פארוואס?
עס איז באקאנט דאס וואס די וועלט זאגט אויף דעם וואס דער רבי זי״ע האט געזאגט אז בדרך הטבע האט נישט די מדינה א זכות קיום מער פון 50 יאהר, - זאגט די וועלט - די ערשטע פופציג יאהר איז עס געשטאנען אויפן רבי׳נס ברכה, און פון דאן און ווייטער שטייט עס שוין אויף די אייגענע פיס.
אין בני ברק וועט גארנישט פאלען
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6801
בלאט: 1 2
בענדזשאמין פרענקליןתמים
יא, בעליוו איט אר נאט די סאטמארע זענען דאך אזאלכע היפאקריטן, אז זיי ציען אויף זייער יוגענט אז די חזו"א האט געהאלטן כמעט מיט אלעמען ווי זייער רבי, און זיי האבן אויף וואס צי בעיסען, ליין דורך זיינע בריוון און כתבי תלמידיו וועסטו זיין זייער סורפרייזעד, סאטמאר רב האט טאקע מער געוויינט און געשריגען, אבער און השקפה איז ער געווען אויף געוויסע זאכן באלד מער עקסטרעים, כידוע דעתו על המזרחי ועוד.
די גאנצע חילוק איז טאקע אז דער סטאמאר רב האט מער געוויינט אין געשריגען...וואס דרייסטו א קאפ, אין יעדע פון די דריי מאמרים פון ויואל משה איז דער חזון איש קאמפליטלי מחולק בפרט מאמר ישוב ארץ ישראל און מאמר לשון קודש (און אויף מאמר שלש שבועות איז ער סעמי מחולק), און דאס איז וואס קראצט יעדען אמת'ן סאטמארער.תמים
און ספר מעשה איש ברענגט ער פון הג"ר חיים קלופט שליט"א אז זיין טאטע האט דעשמועסט מיטן חזון איש בדין אין מגדלין בהמה דקה און די חזו"א האט געזאגט ברענגט ער בזה"ל: ההלכה אינה משתנית בגלל המדינה, כמה שנים תחזיק המדינה, חמישים שנה...?!
איז אויב די קןקסט אהן די באמבע און ב"ב פאר א דורכפאל פארן חזו"א, קענסטו דאס צילליגען אויפן ליסטע (ח"ו) סתם שיסען אויף סאטמאר רב אהן קיין מקור האט קיין זין נישט.
שוואכע מעשיות ער זאגט סך הכל אז מען קען נישט טוישן אן הלכה אויפן סמך פון די מדינה ווייל עס איז דא אויסזיכטן אז עס וועט נישט שטיין מער ווי פופציג יאר. אבער פון סאטמאר רב איז דא אנדערע לשונות, ער זאגט, עס איז ביי מיר ברור.. עפעס אזוי.
און הערטס אויף מיט די מעשות נישט יעדער וואס שרייבט עפעס וועגן סאטמאר רב נישט גענוי ווי א חסיד וואלט געשריבן האט א 'בלינדע שנאה'.
יא יא, אלעס ריכטיג, אבער וואו זעסטו אז סאטמאר פריידט זיך מיטן "דורכפאל" (ח"ו) פונעם חזון איש?
אדרבה צייג מיר אן, "איים אלל אירס".
דער דורכפאל פין חזו"א איז נישט דער אישא, ( בפרט אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט ) דער פראבלעם איז וואס א דור שפעטער ווערט יעדע ווארט וואס איינער האט געזאגט מגופי תורה אין מען בויעט אויף דעם גאנצע בנינים, עד כדי פיקוח נפש.
אין דער נושא איז שבעתיים ערגער ווען איינער וואס הייסט צי זיין מגדולי ישראל שטעלט זיך אינטער דעם אין דרייט אן אז טויזענטער קינדער שטעלען זיך אריין אין סכנה וועגן דעם.
נ
אין דער נושא איז שבעתיים ערגער ווען איינער וואס הייסט צי זיין מגדולי ישראל שטעלט זיך אינטער דעם אין דרייט אן אז טויזענטער קינדער שטעלען זיך אריין אין סכנה וועגן דעם.
נ
איך האלט פונקט ווי אייך, און אפילו ער האט עס יא געזאגט מיינט נאך נישט אז ער האט געמיינט אז עד סוף כל הדורות וועט נישט פאלן,
אלענפאלס איך האב מיר באצויגן צו ר' בנימין פרענקלין, וואס טענהט אז די סאטמארע פרייען זיך אז דער חזון איש האט געהאט א דורכפאל ח"ו, וואו זעט ער אז סאטמאר זאל זיך פרייען דערויף?
אלענפאלס איך האב מיר באצויגן צו ר' בנימין פרענקלין, וואס טענהט אז די סאטמארע פרייען זיך אז דער חזון איש האט געהאט א דורכפאל ח"ו, וואו זעט ער אז סאטמאר זאל זיך פרייען דערויף?
כ'האב נישט געמיינט דוקא סאטמארע דא אין שטיבל.
פאר ער עס זוכט מיט ליכט א פארענטפער אויפן חזו"א צוזאג..
עס איז למעשה נישט געפאלן אין בני ברק קיין איינציגע ראקעט אין בני ברק, נאר קליינע שטיקער אייזן וואס פאלן נאך די יירוט פון די אייראן דאום.
עס איז למעשה נישט געפאלן אין בני ברק קיין איינציגע ראקעט אין בני ברק, נאר קליינע שטיקער אייזן וואס פאלן נאך די יירוט פון די אייראן דאום.
בענדזשאמין פרענקליןתמים
יא, בעליוו איט אר נאט די סאטמארע זענען דאך אזאלכע היפאקריטן, אז זיי ציען אויף זייער יוגענט אז די חזו"א האט געהאלטן כמעט מיט אלעמען ווי זייער רבי, און זיי האבן אויף וואס צי בעיסען, ליין דורך זיינע בריוון און כתבי תלמידיו וועסטו זיין זייער סורפרייזעד, סאטמאר רב האט טאקע מער געוויינט און געשריגען, אבער און השקפה איז ער געווען אויף געוויסע זאכן באלד מער עקסטרעים, כידוע דעתו על המזרחי ועוד.
די גאנצע חילוק איז טאקע אז דער סטאמאר רב האט מער געוויינט אין געשריגען...וואס דרייסטו א קאפ, אין יעדע פון די דריי מאמרים פון ויואל משה איז דער חזון איש קאמפליטלי מחולק בפרט מאמר ישוב ארץ ישראל און מאמר לשון קודש (און אויף מאמר שלש שבועות איז ער סעמי מחולק), און דאס איז וואס קראצט יעדען אמת'ן סאטמארער.תמים
און ספר מעשה איש ברענגט ער פון הג"ר חיים קלופט שליט"א אז זיין טאטע האט דעשמועסט מיטן חזון איש בדין אין מגדלין בהמה דקה און די חזו"א האט געזאגט ברענגט ער בזה"ל: ההלכה אינה משתנית בגלל המדינה, כמה שנים תחזיק המדינה, חמישים שנה...?!
איז אויב די קןקסט אהן די באמבע און ב"ב פאר א דורכפאל פארן חזו"א, קענסטו דאס צילליגען אויפן ליסטע (ח"ו) סתם שיסען אויף סאטמאר רב אהן קיין מקור האט קיין זין נישט.
שוואכע מעשיות ער זאגט סך הכל אז מען קען נישט טוישן אן הלכה אויפן סמך פון די מדינה ווייל עס איז דא אויסזיכטן אז עס וועט נישט שטיין מער ווי פופציג יאר. אבער פון סאטמאר רב איז דא אנדערע לשונות, ער זאגט, עס איז ביי מיר ברור.. עפעס אזוי.
און הערטס אויף מיט די מעשות נישט יעדער וואס שרייבט עפעס וועגן סאטמאר רב נישט גענוי ווי א חסיד וואלט געשריבן האט א 'בלינדע שנאה'.
בלינדע שנאה האב איך לאו דוקא גערעדט וועגן די מעשה, און לאו דוקא צו דיר פערזענליך. בכלליות, קען מען זען געלונגענע שרייבער, וואס באווייזן אראפצושטעלן זייער שכל הישר איבער פילע הינזיכטן, אבער ווען עס קומט ארויף די ווארט סאטמאר, ווערט דאס אזא וסאטמאר יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים. קען טאקע זיין דאס זעלבע איז ביי באזעצענע סאטמערע וועלכע נעמען א סוביאקטיוון מהלך אינדרויסן פון סאטמערע גבולים, אבער דא איז די מעשה נישט אזוי געוועזן. און דיין פריערדיגע תגובה דא תוכיח, נעמען אן אשכול אשר ידי סאטמער לא נגעו בו, אן אשכול וואס לינקע און רעכטע האבן מער ווייניגער געהאט די זעלבע שטעלונג, און אריינגעווארפן דערין אנטי סאטמאר רעטאריק, יא לייקען נישט לייקען סטוט זיי וויי וכו'.
דו ביזט געוועזן דער ערשטער דא וואס האט בכלל אריינגעמישט סאטמער אין סאמע מיטן פון אן אשכול וואס גיבט זיך אפ מיט בני ברק׳ע גדולים. מאכסט א הנחה אז "דאס איז וואס קראצט יעדען אמת'ן סאטמארער" און דערויף בויעסטו.
קיינעם באדערט גארנישט!! איך פערזענליך בין א סאטמערער, אבער בכלל נישט אויסן צו פארטיידיגן בלינדערהייט יעדן משוגעת. אדרבה! דו האסט אנגעהויבן רעדן פון סאטמער, לאמיר דאס אויסשמועסן רואיג און צו דער זאך, נישט סתם שיסן סטעטמענטס וועלכע הענגן אין דער לופט אן קיין קראנטע מקורות, און אן קיין זאכליכער סיבה דאס אהער צו ברענגן אין דעם אשכול.
דער חזון איש, איז אין סאטמאר ווי און די גאנצע וועלט, פארהייליגט ביז גאר. און איך גלייב אז אין א געוויסע זין נאכמער ווי אין אנדערע חסידישע קרייזען, וואס האבן א פראבלעם מיט זיין ליטפישקייט, משא"כ אין סאטמאר איז עס גאר א מעלה.
לגבי זיין השקפה ביזט גערעכט כלפי ישוב ארץ ישראל, און נאך געוויסע פרטים און הלכה האט ער אנדערש געהאלטן, אבער בכלליות זיין בליק אויף די מדינה און ציונות, און אויף די עקרים וואס סאטמאר רב האט פארפירט, האט ער געהאט די זעלבע בליק, און אויף געוויסע זאכן איז דא נאך שארפערע זאכן פון אים ווי פון סאטמאר רב, וואס איז געווען דירעקט א פראקטישער מענטש ואכמ"ל
לעצם הענין וועגן די נבואה איך זעה אז לתועלת הענין האלט שוין די מעשה אז ער האט געזאגט סאיז מיר ברור וכו', איך וואלט אייך זייער געבעטן אויב איר קענט אייך נאגפרעגן ביי דיינע מקורות נאמנים תלימידי וחסידי רבינו, אונז צי קענען אנצייגען מיט עפעס א מקור, ווייל איך האב פרובירט ביי אסאך און קיינער האט נישט געהערט דערפון, און איינער א גרויסע רביז"ל פארוויקטע איד האט מיר גאר געזאגט כדרכם פון די אידן "סקען נישט זיין די רבי האט עס געזאגט, ער האט נישט גערעדט די שפראך" איך וואלט אים געקענט באשטיין מסדר צי זיין העלף מיר צי.
און הערטס אויף מיט די מעשות נישט יעדער וואס שרייבט עפעס וועגן חזון איש נישט גענוי ווי א חסיד וואלט געשריבן "באסמאקאוועט זיך מיט זיין דורכפאל"
בענדזשאמין איך זע אז דער שטארקער סאטמארער חסיד דער פירער פון די ליטאים הרב אליעזר מנחם מן שך האט אויך חולק געווען אויף דעם גאנצען ענין פון זאגן אז עס וועט נישט פאלען אין בני ברק, זעהט אויס טאקע אז עס איז א סאטמארע טראדיציע
א איד אין בני ברק האט זיך אויסגעטוען די הויזן-טראגער נאכ'ן הערן אז אין בני ברק וועט גארנישט פאלן.
דעיס איז א גוטער דזשאוק. דער עולם לאכט טאקע שטארק. אבער ס'באלאנגט אין "שמייכל"... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😳 😳 😉 😮
לאור הנ"ל איז מיר איינגעפאלן עפעס וואס בעל עגלה וועט שיקן אין מאחורי...
ולגופו של ענין, פארשטיי איך נישט די גאנצע סומאטאכע, נשתנו הטבעיים איז דאך איבעראל א תירוץ, נישט קיין תמיהה.
וכאן נשתנה הטבע, כאשר עינינו תחזינה מישרים.
ולגופו של ענין, פארשטיי איך נישט די גאנצע סומאטאכע, נשתנו הטבעיים איז דאך איבעראל א תירוץ, נישט קיין תמיהה.
וכאן נשתנה הטבע, כאשר עינינו תחזינה מישרים.
שמעתי פין א עד נאמן אז הגאון ר' חיים האט געזאגט אז ער גלייבט נישט די גאנצער מעשה אין עס האט טאקע גארנישט געפאלן, אין די אלע וואס זאגן אז עס איז יא געפאלן עפעס אין בני ברק זענען מבזה תלמיד חכם שהוא בנידוי אין זיי האבן נישט קיין חזקת כשרות אין האבן נישט קיין שום נאמנות, אין מען טאר זיי נישט געלייבען.
ר' אנאנים. איך ווייס נישט פונקטליך דעם מצב הבריאות פון הגה"צ ר' חיים קנייבסקי שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו. איין זאך איז זיכער. מ'טאר זיכער נישט מזלזל זיין אין זיין כבוד התורה. ער איז בבחינת א לעבעדיגע ספר תורה. די וואונדערליכע שטוב פון תורה און חסד וואס ער האט אהערגעשטעלט צוזאמען מיט זיין רביצין, נ"ע, דאס קען נישט אוועקגענומען ווערן בשום אופן. אבער די פלא איז אויף דעם "צד שכנגד".ווייל ער האט זיך אוועקגעדרייט מהיפוך להיפוך (180 דעגריס) פון די מעלות נוכונות פון זיין טאטע/פעטער הרה"צ ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל. ווייל רש"ז האט אויכעט געלעיבט אין א תקופה ווען ס'זענען געלאפן הייסע פאליטישע וויכוחים אויפ'ן סדר היום, בדברים העומדים ברומו של עולם הפאליטיק. און ווען מ'האט איהם ביי מערערע געלעגנהייטן געפרעיגט וואס זיין מיינונג איז איבער די אלע זאכן האט ער געענטפערט כהאי לישנא: "ס'איז דא גרויסע רבנים וועלכע פיהרן די וועלט. זאללן זיי זיך זארגן איבער די אלע זאכן. אני אין לי אלא ד' אמות של הלכה. און ער (ר' שמואל) האט זיך אריינגעלאזט אין די עניינים מיט זיין גאנצן פראכט. און די קאנסעקווענצן און די אחריות פון די באשמוצונגען און בזיונות אויף גדולי התורה מוז פאללן אויף זיינע פלייצעס... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
[ציטאט אראפגענומען]
אהא.
ר' שמואל איז דער צודרייטער פון שערי חסד,
רב שאך'ס ביינער מתפתלות במעמקי האדמה,
דווקא ר חיים וואס א יעדער וואס האט א קאפ אויפן פלייצע ווייסט אז ווי גרויס זיין צדקות גאונות און ערליכקייט איז, אזוי אומוויסנד איז ער אין פאליטיק און מלי דעלמא, דווקא ער איז 'דער' איינציגסטער וואס ער דארף פירן כלל ישראל אין אזעלכע פארנעפלטע צייטן און קיינער מעג זאגאר נישט חולק זיין אויף איהם?
(ח'ו איך וויל נישט פוגע זיין בכבודו, און עס שטערט מיר זייער וואס מאנכע מאכן ליצנות אויף זיין חשבון)
אבער פאקט בלייבט פאקט אז די געניטע 'עסקנים' און פאליטיקאנטן נוצן אים כחומר ביד היוצר, 'זיי' זענען גורם דעם עלבון התורה, און זיי וועט מען שמייסן!!
איך בין טיילווייז מסכים מיט דיין אפשאצונג אז די איצטיגע מערכה "הפלס" וכו' קומט אלס רעזולטאט פון הרב ש"ך'ס זצ"ל שיטה. אבער דער פאקט איז אז ער האט געהאט גרויס אהבת ישראל און זיך מיצר געוועין בצערן של ישראל. און צו חסידים בכלל האט ער נישט געהאט אזא שטארקע התנגדות. אויסער צו חב"ד. וואס איז א דבר פלא. (אין נעגאטיוון זין.). איך האב מיין אייגענע אפשאצונג אויף הרב שמואל אויערבאך שליט"א, נאך אין זיינע שטילע יארן. נאר איך וויל עס נישט ארויסשרייבן ברבים, כמובן... 😕 😎 🙄 😛 😛 😳 😳 😳 😉 😞 😮
בלאט: 1 2