☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פאלשע קלאנגען

פאלשע קלאנגען

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5962

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:44 pm

· #186737
פאלשע קלאנגען
ס'דרייט זיך ארום רומערס אז פאפא מיט צעלים קומען ארויס מיט אן אייגענע וועכנטליכע צייטונג "פאפא-צעהלים" צייטונג. "פארוואס דארפן אלע אידישע צייטונגען באלאנגען פאר סאטמאר" הערט מען מענצער פרעגן דעם צעהלימער ראש הקהל, אוון מיט רעכט. אבער ווי געזאגט איז עס פאלשע מעשיות.
נאך א קלאנג אז רבנים קומען ארויס מיט א איסור קעגן גריכישע יאגורטען. ס'הייבט זיך נישט אן.


.

משה געציל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:46 pm

· #186748
אנדערע ווייסן צו באריכטן אז צו דאס צופרידנהייט פון געוויסע האט 'דער פינטעל איד' געטראפן א דזשאב, ווי געזאגט איז דאס פאלטשע מעשיות...

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:55 pm

· #186749
ס'דרייט זיך ארום רומער אז כוונת הלב מיט יאוואזשנע, וועלן היי יאר נעמען ווייץ פון גריכלאנד פאר מצות באקן.

פלעין יודיש » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:46 am

· #186797
ס'דרייט זיך ארים א קלאנג
אז די בראדוועי מצות זענען מצה גזולה

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:46 am

· #186820
רומער'ס טייטלען אויף נאך עטליכע רעזיגנאציעס,
דר'עולם זאל עס גלייבען פונקט ווי די ערשטע צוויי.
גענוג ליצנות געמאכט פינעם ציבור.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:51 am

· #186822
שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.

הוגה » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:53 am

· #186825
קאווע טרינקער
שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.


שטותים! זיי האבן סך הכל געמירדזשד מיט 'תפלת כל פה'.


.

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:56 am

· #186826
הוגה
קאווע טרינקער
שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.


שטותים! זיי האבן סך הכל געמירדזשד מיט 'תפלת כל פה'.


.

אין וויליאמסבורג אינאך דא ביידע.

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:25 pm

· #186883
ס'דרייט זיך א שמועה אז כולל חבת ירושלים און כולל שומרי החומות געבען געלט פאר ארימעלייט אין ארץ ישראל

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:26 pm

· #186884
ס'דרייט זיך א שמועה אז איך בין א עושר

היסטאריקער » מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:43 pm

· #186892
וויאזוי זינגט ר׳ יו״ט ערליך ע״ה "ניט אמת ניט אמת

מ גפני » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:07 pm

· #186902
מיהאט ארעסטירט דעם מערדער פון שטארק!!!
שוין צום ווילפטן מאל?

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:33 pm

· #187071
פאלשע קלאנגען קורסירען אז דער מארגנדיגער צניעות אסיפה איז געקענסעלט. שקר וכזב, ס'גייט געהעריג ווייטער אן על אפתי ועל חמתי

דריידל » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:41 am

· #187094
קלאנגען גייען ארום אז ביי די צניעות אסיפה גייט מען אינדארסירן קאווע שטיבל וואס לאזט נישט צו קיין אומאיידעלע בילדער

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:28 am

· #187102
שמועות פורחות אז רבנים גייען פארליינען ארטיקלען פון מאחורי
אויב יא קים איך צי לויפען אויף אלע פיר (פינף)

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:38 am

· #187114
דער (פינטעל) איד
על אפתי ועל חמתי

דו שרייבסט אפשר אין דער בלאט?? 😂 😂

Ben-Shishim » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:55 pm

· #187177
There is a rummer that Halfbrains is looking for guidance to do Tshuva, be sure it aint gonna happen

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:10 pm

· #187184
גייט ארום א קלאנג אז ביים כפים דינער היינט נאכט גייט זיין א הוקעפ ווידיע פונעם צניעות אסיפה
נישט אמת

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 9, 2014 9:22 am

· #189500
אחשוורוש זיכט א נייע כלה

פליקער » זונטאג מערץ 9, 2014 1:26 pm

· #189565
קלאנגען קארסירן אז איך טי תשובה

מ גפני » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:20 pm

· #189876
מ'האט געטראפן דעם פארלוירענעם מאעלעיזער פליגער גאנצערהייט אין א פריוואטער עירפארט נעבן וואשינגטאן, די צוויי (אדער פיר - ווענד זיך לויט וועלעכע גירסא) חברה וואס זענען ארויף אויפ'ן פליגער מיט גע'גנב'עטע פאספארטן זענען אינ'אמת'ן אריין סי.איי.עי. אגענטן וואס האבן געהיידזשעקט דעם פליגער און געברענגט קיין וואשינגטאן צוליב אן אומבאקנטן סיבה, די סוד איז אבער פריצייטיג געבראכן געווארן דורך סנאודען.
(רבותי איך בין נאך היפנאטיזירט נאכן לייענען @חזקיהו המלך'ס "מיין קאמף מיט די עמלקים" אויף #קאווע בלעטער)

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 4:57 pm

· #189894
MY GOD !!!!!!!!!!!!!!

דער שכן » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:16 am

· #190014
הוגה
קאווע טרינקער
שווער צו גלייבן, אבער מאנכע זאגן אז מ'קען שוין מער נישט באקומען די שמחה ואורה סידורים.


שטותים! זיי האבן סך הכל געמירדזשד מיט 'תפלת כל פה'.


.


קרבן אשר סידור מיט׳ן בית יעקב סידור גייען אפשר נישט מערדזשן...

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:45 am

· #190019
ברעיקינג! די ניו יארק פאוסט האט זיך יעצט אין א סטעיטמענט אנטשולדיגט פאר די העסליכע קעפל וועלכע זי האט אריינגעשטעלט עטליכע וואכן צוריק איבער די מארד פון ר' מנחם שטארק!

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:24 pm

· #190035
שקר החן והבל היופי

טיטאניק » דינסטאג מערץ 11, 2014 1:01 pm

· #190048
אז די טעג ארגעניזעישאן איז איבערגעפילט מיט ארבעט און זיכען הילף פון פרישע 100 וואלענטירען

אז חסד לאברהם נעמט יעצט אריין פרישע 50 תלמידים

טיטאניק » דינסטאג מערץ 11, 2014 1:02 pm

· #190050
אז סקווערע רבי האט נישט געשיקט שפיצער אינטערצינדען ראטענבערג

טיטאניק » דינסטאג מערץ 11, 2014 1:03 pm

· #190051
אז רז"ל האט ארויסגעבעקט פון קימען צי די עצרת ציליב ציונות פראבלעמען

מ גפני » דינסטאג מערץ 11, 2014 2:30 pm

· #190069
אז ר' אהרן האט א ברודער וואס הייסט עשיו

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 7:48 am

· #191480
די עף בי איי האט היינט פארטאגס ארעסטירט ר' אהרענ'ן אינדרויסען פון ביתו נאווה קודש אין ק''י

פלעין יודיש » דינסטאג אפריל 1, 2014 3:57 pm

· #194090
קאווע שטיבעל מיט איי וועלט, שטעלן זיך ציזאם
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=6206

טיטאניק » דינסטאג אפריל 1, 2014 10:41 pm

· #194197
די טיטאניק איז אויפן אויבערפלאך

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 9, 2014 12:45 pm

· #204987
ס'קלינגען קלאנגען אז די צוויי בעלעדע רבי'ס האבן זיך צואמפערט היינט אויפ'ן גאס. דאס האבן ארויסגעלאזט שונאי בעלעד, האט נישט קיין שום האפט

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 9, 2014 3:14 pm

· #205038
ווער זענען שונאי בעלעד? וועמען אויפן וועלט שטערן זיי צוויי ברידערס שטייען ביי צוויי שטענדערס טשפענען נישט קיינעם who cares?

ישמעאל הכהן » דינסטאג יולי 15, 2014 6:36 pm

· #211959
אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

איך אויך » דינסטאג יולי 15, 2014 7:10 pm

· #211972
ווילאנג ערעב בערל באשטעטיגט דאס נישט גלייב איך דיר נישט. גראדע איז דא דארט אסאך באבערדעלטע סאו יא נעווער קנאו.

מ גפני » דינסטאג יולי 15, 2014 7:22 pm

· #211979
איז בערל זיין בעלעגלא?

berlbalaguleh » זונטאג יולי 20, 2014 4:06 am

· #212640
ישמעאל הכהן
אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

יא. ס'איז געוועין ר' מנשה פיליפ. אנטשולדיגט. נישט ער. נאר הרב ישראל מ. סופר. ער האט זיך אנגעטון דעם גארטל און געזאגט לשם יחוד און אויס געשאסן א ראקעט קיין מדינת ישראל. ער האט עס אנגערופן "התותח הקדוש". און ר'האט אינזין געהאט צו טרעפן וואס מער ציונים. די סיטרא אחרא האט זיך אבער ליידער אריינגעמישט און די כוחות הטומאה פון די ציונים האבן זיך ליידער מתגבר געוועין און דער ראקעט איז אראפגעשאסן געווארן דורך דעם טמא'נעם "כיפת הברזל". 😂 🙄 😂 🙄 🙄 😉 😮

berlbalaguleh » זונטאג יולי 20, 2014 4:09 am

· #212641
מ גפני
איז בערל זיין בעלעגלא?

ניין. זיכער נישט. איך וואלט נישט געקענט אויסהאלטן צו הערן זיינע דברי כפירה און שנאת ישראל וואס גיסט זיך פון איהם כמעיין המתגבר. 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😢 😉 😮

שמעקעדיג » זונטאג יולי 20, 2014 10:54 am

· #212648
ישמעאל הכהן
אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

דאס איז גראדע אמת, איינע פון זיינע מקורבים האט עס אויסגע'משל'ט נאכדעם וואס ר' מנשה האט אויפגעגעסן יעדן בונדל פון די טשולענט, יענער האט פארציילט די מעשה הידוע פון ר' מענדעלע רימנוב'ער מיטן רבי'ן ר' אלימלך ווי ביים שטילן טיש האט דער ר"ר אלימלך אויסגעגאסן די זופ און ר' מענדלע האט פלוצלינג אויסגעשריגן "רבי, מען וועט אונז דאך ארעסטירן"... ווייל ער האט מיטגעהאלטן א מעשה פונדערווייטענס ווי דער רר"א איז מבטל א גזירה אויף אידן... אזוי האט דער מקורב ממחיש געווען אז ר' פיליפ'ס טשולענט עסן -- וואס יעדער בונדעל פטר'ט א ציוני -- איז גארנישט אנדערש ווי פיזיש ארויסשיסן ראקעטס אויף די ציונים, ואת בניו יארק ומצודתך פרוסה בגאזא ובעזה, און פון דארט האט זיך ארויסגעלאזט דער קלאנג אז ער שיסט ראקעטס..... 😛 🙂 😃 🙄

Ben-Shishim » זונטאג יולי 20, 2014 12:01 pm

· #212657
שמעקעדיג
די האסט פארגעסין איין ווארט
"להבדיל"

berlbalaguleh » זונטאג יולי 20, 2014 1:10 pm

· #212677
שמעקעדיג: איך ווייס נישט אויב די ראקעטס וואס ר' מנשה פיליפ שליט"א האט אויסגעשאסן (מוצש"ק) אלס רעזולטאט פון אויפעסן דעם גאנצן טשאלנט ביז'ן לעצטן באנדל האבן געגרייכט ביז קיין עזה אדער תל אביב. אבער זיינע שכנים ארום האבן זיכער געליטן פון אן ערדציטערניש און אפשר אויסגעשאסענע פענצטערס אויך... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:25 pm

· #220253
פארן שמועות אז אין קאווע שטיבל איז נישטא קיין הויכע טרעפיק אזוי ווי אין אנדערע ווערצהייזער, בין איך מודיע אז אזא שמועה באלאנגט אין דעם אשכול.. אויסדריקליך.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:38 pm

· #220264
שמעקעדיג
ישמעאל הכהן
אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

דאס איז גראדע אמת, איינע פון זיינע מקורבים האט עס אויסגע'משל'ט נאכדעם וואס ר' מנשה האט אויפגעגעסן יעדן בונדל פון די טשולענט, יענער האט פארציילט די מעשה הידוע פון ר' מענדעלע רימנוב'ער מיטן רבי'ן ר' אלימלך ווי ביים שטילן טיש האט דער ר"ר אלימלך אויסגעגאסן די זופ און ר' מענדלע האט פלוצלינג אויסגעשריגן "רבי, מען וועט אונז דאך ארעסטירן"... ווייל ער האט מיטגעהאלטן א מעשה פונדערווייטענס ווי דער רר"א איז מבטל א גזירה אויף אידן... אזוי האט דער מקורב ממחיש געווען אז ר' פיליפ'ס טשולענט עסן -- וואס יעדער בונדעל פטר'ט א ציוני -- איז גארנישט אנדערש ווי פיזיש ארויסשיסן ראקעטס אויף די ציונים, ואת בניו יארק ומצודתך פרוסה בגאזא ובעזה, און פון דארט האט זיך ארויסגעלאזט דער קלאנג אז ער שיסט ראקעטס..... 😛 🙂 😃 🙄

לפענ"ד האבן זיינע שכנים אין וויליאמסבורג פארשפרייט די קלאנגען. ווייל ווען זיי זענען געזיצן שבת נאכמיטאג אין דיינינג רום האבן די פענצטערס זיך פלוצלינג גענומען ציטערן. קודם האט מען געמיינט אז די גוי'אישע שכנים שיסן פייערווארקס. אבער ווען מ'האטציך דערנענטערט צום חצר זענען די קולות געווארן שטערקער און די ווענט האבן געציטערט. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "וינועו אמות הסעיפים". ביז מ'האט געזעהן בחוש ווי די פענצטערס פונ'ם שכינות'דיגן ביה"כ ווערן צו פלאצט. רופט זיך אן איין שכנ'טע צו די אנדערע. "וואס ביסטו אזוי באזארגט? ר' מנשה האט היינט ווידער געגעסן טשולענט!... 😕 😎 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:03 pm

· #321078
סגייט ארום אז אין וויליאמסבורג זענען דא געוויסע מענטשען וועלעכע טראגען מיט'ן עירוב

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 14, 2016 3:48 am

· #321288
ציבעלע-קיגל
סגייט ארום אז אין וויליאמסבורג זענען דא געוויסע מענטשען וועלעכע טראגען מיט'ן עירוב

ציבעלע קוגל: ס'קען נישט זיין. ווייל מ'האט דאך זיי שוין לאנג צוריק פארשטיינערט...אדער ערליכע אידן האבן מיט פארמאכטע אויגן געשריגן...פוי, שייגעץ...ימח שמו...!

HotCoffee » זונטאג פעברואר 14, 2016 4:14 am

· #321289
Re: פאלשע קלאנגען
ציבעלע-קיגל
סגייט ארום אז אין וויליאמסבורג זענען דא געוויסע מענטשען וועלעכע טראגען מיט'ן עירוב

איך טראג מיטן האנט [emoji3]

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 26, 2016 8:33 pm

· #334789
עס קורסירן ארום אומבאשטעטיגטע שמועות אז טאמבל סאס האט פארלוירן זיינע ביידע דזשאבס, סיי די רעגולער און סיי זיין סייד-דזשאב ביינאכט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 26, 2016 8:56 pm

· #334793
Re: פאלשע קלאנגען
ס'איז שקר!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk