☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » 21'סטען יאר 100 אנטיסעמיטען: כאמאס, איראן, מיט סאטמאר.

21'סטען יאר 100 אנטיסעמיטען: כאמאס, איראן, מיט סאטמאר.

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6789

פראפעסאר שפירא » זונטאג יולי 13, 2014 5:36 pm

· #211554
21'סטען יאר 100 אנטיסעמיטען: כאמאס, איראן, מיט סאטמאר.
ס'שוין נישט קיין סוד היינט, אז רוב סאטמארע חסידים וואס זענען ליידער מזרע ישראל, זענען גארנישט ווייניגער פין פאלנע אנטיסעמיטען, טיעף און הארצען פרייען זיי זיך ווען א איד ווערט געהארגעט אין ארצינו הקדושה, (פאר זיי די טריפה'נע מדינה), ווייל דאס ווייזד אז זייער רבי איז געווען גערעכט....

ווען מ'זעהט אפענע ניסים און ארצינו הקדושה ווערען זיי אויס מענטש, זיי דרייען זיך ארום ווי א אקס פאר א רויטע שמאטע, זיי קענען עס נישט אראפשלונגען, די שנאת ישראל פייערט און זייערע גלידער ווי די גיפט פין א שלאנג, זיי וואלטען זיך געפרייט צי זעהן גאנץ מדינת ישראל אויף אש, ס'וואלט זיי געווען ווי א באלזאם אויף זייער טריפה'נעם הארץ,

אין די צייט וואס דער סאטמארע רב אליינס האט נאך געוויסט צי מאכען א חילוק צווישען די מלחמה אויף ציונות און נישט עס צי אויסטייטשען אויף פאלנע שנאת ישראל, איז אבער סאטמאר היינט דורעכגעווייקט מיט שנאת ישראל, זיי האבען זיך גארנישט צי שעמען פין עראפאט און אכמאדינידזשאד, נישט פין כאמאס, און נישט פין אנדערע אנטיסעמיטען למיניהם, אין די זעלבע צייט האט סאטמאר בריש גלי אוועק געווארפען די הייליגע תורה און האבען נאר געהאלטען די איינציגע מצוה פין די מלחמה אויף ציונות, די היינטיגע "ציונים" האלטען מער מצות ווי וואס סאטמאר האלט, אין שטעלען אויף שענערע דורות פין סאטמאר, סאטמאר איז א שורש פורה ראש ולענה וואס פין דעם איז ארויס געקומען נטורי קרטא אין אנדערע חולאת'ן וואס זענען ביזי צי פארשפרייטען שנאת ישראל בארבע כנפות הארץ, און זיך צי גיין קישען מיט אלע אידען פיינט, פוי.

סאטמאר נעמט זייערע קליינע קינדער אין ברעינוואשט זיי מיט שנאת ישראל פין קליינווייז אן, גענוי דאס וואס כאמאס טוט, זיי ווייקען די הערצעלעך פין זייערע קליינע אין א ים פין שנאת ישראל, מיט כל מיני פארדרייטע פאקטען כדי ס'זאל שטומען מיט זייער פאליטיק פין שנאת אלע אידען חוץ סאטמאר,

די רעזולטאט דערפין איז אז רוב פין די וואס האבען באקומען א סאטמארע חינוך האבען פיינט אידישע קינדער, אין האבען ליב די אראבער, טיעף אין הארצען האבען זיי א געוויסע סארט ציפרידענקייט ווען אידען ווערען געהארגעט, און זיי ווערען אומריאוג ווען דער באשעפער האלט די רעכטע האנט איבער די אידען און ס'דא ניסים פאר אידען בארצינו הקדושה, זיי קענען נישט גלייבען אז דער באשעפער איז נישט קיין סאטמארער,

קיינער זאגט נישט אז ס'נישט געווען פין די ציונים בעת הקמת המדינה וואס זענען געווען רשעים, ס'יא געווען, אבער ס'איז נישט קיין כלל אויף אלע אין נישט אלעמאל, אין אוואדאי היינט איז די בילד אינגאנצען אנדרעש, ווען די עכטע רשעים און די לינקע זענען א קליינע מיעוט פין די מדינה, אין רוב מדינה זענען היינט אידען וואס גלייבען אין באשעפער,

אבער און סאטמאר איז דא א נייע תורה, האלסטע מיט די סאטמארע שיטה ביסטע לויט זיי א איד, אין טאמער נישט לויט זיי נישט, נישט קיין חילוק צי די האלטס די עשרת הדברות צי נישט,

און מיר זאגען פאר סאטמאר, מיר ווייסען ווער ענק זענען, ענק זענען פאלנע שונאי ישראל, ענק זענען נישט אינטערעסירט און דעם באשעפער מיט זיין תורה, נאר אין איין זאך "ציונות", ענק זענען און בעסטען פאל משוגעים, און אין ערגסטע פאל רשעים,

לאמיר מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל שוין העלפען אז די סאטמארער זאלען תשובה טאהן, און צירוק קומען צי תורת משה רבינו און צי די ריכטיגע השקפת התורה, אמן

כוכב » זונטאג יולי 13, 2014 5:38 pm

· #211555
זייער וויכטיג געווען אפצושטויבן דיין לאנג פארגעסענער ניק, פאר דער נארישער קינדערישער דעמאגאגיע.
אויך מיר א פראפעסאר.

יין שרף » זונטאג יולי 13, 2014 5:40 pm

· #211556
פראפעסאר שפירא
סאטמאר נעמט זייערע קליינע קינדער אין ברעינוואשט זיי מיט שנאת ישראל פין קליינווייז אן


זעהסט מיר אויס ווי א סאטמארע...
אזוי צו פיינט האבן אנדערע אידן???

לאמיר מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל שוין העלפען אז די סאטמארער זאלען תשובה טאהן, און צירוק קומען צי תורת משה רבינו און צי די ריכטיגע השקפת התורה, אמן

כוכב » זונטאג יולי 13, 2014 5:43 pm

· #211557
כהאב פיינט דיין טפשות.. דיך האב איך ליב אהבת נפש. און דיין שנאה צו סאטמאר . שמעקט פון סאטמאר לשיטתך 😉

איך אויך » זונטאג יולי 13, 2014 5:54 pm

· #211558
מיין לייק איז נישט קיין פולקאם הסכמה אויף דיין השקפה אבער אויף די מעין נקודות ביסטו ליידער גערעכט.

יין שרף » זונטאג יולי 13, 2014 6:10 pm

· #211562
איך אויך
מיין לייק איז נישט קיין פולקאם הסכמה אויף דיין השקפה אבער אויף די מעין נקודות ביסטו ליידער גערעכט.

פליקער » זונטאג יולי 13, 2014 6:42 pm

· #211566
מיר ברויכן נישט מער ווי עסן טשולענט, ווייל מיט יעדע בונדעל דער'הרג'ט מען כאטש איין ציוני, די אראבער זאלן נאר נישט געוואויער ווערן דעי מעטאד, ווייל זיי וועלן מתיר זיין עסן טשולענט אפילו ראמאדאן

דריידל » זונטאג יולי 13, 2014 7:36 pm

· #211568
מ'דארף סעטן די רעקארד סטרעיט ווייל אז נישט וועל איך נאך הערן מארגן אינדערפרי אין מקוה ווי איינער זאגט נאך מיט אן ערענסטקייט פון עפעס א "פראפעסאר".

די עוורעדזש סאטמארער ווייסט טאקע נישט ווי ס'טיילט זיך שנאת ציונות מיט שנאת ישראל. אזויווי סאטמאר רב האט געזאגט בשעתו אז נשכחה תורת הבע"ש, אזוי קען מען זאגן היינט נשכחה תורת ויואל משה.

דאס וואס די שרייבסט אז סאטמאר איז א שורש פורה ראש ולענה וואס נ"ק איז איר'ס א פראדוקט, איז פונקט ווי די זאלסט זאגן אז די 6 רעליגיעזע רוצחים וואס האבן געהארגעט די אראביש קינד, זענען א פראדוקט פון רב קוק.

shem-tov » זונטאג יולי 13, 2014 8:07 pm

· #211569
דער ראצפאס דערמאנט מיך נאך עפעס א נבואה פון דעם גרויסן אוהב ישראל דער סאטמאר רב זצוק"ל דער חכם עדיף מנביא פלעגט אלץ מתפלל זיין אז די מדינה זאל אונטערגיין אן דעם וואס אפי איין איינציג יוד זאל נישט געשעדיגט ווערן. והמבין יבין. נעמט אייך עס אריין אין קאפ יעדער ערליכער יוד מאז היתה ישראל לגוי ווייסט אז יודישקייט מיט פרייקייט גייט נישט צוזאם דער חזון איש מיטן חפץ חיים מיטן פלא יועץ האבן אלע געהאקט אויף ציונות עניטיים ווי דער רבי ז"ל נאר וואס דען און א עת צרה גייען די רשעים און פרובירן צו שפילן אויף אונזערע עמאשען... היינט אליינס ווען עטליכע פראנצויזע רשעים האבן אטאקירט יודן פאריז גייען די ציונים אן א ברעקל בושה זענען נאך מסביר אז די פלאץ פאר יודן איז ארץ ישראל. סארא ליצנות זיי צינדן דעם פייער און שרייען רעטע. יא טאקע אזוי... שפילן וועסטו אויף א וועשנעצער א סקווערע א בעלזער אפשר, אבער נישט אויף א סאטמארן די זענען גאר שטארק באקאנט אין די ענינים פון משה אמת ותורתו אמת. ווייטער וועלן מיר מתפלל זיין בכוונה ומלכות זדון מהרה תעקר ותשבר ותמגר ותכלם ותשפילם ותכניעם במהרה בימינו )די סאטמערע תפלה( הן ווען זיי געבן יא געלט און הן ווען זיי געבן נישט קיין געלט אבער אן קיין שום שאדן פאר א נפש אחת מישראל.

shem-tov » זונטאג יולי 13, 2014 8:32 pm

· #211572
קיין חלוקי דעות
IMG-20140713-WA0088.jpg

כוכב » זונטאג יולי 13, 2014 8:34 pm

· #211573
שם, וואו טרעפט מען אין פלא יועץ וועגן ציונות?..
האסט פאר דער געלט געקענט שרייבן אז דער חובת הלבבות האט נאך געפייערט קעגן ציונות ביי די טונקעלע שלש סעודות תורות...

shem-tov » זונטאג יולי 13, 2014 8:38 pm

· #211574
כוכב
שם, וואו טרעפט מען אין פלא יועץ וועגן ציונות?..
האסט פאר דער געלט געקענט שרייבן אז דער חובת הלבבות האט נאך געפייערט קעגן ציונות ביי די טונקעלע שלש סעודות תורות...



אזוי???
קוק אריין אין פלא יועץ ערך ישראל סעט דיר שלעכט ווערן פאר די אויגן ווי ער רייסט אראפ באריכות די וואס פארפירן אז מען דארף ארויפארן קיין ישראל ועוד עיי"ש אין דעם ענין איז דער געווענליכער רואיגער פלא יועץ אויך א סאטמארער.

יאיר » זונטאג יולי 13, 2014 9:05 pm

· #211578
shem-tov
קיין חלוקי דעות

ביטע ברענג עס נישט, דער שילד ברענגט מיר אריין ספיקות אין אמונה.

מאטי » זונטאג יולי 13, 2014 10:00 pm

· #211582
ווען אכמעדינידזשאד האט געזאגט זיינע ווערטער "מ'דארף אפווישן ישראל פון די מאפע" האבן די עקסטרעים-ליבערלן מיט די נ"ק אזוי שיין פארטייטשט זיינע ווערטער:

"ער האט געמיינט צו זאגן 'די רעזשים' זאל אונטערגיין, די זייעניסט אידיעלאגיע זאל פארשוואונדן פון די מאפע"

"די אראבער רעדן פאעטיש, צוהיצט, זיי מיינען נישט עכט יעדעס ווארט וואס זיי זאגן, מ'דארף פארשטיין זייער קולטור, זייער וועג פון זיך אויסדרוקן איז אייגענארטיג, ס'ווענד זיך צו וועלכע אודיענץ זיי רעדן".

ניעד איי סעי מאאר?

יאיר כ'האף דיין אמונה האט זיך יעצט געשטארקט.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 1:02 am

· #211607
אזוי קוקן אויס פראפעסארן וועלכע גייען נישט אין קאלעדזש. אז מען לערנט נישט קען מען נישט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 14, 2014 1:35 am

· #211608
ס'איז מיר א חידוש אז קיינער האט נאכנישט געפרעגט שפירא פון וועלכע סאטמער ער רעדט.

יין שרף » מאנטאג יולי 14, 2014 1:50 am

· #211610
זעהט אויס אז ביי די דאזיגע "קלעים" זענען ביידע אייניג...

פראפעסאר שפירא » מאנטאג יולי 14, 2014 2:39 am

· #211612
כ'וויל קלאר מאכען אז ווען כ'רעד וועגען סאטמאר מיין איך די היינטיגע שיטה און געפילען פון די וואס ריפען זיך היינט סאטמאר, און נישט דעם סאטמארער רב זצ"ל וואס כ'האלט אז ער איז געווען א איש קדוש מיט א ריין הארץ פיהל מיט אהבת ישראל, כ'האב פריער אריינגעקוקט און על הגאולה, און ס'שפריצט אהבת ישראל פין יעדע שורה, משא"כ פין אסאך סאטמארע תגובות דא און אין איי-וועלט שפריץ צימאל פראסטע שנאת ישראל,

די היינטיגע אזוי געריפענע "סאטמאר" האבען בכלל נישט גוט אפגעלערענט דעם סאטמאר'ער רב, און זיי זאגען עס אליינס, זייער אסאך פין זיי ווייסען אז די קאמערציעלע "שיטה" אין "סאטמאר" איז נישט די ארגינעלע סאטמארער רב'ס געדאנקען גאנג, נאר ס'איז א תוצאה פין אויסמישען קנאות מיט מידות רעות, פין וואס ס'ווערט א אומגעלונגענעם קוגעל, סארי סאטמאר, ענק זענען נישט ווערד זיך צי פאריפען אויפען סאטמארער רב זצ"ל'ס נאמען, ענק פארשטייען נישט וויזוי צי מחנך זיין אויף קנאות, ענק זענען סך הכל א כנופיא פון אונגערישע בהמות, און זייטס מוחל האלטס ענק נישט אזוי גרויס, און קומטס נישט רעדען וועגען אנדערע אידען מיט אזא האס און שפאט, ווען מ'וועט ארויסנעמען ענקערע ביכער ווייסעך נישט ווער ס'שטייט בעסער, סאטמאר'ער רב זצ"ל איז נישט ענקער פראפערטי, און יעדער וואס קוקט אריין און זיינע ספרים זעהט אז ער מיט ענק זענען צוויי וועלטען, פארשטאנטא.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 14, 2014 2:51 am

· #211613
אהא,

מ גפני » מאנטאג יולי 14, 2014 9:36 am

· #211617
nice try פראפעסאר

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 14, 2014 10:09 am

· #211619
ליידער איז דער פראפאסער היפש גערעכט! עס זענען ליידער פארהאן אין אינזערע קרייזען אזעכעלע ברואים.

דער אר''י הק' שרייבט: אז אין גלות מצרים איז דער דעת געווען אין גלות, און ווען דער דעת איז אין גלות איז גרויסע צרות.... היינט איז ליידער אויך דער דעת אין גלות... מען דארף מתפלל זיין וילמדו תועים בינה, ומלאה הארץ דעה את ה'. מיר האפן אז משיח ווען אנקימען אין יעדע ליאדע מינוט, דער פארפעסערס פראבלעם וועט געלעזט ווערן...

גאלד » מאנטאג יולי 14, 2014 10:13 am

· #211620
שפירא איז א פשוט'ער שמאל-קעפיגער ראסיסט, ס'שווער צו זיך לערנען אהבת ישראל פון אזא כאראקטער,
און דער אמת איז, עפעס אמת זאגט ער דאך, אבער זיינע ראסיסטישע לויזונגען turns me off, און לייגט ציגרינד זיין גאנצער קרעדיביליטי,

עפל סיידער » מאנטאג יולי 14, 2014 12:34 pm

· #211634
גאלד
שפירא איז א פשוט'ער שמאל-קעפיגער ראסיסט, ס'שווער צו זיך לערנען אהבת ישראל פון אזא כאראקטער,
און דער אמת איז, עפעס אמת זאגט ער דאך, אבער זיינע ראסיסטישע לויזונגען turns me off, און לייגט ציגרינד זיין גאנצער קרעדיביליטי,


ווי קען ליגן אמת אין א פראפעסאר וואס ווייסט בכלל נישט פון די מאס חסד וואס איז שוין אלס ארויס פון סאטמאר פאר אנדערע אידן, די קענסער הילף'ס גרופע רופא חולים וואס באשטייט פון די פראפעסאר'ס אנטיסעמיטען האבען אמאל מבדיל געווען צווישען א סאטמארע חסיד וואס מיטשעט זיך מיט די ביטערע מחלה, און א חסיד פון רב שטיינמאן וואס איז מוטל על ערש דוי? עס איז בלויז פראפעסארישע דעמאגאגיע.

אויליגער » דינסטאג יולי 29, 2014 4:52 pm

· #214420
איך האלט (כמעט) אלל דע וועי מיטן פראפעסער סיי איבער די גרויסע אהבת ישראל פון סאטמארע רב און סיי איבער די ליידער אנטעסמיטשע תגובות וואס מזעט דא
אבער הויעכגעשעצטע פראפעסער פארוואס ריפסטו דאס אן "סאטמארע" תגובות?
וועגען די פאר קראנקהאפטיגע מוחות זענען אנטי מדינת ישראל מיינט נאכנישט אז זיי זענען סאטמאר
זיי זענען דאך די יעניגע וואס האבן אויפן סאטמארע רב געשריבן "רבינו סר מן הדרך"
אויף זיי האט סאטמארע רב גערעדט זייער שארף און די באקאנטע נשא תורה
און אפילו לאמיר זאגען אז זיי רופען זיך יא סאטמארע איז דאס א מיעוטא דמיעוטא איז דען יושר האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף?

שעפטל » דינסטאג יולי 29, 2014 5:17 pm

· #214425
איך קען סך הכל איבערשרייבן וואס איך האב שוין דא געשריבן...
שעפטל
האסט נישט געשריבן קיין דעקונג איבער דיין סאטמאר-שנאת ישראל סטעיטמענט, ניין! כ'גיי דיר נישט פרובירן אויפצוווייזן אז סאטמאר האט ביקור חולים'ס, RCCS, חסד, חבירים וכו' וכו' ועוד ועוד אשר אי אפשר לפרטם כי רבים הם, ווייל דאס איז שוין היינט אלטע אויסגעדראשענע פאקטן (אבער גראדע נאך אלס א פאקט). נאר אנשטאט איך זאל דיר מוזן אויפווייזן אז באמת האבן זיי יא ליב יעדן אידיש קינד, און פרייען זיך בכלל נישט ווען א איד אפילו א צהל'ניק שטארבט (יא דער דורכפאל פארן מדינה וועלן זיי ניטאמאל פרובירן צו לייקענען אז ס'שמעקט זיי), סאטמאר רב זצ"ל האט קלאר געבליטיגט און געשריבן אז מ'דארף מתפלל זיין אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין איד.

ווילסטו זאגן אז סאטמאר היינט איז נישט מתפלל פאר די צה"ל? מאכן נישט דעם מי שברך? נא גוט... אבער זאגן ממש שנאת ישראל??? דיין אשכול (סארי...) איז זינלאז און בעיסלאז, אן קיין שום האפט אדער דעקונג, סתם געשריבן מיט אביסעלע האס וואס איינער וואס האט נישט ליב סאטמאר וועט דיר מסתמה שענקן א לייק...

אזא אשכול וואלט געדארפט קומען מיט כאטש צוויי דריי בילדער פון דער איד אדער בלאט, מיט אפאר לינקס צו געשרייבערייען פון ידידינו היקרים דא אין שטיבל ווי זיי שרייבן עפעס אויף וואס דו קענסט דאך שטעלן.

ביז דאן איז דאס סתם געפירקעלערייען און אויב האט איינער א שנאה איז עס דו...! (סארי אגעין...)

אן אלטער וועג איך זאל דיר נישט קענען אפווענדן.. "כידוע לכל" צו "ס'איז נישט קיין סוד".. האלא הער פראפעסער לעבן, דעקונג, דעקונג און נאכאמאל דעקונג! סתם אפקאטשקענען אפאר העסליכע שורות אן קיין שום דעקונג איז קיין וועג נישט...

ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע אגריער'ס און לייקער'ס... ברענגטס שוין איינמאל פאר אלעמאל דעם אנטיסעמיטישע אויסדריקן פון די סאטמארע צו אפילו פון די נטורי קרתא דאהי אין שטיבל! הערטס שוין אויף מיט די "ווי באקאנט" "ווי יעדער זעהט" "סאיז נישט קיין סוד" וכו' וכו' וגו'

איך אויך » דינסטאג יולי 29, 2014 7:20 pm

· #214450
שעפטל ,עס איז זייער קאמיש ווי יעדער מיט א פאר געזונטע אויגן זעהט דא די כאמאס סטייל תגובת און נאר דו 'זעהסט גארנישט'. כ'מיין זאלסט נאכאמאל איבערהערן די קליפ פון רא''ט מיט ר' טולי גראס ע''ה.

קושקע » דינסטאג יולי 29, 2014 7:35 pm

· #214451
כ'קען וויסן וואס מ'האט זיך דא לעצטנסט ארויפגעווארפן ווי א כאפטע ווילדע פארציקענדע חיות אויפן סאטמאר רבי'ן ז"ל און מ'ציפליקט אויף שטיקער, איז ער עפעס שולדיג אויף די 50 אידישע נפשות, די איזראלי ארמיי האט געשאחטן די וואך פאר זייער ע"ז לא עלינו.

שעפטל » מיטוואך יולי 30, 2014 1:43 pm

· #214548
איך אויך
שעפטל ,עס איז זייער קאמיש ווי יעדער מיט א פאר געזונטע אויגן זעהט דא די כאמאס סטייל תגובת און נאר דו 'זעהסט גארנישט'. כ'מיין זאלסט נאכאמאל איבערהערן די קליפ פון רא''ט מיט ר' טולי גראס ע''ה.

ווייטער יעדער... הזמנה שלישית..... אפשר קענסטו אזוי מוחל זיין און מיך אהינלינקן צו די כאמאס סטייל תגובות?

(אז דו האסט א פראבלעם מיט מיין רבי'ן דארפסטו מיך נאכנישט זינלאז אטאקירן...)

איך אויך » דאנערשטאג יולי 31, 2014 7:13 am

· #214747
שעפטל
איך אויך
שעפטל , כ'מיין זאלסט נאכאמאל איבערהערן די קליפ פון רא''ט מיט ר' טולי גראס ע''ה.