ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6721
ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך
קאווע שטיבעל איז א מקום וואס האט מגלה געווען יותר מטפחיים איבער די גסות רוח און די אימאראלישע אויפירונג פון אדמורים ורבנים, עס קימט זיך אסאך קרעדיט פאר קאווע שטיבעל צי געבען די פלאטפארמע פאר מענטשען צי דערציילען וואס זיי ווייסען און וואס זיי זען וואס זיי הערען און וואס זיי פארשטייען א סענט אדער צוויי פון די אימאראלישע התנהגות פון די אדמורים ורבנים וועלכע זיצען אין א וואגען וואס די בעלי עגלה זענען די אימפארשעמטע עסקנים
אסאך אסאך האט מען שוין גערעדט דא וועגען די בראך אז די "פני הדור" האט א ארגערע פנים פון די עקעלסטיגער הינט אין די וועלט, ליידער ליידער אלה ראשיך ישראל, א באנדע נידעריגע געספוילטע און אימערצויגענע מענטשען וואס פירען דעם דור לטמיון ולדראון עולם, יעדער רבי מיט זיינע קריאזען און גייסטישע קראנקהייטען איז גרייט צי טין דאס ארגסע אבי זיין אגענדע זאל ווערען אויסגעפירט, דער לינקער פרייער אדער דער שווייצער אנטיסעמיט וועט נישט זיך אויפירען ווי למשל דער רבי (פון אלפים! 😈 ) וואס האט גערעדט די געפערליכע טיפשותדיגע דיבורים וועלכע איז געווען מלא שנאה מלא רשעות ורציחה
(איך טראכט סתם אזוי, וואס וואלט דער רבי געטין ווען א רבי שטעלט זיך אויף און זאגט אז די סיבה פארוואס זיין אייניקעל גלאנץ האט באקימען יענע מעשה איז ציליב דאס וואס ער האט געמאכט אזאן מין גרויסע חתונה, אדער ציליב די שרעקליכע מחלוקות אין וואס ער נעמט א טייל? וואס וואלט סאטמאר געטין ווען איינער שטעלט זיך אויף זאגען אז די סיבה פארוואס מייזליש טאכטער פון מאנטריאל איז נעבעך אזוי טראגיש אימגעקימען איז ציליב די שרעקליכע חילול השם וואס סאטמאר האט אנגעחזערט אויף די וועלט יענע תקופה? ווען איינער זאל דאס טין וואס וואלט סאטמאר עם געטין?)
נחזור לעינינו, די ווארט "רבי" איז היינט א שם נרדף פאר א מענטש וואס האט אין זיך אלע שלעכטע מידות וואס איין מענטש קען נאר אריינעמען אין זיך, ווען איינער ריפט דיר "רבי" זאלסטי וויסען אז די דארפסט זיך זייער באליידיגען, ווייל רבי מיינט אלעס, מיינט רשע,גזלן,שקרן,רודף מחלוקות,הולך לעראכאות,רוצח,מאפיאנער,מחלל שם שמים ברבים,מאכיל נבילות וטריפות,נואף,מחלל שבת ויום טוב,דיקטאטאר,פאראזיט,אימערצאגען,עגאאיסט,כעסן,און די ליסטע איז לענגער ווי מען מיינט, די ווארט רבי איז א שם הכולל פון אלע ערגסטע טיטלען וואס מען קען געבען פאר א מענטש, דערפאר נעקסט טיים וואס עמעצער זאגט ענק די ווארט "רבי" זאלען ענק זיך באליידיגען........😂
שוין אז די מצב מיט רבי'ס איז שוין אזוי על הפנים, ווען דער בעלזער שלאגט זיך מיט זיינע מחותנים ווי א קליין ווילדער יונגעל, ווען דער סקווערער פארברענט מענשטען און גנבעט געלטער און זעצט איין תמימותדיגע מענטשען אין תפיסה, ווען דער קלאזענבארגער שרייט אויף פייער לעשער ווי א קראק, ווען דער סאטמערער שרייט פאר עלטערען וואס האבען באגראבען קינדער "רוצחים", ווען אין וויזניץ דינט מען עבודה זרה, ווען סקולען ווערט געפירט דארעך סעקסיסטען, ווען אין זוויעל ראצכעט מען זיך ביי לוויות, וכו' וכוכוכוכוכוכוכ' יעדען טאג זענען די רבי'ס ווידער אין די נייעס איבער א צווייטער סקאנדאל,
אין א צייט ווי דעם איז די מערסט פאסיג און ארגינעל צי ארויף לייגען פאזעטיווע נייעס פון אדמורים, נישט חלילה אז איך מיין זיי צי ריין וואשען מיט די גיטע נייעס, נאר אזוי ווי יעדע יוצא מן הכלל איז אינטערסאנט (למשל ווען א קאץ קען ארים שפאצירען ווי א מענטש, ווען א ציגעלע קען שרייען ווי א חזן....) די זעלבע גייט מהיום והלאה ווערען אינטערסאנט ווען מען גייט זען ווי א רבי פירט זיך אויף ווי א בשר ודם ווי א מענטש
יא און די אשכול גייט זיין געווידמעט נאר פאר מעשיות פון רבי'ס וואס פירען זיך אויף מענטשליך, די אשכול איז אויסדריקלעך נישט קיין צימעס מקום ווי יעדער חסיד שוטה זאל זיכען צי פראטעקטען זיין רבי און ארויף לייגען די מערסט מעשיגענע טהאט זיינער און עס קימען מטהר זיין מיט ק"נ שרצים, ניין, די אשכול איז נאר פאר זאכען וואס פאר א פרעמדער (נישט קיין חסיד) זאל עס אויך באווינדערען, נאר נייעס וואס איז פאזעטיוו אן קיין תירוצים, פלעין און פשוט נארמאלע זאכען
(למשל, ווען סקווערער רבי האט פארברענט מענטשען האבען די סקווערע געהאט א גאנצע פשעטעל פארוואס ער האט געטין די נארמאלסטע זאך, אדער ווען ר ארען ט"ב רעדט די דברי נאצה וואס רעגט אויף יעדער מענטש, זיינע חסידים האבען ק"נ שרצים דאס צי מטהר זיין, איך מיין אבער נישט די סארט "מענטשליכע זאכען" איך מיין נאר און נאר נאר זאכען וואס זענען לכתיחלה נארמאל אן עס דארפען מתרץ זיין )
פון דא און ווייטער געב איך די ווארט פאר אלע ניק'ס צי ברענגען ווערטלעך, מעשיות, לינקס, קליפס, ריקארדינגס פון אדמורים ווען זיי פירען זיך אויך מענטשליך!
הצלחה!
ר' הערש מיילעך מצאנז נתניה פירט זיך אויף ווי א מענטש
ביים מנחם אבל זיין די ציבראכענע מאמע פון אייל יפרח
כל הכבוד פאר א סיגעטער אייניקעל צי זיין א מענטש 👍
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%95.html
א דריטע אשכול??
פליז!!
גאלדא דריטע אשכול??
פליז!!
ר' מאטל יונגרייז מניקלשבורג (א עכטע יוצא מן הכלל רבי)
http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_6316.html
קארלינער רבי דער איינציגסטער רבי ביי די לויה
עס איז א שרעק אז קיין איין רבי האט נישט פארשטאנען (עטליסט לפנים צי שפילען מענטש) און זיך משתתף זיין ביי די לויה, אחד היה אברהם דער קארלינער רבי און איך בין עם מצדיע!
כל הכבוד!
http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_1517.html
טיטאניק איך מוז וויסן ווער דיין רבי איז
עפל סיידערגאלדא דריטע אשכול??
פליז!!
א דריטער וואס?
נאר ענק מעגען אנחאזערען אן א שיעור אשכולות איבער כל גללים דעלמא מיט ענקערע גראבינגען ערכאות רכילות בתי חיים אריזאנע חמץ? ציונות? נאר ענק מעגען? נאר נעגעטיווע זאכען מעג מען?
יא מען מעג אויך הערען אין די לעבען אביסעל גיטע פאזעטיווע זאכען אויך
און אז עס שמעקט ענק נישט צי זען אז אדמורים קענען זיין מענטשליך דאן לויפט צי צימעס און פארגעסט נישט מיטצינעמען א טראק מיט טוילעט פאפיר, פליט אוועק פון דא!
שרייבערטיטאניק איך מוז וויסן ווער דיין רבי איז
זיין געטשקע איז די מדינה הציונית, נאך אזוי לאנג פירקלען גראפיטי זעהסטו עס נאך נישט?
איך בעט יעדעם, דאס איז נישט קיין צימעס און נישט קיין ויכוחים אשכול
אלעס האט א פלאץ די אשכול איז נאר און נאר פאר גיטע שיינע זאכען פון אדמורים
די אלע סאטמוירים וואס קענען נישט ליינען די אשכול ווייל עס הייבט זייער בליט דריק זאלען ביטע נישט אריין קימען
יישר כח גדול
איך האב ענק אלע ליב אבער נאר אין צימעס,
זיינע רבי'ס זענען די אלע פחדנים לעקערס וואס שטייען נישט אויף קיין פרינציפן
ר' הערש מיילעך מצאנז נתניה פירט זיך אויף ווי א מענטש 2
ביים מנחם אבל זיין משפחת יפרח
http://www.kikarhashabat.co.il/video.ph ... 164-189850
ר' ישראל מוויזניץ ביים מחזק זיין קאלובער רבי א"י
דער קאלובער רבי איז א טייערע איד א מיטגעמאכטער מענטש וקצרתי מפני כבודו
קימט דער וויזניצער רבי א וויזיט צי עם, ער זינגט מיט עם און געבט עם א גיט געפיל 👍
http://www.jdn.co.il/news/365582
טיטאניקעפל סיידערגאלדא דריטע אשכול??
פליז!!
א דריטער וואס?
נאר ענק מעגען אנחאזערען אן א שיעור אשכולות איבער כל גללים דעלמא מיט ענקערע גראבינגען ערכאות רכילות בתי חיים אריזאנע חמץ? ציונות? נאר ענק מעגען? נאר נעגעטיווע זאכען מעג מען?
יא מען מעג אויך הערען אין די לעבען אביסעל גיטע פאזעטיווע זאכען אויך
און אז עס שמעקט ענק נישט צי זען אז אדמורים קענען זיין מענטשליך דאן לויפט צי צימעס און פארגעסט נישט מיטצינעמען א טראק מיט טוילעט פאפיר, פליט אוועק פון דא!
טיטאניק ביסט נאך אלס אין די אקופירטע געביטן אויך די מתנחלישע בערג אין ניו יארק? קוקט אויס ווי די וועטער שפילט צו מיט דיין מאד
טיטאניק
הצלחה!
טיטאניק
כ'האב נאר לעצטענס באמערקט אז די האסט ערפינדען אמעריקא דא אין קאווע שטיבעל
דיינע אויגן האבן זיך באגעגנט אין א נייע פעידזש פון סמייליס וואס די האסט נישט געוויסט ביז היינט אז זיי עקזעסטירן
אין יעדע אשכול מאכסטו נאך מעשה בעל עגלה מיט א פרישע סמיילי וואס די האסט באמערקט אויפן צווייטע פעידזש
נא יעדער לערנט זיך צום סוף עפעס אויס.....
ר' ארען מרדכי מבעלז איז א מענטש און פייפט אויף יעדעם
ווער עס האלט נישט מיט ווייסט נישט, אבער דער בעלזער רב פירט א גאנצע מערכה קעגען זיינע מחותנים, פארוואס? (א געשעפט האב איך)
אבער דער זין ר' ארען מרדכי גייט אין די פיס טריט פון זיין פעטער ר' ישראלטשע און איז א מענטש און פייפט אויף יעדעם כולל זיין פאטער
http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_412.html
בקיצור יעדער חונף און פחדן ווערט מער פלוצלינג א ראלל-מאדעל וואס איך ברויך ארויף קוקן?
צו זיין א לעקער ברויך איך נישט קיין רבי דאס טוה איך מעצמו,
צו האבן א רוקנביין און שטיין אויף פרינציפן פארדעם ברויך מען א מנהיג א שטארקע כאראקטער,
קוק ווי מ׳האלט אויף דער וועלט ליידער ליידער!!! אז מ׳דארף געבן אונזערע אדמורי״ם און רבנים א קניפ אין בעקל ווען זיי פירן זיך אויף מענטשליך! פעטש דארפן מען זיי געבן ! ס׳קומט זיך זיי נישט קיין שום אויסצייכונגן בלויז ווייל זיי פירן זיך אויף צומאל מענטשליך פון צייט צו צייט!! זיי וואלטן געדארפט זיין אונזערע "וועג ווייזער׳ס" און א מאסטער וויאזוי זיך אויף צו פירן !
אויב רבי'ס קענען זיך אמאל אויפירען מענטשליך קענען חסידים זיכער
דעריבער בעט איך אלע ניקס זאלען זיך משתדל זיין און זיך פירען דא מיט מענטשליכקייט
יישר כח
ביטע ברענג נישט קיין ראיות פון שאולזוהן. ווער ס׳האט אמאל מיטגעהאלטען א מעשה וואס עק באשרייבט ווייסט זיכער וואס א בעל דמיון ער איז אז פון איין פאקט מאכט ער א גאנצע ארום און ארום.
לגופו של דבר האב איך א מעשה. כ׳׳ק אדמו׳׳ר מ? ??? האט געזאגט שהכל פאר׳ן טרינקען א גלאז קאלט׳ס אום א הייסען טאג.
יארצייט אין חב"ד א מוסטער פאר אלע!
די מושג פון "עליה לציון" ביום היארצייט איז געווארען א טאג פון א שרעקליכע מיסמענעדזשמענט און פון בזיון המת (ווען די חסידים טרעטען אויף קברים וואס צי זייער שלעכט גורל האט מען זיי באגראבען נעבען רבי'ס)
למשל די מארקעט טאג כ"ו אב אין קרית יואל, אדער כ"א אב אין הר המנוחות ווען מען האט ציבראכען די מצבה פון גאון עולם פוסק הדור ר' משה פיינשטיין זצ"ל, אדער מירון ווי עס ווערט א גאנצע חאזעריי פון אלע כאלערעס, און אזוי ביי רוב גרויסע רבי'ס\גדולים אדער קברי צדיקי יונה לאנדא, ווען דער עולם פארלירט זיין גאנצע מענטשהייט און ערליכקייט, מען ניצט אויס א יום הילולא פאר א פאנדרעזינג טאג, שלעגערייען ברעכען אויס צווישען יורשים, היוצא מכל אז מען לאזט איבער א שרעקליכער בזיון און א בארג פון שמיץ און חילול
איך פלעג אייביג דן זיין לכף זכות אז עס איז נישט מעגליך צי קאנטראלען א גרויסער עולם, וואס קען מען דען טין?
אבער יעצט איז געווען דער יארצייט פון דער חב"ד'סקער רבי זצ"ל און איך קיק אויף די בילדער און איך שטוין, מען זעט ווי עס הערשט א קעניגליכע סדר, קיינער שטיפט נישט, מען ציטרעט נישט קיין קברים א גרויסע צוים טיילט אפ צווישען די חסידים און די שכנים פון דער רבי, קיינער ווארפט נישט קיין שמיץ, קיינער גייט נישט נאכגעלט, קיינער שלאגט זיך נישט, קיינער שטיפט נישט, עס איז ראהיג און מכובד, ממש א כבוד שמים!
איך האלט אז אלע חסידים וואס ווילען זיין מענטשליך זאלען דאס נאכמאכען
אין חב"ד:
חבד
וואס האט דאס מיט "אדמורים" דאס זענען "חסידים"?
אבער טאקע א קידוש ה'! מהם ילמדו וכן יעשו
לאמיתות הדבר איז בעלזא נישט קיין ראיה. אין חב"ד באלאנגט דער בית החיים צו זיי און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען אויפצושטעלען דער מצב כפי שכלם. אין בעלזא ליגט דער בעלזער רב אין א פאבליק בית החיים און זיי קענען נישט מסדר זיין א געהעריגע 'סדר הבאסעס' כפי רוחם. אויף סאטמאר איז דאס טאקע א תביעה. דער בית החיים באלאנגט צו זיי (?!) און זיי קענען מאכען סדר אז זיי ווילען.
אבער ווי וואלט אויסגעקוקט דער חגא פון כ"ו אב אן "שטיץ דער רבינ'ס ישיבה וואס הושיבו ישיבה על קברו" הונדרעטער מאל. ס'איז כמעט ווי שבת אן טאמעטא דיפ.
איין זאך בין איך זיך מחולק
בעלז איז א קהילה וואס "וואס זי וויל טין טיט זי" עס קען זיין אפילו אויף די לבנה אויך זיי פירען אלעס אויס
פאבליק בית החיים איז צי א שוואכע תירוץ פאר בעלז, איין אייכלער איז דאס מסדר אין א רגע
און פארוואס טאקע נישט?
איינער וועט זיי אפהאלטען אויב זיי וועלען מאכען א שיינע רייע? א שיינע סדר? וועמען שטערט עס? אדרבה!
קענערוואס האט דאס מיט "אדמורים" דאס זענען "חסידים"?
אבער טאקע א קידוש ה'! מהם ילמדו וכן יעשו
דאס האט גראדע יא צוטוהן מיט רבי'ס. ווייל ווען מען קוקען אן און זעהן ווי אזוי חסידים פירן זיך אויף... קאן מען פון דעם זעהן "פונקט" ווער דער רבי איז (אדער געווען)
עס קוקט נישט אויס דארט אז ס'איז דא צופיל מיט וועם זיך צו שטיפען.
טיטאניק, איך האב שוין לאנג צוריק געעפנט אזא אשכול
עיי"ש ותמצא נחת
זייער א שיינע אשכול
לא ידעתי, איך בין גרייט צי מקבל נזיפה זיין פון מעלת כבוד תורתו הרמה
אבער מיינע צוויי סענט וואס מיין אשכול איז שונה ממך איז די ווערטער וואס איך האב געשריבען:
טיטאניק
פון דא און ווייטער געב איך די ווארט פאר אלע ניק'ס צי ברענגען ווערטלעך, מעשיות, לינקס, קליפס, ריקארדינגס פון אדמורים ווען זיי פירען זיך אויך מענטשליך!
הצלחה!
חילוק 1: לינקס קליפס און בילדער (וואס מען קען נישט אפרעגען)
חילוק 2: לאו דוקא סיפורי צידקות(ווי ביי דיר), נאר מענטשהייט
למשל דאס אז ר' הערש מיילעך גייט מנחם אבל זיין א מאמע וואס זיצט שבעה אויף איר זין אדער חב"ד געבט אכטאנג אויף קברים דאס איז נישט קיין צידקות, דאס איז "מענטשליך" און אזוי וואלט יעדער חדר אינגעל געדארפט טין
סא סיפורי צדיקים (למשל ר' חיים יושע ה"ש מיט זיין האלל אדער מונקאטשער'ס פדיון שבויים וכו') וועט מען שרייבען ביי דיר, און דא וועט זיין די מקום פון "מאנירען און מענטשהייט" ביי די מאנדע ברואים וואס הייסען "רבי'ס" וואס בעצם זענען זיי היפוך דאס......................
פשוט ווען עס מאכט זיך ביי זיי א שוואכע מיניט און פירען זיך אויף ווי מענטשען...... געשעט זייער זעלטען און ווען עס געשעט איז עס זיס
ליהוי ידיעה, דאס וואס ר' ישראל וויזניצער האט געטוהן ביים קאליבער, טיט שוין דער בעלזער פאר די לעצטע 20 יאהר, ער ריפט איהם צי אלע שמחות אין בעט איהם צי זינגען סאלא קאקאש, אין רעדען פאר פייער אין פאר וואסער פאר טויזענטער יודן אבי צי מחזק זיין א ערליכע מיטגעמאכטע יוד וואס איז אדארך דאס ערגסטע אינעם קריג ווי באוויסט.., ער האט גארנישט פין דעם, נישט קיין כבוד אין נישט קיין געלט, אפילו דער קאליבער האט אסאך.. , קיק אויף יעדע בעלזער שמחה וועסטו איהם זעהן זיצן דארט נעבן דעם בעלזער. דאכצעך אז ער גייט איהם וויזיטען פון צייט צי צייט אויך.
בנוגע צי בעלזער רבי קריגט זיך מיט זיינע מחותנים, איז טאקע נישט דא דער מקום ווי געבעטן פינעם פותח האשכול, אבער אין 1 ווארט, אויב קומט די אינפארמאציע פון שאולזאהן, וואס פירט א העפטיגע קאמפיין קעגן דעם בעלזער, איז עס נישט נאמן כלל וכלל.
א דאנק פארן עפענען דעם אשכול, צייט צי הערן אביסעל גוטס אויף מנהיגי כלל ישראל.
אדרבה לייג א בילד א לינק...........
א לינק צי וואס?
ר' סמבטיון זארג דיך נישט פארען קאליבערס געלט. זיין נייע ספרדישע רעבעצין ארבייט פעסט דערויף און זי הרגט זיך ארום מיט זיינע גבאים כדבעי.
ליטוואק פון בודאפעסטלאמיתות הדבר איז בעלזא נישט קיין ראיה. אין חב"ד באלאנגט דער בית החיים צו זיי און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען אויפצושטעלען דער מצב כפי שכלם. אין בעלזא ליגט דער בעלזער רב אין א פאבליק בית החיים און זיי קענען נישט מסדר זיין א געהעריגע 'סדר הבאסעס' כפי רוחם. אויף סאטמאר איז דאס טאקע א תביעה. דער בית החיים באלאנגט צו זיי (?!) און זיי קענען מאכען סדר אז זיי ווילען.
אבער ווי וואלט אויסגעקוקט דער חגא פון כ"ו אב אן "שטיץ דער רבינ'ס ישיבה וואס הושיבו ישיבה על קברו" הונדרעטער מאל. ס'איז כמעט ווי שבת אן טאמעטא דיפ.
דאכט זיך אז די ביה"ח איז די אפיצעלע אידישע שטאטישע ביה"ח אין קעמביאו רידטש אין קווינס, און באלאנגט
נישט פאר חב"ד, נאר זיי האבן א חלקה דארט. פונק ווי אסאך אנדער קהילות האבן אין נוי דזערסי.
עפל סיידערעס קוקט נישט אויס דארט אז ס'איז דא צופיל מיט וועם זיך צו שטיפען.
אלס הולך מידי שנה בשנה סיי ג' תמוז קיין קווינס, און סיי כוא"ב קיין ק"י, קען איך דיר זאכן אז ע"פ די שאצונג איז דא איין א האלב מאל אזוי סאך באזיכער אין חב"ד!
מיט יארן צוריק בין איך געשטאנען אויף רחוב שמואל הנביא אין ירושלים ביים באס-סטאפ, ווארטן אויפ א רייד.
שטעלט זיך אפ א קאר אין פרעגט מיר אויב איך ווארט אויף א רייד, און ער האט מיר גענומען ווי איך האב טאקע פונק געוואלט גיין.
א גאנצע וועג האב איך מיר געפילט אביסל אומבאקוועם, זיצענדיג אינעם קאר כ"ק אדמו"ר מדושינסקי!
זאגט מיר די גבאי א טאג שפעטער, אז די רבי האט אים געהייסן זיך אפשטעלן פאר מיר!
דיסקלעימער! איך האב פארדעם קיינמאל געזעהן דושינסקי רבי (דערנאך שוין יא אפאר מאל)
יין
איך האב נישט געוואלט בכלל זיך טענה'ן מיט דער עפעל סיידער, ווייל זיין נאמען וואס ער האט געקליבען איז מיר געניג צי פארשטיין ווי גרויס זיין צימצום איז
דער האט נישט קיין השגה ניט וואס חב"ד איז און ווער זייער רבי איז געווען
ביי עם מיינט "רבי" עפעס א גערעגטער מענטש וואס שרייט פאר פייער און וואסער און פירט ביליגע פאליטישע קריגערייען און לויפט קיין מיאמי יעדע שני וחמישי און קאלעכט אויף די עלטער און מער ווייניגער ווערט ער געפירט דארעך א גרופ פון נידעריגע מאפיאנערען, און אויסער חרמות קללות און קינדערישע קריגערייען קען ער גארנישט
להבדיל פון חב"ד וואס איז א חסידות וואס איז איין שטיק "אויפטי" יונגעלייטלעך דארט באהאלטען אין די לינקע קעשענע אלטע שיינע אידען אין סאטמאר מיט זייער יראת שמים תורה ועבודה פנימית, נעם עני שליח א ראצער פון א יונגערמאן וואס קען אלעס וואס יעדע רב דארף קענען, אידען עובדים בעלי חסד אויף די גרעסטע פארנעם נאר מעגליך
זייער רבי? א איד איין שטיק העכערס דערהויבען טיעף ביזי געווען נאר מיט דער אייבישטער און זיין תורה, נישט צי משיג זיין ווען מען קיקט זיינע קליפס אויף יו טוב
דאס אלעס קען א סאטמערע קאפ נישט משיג זיין, עס קריכט עם נישט אין קאפ אריין אז עס באשטייט בכלל אזאנס ממילא זאגט ער "הע הע נישט געווען דארט קיין מנין נישטא דארט קיין מנין....." בהמה איינער
טיטאניקדי מושג פון "עליה לציון" ביום היארצייט איז געווארען א טאג פון א שרעקליכע מיסמענעדזשמענט און פון בזיון המת (ווען די חסידים טרעטען אויף קברים וואס צי זייער שלעכט גורל האט מען זיי באגראבען נעבען רבי'ס)
למשל די מארקעט טאג כ"ו אב אין קרית יואל, אדער כ"א אב אין הר המנוחות ווען מען האט ציבראכען די מצבה פון גאון עולם פוסק הדור ר' משה פיינשטיין זצ"ל, אדער מירון ווי עס ווערט א גאנצע חאזעריי פון אלע כאלערעס, און אזוי ביי רוב גרויסע רבי'ס\גדולים אדער קברי צדיקי יונה לאנדא, ווען דער עולם פארלירט זיין גאנצע מענטשהייט און ערליכקייט, מען ניצט אויס א יום הילולא פאר א פאנדרעזינג טאג, שלעגערייען ברעכען אויס צווישען יורשים, היוצא מכל אז מען לאזט איבער א שרעקליכער בזיון און א בארג פון שמיץ און חילול
איך פלעג אייביג דן זיין לכף זכות אז עס איז נישט מעגליך צי קאנטראלען א גרויסער עולם, וואס קען מען דען טין?
אבער יעצט איז געווען דער יארצייט פון דער חב"ד'סקער רבי זצ"ל און איך קיק אויף די בילדער און איך שטוין, מען זעט ווי עס הערשט א קעניגליכע סדר, קיינער שטיפט נישט, מען ציטרעט נישט קיין קברים א גרויסע צוים טיילט אפ צווישען די חסידים און די שכנים פון דער רבי, קיינער ווארפט נישט קיין שמיץ, קיינער גייט נישט נאכגעלט, קיינער שלאגט זיך נישט, קיינער שטיפט נישט, עס איז ראהיג און מכובד, ממש א כבוד שמים!
איך האלט אז אלע חסידים וואס ווילען זיין מענטשליך זאלען דאס נאכמאכען
דו האסט אמאל געזען כ"ו אב קריכן אויף מציבות? די גאנצע וועג ארויף צום ציון איז כמעט נישטא קיין קברים
ליין וואס איך "שרייב" און נישט וואס די פארשטייסט
טיטאניק למשל די מארקעט טאג כ"ו אב אין קרית יואל, אדער כ"א אב אין הר המנוחות [b]ווען מען האט ציבראכען די מצבה
ר מענדל וויזניצער איז מחזק א קינד צי וואקסען א ראש ישיבה
http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=70481
דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)
📎 20140702-194721-71241501.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
יא, אבער דער דריטער איז דאך איצטער אין זיין אייגענע בית מדרש.
טיטאניקביים מנחם אבל זיין די ציבראכענע מאמע פון אייל יפרח
כל הכבוד פאר א סיגעטער אייניקעל צי זיין א מענטש 👍
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%95.html
וואס איז דאס ווערד ער רצחט זיך ארוםמיט זיין שוואגער אין ירושלים יעדן טאג נייעמכות יעדן טאג אין בית משפט-קארט.
אבער ווען איך וועל גיין אין קארט וועט איר אלע מוחה זיין.
איך האב א קרוב ביי אים איןשטעטל וואס זיין טאטע איז אוועק עטליכע יאר צוריק זין מאמע די אלמנה האט נישט קיין ברויט מען איז אריין צו אים בעטן געלט צושטעלו עסקנים האט ער גענטפערט איך האב.
ווען מען גייט מנחם אבל זיין אלעס וואול אבער דא וויס איך נישט צועס איז לשם שמים עס איז גוט פאר די פי אר
לאמיך אפ מיט אלע רביס איך האלט פון רביס וואס גיבן צדקה און געלט דעטס אלל
טיטאניק אין א צייט ווי דעם איז די מערסט פאסיג און ארגינעל צי ארויף לייגען פאזעטיווע נייעס פון אדמורים, נישט חלילה אז איך מיין זיי צי ריין וואשען מיט די גיטע נייעס, נאר אזוי ווי יעדע יוצא מן הכלל איז אינטערסאנט (למשל ווען א קאץ קען ארים שפאצירען ווי א מענטש, ווען א ציגעלע קען שרייען ווי א חזן....) די זעלבע גייט מהיום והלאה ווערען אינטערסאנט ווען מען גייט זען ווי א רבי פירט זיך אויף ווי א בשר ודם ווי א מענטש
אבער פארט נאך אלעמען א קאץ בלייבט א קאץ, און א ציגעלע בלייבט א ציגעלע, און א רבי בלייבט א רבי.
בערל_פרוכטבייסערטיטאניקביים מנחם אבל זיין די ציבראכענע מאמע פון אייל יפרח
כל הכבוד פאר א סיגעטער אייניקעל צי זיין א מענטש 👍
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%95.html
וואס איז דאס ווערד ער רצחט זיך ארוםמיט זיין שוואגער אין ירושלים יעדן טאג נייעמכות יעדן טאג אין בית משפט-קארט.
אבער ווען איך וועל גיין אין קארט וועט איר אלע מוחה זיין.
איך האב א קרוב ביי אים איןשטעטל וואס זיין טאטע איז אוועק עטליכע יאר צוריק זין מאמע די אלמנה האט נישט קיין ברויט מען איז אריין צו אים בעטן געלט צושטעלו עסקנים האט ער גענטפערט איך האב.
ווען מען גייט מנחם אבל זיין אלעס וואול אבער דא וויס איך נישט צועס איז לשם שמים עס איז גוט פאר די פי אר
גערעכט ביסטו מעגליך וועגען דער שלא לשמה, אבער פארט איז איז דאס א גרויסע הישג. ער האט געהאט א ברירה, אדער מאכען א מסע מלכות קיין לאנדאן אדער נ.י. און אנחזערן א שטאט פאר פ.ר. אדער גייען מנחם אבל זיין פאר פ.ר.. ווען ער וועלט מנחם אבל זיין איז דאס א גוטע זאך. אוודאי זענען זיי פארט רבי׳ס און מ׳האפט נישט צו זען עפעס ערליכע אידישקייט און אויסגעהאלטענקייט, אבער אזוי ווי אן א.ט.ד. בחור וואס ווען ער לייגט איין מאל תפלין מאכט מען א לחיים, אזוי אויך א רבי וואס טוט א חסד שחא לשמה.
ליטוואק פון בודאפעסט: און דאס זענען שוין דיינע שבחים און קאמפלימענטן אויף די רבי'ס. יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן דער מאמר חז"ל. "אין אומרים אלא מקצת שבחו של אדם בפניו". נאך א מזל. שטעלט אייך פאר ווען מ'קען ארויסזאגן די גאנצע שבח אויף א מענטש... 😕 😂 😂 😂 🙄 😛 😳 😢 😉 😮
positive.yidדריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)
איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטן??? דאונט געיט מי ראונג, ס'קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ'האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?
שבת אחיםpositive.yidדריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)
פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער
יא
שבת אחיםpositive.yidדריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)
איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא ? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטען ??? דאונט געיט מי ראונג ס׳קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ׳האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?
שבת אחים: יא. אבער זייט ס'איז נתרבה המחלוקות והמריבות, און א יעדער שיינער איד (כמעט) האט קאנפליקטן מיט א צד שכנגד, און א יעדער מיינט דאך לשם שמים, איז שיין צו זעהן אז דער מאמר חז"ל פון "תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם" ווערט מקויים לפי פשוטו של מקרא... 😕 😎 😂 🙄 😳 😢 😞 😉 😮