אין בני ברק וועט גארנישט פאלען
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6801
אין בני ברק וועט גארנישט פאלען
יעדער בי בר רב דחד יומא אין בני ברק ווייסט די ווערטער פון הגאון ר' חיים קניבסקי שליט"א אז אין בני ברק וועט גארנישט פאלען. ווען ארץ ישראל איז געווארן בארעגענט מיט סקאד'ס פין עיראק האט ער געזאגט אז מען דארף נישט מורא האבן און מען דארף נישט צוגרייטען א חדר אטום, און אזוי ביי אלע מלחמות עד היום האט ער שטענדיג אזוי געזאגט. ולא נחה דעתו ביז ער האט מפרסם געווען א בריוו בעצם כתב ידו ווי ער שרייבט אז אין ב"ב וועט נישט זיין קיין באמבעס.

הגראי"ל שטינמן ווייטער פארלאזט זיך נישט אויף ר' חיים און ער האט געזאגט אז אפילו אינמיטען שמונה עשרה דארף מען אנטלויפן.
www.bhol.co.il/Article.aspx?id=70849&cat=6 די מיסעלס זענען פונקט אזוי ווי אן עקרב.
אנדערע זאגן גאר אז דער חזו"א האט געזאגט פאר א ירושלימער איד אין 1948 (מלחמת השחרור) וואס האט זיך אויסגערעדט אז ער האט מורא אין ירושלים ווייל די ירדנ'ער באמבארדירן דארט, האט אים דער חזו"א געזאגט אז ער קען קומען קיין בני ברק ווייל דארט וועט נישט זיין קיין באמבעס (די ירדנ'ער האבן נישט געקענט באמבאדירען ביז בני ברק) ותו לא אמר ולא מידי, און ראט"ט האט עס איבערגעדרייט פאר א תורה שלימה אז בבחינת שגגה שיצא מפי השליט איז להרע וק"ו להטיב, און עד עולם וועט קיינמאל נישט פאלן גארנישט אין בני ברק.
דאס איז א לאנגער און זייער א חשובער נושא אויסצושמועסן, אפילו אז דער חזו"א האט
יא אזוי געזאגט איז עס בגדר
נבואה וואס מוז מקוים ווערן? קען זיך נישט חלילה מאכן אז עס זאל יא פאלן אפילו עס איז דא א הבטחה פונעם חזו"א? איז עס ריכטיג וואס הונדערטער קינדער מאכן זיך נישט וויסענדיג ווען עס קומט א מיסל און שטעלען זיך איין זייער לעבן אויף א ווארט פונעם חזו"א? ווייטער האבן דען עלטערן רעכט אינגאנצן זיך נישט צוטוהן מאכן פונעם אלארעם? מילא אויף זיך קען זיין אז מען מעג זיין א מאמין אין א פארנעפעלטע ווארט פונעם חזו"א, אבער האבן זיי דען א רעכט אויף זייערע קינדער זיי אייצושטעלען זייער לעבן?
אזוי צי אזוי, נפל דבר בני ברק תרתי משמע, און
נעכטען איז געפאלן א שטיקעל מיסל אין בני ברק, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אבער פארט איז עס געפאלן.
עס איז העכסט צייט אז דער עולם דארט זאל מאכען א חשבון הנפש צי איז עס נארמאל אחריות'דיג און הלכה'דיג אויסגעהאלטען זיך נישט צו טוהן מאכן פונעם אלארעם.
אין די צייט וואס די ווערד פונעם דאלער קעגן די איזרעאלישע שקל האט געהאלטן אין איין פאלן, אנמאכנדיג גרויסע הפסדים פאר די וועלכע זייער אינקאם איז געווען אין דאלערס.
איז א איד אריינגעקומען צו ר׳ חיים קנייבסקי שליט״א מיט טרערן אין די אויגן: רבי! וואס טוהט מען דער דאלער פאלט!
האט איהם ר׳ חיים בארוהיגט: נישט גע׳דאגה׳ט איין בני ברק וועט עס נישט פאלן.
אפילו ר' חיים וואלט געהערט א כרוז פון הימל אז אין בני ברק גייט גארנישט פאלן, איז די הלכה אז "אין משגיחין בבת קול" און ס'איז נישט דוחה די מצוה פון "ונשמרתם..."
און אז ס'העט יא פאלן, נישט געזארגט די מענוציפאליטעט וועט אויסשליסן יענעם גאס פון בני ברק.
מאטיאפילו ר' חיים וואלט געהערט א כרוז פון הימל אז אין בני ברק גייט גארנישט פאלן, איז די הלכה אז "אין משגיחין בבת קול" און ס'איז נישט דוחה די מצוה פון "ונשמרתם..."
להלכה ביסטו זיכער גערעכט, עס ווינדערט מיר אלעמאל גדול בישראל איך יאמר דבר כזה ווי אזוי נעמט מען אזא מין אחריות? האלט ער אז א ווארט פין חזו"א האט א דין פין תורה ואס קען זיך נישט טוישען? אדער גאר נביאה שכל דבריהם אמת? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל!!!
חסידים פין ר' חיים פארענטפערן
א. אז יש ברירה אין יענער גאס איז דאך קלאר נישט בני ברק.
ב. די מיסעל האט נישט געהאט שיעור חזו"א והחזו"א לשיטתו.
ג. ווען מחבלים אין בני ברק קריגען זיך מיט די שונאים דארט כידוע איז מידה כנגד מידה האבן מחבלים א כח.
ד. והוא העיקר לפי די באוויסטער טענה פין הגר"א קוטלר זצ"ל אז מיט א מציאות ווענדט מען נישט אפ א חזו"א.
היינט איז נאכאמאל געפאלען א שטיקעל פין א מיסל אין בני ברק, אבער דאסמאל איז עס נישט געפאלען ביי א זייטיגע געסעל וואס מען קען טענה'ן אז עס איז נישט עכט בני ברק, היינט איז עס געפאלען אין רחוב שלמה המלך אין רחוב עזרא! אין גאר אויף די דאך פין וויזניצער בית מדרש.
m.bhol.co.il/article_old.aspx?id=71022נעע!!!
דאס איז נישט בני ברק דאס איז געפאלן אין קרית וויזניץ א געגנט הארט לעבן בני ברק....
איינער שרייבט אז ס'איז געפאלן אויף א אפענע ליידיגע שטח (500 פיס ארום דעם רבי'ן...)
📎 IMG-20140716-WA019.jpg
📎 IMG-20140716-WA017.jpg
📎 IMG-20140716-WA018.jpg
📎 IMG-20140716-WA020.jpg
די רבי (האדמו"ר מהרמ"מ) איז אנגעקומען צום פלאץ, קודם האט ער ברבים געדאנקט דעם באשעפער אז ס'איז גארנישט געשעהן. דערנאך האט די רבי צוגעלייגט, "ס'איז דאך דא אזויפיל תורה, עבודה, וגמילות חסדים איבער די וועלט בכלל, און דא בפרט, פארוואס איז דאס געשעהן? נאר ווייל אלעס טוהט מען פיין, חוץ בעטן אויפן גלות השכינה און איבערן בנין בית המקדש השלישי" די רבי האט צוגעלייגט "יעצט אין די טעג, אין די דריי וואכן איז די פאסיגסטע צייט איינצורייסן אז משיח זאל שוין קומען און מ'זאל מיר קענען אויפבויען דעם ביהמ"ק" די רבי האט אויסגעפירט "ווען די אלארעם צינד זיך אן, זאל יעדער לויפן אינעם שעלטער/בונקער! קיינער זאל נישט בלייבן אינדרויסן!"
ס'איז גאר קיין מיסיל ניט.
📎 IMG-20140716-WA043.jpg
איך בין נייגעריג צו ווען די מיסיל אלארם צינד זיך און אלע לויפן אריין אין די בונקערס לויפן די רביס אריין מיט די גבאים אדער די גבאים לאזן די רביס הענגן?
די מקורבים פון הרב קנייבסקי זענען אים מבזה, ער איז א לעבעדיגער ספר תורה. אבער לעבעדיגע ספרי תורה רעדן קיינמאל נישט איבער קארענט איווענטס. זאל ער זיצן און לערנען און מגין זיין אויף די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, אבער קיין קלוגער מענטש מן היישוב איז ער נישט, קיין פאליטיקאנט אדער דיפלאמאט איז ער נישט און ער מאכט בושות. זיי וואלטן געדארפט מאכן שטרענגע תקנות, פארשטייט זיך בשמו, אז מען מעג אים נאר פרעגן אין לערנען אבער נישט קיין מילי דעלמא. ער איז א גרויסער תמים שאין לו בעולמו אלא תורה, און ער מאכט צופיל בושות מיטן זאגן זאכן צו וואס ער פארשטייט נישט. איינער ואס פארשטייט אן עסק און ליינט אמאל א צייטונג וואלט פארשטאנען אז די ברכה פון חזון איש איז געווען גוט אמאל, אבער יעצט ווען עס פליען מיסילס פון אילת ביז שדרות, פון דימונה ביז יוקנעם איז בני ברק נישט באשיצט. זייער פשוט
וואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???
אויב האט דער רבי געהאט עפעס א גבאי וואס האט געקענט עפעס א דאקטאר, אדער דער הויז בחור האט געהאט א נומער פון אן אקאונטענט, אדער שטייטזעך, דער רבי האט אליין פארשטאנען צו די נושאים, דארף מען גיין צו רביס. אויב נישט זאל מען גיין נעמען א ברכה און נישט פרעגן קיין שאלות, אויסער אויב מען איז אביסל נערוועז און מען ווייסט באמת וואס מען דארף טון, מען דארף נאר דעם רבי'נס מאטיוואציע, קען מען גיין צום רבי'ן (אדער מאכן א גורל, אדער פרעגן א יונגל פסוק לי פסוקך, אדער א סייקיק, אדער סיי וואס)
א ברכה איז זיכער יא אייביג אמת, ווי עס שטייט אין חז"ל, אבער דאס איז שוין הימליש
איך ווייס נישט ווער דיין רבי איז, עס איז נישט על הכלל כולו יצא, בר דעת רעדט ספעסיפיק פון מרן הגר"ח א איד וואס איז (געווען?) פארהייליגט אין אלע שיכטן אין קרייזן, באמת איין שטיק תורה, זיין פנים שיינט אים פון קדושה, אבער ווי ער זאגט, חוץ זיינע ספרי דרך אמונה זעהט מען נישט קיין גרויס חכמה און פקחות ביי אים, עס קען זיין אז ער איז בעצם א גרויסער חכם, אבער ווען מען איז אינגאנצען אויסגעפלאגט פון די וועלט און מען קומט אים פרעגען ווי א אורים ותומים קומט ארויס גאר מאדנע תשובות,
און נאכדערצי לעצטענס ווען זיינע שטיב מענטשען האבן אים אריינגעדרייט און פאליטיק, ווי עס קומען ארויס פון דארט חידושים פון פסקים און תשובות ווי קיינמאל ביפאר, און אנשטאט עס זאל בויען הרב שטיינמן האבן זיי אראפגעשלעפט ר' חיים צי א ביליגע און גאר קריוזע שטאפל.
נעבעך.
ער פלעגט זיך נישט מישען אין גארנישט, לעצטענס האר ער געמאכט א טיילונג ביי די ליטאים.
מען פלעגט זאגען אז דער יצה"ר לאזט איינער ווי אים דינען דער אויבערשטער אגאנץ לעבען אבי ער זאל אויף דער עלטער אנמאכען א חורבן.
השם ישמרנו.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/When_Prophecy_Fails">http://en.wikipedia.org/wiki/When_Prophecy_Fails</a>
נושא ונותןחסידים פין ר' חיים פארענטפערן
ב. די מיסעל האט נישט געהאט שיעור חזו"א והחזו"א לשיטתו.
😂 😂
.
📎 חזוןאיש.jpg
הרב שטיינמאן איז קלוג.. ווען מען האט עם געפרעגט וועגן די הבטחה האט ער געזאגט אזוי "בני ברק איז א אידישער שטאט, עס איז נישט שולט אין איר קיין יצר הרע". וד"ל.
<a class="postlink" href="http://www.ch10.co.il/news/52398/#.U8a7GfmSxyU">http://www.ch10.co.il/news/52398/#.U8a7GfmSxyU</a>
מה כל הרעש? די הבטחה פונעם חזון איש איז נאר כשעושים רצונו של מקום.
אויף אסאך שווערערע קשיות נוצען חז"ל אזא תירוץ.
איך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.
מקובלני ממקורות מוסמכים, אז ר' חיים קנייבסקי איז שוין נישט בקו הבריאות א שטיק צייט( מוחו), ער געט שוין נישט ארויס קיין ספרים, און ער לערנט ווייניגער און שמועסט מער.
דאס האב איך שוין געהערט ווען ער האט געווארפן זיינע סטעיטמענטס אויפן איי פאון, אבל לא רציתי לפרסמו משום כבוד התורה.
אמנם במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, ודי בזה. וה' הטוב יכפר.
שטילע אינגערמאןוואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???
כבר דעת ועוד. סתם ווייל ער איז אן אייניקל פון סרח בת כשר, און האט א ייחוס בריוו וועלכן פארלאנגט א משזר׳דיגן זויל אויפ׳ן כי-רוצה-ה׳-בעמו חתונה בריוול, גיבט נאך נישט פאר דעם רבי׳ן סיי וואספארא ידיעה איבער דברים העומדים פון אינדרויסן די גרעניצן פון שאלעשידעס תורות, אדער קעסטלדיגע אינטערנעט פסקים. האלסט דיין רבי איז א חשובער איד, נעם א ברכה, דערלאנג אים אזא הונדערטער-קנייטש-גע׳פועל׳ט אלעס גוט. ער קען לערנען אויך? ממש א רעש אין הימל. אבער זיינע באגרייפונגען אין בעקעטשעלאגיע, און קענטעניסן איבער שמאטע קאלירן, קומען אים קנאפ צוניץ, און איז לאו דוקא מוכרח צו זיין אקוראט, ווען ס׳קומט צו פאסן א באשלוס איבער א כירורגיע פראצעדור, פאר א פאסיגער עצה איבער א חד גדיא פלאנטער, אדער פינאנציעלע ראט.
נוץ אביסל שכל, אדערווייז סקרו יור-סעלף.
יאיראיך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.
קידושין דף לט ע"ב
רבי יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה; בכיבוד אב ואם כתיב: "למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך", בשילוח הקן כתיב: "למען ייטב לך והארכת ימים". הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים, ובחזירתו נפל ומת, היכן טובת ימיו של זה? והיכן אריכות ימיו של זה? אלא, למען ייטב לך - לעולם שכולו טוב ולמען יאריכון ימיך - לעולם שכולו ארוך.
לערן אביסל ווייטער אויפן עמוד.
אמר רב יוסף אילמלי דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה לא חטא ואחר מאי הוא איכא דאמרי כי האי גוונא חזא ואיכא דאמרי לישנא דחוצפית המתורגמן חזא דהוה גריר ליה דבר אחר אמר פה שהפיק מרגליות ילחך עפר נפק חטא.
די תירוץ פון עוה"ב איז טאקע געווען צו פארענטפערן דעם דאזיגן קושיא.
קאווע טרינקערמה כל הרעש? די הבטחה פונעם חזון איש איז נאר כשעושים רצונו של מקום.
אויף אסאך שווערערע קשיות נוצען חז"ל אזא תירוץ.
ר' חיים זאגט דאך היינט ווען די פרויען גייען אנגאטוהן פריצותדיג אז מען דארף נישט מורא האבן, אפילו אז אינם עושים רצונם של מקום.
יאיראיך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.
זאגט לפחות להבדיל אלף אלפי הבדלות
במקום שיש חילול השם אין חולקים כבוד לרב. אין פיקוח נפש איז דאך זיכער דוחה כבוד הרב, עס איז העכסט צייט אז איינער זאל שטעלן די אלע זאגערס אין פלאץ! ביסט א רב א רבי? Stick to your job , מיש דיר נישט ווי די באלאנגסט נישט, אויף רפואה פרעגט מען א דאקטער, אין ווען די אריין גיין אין בונקער פרעגט מען א מיליטער מאן נישט קיין רב.
על כגון דא אמרו שוסטער נישט העכער פין שיך
איחוד פעלדנעבעך.
ער פלעגט זיך נישט מישען אין גארנישט, לעצטענס האר ער געמאכט א טיילונג ביי די ליטאים.
מען פלעגט זאגען אז דער יצה"ר לאזט איינער ווי אים דינען דער אויבערשטער אגאנץ לעבען אבי ער זאל אויף דער עלטער אנמאכען א חורבן.
השם ישמרנו.
איך ווייס נישט. כ'האב שוין געהערט פון א צווייטן "פאליטישן" אויך אז ר' חיים קניבסקי שליט"א איז שולדיג אין די טיילונג ביי די ליטאים. דאס איז אבער נישט אמת. ווייל דער צד פון ר' שמואל אויערבאך שליט"א איז ממילא געוועין געניג שטארק. (פארשטייצעך, אלס מחלוקת לשם שמים. נישט ח"ו קיין אייגענע נגיעות פון פאליטיק. אדער שוויצן.). זיי האבן זיך נאר פאררופן אויף ר' חיים, אז ער האט געהייסן זיך טיילן. און ר' שמואל אליינס האט אויך אראפגעברענגט דעם כבוד התורה מיט ארויסגיין פון די ד' אמות של הלכה און אריינגיין אין פאליטיק. ווי הייליג די כוונות זאללן נאר זיין... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😮
ר' בערעל דאס איז נישט די נושא, די אויערבאך פראקציע "פלג הירושלמי ווי מרופט זיי זענען ווייט פון טליתים שכולו תכלת, ס'איז קלאר אז זיי זענען זיך אויך ווערט די געלט, און זיי האבן אויך געטוהן פעולות להדליק את הבערה נישט ממש נאר לשם שמים. אבער קיינמאל איז א מחלוקת נאר אויף איין זייט, און וויזניץ יוכיח, ווען ר' ישראל איז אויף איין זייט פון די מערכה, איז נישט דא ציפול מיט וועם זיך צי קריגן, און קוק ווי שיין עס האט זיך געענדיגט.
אבער עס איז דא זאכען וואס זענען אין די נארמאלע ראמען פון געווענליכע קריגערייען, א פראסק פאר א פראסק, און עס איז דא זאכן זאכן וואס זענען נאך אלץ אומאקצעפטירבאר. (בני יואל מערכה פאר עקזעמפעל, עיין דרשת הברך משה המובא כאן לעיל)
בשעת די פלג הירושלמי האט געטון נארמאלע פעולות זיך צי בויען צי האבן א שטימע, און אייגענע רעכטען, ווי א אייגענע צייטונג און א אייגענע פארטיי ביי די בחירות, האט די ליטווישע אסטעבלישמענט ציריקגעפייט (און פייטען נאך יעצט) ווי און רוסלאנד קאמיניזעם, עס איז ממש קראנק און שוידערליך די נארישע טפשותדיגע מערכה וואס זיי פירען.
אבער אין די צייט וואס הרב שטיינמאן אליינס האלטן זיי גאנץ קלין, ער האט גענוג אייגענע פוטער אויפ'ן קאפ און ער איז קאנטערווערסיאל אזוי אויך, ווי אויך איז ער א קלוגער ראפאנירטער איד מען קען נישט מיט אים טוהן וואס זיי ווילען, ניצען זיי די פאוער און תמימות פון ר' חיים צי טוהן די שמוציגע ארבעט, איך האב נישט קיין נערווען צי מאכען יעצט דא ליקוט פון די לעצטיגע סטעיטמענטס און פסקים, אבער דארפסט נישט אסאך זוכען, און עס איז נאך מסתמא נישט פערטיג, סאיז פרעצעדענטלאז און אלע וועגן די גאר עקסטרעמע "יתלו אותם על העץ" "זקן ממרא" סטייל פסקים וואס קומט ארוס פון דארט.
ר' תמים: איך גיי דא יעצט נישט רעדן אויף הרב שטיינמאן שליט"א. נאר ער האט געניג פיקחות אין מילי דעלמא און היימישע פאליטיק אז ער זאל נישט לאזן ניצן זיין נאמען און פאזיציע פאר זייערע פאליטישע צוועקן. משא"כ די פארטיי פון ר' שמואל אויערבאך איז מלתחילה געבויעט אויף דעם יסוד אז הרב שטיינמאן טויג נישט. זיי נוצן נאר אויס די תמימות פון הרב חיים קנייבסקי פאר זייערע פאליטישע צוועקן. אפשר 'עט דאס העלפן פאר א פאר תמימים. רוב עולם קען אבער אדורך זעהן זייערע פאליטישע כוונות... 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮
יואבשטילע אינגערמאןוואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???
כבר דעת ועוד. סתם ווייל ער איז אן אייניקל פון סרח בת כשר, און האט א ייחוס בריוו וועלכן פארלאנגט א משזר׳דיגן זויל אויפ׳ן כי-רוצה-ה׳-בעמו חתונה בריוול, גיבט נאך נישט פאר דעם רבי׳ן סיי וואספארא ידיעה איבער דברים העומדים פון אינדרויסן די גרעניצן פון שאלעשידעס תורות, אדער קעסטלדיגע אינטערנעט פסקים. האלסט דיין רבי איז א חשובער איד, נעם א ברכה, דערלאנג אים אזא הונדערטער-קנייטש-גע׳פועל׳ט אלעס גוט. ער קען לערנען אויך? ממש א רעש אין הימל. אבער זיינע באגרייפונגען אין בעקעטשעלאגיע, און קענטעניסן איבער שמאטע קאלירן, קומען אים קנאפ צוניץ, און איז לאו דוקא מוכרח צו זיין אקוראט, ווען ס׳קומט צו פאסן א באשלוס איבער א כירורגיע פראצעדור, פאר א פאסיגער עצה איבער א חד גדיא פלאנטער, אדער פינאנציעלע ראט.
נוץ אביסל שכל, אדערווייז סקרו יור-סעלף.
אפשר וואלט טאקע געווען א גוטע עצה די רבי'ס זאלן אנהויבן אויסנוצן זייערע טאלאנטן, און לאזן דעם עולם נהנה זיין פון זייערע ברייטע ידיעות אין בעקאטשאלאגיע און אומשאצבארע גאונות אין שלשידעס תורה. מען וואלט געדארפט מאכן א געהעריגע אינסטיטוציע וואו מען קען אנפרעגן אלע רבי'ס, יעדער אין זיין ספעציאליטעט. ר' בנציון באבוב'ער אין פיאות קרייזעלאגיע, ר' מאטעלע אין אומפאטאגאראפיע, ר' מלכיאל קאטלער אין בארדאלאגיע, און אזוי ווייטער. פארשטייט זיך אז ס'איז דא רבי'ס וואס האבן אויך פשוט'ע קענטעניסן, ווי למשל ריעל עסטעיט וכדו', זאלן זיי מיטטיילן מיט'ן עולם ווי אזוי זיי מאכן אפאר דאלער, און ארויסהעלפן אידישע קינדער. פארשטייט זיך אז מען וועט דארפן באצאלן דערפאר א געהעריגע סומע קוויטל געלט, ווי פאר אלע ביזנעס קאנסאלטענטס. פארוואס זאלן די רבי'ס נישט קענען נהנה זיין מיגיע כפיהם פון א מלאכה קלה ונקיה?
BREAKING! הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך הגרמ"מ מויזניץ נישט מער רופן אדמו"ר מויז'ניץ בני ברק, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
מיין טאכטער קומט אהיים פארציילן אז אין ב"ב דארף מען נישט מורא האבן ווייל די חזו"א האט צוגעזאגט אז עס גייט נישט פאלן קיין באמבע.
בס"ד האב איך איר געזאגט אז עס קען נישט זיין אמת, ווייך די חזו"א איז געוועהן א קלוגע איד און ער האט נישט סתם געזאגט ליידיגע (blank) סטעטמענטס. קען זיין אז ווען ער האט געלעבט און עס איז געוועהן דעמאלס מיט די אראבערס, און ברוב חכמתו האט ער פארשטאנען אז די באמבעס וועלן נישט אהנקומען קיין ב"ב. אדער אז ער האט דעמאלס שטארק מתפלל געוועהן, ער האט געהאט אזא הרגשה. אבער אז לעולם וועט נישט פאלן קיין באמבעס, קען נישט זיין.
די סיבה וואס איך האב אזוי געזאגט איז געוועהן 1 ווייל איך האב נישט געקענט קיינמאהל גלייבן אז די חזו"א האט אזוי געזאגט. 2 ווייל איך האב פארשטאנען אז דאס מאל קען זיין אז עס וועט יא פאלן, ממילא איך האב מקדים געוועהן רפואה למכה.
די נעקסטע טאג והנה באמבע אין ב"ב!!!
zurichאיך בין נייגעריג צו ווען די מיסיל אלארם צינד זיך און אלע לויפן אריין אין די בונקערס לויפן די רביס אריין מיט די גבאים אדער די גבאים לאזן די רביס הענגן?
ראש הישיבה = חכם וחכם עדיף מנביא.
מען הערט שוין ווידער אז אין ב''ב איז געפאלען.
on Chazon Ish St📎 Bs1f-KaCMAES_HL.jpg large.jpg
יין שרףBREAKING! הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך הגרמ"מ מויזניץ נישט מער רופן אדמו"ר מויז'ניץ בני ברק, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך החזון איש נישט מער רופן חזון איש, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
ראש הישיבהמיין טאכטער קומט אהיים פארציילן אז אין ב"ב דארף מען נישט מורא האבן ווייל די חזו"א האט צוגעזאגט אז עס גייט נישט פאלן קיין באמבע.
בס"ד האב איך איר געזאגט אז עס קען נישט זיין אמת, ווייך די חזו"א איז געוועהן א קלוגע איד און ער האט נישט סתם געזאגט ליידיגע (blank) סטעטמענטס. קען זיין אז ווען ער האט געלעבט און עס איז געוועהן דעמאלס מיט די אראבערס, און ברוב חכמתו האט ער פארשטאנען אז די באמבעס וועלן נישט אהנקומען קיין ב"ב. אדער אז ער האט דעמאלס שטארק מתפלל געוועהן, ער האט געהאט אזא הרגשה. אבער אז לעולם וועט נישט פאלן קיין באמבעס, קען נישט זיין.
די סיבה וואס איך האב אזוי געזאגט איז געוועהן 1 ווייל איך האב נישט געקענט קיינמאהל גלייבן אז די חזו"א האט אזוי געזאגט. 2 ווייל איך האב פארשטאנען אז דאס מאל קען זיין אז עס וועט יא פאלן, ממילא איך האב מקדים געוועהן רפואה למכה.
די נעקסטע טאג והנה באמבע אין ב"ב!!!
ר' ראש הישיבה שליט"א: איך וועל דיר געיבן א דוגמא וויאזוי מענטשן האבן ליעב מגזים (או.קעי., מע-גאזעם, אויף היימיש.) צו זיין. מיט א פאר יאר צוריק איז נפטר געווארן אן אלטער איד וועלכער האט נאך געזעהן דעם חפץ חיים זצ"ל. זענען ארומגעגאנגען שמועות אז דער איד, וועלכער איז א תלמיד פון ח"ח האט פארויסגעזאגט בשם זיין רעבין ווען משיח וועט קומען. ס'איז אפילו געווען א באשרייבונג אין "משפחה" מאגאזין. האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז דער איד איז גאר נישט געוועין קיין תלמיד פונ'ם ח"ח. נאר, אויפ'ן וועיג צו זיין ישיבה האט ער פארברענגט איין שבת אין ראדין ביים ח"ח... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮
אויף רחוב חזו"א דווקא, הוא אשר אמר זעירי אין סנהדרין צ"ח ע"א אין בן דוד בא עד שיכלו גסי הרוח מישראל שנאמר כי אז אסיר מקרבך עליזי גאותך.
גיוואלד. הסתר בתוך הסתר...
פאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
בענדזשאמין פרענקליןפאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
פאר דו ווערסט באלייקט. קענסט אפשר אנגעבן א מקור ?
קודם וויל איך בעטן אז קיינער זאל מיר נישט לייקן וועל ס'דא אידן וואס עס טוט זיי וויי פערזענליך. בנוגע די מקור, כך שמעתי ממקורות נאמנים מפי תלמידי וחסידי רבינו.
ווען כהאב אמאל געפרעגט א סאמטארער איד דערוועגן האט ער מיר גענטפערט עפעס אזוי ווי די חזון איש'ניקס ענטפערן היינט,
אויך מיר א מדינה... אויך מיר א געשטייאכטס..
א צווייטער מער א גמרא קאפ האט מיר גענפערט: כל זמן דער רבי האט געלעבט גייט נישט אריין אין חשבון.
א דריטער האט מיר געזאגט אז דער רבי האט געמיינט בן גריון'ס פארטיי. בקיצור אלע תירוצים אבי נישט דעם אמת.
בענדזשאמין פרענקליןפאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
כ'האב שוין אמאל געשריבן אין שטיבל אז להיפך. דער רבי זי"ע האט געהאט א ווייטער בליק אז די מדינה גייט חרוב ווערן. אלס לענגער די מדינה שטייט, אלס ווייטער ווערט זיין בליק.
בענדזשאמין פרענקליןפאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
אלטס סאטמארער זעה איך נישט וואס עס שטייט? צי מיט דיין בלינדע סאטמארע שנאה ליינסטו וואס שטייט נישט? קענסט מיר אפשר אנצייגען ווי די זעהסט דא איינעם זיך באסמאקעוון מיט'ן דורכפאל פונעם הייליגען חזון איש?
און אייגענטליך אפשר געבסטו מיר אהן א סיבה פארוואס דער סאטמאר זאל זוכען די דורכפאל פון חזו"א? איך האב געלערנט און סאטמארע ישיבות איך ווייס נישט צי עס איז דא איין סאטמארע מוסדות ווי עס געפינט זיך נישט קיין חזון איש און ווי מען דערמאנט אים נישט ביי שיעורים און דרשות!!
יא, בעליוו איט אר נאט די סאטמארע זענען דאך אזאלכע היפאקריטן, אז זיי ציען אויף זייער יוגענט אז די חזו"א האט געהאלטן כמעט מיט אלעמען ווי זייער רבי, און זיי האבן אויף וואס צי בעיסען, ליין דורך זיינע בריוון און כתבי תלמידיו וועסטו זיין זייער סורפרייזעד, סאטמאר רב האט טאקע מער געוויינט און געשריגען, אבער און השקפה איז ער געווען אויף געוויסע זאכן באלד מער עקסטרעים, כידוע דעתו על המזרחי ועוד.
לעצם הענין, וועגן די נבואה פון סאטמאר רב, ליינענדיג עס איז מיר ארויפגעקומען די מימרא און קאפ, אבער איך האב עס קיינמאל נישט דעהערט מיט א מקור פון סאטמאר רב, און... יא איך האב א מקור!!
אבער א שטיקל טעות סופר פון מורינו בענדזשאמין פרענקלין, נישט פון סאטמאר רב נאר פון... יא דער חזון איש!!!!
און ספר מעשה איש ברענגט ער פון הג"ר חיים קלופט שליט"א אז זיין טאטע האט דעשמועסט מיטן חזון איש בדין אין מגדלין בהמה דקה און די חזו"א האט געזאגט ברענגט ער בזה"ל: ההלכה אינה משתנית בגלל המדינה,
כמה שנים תחזיק המדינה, חמישים שנה...?! איז אויב די קןקסט אהן די באמבע און ב"ב פאר א דורכפאל פארן חזו"א, קענסטו דאס צילליגען אויפן ליסטע (ח"ו) סתם שיסען אויף סאטמאר רב אהן קיין מקור האט קיין זין נישט.
תמים
יא, בעליוו איט אר נאט די סאטמארע זענען דאך אזאלכע היפאקריטן, אז זיי ציען אויף זייער יוגענט אז די חזו"א האט געהאלטן כמעט מיט אלעמען ווי זייער רבי, און זיי האבן אויף וואס צי בעיסען, ליין דורך זיינע בריוון און כתבי תלמידיו וועסטו זיין זייער סורפרייזעד, סאטמאר רב האט טאקע מער געוויינט און געשריגען, אבער און השקפה איז ער געווען אויף געוויסע זאכן באלד מער עקסטרעים, כידוע דעתו על המזרחי ועוד.
די גאנצע חילוק איז טאקע אז דער סטאמאר רב האט מער געוויינט אין געשריגען...וואס דרייסטו א קאפ, אין יעדע פון די דריי מאמרים פון ויואל משה איז דער חזון איש קאמפליטלי מחולק בפרט מאמר ישוב ארץ ישראל און מאמר לשון קודש (און אויף מאמר שלש שבועות איז ער סעמי מחולק), און דאס איז וואס קראצט יעדען אמת'ן סאטמארער.
תמים
און ספר מעשה איש ברענגט ער פון הג"ר חיים קלופט שליט"א אז זיין טאטע האט דעשמועסט מיטן חזון איש בדין אין מגדלין בהמה דקה און די חזו"א האט געזאגט ברענגט ער בזה"ל: ההלכה אינה משתנית בגלל המדינה, כמה שנים תחזיק המדינה, חמישים שנה...?!
איז אויב די קןקסט אהן די באמבע און ב"ב פאר א דורכפאל פארן חזו"א, קענסטו דאס צילליגען אויפן ליסטע (ח"ו) סתם שיסען אויף סאטמאר רב אהן קיין מקור האט קיין זין נישט.
שוואכע מעשיות ער זאגט סך הכל אז מען קען נישט טוישן אן הלכה אויפן סמך פון די מדינה ווייל עס איז דא אויסזיכטן אז עס וועט נישט שטיין מער ווי פופציג יאר. אבער פון סאטמאר רב איז דא אנדערע לשונות, ער זאגט, עס איז ביי מיר ברור.. עפעס אזוי.
און הערטס אויף מיט די מעשות נישט יעדער וואס שרייבט עפעס וועגן סאטמאר רב נישט גענוי ווי א חסיד וואלט געשריבן האט א 'בלינדע שנאה'.