגעפאשעטער טשולענט פרעסער אין שרייט אויף פרויען, אין נאכדעם פאטשט ער זיך נאך די בויך, ווייטער די זעלבע שלעכטע מידות, דעטס איט, זיי זאלען לערנען מיט די קינדער מדות מיט יר"ש נישט זיי אויסלערנען אזאלכע נארישקייטען,
אין די בעלזא מחלוקה,כ'מיין קאם אן איינער דא האלט אז סאטמאר איז גערעכט געווען מיט זייער מחלוקת קעגען בעלזא ? ס'איז געווען א מחלוקת וואס איז שורשו אין שלעכטע מידות פין אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי, ( אוי וועמער אונז אים ציפיקסען), און אין שקר, מיט די געפעלטשטע חתימות, למשל טאהשער רבי'ס חתימה איז געווען געפעלדשט, נאר ער האט נישט געוואלט ארויסלייגען א צעטל נאכדעם אז ס'געפעלדשט צילוב פארשטענדליכע סיבות, אין פין די צווייטע זייט קומען זיי שרייען אויף די ציונים אז כוחי ועוצם ידי איז אסור, כ'מיין קאם אן, נאר סאטמאר האט א לייסענס פאר כוחי ועוצם ידי ?? אין פאר אנדערע שלעכטע מידות, די תירוץ איז היפאקריסי אין רשעות,
כ'ווייס נישט צי כ'וואלט געלייגט בעלזא פאר סאטמאר ביי די באטעם ליין פין די מציאות פין די חסידות, כ'קען נאך נישט גענוג גוט בעלזא, אבער לגבי די מחלוקה איז סאטמאר זיכער נישט גערעכט, אין לכאורה די סוף וועט זיין אז וואס זיי האבען געטוהן פאר אנדערע וועט געשעהן צי זיי, חוץ טאמער זיי וועלען תשובה טאהן,
סאטמאר האט זיך אסאך צי לערנען, אין דאס מיינט בכלל נישט אוועקצימאכען זייערע גוטע חלקים,
כ'האב געשריבען אביסעל שארף נעכטען ווייל כ'בין געווען ברוגז, טייטשט עס נישט אויס אז כ'האב פיינט סאטמאר אדער אנדערע אידען חלילה, די איינציגע וואס כ'טראכט יעצט אז איך האב פיינט איז די לינקע אין מדינת ישראל די "שמאלנים הסרוחים", זיי מאכען מיר ווילד, און אפילו זיי ווייסעך נישט צי כ'האב פיינט זיי בעצם כ'האב פיינט וויזוי זיי טראכטען אין וואס זיי טוען,
זאל דער באשעפער העלפען ס'זאל מקוים ווערען וילמדו תועים בינה, ובא לציון גואל בב"א
איך וויל דעם אשכול נישט פארדרייען... אבער אדער קענסטו נישט די סאטמאר'ע, ספעציעל דעם אלטן סאטמאר רב, אדער האסטו סתם אזוי א שנאה צו זיי...
נאכדערצו דיין לעצטע תגובה ווי דו אוועקגעפירט דעם אשכול צו די מחלוקת וואס סאטמאר האט געהאט מיט אנדערע, אין אונזער פאל איז עס בעלזא, נא כ'גיי נישט שרייבן אז דאס איז עס.. טאקע אלס בעלזא'ר האסטו דא אויסגעגעבן דיין כעס, באט בכל אופן, אז דו האסט שוין ארויפגעברענגט בעלזא מחלוקה אויפן טיש, וויל איך טאקע וויסן איז די מחלוקה צווישן בעלזא-ירושלים מיט בעלזא-בני ברק (צו מאכנובקה ווי אנדערע רופן עס...) נישט קיין "אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי" מחלוקה? ווען דו וועסט יענץ קענען מסביר זיין וועל איך צוריקקומען צום סאטמאר-בעלזא פייט....
שעפטלאיך וויל דעם אשכול נישט פארדרייען... אבער אדער קענסטו נישט די סאטמאר'ע, ספעציעל דעם אלטן סאטמאר רב, אדער האסטו סתם אזוי א שנאה צו זיי...
נאכדערצו דיין לעצטע תגובה ווי דו אוועקגעפירט דעם אשכול צו די מחלוקת וואס סאטמאר האט געהאט מיט אנדערע, אין אונזער פאל איז עס בעלזא, נא כ'גיי נישט שרייבן אז דאס איז עס.. טאקע אלס בעלזא'ר האסטו דא אויסגעגעבן דיין כעס, באט בכל אופן, אז דו האסט שוין ארויפגעברענגט בעלזא מחלוקה אויפן טיש, וויל איך טאקע וויסן איז די מחלוקה צווישן בעלזא-ירושלים מיט בעלזא-בני ברק (צו מאכנובקה ווי אנדערע רופן עס...) נישט קיין "אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי" מחלוקה? ווען דו וועסט יענץ קענען מסביר זיין וועל איך צוריקקומען צום סאטמאר-בעלזא פייט....
יו גאט איט ראנג, כ'בין נישט קיין בעלזער, אין כ'קען בעלזא אפילו ווייניגער ווי סאטמאר, אבער פין וויפעל איך ווייס וועגען די מחלוקת ווייזט דער באשולדיגונגס פינגער צי סאטמאר, לויט וויפעל איך ווייס האט סאטמאר געמאכט די מחלוקת נישט בעלזא, אין לגבי די בעלזא-מחנובקה מחלוקה, ס'מיר אביסל שווער צי שרייבען דערפין ווייל כ'ווייס זייער ווייניג דערוועגען, אבער כ'האב קיינמאל נישט געשריבען אז בעלזא זענען צדיקים, כ'האב געשריבען אז לגבי די סאטמאר-בעלזא מחלוקה קוקט בעלזא אויס מער גערעכט, לגבי אנדערע מחלוקת קענען זיי זיין די זעלבע גילטי ווי סאטמאר, אין דאנק צי גאט כ'בין נישט קיין סאטמארע אין נישט קיין בעלזער, אין פאר יור אינפו נישט קיין אנדערע אויך נישט, די גאנצע "פארטייאישע חסידות" איז א פראבלעם פאר זיך,
מעשה בפרופסר אחד שאמר דעתו המלומדת בשריפת בניני התאומים. אחר כך נעשה מלך, והמליך באימה חשיכה גדולה, כל ימיו חי בפחד שמא יטלו אחרים את כסאו, וישתלטו תחתיו בכיפה בחימה שפוכה. אחר כך נעשה נביא, ונתנבא לבני ישראל ובקול רעש גדול הכריז ואמר, הוי! עד מתי תשתו מים המרים המאררים. שוב אח"כ נעשה צדיק, והיה מוכיח את עם ה' אודות אהבת ישראל והמסתעף.
המשך יבא...
בכלל נישט ראונג, כ'האב קלאר נישט געשריבן אז דו ביזסט א בעלזער, און גראדע איז שוין דער בעלזער-סאטמארע פאליטיק אויך אויסגעשמיעסט געווארן דא אין שטיבל, זיך עס אויף און קום צוריק. כ'האב דיר עס נישט געשריבן איבער מאכנובקה, אז דו האסט דיך דא גענומען צו א קהילה און דערמאנט עפעס אן "אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי" מחלוקה האב איך נאר געוואלט פארשטיין איבער יענע קהילה'ס אנדערע געפעכטן....
יעצט צוריק צו אונזער ענין.., האסט נאך אלס נישט געשריבן קיין דעקונג איבער דיין סאטמאר-שנאת ישראל סטעיטמענט, ניין! כ'גיי דיר נישט פרובירן אויפצוווייזן אז סאטמאר האט ביקור חולים'ס, RCCS, חסד, חבירים וכו' וכו' ועוד ועוד אשר אי אפשר לפרטם כי רבים הם, ווייל דאס איז שוין היינט אלטע אויסגעדראשענע פאקטן (אבער גראדע נאך אלס א פאקט). נאר אנשטאט איך זאל דיר מוזן אויפווייזן אז באמת האבן זיי יא ליב יעדן אידיש קינד, און פרייען זיך בכלל נישט ווען א איד אפילו א צהל'ניק שטארבט (יא דער דורכפאל פארן מדינה וועלן זיי ניטאמאל פרובירן צו לייקענען אז ס'שמעקט זיי), סאטמאר רב זצ"ל האט קלאר געבליטיגט און געשריבן אז מ'דארף מתפלל זיין אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין איד.
ווילסטו זאגן אז סאטמאר היינט איז נישט מתפלל פאר די צה"ל? מאכן נישט דעם מי שברך? נא גוט... אבער זאגן ממש שנאת ישראל??? אויף דעם האב איך דיר געזאגט אז דיין אשכול (סארי...) איז זינלאז און בעיסלאז, אן קיין שום האפט אדער דעקונג, סתם געשריבן מיט אביסעלע האס וואס איינער וואס האט נישט ליב סאטמאר וועט דיר מסתמה שענקן א לייק...
אזא אשכול וואלט געדארפט קומען מיט כאטש צוויי דריי בילדער פון דער איד אדער בלאט, מיט אפאר לינקס צו געשרייבערייען פון ידידינו היקרים דא אין שטיבל ווי זיי שרייבן עפעס אויף וואס דו קענסט דאך שטעלן.
ביז דאן איז דאס סתם געפירקעלערייען און אויב האט איינער א שנאה איז עס דו...! (סארי אגעין...)
פיין געזאגט שעפטל. לאמיר טאקע אזוי טון, נייתי ספר ונחזה, זאל דער צדיק'ל ברענגען אפאר תגובות אלס באווייז פון וואס ער רעדט, און לאמיר דאס אויסארבעטן.
סאטמאר און אירע פיינט
לעצטענס וואקסען דא ווי שוועמל נאכן רעגן אשכולות און תגובות מיט שטארקע רייד דברים כדרבונות אין ריכטונג פון קהילת סאטמאר און אירע מנהיגים, בפרט זינט די דברי חכם העדיף מנביא די רבי מהר''א וואס האט שוין פאראויסגעזען די אלע אטאקעס אז מען גייט אויף סאטמאר מעליל זיין די באקאנטע עלילה ''שונאי ישראל'', צוליב זייער שטעלונג קעגן די אומגליקליכער מדינה וואס האט שוין געקאסט אזא ביטערע פרייז און איר יונגע היסטאריע פון בלויז ''66 יאר''
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען צו די אלע שוויצער און היצער אויף סאטמאר וואלטען אויך אזוי שיין געקענט צונעמען און באשרייבען די אימפעריע פון חסד פון וואס ער און זיינע עלטערן און זיינע קינדער און רינדער זענען כסדר נהנה, אהנע טראכטען א סעקונדע אז די שונאי ישראל און חיות פון סאטמאר שטייען אונטער דעם.
איין פראגע נאר צו די אלע שונאים פאר אידן פיינט, ווען האט איר דאס לעצטע מאל אין אייער לעבן געטון א טובה פאר א צווייטן איד, אז איר פארטרעט אזוי מיט א ברייטקייט די אוהבי ישראל
א נייע אשכול האט גאר וויכטיג אויסגעפעלט יעצט?
פלעין יודישא נייע אשכול האט גאר וויכטיג אויסגעפעלט יעצט?
מען מעג דאך הערן עטוואס פון די אנדערע זייט ניקעל
נאר די שונאי ישראל מעג מען דא לאזען אויפטרעטן ?
ליינענדיג דא די תגובות האלט איך אז ס'אז עכט נישט פעיר אז די ראדיקאלע עקסטרעמיסטן פון די פרומע רעכטע לאגער ווי די נטורי קרתא און צימערמאן ענד קא, האבן זיך ווי אויסציגעבן ממאכט פראטעסטען און ראליס, מעפענט האט ליינס, מגעט ארויס פאשקעווילען, און זייערע בעלי פלוגתא די ראדיקאלן פונעם לינקע אגודיסטישע לאגער האט זיך נישט ווי אויסציגעבן, פון קומען שעלטן אויף קאווע שטיבל ווערט מען נישט רואיג,
איך האלט ס'איז אבייט טיים עטס זאלט אויך אנהייבן ארויסציקומען און די גאסן איך קען שוין קוים ווארטן פאר די ראלי ווי @טיטאניק וועט האלטן א סיין "בעק-דרעק".. @סמבטיון וועט האלטן א סיין "נטורי חרתא = חאמאס"... @אנאנים "משה בער דרעק נעם איין א מיתה משונה@איך אויך וועט האלטן א סיין "שמוציגער סאטמארע חזירים".. פאר א שיינע איד וועט אונזער בערעלע בעל עגלה זיך מנדב זיין מיט זיין ווייסע בארד... @מרדכי הצדיק און @פראפעסאר שפירא וועלן זיין די מער ציוויליזירטע דארט ווי פעלדמאן ביי די נטו"ק און געבן די פרעסס רעליסעס און רעדן צי די מידיא..
נו עטס האטס שוין באלד א שענערע עולם ווי די נטורי קרתא.. (חוץ אויב מרעדט דא סך הכל פון די צוויי זעלבע מענטשן...)
נו רבותי עטס האלטס נישט ס'איז א פלאן?
התם ומתמם עם תמימים: טאמער זוכסטו בערל בעל עגלה מיט די ווייסע בארד, האביך מורא אז דו וועסט מיזן גיין צום אריגינאלן "בערל בעל עגלה", אין די אלטע (ירושלימ'ער) אידישע ליכט. ווייל "אינזער" בערל בעל עגלה האט ניטאמאל א גרעיע בארד. (גרין אדער שווארץ, אפשר?(... 😕 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😂 😂 😠 😛 😉 😮
איים סארי, די אלע פרא-סאטמארע חברה, אדרבה, זאגט מיר איין דיפערענץ פון צווישן כאמאס און סאטמאר.
סאטמארע זענען טעראריסטן, אזוי ווי איר הערט. קאלטבלוטיגע רוצחים באוואפענט מיט בייזוויליגע פלענער און אינטריגן צו פארטיליגן מענטשן וועלכע האבן אנדערע מיינונגען ווי זיי מתחת השמים. א טעראר גרופע וועלכער פארמאגט טונעלן אונטער די ראדני טוילעט שיסלעך, וואס שלענגלן זיך צו א שטרעקע וואס גרייכט אזש ביז צו דער הונטערשטער טיר פון רפואה העלט צענטער, מיט א שפרינג אריבער די סקווירא זיכערהייט כוחות; ראקעטן, פראדעצירט אין די הופפער מיליטערישע ארסענאלן, וועלכע פארמאגן אין זיך א געמיש פון מקווה וואסער מיט פארברענטע חלה, קענען לויט ״דער בלאט״ גרייכן אזש ביז די הויפט-קווארטירן פון די בעלז-ב״פ מוסדות. איבריג צו רעדן איבער די זעלבס-מערדער מיט אויפרייס וועסטלעך וועלכע האבן שוין מער ווי איינמאל פראבירט זיך אויפצורייסן אין קינדער-איבערגעפילטע שולע-באסעס, בעיקר באסעס וועלכע אנטבאלאנגט די קלויזנבורגע מוסדות. ס׳איז דא בילדער ווי די חברה האבן געשוואלנע וועסטלעך, באמבעס וועלכע קוקן אויס ווי פענס, איינגעשטעקט אין זייערע טאשן, צוגעטשעפעט מיט אזא מאדנעם זייגער וועלכן האט א קייטל, און ווערט אקטיוועזירט מיט אן איינגעפלאנצטן קנעפל אויף די ברילן, וואס אפערירט בלויז מיט די פינגער אפדריקן.
דאס זענען ״פאקטן״ וואס אלע ווייסן. טונעלן זענען טאקע ביז ממש לעצטנס געוועזן א סוד, און די ראקעטן אליינס ווייסטאך יעדער ווערט פארמיטן צוליב דעם אייראן-דאום סיסטעם וועלכן איז פלאצירט אויף בערי קליינ׳ס רעסטוראנט.
יואבאיים סארי, די אלע פרא-סאטמארע חברה, אדרבה, זאגט מיר איין דיפערענץ פון צווישן כאמאס און סאטמאר.
סאטמארע זענען טעראריסטן, אזוי ווי איר הערט. קאלטבלוטיגע רוצחים באוואפענט מיט בייזוויליגע פלענער און אינטריגן צו פארטיליגן מענטשן וועלכע האבן אנדערע מיינונגען ווי זיי מתחת השמים. א טעראר גרופע וועלכער פארמאגט טונעלן אונטער די ראדני טוילעט שיסלעך, וואס שלענגלן זיך צו א שטרעקע וואס גרייכט אזש ביז צו דער הונטערשטער טיר פון רפואה העלט צענטער, מיט א שפרינג אריבער די סקווירא זיכערהייט כוחות; ראקעטן, פראדעצירט אין די הופפער מיליטערישע ארסענאלן, וועלכע פארמאגן אין זיך א געמיש פון מקווה וואסער מיט פארברענטע חלה, קענען לויט ״דער בלאט״ גרייכן אזש ביז די הויפט-קווארטירן פון די בעלז-ב״פ מוסדות. איבריג צו רעדן איבער די זעלבס-מערדער מיט אויפרייס וועסטלעך וועלכע האבן שוין מער ווי איינמאל פראבירט זיך אויפצורייסן אין קינדער-איבערגעפילטע שולע-באסעס, בעיקר באסעס וועלכע אנטבאלאנגט די קלויזנבורגע מוסדות. ס׳איז דא בילדער ווי די חברה האבן געשוואלנע וועסטלעך, באמבעס וועלכע קוקן אויס ווי פענס, איינגעשטעקט אין זייערע טאשן, צוגעטשעפעט מיט אזא מאדנעם זייגער וועלכן האט א קייטל, און ווערט אקטיוועזירט מיט אן איינגעפלאנצטן קנעפל אויף די ברילן, וואס אפערירט בלויז מיט די פינגער אפדריקן.
דאס זענען ״פאקטן״ וואס אלע ווייסן. טונעלן זענען טאקע ביז ממש לעצטנס געוועזן א סוד, און די ראקעטן אליינס ווייסטאך יעדער ווערט פארמיטן צוליב דעם אייראן-דאום סיסטעם וועלכן איז פלאצירט אויף בערי קליינ׳ס רעסטוראנט.
יואב, דו ביסט זעכער א טעראריסט!! ניטאמאל א אלערעם ווארענונג געבסטו, קענסט נישט ווארענען וואס קומט ? דו שייגעץ באצאל מיר די קלינערס, מיין רעקל איז אינגענצען אנגעגאסן מיטן טיי וואס איך האב אזוי געמיטלעך געטרונקען עד שאשפגתי.
אבי די רעדט זיך אפ די ראדני פייפער פייפט אלס ווארענונג ווען עס פליט א ראקעט און בערי קליין גרייט אן די איירון דום
מדארף טאקע אריינלייגען און דער יוד א שכויעך פאר ר' בערי פארן היטען וויליאמסבורג מכל צר ואויב
יואב: נאך א באמערקונג. די טונעלן וועלכע לויפן אינטער די טוילעט שיסלען אויף ראדני, און אפילו אויף ראסס סטר. אין זיי וויל איך זיכער נישט אריינקריכן. אפילו אויב דער אנדערער עק ענדיגט זיך אין א קיבוץ אין מדינת ישראל.!!!.. 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😉 😮
פאר ווער עס וויל וויסען די אמת'ע דעת פון סאטמארע רב בעל על הגאולה איבער די אזויגעריפענע נטורי קרתה קען נאכקוקען און קונטרס דברות קודש של פרשיות נשא בהעלותך שלח קרח שנת תשכז (דפוס שנת תשסב) דף יט
(דאס איז די באקאנטע נשא תורה ווען מהאט איינגענומען די כותל וואס האט פארורזאכט א מוראדיגע שטורעם און די יודישע גאס)
בדוו דאס איז די זעלבע דרשה וואס דער בעל על הגאולה האט זיך אויסגעדריקט "לדעתי לדעתי טאר מען נישט גיין צו דער כותל ביז משיח וועט קומען " וואס איז אזוי באוויסט געווארן און די יודישע גאס און ווייניג ווייסען וואס ער האט געזאגט פארדעם אויף די נ. ק. וואס גייען מיט די אראבערס
איך קען דיר אזויפיל זאגן. קיינער אין די יודישע וועלט אחוץ די משפחה זעלבסט קלאגט נישט אזוי ביטערלעך ווען א צה"לניק פאלט און שטארבט אזוי ווי מען קלאגט אין סאטמער.
קוק ביי לוי'ס פון א צה"ל זעלנער ל"ע וועסטו הערן פארטייאישע דרשות ווער סאיז שולדיג און מען שווערט נקמה אויף דעם און יענעם. ווער וויינט. אין סאטמער בלוטיגט מען דער רבי איז געווען דער וואס האט פארגאסן טייכען טרערען אויף די אומגליקליכע נפשות. מיר נעמן נישט קיין שטעלונג מיר זענען נישט מחלק צווישן אשכנזי. ספרדי. תימני. נחל. א תינוק שנשבה איז א תינוק שנשבה.
צדיקל. סאטמאר מיט אהבת ישראל חד הוא
נו, שם טוב, קען זיין כ'האב מיר טועה געווען, קען זיין אז די ניקים וואס שרייבען מיט האס רעפזענטירען נישט סאטמאר, כ'ווייס נישט, כ'האב געשריבען די אימפרעשען וואס איך האב באקומען פין וואס כ'האב געליינט, אין אביסל וואס כ'האב געהערט פין סאטמארע חבירים, אבער למעשה זיץ איך נישט אין א סאטמארע צענטער אז כ'זאל קענען וויסען אויף הונדערט פראצענט וואס די עכטע מציאות איז ביי רוב נארמאלע מענטשען אין סאטמאר,
דאס איז זיכער אז ס'דא עקסטרעמיסטען, נאר ס'קען זיין אז זיי זענען נישט די עכטע אפשפילונג פין רוב סאטמאר, נו דער באשעפער ווייסט דעם אמת, איך האב געשריבען וויזוי ס'האט מיר אויסגעזעהן, האלוואי איז עס נישט אמת, טאמער ס'נישט אמת פריי איך מיר,