זאג וואו האסטו געלייענט? איך וויל עס אויך ליינען.
סאטמאר און שנאת ישראל
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6868
בלאט: 1 2
shem-tovאיך קען דיר אזויפיל זאגן. קיינער אין די יודישע וועלט אחוץ די משפחה זעלבסט קלאגט נישט אזוי ביטערלעך ווען א צה"לניק פאלט און שטארבט אזוי ווי מען קלאגט אין סאטמער.
קוק ביי לוי'ס פון א צה"ל זעלנער ל"ע וועסטו הערן פארטייאישע דרשות ווער סאיז שולדיג און מען שווערט נקמה אויף דעם און יענעם. ווער וויינט. אין סאטמער בלוטיגט מען דער רבי איז געווען דער וואס האט פארגאסן טייכען טרערען אויף די אומגליקליכע נפשות. מיר נעמן נישט קיין שטעלונג מיר זענען נישט מחלק צווישן אשכנזי. ספרדי. תימני. נחל. א תינוק שנשבה איז א תינוק שנשבה.
צדיקל. סאטמאר מיט אהבת ישראל חד הוא
LOL
שמעקעדיגזאג וואו האסטו געלייענט? איך וויל עס אויך ליינען.
גם אני מצטרף בהזמנה שנית
שם טוב!, שקר אין דמיונות האט אויך א שיעור. א יעדעס יוד וואס האט א שטיקעל הארץ , אין באלאנגט נישט צי די סאקמערע גזע, כאפט א שוידער אין א טרייסעל וועל ער הערט אז נאך א ארץ ישראלדיגן זעלנער איז אימגעקימען, די איינציגע וואס פרייען זיך שטארק, - פארשטייט זיך נישט בפומבי, ווייל אין סאטמער מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן אשכנז אין תימן, זיי בליטיגן פאר יעדען קרבן,- זענען ענק מחריבי הדת.
איך וואלט געטוישט אביסעל דיין סלאגאן.
'סאטמער מיט נטורי קרתא חד הוא'
איך וואלט געטוישט אביסעל דיין סלאגאן.
'סאטמער מיט נטורי קרתא חד הוא'
שעפטלשמעקעדיגזאג וואו האסטו געלייענט? איך וויל עס אויך ליינען.
גם אני מצטרף בהזמנה שנית
סמבטיוןשם טוב!, שקר אין דמיונות האט אויך א שיעור. א יעדעס יוד וואס האט א שטיקעל הארץ , אין באלאנגט נישט צי די סאקמערע גזע, כאפט א שוידער אין א טרייסעל וועל ער הערט אז נאך א ארץ ישראלדיגן זעלנער איז אימגעקימען, די איינציגע וואס פרייען זיך שטארק, - פארשטייט זיך נישט בפומבי, ווייל אין סאטמער מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן אשכנז אין תימן, זיי בליטיגן פאר יעדען קרבן,- זענען ענק מחריבי הדת.
איך וואלט געטוישט אביסעל דיין סלאגאן.
'סאטמער מיט נטורי קרתא חד הוא'
שקר און דמיונות האט אויך א שיעור (קרעדיט: סמבטיון)
[ציטאט אראפגענומען]
אוי ווי אמת!
אוי ווי זיס!
א שאד מקען נאר לייקען איין מאל
אויף אייוועלט האט זיך געדרייעט א בריוו וואס א אייראפעאישער תלמיד פון סאטמאר רב האט (געזאלט האבן) געשריבן צו די ארגאניזאציע "נטרונא". דער בריוו ברענגט ארויס דעם מהלך המחשבה פון אסאך אידן, ווי דער היינטיגער סאטמארע עקסטרעמיזם האט גארנישט מיטן סאטמאר רב'ס שיטה וואס איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל און קיינמאל נישט גע'רודפ'ט קיין פריוואטע מענטשן.
לתועלת הקוראים שטעל איך דא ארויף דעם PDF, עס איז טאקע איבער 15 בלעטער אבער עס איז אינטרעסאנט און לוינט זיך צו ליינען.
לתועלת הקוראים שטעל איך דא ארויף דעם PDF, עס איז טאקע איבער 15 בלעטער אבער עס איז אינטרעסאנט און לוינט זיך צו ליינען.
וואס וואלט סאטמערע רב היינט געזאגט
און די יעצטיגע טעג ווען מדינת ישראל איז אריין און מלחמה מיט די ישמאלים הערט מען יעדע מאן דאמר ווייסט וואס סאטמארע רב וואלט ווען געהאלטען יעדער איינער נעמט סאטמארע רב אויף זיין זייט וויאזוי זיין אגענדע איז, אנגהויבן פון די גאר רעכטע וואס האלטען אז יעדער צהלניק זאל איינעמען א מיתה משונה וירום שם אחמעדינדשאד ומאחאמוד, ביז די גאר לינקע וואס האלטען אז סאיז א מלחמת מצווה און אזויווי נישט איך און נישט קיין שום ניק און נישט קיין שום מענטש פארטרעט סאטמארע רב חוץ ער אליין און זיינע 2 ספרים ויואל משה און על הגאולה און זיינע תורות און דרשות ברענג איך דא אראפ א חלק פון איינע פון זיינע דרשות וירא העם וישפוט ליינט און האט הנאה
אוודאי אויף דעם האט מען אוודאי געדארפט מתפלל זיין, די אפיקורסים האבן עס געברענגט אזוי ווייט אז זיי האבן געוואלט קומען די רשעים די ישמאלים ח"ו להשמיד ולהרוג, האט מען געדארפט בעטן אז זיי זאלן נישט קיין כח האבן, זיי זאלן נישט קענען טוהן, דאס האט מען אוודאי געמוזט מתפלל זיין, דאס איז קיין שמועס נישט, ביז דערווייל קודם די גופים, -זיי (ישמאלים) זענען רוצחים אויף די גופים און זיי (ציונים) זענען מזיקים אויף די נשמות און אויף די גופים - נאר אעפי"כ קודם דערווייל מוז מען מתפלל זיין מזאל ניצול ווערן, ח"ו אז מהארגעט איז דאך שוין נישטא וואס צו רעכענען, אזוי האמיר נאך עפעס צו האפן דאך, פון דיא יודן וועט דאך עפעס נאך ווערן, מוועט נאך דעגרייכען א ישועה, דאס איז זעכער.
דע וואס רעדן שטותים מיט הבלים דברי שגעון סזאלן קומען די אראבער, פון די איז נישט דא וואס צו שמועסן די פארשמוצען די פארדארבן, אזוי ווי כהאב געזאגט סשטייט און פסוק ורדו בכם (שונאיכם, פירש"י) מכם ובכם, ער האט אויפגעשטעלט א כת ציונים און דערנאך האט ער געוואלט נעמען מזרחים ווייל סהייסט תורה, און דערנאך איז דא די אגודה, סאיז נאכנישט גענוג צו פארפירן, איז דא אזעלעכע מיטן "לבוש" פון נ. ק. זיי גייען מיט דעם זיי זענען נאך שטערקערע קנאים און זיי פארדארבן, למען השם מזאל נישט קלעבן קיין צעטלעך, מזאל נישט קיין וויכוחים, מזאל נישט רעדן מיט דיא וואס מהאט נישט וואס צו טוהן, סשטייט אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, צווישען יודן אליין ברויך מען זיך האלטען, מזאל זיך היטן פון דיא און פון דיא.
ע"כ דברי הרב מכאן ואילך דברי אויליגער
לכבוד מיין טייערע ברודער אנהענגער פון די אזוי געריפענע נ. ק. איך שעץ זייער דיין שיט-ה אבער פארוואס דארפסטו איינרעדן יעדעם איינעם ובתוכם דיך אליינס אז סאטמארע רב האלט ווי דיר, די ביסט ערלויבט צו האבן דיין אייגענע מיינונג און מיש נישט אריין אנדערע און דיין אגענדע, קיין איין מענטש און די וועלט וועט נישט האלטען דיין מיינוג וועגן סאטמארע רב האט אזוי געהאלטען, און מוועט דיך פונקט אזוי (נישט) אויסהערן ווען די זאגסט עס אליין אן סאטמארע רב. סוי פליז האב סעלף קאנפידענס און שריי אויס רבינו סר מן הדרך איך האלט אנדערש ווי סאטמארע רב

א דאנק אייך שמעקעדיג פארן בריוו, אבער עס קוקט אויס אז נישט דאס איז די ריכטיגע גורם פאר די שנאה און העיט פון אלגעמיינע אידן צו סאטמאר עס וואלט זיך ענדערש פארבינדן מיט דעם מציאות.
ר' אויליגער: קודם א יישר כח. שפתיים קישאק, ווי מ'זאגט ביי אינז אין קאווע שטיבל שיחיה לאורך ימים טובים ונשים. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה, אין א טאג ווען די זון באקט אויף איבער 100 דעגריס. היינט, לאחר פטירתו של צדיק הדור, איז אזא וועלט אז א יעדער מאן דהוא, וועלכער איז ניטאמאל א בר בי רב דחד יומא, הענגט אן זיינע אייגענע פארקרומטע דעות און עם הארצ'ישע בויך סברות אויפ'ן הייליגן סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע, כאילו ער זאל האבן געזאגט די אלע שטותים והבלים וואס זייער אייגענער פיבערהאפטיגער מח פראדוצירט. און דאס איז גורם א בילבול המוחות און חילול השם און שנאת חינם. נאכדערצו ווען זיי זענען עס מלבש מיט א מאנטל פון קנאות און פרומקייט. לפענ"ד וואלט געדארפט זיין א פאר עלטערע אידן תלמידי חכמים וועלכע האבן נאך געקענט דעם רבי'ן זי"ע בחייו, און האבן נאך געהערט די תורת ה' מפי קדשו, זיי זאללן מלקט זיין אלע מאמרים און הוראות בענייני השיטה אין א קונטרס אדער ספר, און מ'זאל עס איבערדרוקן לתועלת הרבים. וילמדו תועים בינה... 😕 🙄 😈 😈 😠 😛 😛 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮
[ציטאט אראפגענומען]
ניין איי דיסעגרי ווען זיי עפענען ווען א על הגאולה וואלטען זיי נישט גערעדט / געשריבן מיט אזא עקסטרעמיזאם די ספר איז פיל מיט ליבשאפט און אהבת ישראל אדרבה גיי און זעה ווי ער וויינט און די הקדמה פון קונטרס על הגאולה אויף יעדע געפאלענע סאלדאט
די אלע עקזטרמיסטען האבן מיט סאטמאר גארנישט זירו נאר אויף סאטמאר איז די גרינגסטע זיך אנצוקלעבן ווייל צווישען קנאות און עקסטרעמיזעם איז א דקותדיגע חילוק כידוע ליודעי חן
עס איז אראפגעקומען א שנאה ביים בארג סיני צו אלע וואס גלייכען נישט ווען מען היט די תורה
די שנאה וואס אן עם הארץ האט לת''ח
די שנאה להבדיל וואס גויים האבען צו אידען
דער זעלבער שנאה זעהט זיך יעצט שטארק אהן אויף די ריכטונג פון סאטמארע אידען וואס זאגען דעם דע''ת איבער די מדינה וואס ליגט על ערש דוי.

שמעקעדיגאויף אייוועלט האט זיך געדרייעט א בריוו וואס א אייראפעאישער תלמיד פון סאטמאר רב האט (געזאלט האבן) געשריבן צו די ארגאניזאציע "נטרונא". דער בריוו ברענגט ארויס דעם מהלך המחשבה פון אסאך אידן, ווי דער היינטיגער סאטמארע עקסטרעמיזם האט גארנישט מיטן סאטמאר רב'ס שיטה וואס איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל און קיינמאל נישט גע'רודפ'ט קיין פריוואטע מענטשן.
לתועלת הקוראים שטעל איך דא ארויף דעם PDF, עס איז טאקע איבער 15 בלעטער אבער עס איז אינטרעסאנט און לוינט זיך צו ליינען.
שמעקעדיג: יישר כח. דאס זעלבע וואס כ'האב געשריבן פאר "אויליגער" זאג איך פאר דיר. כ'האב נאר פשוט נישט באמערקט פריער אז דו ברענגסט צו דעים פי.די.עף.
אלס איינער וואס פלעיגט נאך גיין צו די טישן פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע און געהערט זיינע מוספים, האב איך מיך זייער שטארק געפרייט צו ליינען דעים בריעף. ס'איז באמת אן ענין פון החזרת עטרה ליושנה. און בירור מקחו של צדיק. תזכה למצוות... 👍 😂 👍 😂 😃 🙂 😳 😉 😮
וואס דארף מען מער אז נעכטן האבן אפאר קנאים/סאטמערע/נטורי קרתא/סקריקים, אנגעבראכן די ביינער פון א צה"לניק, אין אויסגעשאסן די פענסטער פון זיין קאר, ביי מנחה מעריב. פרעג איך אייך מיינע טייערע פריינט, איז דען דא א גרעסער מאס רשעות אין רציחה פון דעם? לאמיר פארשטיין, ווען קלויזענבארגע רבי האט געשריגן נאצי פאר דעם פייערלעשער מאן, איז פארגעגאנגען א שעריריה, א סקאנדאל, וואס הייסט? ווי קען א רבי אדער אפילו סתם אמענטש רעדן אזאלכע דיבורים פאר איינער וואס גייט אין פייער פאר אינזערט וועגן, סטאטש, דער פייערמאן איז פשוט זיך מוסר נפש פאר אינזער קאמיונעטי טאג טעגליך, גרייט אריינצושפרינגן אין כבשן האש 24/7, אין דא קומט א רעבי א פארשטייער פון א גאנצע געמיינדע, אין רעד אזעכע פארהאסטע דיבורים? הגע בעצמך, שטייט א מיליטער וואס איז נישט נאר גרייט אריינצישפרינגען אין פייער פאר דיר פאר ווען עס וועט זיך טרעפן, ער זיצט אינעם פייער, ער שטייט צווישן די פלאמען! ער זיצט אינעם שמעלץ טאפ צווישן בליט דארשטיגע אראבער, אין קען יעדע ליאדע סעקונדע פארלירן זיין קאפ/הענט/פוס רח"ל, פאר וועם טוט ער דאס? ער אין אזוי אלע אנדערע זעלנער טוען עס פאר אינזער ברידער אין ארץ ישראל, מיר זאלען קענען גיין אין גאס, קינדער זאלן קענען גיין אין חדר, יונגעלייט זאלן קענען גיין צום ארבעט/כולל, אאזוו, אהן זיכען שעלטער יעדע 10 מעניט פון א פליענדיגע מיסעל. קען גיין א גרופע יונגעלייט אין באקלאפען א זעלנער בשעת מלחמה? בעת ער איז זיך מוסר נפש פאר דיר? לאמיר שוין זאגן אז די האלטס אז מעטאר נישט האבן קיין מיליטער, פיין, וועסט אויסגעבן דיין כעס נאך די מלחמה, אבער בשעת מעשלאגט זיך פאר דיינעט וועגן , בשעת עס פאלן קרבנות פין כלל ישראל רעכטס און לינקס דארף נאך דער חייל כאפן בתוך עמי אין בית מדרש? פארוואס? ווייל ער איז געקומען אריינכאפן א תפלה איידער ער גייט צוריק צום שלאכט פעלד? דער מיסעל קען פונקט אזוי טרעפן דעם קנאי ח"וש, די אראבער מאכן נישט קיין חילוק צווישן חרדים אין קנאים ספרדישע צו ליטווישע, ווי איז ענקער יודיש הארץ?
איינער פארדאמט עס? וואס עפעס? נאר ווען מעשרייט אויף דער גוי דעמאלטס קערט זיך דער וועלט איבער, אבער אויב איז ער א מדינת ישראל זעלנער, אדרבה גוט האבן די שלעגער געטוהן.
אין צום קעפל פינעם אשכול, יא, אזא שנאה קען נאר קומען פין א סאטמערע פרי וואס איז אפגעפליקט געווארן פין די פאקריפעלטע אויסגעדראשענע שיטה/בוים.

קינער האט נישט געבעטן ביי דעם צה"לניק ער זאל גיין אין פייער אדער אין מלחמה אנצוצינדען די פייער זיץ דיר אינדערהיים און הער אויף אנצורייצן דעם בער פון וואלד יומם ולילה וואס ביסטו מדמה דא ?
די ביזט אדער די מאכסט זיך? דאכט זיך אז סעהאט זיך אנגעהויבן מיט פארכאפן 3 ציווילע בחורים ניין? סא ווער האט אויפגעוועקט וועם? אה, די בחורים? זיי זענען שולדיג, ווייל זיי האבן געוואינט אין די שטחים...
ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי די דריי בחורים ס'איז א פארזעצונג נקמה אויף נקמה זייט די הקמת המדינה
מיינסט צו זאגון זייט ישמעאל איז געבוירן געווארן, אדער די ערשטע קרבן ביי כלל ישראל איז געפאלן תיכף נאכן כובש זיין ארץ ישראל?
וואס ביבי האט שוין די באווייזן אז די כאמאס פירער האבען מיט די הריגה פון די בחורים?
ווי איז עס ער האט צוגעזאגט ער גייט עס ווייזען האסט עס באקומען? שיק מיר אין אישי
ווי איז עס ער האט צוגעזאגט ער גייט עס ווייזען האסט עס באקומען? שיק מיר אין אישי
די אמת איז, איך ווייס נישט פארוואס איך טענה זיך דא מיט דיר, אזא איינער ווי די, וואס קען סימפאטעזירן מיט די אויבן דערמאנטע רשעים וואס האבן אנגעקלאפט דעם סאלדאט בעת מלחמה, אין אני ואתה יכולים לדור תחת גג אחד.
קיינער האט מיט זיי קיין סימפאטיע, איך וויל נאר וויסן צו אין אנדערע פעלער ווען יודען ווערן אנגעקלאפט אין ארץ ישראל צו עס גייט דיר אן בכלל
דערווייל איז נישט דא קיין איין בילד פון א צו'מזיקטער צה''ל
ווען די אנדערע צומזיקטע בילדער קומען אן פון דארט גייט דיר עס נישט אהן בכלל
סא רעדט טאקע נישט ווייטער
דערווייל איז נישט דא קיין איין בילד פון א צו'מזיקטער צה''ל
ווען די אנדערע צומזיקטע בילדער קומען אן פון דארט גייט דיר עס נישט אהן בכלל
סא רעדט טאקע נישט ווייטער
סמבטיוןמיינסט צו זאגון זייט ישמעאל איז געבוירן געווארן, אדער די ערשטע קרבן ביי כלל ישראל איז געפאלן תיכף נאכן כובש זיין ארץ ישראל?
די אויפשטייג פון די יעצטיגע אנטי סעמיטיזעם אין די גאנצע וועלט האט אויך גארנישט מיט די מלחמה ס'איז פאריאר אויך אזוי געווען ניין ?
די פאקט איז אז די הלכה היא בידוע גייט אן אבער ס'איז דא ווען ס'איז שטולער און ס'איז דא ווען ס'איז בתוקף אמאל איז עס בתוקף מיט א סיבה און אמאל אן א סיבה דאס מאל איז דאס די סיבה ביי
ביי דע וועי איך וויל זיך נישט אריין מישען און אוודאי איז נישט מותר צו שלאגען א צהל סאלדאט און דער יעניגער איז עתיד ליתן את הדין אבער די הלכה בידוע שטייט ביי עשיו נישט ביי ישמאל
אפשר וויל איינער אריינקומען קלאר און דערציילן דברים כהוויתן וואס איז געווען מיט די סאלדאט ווער האט וועם ווען ווי געשלאגן?
אפשר וויל איינער אריינקומען קלאר און דערציילן דברים כהוויתן וואס איז געווען מיט די סאלדאט ווער האט וועם ווען ווי געשלאגן?
גאנצלקינער האט נישט געבעטן ביי דעם צה"לניק ער זאל גיין אין פייער אדער אין מלחמה אנצוצינדען די פייער זיץ דיר אינדערהיים און הער אויף אנצורייצן דעם בער פון וואלד יומם ולילה וואס ביסטו מדמה דא ?
זיי מוזן סערווירן אין מיליטער
פרטים פאר ווער עס ווייסט נישט.
א חייל איז געקימען דאווענען אין רמת בית שמש ב' אפאר קנאים האבן צישאסו זיין קאר פענסטער, אין ווען ער האט גענדיגט דאווענען האבן זיי איהם באקלאפט די ביינער, עד כדי כך אז מען האט איהם אפגעפירט אין שפיטאל מיט שטארקע וואנדען, די שלעגער לויט ווי איך האב געהערט הייסט אהרן דאווידאוויטש.

דער וואס האט עס געטון איז א חי' סיי ווי אזוי
אז מ'רייסט אונטער דארף מען דאך אויך זאגן די גוטע חלקים. הנגיד המפורסים הרב אליעזר קעסטענבוים, נשיא כולל דמשק אליעזר האט טאקע באצאלט פארן צהל'ניק זיין קאר, און אפאר איבריגע דאלער פאר איבערבעטונגס!
נישט געהערט דערוועגן, אדרבה כל הכבוד! זעהר שיין אין מענטשליך פון איהם.
[ציטאט אראפגענומען]
איז שאולזאהן דיין אייניגסטע קוואל פון נייעס?
דו לייגסט טעגליך ארויף עטליכע לינקס צו אים,
ביזט אן אגענט זיינער?
#כ'וואונדער זיך פשוט
מרדכי הצדיקגעמעקט, ווייל כ'האב באשלאסען אז כ'ווייס נישט גענוג אינפארמאציע צי קענען זיין זיכער אז ס'איז ריכטיג,
😂,
#דאקטער,
בלאט: 1 2