☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6777
בלאט: 1 2 3

כוכב » דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:59 pm

· #211265
וויפיל לייקס ערווארטסטו פאר דעם באריכט?...
כמאך א ווערטל. איך האב שוין כמה פעמים געזען העדליינס גענויגט קעגן מדינת ישראל, די יעצטיגע העדליין לויפט מיט די אנהויב ווערטער: די טויט צאל שטייגט אין עזה וואס שמעקט אויך פון היבשע סימפאטיע צו די נעבעך געפאלענע פון עזה.

בר דעת » דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:05 pm

· #211266
בעיני איז ניו יארק טיימס כמעט נייטראל,נאר א טראפעלע גענויגט לינקס, צו פאלעסטינער. אבער סי-ען-ען און בי בי סי איז געפערליך, כמעט ווי אל דזשאזירא, אינגאנצן פאלעסטינער פראפאגאנדע

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:06 pm

· #211267
טאמעס פריעדמאן איז נישט בייעסט?

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:34 pm

· #211303
ווען מ'באשולדיגט פראפעסיאנאלע צייטונגען אין נויגונגען צו א געוויסע אגענדע, באשולדיגט מען דאך זיי נישט אין פאלשע אינפארמאציע,באריכטן, אדער פאקטן, נאר אין מיסרעפריזענטאציעס, איינזייטגקייט וכדומה, ממילא היות רובא דרובא מענטשן האבן דאך הנחות קדומות, אגענדעס,גלויבונגן, און איבערגלויבענישן, איז דאך מי יאמר זכיתי לבי אז ער איז גאר ריין פון בייעס אפשר איז דאס וואס ער באשולדיגט א תוצאה פון זיין בייעס וואס מאכט אים ערווארטן דאס נייעסל גענויגט צו זיין געשמאק (וואס איז לשיטתו די אמת המוחלט) און ווען ער ווערט אנטוישט אז ס'גייט נישט אין זיין ריכטונג באשולדיגט ער גאר יענעם אין בייעס.
נאר דער אמת איז אז ס'איז נישט פשט אז יענער איז מער בייעס פון דיר, נאר א מענטש האט דאך פארט געוויסע אמונות און ערכים מיט וואס זיין וועלטסקוק איז אראפגעשטעלט דערפאר וועט אויסקומען אז איינער וואס האט ע"ד משל א ליבעראלע צוגאנג וועט א צווייטער וואס קומט נישט פון דעם חדר באטראכטן יענעם אלס בייעסד אינדערצייט וואס יענער אליין איז גאר נישט ווייגער בייעסד פון אים
די נקודה איז, אז קיין שום אידילאגיע איז נישט מער סופיריער פון א צווייטע ( אין אמת אדער שקר, אין פראגמאטיזם יא) ממילא ביז ווילאנג די פאקטן וואס יענער גיט אן זענען ריכטיג, איז זינלאז יענעם צו באשולדיגן אין בייעס ווייל סוכ"ס יעדער איז גענויגט צו דאס וואס איז אים חשוב.
און דרך אגב איך אליין בין דאך מסתמא בייעס כאטש איך קען נישט זען מיין בליינדנספאט, אבער צו איין זייך לוינט זיך אלס צו זיין משוחד אין דאס איז מחשיב זיין דעם אמת.

כוכב » דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:43 pm

· #211307
ביזט נישט אינגאנצן גערעכט און דער בלאט איז נישט בייעסט לטובת די ארונים בלויז ווייל איך בין א זאלי.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:47 pm

· #211310
די היימישע צייטונגען האבן נישט קיין שום פראפעסיאנאליזם זיי זאגן אפן ליגענט. (די סטעטימענט גייט אויך אריין אין כלל פון א בייעסד סטעיטמענט, ווייל מ'טאר קיינמאל נישט זשענרעלייזן)
און דרך אגב זאגסט איך בין נישט אינגאנצן גערעכט, אפשר ביסטו בייעסד ? 🙂

כוכב » דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:54 pm

· #211312
חכם, איך בין נישט קיין זאלי רון דאך זאג איך אז עס איז בייעסט.
בקיצור, עס איז יא דא אזא חפצא פון בייעס און איז נישט בלויז לויט די אויגן פון דעם קוקער.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:02 pm

· #211315
לאמיך עס נאכאיינמאל מאכן בקיצור עס איז שוין איינמאל דא אזא זאך ווי בייעס, וואטעווער איט מיענס.
די נקודה איך ברענג ארויס אז מיט אלעס וואס מיר טראכטן, שמועסן, אקטן, זענען מיר בייעס, ממילא איז זינלאז צו באשולדיגן א צווייטען דערמיט סיידן אז די האסט א פארקערטע אגענדע.
ליגענט,פארדרייען פאקטן, איז שוין אן אנדערע מעשה.

כוכב » דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:13 pm

· #211318
מיינונג מיט איינזייטיגקייט איז נישט די זעלבע. עס איז דא אן אידיאלאגיסטישע רעפובליקאנער און א בייעסט רעפובליקאנער. יוסי געשטעטנער איז א גוטע משל.

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:21 pm

· #211320
און וויאזוי קען דאס זיין אז צוויי אינטעליגענטע מענטשן זאלן האבן פארקערטע מיינונגן איינער פונעם צווייטן ?

מאטי » דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:00 pm

· #211333
כשם שפרצופתיהן....

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:47 pm

· #211343
אנאנים: ייש"כ. דו ביסט 100 פראצענט גערעכט. אבער די נארישע, נאאיווע אייניקלעך פון די אריגינאלע משומדים אייגנטומערס, און גויים עפ"י הלכה רעדן זיך איין אז דאס חנפנ'ען זיך צו די פאלעסטינער רוצחים און אייביג אראפקלאפן מדינת ישראל, וועט זיי העלפן ביום עברה. ביי די פאלנע און פארביסענע אנטיסעמיטן און נאציס ווערן זיי נאכאלץ פאררעכנט פאר אידן. און זיי וועלן שטיין אין ליין צום גאז קאמער (היל"ת) מיט די איבעריגע פון אונז... איך ווארט שוין דעם טאג צו הערן די בשורה טובה אז דער דבר אחר געדרוקט אויף פאפיר (און אנ-ליין( האט זיך אויסגעשטרעקט זיינע טריפה'נע טלפיים. ווען ס'עט מקויים ווערן דער פסוק באבוד רשעים רינה... 😕 😂 🙄 😳 😢 😉 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:29 pm

· #211370
כוכב
ביזט נישט אינגאנצן גערעכט און דער בלאט איז נישט בייעסט לטובת די ארונים בלויז ווייל איך בין א זאלי.

דער בלאט איז בייעסד לטובת די ארונים ווייל ער ווערט ארויסגעגעיבן און פינאנסירט דורך די ארונים...! אבער דר בייעס פון די ארונים גייט נישט אויפ'ן חשבון פון קיין שום אנדערע גרופ. חוץ די ציונים, פארשטייצעך. משא"כ דער טיימס איז בייעס'ד אקעיגן אידן בכלל. לאמיר זיך נאר צוריקדערמאנען ווען ס'איז געוועין די פראבלעים מיט די פרויען באס-דרייווערס אין מאנרא, וועלכע האבן געפירט די קינדער אין חדר. האטציך דער פארשאלטענער נ.י. טיימס ארויסגעשטעלט במלוא הדרו מיט זיין גאנצן בייעס אקעיגן חסידישע, ערליכע אידן... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:50 pm

· #211374
נהורא נפישא
ווען מ'באשולדיגט פראפעסיאנאלע צייטונגען אין נויגונגען צו א געוויסע אגענדע, באשולדיגט מען דאך זיי נישט אין פאלשע אינפארמאציע, באריכטן, אדער פאקטן, נאר אין מיסרעפריזענטאציעס, איינזייטיגקייט וכדומה, ממילא היות רובא דרובא מענטשן האבן דאך הנחות קדומות, אגענדעס, גלויבונגן, און איבערגלויבענישן, איז דאך מי יאמר זכיתי לבי אז ער איז גאר ריין פון בייעס, אפשר איז דאס וואס ער באשולדיגט א תוצאה פון זיין בייעס וואס מאכט אים ערווארטן דאס נייעסל גענויגט צו זיין געשמאק (וואס איז לשיטתו די אמת המוחלט) און ווען ער ווערט אנטוישט אז ס'גייט נישט אין זיין ריכטונג באשולדיגט ער גאר יענעם אין בייעס.

נאר דער אמת איז אז ס'איז נישט פשט אז יענער איז מער בייעס פון דיר, נאר א מענטש האט דאך פארט געוויסע אמונות און ערכים מיט וואס זיין וועלטסקוק איז אראפגעשטעלט דערפאר וועט אויסקומען אז איינער וואס האט ע"ד משל א ליבעראלע צוגאנג וועט א צווייטער וואס קומט נישט פון דעם חדר באטראכטן יענעם אלס בייעסד אינדערצייט וואס יענער אליין איז גאר נישט ווייגער בייעסד פון אים.

די נקודה איז, אז קיין שום אידילאגיע איז נישט מער סופיריער פון א צווייטע (אין אמת אדער שקר, אין פראגמאטיזם יא) ממילא ביז ווילאנג די פאקטן וואס יענער גיט אן זענען ריכטיג, איז זינלאז יענעם צו באשולדיגן אין בייעס ווייל סוכ"ס יעדער איז גענויגט צו דאס וואס איז אים חשוב

👍 👍
געוואלדיגע ווערטער! הפך בה והפך בה, אילו זכינו אז יעדער זאל דאס פארשטיין וואלט די וועלט געווען אין א פיל בעסערן פלאץ.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 11, 2014 12:12 am

· #211379
וואס איז טאקע פשט פון זייער שנאת מדינת ישראל? ני"ט האלט טאקע אז כאמאס זענען בכלל מענטשען וואס ס'שייך צו האנדלען מיט?

שמערל » פרייטאג יולי 11, 2014 3:32 pm

· #211461
למאי נפקא מינא אויב מען קען מיט זיי פארהאנדלן?
דעת הליבעראלן איז אז וויבאלד כאמאס איז נישט סתם א טעראר ארגעניזאציע. זי איז א פאליטישע קערפערשאפט וואס רעגירט אויף א פאפולאציע פון קרוב צו צוויי מיליאן מענטשן. במילא קען מען נישט סתם אטאקירן יעדע רעגירונגס אנשטאלט און עס אנרופן א כאמאס ציל, סוף כל סוף איז א פאסט אפיס וכדומה א סערוויס פאר ציווילע, און נאר זיי זענען די וואס ליידן נאך אזא באמבערדירונג אקציע.

דאס זעלבע איז בנוגע די באלאגערונג אויף עזה.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 11, 2014 3:34 pm

· #211463
זיי האבן אריינגעשטימט כאמאס, ס'איז געווען וואלן. איז קיינער נישט גענצליך אומשולדיג

שמערל » פרייטאג יולי 11, 2014 3:49 pm

· #211464
איה"נ קיינער אין דעם קאנפליקט איז נישט אומשולדיג, אינקלודינג ישראל, און אודאי איז נישטא קיין בארעכטיגונג פאר ישראל צו טוהן מיט שולדיגע פאליסטאנער ככל העולה על רוחם.

מאטי » פרייטאג יולי 11, 2014 4:55 pm

· #211476
ישראל האט די בעסטע הומען-רעכטן רעקארד פון אלע לענדער אין די וועלט. זיי גייען ארויס די מערסטע פונעם וועג צו באשיצן ציווילע בירגער למרות די שווערסטע מעניען דאס צו באווייזן.

שמערל » פרייטאג יולי 11, 2014 6:45 pm

· #211489
ר' מאטי, פארדרייט נישט דעם קאפ מיט הוילע פראזן, ס'איז נישט קיין נ"מ צו ישראל איז די בעסטע אין יומען רייטס, צי דריי פאר די בעסטע. לאמיר זיך באציען צום פאליסטאנער פראבלעם.

דער נאקעטער פאקט איז, אז קיין שום אומה ולשון אויפן כדור הארץ, האלט נישט אז מדינת ישראל איז גערעכט מיט זייער באנעמונג צו די פאליסטאנער, ובתוכם א ריזן פראצענט ישראלים האלטן אויך אזוי.

די שאלה איז נאר וואס יא. וויאזוי געט מען זיך אנייצע מיט אזא פאלק, וואס פון איין זייט פארלאנגען זיי זייערע הומעניטארישע רעכטן, און פון די אנדערע זייט פראדעצירן זיי וואפן צו פארטיליגן אומשולדיגע ציווילע אידן.
נישט אומזיסט איז די מיטל מזרח פראבלעם די שווערסטע פאליטישע דילעמע די לעצטע זיבעציג יאר, און קיינער האט נאכנישט באוויזן איר צו לייזן.
עס מיז נישט זיין אז עס איז בכלל דא א סאלושן צום פראבלעם. נישט יעדע פראבלעם האט א לעזונג, און כמעט קיין שום לעזונג איז נישט פערפעקט.

צו זאגן אז מדינת ישראל'ס פאלעסיס צום פראבלעם איז די בעסטע, איז אבסורד, ווייל זי אליין האלט כסדר אין איין טוישן פאלעסיס. ווענדט ווי א רעגירונג.

אזויפיל יא. ביי אזא לאנגע פייט ווי כסדר פראסקעט מען זיך איינעם דעם צווייטן, איז זייער שווער צו טייטלן מיטן פינגער ביי יעדן אינצידענט ווער עס איז שולדיג. אבער דאס איז זיכער אז ביידע זענען זיך ווערדט דאס געלט, און עס קומט זיך פאר זיי ביידע גוטע פעטש.

מאטי » מוצ"ש יולי 12, 2014 10:50 pm

· #211494
ר שמערל, כ'ווייס דיר נישט וואס צו זאגן אבער די "וועלט" און אויך "ישראל" האט זיך פשוט צוגעוואוינט צום פרעצעדענט אז מדינת ישראל האט אויסצושטיין א דאפלטע סטאנדארד אין די וועלט זיך צו באשוצן פון אירע שונאים.

כ'האב שוין כמה פעמים געשריבן דא אז ישראל איז נישט די איינציגע מדינה וואס אקופירט שטחים פון אירע שכנים. ס'איז דא צענדליגע מוסלומענישע מדינות וואס אקופירן, פלעגן אקופירן, און אויס'הרג'נן אירע שכנים און די וועלט מיטן יו ען האבן נישט, און מאכן זיך בכלל נישט וואוסענדיג.
דאס אז די ליבערלן אפילו אין ישראל געבן געוויסע גערעכטיגקייטן פאר די פאלעסטינע דאס טוישט נישט די מציאות הדברים. הגע בעצמך איז דא נאך איין מדינה אין די גאנצע וועלט וואס וואלט טאלערירט איין רגע נאר, דאס שיסן ראקעטן אויף אירע בירגער טאג און נאכט? און דערנאך זיי נאך צושטעלן עלעקטערי און וואסער ....

וואס דען... די אידן האבן אזא מאנטעליטעט אז ווילאנג ס'איז נישט "אוישוויץ" איז נישט געפערליך.... די אראבער פראפעגאנדירן שקרים וכזבים וואס די וועלט קויפט פאר גוט געלט, און מדינת ישראל "שפילט אויך פאליטיק כדי נישט חלילה אויפצורעגן די וועלט, מיט ראקעטן איבער זייערע קעפ...

אבער צו באשולדיגן ישראל פארן מצב? יא! פארן שפילן לעמעלע ווען שריט דארף געטון ווערן...

berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 12, 2014 11:35 pm

· #211496
שמערל
ר' מאטי, פארדרייט נישט דעם קאפ מיט הוילע פראזן, ס'איז נישט קיין נ"מ צו ישראל איז די בעסטע אין יומען רייטס, צי דריי פאר די בעסטע. לאמיר זיך באציען צום פאליסטאנער פראבלעם.

דער נאקעטער פאקט איז, אז קיין שום אומה ולשון אויפן כדור הארץ, האלט נישט אז מדינת ישראל איז גערעכט מיט זייער באנעמונג צו די פאליסטאנער, ובתוכם א ריזן פראצענט ישראלים האלטן אויך אזוי.

די שאלה איז נאר וואס יא. וויאזוי געט מען זיך אנייצע מיט אזא פאלק, וואס פון איין זייט פארלאנגען זיי זייערע הומעניטארישע רעכטן, און פון די אנדערע זייט פראדעצירן זיי וואפן צו פארטיליגן אומשולדיגע ציווילע אידן.
נישט אומזיסט איז די מיטל מזרח פראבלעם די שווערסטע פאליטישע דילעמע די לעצטע זיבעציג יאר, און קיינער האט נאכנישט באוויזן איר צו לייזן.
עס מיז נישט זיין אז עס איז בכלל דא א סאלושן צום פראבלעם. נישט יעדע פראבלעם האט א לעזונג, און כמעט קיין שום לעזונג איז נישט פערפעקט.

צו זאגן אז מדינת ישראל'ס פאלעסיס צום פראבלעם איז די בעסטע, איז אבסורד, ווייל זי אליין האלט כסדר אין איין טוישן פאלעסיס. ווענדט ווי א רעגירונג.

אזויפיל יא. ביי אזא לאנגע פייט ווי כסדר פראסקעט מען זיך איינעם דעם צווייטן, איז זייער שווער צו טייטלן מיטן פינגער ביי יעדן אינצידענט ווער עס איז שולדיג. אבער דאס איז זיכער אז ביידע זענען זיך ווערדט דאס געלט, און עס קומט זיך פאר זיי ביידע גוטע פעטש.

שמערל: איך 'על עס מאכן מער בקיצור ווי מאטי. דו האסט נישט קיין אידיש הארץ. פינטל. קענסט עס מלבש זיין אין וואס דו ווילסט. שיטה. פאליטיק. אביעקטיוויטעט. די פאלעסטינער (יא אלע.) זענען א באנדע רוצחים, וועלכע ווארטן נאר אויף א געלעגנהייט צו הרג'נען אידן.נאר די גוי'אישע וועלט (וגם אתה בתוכם) איז נישט סענסיטיוו צו דעם פארלוסט פון אידישע נפשות. ווען אידן הרג'נען גויים אין סעלף דיפענס, וועקן זיי זיך אויף. און מ'דערמאנט זיך אז ס'דא "סיוויליענס". וואסי. אין ארץ ישראל וואוינען נישט קיין סיוויליענס?!... 😕 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

נהורא נפישא » זונטאג יולי 13, 2014 10:28 pm

· #211584
ר' מאטל און ר' שמערל איר האט ביידע גאר שטארקע נקודות, און איך מיין איר זענט ביידע מסכים מיט די פאקטן וואס נעמט ארום אט די פארצווייגטע סכסוך צעווישן מדינת ישראל אין די פאלעסטינער, אלא מאי איר ציעט באזונדערע מסקנות קוקנדיג יעדער אויף אן אנדערע זייט פון די מטבע.
ואת"ל אז ס'איז טאקע גענויגט אנטקעגן די רעכטע פאליטיק אין ישראל, איז אבער א סטרעטש צו זאגן אז דאס האט מיט אנטיסעמעטיזם נאר גאר אדרבה ווי באוויסט זענען סעקולארע אידן (ולאו דוקא אסימעלאנטן) א שטארקע איינפלוס אין די ליבראלע עסטעבלישמענט, און ווייזט זיך אויס היות אידן האבן אזא טבע פון זיך קלאפן זייער שנעל על חטא, ממילא האלטן זיי ישראל אויף א העכערע סטאנדארט אלס צו באשיצן דאס אידישן כבוד אז אידן זענען גאר די וואס שטייען אויפן פארפראנט פון הומינטארע צוועקן.

געוואלד געשריגן » מאנטאג יולי 14, 2014 10:37 am

· #211622
you should consider becoming a stand-up comedian. Today's liberals are the new anti-semites. the KKK is very very small

They had an op-ed article a few months back, written by a liberal professor from Hebrew University, and an Muslim Arab studies professor where they compared Israel to Iran. They claimed that Iran is now turning into a democracy while Israel is quickly becoming a theocracy. In other words, charedi influence in Israel will be just as dangerous as the Ayatollahs in Iran. They are ignoring the obvious difference. "Frum" Muslims blow themselves up to kill Jews, and Orthodox Jews sit and learn Torah. There lies the difference

They also wrote an article this past summer about a teenage Arab who throws rocks at Israeli soldiers, and twisted it in such a way they he looked like the victim

When the three boys HY"D were kidnapped, the Israelis went in and arrested many Arabs. Some teenagers were bombarding the Israelis with rocks, so the soldiers opened fire and one Arab was killed. This was written the day before the Jewish teens were found dead. Anyway they put a picture of this crying Arab woman on the cover. They do this on almost a daily basis. They painted such a disgusting picture of moral equivalency. This woman said that "my son didn't kidnap the boys, but if he did, I would be proud of him." What did Naftali Frankel's mother say? A death is a death, whether it be Jew or Arab. But when you finish reading the article, they make the Arab woman seem more righteous

The New York Times, without shame, wrote these words

Jewish Israelis see Palestinian teens throwing rocks as terrorists who sometimes are killed as a result. Palestinians however, see yeshiva boys as living on occupied land

In other words, a 16 year old kid going to yeshiva is equally guilty as a Palestinian kid throwing rocks at Israelis


There's a difference between holding to a higher standard, and granting legitimacy to the opinion that a Jewish teen deserves death for simply getting up and going to school

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 14, 2014 3:08 pm

· #211670
טיימס אדרעסירט בייעס אין זייער מיטל מזרח דעקונג
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/blogs/publiceditor/2014/07/14/a-deluge-of-reader-complaints-on-israel-palestine-coverage/">http://mobile.nytimes.com/blogs/publice ... -coverage/</a>

געוואלד געשריגן » מאנטאג יולי 14, 2014 5:46 pm

· #211699
www.nytimes.com/2014/06/30/world/middleeast/in-israeli-palestinian-conflict-mothers-cope-with-loss-of-sons.html

The people at the New York Times write very well. That's how they get away with it.

Most Israelis see the missing teenagers as innocent civilians captured on their way home from school, and the Palestinians who were killed as having provoked soldiers. Palestinians, though, see the very act of attending yeshiva in a West Bank settlement as provocation, and complain that the crackdown is collective punishment against a people under illegal occupation.

This is the part I was quoting

ישמעאל הכהן » דינסטאג יולי 15, 2014 5:46 pm

· #211948
אבער זיי שרייבן נישט הי''ד אויף עם. נישט געפערליך

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 15, 2014 7:26 pm

· #211980
לייענט די אינטערעסאנטע עוועלוציע פון א נייעס ארטיקל אינעם טיימס.

אינדערפרי איז געווען אן ארטיקל וועגן די נארוואס דורכגעפאלענע פייער אפשטעל, די העדליין לייענט זיך "Israel Resumes Attacks After Militants Spurn Cease-Fire Plan". א שעה שפעטער איז די העדליין געטוישט געווארן אויף "Brief Lull in Gaza Ends as Israel Resumes Strikes After Rockets Fly", כאילו די שולד ליגט דא אויף ישראל אינעם איבערברעכן די שטילשווייגעניש אין עזה, וואס זיי האבן געטוהן דערנאך וואס ראקעטן האבן באיזה אופן שהוא "געפלויגן". א צוויי שעה שפעטער איז עס ווידער געטוישט געווארן אויף "Brief Lull in Gaza Ends as Rockets Fly and Israel Resumes Strikes", בעסער, אבער דאך איינזייטיג, ווייל אויפן פאלעסטינע זייט איז נישט דא קיין פראטאגאניסט, נאר רעקעטן פליען אן דעם וואס חאמאס זאל עפעס האבן געטוהן. ס'האט גענומען אז א איד זאל שטארבן אז די טיימס זאל ארויסלייגן א אנ-בייעסד העדליין, פינף שעה נאכן ארויסלייגן דעם ארטיקל האבן זיי עס געטוישט אויף "Brief Lull in Gaza Ends; First Israeli Killed in Rocket Attacks".

דא קענט איר זען אלע רעוויזיעס, ס'איז קאמיש צו לייענען אלע ווערסיעס און זען די קליינע און גרויסע שינויים וואס זענען געמאכט געווארן יעדע האלבע שעה, ס'זעט אויס ווי א גרופע שרייבער האבן קאלאבארירט אויפן נייעס ארטיקל, אבער האבן זיך נישט געקענט אויסקומען אויף די טאן די ארטיקל זאל נעמען.

כוכב » דינסטאג יולי 15, 2014 7:29 pm

· #211981
**** יו ניו יארק טיימס.

שמערל » דינסטאג יולי 15, 2014 11:21 pm

· #212023
איך פארשטיי אז חוץ די העדליינס זענען אויך געמאכט געווארן שינויים אינ'ם ארטיקל גופא, איך האב נאר געקענט ליינען די לעצטע ווערסיע, ווי עס ווערט געדעקט די ערשטע איזראעלי טויט ביים אנהייב פונם ארטיקל, אזאך וואס איז זיכער נישט געווען אינעם ארגינעלען ארטיקל, און איז צוגעלייגט געווארן בשעת'ן טוישן צו די לעצטיגע ווערסיע וואס דרך אגב איז יעצט, First Israeli Killed Near Gaza Border אראפגענומען אונגאנצן די ברייף לול נוסח.

ווי איך פארשטיי איז די מעשה געווען אזוי. לכתחילה האט איינער געשריבן אן ארטיקל וואס אינטערוויוט פאליסטאנער אינעם עזה ברעג, און ארויף געלייגט דערויף סתם א פרוה העדליין וואס שפיגלט אפ די יעצטיגע מציאות אויפן פראנט. נאכדעם איז איינעם בייגעפאלן צי מאכן א מער פראפעסיאנאלען העדליין וואס באציט זיך מער צום תוכן פונעם ארטיקל, און גענוצט די פענסי ווערטער Brief Lull in Gaza Ends.(די שרייבער פונעם ארטיקל, האבן נישט קיין ווארט אויפן העדליין).

יעצט האט זיך געשאפן א פראבלעם וויאזוי צו ציען דעם המשך צום העדליין, די מער פאליטיש קארעקטע ווערסיע, Brief Lull in Gaza Ends as Rockets Fly and Israel Resumes Strikes
הערט זיך מער באביש און ליינט זיך נישט אזוי גוט ווי Brief Lull in Gaza Ends as Israel Resumes Strikes After Rockets Fly, וואס די חלק אז ראקעטס זענען געפלויגן האט דאך נישט קיין שייכות צום רואיגקייט אין גזה, און אודאי נישט צום תוכן פונם ארטיקל, און דאס איז לדעתי געווען דער סיבה פארוואס לכתחילה איז עס אזוי געשריבן געווארן, און נאר שפעטער צוריק געטוישט געווארן אלטס פאליטיש קארעקטנעס.

למעשה איינמאל די טויט פונעם איד איז שוין געווארן א הויפט געוויכט פונעם ארטיקל, איז שוין אוועקגעפאלן די גאנצע דילעמא ושלום על ישראל.

איך זאג נישט אז די ניו יארק טיימס זענען נישט איינזייטיג צו די פאליסטאנער, אבער פערצופאל דא האלט איך אז עס האט א טיפערן פשט.

למעשה געפילטע פארשטיי איך נישט. האסט געפרעגט א תמימותדיגע שאלה פארוואס זענען די לינקע לטובת די פאליסטאנער און זיך אפגעטראגן, און אונז געלאזט זיך אויספראסקענען, וואס איז דיין מיינונג, וואס האלטסטו דערוועגן.

הודעה #100

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 16, 2014 2:16 pm

· #212159
אינטערעסאנט ווי יעדער טענה'ט אז דער ניו יארק טיימס איז בייעסט לטובת דער צווייטער. כאמאס אויף טוויטער באשולדיגט איצט דער טיימס מיט'ן זיין בייעסט לטובת מדינת ישראל:
NYTimes is totally biased to Israel, but if you want to see the truth here it is. #Gazaunderattack <a class="postlink" href="http://t.co/Niu26r4S7i">http://t.co/Niu26r4S7i</a>

ישראל קאפקע » מיטוואך יולי 16, 2014 10:53 pm

· #212265
די אומוויסנהייט פון אסאך היימישע ציוניסטן איז ווי מען זאגט אויף אידיש "מיינד באולינג"
מדינת ישראל האט די בעסטע מענטשן רעכט רעקארד? 😮 😕

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:08 am

· #212320
THERE’S SOMETHING VERY UGLY IN THIS RAGE AGAINST ISRAEL


נישט מיט אלעם איז ער גערעכט, אבער ער מאכט גוטע פוינטס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:09 am

· #212321
שמערל
למעשה געפילטע פארשטיי איך נישט. האסט געפרעגט א תמימותדיגע שאלה פארוואס זענען די לינקע לטובת די פאליסטאנער און זיך אפגעטראגן, און אונז געלאזט זיך אויספראסקענען, וואס איז דיין מיינונג, וואס האלטסטו דערוועגן.


וואו האב איך געפרעגט וועלכע תמימות'דיגע שאלה?

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:15 am

· #212326
אפטעמיסט
אינטערעסאנט ווי יעדער טענה'ט אז דער ניו יארק טיימס איז בייעסט לטובת דער צווייטער. כאמאס אויף טוויטער באשולדיגט איצט דער טיימס מיט'ן זיין בייעסט לטובת מדינת ישראל:
NYTimes is totally biased to Israel, but if you want to see the truth here it is. #Gazaunderattack <a class="postlink" href="http://t.co/Niu26r4S7i">http://t.co/Niu26r4S7i</a>


די לינק צום טוויטער קאנטע פון כאמאס ארבעט מער נישט צוליב דעם וואס טוויטער האט עס סוספענדירט.

שמערל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:16 pm

· #212350
קאווע טרינקער
וואס איז טאקע פשט פון זייער שנאת מדינת ישראל? ני"ט האלט טאקע אז כאמאס זענען בכלל מענטשען וואס ס'שייך צו האנדלען מיט?


אנטשולדיגט, איך האב דיך פארמישט מיט אים.

מאטי » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:39 pm

· #212373
ישראל קאפקע
די אומוויסנהייט פון אסאך היימישע ציוניסטן איז ווי מען זאגט אויף אידיש "מיינד באולינג"
מדינת ישראל האט די בעסטע מענטשן רעכט רעקארד? 😮 😕

איך נעם אן אז דו האסט מיר געמיינט מיט דיין תגובה, אלזא דא האסטו אן ארטיקל פון אן אום-היימישער ציוניסט, אין פאקט א פופציג יעריגער וועטעראן לעגאלע פארשער אין אלטוועלטליכע הומען-רעכטן איינגעלעגענהייטן, פראפעסאר עלען דערשאוויטץ.

ליינט, און א "מיינד דיבאולינג" וועט מעגליך פאסירן:

As an advocate, teacher and student of human rights for almost 40 years, I feel confident in asserting that Israel's record on human rights is among the best in the world, especially among nations that have confronted comparable threats.

Israel has the only independent judiciary in the entire Middle East. Its Supreme Court, one of the most highly regarded in the world, is the only court in the Middle East from which an Arab or a Muslim can expect justice, as many have found in winning dozens of victories against the Israeli government, the Israeli military and individual Israeli citizens. There is no more important component in the protection of human rights and civil liberties than an independent judiciary willing to stand up to its own government. I challenge the proponents of divestment to name a court in any Arab or Muslim country that is comparable to the Israeli Supreme Court.

As the only true democracy in the Middle East, Israel is the only country in the region that has virtually unlimited freedom of speech. Any person in Israel — whether Jewish, Muslim or Christian — can criticize the Israeli government and its leaders. No citizen of any other Middle Eastern or Muslim state can do that without fear of imprisonment or death. As one wag recently put it, citizens of Israel and the Palestinian Authority have exactly the same right of free speech — both may criticize Israel and praise Yasser Arafat.

Israel is the only country in the world that has openly confronted the difficult issue of protecting the civil liberties of the ticking bomb terrorist. The Israeli Supreme Court recently ruled that despite the potential benefits of employing "physical pressure" (that is, using non-lethal torture in order to extract information), such pressure is now illegal in Israel. Brutal torture, including lethal torture, is commonplace in nearly every other Middle Eastern and Muslim country. Indeed, American authorities sometimes send suspects to Egypt, Jordan and the Philippines precisely because they know that they will be tortured in those countries.

The list could go on and on, and by every single standard Israel would surpass other countries against which no divestiture petition has been directed. To be sure, Israel is far from perfect. I have been critical of some of its policies, as have countless Israeli citizens. Crucially, there are mechanisms within Israel for improving its civil liberties and human rights record. These mechanisms do not exist in other Middle Eastern and Muslim nations.

Even when judged against European nations, Israel's human rights record does very well. It is far better than that of France on virtually any criterion, even if one forgets about the Algerian War, in which the French military tortured and murdered thousands of people. It is least as good as the British record in dealing with terrorism in Northern Ireland. The Israeli legal system is far superior to that of Italy, Spain and many other European countries.

There are, of course, difficult issues to be resolved between Israel and the Palestinians. These include the future of the settlements, the establishment of Palestinian self-governance and the prevention of terrorism. These issues will require compromise on all sides. Americans are and must be free to criticize Israel when they disagree with its policies or actions, as they criticize any other country in the world whose record is not perfect. But to single out the Jewish state of Israel, as if it were the worst human rights offender, is bigotry pure and simple. Those who sign the Chomsky petition should be ashamed of themselves. If they are not, it is up to others to shame them.

Here's an alternative to singling out Israel for divestment: Let universities choose nations for investment in the order of the human rights records. If that were done, investment in Israel would increase dramatically, while investments in Saudi Arabia, Egypt, Jordan, Philippines, Indonesia, the Palestinian Authority and most other countries of the world would decrease dramatically.

I challenge Noam Chomsky to a public debate on whether universities should invest in or divest from companies that do business with Israel and other countries.

Alan M. Dershowitz is a professor of law at Harvard University and author of "Shouting Fire: Civil Liberties in a Turbulent Age" (Little, Brown & Co., 2002).

<a class="postlink" href="http://www.alandershowitz.com/publications/docs/divestandconquer.html">http://www.alandershowitz.com/publicati ... nquer.html</a>

נהורא נפישא » דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:03 pm

· #212431
העי ר' מאטל, פראפעסאר דערשאוויץ איז געווען ב.מ.ל. אטוירני, אלזא וואס זאגט עס וועגן זיין קרעדעבילעטי ?
און לאו דוקא אז איך בין נישט מסכים מיט אים, נאר מיטן פינגער קען מען אלס דרייען וויאזוי ס'שמעקט.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:19 pm

· #212434
די בעסטע אין די מיטל מזרח מיינט נאך נישט גוט!
ר' אלען איז אן אלטער אנגעגעסענער ציוניסט נאך פון זיין יוגנט,
וואס ווילסטו אז איך א 27 יעריגער זאל זיך פארמעסטן מיט א גאר בארימטע לאנגיעריגער אדוואקאט?
איין זאך וואס ער פארגעסט (אדער וויל אז דו זאלסט פארגעסן) איז אז מדינת ישראל אקופירט שוין פערציג יאר א גאנצער פאלק וואס האבן נישט די מינימאלע מענטשן רעכט, זיי ווערן נישט באהאנדלט אין די מדינת ישראל גערעכט סיסטעם נאר אונטער מיליטערישע געזעץ! שוין פערציג יאר! זיי האבן נישט קיין וואוטינג רייט בכלל, אזאנס איז נישט פארהאן אין ערגעץ אין דער גאנצער וועלט!

שמערל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:06 pm

· #212441
די מענטשן אין פארטא ריקא האבן אויך נישט קיין וואוטינג רייטס, אונטער די אמעריקאנער רעגירונג

אפטעמיסט » פרייטאג יולי 18, 2014 1:33 pm

· #212536
א בילבארד איז איצט אויפגעהאנגן געווארן פארענט פון די אפיסעס פון דער ניו יארק טיימס.
1405704650704.jpg

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 18, 2014 1:39 pm

· #212538
Committee for Accuracy in Middle East Reporting in America
Foundation for the defence of democracies
Conference of Presidents of Major American Jewish Organisations
Anti defamation league

האט איינער שוין אמאל געזען CAMERA זיך אננעמען פאר כאטש וועלכע אנדערע לאנד גרופע פאלק וכו, אין מיטל מזרח אחוץ מדינת ישראל? 😉

האט איינער שוין געזען FDD זיך קומערן מיט סיי וועליכע דעמאקראטיע אדער פרא דעמאקראטיע גרופע סיי וואוו איבער די וועלט אויסער די אפארטהייט לענדל אין דעם מיטלן מזרח? 🙄

Conference of Presidents of Major "AMERICAN" Jewish Orgs זיך אפגעבן מיט אידישע אינטערעסן וואס האט נישט צו טון מיט די אינטערעסע פון א "אידיש" לאנד וואס געפונט זיך גראדע נישט אין אמעריקע? 😕

אדער די Anti defamation league טון עפעס אנדערש ווי defame פאליטישנס וואס האבן די העזה צו קריטיקירן מדינת ישראל? ❓

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 18, 2014 2:11 pm

· #212540
אדער דוב הייקינד וואס דארף פארטרעטן 'אונזערע' לאקאלע אינטערעסן, טון עפעס אנדערש ווי פייערן קעגן עפעס אן אומבאוואוסטן זינגערין אין שפאניע, וואס איז איז יא אדער נישט אן אנטי-סעמיט, אדער פארדאמען א פראפעסאר א קדחת פון סאם אבסקיור קאלעדזש ערגעץ הינטער די הרי חושך?? 😂

תמים » פרייטאג יולי 18, 2014 2:17 pm

· #212542
ישראל קאפקע
Committee for Accuracy in Middle East Reporting in America
Foundation for the defence of democracies
Conference of Presidents of Major American Jewish Organisations
Anti defamation league

האט איינער שוין אמאל געזען CAMERA זיך אננעמען פאר כאטש וועלכע אנדערע לאנד גרופע פאלק וכו, אין מיטל מזרח אחוץ מדינת ישראל? 😉

האט איינער שוין געזען FDD זיך קומערן מיט סיי וועליכע דעמאקראטיע אדער פרא דעמאקראטיע גרופע סיי וואוו איבער די וועלט אויסער די אפארטהייט לענדל אין דעם מיטלן מזרח? 🙄
? ❓


פארוועם האסו געוואלט זיי זאלן זיך אנעמען פאר באשאר על אסאדס רעגירונג, צי פאר די קעגנערישע על נוסרא פראנט?
פאר די דיקטאטורישע על סיסי רעגירונג אין עגיפטען, צי פאר די קעגנערישע מוסלעם בראדערהוד?
פאר די קורופטירטע מאליקי רעגירונג אין איראק, צי פאר די קעגנערישע חאמאס פריינט די אייסיס גרופע ?
פאר איראן? פאר חיזיבעלא ?

אה די מיינסט פאר די אינטערגעדריקטע אומשולדיגע פאלאסטינע חאמאס גרופע? נו, זיי האבן דאך שוין די בעקאפ פון כמעט די גאנצע אלוועלטליכע מידיא, ווילן זיי פשוט ארויסברענגען די אנדערע זייט אויך.

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 18, 2014 2:21 pm

· #212544
תמים
פארוועם האסו געוואלט זיי זאלן זיך אנעמען פאר באשאר על אסאדס רעגירונג, צי פאר די קעגנערישע על נוסרא פראנט?
פאר די דיקטאטורישע על סיסי רעגירונג אין עגיפטען, צי פאר די קעגנערישע מוסלעם בראדערהוד?
פאר די קורופטירטע מאליקי רעגירונג אין איראק, צי פאר די קעגנערישע חאמאס פריינט די אייסיס גרופע ?
פאר איראן? פאר חיזיבעלא ?

אה די מיינסט פאר די אינטערגעדריקטע אומשולדיגע פאלאסטינע חאמאס גרופע? נו, זיי האבן דאך שוין די בעקאפ פון כמעט די גאנצע אלוועלטליכע מידיא, ווילן זיי פשוט ארויסברענגען די אנדערע זייט אויך.

זייער פיין (נישט), אבער זייער באמבאסטישע נאמען קלינגט לעכערליך,

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 18, 2014 5:50 pm

· #212573
געפילטע פיש
THERE’S SOMETHING VERY UGLY IN THIS RAGE AGAINST ISRAEL


נישט מיט אלעם איז ער גערעכט, אבער ער מאכט גוטע פוינטס.

ניין. א יעדע איינע פוינט וואס ער ברענגט ארויס איז 100% אמת... 😕 😎 😈 🙄 😈 😠 😳 😢 😞 😉 😮

תמים » זונטאג יולי 20, 2014 3:15 am

· #212635
זעהט אויס די טיימס האט פארשטאנען אז זיי האבן שוין איבערגעצויגען דעים שטריק אז זיי ווערן שוין אטאקירט דא אינעם לינקען קאווע שטיבל...

און א פרישען זעלטענע עדיטאריעל בעקט די טיימס די איזרעלי ערד אינוואזיע אין עזה!
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4546601,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4546601,00.html</a>

(איך האב נישט געזעהן די טיימס ארטיקעל, נאר עס געזעהן און די פאלגענדע לינק אויף וויינעט)

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 20, 2014 3:26 am

· #212636
תמים
זעהט אויס די טיימס האט פארשטאנען אז זיי האבן שוין איבערגעצויגען דעים שטריק אז זיי ווערן שוין אטאקירט דא אינעם לינקען קאווע שטיבל...

און א פרישען זעלטענע עדיטאריעל בעקט די טיימס די איזרעלי ערד אינוואזיע אין עזה!
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4546601,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4546601,00.html</a>

(איך האב נישט געזעהן די טיימס ארטיקעל, נאר עס געזעהן און די פאלגענדע לינק אויף וויינעט)

א לינק צו וויינעט, זיי האבן נישט קיין לינק צום ניו יארק טיימס עדיטאריעל,
???I wonder why

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 21, 2014 1:12 am

· #212812
פון דעם רעדט וויינעט
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2014/07/19/opinion/Israels-War-in-Gaza.html?referrer=&_r=1">http://mobile.nytimes.com/2014/07/19/op ... rrer=&_r=1</a>

יין שרף » דינסטאג יולי 29, 2014 9:48 pm

· #214480
ווען די "ניו יארק טיימס" וואלט עקזעסטירט אין 1943...
1406559922.jpg
בלאט: 1 2 3