☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אשכול אן א טיטל #6866

אשכול אן א טיטל #6866

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6866
בלאט: 1 2 3

— » זונטאג יולי 27, 2014 8:40 pm

· #213999

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 8:40 pm

· #214000
מזל טוב
@כוכב
@ונבנתה העיר

שמעקעדיג » זונטאג יולי 27, 2014 8:42 pm

· #214001
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני מסכים!

יין שרף » זונטאג יולי 27, 2014 8:48 pm

· #214002
הע, די רבי אליין איז געווארן גבאי...
מזל טוב ונבנתה און כוכב.
[ציטאט אראפגענומען]

איך אויך » זונטאג יולי 27, 2014 8:54 pm

· #214004
שמעקעדיג
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני מסכים!

כוכב » זונטאג יולי 27, 2014 9:01 pm

· #214006
וואו מיין סטראפ? מיין שטעקן מיט עלעקטריק טעיפ? קיינער באקומט נישט נאך פאנטש און אן א באדי קען מען נישט אריין אין פול.
#דער לעצטער כאפט א שמוץ
#כהאב אלץ געוויסט אז מיין הידן טעללענט איז זיין א באס רבי.

יין שרף » זונטאג יולי 27, 2014 9:18 pm

· #214012
ווערט מיר גוט כוכב...
איך קוק נאר ביי דיין פראפייל זעה איך די שטערנס...

דענקער » זונטאג יולי 27, 2014 9:21 pm

· #214016
מזל טוב, @כוכב און @ונבנתה העיר!
כל העולה לגדולה, מוחלין לו כל עונותיו.

ביטע פארגעסט נישט ווייטער מהנה זיין דעם עוילם כיד ה' הטובה אין צוגאב צו אייער גבאות.

כוכב » זונטאג יולי 27, 2014 9:24 pm

· #214017
ווען רעיגען איז געווארן פרעזידענט און האט געקריגן דעם רעפארט וויפיל נוקלעארע וואפן אמעריקא פארמאגט איז אים שלעכט געווארן. דאס האט עווענטועל געפירט צו אן אפמאך מיט רוסלאנד צו מינימיזירן די וואפן געיעג.
כבין קוים געווארן גבאי, און איך דארף שוין טיילענאל...

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 27, 2014 10:27 pm

· #214038
אההה, אזויפיהל כבוד אין די ניין טעג... ווי זאגט יענער, תיסרך רעתך...

קינד_אן_קייט » מאנטאג יולי 28, 2014 10:58 am

· #214131
כה לחי!

כ׳האלט אבער גראדע, אז נעמען אזעלכע בני עלי׳ און זיי פארוואנדלן אין פשוט׳ע טעכנישע ארבעטארער איז א פארשווענדעניש פון זייער טאלאנט, ליבערשט וואלט אפשר געווען א געדאנק ממנה צו זיין יעדן חודש (אדער וואך) עטליכע חברים וואס זייער ציל זאל זיין צו פארבעסערן מבחינת איכות אונזער שטיבל דא, להרים דגלה על נס ולראות בבנינה ותפארתה.

מען קען עס מעגליך צוזאמשמעלצן מיט׳ן תפקיד פון גבאי אדער עס האלטן באזונדער.

אפטעמיסט » מאנטאג יולי 28, 2014 12:07 pm

· #214146
אקעי, איך זעה @ונבנתה העיר ארבעט אריין פעסט, איך ווארט שוין צו זעהן @כוכב'ס פינגער-אפדריקן.

שעפטל » מאנטאג יולי 28, 2014 2:07 pm

· #214187
איי די חברה טיילן מכות... זייערע פינגער אפדריקן גייען בלייבן לעלמי עד...

גייטס אן קינדערליך, יו אר דואינג גוד

קינד_אן_קייט » מאנטאג יולי 28, 2014 6:51 pm

· #214260
[ציטאט אראפגענומען]

חשוב׳ער מנהל ירום הודו,

כ׳האב זיך אפשר שלעכט אויסגעדרוקט (בפשטות) און זיכער נישט געמיינט צו מינערן די וויכטיגקייט פונעם נייעם סיסטעם אדער ח״ו דעם כבוד פון די נייע ממונים, פארקערט, איך שפיר אז די איבערגעגעבענע אחראים דא פארדינען מיט רעכט הכרת הטוב און ס׳איז קלאר אז אן ביישטייערנדיגע הילף תכבד העבודה ויעמדו העם על משה מן הבקר ועד ערב, און טאקע כרדיית הפת ותקיעת שופר פארלאנגט זיך אז די עוזרים בקודש זאלן זיין חכמים ונבונים וואס קענען דעם פינפטן שלחן ערוך און פארשטייען צו לייענען אויך צווישן די שורות און ווייסן וויאזוי צו שפאצירן צווישן די טראפן.

וכיהודה ועוד וויל איך ווידערהאלטן אז צום ערשטן חודש האט זיך עס טאקע אנגעהויבן מיט׳ן רעכטן פוס און די אויסדערוועלטע זענען אנשי חיל, אנשי אמת, ובעיקר, שונאי בצע… כי לו נאה כי לו יאה, גאר איינשטענדיגע און שכל׳דיגע מעמבער׳ס וואס עכ״פ פאר מיר פערזענליך דא זענען זיי פון די עמודי התוך פונעם שטיבל, און כ׳וויל זיי בלויז ווינטשען נחת לרוב און ברכה והצלחה אין זייער אונטערנעמונג.

מיין פארשלאג ווידער, האט בעצם טאקע נישט קיין שייכות צום נייעם ארדענונג און באציעט זיך מער צום תוכן פונעם שטיבל, און אנדערש ווי דעם ניי ערוויילטן לייזונג וואס איז בעיקר אין פלאץ צו האלטן אלעס אין די ראמען און אויספוצען ווי נאר עס פארלאנגט זיך פארבעסערונגען, איז דאס מער געוואנדן אינעם ריכטונג פון איינשפאנען געלונגענע מעמבער׳ס (דוגמת די פרישע ערוועלטע גבאים) וואס זאלן זיך אפגעבן מיט שרייבן מער איכות׳דיגע ארטיקלען צו פארשענערן אונזער שטיבל און איר האלטן אינטערעסאנט.

ס׳איז אפשר דא נישט דאס פלאץ עס אויסצושמועסן, ועוד חזון למועד.

כוכב » מאנטאג יולי 28, 2014 8:06 pm

· #214273
איך מוז באגריסן מיין קאלעגע גבאי ונבנתה העיר, אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה אין דער צייט וואס איך האב מיך קוים עספיעט זיך צו באקוועם מאכן אויפן גבאות פאטעל און ענזוישען די שטערנדלעך, האט ער שוין אויפגעטון גדולות ונצורות.
טייערע חברים, קעלנער האט געמאכט אן אייזערנעם אויסוואל, ער איז באשאנקען מיט א שארפן עין ביקורות, מערקט אין בליץ סעקונדן דברים הצריכים תיקון, און אלעס בהשכל ובדעת כחזקת ת'ח שאין יוצא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, ויותר ממה שקריתי כתוב כאן.
א שאד עס עקספייערט זיין פאסטן נאך א חודש, אן עבירה אים ארויס צו לאזן פון דער האנט.

איך אויך » מאנטאג יולי 28, 2014 11:30 pm

· #214308
הממ דער איז שנעל געקומען צום טעם...

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:08 pm

· #218928
בין איך אפשר א פיש?! מיין הארץ קלאפט און פאמפט! אה, ניין, ס'איז חודש אלול, ווער ציטערט נישט.

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:40 pm

· #218937
[ציטאט אראפגענומען]

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:31 am

· #218968
זעהט אויס מיינע טרערן פון יארן צוריק זענען נתקבל געווארן. איך האב קיינמאל נישט געהאט די זכיה צו זיין די גבאי בחור און ישיבה. קיין שום אידישע תפילה ווערט נישט פארפאלן.

רבותי, קודם א דאנק פאר @ונבנתה העיר מיט @כוכב אויף א געוואלדיגע ארבייט. כ'האב נישט געגלייבט, אבער ס'ליגט דא אסאך מער ארבייט ווי מ'מיינט. ס'איז מיר א כבוד צו העלפן האלטן ק"ש ווייטער אנגיין אויף איר הויכע ניווא. איך האף אז איך וועל זיין מיט יעדעם בצדק וביושר.

איך וויל אויך נעמען די געלעגנהייט צו באגריסן אונזער חשובע חבר @אפטעמיסט. אפטעמיסט ס'איז מיר א כבוד צו ארבייטן מיט דיר, אבער פליז שטופ מיר נישט, ס'דא גענוג פלאץ ביי די בימה.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:32 am

· #219057
@רויטע וואנצעס און @אפטעמיסט קודם קאנגרעטעלעישאנס, און איך וואונטש ענק גאר אסאך הצלחה, כ'ווייס אז ס'איז נישט גרינג, אבער וועמענס לעבן איז יא?

סיי ווי אזוי, וויל איך ענק איינמעלדן, אז די דיעל וואס איך האב געהאט מיט @כוכב און @ונבנתה העיר גייט געהעריג אריבער, על פי חוקי התורה ולהבדיל המדינה, בלי שום טענה ומענה, כל זה נעשה בקנין גמור, ולא יפסל לא בחסיר ויתיר, ולא במחק וטשטוש.

עניוועיס, לאמיך זעהן וואס עטס קענטס...

אפטעמיסט » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:35 am

· #219059
דו ווילסט טאקע זעהן וואס איך קען? כ'גלייב אז נישט...

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:52 am

· #219075
א שאלה צו איך וויל? לאמיך שוין זעהן דו צולייגער (איז דאס א פרעזענדליכע אטאקע...??)

איי לאוו די טשאלענדזש...

אפטעמיסט » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:13 pm

· #225717
מאטי און ראשעשיבע, עטס גייטס אריין אין גרויסע שיך!

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:19 pm

· #225721
אוי,עס קומט א שווערע חודש פאר די קנאים! . . . . . .
Just kidding,
מזל טוב @מאטי און @ראש הישיבה

לעמיל » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:20 pm

· #225722
מזל טוב ביידע. תשרי איז יעדער פארנומען וועט אויך זיין אביסל גרינגער

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:28 pm

· #225723
Wow

סאיז מיר א כבוד איך בין אמאל געווען גבאי.
טשיקאווע צו זעען צוויי פילאזאפן מיט הענטשוך און א שירצל.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:29 pm

· #225724
א געוואלדיגע איינפאל אז די צוויי גאונים זאלן מער מרקד זיין בינינו.

לאליפאפ » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:55 pm

· #230167
דאס בין איך לאליפאפ, גרייט פאר יעדן נאן סטאפ!

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:09 pm

· #230171
יו בין איך עמאושענעל!!!

נא לא איש אנוכי, ווי האט יענער נאר געזאגט, ער איז נישט קיין מענטש, קיינמאל נישט געווען קיין מענטש און וועט קיינמאל נישט זיין קיין מענטש! (ווי האלט איך נאר?? יא יא!) וואס זיכט כבוד, אבער ס'איז די סדר צו זאגן אז רבו עלי חבירי, נאכצוקומען די פאלאנג פון די מנהלי המקום קדוש הלזו בין איך נעתר געווארן לבקשתיהם און אנגענומען דאס גבאי קודש פאסטן.

הערץ מיך אבער אויס מורי ורבותי אחי וריעי! איך האב נישט קיין צייט צו קיין שטותים, דא וועט זיין לאו און ארדער! דא ביהעיווט מען אדער וועל איך מיך ארוממיטשענען דא, וואס ווילט עטס פון אנאלטער איד? הרי אנו כמיליאן דאלער און לאזט מיך רואיג.

אלרייט חברה חברה, מ'האמער דא געהאט @כוכב און @ונבנתה העיר אלס ראש וראשונים, @אפטעמיסט און @רויטע וואנצעס אלס שני לוואטעווער, און @מאטי און @ראש הישיבה אלס שלישי בקודש... די פוסקים שלאגן זיך ארום צו מ'קען ווערן א רביעי... דא וועט מען מוזן אננעמען אז יא.. ווייסטעוואס? עטס וועטס מיר זאגן...

עניוועיס, איך וויל דא באגריסן מיין נייע שותף @לאליפאפ, און באדאנקן פון פראנויס אויף זיין צוזאג אז כל הדבר הקשים גייט זיין זיין דעפארטמענט... אינדזשוי איט און ווארף מיר א ביינדל פון צייט צו צייט.

געגאנגן!

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:17 pm

· #230176
יואש איך ציטער כ'האב געהאט נעכטן א קליינע איזעי מיט לאלי.

לאליפאפ » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:44 am

· #230305
איך אויך
יואש איך ציטער כ'האב געהאט נעכטן א קליינע איזעי מיט לאלי.

לאלי מאכט נישט קיין אישו.. בכלל איז ביי קאווע שטיבל נישט מעגליך אריינצושטופן פריוואטע נגיעות ווען מ'איז אויפן דזשאב.

אבער ביי אונז איז דאס אפילו נישט קיין רעדע. מיט יעדן אויף א גראדע פעידזש.

Chuchem » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:19 am

· #230333
This initiative has brought leadership, and higher quality content to this forum.

כוכב » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:24 am

· #230335
די ראטאציע פראגראם איז א סוקסעס העכער אלע ערווארטונגען, און דאס וואס מאנכע האבן געטענהט, מ'זאל שטעלן גבאים צום שרייבן, עס ארבעט אויטאמאטיש, דער ראש ישיבה האט געשריבן אפשר צען ארטיקלען במשך זיין גבאות, אזוי אויך אלע אנדערע גבאים האבן ב'ה פיל בייגעשטייערט צום שטיבל.

פישלע העררינג » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:49 am

· #237054
עס איז א כבוד און א טשאלענדזש צו דינען דעם חשוב'ע עולם אלץ גבאי חודש. יהי נועם ד"א במעשה ידינו, ומעשי ידינו כוננה עלינו. ונמצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.

פלעין יודיש » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 7:47 am

· #237078
מיטן שטעלן פישעלע אלס גבאי אפשר וועלן מיר דעם חודש זוכה זיין צו חנוכה קאווע בלעטער
איינער געדענקט נאך?

פישעלע אז די ביסט שוין דא, זיי דא אינגאנצן
חדש ימינו כקדם

פישלע העררינג » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 11:53 am

· #237102
פלעין יודיש

פישעלע אז די ביסט שוין דא, זיי דא אינגאנצן
חדש ימינו כקדם

אויפגעבן דער דזשאב? ארויסמופען פון די היים פאר א חודש (חנוכה פארטי'ס מאכט עס אביסל פראבלעמאטיש 🙄 )? וואס מיינט "אינגאנצן"?

קאווע שטיבל ברויך זיין א מקום ווי עס איז רואיג, אביסעלע נייעס, אביסעלע קריטיק, אביסעלע בויכוויי, דא און דארט פאלט מען אריין דורכ'ן טאג. מען שרייבט עפעס, מען ליינט עפעס, און צוריק צום לעבן. עס טאר נישט ווערן ביי קיינעם א "אינגאנצען דא". איינער וואס ווערט אדיקטעד צו קאווע שטיבל אויף גענוג ווייט אז עס נעמט איהם איבער זיין לעבן, ברויך קריטיש וויכטיג זעהן א פסיכיאטער, ווייל סונער אר לעיטער וועט זיין לעבן גיין אגאנג.

יואב » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:11 pm

· #237129
דאס בין איך יואב, ס'איז מיך א כבוד צו באדינען דעם עולם. כ'האף אז כ'וועל פאר קיינעם נישט דארפן שאפן צער און עגמת נפש, און איך האף אז כ'וועל נישט ברויכן זיין אזא איינער וואס וועט באשולדיגט ווערן אין האבן מתיר געווען דאס וואס איז אסור און גע'אסר'ט דאס וואס איז מותר. מיין ציל איז אך ורק צו הייבן דעם ניווא פון אונזער קהילה, און ביישטייערן צו דער פארבעסערונג פון דעם זייטל. איך וויל, און איך גיי בל"נ לייגן א באזונדערן דגוש אויף די תורה ודעת פארומען זיי זאלן נישט סובל זיין אזופיל הבלים, אומערוואקסענע אטאקעס און סתם דברים שלא מן הענין וועלכע געהערן אין בעסטן פאל אין צימעס אדער שמייכל. אויב עמיצער באמערקט אזא אנשטויס און איך בין נישט דארט, זאל נישט האזאטירן מיך צו אישי'ן, איך וועל בעזר ה' פראבירן זען וואס איך קאן טאן.

גלייכצייטיג וויל איך באגריסן מיין קא-ווארקער ערעב פישלען – אם פישל כאן הכל כאן. ויהי רצון שלא יצא מכשול מתחת ידינו.

All the best.

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:07 pm

· #237395
איבערגעגעבן אין גוטע הענט... (א ברירה האב איך געהאט???)

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:26 pm

· #237398
שעפטל ,אויב די מסירה איז נישט געווען מרצונך הוק דיך אן מיט הרב ירא שמים ער קען נאך אפשר ראטעווען די מצב.

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:41 pm

· #237400
זיך גענוג געמיטשעט... ס'ליגט אין בעסערע הענט יעצט

נח בער » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:21 am

· #242597
ווען מיר האבן איבערגעשמועסט דעם תפקיד פון ווערן גבאי און צוהעלפן אזא טייער פלאץ ווי עס איז "קאווע שטיבל" האבן מיר עס אנגעבליקט אלס אן עהרנפולער דזשאב וואס איז א כבוד צו דינען אין דער אמט. יעצט אנטוענדיג די גבאות קליידער האט א ציטער און יראת הכבוד מיר איבערגענומען.

דערזעענדיג ווער עס איז מיין שותף אין דער ארבעט, נישט קיין צווייטער ווי דער גאר רעספעקטפולער "ראובן", דער וואס האט מיינע ידיעות דערקוויקט און בארייכערט אויף ריזיגע נומערן, איז דער ציטער געמישט געווארן מיט פרייד אז מיר זיצן נעבן אזא אדם גדול.

מיר האפן צו ערפילען בשלימות דאס וואס מיר האבן אנגענומען און ערנסט אויספירן דער שליחות צו אלעמענס צופרידנהייט.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:25 am

· #242600
אי מלכא אנא - עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי? (גיטין נ''ו א')

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:07 am

· #242606
פאלט מיר איין א חקירה, וויאזוי מאכט די הנהלה זיכער אז די צוויי גבאים זענען טאקע צוויי אנדערע מענטשען?
כ'רעד נישט ספעציפיש, סתם בכללות.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:32 am

· #242610
לעיקוואד
פאלט מיר איין א חקירה, וויאזוי מאכט די הנהלה זיכער אז די צוויי גבאים זענען טאקע צוויי אנדערע מענטשען?
כ'רעד נישט ספעציפיש, סתם בכללות.

די הנהלה ווייסט דורך די איי פי אדרעס.

דריידל » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:54 am

· #242640
הוא קעירס אויב ס'איז דער זעלבער מענטש, ווילאנג די ארבעט ווערט געטון.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:57 am

· #242642
און ביי דע וועי, לעיקוואד, דעס איז א פשוט'ע שאלה, נישט קיין "חקירה" 😉

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:26 am

· #242646
דיזע חודש אויסוויילן זענען סורפרייזענד משני הצדדים ,מצד אחד איז טאקע נישט צו פארשטיין ווי אזא חשובע ניק ווי ראובן באקומט ערשט יעצט דאס בענקל ומצד שני דער אנדערער בן בלי שם איז אויך א סורפרייז (אחוץ אויב ער איז פשוט איינע פון די הוקט אפ חברה'ס צווייטע ניק).

זאלן זיי ביידע האבען מוטשאס הצלחה.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:43 am

· #242648
איך אויך
דיזע חודש אויסוויילן זענען סורפרייזענד משני הצדדים ,מצד אחד איז טאקע נישט צו פארשטיין ווי אזא חשובע ניק ווי ראובן באקומט ערשט יעצט דאס בענקל ומצד שני דער אנדערער בן בלי שם איז אויך א סורפרייז (אחוץ אויב ער איז פשוט איינע פון די הוקט אפ חברה'ס צווייטע ניק).

זאלן זיי ביידע האבען מוטשאס הצלחה.

בקיצור, אז מ'עוורעדזשד אויס ביידע אויסוואלן הערט זיך דאס יא ווי א נארמאלער אויסוואל.

שלמה המלך » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:06 pm

· #242665
גבאי הולך וגבאי בא והשטיבל במקומו עומדת....
געוואלדיג די אייגענארטיגקייט פון די מנהל מיט די חודש'ליכע גבאים... א נאבעלע ארבייט!
יש"כ
שלמה מלך ישראל

ידען » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:52 pm

· #242695
ווער סע מיינט אז סיז מער אזא כבוד זאך האט א טעות. די גבאים קענען דערציילען (נאך די חודש) אז סיז נישט אלץ אזוי גרינג. א סאך מאל מיז מען גיין צווישען טראפען אז יעדער זאל זיין צופרידען.

בציקער, סיז נישט א טייטעל וואס מע געט פאר די מער חשובע שרייבער. סיז א ארבעט. און סיז א ריזיגע העלפ פאר אונזערע פלאץ דא. א גרויסע ישר כח פאר אלע גבאים פון פריער און פון יעצט.
בלאט: 1 2 3