☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » כאפצעם! ר' אהרן זוכט שוין ווייטער עטענשן!

כאפצעם! ר' אהרן זוכט שוין ווייטער עטענשן!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6819

קושקע » דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:46 pm

· #212390
כאפצעם! ר' אהרן זוכט שוין ווייטער עטענשן!
ווי באקאנט ביי קינד און קייט איז דער ר' אהרן א שרעקליכע עטנשען סיקער שאין דגמתו, פון אינדערפרי ווען ער שטייט אויף פון שלאף ביז ביינאכט ווען ער לייגט זיך זיך אין בעט אריין, ארבעט נאר זיין מח ווי קען איך כאפן נאך עטענשן, ער האט שוין בעבר אפגעטאן געפערליכע מעשים תעתועים אלעס נאר פאר עטענשן, מ'קען איהם פשוט נישט קאנטראלירן. השם ירחם.
דא אין דעם אשכול וועל איך רעגלמעסיג (אדער ווער ס'וויל) באריכטן אלע זיינע מעשים, וואס די וועלט ליידט זיך צאם צוליב זיין עטענשן עדיקשן.
אונזער יונגאטש דער ר' אהרן איז די וואך געפארן אויף וועקעשן, וואס דאס אליין איז אויך זיכער זיכער פאר עטענשן, ער האט פשוט נישט גענוג עטענשן ניו יארק איז ער געפלויגן ביז ניו העמפשער כאפן נאך עטענשן רח"ל, אבער דאס איז ליידער נישט גענוג געווען פאר איהם, נאר פארן ארויספארן האט ער נאך אויסגעפיעט צו טאן נאך א ווילדע אקט, ער האט אפגעשריבן א לאנגע קשיא פאר זיינע חסידים איבער די לימודים פון די חבורות וואס ער האט מייסד געווען פאר עטענשן.
הכר נא זאת מצאנו!

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:59 pm

· #212394
וואס האקסטו אין קאפ אריין!
למה נקרא שמו קושקע ע''ש שמקשקש סתם...

שכלדיג » דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:02 pm

· #212395
זעט אויס ס'איז א משפחה קראנקייט, זיין פעטער דער ויואל משה האט זייער ליב געהאט אטענשן זיין טאטע דער ברך משה האט אויך זייער ליב געהאט אטענשן, כפי השמיעה גייט דאס אין די משפחה פון דעם ישמח משה ביז צום עצי חיים, נו, אז זיי האבן געמעגט, מעג ער אויך, כנלע''ד.

עפל סיידער » פרייטאג יולי 18, 2014 12:15 pm

· #212525
טאקע א שיינע זאך א רבי און ראש ישיבה לאזט נישט איבער זיינע צאן קדשים אפילו ביי די וואקאציע, ממנו ילמדו וכן יעשו נאך אפאר יאר זעסטו עס ביי זיין אינגערע ברודער אויך, קאמפעטישן האט אלס געבויט און אויפגעטטן לטובת הציבור.

#שוין צייט אויסצווואקסן די עטענשן קרענק, לאמיר ווערן גרויסע ברודער'ס.

guar » פרייטאג יולי 18, 2014 1:11 pm

· #212533
ולמה נקרא שמו קישקע קוקט אויס די קושקעס דרייען זיך דיר

איי פיל יאר פעין נעבעך

דרך אגב בין איך מוחה אויף וואס די מאכסט בזיון תלמיד חכם וואס אין תרופה למכתו

משבק » פרייטאג יולי 18, 2014 2:18 pm

· #212543
אפשר מאכן אן עקסטערע אשכול פון ר אהרןס קשיא .און פרובירן זוכן תירוצים?

ברוך שאמר » זונטאג יולי 20, 2014 1:48 pm

· #212684
ער איז אפשר נישט צדיק הדור אבער ער איז זיכער דער מנהיג הדור קיק ווי ביזי מען איז מיט וואס ער טיט אין ווי ער גייט אין וואס ער זאגט אין ווען ער זאגט וכו" וכו"

עפל סיידער » זונטאג יולי 20, 2014 1:58 pm

· #212688
דעס טענה'ן דאך זיינע קעגנער אז ער זיכט נאר ווי אימער מען זאל פון אים רעדן, און זיי פאלגען אים און זענען מקיים זיין ווילען, זיי רעדן און רעדן נאן-סטאפ פון אים.

זלמן זאפיר » זונטאג יולי 20, 2014 2:03 pm

· #212689
נפתלי בלומנפעלד האט שוין געשריגן 10 יאר צוריק אז דער סאטמאר רבי שליט"א איז שליט אויף די מוחות

פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 7:01 pm

· #250870

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 30, 2015 11:56 am

· #250939
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז דאס א יוצא מן הכלל פון אנדערע צימעס אשכולות? צימעס איז די אפפאל פונעם שטיבל סייווי.

ציבעלע-קיגל » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 9:21 pm

· #251006
ברוך שאמר
ער איז אפשר נישט צדיק הדור אבער ער איז זיכער דער מנהיג הדור קיק ווי ביזי מען איז מיט וואס ער טיט אין ווי ער גייט אין וואס ער זאגט אין ווען ער זאגט וכו" וכו"


יא יא אויך מיר א מנהיג. אויף אזא מנהיג ווערט דערציילט אז עס איז אמאהל געוועהן אזא רבי וואס האט אויך זייער ליב געהאט דער ספאט-לייט און ווען ער איז אנגעקומען צום בי"ד של מעלה נאך הונדערט און צוואנציג זאגט איהם א מלאך אז פאר 50 אלפים גייט ער גלייך אין גן עדן.

פרעגט ער וואס איז פשט?

זאגט איהם דער מלאך... וואס פארשטייסטו נישט? אונטען האסטו באצאלט 10 אלפים איעדע וואך צו זיין אויפ'ן קאווער פון כל העולם כלו דארפסטו דא אויך באצאלען

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:18 am

· #296889
ס'שוין דורך די שבעה און אויך די הקמת המצבה אין טאהש, ע"כ ערלויבט איך מיך אצינד צו פרעגן דאס וואס עגבערט אסאך מענטשן.

פארוואס איז מהר"א געפארן ביז קאנאדא מנחם אבל זיין טאהשע רבי? האט ער עפעס געהאט אזא שטארקע שייכות מיט'ן טאהשע רבי ז"ל? אדער אפשר איז ער גאר שטארק באפריינדעט מיט'ן נייעם רבי'ן?

יעצט צוויי זאכן:

א. איך ווייס אז טאהשע רבי איז געווען פאררעכענט ביי אסאך אלץ צדיק הדור, אבער עם כל זה פארשטיי איך נאך אלץ נישט פשט פון זיך אינטערנעמען אזא לאנגע נסיעה. סא פליז ברענגטס נישט דא ארויף איבער זיין קדושה אין צידקות.

ב. טייערע ארונים ניקס, פליז ענטפערטס צו דער זאך. זאגטס נישט אז ס'באדערט מיר אז רז"ל האט נישט א פריוואטע פליגער אדער אנדערע בעבישע תירוצים. איך שטעל מיך פאר אז ס'איז דא א סיבה פארוואס ער איז געפארן און איך וויל וויסן.

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:23 am

· #296891
Re: כאפצעם! ר' אהרן זוכט שוין ווייטער עטענשן!
סאיז אוועק די צדיק הדור יעצט נעמט ער איבער די אמט , איז דאך נישט מער ווי מענטשליך ער זאל גיין …[emoji1]

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:33 am

· #296903
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט דו האסטוך די תירוץ פאר דיינע אויגן ער האט שוין לאנג נישט געהאט קיין עטענציע

די עכטע סיבה פארוואס ער איז געפארען באלאנגט נישט אין צימעס

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 7:46 am

· #296905
אז כ'על עס פרעגן אין די בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל אשכול וועסטי ענטפערן נארמאל?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:32 am

· #296932
אויב מעג איך ענטפערן... ער איז געפארן ווייל ר' אלימלך איז געקומען צו אים ווען ער איז געזיצן שבעה ל"ע

signout » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:49 am

· #296933
נישט אז איך פארגלייך מהר''א צו מהרז''ל, אין איך בין נישט דא אינטערסירט צו זאגען פארוואס מהר''א איז געפארען, אבער ווען מהרז''ל האט געדינגען א פליגער צו די לוי' (אין מ'האט עס געמוזט קענסלען ווייל טאהש האט נישט געוואלט זיך אינטערנעמן צו ווארטן אויף אים-מפי השמועה) האסטו אויך געפרעגט קשיות?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:14 pm

· #296936
שעפטל
אויב מעג איך ענטפערן... ער איז געפארן ווייל ר' אלימלך איז געקומען צו אים ווען ער איז געזיצן שבעה ל"ע


שכוח פאר די ענטפערן נארמאל

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:17 pm

· #296937
signout
נישט אז איך פארגלייך מהר''א צו מהרז''ל, אין איך בין נישט דא אינטערסירט צו זאגען פארוואס מהר''א איז געפארען, אבער ווען מהרז''ל האט געדינגען א פליגער צו די לוי' (אין מ'האט עס געמוזט קענסלען ווייל טאהש האט נישט געוואלט זיך אינטערנעמן צו ווארטן אויף אים-מפי השמועה) האסטו אויך געפרעגט קשיות?


קודם כל, האב איך נישט געוויסט אז מרז"ל האט געדינגען א פליגער (איך בין גאנץ קנאפ באקאנט מיט די סדר היום פון ביידע, מער ווייניגער ווייס איך נאר וואס ס'ווערט באריכטעט דא אין שטיבל). צווייטענס, א לוי' איז אביסול אנדערש ווי ניחום אבלים.

קאסטנער » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:51 pm

· #296965
Re: כאפצעם! ר' אהרן זוכט שוין ווייטער עטענשן!
עס יוזעלל פין פיר האט נאר איינער געקענט ענטפערן נארמאל,
די איבריגע מיט זייערע עפאביעס..

signout » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 2:14 pm

· #297165
ווען איינער שפילט כאילו ער איז א דרויסענדער אין פרעגט סתם פאר זיין נייגער ענטפרן אים רוב מענטשן עם עקש תתפטל

ראוונע » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:11 am

· #297236
שמעון וואלף
ס'שוין דורך די שבעה און אויך די הקמת המצבה אין טאהש, ע"כ ערלויבט איך מיך אצינד צו פרעגן דאס וואס עגבערט אסאך מענטשן.

פארוואס איז מהר"א געפארן ביז קאנאדא מנחם אבל זיין טאהשע רבי? האט ער עפעס געהאט אזא שטארקע שייכות מיט'ן טאהשע רבי ז"ל? אדער אפשר איז ער גאר שטארק באפריינדעט מיט'ן נייעם רבי'ן?

יעצט צוויי זאכן:

א. איך ווייס אז טאהשע רבי איז געווען פאררעכענט ביי אסאך אלץ צדיק הדור, אבער עם כל זה פארשטיי איך נאך אלץ נישט פשט פון זיך אינטערנעמען אזא לאנגע נסיעה. סא פליז ברענגטס נישט דא ארויף איבער זיין קדושה אין צידקות.

ב. טייערע ארונים ניקס, פליז ענטפערטס צו דער זאך. זאגטס נישט אז ס'באדערט מיר אז רז"ל האט נישט א פריוואטע פליגער אדער אנדערע בעבישע תירוצים. איך שטעל מיך פאר אז ס'איז דא א סיבה פארוואס ער איז געפארן און איך וויל וויסן.

קען זיין איך בין נישט גערעכט אבער פונעם ליינען די בלאט אין די שלחן מלכים די וואך זעהט מיר אויס ווי די אהרונים האבען עפעס א ספעציעלע אינטערעסע אז רבי מיילעך זאל מצליח זיין (נאכאמאל סאיז נישט מער ווי א פילינג וואס איך האב איך קען נישט אנצייגען אויף עפעס ספעציעל) ממילא קוק איך אן די ניחום אבילים ווי א אקט פון חיזוק אין שטיצע פארען נייעם רבי׳ן אז אזא גרויסע רבי ווי סאטמארער רבי האט זיך אנגעשטרענגטאים צו קומען מנחם אבל זיין

שלמה המלך » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:36 am

· #297242
נא זאגזשע אויס דעם סוד פארוואס ווילען די אהרונים אז די נייע טאהשע רבי זאל מצליח זיין? וואס איז זייער אינטערעסע דערין?

ראוונע » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:42 am

· #297244
שלמה המלך
נא זאגזשע אויס דעם סוד פארוואס ווילען די אהרונים אז די נייע טאהשע רבי זאל מצליח זיין? וואס איז זייער אינטערעסע דערין?

איך ווייס נישט איך האב דאך שוין געזאגט אז עס איז בלויז אן הרגשה

גאנצל » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:35 am

· #297281
די איינמאל בין איך נאך נישט יורד לסוף דעתו וואס האט געברענגט ר' אהרן אראפצופארן ביז טאהש בו בזמן וואס קיין איין אנדערע רבי האט דאס נישט געטון (ר' מיילעך האט מסתם מנחם אבל געווען נאך רבנים און קיינער איז נישט צוריקגעפארן צו אים )

גראדע אויף די בילדער פון ר' אהרן מיט'ן טאהשן רבי'ן ז"ל זעהט מען א אויסערגעווענליכע אהבה פונעם טאהשע רבי צו ר' אהרן און אזוי אויך זעהט מען די געוואלדיגע הערצה און הכנעה וואס ר' אהרן האט צום טאהשע רבי ז"ל

אויסער דעם האט מיר איינער געזאגט אז ר' מיילעך האט זיך אסאך דורכגערעדט מיט ר' אהרן ווען ער האט געהאט זיינע שווערע צייטן אין טאהש און זיי זענען גוטע ידידים

ראוונע » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:54 am

· #297294
שטימט מיט מיין טעאריע אז די אהרונים האבען א ספעציעלע אינטערעסע אז רבי אלימלך זאל מצליח זיין אין זיי זוכען צו הייבען זיין אימעדזש
סתם פאר אינטערעסאנטקייט דאכט זיך מיר אז טאהשע ביהמ״ד אין קרית יואל באשטייט נישט פון קיין גוטע פריינט פון רבי אהרן

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:41 am

· #297542
איך האב נישט קיין אהונוג וואס פונקטליך מ'וויל דא, און וואס מ'רעדט.
מיך גייט גאנץ קנאפע אן צו ר' אלימלך איז מצליח צו נישט, אויב עפעס וואלטן די ארונים אים געוואלט זעהן אין דער ערד, ער איז מסתמה געווען פון די ערשטע צו עפענען א חסידות שוהל אין קרית יואל, די טאהש'ע שוהל, וואס בו בזמן זיי פארשטייען נישט פון אזא מוסג פון עפענען א סאטמארע שוהל אין טאהש... איך ווייס זיי זענען געקומען פרעגן, און געמאכט זיכער אז מהר"א נעמט אנטייל אין די חנוכת הבית און ביים טאהש'ע רבי ז"ל'ס באזיך. אבער אין פאקט רוב מתפללי ביהמ"ד טאהש זענען נישט קיין ארונים. (מיט א נארמאלע הסבר גראדע..).
נאך מער, אסאך פון די סוקריקים אין טאהש זענען געוועזענע תושבי קרית יואל, וואס זענען געגאנגן קעגן דעם סיסטעם אין קר"י און האבן זיך געטראפן ס'פלאץ אין טאהש, ביז ווילאנג ס'איז מקוים געווארן דעם מאמר החכם "אז מ'לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף צוגראדזשעט..." און טראבל מעיקערס בלייבן אזוי פון נאטור קיין חילוק פון די ליפט פון ארה"ב אדער קנדא... דא וואלטן גראדע נאכאמאל די ארונים געקענט הנאה האבן פון די מחלוקה אין טאהש.

אבער אלעס אין די זייט, פארוואס זאל איינעם אנגיין צו ר' אלימלך איז מצליח צו נישט??? ער נעמט פון קיינעם גארנישט אוועק.

און ווי איך האב שוין געענטפערט, ר' אלימלך איז געקומען מנחם זיין, א מעריץ טאהש האט געצאלט דעם פריוואטע פליגער, ס'האט געדויערט בערך ווילאנג ס'האט געדויערט מנחם אבל צו זיין דעם סטריזובער אין בארא פארק....

איי אנדערע רבנים צו וועם ר' אלימלך איז געקומען זענען נישט צוריקגעפארן, דעס איז א תירוץ??? צו גאר א קשיא...?

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:46 am

· #297545
[quote="שעפטל"]איך האב נישט קיין אהונוג וואס פונקטליך מ'וויל דא, און וואס מ'רעדט.
מיך גייט גאנץ קנאפע אן צו ר' אלימלך איז מצליח צו נישט, אויב עפעס וואלטן די ארונים אים געוואלט זעהן אין דער ערד, ער איז מסתמה געווען פון די ערשטע צו עפענען א חסידות שוהל אין קרית יואל, די טאהש'ע שוהל, וואס בו בזמן זיי פארשטייען נישט פון אזא מוסג פון עפענען א סאטמארע שוהל אין טאהש... איך ווייס זיי זענען געקומען פרעגן, און געמאכט זיכער אז מהר"א נעמט אנטייל אין די חנוכת הבית און ביים טאהש'ע רבי ז"ל'ס באזיך. אבער אין פאקט רוב מתפללי ביהמ"ד טאהש זענען נישט קיין ארונים. (מיט א נארמאלע הסבר גראדע..).
נאך מער, אסאך פון די סוקריקים אין טאהש זענען געוועזענע תושבי קרית יואל, וואס זענען געגאנגן קעגן דעם סיסטעם אין קר"י און האבן זיך געטראפן ס'פלאץ אין טאהש, ביז ווילאנג ס'איז מקוים געווארן דעם מאמר החכם "אז מ'לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף צוגראדזשעט..."און טראבל מעיקערס בלייבן אזוי פון נאטור קיין חילוק פון די ליפט פון ארה"ב אדער קנדא...

ביי צומות הגידין וויירוס זאגן זיי אז ס'איז יא א חילוק פון קענעדע און די גאצנע וועלט ווייל די העלט רעגולאציעס איז אזוי שטארק אז ס'דרייט איבער די נאטור אין קאנאדע

קען זיין די טראבל מעיקערס האבן געהאלטן אז די העלט דעפארטמענט אין קאנאדע וועט זיי העלפן ...........

כן נראה לי בדרך צחות

יונגע דור » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:35 pm

· #298785
[ציטאט אראפגענומען]

אין אייוועלט וואלט איר נישט געקענט עפענען די אשכול אין די פירסט פלעיס