און איצט מיינע חברים ווערטיאלים איז געקומען אויף מיר די רייע צו הערשן אלס גבאי, און ווי דער סדר איז וואלט איך געוואלט הערשן מיט א אייזערנעם ארעם, אזוי ווי אלע גבאים וואס זענען געוועין פאר מיר, נעמליך אויסטיילן דא צרות וויפיל עס גייט אריין, מעקן מישן טיילן האקן ווארענען שפארן עפענען העצן צינדען לעשן וואס אימער איך קען טיען.
נאר היות איך ווייס אז מיין גבאי קנעפעלע איז ווי א ליכטל און ווען חודש אייר גייט פארביי ווער איך ציריק א פשוטע איד, על כן וועל איך איינריען, איך וועל אויסניצן מיין הערשאפט אלס גבאי ווי א פשוטע שליח ציבור וואס גייט צו צים ברעיטל מיט א האפענינג אז דער ציבור וועט אים גלייכן, אז ווען ער דרייט זיך אויס ביי באו בשלום זאל ער נישט זעין ווי דער עולם קאטשקעט זיך פאר געלעכטער פונעם, מען זאל בלייבן מיט א גיטן איינדרוק אויפ אים ווען ער ווערט ציריק א בן אדם.
וואס גענוי מיין תפקיד איז פארשטיי איך נאך דערווייל נישט, איך גלויב אז איך וועל זיך דערלערנען אויפ אייערע בערד, אויב זעיט איר אז איך פיר נישט אויס מיין תפקיד ווי איר האלט אז איר וואלט געטיען אלס גבאי, אדער אז איך בין צו שטרעינג און פארליר זיך אביסל, זייט מיר דן לכף זכות, פארבינט זיך צומיר און אישי, כדי איך זאל זיך קענען און אייך פערזעינליך נוקם זיין...
כלפי מה הדבר נאמרים, עס איז דא א נייער שעריף אין טאwן, און מיר גייען דא מאכן ארדענונג ווי עס געברויך צו זיין....
אקעי העלא נעם א וויץ עס גייט זיין אקעי, ביטע לאזט מיר וויסן און אישי, וועימען עס איז אויף אייער נודניק ליסטע, און מיר וועלן ביידע צונעזאמען זיך נוקם זיין לויט יעדעם איינעם'ס פארשטאנד....
אלס גבאי וועל איך לייגן דריי פינטלעך נאך א וויץ כדי שלא לבייש את מי שאינו אוחז...
אקעי שוין ווייטער פארפארן, ארויס מיטן שיך פונעם פה-סח, איך האב געליינט דעים מעניול פון וואס עס פארלאנגט זיך אלס גבאי, אבער ווי איך זעי פירט זיך יעדער אויף זייער פיין, קיינער רעדט נישט וואס מען ברויך נישט, אלעס איז האנקי דראדל, אונז זעמער שטאלץ, אונז מאכמער געהעריג חוזק פון אלע וואס זענען באיי צלמוועלט, און פון קרעשנעף, עס קומט א פרייליכע חודש, מיר מוזן די חודש זיין מער בשמחה ווי סיי וועלכע חודש, ווייל די חודש איז דא די ג'אסרטע ספירה מוזיק וואס אפילו אלע רבנים פארשטייען אז מען ברויך עס אסר'ן, דאס איז די איינציגע זאך וואס איך האב זיך געפינען בדעה אחת מיט אלע רבנים.
מיין פאלאנג אלס גבאי אז דער עולם זאל זיך נישט קריגן, יעדער זאל מסכים זיין צו אלעמען, יעדער זאל גיין אין א שפאן, מען זאל קויפן אלעס וואס ווערט עדווערטייזט, אנגעהויבן ביי אלע לג בעומר סעילס, און די ספעציעלע שבועות קרעפלעך פון נר מצוה וואס גייט אויסזעין ווי קליינע תורה'לעך, זיי גייען היי יאר שוין ארויסקומען לויט ווי זיי מעלדען מיט לג בעומר שיסער'ס, עס וועט זיין ביי יעדע שמש, זיי גייען צי שטעלן גרעסערע סייזעס פאר טאטעס און זיידעס, און קלענע פאר קינדער., מען זאל קויפן פאר יעדעם לויט זיין סייז, גענוי ווי ביי די שאנעת, קיינער טאר נישט פארשן קיין מקור, אויב יא וועל איך עס תיקף ומיד פארשפארן.
איך פריי זיך זייער צי האבן אזא גיטע שותף לדבר ווי
@שמערל, ער ווייסט זיכער וואס מען ברויך טיען דא, ער וועט זיכער קענען פארדעקן מיינע זינד, און נעמען דעם פאל פאר מיינע אנמאכענישן, זאל אים דער בורא היטן און שיצן פון אלע רידערער'ס, שמערל וועט זיין א דעלישעס גבאי, והוא נועם ד' עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו.