☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה: איד אומגעקומען ביי די ארז גרעניץ אין עזה

בד"ה: איד אומגעקומען ביי די ארז גרעניץ אין עזה

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6799
בלאט: 1 2

קושקע » דינסטאג יולי 15, 2014 1:00 pm

· #211838
בד"ה: איד אומגעקומען ביי די ארז גרעניץ אין עזה
נעבעך א 30 יעריגער פרומער אידיש קינד האט פריער אויסגעהויכט זיין נשמה עק"ה פון א כאמאס ראקעט,
ער האט זיך געדרייט ביים צפון גרעניץ פון עזה, צו טיילן עסן פאר די סאלדאטן און זיי מקרב זיי לתורה ומצות,

ארץ ארץ אל תכסי דמו

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 15, 2014 1:02 pm

· #211839
הייסע עס אז ער איז דער ערשטע אומגעקומענע פון א ראקערט?
א געווינס פאר די חאמאס ימ"ש אז די ערשטע טאג נאכען אוועק ווארפן די סעיס פייער אפמאך, איז זיי ענדליך געלאגען ר"ל היל"ת.

קושקע » דינסטאג יולי 15, 2014 1:07 pm

· #211841
יא יא דאס איז טאקע געווען די מיינונג פון רוב עולם ביי אונז אין מקוה אז אזוי לאנג די רוצחים וועלן נישט געלונגען צו דערמארדן כאטש איין קרבן וועט זיי קיינמאל פאסן צו איינגיין פאר א פייעראפשטעל, מ'קען דאך נישט שליסן א שלאכט, ווען סאיז 210-0 פאלעסטינער קעגן אידן, וואסערע פנים וועלן זיי האבן?

ימח שמם,

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 1:16 pm

· #211842
א חב"ד חסיד? ער לעבט נאך לכאורה...
#עםישראלחי

א געלעכטער אין א זייט, אבינו מלכנו, נקום נקמת דם עבדיך השפוך, כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו. הי"ד!

נושא ונותן » דינסטאג יולי 15, 2014 2:15 pm

· #211860
שליחי מצווה אינו ניזוקין אבל במקום ששכיח היזקא שאני.

קושקע » דינסטאג יולי 15, 2014 2:59 pm

· #211872
פרישע קלאנגען.
דער הרוג איז מעגליך נישט קיין חב"ד אנהענגער, ער הייסט דור חנין, 37 יאר אלט, קומט פון בית ארי', א סעטלמענט אין די מערב ברעג, שוין נישט אזוי זיכער וואס ער האט זיך דארט ארומגעדרייט און אזא סכנה'דיגע פלאץ ממש ביים גרעניץ, מ'וועט נישט וויסן צו די עלטערן דארפן זאגן אשמנו, ביז מער דעטאלן קומען אריין.

סמבטיון » דינסטאג יולי 15, 2014 3:21 pm

· #211881
נו ר' אהרן, מיר ווארטן איהר זאלט אינז געבן יעצט קילורין לעיניהם, ווער איז יעצט שילדיג? ער אליין ווייל ער איז שוין א גדול, אדער זיינע עלטערען פאר איהם לאזן גיין לייגן תפילין פאר די סאלדאטן. אוי רבנו של עולם דאס הארץ רייסט אין די טרערן פליסען אן אויפהער.

גאנצל » דינסטאג יולי 15, 2014 3:34 pm

· #211885
צו מ'דארף זאגן אשמנו צו נישט ווייס איך נישט אבער קיין חב"ד איד וועט מער נישט אהין גיין לייגן תפילין

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 3:36 pm

· #211886
קענסט נישט חב"ד!

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 3:49 pm

· #211895
יין שרף
קענסט נישט חב"ד!

ומומביי יוכיח!

סמבטיון » דינסטאג יולי 15, 2014 3:52 pm

· #211900
ערשט יעצט וועלן זיי קומען אין די מאסן. די קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיהל בעלי תשובה זיי מאכן דארטן אין אזעכע זמנים, אין די צייט וואס ענק (סאטמער נט"ק וכוי, ) זענען ביזי מיט האקן פעך אין שוועבל אויף די כופרים, גייען די חב"ד שלוחים מיט מסירות נפש, אין זענען מזכה נאך א יודיש קינד מיט מצוות תפילין.

קושקע » דינסטאג יולי 15, 2014 3:58 pm

· #211905
איז דאך פונקט גוט, אויב חב"ד איז ביזי לייגן תפילין, ווער וועט האקן פעך אין שוועבל אויף די כופרים? איינער מוז דאך דאס אויך טון.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יולי 15, 2014 4:38 pm

· #211917
חשבון הנפש
איז דאס א רמז פון הימל אז פונקט מיר חרדישע יידן ווערן גשטראפט פון די ראקעטס?
א פרומי פרוי איז אומגקומען פון א הארט-אטאק אויף די וועג צום שעלטיר, און יעצט א חרדישער ייד.
דארף מיר אונז מאכן א חשבון הנפש!

נושא ונותן » דינסטאג יולי 15, 2014 4:50 pm

· #211920
היימישער ליטוואק
איז דאס א רמז פון הימל אז פונקט מיר חרדישע יידן ווערן גשטראפט פון די ראקעטס?
א פרומי פרוי איז אומגקומען פון א הארט-אטאק אויף די וועג צום שעלטיר, און יעצט א חרדישער ייד.
דארף מיר אונז מאכן א חשבון הנפש!

פין אונז זענען דאך ארויס געקומען די רוצחים וואס האבן ברוטאל דערמארדעט דעם אראבעשער יונגעל

קושקע » דינסטאג יולי 15, 2014 5:22 pm

· #211938
i saw earlier a picture of the supposed victim looked modern

סמבטיון » דינסטאג יולי 15, 2014 5:37 pm

· #211944
אין איך האב יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט איהם, אין פאר ווער סעוויל וויסן, דער יונגערמאן הייסט ישראל ברייש, א זוהן פינעם באקאנטן פילאנטראפ ראובן ברייש , א שוויצער פאר עזרה ומרפא.

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 7:21 pm

· #211978
היימישער ליטוואק
איז דאס א רמז פון הימל אז פונקט מיר חרדישע יידן ווערן גשטראפט פון די ראקעטס?
א פרומי פרוי איז אומגקומען פון א הארט-אטאק אויף די וועג צום שעלטיר, און יעצט א חרדישער ייד.
דארף מיר אונז מאכן א חשבון הנפש!


אוודאי! יענער טשאלמער זאגט מיר אז "נאך יעדעס מאל די ממשלה לייגט גזירות אויף אונז קומט צו פליען ראקעטן", פרעג איך אים למשל וואס? זאגט ער מיר יעדעס מאל נאך א שלב פון גיוס בני ישיבה גייט אריבער געשעהט דאס...
ענטפער איך "און אפשר איז עס א רמז אז איר באלאנגט אויך אין מיליטער....?
נישט נאר שיקן יענעם צום פראנט צו פארטיידיגן אונזער לאנד וואס איז געגעבן געווארן צו אונזער אור-עלטערן, וואס איז א חיוב מדינא דשו"ע צו פארטיידיגן אפילו שבת מיט געווער???
אפשר וועגן דעם זענען אלע נפגעים דערווייל פרומע???

#חומרלמחשבה

היימישער ליטוואק » דינסטאג יולי 15, 2014 7:34 pm

· #211982
אפשר??

קושקע » דינסטאג יולי 15, 2014 8:01 pm

· #211988
דער נהרג עק"ה, דרור חנין פון בית ארי'
א טאטע פון 3 קינדער, השם ירחם

גאנצל » דינסטאג יולי 15, 2014 8:12 pm

· #211992
נהרג על מזבח הציונים הרשעים הכופרים ימח שמם וזכרם הי"ד

איך אויך » דינסטאג יולי 15, 2014 8:33 pm

· #212000
און די אראבערס זאלן לאנג לעבן הא? אנטיסעמיט דו.

מיט אזעלכע תגובות הייב איך שוין אן צו גלייבן אז דאס איז גאר אמת.

גאנצל » דינסטאג יולי 15, 2014 8:53 pm

· #212006
ווער האט דא געהייסן די אראבער זאלן לאנג לעבן ? זאלן זיי אלע אייננעמען א מיתה משונה ווי שנעלער

וד' ינקום דמי אחינו דרור חנון וואס ס'איז געהרגט געווארן על מזבח הציוני

עפל סיידער » מיטוואך יולי 16, 2014 10:12 am

· #212096
איך אויך
און די אראבערס זאלן לאנג לעבן הא? אנטיסעמיט דו.

פארוואס ווען איינער לאזט א טרער אויפען צאל קרבנות וואס די ציוניסטישע אומגליק האט שוין אפגעקאסט ר''ל, ווערט מען אזוי ווילד און מען מאכט שוין פשעטאלאך, וויין מיט ביטע אויף די פארגאסענע בלוט ד' ירחם.

בר דעת » מיטוואך יולי 16, 2014 12:46 pm

· #212137
חמורים, ווי קומט דא אריין ציונים? אראבער האבן אים געהרגעט, ווי קומט יעצט אריין ציונים? טיפשות האט נישט קיין גבול?
סעמפטבער עלעווען קרבנות וועט איר זאגן "געהרגעט אויפן מזבח האמריקאני הי"ד?" אדער אויף מנחם שטארק על מזבח הסאטמארי?

סמבטיון » מיטוואך יולי 16, 2014 1:38 pm

· #212152
אין לנו אלא דברי פראפעסער שפירא, ווי ווייטאגלעך עס הערט זיך, ליגט דערין ליידער אמת'ע פאקטן, ביי געוויסע סאטמערע רשעים ארורים, הערשט א געוויסע שמחה פנימות ווען א יוד ווערט ה"י געהארגעט אין ארץ ישראל דארך די אראבער ימ"ש, וויייל אזוי ווערט שטערקער די רעבס ווערטער.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 16, 2014 1:47 pm

· #212155
איך זוך נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער ענק פארשטייען טאקע נישט וואס גאנצל שרייבט? אדער ענק מאכן זיך?

סמבטיון » מיטוואך יולי 16, 2014 1:49 pm

· #212156
ניין איך פארשטיי נישט! אפשר ביזטו מיר מסביר ווי די ציונים קומען דא אריין?

גאנצל » מיטוואך יולי 16, 2014 2:27 pm

· #212164
סמבטיון
אין לנו אלא דברי פראפעסער שפירא, ווי ווייטאגלעך עס הערט זיך, ליגט דערין ליידער אמת'ע פאקטן, ביי געוויסע סאטמערע רשעים ארורים, הערשט א געוויסע שמחה פנימות ווען א יוד ווערט ה"י געהארגעט אין ארץ ישראל דארך די אראבער ימ"ש, וויייל אזוי ווערט שטערקער די רעבס ווערטער.


איך פריי מיך ? דו פרייסטוך אז מ'קען יעצט זאגן און וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז מ'דארף הרגנען די אראבער פארשטייסטו מיר ?

איך ווייטאג נעבעך אויף די קרבן וואס ס'איז נעבעך געפאלן א רחמנות אויף זיינע זיסע לעכטיגע קינדער וואס זוכן נעבעך זייער טאטע אבער דו נעמסט אים פאר א קורדום לחתור ווייטער צו קענען זיך שלאגן מיט די אראבער און מרבה זיין די אנטי סעמיטיזעם אויף די וועלט איך בין די רשע ?

גאנצל » מיטוואך יולי 16, 2014 2:28 pm

· #212166
שמעקעדיג
איך זוך נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער ענק פארשטייען טאקע נישט וואס גאנצל שרייבט? אדער ענק מאכן זיך?


דו האלטסט טאקע איין מינוט אז ער פארשטייט טאקע נישט ?

עפל סיידער » מיטוואך יולי 16, 2014 3:07 pm

· #212181
א איד וואס האלט אז סאטמאר פרייט זיך מיט די הריגה פון אידען, פארשטייט טאקע נישט ווי עס קומט דא אהער ציונות זיי האלטען עס איז עפעס א פארצייטישע סארט עבירה וואס האט שוין עקספייערט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 16, 2014 3:24 pm

· #212182
און אויב וואלט א סאטמארער איד אין בני ברק אומגעקומען ח''ו, אויף וועלכע מזבח וואלט דאס געווען?
הערטס אויף ניצן דעם רבי'ן פאר ענקער פארטייאישע נצחונות. נישט דאס איז דער רבי געווען, און ענק ווייסן נישט וואס טוט זיך אויבן.

גאנצל » מיטוואך יולי 16, 2014 4:34 pm

· #212194
אויב א סאטמארע איד גייט אוועק פון א ראקעט איז עס פונקט אזוי על מזבח הציוני, אויב איז דאס נישט געווען די רבי דעמאלט נעמט אייך לערנען פלייסיגער דעם ויואל משה

ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 16, 2014 4:37 pm

· #212195
גאנצל

אויב א סאטמארע איד גייט אוועק פון א ראקעט איז עס פונקט אזוי על מזבח הציוני

עפל סיידער » מיטוואך יולי 16, 2014 5:02 pm

· #212197
ישמעאל פארוואס ברויכסטו סתם אזוי אטאקירען על לא דבר א חסיד פון א רבי'ן וואס איז נישט לפי דיין גישמאק.

סמבטיון » מיטוואך יולי 16, 2014 5:23 pm

· #212203
ווייל דע ווארט איז נישט צי עס איז מיין געשמאק צי נישט, עס קומט פשוט צו ברעכען פון ענקער אויפגעריסענע שנאה צו יעדע יוד וואס האט א שייכות צו אינזער הייליג לאנד. אין אלטס גייט אינעם נאמען פין אזא קדוש עליון ווי דער הייליגע סאטמערע רבי, וואס האט ווייט נישט דאס געמיינט וואס מעהאט געמאכט מיט זיין שיטה.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:47 am

· #212300
שמעקעדיג
איך זוך נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער ענק פארשטייען טאקע נישט וואס גאנצל שרייבט? אדער ענק מאכן זיך?

דו פארשטייסט טאקע נישט די קריטיק אויף אזעלכע שמוציגע נטורי חארטא ווערטער? אדער דו מאכסט דיך?

קושקע » פרייטאג יולי 18, 2014 8:43 am

· #212510
נאך א טייערע אידישער קרבן, רח"ל

די נאכט אין עזה, איז נעבעך פארשניטן געווארן דאס יונגע לעבן פון איתן ברק פון הרצליה (א בעסערע געגנט לעבן טעלאוויוו) אין בליענדע עלטער פון 20 יאר, השם ירחם!

הילד איננו!

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 18, 2014 9:36 am

· #212513
סמבטיון
ווייל דע ווארט איז נישט צי עס איז מיין געשמאק צי נישט, עס קומט פשוט צו ברעכען פון ענקער אויפגעריסענע שנאה צו יעדע יוד וואס האט א שייכות צו אינזער הייליג לאנד. אין אלטס גייט אינעם נאמען פין אזא קדוש עליון ווי דער הייליגע סאטמערע רבי, וואס האט ווייט נישט דאס געמיינט וואס מעהאט געמאכט מיט זיין שיטה.

יעדעס ווארט וואס א סאטמארער זאגט ווערט א גאנצע קאנטראווערסיע, סאיז פשוט אז גאנצל האט געמיינט אז דער איד איז געהרגט געווארן על מזבח הציוני נישט דווקא אלס אן עונש מן השמים נאר ער איז אבוויעסלי געשטארבן אין א מלחמה וואס איז אנשטאנען אלס ראזולטאט פון ציוניזם, איך זע נישט וואס קען זיין קאנטראווערסיאל, חוץ אויב בר דעת וויל טענהן אז די מלחמה וואלט "סאם האו" אויסגעבראכן אן ציוניזם,

וואס ר' אהרן האט געזאגט אויך, איך גיי נישט וואוטשן פאר די אמתדיקייט פון זיין ווייטאג וכו, אבער וואס איז פשוט ווי טאג איז אז די עלטערן פון דריי אידישע בחורים וואס וואוינען נישט אין חברון (אגב די גרעסטע פאלעסטינער שטאט מיט א גאר קליינע מתנחלישע באפעלקערונג) וואס איז באוואוסט אלס איינס פון די אנגעצויגענסטע לאקאלן אין די מערב ברעג, האבן געמאכט אן אויסוואל זיי צו שיקן לערנען דארט אין א מקום סכנה אן קיין צווייפל,
זאגט נאר טייערע אידעלעך ווען ר' משה בער בעק זאל ווען שיקן דריי מינדעריעריגע צו עזה אדער לבנון 'צו מאכן "נייס" מיט די פאלעסטינער און זיי ווערן ח"ו געקידנעפט און געהרגט דורך איסלאמיק דזשיהאד וואלט געווען קאנטראווערסיאל צו זאגן דאס פשוטע אז סיי זענען געגאנגען צו א מקום סכנה און דמם בראש רמ"ב? העק יעדע אידישע צייטונג וואלט אים באשולדיגט אין די העדליין!

מאטי » זונטאג יולי 20, 2014 12:51 am

· #212609
און אויב סאטמר רב וואלט געשריבן אין ויואל משה אז ס'איז א מצוה צו וואוינען אין חברון און רב קוק וואלט געשריבן אז ס'איז אסור וואלסטו אויך געזאגט אז דמם בראשם?

petergrifin » זונטאג יולי 20, 2014 2:44 am

· #212633
מאטי
און אויב סאטמר רב וואלט געשריבן אין ויואל משה אז ס'איז א מצוה צו וואוינען אין חברון און רב קוק וואלט געשריבן אז ס'איז אסור וואלסטו אויך געזאגט אז דמם בראשם?


ארײן אין <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6811">viewtopic.php?f=47&t=6811</a><!-- l -->

berlbalaguleh » זונטאג יולי 20, 2014 3:46 am

· #212638
מאטי
און אויב סאטמר רב וואלט געשריבן אין ויואל משה אז ס'איז א מצוה צו וואוינען אין חברון און רב קוק וואלט געשריבן אז ס'איז אסור וואלסטו אויך געזאגט אז דמם בראשם?

מאטי: די ס(צ)ענאריא לאז ביטע איבער פאר יואלי לעבאוויטש. ער האט אין פאקט א קליפ מיט דעים מהלך. ווען סאטמאר רבי וואלט געוועין ליובאוויטשער רבי און ליובאוייטשער רבי וואלט געוועין סאטמאר'ער רבי. און וואס, און וויאזוי זיי וואלטן עס געזאגט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

קליגער אינגערמאן » זונטאג יולי 20, 2014 3:56 am

· #212639
berlbalaguleh
מאטי
און אויב סאטמר רב וואלט געשריבן אין ויואל משה אז ס'איז א מצוה צו וואוינען אין חברון און רב קוק וואלט געשריבן אז ס'איז אסור וואלסטו אויך געזאגט אז דמם בראשם?

מאטי: די ס(צ)ענאריא לאז ביטע איבער פאר יואלי לעבאוויטש. ער האט אין פאקט א קליפ מיט דעים מהלך. ווען סאטמאר רבי וואלט געוועין ליובאוויטשער רבי און ליובאוייטשער רבי וואל געוועין סאטמאר'ער רבי. און וואס, און וויאזוי זיי וואלטן עס געזאגט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮


קושקע » זונטאג יולי 20, 2014 12:09 pm

· #212658
נאך 13 אידישע נשמות פארשניטן געווארן!!

געוואלד! וויפיל איז די שיעור!

ס'צייט אז דאס אידיש פאלק זאל אנהויבן א #ערעבספרינג קעגן די ציונים, אונז ברויך מיר אייך נישט!

אידן שיקן נישט קיין אייגענע קינדער צו אויסגעהארגעט צוליב א לאנד!

עד מתי יהי' זה לנו למוקש!

I'm back » זונטאג יולי 20, 2014 12:12 pm

· #212660
מקור?

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 20, 2014 12:14 pm

· #212661
אידיש הארץ!

ברוך שאמר » זונטאג יולי 20, 2014 12:15 pm

· #212662
j net news

I'm back » זונטאג יולי 20, 2014 12:16 pm

· #212663
פארוואס איז געווען א אידישע מיליטער?

לאליפאפ » זונטאג יולי 20, 2014 12:23 pm

· #212665
קושקע
נאך 13 אידישע נשמות פארשניטן געווארן!!

געוואלד! וויפיל איז די שיעור!

ס'צייט אז דאס אידיש פאלק זאל אנהויבן א #ערעבספרינג קעגן די ציונים, אונז ברויך מיר אייך נישט!

אידן שיקן נישט קיין אייגענע קינדער צו אויסגעהארגעט צוליב א לאנד!

עד מתי יהי' זה לנו למוקש!

יוש! פליז! טאמער קומט א גוי אין ווילאמסבורג מיט א מעסער וויבאלד פאפאנער האבן אים אויפגערייצט, טאר א פאפאנע טאטע אים נישט אקעגנלויפן כדי צו ראטעווען קינדער? טראכט ארויס פון דיין קעסטל.

קושקע » זונטאג יולי 20, 2014 12:29 pm

· #212667
לאליפאפ
קושקע
נאך 13 אידישע נשמות פארשניטן געווארן!!

געוואלד! וויפיל איז די שיעור!

ס'צייט אז דאס אידיש פאלק זאל אנהויבן א #ערעבספרינג קעגן די ציונים, אונז ברויך מיר אייך נישט!

אידן שיקן נישט קיין אייגענע קינדער צו אויסגעהארגעט צוליב א לאנד!

עד מתי יהי' זה לנו למוקש!

יוש! פליז! טאמער קומט א גוי אין ווילאמסבורג מיט א מעסער וויבאלד פאפאנער האבן אים אויפגערייצט, טאר א פאפאנע טאטע אים נישט אקעגנלויפן כדי צו ראטעווען קינדער? טראכט ארויס פון דיין קעסטל.


כ'וואלט עטליסט פארשריגן דעם פאפענער, אבער דאס ווילסטו דאך אויך נישט.

קושקע » זונטאג יולי 20, 2014 12:33 pm

· #212669
פונקט ווי אנדערע פארשטייען אז דער איירען-דאום איז נישט גענוג נאר מ'מוז גיין צום שורש אריין אין עזה.
גיי איך צום שורש השרשים, דהיינו די כופרים וואס האבן אנגזאלצן דאס אידיש פאלק מיט זייער מיליטער.
בלאט: 1 2