☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וכל בית ישראל יבכו את השריפה - חשובער מסירות נפש עסקן ז"ל

וכל בית ישראל יבכו את השריפה - חשובער מסירות נפש עסקן ז"ל

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6745

בר דעת » זונטאג יולי 6, 2014 1:35 pm

· #210216
וכל בית ישראל יבכו את השריפה - חשובער מסירות נפש עסקן ז"ל
"ברם זכור אותו האיש לטוב, העסקן בעל מסירות נפש הנורא והנכבד ר' פלוני וכו' שליט"א שלפני מלכים התייצב יומם ולילה וכו' "מיר קענען אלע די סארט מגילות וואס מען לייגט אריין פאר קליינראנגיקע שוויצערלעך, פאר אזא ריזיגע טובה ווי פייטן א טיקעט אדער העלפן אפשפארן א געסל פאר א רבי'לע ביים הכנסת ספר תורה.
זיין א שומרים אדער הצלה מעמבער פאדערט נישט מסירות נפש, די איינציגע וואלונטירן וואס טוען מסירות נפש זענען פייערלעשר. זיי גייען איינפאך אריין אין פייער צו ראטעווען מענטשן. זיי זענען די מבחר הבריאה און נזר היצירה, און יעדער מענטש מוז האבן פאר זיי די גרעסטע רעספעקט וואס שייך.
ווען א שוויצער שטארבט ווערט די גאנצע חרדישע וועלט איינגעהילט טיף און טרויער, אבער וואס געשעהט ווען א פייער לעשער שטארבט?
אין וויליאמסבורג איז יעצט געשעהן א שרעקליכע טראגעדיע וואס דארף אויפשוידערן יעדן רעכט דענקענדן מענטש. א אמתער מסירות נפש מענטש, א גאלדענער איש החסד והמעש איז געשטארבן אין זיינע שענסטע יארן, על קידוש ה' אינמיטן זיין עבודת הקודש פון ראטעווען לעבנס.
עס איז נסתלק געווארן ידידנו הנעלה והאהוב, היקר באנשים, עמד לנס עירו, הציל נפשות רבות מכליה, עמד יומם ולילה מוכן להציל נפשות, איש יקר ונחמד, יחיד במינו
הקדוש Gordon “Matt” Ambelas זכרונו לברכה לחיי העולם הבא
ער איז געווען א גאר חשובער עסקן אין וויליאמסבורג, פון די געציילטע עסקנים וואס זענען אריינגעלאפן אין פייער.
דער חשובער עסקן האט מיט עטליכע וואכן צוריק געהאט די זכייה צו ראטעווען א קליין זיס אידיש לעבן, און יעצט איז ער מיט א זעלטענע מסירות נפש אריינגעשפרינגען אין א פייער צו ראטעווען לעבנס, און ליידער האט ער טאקע זוכה געווען למסור נפשו על עבודת החסד והצלת נפשות, ונפל שדוד אין יונגן עלטער פון בלויז פערציג יאר.

[/img]דער העלדישער מסירות נפש מענטש איז אומגעקומען אינמיטן ראטעווען לעבנס.

אבער וואס איז די רעאקציע?
מיר האפן אז ביי די לויה אין וויליאמסבורג וועלן זיך באטייליגן די רבני העיר, די עסקנים און המון עם תושבי העיר וועלכע וועלן זיך אידענטיפיצירן מיט דעם וואונדערליכן מסירות נפש עסקן.

וואס איז אבער די רעאקציע פון המון עם אין די געוועב? אין א געוויסע פארום וואס הייסט איי וועלט שרייבט עמיצער מיט אזא תמימות

אינטערעסאנט, זעט אויס ער האט געענדיגט זיין שליחות אויף די וועלט, געראטעוועט דאס אינגל און אפגעפוצט.
מה' מצעדי גבר כוננו.

"אפגעפוצט"
איר פארשטייט? דער מסירות נפש עסקן האט געהאט א שליחות צו ראטעווען א גאטליב יונגל, נאכדעם קען ער "אפפוצן", ניטאמאל א טרערל איז ער ווערט?

א צווייטער חכם מכל אדם אין זעלבן פארום שרייבט
זעהט אויס דער גוי האט געטוהן זיין תפקיד אויף דעם וועלט. געראטעוועט א אידיש קינד און יעצט איז ער נעבעך אומגעקומען העלפנדיג לעשן א פייער אין ווילי.

(אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....)

איר כאפט? דער גוי האט געענדיגט זיין תפקיד.... און איר ווילט הערן עפעס פאני (אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....) די .... פינטעלעך צייגן אן אז חחחחחחח מיר זשאקן... ער איז דאך נישט געועון קיין איד.....

אונזער פארום איז דאך סאך מער אינלייטענד, שרייבט ידידינו פלעין אידיש
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא
לכאו' אויף א גוי אויך
אזוי צו אזוי גייט ער לכאו' אריין אין גדר מחסידי אומה''ע

אבער ווי זענען מיר אויף די וועלט? א מענטש וואס האט געראטעוועט די לעבנס פון תושבי וויליאמסבורג, און זיין שטארבן איז אזא האלב טרויעריגע דזשאוק? און די שאלה איז צו "לכאורה" גייט עס אויף א גוי?
דארפן מיר עפעס א רבי אדער מדרש זאל אונז זאגן אז מיר מעגן, מוזן, און דארפן טרויערן אויף א טייערן מענטש וואס האט געראטעוועט אונזערע לעבנס?

יהא זכרו ברוך, ויזכה לחיי עולם הבא, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, און זיין טייערע משפחה זאל ווערן געטרייסט ממקור הנחמה

galitzyana » זונטאג יולי 6, 2014 1:40 pm

· #210218
Cool it fireman are paid employee's with hefty pensions

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 6, 2014 1:41 pm

· #210219
א גוי האט א נשמה?

בר דעת » זונטאג יולי 6, 2014 1:43 pm

· #210221
ישמעאל הכהן
א גוי האט א נשמה?

ניין, גאט טיילט נשמות נאר פאר 11211
שטייטזיך, אויסער פאר די גויים פון קאלאמענטי

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 6, 2014 1:45 pm

· #210222
נעמסט עס צום אנדערן עקסטרים. כ'פארשטיי דיין פוינט, אבער צו שרייבן אויף אפילו א גוטע גוי תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, איז שוין מיין איך בעסער צו גיין מיט'ן אייוועלט מהלך וואס איבעלט גראדע מיר אויך

בר דעת » זונטאג יולי 6, 2014 1:49 pm

· #210223
קיינער ווייסט נישט ווער עס האט נשמות, אבער עס איז א מחלוקת הראשונים והאחרונים און מען האט עס שוין אסאך אויסגעשמועסט דא אין שטיבל

הא גופא איז מיין פוינט, די נאטורליכע הרגש איז צו האבן הכרת הטוב און שטארקע רגש צו א פייערלעשער אין די געגנט וואס האט זיך מוסר נפש געווען. דאס איז עס. יעדע פילפול נאכדעם הרגעט אפ אונזער פשוטע, נאטורליכע נשמה'דיגע רגש

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 6, 2014 1:50 pm

· #210225
פארוואס דארף יעדע זאך באגאסן ווערן מיט שמאלציגע רעליגיעזע דעות כוזבות? קען מען נישט אנקוקון די זאך ווי עס איז? א מענטש האט זיך מוסר נפש געווען צו ראטעווען א צווייטן. פינטל.

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 1:53 pm

· #210226
מאראליש ביסטו גערעכט. אבער חז"ל האבו איז געזאגט אז א בר דעת א בעל הבית איז היפך דעת תורה.
איך וועל דא איבערשרייבען וואס איך האט געברענגט אין א דערנעבענדיגע אשכול בשם דער רמב"ם סוף פרק ח הלכות מלכים וז"ל כל המקבל שבע מצוות ונזהר לעשותם הרי זה מחסידי אומות העולם ויש לו חלק בעולם הבא.
ער איז געווען א חשובע עסקן אין געהאלפן אידען וכו' מיט דעם אלעם האט ער מקיים געווען די שבע מצוות ווייל משה האט אזוי באפוילן אין נישט ווייל ער האט אזוי פארשטאנען אליינס פין זיין גוט הארץ כמבואר שם בהמשך האט ער א תקווה לעולם הבא, אויב נישט איז ער מילא חייב מיתה איז לכל הפחות ארויס א טובה פאר א איד פין אים אמאל.
דאס בין איך אבער מסכים אז מיר דארפן האבן אין ארויסווייזען הכרת הטוב פשוט משום אונזערע מדות נישט צי ווערן א מושחת.

בר דעת » זונטאג יולי 6, 2014 1:58 pm

· #210227
נושא ונותן

טפשות.

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 2:03 pm

· #210228
מ'קען אפשר בעטען(at least די זלונים) מ'זאל זיך איינהאלטען, ער איז טאקע אריין במקום סכנה, אבער נישט ווען די משפחה טרויערט...
ערענסט גערעדט, אני הקטן בין נעכטען ארומגעגענגן אין בראדיע און געטראפען אן אפענער סטאר, געקויפט בלימען און עס אריבער געטראגן מיט מיינע קינדער קיין הופער, א טשיף האט זיך זייער באדאנקט.

petergrifin » זונטאג יולי 6, 2014 2:58 pm

· #210238
100% גערעכט. אבער איך האב שוין אויף געגעבען מחנך צו זײן אנדערע ספעציעל די פון 11211, אולי קען
מען זיך אלײנס מתקן זײן און זײן א מענטש. 😲 😉

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 3:08 pm

· #210241
בר דעת

טפשות.

קען זיין אז עס איז טפשות אבער דאס איז די תורה'דיגע השקפה.
בנוגע לויפען צום ספרים שאנק וואס דער מלוכה וממשלה שרייט וויל איך נאך אמאל איבער זאגן מיינע לעצטער ווערטער אז אודאי דאפען מיר האבן הכרת הטוב ווייל כופר זיין אין א טובה איז משחית דער נפש אין פארשטייט זיך אויך אז מען דארף זיך ווייזען ווי מענטשען מקדש שם שמים זיין! אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 6, 2014 3:17 pm

· #210243
דו פריידסט דיך יעדע מאל א איד שטארבט? לויט דיר איז א איד וואס געשטראבן, און נישט מקיים געווען אלע מצות כהוגן, בבחינת באבוד רשעים רנה.

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 3:20 pm

· #210245
רויטע וואנצעס
דו פריידסט דיך יעדע מאל א איד שטארבט? לויט דיר איז א איד וואס געשטראבן, און נישט מקיים געווען אלע מצות כהוגן, בבחינת באבוד רשעים רנה.

נישט אמת, נאר אויב א איד איז געווען א כופר בכל התורה כולה אין נישט מקיים געווען קיין שום מצוה נאר דעמאלסט איז אוכל ושותים ושמחים באבוד רשעים רינה

מודה אני » זונטאג יולי 6, 2014 3:42 pm

· #210250
דער איז געלאפן ראטעווען א הינטל..........................

איז דאס הינטל אויך א "נפש" ?

smartinof » זונטאג יולי 6, 2014 3:51 pm

· #210257
נושא ונותן
בר דעת

טפשות.

קען זיין אז עס איז טפשות אבער דאס איז די תורה'דיגע השקפה.
בנוגע לויפען צום ספרים שאנק וואס דער מלוכה וממשלה שרייט וויל איך נאך אמאל איבער זאגן מיינע לעצטער ווערטער אז אודאי דאפען מיר האבן הכרת הטוב ווייל כופר זיין אין א טובה איז משחית דער נפש אין פארשטייט זיך אויך אז מען דארף זיך ווייזען ווי מענטשען מקדש שם שמים זיין! אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

זאג נאר, ווען דו קומסט אהיים און עס נשט דא קיין סאפער אויפן טיש, גייסטו אויך צום ספרים שאנק קוקען וואס מען דארף יעצט פילען, אדער הייבסט א שטימע אזאנס און אזעלכעס און זאגסט [שרייסט] די פוילע רוח, די גייסט עפעס אהער שטעלן עפעס צו ענמען און צויל אריין, וואט די העק, עס איז נאך אלס דא יידן וואס פרובירען זיך אליינס צו נער'ן אז געפילן קומט נאר וואס עס שט7ייט אויף שווארץ און וויסע אויתיות, געבונדען און שווארצע דעקל, אויף בריסקע רב זאגט מען אז ער איז געווען אזוי, ווייס אויך נישט ווי ווייט דאס איז אמת, אבער די גאנצע מושג אז תורה איז מחייב אדער נעמט אוועק געפילען איז נישט קיין דבר פשוט, ביי לא תחמוד און ביי די מצווה פון ואהבת את ה' מוטשען זיך ראשונים ווי פילעזאפען ארום צו עס איז בכלל פארהאנען אזא זאך,
און איך פארשטיי סתם אזוי נישט אויף יעדן בטלן וואס האט אויסגעבטלט זיינע יארן אפגעלקחנט אוצרות פוד סטעמפס און סעקשאן אכט, באוויינט מען אים תהא נשמתו, לאמיר זאגען אז ער האט א נשמה האט ער אבער גארנישט געטוהן מיט דעם, איז א מענטש וואס זיין לעבן איז געווען א קייט פון העראזים, העלדישקייט און דרייסקייט, אלעס נאר צו מאכען א בסערע מענטשהייט איז בכלל מסתבר, איינס אז ער פארמאגט ניטש עפעס א העכערע דריסטע נפש און נשמה, און ב' וויאזוי פארשטייסטו אז פאר דעם ראציגען שווארצע ווייסע, וואס האט דעם טעם פון א טובה טוהן קיינמאל נישט טועם געווען, זאל זיך קומען מער ווי פאר דעם מסירוטת נפש'דיגען העלד, הלמאי, איז אויסגעהאלטען מיט די מענטשלכיע רעכטיקייט

גאנצל » זונטאג יולי 6, 2014 3:56 pm

· #210258
@בר דעת זייער שיין דו שרייבסט אזוי שיין אז ס'זעהט מיר אויס אז דו ווילסט האבן דיין פלאץ אין גן עדן נעבן אים

smartinof » זונטאג יולי 6, 2014 3:59 pm

· #210259
נושא ונותן
רויטע וואנצעס
דו פריידסט דיך יעדע מאל א איד שטארבט? לויט דיר איז א איד וואס געשטראבן, און נישט מקיים געווען אלע מצות כהוגן, בבחינת באבוד רשעים רנה.

נישט אמת, נאר אויב א איד איז געווען א כופר בכל התורה כולה אין נישט מקיים געווען קיין שום מצוה נאר דעמאלסט איז אוכל ושותים ושמחים באבוד רשעים רינה

די האסט א הו"א אז דעם פסוק קען זיך בכלל לערנען כפשוטו, עס האט עפעס א מליצה'דיגער אינהאלט, וואס מען דארף אסאך טראכטען און דעם, אבער וואס עס איז ברור, אז איינער וואס האט נישט קיין אמת'דיגער ווייטאג ווען ער זעהט אז א ייד איז עובר אדער נישט מקיים קיין מצווה, מילא איינער וואס ער וייטאגט מיט כביכול, און מיט זיין עיני השכל זעהט ער וואס פאר א חרבנות, פארשטייט זיך מיסטישע און ספירוטאלע, עס קומען ארויס פון אים אולי ואולי דער פסוק לערנט זיך כפשוטו, אבער פאר שוכני בתי חומר ממש, עס אינטרעסירט ניישט באמת וואס ביי יענעמס רוחניות טוט זיך, עס איז אלס נאר להגדיל כבוד הסיטעם, אבער אמת'דיג שפירען צער כביכול ווען יידן זענען עובר אויף זיינע ווערטער וכו', איז נישט פארהאנען, נאר ווען עס קומט צום חיוב פון רינת אבוד רשעים זענען זיי גאנצע מחותנים, די רינת אבוד רשעים איז שוין ביים ענדע, וואס האסטו געשפירט ביז יענער מצב, סהאט דיר אינטרעסירט א הויקער, סאו וואס האקסטו

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 4:01 pm

· #210261
smartinof
נושא ונותן
בר דעת

טפשות.

קען זיין אז עס איז טפשות אבער דאס איז די תורה'דיגע השקפה.
בנוגע לויפען צום ספרים שאנק וואס דער מלוכה וממשלה שרייט וויל איך נאך אמאל איבער זאגן מיינע לעצטער ווערטער אז אודאי דאפען מיר האבן הכרת הטוב ווייל כופר זיין אין א טובה איז משחית דער נפש אין פארשטייט זיך אויך אז מען דארף זיך ווייזען ווי מענטשען מקדש שם שמים זיין! אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

זאג נאר, ווען דו קומסט אהיים און עס נשט דא קיין סאפער אויפן טיש, גייסטו אויך צום ספרים שאנק קוקען וואס מען דארף יעצט פילען, אדער הייבסט א שטימע אזאנס און אזעלכעס און זאגסט [שרייסט] די פוילע רוח, די גייסט עפעס אהער שטעלן עפעס צו ענמען און צויל אריין, וואט די העק, עס איז נאך אלס דא יידן וואס פרובירען זיך אליינס צו נער'ן אז געפילן קומט נאר וואס עס שט7ייט אויף שווארץ און וויסע אויתיות, געבונדען און שווארצע דעקל, אויף בריסקע רב זאגט מען אז ער איז געווען אזוי, ווייס אויך נישט ווי ווייט דאס איז אמת, אבער די גאנצע מושג אז תורה איז מחייב אדער נעמט אוועק געפילען איז נישט קיין דבר פשוט, ביי לא תחמוד און ביי די מצווה פון ואהבת את ה' מוטשען זיך ראשונים ווי פילעזאפען ארום צו עס איז בכלל פארהאנען אזא זאך,
און איך פארשטיי סתם אזוי נישט אויף יעדן בטלן וואס האט אויסגעבטלט זיינע יארן אפגעלקחנט אוצרות פוד סטעמפס און סעקשאן אכט, באוויינט מען אים תהא נשמתו, לאמיר זאגען אז ער האט א נשמה האט ער אבער גארנישט געטוהן מיט דעם, איז א מענטש וואס זיין לעבן איז געווען א קייט פון העראזים, העלדישקייט און דרייסקייט, אלעס נאר צו מאכען א בסערע מענטשהייט איז בכלל מסתבר, איינס אז ער פארמאגט ניטש עפעס א העכערע דריסטע נפש און נשמה, און ב' וויאזוי פארשטייסטו אז פאר דעם ראציגען שווארצע ווייסע, וואס האט דעם טעם פון א טובה טוהן קיינמאל נישט טועם געווען, זאל זיך קומען מער ווי פאר דעם מסירוטת נפש'דיגען העלד, הלמאי, איז אויסגעהאלטען מיט די מענטשלכיע רעכטיקייט

א. ב"ה איך הייב נישט אויף מיין קול אין אודאי נישט ווי א צידרייטער ווי די האסט אראפ געלייגט, אויב איז נישט דא וואס צי עסען נעם איך ארויס א שטיקל ברויט מיט אביסעל קעז אין עס אפ אדער גיי איך עפס קויפן צי עסן.
ב. איך פארשטיי אז די האלסט אז עס איז נישט יושר אין אפשר רשעות צי געבען פאר א בטלן וואס האט גארנישט געטוהן אין זיין לעבן אפשר אמאל געלייקט תפילין אן וויסען פארוואס אין פאר וועם א חלק לעולם הבא. אין פאר איינער וואס האט געטוהן פיל גוטס אין זיין לעבן אבער נישט מקיים געווען אלע שבע מצוות געבט מען נישט קיין עולם הבא. אבער אזוי איז עס יושר צי נישט רעכט צי נישט טאו בעעד

smartinof » זונטאג יולי 6, 2014 4:10 pm

· #210266
חכם פון די מה, על הא גופא אנו דנין, צו ער באקומט נישט און צו יענער באקומט יא

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 4:13 pm

· #210267
אוקיי סא די ווילסט דן זיין צי גאט זיין תורה אין זיין משפט זענען גערעכט? אויף דעם קען איך נישט זאגן גארנישט ער האט מיר נישט געבעטן צי זיין זיין לויער, אין אפילו אויב יא קען איך נישט נעמען דעם קעיס ווילאנג איך פארשטיי נישט פונקט זיין פאזישען.

smartinof » זונטאג יולי 6, 2014 4:16 pm

· #210268
אוי, ס'הייבט זיך אן נאכאמאל, איך פרעג מהיכי תיתי אז ער יא און ער נישט,

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 4:22 pm

· #210272
smartinof

אוי, ס'הייבט זיך אן נאכאמאל, איך פרעג מהיכי תיתי אז ער יא און ער נישט

וועגן א נישט איד האב איך געברענגט דער רמבם, אין וועגן א איד איז דאך א בפירושער משנה אין חלק, כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא חוץ די פאר וואס ווערן דארט אויסגערעכענט

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 4:25 pm

· #210273
[ציטאט אראפגענומען]

א. יא ב. ווייל איך האב מיך ליב אין זיי זענען א חלק פין מיך, ויתכן אז עס איז א שוואכקייט -נעשה אכזרי על בני ביתו, ג. איך האב נישט קיין פסוק וואס זאגט מיר פארקערט

בר דעת » זונטאג יולי 6, 2014 4:30 pm

· #210275
די אלע זאכן איז שוין געווארן איבערגעקייט דא אין שטיבל כמה וכמה פעמים
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/804">viewtopic.php?f=13&t=804&hilit=%D7%A2%D7%A1%D7%9F+%D7%91%D7%A9%D7%A8+%D7%90%D7%93%D7%9D</a><!-- l -->
און נאך אסאך מאל, ויבואו המלנקקים וילנקקו וילמדו תועים בינה, והנושא ונותן ישא ויתן, ויחזור ויתן על מתכונתו ומקומ

כוכב » זונטאג יולי 6, 2014 4:55 pm

· #210283
נישט געוואוסט אז אוטספאקן איז ארי לייב גלאנץ.
הכלל, צוצוגעבן צו דעם שיינעם סומאטוכא אינעם בית עלמינ'דיגן זונטאג, איז דא עפעס א פסוק וחסד לאומים חטאת, ויבואו המשכילים ויפרשו כאוות נפשם.

איך אויך » זונטאג יולי 6, 2014 5:28 pm

· #210298
כוכב
נישט געוואוסט אז אוטספאקן איז ארי לייב גלאנץ.

דער אנדערער זעהט נישט אויס ווי זיין זוהן.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 5:37 pm

· #210302
galitzyana
Cool it fireman are paid employee's with hefty pensions

Yes. But this particular person can't enjoy his "Hefty" pension. The only consolation is, that his family will be well cared for.
He will always remain an outstanding symbol of helping others in need. Even at the risk to his own life. 🙄 😳 😉 😮

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 5:42 pm

· #210304
בר דעת
ישמעאל הכהן
א גוי האט א נשמה?

ניין, גאט טיילט נשמות נאר פאר 11211
שטייטזיך, אויסער פאר די גויים פון קאלאמענטי

פאר 11219 און 11227 און 11230 אויכעט נישט...און וואס טיטצעך מיט די נייע ווילאמסבורג'ער זיפ קאוד. 11249?... 😕 😎 😂 🙄 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

איחוד פעלד » זונטאג יולי 6, 2014 5:46 pm

· #210305

מאראליש ביסטו גערעכט. אבער חז"ל האבו איז געזאגט אז א בר דעת א בעל הבית איז היפך דעת תורה

באבע מעשיות חז"ל מיר גארנישט, איינער האט אויפגעמאכט דער פאלשער זאץ, עס האט נישט קיין טראפ אמת צו זיך און שטייט נישט אין ערגעץ.

וואס חז"ל זאגען יא איז אז דעת רבי איז היפוך דעת תורה.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 5:55 pm

· #210308
outspoken
מ'קען אפשר בעטען(at least די זלונים) מ'זאל זיך איינהאלטען, ער איז טאקע אריין במקום סכנה, אבער נישט ווען די משפחה טרויערט...
ערענסט גערעדט, אני הקטן בין נעכטען ארומגעגענגן אין בראדיע און געטראפען אן אפענער סטאר, געקויפט בלימען און עס אריבער געטראגן מיט מיינע קינדער קיין הופער, א טשיף האט זיך זייער באדאנקט.

ממך ילמדו (תועים בינה?) וכן יעשו. אינז זעמיר אויסגעטון פון די גוי'אישע וועלט. דאס איז א גוטע זאך. אבער לאידך גיסא. ס'פארהאן א סיטואציע וואו מ'דארף ארויסווייזן הכרת הטוב און סימפאטיע. ספעציל צו די פייערלעשער. וועלכע ערווארטן דאס. איך געדענק ביי 9/11 זענען עטליכע פייערלעשער פון די בארא פארק'ער סטאנציע אומגעקומען ביי די טווין טאוערס. און ביי אינז. ביים היימישן עולם איז געוועין עולם כמנהגו נוהג. די איזראעלי פעדלער'ס האבן ווייטער אויסגעשריגן און פארקויפט זייער סחורה אין פראנט פון שומרי שבת. מיט'ן גאנצן טומל. האט א איד מעורר געוועין אז מ'דארף אריבערגיין אין די פייער סטאנציע מיט בלומען, און אויסדריקן אינזער סימפאטיע צו זייער פארלוסט.... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 7:43 pm

· #210351
איך אויך
כוכב
נישט געוואוסט אז אוטספאקן איז ארי לייב גלאנץ.

דער אנדערער זעהט נישט אויס ווי זיין זוהן.

כ'וואלט ווען געוואלט זיין ארי לייב גלאנץ, אבער אויב ס'קומט מיט א פרייז פון זיין אן ארוני, דעמאלטס...
כ'בין געווען בערך צווייע אחר חצות הלילה, כמעט קיינער איז נישט דארט געווען, די טאראראם איז געווען ביים שפיטאל.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 7:55 pm

· #210359
אבער די השתלשלות, וויאזוי און פארוואס ער איז געווארן אן ארוני איז אויכעט זייער אינטרעסאנט. כידוע ליודעי ח"ן....הממליך מלכים ולו המ---ה... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

יאיר » זונטאג יולי 6, 2014 7:59 pm

· #210362
נושא ונותן
בר דעת

טפשות.

\אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

אינטערעסאנט טאקע אז דער רמב"ם און דער שולחן ערוך האבן משמיט געווען די קריטיש וויכטיגע מצות עשה דאורייתא פון באבוד רשעים רינה. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער רמב"ם לאזט אויס יסודות הדת פון זיין ספר הי"ד, ווי למשל די שלש שבועות.

outspoken » זונטאג יולי 6, 2014 8:08 pm

· #210367
גאטליעב מיט נידערמאן
📎 1.jpg

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 8:08 pm

· #210369
יאיר
אינטערעסאנט טאקע אז דער רמב"ם און דער שולחן ערוך האבן משמיט געווען די קריטיש וויכטיגע מצות עשה דאורייתא פון באבוד רשעים רינה. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער רמב"ם לאזט אויס יסודות הדת פון זיין ספר הי"ד, ווי למשל די שלש שבועות.

יאיר: די רמב"ם ווייס איך נישט. אבער דער שו"ע יורה דעה הלכות אבילות זאגט קלאר אז ביי איינער וואס איז א אפענע רשע (איך אפליי דאס נישט צו קיין שום סיטואציע, שעומדת על הפרק.) איז נישט נאר וואס מ'דארף נישט טרויערן אויף איהם. נאר מ'דארף זיך אנטון בגדי יו"ט און מאכן א סעודה כדי מקיים צו 😕 😎 🙄 😳 😞 😮 זיין די פסוק "באבוד רשעים רנה"...

smartinof » זונטאג יולי 6, 2014 9:58 pm

· #210397
נושא ונותן
smartinof

אוי, ס'הייבט זיך אן נאכאמאל, איך פרעג מהיכי תיתי אז ער יא און ער נישט

וועגן א נישט איד האב איך געברענגט דער רמבם, אין וועגן א איד איז דאך א בפירושער משנה אין חלק, כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא חוץ די פאר וואס ווערן דארט אויסגערעכענט

כהאב נישט קיינע מושג וואס די זעסט פון דעם רמב"ם

smartinof » זונטאג יולי 6, 2014 10:00 pm

· #210400
berlbalaguleh
יאיר
אינטערעסאנט טאקע אז דער רמב"ם און דער שולחן ערוך האבן משמיט געווען די קריטיש וויכטיגע מצות עשה דאורייתא פון באבוד רשעים רינה. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער רמב"ם לאזט אויס יסודות הדת פון זיין ספר הי"ד, ווי למשל די שלש שבועות.

יאיר: די רמב"ם ווייס איך נישט. אבער דער שו"ע יורה דעה הלכות אבילות זאגט קלאר אז ביי איינער וואס איז א אפענע רשע (איך אפליי דאס נישט צו קיין שום סיטואציע, שעומדת על הפרק.) איז נישט נאר וואס מ'דארף נישט טרויערן אויף איהם. נאר מ'דארף זיך אנטון בגדי יו"ט און מאכן א סעודה כדי מקיים צו 😕 😎 🙄 😳 😞 😮 זיין די פסוק "באבוד רשעים רנה"...

בערל, אויף דעם האב איך שוין פריער געשריבען
די האסט א הו"א אז דעם פסוק קען זיך בכלל לערנען כפשוטו, עס האט עפעס א מליצה'דיגער אינהאלט, וואס מען דארף אסאך טראכטען און דעם, אבער וואס עס איז ברור, אז איינער וואס האט נישט קיין אמת'דיגער ווייטאג ווען ער זעהט אז א ייד איז עובר אדער נישט מקיים קיין מצווה, מילא איינער וואס ער וייטאגט מיט כביכול, און מיט זיין עיני השכל זעהט ער וואס פאר א חרבנות, פארשטייט זיך מיסטישע און ספירוטאלע, עס קומען ארויס פון אים אולי ואולי דער פסוק לערנט זיך כפשוטו, אבער פאר שוכני בתי חומר ממש, עס אינטרעסירט ניישט באמת וואס ביי יענעמס רוחניות טוט זיך, עס איז אלס נאר להגדיל כבוד הסיטעם, אבער אמת'דיג שפירען צער כביכול ווען יידן זענען עובר אויף זיינע ווערטער וכו', איז נישט פארהאנען, נאר ווען עס קומט צום חיוב פון רינת אבוד רשעים זענען זיי גאנצע מחותנים, די רינת אבוד רשעים איז שוין ביים ענדע, וואס האסטו געשפירט ביז יענער מצב, סהאט דיר אינטרעסירט א הויקער, סאו וואס האקסטו

און אולי דער רמב"ם, האט געהאלטען ביי דעם, אבער גלייב מיר דער רמב"ם פון מורה נבוכים וואלט אזאנס קיינמאל געטוהן,

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 7, 2014 12:14 am

· #210415
סמארטינאףף: איך האב גוט אדורכגעליינט דיין ציטאט דאס ערשטע מאל אויך. און איך בין מסכים מיט דיין מיינונג.אבער "יאיר" האט געזאגט אז נישט די רמב"ם און נישט די שו"ע זאגן אזוי. אויף דעים האב איך איהם געענטפערט. אז די שו"ע ווייס איך זיכער זאגט יא אזוי. ווייל איך האב עס געזעהן אין הלכות אבילות. אבער איך נוץ עס נישט פאר קיין שום פאליטישן אדער אידעאלאגישן ארגומענט. נאר אנצוצייכענען פאר די רעקארד... 😕 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

שעפטל » מאנטאג יולי 7, 2014 11:09 am

· #210479
נעכטן ביים צערעמאניע ביים פייער הויז איז טאקע פארגעקומען א שיינער קידוש ה', ווען בשם די שכינים און קאמיוניטי, האבן גערעדט צו די מידיא, דער שר העסקנים ר' ארי' לייב גלאנץ, און ר' חיים העללער, דער סאטמארער ליעזאן צום פייער הויז, ווי ביידע האבן ארויסגעברענגט ווי די קהילות און מוסדות און בכלל די אידן אין וויליאמסבורג פילן מיט מיטן צער און וועלן געדענקן דעם לוטענענט צום גוטן.
📎 IMG-20140706-WA112.jpg

אזוי אויך האט קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותיה ארויסגעשטעלט א גרויסן פלאקאט אויף זייער שוהל וואס איז אקעגן דעם פייער הויז
📎 IMG-20140706-WA179.jpg

שפעטער אין טאג האבן די חברה הצלה ד'וויליאמסבורג אריבערגעברענגט בלומען און אויסגעדריקט זייער הכרת הטוב
📎 IMG-20140706-WA157.jpg

אזוי אויך זענען אריבערגעקומען די טאטע פון דעם גאטליב אינגל וואס דער לוטענענט האט געראטעוועט, צוזאמען מיט ר' משה דוד נידערמאן פון UJO, און קאנסילמאן סטיוו לעווין, אויך מיט א קראנץ בלומען.
הרב גאטליב האט זיך אויסגעדריקט: נאך א מזל מ'האמער אים באעהרט, ס'וואלט אונז זייער וויי געטוהן אויב מיר וואלטן נישט געהאט דעם געלעגענהייט צו זאגן דעם שכח!
📎 IMG-20140706-WA198.jpg

דער שכן » מיטוואך יולי 9, 2014 2:04 am

· #210984
נושא ונותן
בר דעת

טפשות.

קען זיין אז עס איז טפשות אבער דאס איז די תורה'דיגע השקפה.
בנוגע לויפען צום ספרים שאנק וואס דער מלוכה וממשלה שרייט וויל איך נאך אמאל איבער זאגן מיינע לעצטער ווערטער אז אודאי דאפען מיר האבן הכרת הטוב ווייל כופר זיין אין א טובה איז משחית דער נפש אין פארשטייט זיך אויך אז מען דארף זיך ווייזען ווי מענטשען מקדש שם שמים זיין! אבער יא א איד לויפט צום ספרים שאנק אויף יעדער זאך א איד הרגשים באלאנגען נישט צי אים! מען דארף פילען וואס דער תורה הייסט פילען אין אויב האט ער עובר געווען אויף די שבע מצוות איז די הלכה אז באבוד רשעים רינה. אפשר נישט מענטשליך אבער תורה'דיג ( דער תורה האט קיינמאל נישט פראבירט זיך ארויס ווייזען מענטשלעך )

 יעצט איז די שאלה: וואס מיינט 'מענטשליך' ?

די תורה איז גוטסקייט. וואס מיינט 'גוטסקייט' אין די תורה?
די הלכה איז אז א קרוב איז פסול לעדות. פארוואס? ווייל ער האט א נגיעה צו העלפן זיין קרוב און אים באשצן פון עונש, בושות א.ד.ג.
גוט, פיין.. וואס איז אויס דער קרוב וויל זאגען אמת אלטץ עד\ות? פארוואס איז ער פסול? ווייל טאמער אלטץ קרוב קענסטו קומען זאגען שלעכטס אויף דיין אייגענעם קרוב ביזטו א שלעכטער אדער נישט געזונטער. און די תורה לאזט דאס נישט צו.

די תורה איז עץ חיים, גוטסקייט און ליעבשאפט. די תורה זאגט אונז וואס הייסט גוט און וואס נישט.

און אזא פאל פארשטייען מיר אז א איד דארף זיין א מכיר טובה און אויך מקדים שלו' פאר א גוי..

דער שכן » מיטוואך יולי 9, 2014 2:25 am

· #210985
בר דעת
"ברם זכור אותו האיש לטוב, העסקן בעל מסירות נפש הנורא והנכבד ר' פלוני וכו' שליט"א שלפני מלכים התייצב יומם ולילה וכו' "מיר קענען אלע די סארט מגילות וואס מען לייגט אריין פאר קליינראנגיקע שוויצערלעך, פאר אזא ריזיגע טובה ווי פייטן א טיקעט אדער העלפן אפשפארן א געסל פאר א רבי'לע ביים הכנסת ספר תורה.
זיין א שומרים אדער הצלה מעמבער פאדערט נישט מסירות נפש, די איינציגע וואלונטירן וואס טוען מסירות נפש זענען פייערלעשר. זיי גייען איינפאך אריין אין פייער צו ראטעווען מענטשן. זיי זענען די מבחר הבריאה און נזר היצירה, און יעדער מענטש מוז האבן פאר זיי די גרעסטע רעספעקט וואס שייך.
ווען א שוויצער שטארבט ווערט די גאנצע חרדישע וועלט איינגעהילט טיף און טרויער, אבער וואס געשעהט ווען א פייער לעשער שטארבט?
אין וויליאמסבורג איז יעצט געשעהן א שרעקליכע טראגעדיע וואס דארף אויפשוידערן יעדן רעכט דענקענדן מענטש. א אמתער מסירות נפש מענטש, א גאלדענער איש החסד והמעש איז געשטארבן אין זיינע שענסטע יארן, על קידוש ה' אינמיטן זיין עבודת הקודש פון ראטעווען לעבנס.
עס איז נסתלק געווארן ידידנו הנעלה והאהוב, היקר באנשים, עמד לנס עירו, הציל נפשות רבות מכליה, עמד יומם ולילה מוכן להציל נפשות, איש יקר ונחמד, יחיד במינו
הקדוש Gordon “Matt” Ambelas זכרונו לברכה לחיי העולם הבא
ער איז געווען א גאר חשובער עסקן אין וויליאמסבורג, פון די געציילטע עסקנים וואס זענען אריינגעלאפן אין פייער.
דער חשובער עסקן האט מיט עטליכע וואכן צוריק געהאט די זכייה צו ראטעווען א קליין זיס אידיש לעבן, און יעצט איז ער מיט א זעלטענע מסירות נפש אריינגעשפרינגען אין א פייער צו ראטעווען לעבנס, און ליידער האט ער טאקע זוכה געווען למסור נפשו על עבודת החסד והצלת נפשות, ונפל שדוד אין יונגן עלטער פון בלויז פערציג יאר.

[/img]דער העלדישער מסירות נפש מענטש איז אומגעקומען אינמיטן ראטעווען לעבנס.

אבער וואס איז די רעאקציע?
מיר האפן אז ביי די לויה אין וויליאמסבורג וועלן זיך באטייליגן די רבני העיר, די עסקנים און המון עם תושבי העיר וועלכע וועלן זיך אידענטיפיצירן מיט דעם וואונדערליכן מסירות נפש עסקן.

וואס איז אבער די רעאקציע פון המון עם אין די געוועב? אין א געוויסע פארום וואס הייסט איי וועלט שרייבט עמיצער מיט אזא תמימות

אינטערעסאנט, זעט אויס ער האט געענדיגט זיין שליחות אויף די וועלט, געראטעוועט דאס אינגל און אפגעפוצט.
מה' מצעדי גבר כוננו.

"אפגעפוצט"
איר פארשטייט? דער מסירות נפש עסקן האט געהאט א שליחות צו ראטעווען א גאטליב יונגל, נאכדעם קען ער "אפפוצן", ניטאמאל א טרערל איז ער ווערט?

א צווייטער חכם מכל אדם אין זעלבן פארום שרייבט
זעהט אויס דער גוי האט געטוהן זיין תפקיד אויף דעם וועלט. געראטעוועט א אידיש קינד און יעצט איז ער נעבעך אומגעקומען העלפנדיג לעשן א פייער אין ווילי.

(אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....)

איר כאפט? דער גוי האט געענדיגט זיין תפקיד.... און איר ווילט הערן עפעס פאני (אפשר געהערט עס אין בד"ה אשכול.....) די .... פינטעלעך צייגן אן אז חחחחחחח מיר זשאקן... ער איז דאך נישט געועון קיין איד.....

אונזער פארום איז דאך סאך מער אינלייטענד, שרייבט ידידינו פלעין אידיש
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא
לכאו' אויף א גוי אויך
אזוי צו אזוי גייט ער לכאו' אריין אין גדר מחסידי אומה''ע

אבער ווי זענען מיר אויף די וועלט? א מענטש וואס האט געראטעוועט די לעבנס פון תושבי וויליאמסבורג, און זיין שטארבן איז אזא האלב טרויעריגע דזשאוק? און די שאלה איז צו "לכאורה" גייט עס אויף א גוי?
דארפן מיר עפעס א רבי אדער מדרש זאל אונז זאגן אז מיר מעגן, מוזן, און דארפן טרויערן אויף א טייערן מענטש וואס האט געראטעוועט אונזערע לעבנס?

יהא זכרו ברוך, ויזכה לחיי עולם הבא, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, און זיין טייערע משפחה זאל ווערן געטרייסט ממקור הנחמה

במחילת כבודך, דו זאגסט און זאגסט, אבער בעיקר געבלאזען הייסע לופט.
No pun intended

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 9, 2014 12:03 pm

· #211024
די לויה קומט היינט פאר אין סטעטן איילענד.

Funeral and Procession

St. Clare’s Church
110 Nelson Avenue
Staten Island, NY 10308

When:

Thursday, July 10 – 11 a.m.