☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די שוועריגקייט פון נסיון העוני

די שוועריגקייט פון נסיון העוני

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6735

ראש הישיבה » פרייטאג יולי 4, 2014 11:50 am

· #209925
די שוועריגקייט פון נסיון העוני
איך האב א באקאנטער וואס איז א טאטע פון 11 קינדער קע"ה. ער ארבעט 11 שעה א טאג, אבער ער קען נישט דעקן די חודש. ער דרייט זיך אהן א קאפ. ער האלט נישט אויס ווי אזוי ער קען נישט נאכקומען די נוטיגע חיי יום יום. ער האט גרעסערע קינדער, יעדן טאג דארף מען נאך זאכן, ואין בידו לפורטה. טאטי איך דארף שיך, book money, געלט פאר א טריפ, רעגיסטראציע, וכו'.

ער פארציילט מיר אז די וויזניצער רבי פון מאנסי האט אמאהל געזאגט אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער קען נישט פארשטיין די צער פון א טאטע מיט קינדער וואס קען נישט דעקן לעבנסוויכטיגע זאכן.

ער פארציילט אז די בעה"ב פון ראטה קלאדינג, איז אמאהל געלעגן אין א ביה"מ אין ווילי, זעהט ער ווי עס קומט אריין א איד אין גייט צו צום ארון קודש עפענט איר אויף, וויינט צום רבש"ע אז ער האט נישט קיין געלט פאר זיין קינדער. ער קוקט און ער זעהט אז דאס איז נישט קיין אנדערע ווי רבי מאטיל האגער, דעמאלס אב"ד וויזניץ, היינט וויזניצער רבי, וואס איז א טאטע פון 14 קינדער קע"ה.

וואס איז אייער מיינונג, איז די צער טאקע אזוי גרויס, אז ער איז מעהר ווי זיין קינדערלאז???

כוכב » פרייטאג יולי 4, 2014 11:52 am

· #209926
וואס איז ערגער דם אדער צפרדע.

אן ערירי איז חשוב כמת און יא אן ארעמאן אויך.

נושא ונותן » פרייטאג יולי 4, 2014 11:55 am

· #209930
לא ראי זה כראי זה, ס'איז צוויי אנדערע מיני ווייטאגען און ס'איז נישט שייך עס צו מעסטען.
עכ"פ דאס קען נאר ענטפערן איינער וואס איז געווען יארן קינדערלאז און דערנאך אריבער צום צווייטען מצב. און אפשר אויך נישט.

ראש הישיבה » פרייטאג יולי 4, 2014 11:56 am

· #209931
ריכטיג.
אבער אויב עס איז ערגער דער טאטע פון 11 וואס האט נישט קיין געלט, דעמאלס דארף מען מאכן לכה"פ אזעלעכע ארגענאזאציעס ווי בוני עולם און עי טיים זיי צו העלפן

נושא ונותן » פרייטאג יולי 4, 2014 11:57 am

· #209932
יתכן. אבער דער קינדערלאזער איז נישט שילדיג אין זיין מצב ווי דער מיט עלף קינדער

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 4, 2014 11:57 am

· #209933
די צער און גילט פון א טאטע צו זעהן זיינע קינדער הונגעריג און נאכגעלאזט איז שרעקליך. א מענטש איז נישט חס אויף זיך אזוי ווייט ווי אויף די קינדער. בנוגע וואס איז ערגער ווענט זיך בלב האדם, יעדע מענטש איז אנדערש.

ראש הישיבה » פרייטאג יולי 4, 2014 12:04 pm

· #209936
נושא ונותן
יתכן. אבער דער קינדערלאזער איז נישט שילדיג אין זיין מצב ווי דער מיט עלף קינדער

פארוואס באשולדיגסטו דער טאטע וואס ארבעט שווער צו דעקן די חודש?

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 4, 2014 12:07 pm

· #209938
ראש הישיבה
דעמאלס דארף מען מאכן לכה"פ אזעלעכע ארגענאזאציעס ווי בוני עולם און עי טיים זיי צו העלפן

ווער דארף מאכן? ווער זאל געבן געלט פאר וועמען? אין הקומץ משביע את הארי, ואין הבור מתמלא מחולייתו.
אונז זעמיר אין אזא בעד סיטואציע אז עס לאזט זיך גארנישט זאגן.
איך קען ליידער פילע אידן אזעלכע ווי דיין חבר, און לאו דוקא מיט 11 קינדער. עס קען פאסירן אפילו מיט 4 קינדער אויך, אז ממש אין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה.
איך קען אזעלכע אידן סיי אין א"י און סיי אין חו"ל.
כ'רעד שוין נישט פון חתונה מאכן; איך רעד פון חיי יום-יומית. מען באדט זיך אין חובות אן קיין שום אויסוועג און אן קיין ליכטיגקייט ביי די ענדע אויף די טונעל.
השם ישמרנו.

נושא ונותן » פרייטאג יולי 4, 2014 12:07 pm

· #209939
גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב

ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 4, 2014 12:08 pm

· #209940
א מענטש וואס טוט אלעס וואס ער קען און ער קען נאך אלץ נישט דעקן וועט געווענליך גיין זוכן הילף, מ'איז א טיי אווענט אוועק פון הילף. יא אביסל בושה, אבער פאר'ן קינדערלאזער קען מען דאס אויך נישט טון

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 4, 2014 12:10 pm

· #209942
א טיי אווענט קען העלפן? אפשר ווי א טיפה מן הים. וויפיל טיי אווענטס קען מען שוין מאכן און ערווארטן מענטשן זאל געבן? דער טיי אווענט סיסטעם איז שוין מער ווי אביוזט.

ראש הישיבה » פרייטאג יולי 4, 2014 12:11 pm

· #209944
שמעקעדיג

איך קען ליידער פילע אידן אזעלכע ווי דיין חבר, און לאו דוקא מיט 11 קינדער. עס קען פאסירן אפילו מיט 4 קינדער אויך, אז ממש אין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה.
איך קען אזעלכע אידן סיי אין א"י און סיי אין חו"ל.
כ'רעד שוין נישט פון חתונה מאכן; איך רעד פון חיי יום-יומית. מען באדט זיך אין חובות אן קיין שום אויסוועג און אן קיין ליכטיגקייט ביי די ענדע אויף די טונעל.
השם ישמרנו.

די חילוק פון 4 קינדער און 11, איז ווייל קלענערע קינדער קען מען מדחה זיין, אבער גרעסערע קינדער לאזן נישט נאך, איך דארף עס, וזהו.
עס איז אזויווי מען האט א collection agency וואונען ביי זיך אין שטוב.

קינד_אן_קייט » פרייטאג יולי 4, 2014 12:17 pm

· #209948
א אינטערעסאנטע שאלה וואס איז נישט מעגליך צו ענטפערן.

אזויווי דאס ווערטל גייט: וואס איז ערגער ווי א לאך אין טאש? צוויי לעכער…

כ׳קען ב״ה נישט רעדן אין נאמען פון קין איינע פון די סארט בעלי נסיון און מ׳זאל ח״ו נישט געפריווט ווערן, אבער דאכט זיך אז ס׳איז דא א יסודות׳דיגער נפק״מ צווישן די צוויי אפקומענישן לפי שכלי הדל.

פאר׳ן קינדערלאזער מענטש, פעלט אין שלימות, ער שפירט אן איינזאמקייט און אז ער איז אויסגעשלאסן פון באפעלקערונג, ס׳איז מייסטענס אן אינערליכער ווייטאג וואס שניידט טיף פערזענליך, ער שפירט א חסרון אין זיך און אז ער נעמט נישט קיין טייל אין סדר העולם.

פאר׳ן ארימאן וואס האט מיילער צו שפייזן, איז עס מייסטענס א גאר שטארקער רחמנות געפיל אויף יענעם, וואס איז באגלייט מיט שולד געפילן אויף זיך זעלבסט. יעדער מיט א מענטשליך הארץ שפירט רחמנות אויף אן ארימאן, ס׳דא וואס האלטן אז דערפאר טאקע ווען מ׳גיבט צדקה מיינט מען גאר זיך און ס׳קומט זיך נישט קיין גרויס באלוין אויף דעם, על אחת כמה וכמה ווען דער נצרך איז א נאענטער מענטש פאר וועמען מען האט שטארקע געפילן מעיקרא, ווער רעדט נאך פון אייגענע קינדער, איז דאס הארץ רייסעניש גאר גרויס.

זאג דעם איד, אז שולדיג זאל ער זיך ח״ו נישט שפירן, ס׳איז משמע אז ער טוט וואס נאר מעגליך אונטער די אומשטענדן און זיינע באדערפענישן זענען נישט קיין לוקסוס געברויכן. אז ס׳איז אים נישט באשערט קיין עשירות לפי שעה, זאל ער כאטש הנאה האבן פון זיין שטוב מיט קינדערלעך קעה״ר, וכדכתיב: אשתך כגפן פורי׳ בירכתי ביתך, בניך כשתילי זתים סביב לשלחניך.

ראש הישיבה » פרייטאג יולי 4, 2014 12:31 pm

· #209951
נושא ונותן
גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב

פארוואס זאגסטו אזוי? ער טרייט די בעסט וואס ער קען לויט זיינע מעגליכקייט. אלא מאי ווער האט אים געבעטן צו האבן אזויפיל קינדער? דאס איז נאר אולי א טענה פאר ער גייט האבן אסאך קינדער, אבער איין מאהל ער האט שוין 11 קינדער איז זיכער אזוי באשערט.

outspoken » פרייטאג יולי 4, 2014 12:42 pm

· #209957
די תירוץ איז פשוט, בשעת מ'איז אין די צרה איז עק עק וועלט ד' ישמרנו מהם, מ'דראפט זיך אויף די גראדע ווענט, מ'זאל דאס קיינמאל נישט פארשטיין, (אבער ווען מ'דרייט זיך ארויס, פילט מען אזוי גילטי, ווי איז געווען מיין ביסעלע בטחון? כרעדט פון מיר).

געהערט א מאל פון איינעם וואס איז דורך געגאנגען א גאר ביטערע טראגעדיע, האט ער געזאגט אז ווען די גאנצע שטאט איז אים געקומען מנחם זיין, האט ער געוואלט שרייען, "אויף די צרה גיט מיר די רבוש''ע ב''ה כח, אבער וועגן פרנסה וואס קיינער רעדט נישט, שפרינג איך ביזן דאך" א חידוש אבער מ'רעדט פון גאר א נארמאלע מענטש, אל תדין וכ''ו

outspoken » פרייטאג יולי 4, 2014 12:45 pm

· #209958
ראש הישיבה
ער פארציילט מיר אז די וויזניצער רבי פון מאנסי האט אמאהל געזאגט אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער קען נישט פארשטיין די צער פון א טאטע מיט קינדער וואס קען נישט דעקן לעבנסוויכטיגע זאכן.

ער פארציילט אז די בעה"ב פון ראטה קלאדינג, איז אמאהל געלעגן אין א ביה"מ אין ווילי, זעהט ער ווי עס קומט אריין א איד אין גייט צו צום ארון קודש עפענט איר אויף, וויינט צום רבש"ע אז ער האט נישט קיין געלט פאר זיין קינדער. ער קוקט און ער זעהט אז דאס איז נישט קיין אנדערע ווי רבי מאטיל האגער, דעמאלס אב"ד וויזניץ, היינט וויזניצער רבי, וואס איז א טאטע פון 14 קינדער קע"ה.

מ'קען לייגען די סגולה, מכל הסגולות אויף כל מבשר, איינרייסען פארן הייליגע באשעפער.

diff » פרייטאג יולי 4, 2014 5:04 pm

· #210038
נושא ונותן
גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב

Why

דריידל » זונטאג יולי 6, 2014 12:16 am

· #210103
זענט עטץ אינגאנצן צודרייט? מ'איז מסופק וואס איז ערגער צווישן קינדערלאז און ארעמקייט? אז מ'וועט פרעגן אן ארעמאן צו ער וואלט מוותר געווען אויף די קינדער וועט דער ענטפער זיין א קלארע ניין. בכלל, ארעמקייט שטיפט מען דורך און די קינדער האבן חתונה און שטעלן זיך אויף די אייגענע פיס (עכ"פ מ'קומט ארויס אויף דעם). משא"כ דער וואס איז קינדערלאז זעהט פאר זיך נאר שווארץ ווייל ווי עלטער מ'ווערט איז מען מער אנגעוויזן אויף די קינדער און ער האט נעבך נישט אויף וואס ארויסציקוקן.

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 12:29 am

· #210109
ראש הישיבה
די וויזניצער רבי פון מאנסי האט אמאהל געזאגט אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער קען נישט פארשטיין די צער פון א טאטע מיט קינדער וואס קען נישט דעקן לעבנסוויכטיגע זאכן.

מכאן ראיה? דער בי פין מאנסי איז זייער א אנכיות'דיגער מענטש ער זעעט אין טראכט נאר פין זיך ( אדער דער וואס איז אין די קאטעגאריע פין זיין זיך ) אין ווען ער האט א צער איך דאך זיכער אז עס איז דע גרעסטער צער וואס קעו נאר זיין אין די וועלט אין ווער עס האט נישט די צער קען עס נישט פארשטיין אדער זיך פארמעסטען מיט אים, אדרבה פרעגט אים היינט וואס איז נאר דער גרעסטער צער וואס קען נאר זיין פאלירען א קינד? א פיס? וואס עפעס בכלל נישט, דער גרעסטער צער וואס קען נאר באפאלען אויף א מענטש איז ער זאל נישט זעען אזוי קלאר. אדרבה פרעגט אים וועט איר הערן

איחוד פעלד » זונטאג יולי 6, 2014 7:45 am

· #210167
פין דער אשכול זעהט אויס אז עס איז דא עניות, און עניות, ס'איז דא אזעלכע וואס הגם זיי זענען ארים, קענען נישט דעקען דער חודש, אבער זיי און דער משפחה ווייסען דאס, און עסען דאס, אבער נעמען עס בשמחה, ווילסט דאס? איך קען נישט, און מער רעדט מען נישט דערפין, און בכלל איז דא א שמחה אין שטוב. משא"כ איינער וואס אנגעהויבען ביים בני בית איז דא א עצבות אויף די ארימקייט, קען אמאהל זיין אז עס איז נישטנאזוי געפעהרליך, נאר היות זי וויל וואס דער שכן האט, און אלע קינדער לערנען זיך פין דעם, און לייגען זיך ארויף אויף דעם "שולדיגען" טאטעו וואס האט געמאכט דער גרויסער טעות פין חתונה האבען און זיי געבוירען, איינער אין דער מצב, איז מוצא אני מר ממות, ער איז דער עני חשוב כמת, ער האט נישט קיין טאג און קיין נאכט.

וכאמור, דער מצב קען זיין ביי א בעל פרנסה, וואס פארדינט נאר נישט אויף קיין באגאבא און בייקס סקאטערס מעטשינג קליידער פענסי קאר פאר זונטאג, וכו' וכו', השם ישמרנו, געלט פין קרח איז נישט גענוג צופרידען צושטעלען א ווייב און קינדער וואס לעבען פאר יענעם.

איז דא אן עצה פאר דעם?

diff » זונטאג יולי 6, 2014 8:10 am

· #210170
As the blatt spokesman said the father is always to blame. halo you are over 13 go to work, don't play games in yeshiva or waste your time in girls high school. (unless you are R motels son you lost the oibenon already)

ראש הישיבה » מאנטאג יולי 7, 2014 12:31 pm

· #210516
איחוד פעלד
פין דער אשכול זעהט אויס אז עס איז דא עניות, און עניות, ס'איז דא אזעלכע וואס הגם זיי זענען ארים, קענען נישט דעקען דער חודש, אבער זיי און דער משפחה ווייסען דאס, און עסען דאס, אבער נעמען עס בשמחה, ווילסט דאס? איך קען נישט, און מער רעדט מען נישט דערפין, און בכלל איז דא א שמחה אין שטוב. משא"כ איינער וואס אנגעהויבען ביים בני בית איז דא א עצבות אויף די ארימקייט, קען אמאהל זיין אז עס איז נישטנאזוי געפעהרליך, נאר היות זי וויל וואס דער שכן האט, און אלע קינדער לערנען זיך פין דעם, און לייגען זיך ארויף אויף דעם "שולדיגען" טאטעו וואס האט געמאכט דער גרויסער טעות פין חתונה האבען און זיי געבוירען, איינער אין דער מצב, איז מוצא אני מר ממות, ער איז דער עני חשוב כמת, ער האט נישט קיין טאג און קיין נאכט.

וכאמור, דער מצב קען זיין ביי א בעל פרנסה, וואס פארדינט נאר נישט אויף קיין באגאבא און בייקס סקאטערס מעטשינג קליידער פענסי קאר פאר זונטאג, וכו' וכו', השם ישמרנו, געלט פין קרח איז נישט גענוג צופרידען צושטעלען א ווייב און קינדער וואס לעבען פאר יענעם.

איז דא אן עצה פאר דעם?

איך רעד נישט פון באגעבא. מען רעדט פון לעבנסוויטעגע געברויכן, ווי למשל: קעמפ פאר עלטערע מיידלעך, אדער געלט פאר א טריפ וואס גאנץ חדר גייט, אדער פאר קליידער, וכדומה. וכ"ש פאר רענט, לעקטער, גראסערי.

די צער פון א מענטש נישט קענען נאכקומען זיינע בדערפענישן איז איין לשער.

ראש הישיבה » מאנטאג יולי 7, 2014 12:39 pm

· #210517
דריידל
זענט עטץ אינגאנצן צודרייט? מ'איז מסופק וואס איז ערגער צווישן קינדערלאז און ארעמקייט? אז מ'וועט פרעגן אן ארעמאן צו ער וואלט מוותר געווען אויף די קינדער וועט דער ענטפער זיין א קלארע ניין. בכלל, ארעמקייט שטיפט מען דורך און די קינדער האבן חתונה און שטעלן זיך אויף די אייגענע פיס (עכ"פ מ'קומט ארויס אויף דעם). משא"כ דער וואס איז קינדערלאז זעהט פאר זיך נאר שווארץ ווייל ווי עלטער מ'ווערט איז מען מער אנגעוויזן אויף די קינדער און ער האט נעבך נישט אויף וואס ארויסציקוקן.

1. עס קען זיין אז עס איז א גוזמא צו זאגן אז די צער העוני איז גרעסער ווי צער פון זיין קינדערלאז ר"ל.
2. די פאקט אז עס איז דא א וויכוח איבערדעם, ברענגט ארויס די גרויסקייט פון די צער העוני.
3. לאמיר זאגן אז ער איז נישט גרייט צו מוותר זיין אויף אלע זיינע קינדער, רבער ער וואלט זיכער געקענט באשטיין צו האבן ווייניגער קינדער. ועוד ווען ער קען ווען אהנהייבן פון אלף, בין איך נישט זיכער אז ער וואלט ענדערש נישט געבוירן קיין קינדער פאר עס איז נישטא קיין מהלך אויף פרנסה. איך קען איינער וואס זאגט אז ווילאנג זיין מצב הפרנסה ווערט נישט סטעבל, גייט ער נישט געבוירן זיין דריטע קינד.

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 1:17 pm

· #210523
נושא ונותן
גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב

ער קוקט מיר צו זיין א שנה ראשונה יונגערמאן, לויפט נאך סאפער צום שוויגער, גייט ארום שנארען די באבע טיפס, ער האט שוין לכאורה געטוהן עפעס זאכליך, געמאכט ווירידיען, און פאדרייט דעם קאפ פון יעדן עובר ושב, וואס מאכסטו מיט'ן צונג פארן וויסען די פאקטען, יא עס זענען פארהאנען מענטשען, וואס טוען כל מה שביכולתם לעשות און דעקן זיך נישט, איך פארשטיי נישט דעם עגאיסטישען מהלך פון ווייזען דעם באשולדיגונגס פינגער פאר דעם עני, אלס נאר ווייל דיר גייט גוט

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 1:26 pm

· #210525
לכאורה איז צער העוני א גרעסערע צער ווי קינדערלאז, ואמשיל לכם משל, נעמט צוויי יידן ביי די האלאקאוסט, איינעם האט מען אים אוועק געפירט צוו א צווייט פלאץ, און דארט באקומט ער א שמועה אז זיין זון האט מען געהארגעט, און א צווייטען, ער בלייבט מיט'ן זוהן אויף איין פלאץ, איין שיינעם טאג, קומט דער דייטש, און קלויבט דעם צווייטענס זוהן, און ער רופט אויס אז מען גייט דעם יונגעל הארגענען, און ער שיסט אים אויפן פלאץ, כמיין יעדער וועט פארשטיין אליינס, אז דער צווייטער וועט האבען א גרעסערען צער ווי דער ערשטע, ווייל העדר, וועט אלעמאל זיין אויף שוואכערע דרגה ווי חיובי, די זעלבע איז צער העוני vs. צער הערירי, ווי א גרויסער צער קינדערלאז זאל נאר נישט זיין, די מקור און סיבה פאר דער צער איז וועט אלס בלייבען א צער פון העדר, משא"כ נסיון העוני, על אף, אז אולי דער מקור פון צער העוני איז אויך פון העדר [אויך נישט קלאר] אבער די תוצאה וועט זיין א חיובית'דיגע, מיינענדיג, זעהו ווי קינדער הונגערען, זיך שטעלן קעגן די בלאסע געזיכטלעך פון די קליינטשיגע, וכו' וכו'

נושא ונותן » מאנטאג יולי 7, 2014 2:30 pm

· #210547
smartinof

ער קוקט מיר צו זיין א שנה ראשונה יונגערמאן, לויפט נאך סאפער צום שוויגער, גייט ארום שנארען די באבע טיפס, ער האט שוין לכאורה געטוהן עפעס זאכליך, געמאכט ווירידיען, און פאדרייט דעם קאפ פון יעדן עובר ושב, וואס מאכסטו מיט'ן צונג פארן וויסען די פאקטען, יא עס זענען פארהאנען מענטשען, וואס טוען כל מה שביכולתם לעשות און דעקן זיך נישט, איך פארשטיי נישט דעם עגאיסטישען מהלך פון ווייזען דעם באשולדיגונגס פינגער פאר דעם עני, אלס נאר ווייל דיר גייט גוט

די קענסט מיר נישט אין די מטכסט הנחות. איך קיינמאל נישט געזאגט אז דער עני איז שילדיג פאר נישט האבן געלט, מזוני איז במזלא, אבער ער האט זיך אליינס אריינגעלייגט אין די מצב פין האבן צוועלעף קינדער, אין אמת יעצט האט ער זיי שוין אין וואס קען ער טוהן, די רחמנות איז טאקע זייער גרויס אבער דאס צישטעלען צי איינער וואס האט נישט קיין קינדער אין ער קען זיך נישט אליינעס העלפען איז נישט ריכטיג.

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 2:35 pm

· #210552
פארוואס איז עס נישט ריכטיג?

נושא ונותן » מאנטאג יולי 7, 2014 2:41 pm

· #210558
וויחל אינו דומה ווען איינער לייג זיך אליינס אריין אין א צרה צי איינער וואס באפאלט אים א צרה פין זיך אליינס

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 2:47 pm

· #210559
ער האט זיך געברענגט עניות? און דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען ואכמ"ל, ועוד אז האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג, אבער זיי מסביר וויבאלד איינער לייגט זיך אריין איז דאס א קלענערע 'ווייטאג', אפשר ביסטו מסביר פארוואס? איז נישט

נושא ונותן » מאנטאג יולי 7, 2014 3:28 pm

· #210571
נישט קיין קלענערע ווייטאג, עס איז מעורר ווייניגער רחמנות

הוגה » מאנטאג יולי 7, 2014 3:36 pm

· #210573
smartinof
האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג

אפשר גיבסטו אונז דיין מאטעמאטישע חשבון, וויאזוי ביזט אנגעקומען צו דער מסכנה.

smartinof
דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען

אזוי! וואו האט מען דאס דן געווען??? 😲

.

ראש הישיבה » מאנטאג יולי 7, 2014 5:11 pm

· #210601
הוגה
smartinof
האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג

אפשר גיבסטו אונז דיין מאטעמאטישע חשבון, וויאזוי ביזט אנגעקומען צו דער מסכנה.

smartinof
דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען

אזוי! וואו האט מען דאס דן געווען??? 😲

.

מיר האבן שוין מברר געוועהן די אזויגערופענע 'הארבקייט' פון מניעת הריון דא:
טעמע: די רבנישע scam פון מניעת הריון

אגב רבי משה האלט אז מען זאל אריין נעמן די פינאנציעלע מצב פון א מענטש און חשבון בנוגע ב"ק.

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 6:29 pm

· #210608
הוגה
smartinof
האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג

אפשר גיבסטו אונז דיין מאטעמאטישע חשבון, וויאזוי ביזט אנגעקומען צו דער מסכנה.

smartinof
דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען

אזוי! וואו האט מען דאס דן געווען??? 😲

.

איך זעה נישט וואס די פארשטייסט נישט, האבען אסאך קינדער מיט עניות איז נישט געבינדען, א עני וואס און צוגאב פון זיין עניות מאכט דאס דער עניות, נאך שווערער, איז דאס נישט קיין שכל'דיגער טענה צו מחליט זיין אז עניות איז ווייניגער צער ווי ערירות, מען איז דן אויף דער עצם צער, ופשוט, אבער כבר הוכחתי, אז אפילו נניח אז ער האט זיך דאס געברענגט מאכט עס נאך נישט קלענער אדער גרעסער די ווייטאג
און דא האט מען שוין געשמועסט פון דעם

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 6:32 pm

· #210609
נושא ונותן
נישט קיין קלענערע ווייטאג, עס איז מעורר ווייניגער רחמנות

אפשר די וואס דארפסט לויפען צום שאנק צו וויסען וואס צו פילען איז עס אזוי, אבער ביי מענטשעליכע געפילען, איז אז די צער איז גרעסער, מיינט אז יענעמס ווייטאג איז גרעסער, און אז יענעמס ווייטאג איז גרעסער, איז ווען איך שפיר יענעמס צער שפיר איך עס אויך גרעסער, אבער כמיין אז מען איז דן דא אויף דער עצם צער

הוגה » מאנטאג יולי 7, 2014 6:46 pm

· #210617
סמארטינאף, איך האלט אויך אז ס'טוישט נישט די צער אויב ער איז יא שולדיג אדער נישט. דו האסט אבער געזאגט צוויי סטעיטמענטס וואס זענען מעורר תמיהה.

1) מער קינדער קאסט מער געלט, וממילא אויב האט ער געברענגט 12 קינדער אויפן וועלט אן א חשבון פון וואו ער וועט זיי מפרנס זיין, האט ער געברענגט עניות אויף זיך. מיר האבן שוין ערגעץ אין ק"ש אראפ געברענגט דעם ערוך השולחן וואס זאגט אז איינער וואס האט מקיים געווען פו"ר, דארף א היתר צו מעגן האבן נאך קינדער, אויב ער האט נישט קיין פרנסה פאר זיי.

2) מען האט אויף עטליכע ערטער מברר געווען דא אין ק"ש אז מניעת הריון איז א נושא פשוטה מאוד מאוד! עס איז קלאר אז מען מעג טון פעמעלי פלענינג! איז וואס פארדרייסטו א קאפ וועגן "אומאויסגעהאלטן"?

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 7:06 pm

· #210621

אז די ביסט מודה איז דאך גוט
אויסגעהאלטען און נישט אויסגעהאלטען ביי מיר מיינט נישט נאר אזאך וואס זי ווערט מותר אדער אסור און פיר גרויסע בענדערדיגע שלחן ערוך, אומאויסגעהאלטען ביי מיר מיינט אויך אזאך וואס מענטשליכער מאראל, וואס דער נאטור זאגט אז עס איז אומאויסגעהאלטען, און איך האב שוין אוסגעשומעסט מיין דיעה איבער דעם, ברענגסטו מיר עפעס א ערוך השלחן וואס האט געדארפט לויפען צום שאפע זעהן וואס ער דארף פילען וכ', אומאויסגעהאלטען האט ביי מיר געמיינט, מאראלישע נאטור'ישע טירעם, בנוגע לענין האשכול ביסט דאך מודה, קען מען זיך שפארען אויף צווייט פלאץ איבער דעם,

נושא ונותן » מאנטאג יולי 7, 2014 7:23 pm

· #210624
אויב מאראליש, איז קלאר אז ברענגען קינדער אן קיין שום חשבון איז א פשיעה. הלכה'דיג, האט מען דאך שוין געשמיעסט אז עס איז נישט דא קיין חיוב נאר אפשר גאר אן עוולה.
ווייטער וועלכע צער איז בעצם גרעסע,ר איז נישט שייך צי מעסטען יעדער איינער ווען עפס קוועטשט אים גאר גאר שטארק איז ער משוכנע אז עס איז די ערגסטע ווייטאג וואס קען נאר זיין, לגבי וואס מען האט געזאגט אז מען דארף זיי העלפען פונקט אין אפשר מער ווי די קינדערלאזע, אויף דעם האב איך געזאגט אז איינער וואס שנייט זיך אליינס די הענט איז א רחמנות אבער די רחמנות איז גרעסער אויף איינעם וואס מען האט אפגעהאקט זיין הענט בניגוד לרצונו.

smartinof » מאנטאג יולי 7, 2014 10:43 pm

· #210682
א הא גופא קען מען דן זיין אויב אוממראלישקייט כדי זיך צו האלטען צו די מאראל, איז לעגעטים, כמדומה אז מען האט דאס שוין אמאל לועס געווען דא
וכבר אמרתי לעיל שהדיון פה הוא בעיצומו של הצער מה גדול ממה, ואם יוכיח על גדלות האחד הרחמנות נופל על זה יותר מהשני ועי"ש

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 8, 2014 4:04 pm

· #210857
מזל טוב.
דער אשכול האט זיך גע׳עפענט פרייטאג מיט עלעף קינדער, און ביז דינסטיג איז שוין דא א צוועלעפטער!
לגופו של דבר, אין מיין לעבען האב איך געהאט שווערער געלט תקופות און ווייניגער שווערער תקופות (רייך בין איך נאך נישט געווען) און למעשה ווען ס׳איז לייכטער פיל איך אביסל חסר. די תפלות בשעת הדחק זענען פארט אנדעריש, און ס׳בענקט זיך נאכ׳ן קורבה לה׳.
איך פערזענליך האב געהאט אינטרעסאנטע הצלחות מיט׳ן זאגען פרשת המן מיט רש׳׳י. אלס בחור בין איך געווען אין ישיבה ווייט פון הויף און הייב און ס׳האט זיך אויסגעלאזט דאס געלט ביז איך האב נישט געקענט קויפען אפילו א טעלעפאן קארטל אהיים צו קלינגען בעטען געלט. נאך מנחה האב איך געזאגט פרשת המן שמו׳׳ת מיט רש׳׳י. איך האב אויפגעהויבען מיין קאפ נאכ׳ן ענדיגען און איך זעה דער מנהל פונ׳ם ישיבה רעדט מיט א בחור. ער האט גלייך גע׳ענדיגט און פון נייגער האב איך געפרעגט ׳נו, וואס האט ער געוואלט? ׳ ענטפערט יענער ׳אפשר קענסטו העלפען. א מאמע האט געקלינגען בעטען א בחור לערנען מיט איהר צוועלף יעריג קינד פאר געלט׳איך ווייס אבער נישט דער געפיל פון אט דער יונגערמאן, אבער סתם געזאגט אפאר ווערטער וועגען עוני.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:35 pm

· #217328
בנוגע צו פארגלייכן דעם עינוי פון ארעמקייט צו נישט האבן קינדער,
עס איז פאראן (צווישן אזויפיל אנדערע...) 2 סארטן פלאגענישן פאר א מענטש, איין סארט איז בינו לבין עצמו, ער האט מיט קיינעם נישט צו טון, ער פילט נישט שלעכט פאר קיינעם, עס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט א צווייטן, נישט בא'עוולה'ט קיינעם אויף דער וועלט. אזא סארט צער, ווי גרויס עס זאל נאר נישט זיין (השם ישמר) איז אין א געוויסע וועג רואיגער פאר א מענטש אריבערצוטראגן, ער קען רואיג ארויסגיין אויפן גאס און זיך טרעפן מיט אנדערע מענטשן, ער האט נישט קיין כסדר'דיגע פרעשור נאכצוקומען געוויסע דאטומ'ס (DUE DATES), בדרך שאלה קען מען עס אנרופן א צער "בין אדם למקום", וואס איינער וואס האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער איז אין די בחינה פון צער, ווי אויך איינער וואס איז פשוט נישט געזונט וכדומה.

ווידעראום דער צווייטער סארט צער, נסיון העוני, איימיצער וואס בלייבט שולדיג געלט פאר מענטשן/קאמפאניס/מוסדות/בעלי חובות, דער דרייעט זיך ארום מיט א אומבאשרייבליכן שווערן געפיל, חוץ וואס ער געפינט זיך נישט דאס פלאץ אין ביהמ"ד/גראסערי/ אדער סיי וואו אין גאס, אויב האט ער א שטיקל הארץ און געפיל, שפירט ער גאר שלעכט פאר די אלע וועלכע האבן אים געבארגט און ער האט צוגעזאגט, אדער שפירט ער שלעכט פאר זיינע קינדער אז ער קען זיי נישט נאכגעבן די מינימום הצטרכות וואס אלע אנדערע קינדער באקומען, בקיצור, אסאך אנדערע מענטשן זענען פארמישט אין זיין צער, ער האנדלט זיך איין שונאים, מענטשן לייגן פרעשור און עס הייבט זיך זיין בלוט דרוק, דאס איז א צער "שבין אדם לחבירו", אזוי אויך אויב האט ער איינעם שאדן געמאכט בגופו או בממונו או באיזה אופן שהוא, טראגט מען זיך ארום מיט שולד געפילן וואס הרג'עט א מענטש.

פון די 2 בחינות איז לכאורה דער צווייטער שטארקער און קשה מנשוא.

סתם געטראכט.

יאיר » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:42 pm

· #217331
און איך גאראנטיר דיר אז דער וואס איז שוין צוואנציג יאר קינדערלאז וויינט זיך צום אויבערשטן "איך בין גרייט צו ווערן דער גרעסטער ארימאן, אבי גיב מיר נאר אן אויסגעבעטן קינד!"
דער אמת איז אז מען דארף רעכענען דעם חשבון אנדערש. קיין איין מענטש איז דאך נישט ארים מיום הולדו. נאר פשט איז, אז דער מענטש האט אסאך פארלאנגען, זאכן וואס ער וויל האבן און זאכן וואס ער דארף האבן, און ווען ער קען זיי נישט נאכקומען דאן ווערט ער באטיטלט אלס ארימאן. היינטיגע צייטן זענען מיר אין א מצב וואס רוב מענטשן וועלן נישט בלייבן אן ברויט צו עסן אדער א דאך איבער'ן קאפ פאר זיך און די קינדער. נאר אויף חתונה מאכן פאר זעכציג טויזנט דאלער איז נישטא קיין געלט און דאס מאכט אים פאר אן ארימאן.
ממילא, ענדערש רעכן אויס, וואס איז ענדערש, נישט האבן קינדער, אדער האבן קינדער און לעבן אויף א גאר נידריגער בודזשעט?

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:56 pm

· #217348
איך רעד נישט פון היינטיגע צייטן כלפי אמאל, מאך נישט קיין נמשלים, איך רעד נאר אין טעאריע דעם חילוק פון איינס ביזן צווייטן.

דאס וואס דער קינדערלאזער וועט וויינען איז נישט ווייל ער מיינט עס אמת'דיג, יעדער מיינט אז זיין שוועריגקייט איז די שווערסטע און וועט שטענדיג זאגן אז ער איז גרייט ארויסצושפרינגען פונעם הייסן פענדל אריין אינעם פייער, עס איז נישט ווייל ער האט אויספרובירט ביידע סארטן צער און ער האט באשלאסן מיט א קלארן דעת אז איינס איז בעסער ווי דאס צווייטע, ער רעדט מרוב צערו ואין אדם נתפס על צערו.

בכלל זאג איך נישט אז א מענטש זאל ענדערש זיין קינדערלאז ווי איידער ארעם; איך האב באטאנט אז עס איז נאר איין חלק עמאנג אדערס, עס זענען דא מער סיבות צו טראכטן פארקערט, א ארעמאן קען זיך טרייסטן אז לא לעולם יזנח ה', ער וועט נאך באצאלן זיינע חובות, ער וועט שנארן, משא"כ דער קינדערלאזער האט א צער עולמית בזה ובבא, א.א.וו. עכ"פ נאר מיט דעם איינעם חלק איז דער נסיון העוני שווערער אריבערצוטראגן.

אין הכי נמי מיר טרעפן אסאך מעשיות ווי צדיקים האבן מבטיח געווען הייליגע קינדער פאר פשוט'ע מענטשן בתנאי זיי געבן אויף זייער פארמעגן און זיי האבן נישט בלויז מסכים געוען בדיעבד, נאר זיך צוגעכאפט דערצו, אודאי איז קינדער וויכטיגער ווי געלט (ניטעמאל א פארגלייך איז עס), זרענו וכספנו... קודם זרענו, דאס איז דאס וויכטיגסטע, נאכדעם וכספינו, ודלא כדקאווע טרינקער במקום אחר שפירש להיפך. אבער איך האב גערעדט בשעת די 2 ליידענדע לייגן זייער ווייטאג אויף דעם סארט וואגשאל, וועט די ארימקייט אריבערוועגן די קינדערלאזיגקייט.

יאיר » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:32 pm

· #217363
מיין פוינט איז אז עס איז נישטא אזא זאך ווי "נסיון העוני". עס איז דא א נסיון פון נישט האבן געלט צו עסן אדער צו שלאפן אדער צו האבן א דאך איבער'ן קאפ, אדער צו וואוינען אין ברוקלין, אדער חתונה מאכן קינדער, אדער נישט האבן א קינד בכלל, נאכדעם איז דא דער נסיון פון זיין שולדיג געלט פאר מענטשן (און אויף דעם איז טאקע מעגליך אז דאס איז שווערער טאג טעגליך ווי נישט האבן קינדער, הגם איך בין בכלל נישט זיכער דערין, און בכל אופן קען דאס נאר געזאגט ווערן דורך איינעם וואס האט שוין געהאט ביידע נסיונות). אבער אויב איינער האט צער פשוט פון נישט האבן פאפירענע דאלארן (און ס'איז דא אזעלכע) איז ער סתם א רחמנות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:11 pm

· #217855
כ'רעד זיך סתם אפ. מקיים צו זיין דעם ישיחנה.

עס קומט א ניי יאר, קע"ה א שטוב מיט קינדער, די מוסדות שיקן אויף די פאסט גראבע ענוועלאפס, פאפירן מיט אפליקאציעס, מאנען איין די אלטע שכר לימוד חובות, הייסן ארויסשיקן העד טשעקס פאר די נייע, פלוס פילע טשארדזשעס פאר אינשורענס, רעגיסטראציע, טראנספארטאציע, גרוילעאציע, שמאלעפאציע, א.א.וו... כ'קען זיך קוים באקראצן מיט די הויכשטאפלדיגע שפראך, ואני אנה אני בא, כ'האלט נאך אינמיטן דרייען מיט חובות פון די קעמפס, אבער די קינדער טאנצן שוין טאטי מען דארף נייע קליידער, וואכן/שבת, שיכלעך לרחצה, נייע בריפקעיס, די אלטע איז קליין און צעריסן, ס'קוקט מיר עפעס אויס ווי דער עולם האט זיך ערנסט פארלייגט אויף מיין ארימע זעקל ביינער און מיינע אויסגעקארגטע פאר גראשן, זיי שרייען זבל פרדותיו של שמעקעדיג ולא המיליאנען של ביל געיטס, @קפנדריא ביסט מכובד צו גיין פתיחה אויף א נייע אשכול, די קעמפ סעזאן האסטו פיין אראפגעלייגט, יעצט לייג אראפ דעם נייעם סקול יאר, סאמהאו קומט עס צו לאכן ווען איינער לייגט אראפ דעם מצב כמו שכתוב מיט זאלץ און פעפער, כאטש כ'פארשטיי נישט וואס איז דער געלעכטער? מען וואלט געדארפט פארגיין אין א ביטערן געוויין.

עניוועי, טענק יוא לל פאר ליסענינג, איי פיל מאטש בעדער נאו.