☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6777
בלאט: 1 2 3

כוכב » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:20 pm

· #336127
דאס איז שטארק!
וויאזוי קען מען פארהאלטן דעם טיימס דערויף?

ירא שמים » דאנערשטאג יוני 2, 2016 10:28 pm

· #336136
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
דאס דערמאנען די טקעס פעיער רעגט די מערסטע אויף, כאילו אונז צאלן נישט קיין טעקסעס.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:10 pm

· #336143
יאיר ראזענבערג אין טאבלעט מאגאזין האט אן אויסגעצייכנטע קריטיק אויפן טיימס עדיטאריאל.
https://t.co/2iJBTm2Sik

אביסעל שכל » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:11 pm

· #336144
שיק עס צ ניוס 12

אביסעל שכל » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:12 pm

· #336145
כוכב
דאס איז שטארק!
וויאזוי קען מען פארהאלטן דעם טיימס דערויף?

שיק עס צו ניוס 12

כוכב » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:17 pm

· #336146
ביז היינט האב איך געהאט א געוואלדיגע רעספעקט צו די טיימס און איך וועל ענדערש ליינען זייערע ארטיקלען ווי פון אנדערע וועבסייטס אבער אזא מעשה שטעלט מיר זייער גאנצע אויפריכטיגקייט אונטער א פראגע צייכן.

פליקער » דאנערשטאג יוני 2, 2016 11:20 pm

· #336147
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
דער אלגעמיינער פליקט אראפ דעם טיימס דא
https://www.algemeiner.com/2016/06/02/j ... he-stench/

Sent from my VS987 using Tapatalk

יואליש » פרייטאג יוני 3, 2016 3:44 am

· #336175
נאך א באריכט (טאקע נישט קיין עדיטאריעל) אין די "גרויע פרוי" איבער די נאבעלע מנהג פון אקאמאדירן מוסלים פרויען מיט באזונדערע שעות אינעם שווים באסיין.

http://www.nytimes.com/2016/02/29/world ... .html?_r=0

ליפא » פרייטאג יוני 3, 2016 9:42 am

· #336194
דער פאוסט קעגן טיימס (וועט ער יעצט זוכה זיין צו ערשיינען ביי ''וואס אנדערע זאגן'' אין אלבערט'ס ליבעראלע צייטונג...?)

http://nypost.com/2016/06/02/let-my-peo ... ork-times/

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 3, 2016 5:52 pm

· #336372
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ פאר מאכן די צייטליכע אבזערוואציע. איך קען ברענגען נאך צענדליגער קעיסעס וואו די נ.י. טיימס האט גענומען א שטעלונג וועלכע איז אקעיגן די אינטערעסן פון ארטאדאקסישע אידן בכלל. און חסיד'ישע אידן בפרט. נאר ס'איז אזוי ווי מ'זאגט ביי התרת נדרים..."ואי אפשר לפורטם כי רבים הם"...
ס'דא א קלאסישע מעשה'לע וואס ווערט פארציילט (מ'שמירט עס אן אויף עטליכע אידן, פיקחים.) איבער א חסיד'ישן איד וועלכער איז אמאל געפארן אויף די באן ערגעץ אין איינס פון די סטעיטס. פארשטייט זיך מיט זיין גאנצע חסיד'ישע טראגע. מיט'ן בארד און פיאות. דארט איך אויך געווען אן אמעריקאניזיר'טער איד. נישט קיין רעליגיעזער. זעענדיג דעם חסיד האט ער זיך אנגערופן צו איהם אז ער איז אומפארשעמט, און נישט אמעריקאניזירט. און גייט נאך מיט די אלטע סטיילס פון 100'טער יארן צוריק. האטציך דער איד אנגערופן צום אמעריקאנער..."דו מאכסט א טעות. איך בין נישט קיין איד. איך בין א טייל פון די אמישע באפעלקערונג"... און דאס איז מיין טראדיציע. אויף דעם האט איהם דער אמעריקאנער געענטפערט...זייער שיין. איך רעספעקטיר דאס זייער שטארק...רופט זיך אן דער איד צו איהם...ווען דו האסט געמיינט אז איך בין א איד וועלכער פיהרט זיך מיט די טראדיציע פון מיינע עלטערן, האסטו געשפיגן אויף מיר. אבער ווען ס'האט זיך דיר געדאכט אז איך בין אן עימיש'ער האסטו אויסגעדרוקט דיין רעספעקט ...שעים אן יו...!
די זעלבע איז אויך מיט די נ.י. טיימס, וועלכע ווערט אנגעפיהרט פון אידישע-אפשטאמיגע. און זיי ווילן אייביג זיין 150% פאליטיק'לי קארעקט. אבער אויף די רעליגיע פון זייערע אור-עלטערן שפייען זיי...!

שמערל » פרייטאג יוני 3, 2016 7:27 pm

· #336386
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
טעכניש איז דער טיימס גערעכט, אין טאראנטא קען עס זיין א שיינע זאך, אבער דאהי איז עס קעגן א פאנדומאנטאלע געזעץ וואס מאכט זיכער דאס אפטיילונג פון רעליגיע און שטאט. די זעלבע וואס נוצן אויס זייערע רעליגיעזע רעכטן ביז צום מאקסימום זיי מאכן מציצה בפה און געבן נישט קיין בילדונג פאר זייערע קינדער, קענען נישט נוצן געפיל צי טרעטן אויפן געזעץ וואס באשיצט זיי.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 3, 2016 7:52 pm

· #336388
כוכב
ביז היינט האב איך געהאט א געוואלדיגע רעספעקט צו די טיימס און איך וועל ענדערש ליינען זייערע ארטיקלען ווי פון אנדערע וועבסייטס אבער אזא מעשה שטעלט מיר זייער גאנצע אויפריכטיגקייט אונטער א פראגע צייכן.

Better late than never...!

גראף » דאנערשטאג מאי 2, 2019 10:49 am

· #429465
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
עס טוט זיך לעצטענס מיט א קארטון וואס איז ערשינען אין דער אינטער-נאציאלע אויסגאבע. דער קארטון פאסט פאר אנטי סעמיטען און דער טיימס איז געווארען פארשריגען דורך רעכטע און לינקע
https://www.cnn.com/2019/05/01/media/ne ... index.html

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2019 11:13 am

· #429466
berlbalaguleh
ר' ישראל קאפקע: ניין. דו האסט עס זייער גוט דעפינירט. די פאלעסטינער און זייער פאפאגאנדע אפאראט זענן מיינע שונאים. זייענדיג א באוואוסטזיניגער איד, וועלכער פארגעסט נישט אויף א רגע דעם גאנצן המשך פון די אידישע היסטאריע און מיין פלאץ אין דעם. ווען איך וואלט געוועין א האלענדישער אדער שוועדישער גוי, וואלט איך אפשר געקענט אננעמען וואס זיי זאגן פאר גוט געלט. אבער זייענדיג (ב"ה) א איד, שפיר איך א יעדעס מאל וואס די פאלעסטינער רוצחים טוען ח"ו שעדיגן א אידיש נפש, א שטעך אין מיין הארץ און נשמה.
און ניין. איך ווער נישט איבערגענומען מיט רחמנות געפיהלן ווען איך הער אז ס'זענען אומגעקומען אנגעהעריגע צו די פאלעסטינער אראבישע באפעלקערונג, ווילאנג איך וועל הערן אז זיי האבן אויפגעהערט צו זיין שרעקליכע מערדערס. אבער אפשר איז עס אין זייער די.ען.עי...!
נאר א דערמאנונג: אין דייטשלאנד זענען אויך געווען אידן וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר דויטשן. ביז מ'האט זיי דערמאנט אז זיי זענען אידן...!

למשל דא, ביי די תגובה האביך געוואלט געבן א לייק פאר דעם מגיב. נאר כ'האב פלוצלינג באמערקט אז דאס ביניך אליינס. אשר על כן ביניך מציע (אזוי ווי כ'האב שוין געטון מערערע מאל) פאר די הנהלה אז מ'זאלל קענען געבן א לייק פאר די אייגענע תגובה לאחר שלושים יום...!

כאטש ס'שטייט אין פסוק (משלי...) יהללוך זר, ולא פיך...!
אויך זאגט די גמ'..."עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה"...ס'הייסט אויב א געבעקס איז גוט וועללן שוין די אנדערע מענטשן עס קאמפלימענטירן. אויב דער בעקער אליינס ריהמט עס, איז א סימן אז ס'איז נישט זייער גוט...!

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 11:26 am

· #429468
גראף
עס טוט זיך לעצטענס מיט א קארטון וואס איז ערשינען אין דער אינטער-נאציאלע אויסגאבע. דער קארטון פאסט פאר אנטי סעמיטען און דער טיימס איז געווארען פארשריגען דורך רעכטע און לינקע
https://www.cnn.com/2019/05/01/media/ne ... index.html

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נישט איין קארטון, נאר צוויי, איינס איז געווען אחרון של פסח און די צווייטע דעם זונטאג. די ערשטע ווי ביבי פירט טראמפ ביים נאז ווי א בלינדער, די צווייטע איז געווען ווי ביבי ברענגט אראפ די לוחות פון בארג סיני און כאפט א סעלפי פון זיך...

עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 2, 2019 12:53 pm

· #429482
וואס פארשטייט נישט דר'עולם? די טיימס איז ריזיג מיט אסאך אפטיילונגען. יעדער אפטיילונג האט א סיניער עדיטאר מיט אנדערע מיינונגען. און אין די opinion איז צוטיילט צו מאכן זיכער אז ס'איז דא אלע מיינונגען.
אגב Barry Weiss איינע פון זייער נייע שטערנס האט איבערגעקערט די opinion אפטיילונג אין די לעצטע יאר צייט צו זיין זייער pro Israel.

אונטער חכם » דאנערשטאג מאי 2, 2019 1:03 pm

· #429484
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
וואס איז אנטיסעמיטיש מיט די צווייטע קארטון?

Sent from my AQT80 using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 1:04 pm

· #429485
ס'איז א חוזק פון מתן תורה

אונטער חכם » דאנערשטאג מאי 2, 2019 1:10 pm

· #429486
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
איך פארשטיי עס ווי א חוזק פון נתניהוס עגאצענטריזם.

אונטער חכם » דאנערשטאג מאי 2, 2019 1:11 pm

· #429487
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
טעות

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 1:19 pm

· #429488
אמת. אבער נוצן א רעליגיעזע סימבאל פאר פריוואטע ליצנות ווערט גערופן אנטיסעמיטיזם.

צו אנדערע רעליגיעס וואלטן זיי עס נישט געטון.

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 1:56 pm

· #429489
סארי כאנאר געקוקט אויפן קעפל.

א ניו יארקער צייטונג אין אמעריקע דארף נאר זיין גענויגט צו אמעריקע, פרעמדע לענדער האבן זיין אלע מאראלישע רעכטן צו שלאגן כפרות.

מודה בטפל » דאנערשטאג מאי 2, 2019 2:02 pm

· #429490
גאלד
סארי כאנאר געקוקט אויפן קעפל.

א ניו יארקער צייטונג אין אמעריקע דארף נאר זיין גענויגט צו אמעריקע, פרעמדע לענדער האבן זיין אלע מאראלישע רעכטן צו שלאגן כפרות.

ווען וועט דער טיימס שלאגן כפרות מיט ווענעזועלע?

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 2:21 pm

· #429495
כשטעל זיך פאר ווען אימער זיי העלן זעהן פאסיג.

אונטער חכם » דאנערשטאג מאי 2, 2019 4:10 pm

· #429508
Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?
מודה בטפל
גאלד
סארי כאנאר געקוקט אויפן קעפל.

א ניו יארקער צייטונג אין אמעריקע דארף נאר זיין גענויגט צו אמעריקע, פרעמדע לענדער האבן זיין אלע מאראלישע רעכטן צו שלאגן כפרות.

ווען וועט דער טיימס שלאגן כפרות מיט ווענעזועלע?
זיי האלטן אינמיטן.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 4:27 pm

· #429512
שלאגן כפרות מיט ארץ ישראל מעגן זיי, אבער נישט נוצן קיין אידישע סימבאלן וואס איז אן אפענע זילזול צום אידישן פאלק.

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 4:39 pm

· #429514
מיינסט די קאפל אויף טראמפ. גערעכט.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 4:47 pm

· #429517
ניין, די לוחות וואס ביבי האלט.

די אנדערע קארטון איז א פארצייטישע אנטיסעמיטישע לאזונג אז די אידן פירן די וועלט. דאסמאל איז עס ביבי מיט טראמפ.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2019 4:53 pm

· #429518
איסר האיטלקי: אט דאס שריי איך שוין לאנג. אז איך בין ממש הייזעריג געווארן. (כ'האב געמוזט נעמען א קאלטן טרינק.) ביי אונז ערליכע אידן וועלכע זענען פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, איז דאך די מדינה של גהינום טריפה, פסול און תועבה. אבער די אנטיסעמיטן פון אלע סארטן. אפילו די געשמד'טע אידישע אנטיסעמיטן פון נ.י. טיימס זענען נישט מבחין צווישן די אידן פון די וועלט מיט מדינת ישראל. די אראבערס און די נעא נאציס פון דייטשלאנד שרייען טאקע טויט צו איזראעל....אבער זיי וויללן חלילה הרג'נען א יעדן איד. די זעלבע מיט די טמא'נע עקלדיגע צייטונג. נ.י. טיימס. וועלכע איז די אייגנטום פון עטליכע אסימילירטע משומדים, פרעדיגט און פארשפרייט שנאת ישראל. נישט שנאת מדינת ישראל. נאר שנאה און טויט, ח"ו צו דעם גאנצן אידישן פאלק. דאס איז דער טעות פון אונזערע היימישע קנאים. זיי מיינען נעבעך גוט. אבער זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג אז די רשעי העמים וויללן ח"ו שעדיגן א יעדן איינציגן איד אויף די וועלט. נאר זייער צודעק איז אז זיי זענען אקעגן מדינת ישראל...!
בלאט: 1 2 3