קארגשאפט צו לייקן?
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #676
יונגערמאנטשיקביסט גערעכט אז דאס איז נישט קיין גרעמער פראבלעם דירעקט, אבער דאס איז א תוצאה פון א שוואכע גרעמער.
עס איז לכ' נישט קיין "תוצאה" פון א שוואכן גרעמער. נאר מיינסט אפשר צו זאגן אז ביידע פראבלעמען זענען די תוצאה פון איין שוואכקייט.
וואס דאס קען זיין עטליכע גורמים, אריינגערעכנט נישט לייענען גענוג אידישע מאטריאל, אדער פוצן די נאז ביים לערנען וכדומה. 🙂 אבער זארג נישט ס'נישט קיין שום עולה, און די חשיבות בלייבט דאס זעלביגע, מיט קיין פינטעלע נישט קלענער ווי א צווייטער וואס קען יא. יעדער האט זיך זיין אייגנארטיגקייט און כישרון מיט וואס ער צייכנט זיך מער אויס ווי זיין חבר. דער עיקר איז אז מ'פארשטייט זיך איינער דעם צווייטן. און נאך אביסל שרייבן אידיש גאראנטיר איך דיר וועסט זיך גאר שנעל צופאכענען. די שרייב-כללים אין אידיש איז איזי פיזי
איך באנוץ זיך מיטן לייק קנעפל, ווען כ'האב עס ליב באמת.
און נישט איבעראל קום איך אן עס צו געבן.
האסט מורא צו געבן א 'לייק'?
אסאך מאל זעה איך דא בין קאווע לקאווע, ובין אשכול לאשכול, ובין תגובה לתגובה. אז אפילו ווען איינער האט הנאה פון א צווייטען'ס תגובה, גיבט ער נישט א 'לייק'.
און אפילו ווען יא, קען ער עס אוועקנעמען שפעטער... [ווען איז אין א שווערע גוסטע...] ער וועט גיין אויפזוכן דער לייק וואס ער האט היינט געגעבן און מיט רואיגע געמיט עס אוועקנעמען.
וואס איז די סיבה?
לכאורה ווייל מען וויל האבן מער לייקס פון אנדערע ווי וואס מען גיט פאר א צוייטן?
שעמט אייך נישט, לאמיר הערן דיין סיבה.......
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/676">viewtopic.php?f=4&t=676&hilit=%D7%9C%D7%99%D7%99%D7%A7</a><!-- l -->
כ'האב נאך קיינמאל נישט אוועקגענומען א לייק
כ’קען אביסל דן לכף זכות זיין, דיע וואס לייקן נישט, ואני הקטן בתוכם, היות מ’ניצט א מאביל בראוסער, און כדי צו לייקן דארף מען קאפיען דעם URL און ערשט נאכדעם קען מען לייקן. כ’האף די הנהלה וועט מאכן ארבעטן די עפפס, אפשר דארט וועט זיין גרינגער צו לייקן
חכם, וועלכע בראוזער נוצטו?
אפרא מיני, שמעקעדיג, אדרבה העלף מיר ארויס,
אפערא מיני באהאלט די לייק קנעפל (ווי אויך די ענטפער, ציטיר, פריוואט, און נאך) נאר אין די מאביל וויו, אויב ווילסטו קענען לייקען, גיי אין סעטינגס און לעש אויס די Single column view אפציע.
דא האסטו א לייק
איך האב קיינמאל נישט גענוצט אפרע.
איך נוץ אפט דאלפין. דארט איז זייער גרינג צו געבן א לייק, פונקט ווי אויפן קאמפיוטער.
איך האב שוין געגעבן 500 לייקס און האב באקומען ווייניגער ווי 200. אז מה?
ביי מיר איז גארנישט קיין פעלער צו האבן ווייניגער לייקס ווי באקומען. נאר פארקערט סע מיינט אז מע איז א גוטער און מע פארגינט אנדערע און נאך דערצו ווען סע קאסט גארנישט צו לייקן.
סע מיינט נישט אז איך געב לייקס סתם אין די וועלט אריין נאר ווען איך הנאה אדער איך האלט ווי יענעם.
געפילטע פישאפערא מיני באהאלט די לייק קנעפל (ווי אויך די ענטפער, ציטיר, פריוואט, און נאך) נאר אין די מאביל וויו, אויב ווילסטו קענען לייקען, גיי אין סעטינגס און לעש אויס די Single column view אפציע.
געפילטע סאיז א מחי’
Which settings?
ידעןאיך האב שוין געגעבן 500 לייקס און האב באקומען ווייניגער ווי 200. אז מה?
וואס הייסט, דו האסט דאך געהאט די מעגליכקייט צו לייקן 34781 הודעות, משא"כ באקומען לייקס קענסטו נאר אויף דיינע 1159 הודעות.
הגם דו ביסט איין מענטש קעגן 34781 הודעות, און מצד שני זענען דא 460 מענטשען וואס האבן די מעגליכקייט צו לייקן דיינע 1159 הודעות, איז עס אבער דאך שלא בערך.
נחמו נחמו.
אחרי שובי ניחמתי, איך בין צומישט, וועט עס א מאטאמאטיקער דארפן אויסקלארן.
וואס פארשטייסטו נישט? זאגסט דאך גאלד! ווען יעדער וואלט געלייקט יעדע תגובה וואלט ידען באקומען 460 לייקס פאר יעדע פון זיין 1159 תגובות, קומט אויס 553,140, און ער וואלט געדארפט לייגען יעדע פון די 34,781 -מיינוס 1159 פון זיין אייגענע- תגובות, קומט אויס ער וואלט געגעבן 33,622 לייקס. יעצט אז ער האט נאר געלייקט 502 מאל, קומט אויס ער האט געלייקט נאר איינס פון יעדע 66.9 תגובות, און באקומען האט ער איין לייק פאר יעדע 2911 פאטענציאלע לייק.
איז ער דאך יא גערעכט ווען ער רעדט זיך אפ אז ער האט באקומען ווייניגער ווי ער האט געגעבן.
איך האב עפעס געמיינט פארקערט, יישר כח שסברת.
אבער בעצם, נישט אלע 460 באנוצער זענען פאטענציאלע לייקערס, אינגאנצען 220 באנוצער האבן שוין געלייקט לפחות איין מאל, די איבעריגע זענען אוט אוו די עקוועיזשען, ווייל אויב האבן זיי נאכנישט געטראפן עפעס צו לייקען אפילו איין מאל מיינט דאס אז זיי לייקען נישט, קיינמאל נישט. אלזא לאמיר איבער מאכן די חשבון.
ווען יעדער וואלט געלייקט יעדע תגובה וואלט ידען באקומען 220 לייקס פאר יעדע פון זיין 1159 תגובות, קומט אויס 254,980, און ער וואלט געדארפט לייגען יעדע פון די 34,781 -מיינוס 1159 פון זיין אייגענע- תגובות, קומט אויס ער וואלט געגעבן 33,622 לייקס. יעצט אז ער האט נאר געלייקט 502 מאל, קומט אויס ער האט געלייקט נאר איינס פון יעדע 66.9 תגובות, און באקומען האט ער איין לייק פאר יעדע 1342 פאטענציאלע לייק.
סאך בעסער.
קומט אויס אז כאב געלייקט סאך מער פראצענטועל וויפיל כאב באקומען. שטימט?
.Yup, with a 20 to 1 ratio
געפילטע פיש.Yup, with a 20 to 1 ratio
אבער כעל מיך נישט אפהאלטן ווייטער צו לייקען ווייל איך האלט מיך ביי מיין הייליגע שיטה פון געבן פאר אנדערע אידן מיט א ברייטע הארץ.
באמת וואלט מען אויך געדארפט אריינעמען אינעם חשבון אז נישט אלע תגובות זענען לייקבארע.
ניין, ווייל מ'זעט אז אמאל ווערן די אומלייקבארע תגובות אויך געלייקט...
געפילטע פישניין, ווייל מ'זעט אז אמאל ווערן די אומלייקבארע תגובות אויך געלייקט...
פאר אזא תגובה דארף זיין א "לאל" קנעפל.
ידעןאיך האב שוין געגעבן 500 לייקס און האב באקומען ווייניגער ווי 200. אז מה?
ביי מיר איז גארנישט קיין פעלער צו האבן ווייניגער לייקס ווי באקומען. נאר פארקערט סע מיינט אז מע איז א גוטער און מע פארגינט אנדערע און נאך דערצו ווען סע קאסט גארנישט צו לייקן.
סע מיינט נישט אז איך געב לייקס סתם אין די וועלט אריין נאר ווען איך הנאה אדער איך האלט ווי יענעם.
איך קוק ארויף איינער וואס האט געגעבן מער לייקס ווי באקומען.
די פארקערטע זייט קען 'אביסל' אנדייטן אויף חסרון אין גוטהארציגקייט... [אדער ס'פאסט אים נישט] וכו'.
קורץ און שארףידעןאיך האב שוין געגעבן 500 לייקס און האב באקומען ווייניגער ווי 200. אז מה?
ביי מיר איז גארנישט קיין פעלער צו האבן ווייניגער לייקס ווי באקומען. נאר פארקערט סע מיינט אז מע איז א גוטער און מע פארגינט אנדערע און נאך דערצו ווען סע קאסט גארנישט צו לייקן.
סע מיינט נישט אז איך געב לייקס סתם אין די וועלט אריין נאר ווען איך הנאה אדער איך האלט ווי יענעם.
איך קוק ארויף איינער וואס האט געגעבן מער לייקס ווי באקומען.
די פארקערטע זייט קען 'אביסל' אנדייטן אויף חסרון אין גוטהארציגקייט... [אדער ס'פאסט אים נישט] וכו'.
איך בין מקפיד משום האי טעמא צו גיבן לייקס ווען איך זעה אז איך האב באקומען מער לייקס ווי געגעבן.
[א גוטע עצה פאר איינעם וואס וויל מיך זען אינעם שטיבל, צו האלטן אין איין לייקן מיינע תגובות, וועל איך מוזן טרעפן גוטע תגובות צוריקצולייקן....].
איך האב אויפגעפאסט א אינטערעסאנטע ערשיינוג, על פי רוב וועלן די צאהל לייקס וואס א ניק האט געגעבן זיין בערך אין די געגענט ווי וויפיהל ער האט באקומען.
ולאחר וואס געפילטע האט מסביר געווען אויפן פריערדיגן בלאט אז עפ"י חשבון דארפן די געגעבענע זיין שלא בערך ווייניגער, שטעלט זיך די שאלה צו דאס איז א פסיכאלאגישער דרוק אויפן מענטש צו געבן וויפיהל ער באקומט?
איך האלט נישט פון די לייק קנעפל בכלל.
אנפאנג האב איך געהאלטן אז ס'א ריזיגע איידיע אבער נאכדעם וואס איך האב באמערקט די מענטאליטי פון די חברה דא [ואין המקום להאריך] וואס האט זיך געשאפן פון דעם קנעפל האב איך געטשענדזשד מיין מיינד!!
די איי וועלט חברה האבן געוואוסט וואס זיי טוען..
איך גלייך עס יא.
זר זהבאיך גלייך עס יא.
איך וועל דיר זאגן מיינע סיבות וועסטו ציריק ציען פון דיינע גלייכן ביג טיים..
אנאנים - כ'האב געטראכט דאס זעלביגע!
[ציטאט אראפגענומען]
קאם אן.. דאס איז גאר א שוואכע סיבה פארוואס נישט צו גלייכן די לייק סיסטעם אונדז זעמיר קינדער וועה.. ער האט מער ווי מיך, וואסערע נאן סענס אפילו אזוי צו טראכטן!!
ווילסט וויסן מיין ריכטיגע סיבה ראש הקהל לעבן?
"הינט"
דיין יעצטיגע תגובה ליגט באהאלטן די סיבה!!
דאס מיינט די פסוק "קטיגר נעשה סניגר"
[ציטאט אראפגענומען]
אמת טאקע... איך גלייך אבער גראדע מער צו געבן לייקס. ווי איר קענט זעהן האב איך שוין געגעבן 1047 לייקס, גענומען האב איך בלויז 757...
נו מי ידמה לך, א גאלדענע קרוין און א גאלדענע הארץ....
שמעקעדיגאנאנים - כ'האב געטראכט דאס זעלביגע!
שמעקעדיג קיק דיר אין שפיגעל!!
ליין "דיין" אינטערשריפט....
ווער ס'פארשטייט פארשטייט....
עס איז נישט מער ווי פאסיג אז אין דעם אשכול זאל מען פאר יעדער אדער כמעט יעדער תגובה געבן א לייק!!!
שמעקעדיגאנאנים - כ'האב געטראכט דאס זעלביגע!
איך האב אויך געטראכט די זעלבע, אז... פאר זוריך באדערט דעם פראבלעם וויבאלד ער איז פון די באטראפענע, בעת זר זהב זעט עס בכלל נישט פאר קיין פראבלעם ווייל ער האט מזל אין דעם...
שמעקעדיג, עס מיינט נישט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם. אויב נאר ארימעלייט באמערקן דעם פראבלעם פון קאפיטעליזם מיינט נישט אז עס איז באמת נישט קיין פראבלעם!!!
יעצט קוק איבער מיינע צאל לייקס אנקעגן די צאל הודעות, וועסטו פארשטיין פארוואס איך האב מיר אנגענומען פאר זוריך...
חאצקלשמעקעדיגאנאנים - כ'האב געטראכט דאס זעלביגע!
איך האב אויך געטראכט די זעלבע, אז... פאר זוריך באדערט דעם פראבלעם וויבאלד ער איז פון די באטראפענע, בעת זר זהב זעט עס בכלל נישט פאר קיין פראבלעם ווייל ער האט מזל אין דעם...
שמעקעדיג, עס מיינט נישט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם. אויב נאר ארימעלייט באמערקן דעם פראבלעם פון קאפיטעליזם מיינט נישט אז עס איז באמת נישט קיין פראבלעם!!!
יעצט קוק איבער מיינע צאל לייקס אנקעגן די צאל הודעות, וועסטו פארשטיין פארוואס איך האב מיר אנגענומען פאר זוריך
אבער ר'חאצקל די עולם וויל פארשטיין וואס די פראבלעים איז אפשר בוסטו עס מסביר בטוב טעם ודעת
[איך מיין אז די אנאנים רעדט זיך איין אז דיר באדערט פשוט ווייל דו האסט נישט געניג לייקס]
קורץ און שארףאסאך מאל זעה איך דא בין קאווע לקאווע, ובין אשכול לאשכול, ובין תגובה לתגובה. אז אפילו ווען איינער האט הנאה פון א צווייטען'ס תגובה, גיבט ער נישט א 'לייק'.
און אפילו ווען יא, קען ער עס אוועקנעמען שפעטער... [ווען איז אין א שווערע גוסטע...] ער וועט גיין אויפזוכן דער לייק וואס ער האט היינט געגעבן און מיט רואיגע געמיט עס אוועקנעמען.
וואס איז די סיבה?
לכאורה ווייל מען וויל האבן מער לייקס פון אנדערע ווי וואס מען גיט פאר א צוייטן?
שעמט אייך נישט, לאמיר הערן דיין סיבה.......
כ'קלער ס'קען זיין לקיים מה שנאמר 'תמחה את זכר אמאללייק'
למעשה זע איך יעצט דעם אשכול צום ערשטן מאל, כהאב נישט געוויסט אז ס'איז אזא הייקעלע נושה, ווען איך ווייס ווען....
שוין יעצט דארף איך לויפן אראפנעמען איינע פון די לייקס וואס כ'האב לעצטענס געשאנקן איינעם סתם פאר ליצאנות, און איבערגיין די גאנצע היסטאריע פון ק"ש צו טיילן פאר די וואס מוזן דאס האבן צום לעבן.
.
האסט נאך קיינמאל נישט געזאגט אזוי גוט פעטערגרופן אר וואט עווער יואר נעם איז, וועגן דעם האב איך דיך גלייקט
יתרוהאסט נאך קיינמאל נישט געזאגט אזוי גוט פעטערגרופן אר וואט עווער יואר נעם איז, וועגן דעם האב איך דיך גלייקט
שכוח איך האב אויך געװאלט קאמפּלעינען אבער די האסט געכאפט דער פינטעל
💡
יתרוהאסט נאך קיינמאל נישט געזאגט אזוי גוט פעטערגרופן אר וואט עווער יואר נעם איז
די נאמען איז
פיטער גריפין.
כאב געטראכט צו מאכען א אשכול אז ״מע זיכט א נדבן צו לייקען גוטע ארטיקלעך״ און כאב מיך דערמאנט פון דע אשכול..
כ'האב יעצט באמערקט אז כ'האב 500 לייקס, האב איך אזוי אריינגעטראכט, קיין גרויסע פראפעשינעל שרייבער בין איך נישט, סך הכל לייג איך צו הערות אויף דיבאטעס, אינטערסאנטע בילדער, אדער הייסע נייעס, איז די שאלה וואס איז די קארגשאפט צו לייקן? כ'האב נאר געלייקט 165 מאל, ווען ס'דרייען זיך דא גוטע און קליגע בעלי דעת שרייבער'ס ווי איז די הכרת הטוב און מענטשליכקייט?
כ'נעם זיך פאר אז ביז א שטיק צייט אי''ה וועט מיין לייקען זיין מער ווי מיין לייקס. 👍