☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך

ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6721
בלאט: 1 2

דער שכן » פרייטאג יולי 4, 2014 7:11 pm

· #210068
שבת אחים
positive.yid
דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)


איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא ? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטען ??? דאונט געיט מי ראונג ס׳קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ׳האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?


עס איז זייער א שיינע בילד. אהנע הסבירים. עס איז שיין און ציכטיג. קיינער מיינט גארנישט. עס איז געווארן געכאפט דורך א צוקוקער און געווארן גע׳shared מיט אונז דא. דריי דארטן רבנים, יעדער פון זיי טוען אויף די וועלט אויף אנדערע מקצועות לכבוד שמו יתברך, און דא האבען זיך זיי געטראפן און געמיטליך געשמועסט. עס איז א שיינע רוהיגע סענזאציע.

נושא ונותן » מוצ"ש יולי 5, 2014 11:31 pm

· #210097
ר ישראל פין וויזניץ נאך אוועק נעמעןמפין זיין ברידער אלע זכותים אין בנינים מסודות וכו' איז נאך אלץ א געוואלדיגער רודף שלום אין שיק נישט זיינע בחורים פייניגען די ברידער

נושא ונותן » מוצ"ש יולי 5, 2014 11:34 pm

· #210098
באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

petergrifin » זונטאג יולי 6, 2014 12:38 am

· #210111
גײן צו ערכאות? װאס װעט ער האבן פון דעם ער האט נישט קײן אײן בילדינג צוגענימען פון איהם.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 6, 2014 2:09 am

· #210140
נושא ונותן
באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

וואס 'עט ער טענה'ן? (במחילת כבודו). אז ר' מרדכי דוד איז קארטשינער שוחט, און נישט באבוב'ע רב? דעם דזשאדזש ליגט עס אין די לינקע פיאה. ער האט א קליינע דאגה איבער ווער ס'איז רב אדער שוחט. און אין וועלכן שטעיטל. קארטשין אדער באבוב. עיהם איז דער עיקר אז אמעריקע האט (כמעט) געווינען ביי די ווארלד קאפ שפיל אין בראזיל... 😕 😂 🙄 😛 😳 😠 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 6, 2014 2:16 am

· #210141
נושא ונותן
באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

דו מאכסט א וויץ אוודאי.
ווער האט איהם געמאכט רעבע? דער פאליציאנט וואס האט ארויסגעווארפען זיין קעגענער פונ׳ם באבאבער הויפט קווארטירען פורים ביי נאכט. ער איז דער ערשטע געווען צו גייען אין ערכאות נישט זיין פלעמעניק.
(איך האב נישט קיין צד אין דער מחלוקת לשם שמים. זאלען זיי ביידע זיין א כפרה פאר כלל ישראל)

נושא ונותן » זונטאג יולי 6, 2014 2:20 am

· #210143
ליטוואק פון בודאפעסט
נושא ונותן
באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק



דו מאכסט א וויץ אוודאי.


הדד בן בדד » זונטאג יולי 6, 2014 2:37 am

· #210145
א אשכול סתם געהאקט אין קאפ אריין. נעם דיר אריין אין קאפ. רביס און רבי'שע קינדער איז א קלאס. פונקט ווי עס איז דא א טראק דרייווער קלאס, און ווייט קאלער קלאס און א בלו קאלער קלאס, איז דא א רבי'שע קלאס. און דו וועסט טרעפן צווישן זיי פון אלע סארטן, פון גאר פראסטע ביז גאר ערליכע און אלעס אין צווישן. און אויף יעדן איינעם וואס מען האט אראפגעברענגט דא אין אשכול שיינע זאכן קען איך דיר פארציילן ערשט-האנטיגע זאכן ווי ער האט זיך אויפגעפירט כגרועים שבאומות.

איך האב נישט לאנג מיטגעהאלטן א פרשה ווי א רבי האט איינגעלייגט וועלטן און געטוהן כל מה שביכלתו אז זיינס א קרוב - א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער - זאל זיך ל"ע גט'ן, אלעס ווייל דער אינגערמאן איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט דעם רבי'ן. און דער זעלבער רבי קען איך דיר פארציילן מעשיות וואס ער האט געטוהן צו העלפן אנדערע מענטשן, און נישט דוקא זיינע חסידים, און אויף גאר שטארקע אופנים. אבער ווען עס איז געקומען צו זיין כבוד איז ער געווען גרייט צו באגראבן א גאנצע אידישע שטוב, זיינס א אייגענער קרוב, אלס צוליב כבוד און אינטערעסע.

אגב, דער עליה לציון פון דעם ליובאוויטשער דערמאנט מיך פון דעם לוי' פון דעם פויבסט.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 2:47 am

· #210148
דער רעבע פון וועם דו רעדסט איז שוין דערמאנט געווארן אין דעם אשכול? כ'פרעג סתם פאר נייגער.

הדד בן בדד » זונטאג יולי 6, 2014 3:02 am

· #210149
ניין. אבער אויף יעדן רבי'ן וואס איז יא דא דערמאנט געווארן האב איך וואס צו זינגען און זאגן, ערשט-האנטיג.

דער שכן » זונטאג יולי 6, 2014 3:28 am

· #210151
הדד בן בדד
ניין. אבער אויף יעדן רבי'ן וואס איז יא דא דערמאנט געווארן האב איך וואס צו זינגען און זאגן, ערשט-האנטיג.


Seeing is believing.
דערציילט ביטע.

שבת אחים » זונטאג יולי 6, 2014 3:42 am

· #210153
דער שכן
שבת אחים
positive.yid
דריי אדמורי"ם שמועסן געמיטלעך (אע"פ אז צוויי פון זיי האבן אייגענע בתי מדרשים!!!!!!)


איך וויל וויסן צו איך בין טאקע דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך דא ? מה כל הרעש אז דריי אידן וואס האבן א בעיסמעידרש און גייען מיט בעקיטשעס אין די וואכן און וואשען מקוה האנטיכער שלאגן זיך נישט איינער מיטן צווייטען ??? דאונט געיט מי ראונג ס׳קען זיין אז זיי זענען אלע וואוילע אידן און כ׳האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע מיט זיי, אבער האלטן מיר ביי אזא מצב אז אזא בילד זאל באקומען עפעס א ספעציעלע אויסצייכונג ווייל זיי שמועסן געמיטלעך? פון וועם רעדט מען דא פון דריי יעריגע קינדער ?


עס איז זייער א שיינע בילד. אהנע הסבירים. עס איז שיין און ציכטיג. קיינער מיינט גארנישט. עס איז געווארן געכאפט דורך א צוקוקער און געווארן גע׳shared מיט אונז דא. דריי דארטן רבנים, יעדער פון זיי טוען אויף די וועלט אויף אנדערע מקצועות לכבוד שמו יתברך, און דא האבען זיך זיי געטראפן און געמיטליך געשמועסט. עס איז א שיינע רוהיגע סענזאציע.


איז לייג עס אריין אין א אשכול ״שיינע בילדער אהנע הסבירים״ (ס׳איז דא אזא אשכול?) די סוגיא דא איז דאך ״ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך״ !

בד״וו שרייבסט: יעדער פון זיי טוען אויף די וועלט אויף אנדערע מקצועות לכבוד שמו יתברך, דהיינו ? ביטע עלעבארירן

לאליפאפ » זונטאג יולי 6, 2014 6:01 am

· #210159
נושא ונותן
ליטוואק פון בודאפעסט
נושא ונותן
באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק



דו מאכסט א וויץ אוודאי.


ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 6, 2014 4:32 pm

· #210278
הדד בן בדד


אגב, דער עליה לציון פון דעם ליובאוויטשער דערמאנט מיך פון דעם לוי' פון דעם פויבסט.

מ'האט דיר אזוי פארדרייט א קאפ אז דו גלייבסט אז זיך אופפירען ווילד און בארבאריש איז גאר אידיש, און נאר ביי גוים פירט מען זיך אויף מענטשליך און איידיל. אז מ'שטיפט נישט ביי א לויה צו א יארצייט, טויג נישט דער גאנצע מעשה.
כידוע מה שאמרו צדיקי אמת 'לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק', ומי יבא בסוד קדושים.

בערל_פרוכטבייסער » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:16 am

· #211184
berlbalaguleh
נושא ונותן
באבובער רב איז מקדש שם שמים שוין זיבען יאר על אף די געוואלדיגער שנאה צוזאמען מיט זיינע טיפע טאשען דאך גייט ער נישט אין ערכאות קעגען זיין פלאמעניק

וואס 'עט ער טענה'ן? (במחילת כבודו). אז ר' מרדכי דוד איז קארטשינער שוחט, און נישט באבוב'ע רב? דעם דזשאדזש ליגט עס אין די לינקע פיאה. ער האט א קליינע דאגה איבער ווער ס'איז רב אדער שוחט. און אין וועלכן שטעיטל. קארטשין אדער באבוב. עיהם איז דער עיקר אז אמעריקע האט (כמעט) געווינען ביי די ווארלד קאפ שפיל אין בראזיל... 😕 😂 🙄 😛 😳 😠 😉 😮


איך האב עס געזאגט פאר א 48 באבובער חסיד
האט ער מיר גענטפערט אז באבוב אין מאנסי האט מען פון זיי אוועקגענומען אלעס

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:57 pm

· #240560
איך ווער נתפעל יעדע מאל פון פריש פון די פשטות פון דושינסקי רבי!
איין מאל געהייסן די משב"ק געבן א היטש פאר א בחור ווען ער איז געווען אין קאר. וכדו' וכדו'.
יעצט געווען אין בארא פארק אין געדאוווענט מעריב אין.... שומר שבת!
12458 Dushinskia Rebbe in Boro Park (4).JPG 12458 Dushinskia Rebbe in Boro Park (2).JPG

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:59 pm

· #240562
ניטאמאל אויבן אן!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:03 pm

· #240563
יין שרף
ניטאמאל אויבן אן!

ס'הייסט אז ער האט אלע מעלות, און נאך א נאנעוו אויכעט... 😂

יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:13 pm

· #240566
ממש אזוי! ער לויפט אוועק פונעם כבוד, און ניטאמאל דרייט ער זיך אויס קוקען אויב ס'לויפט שוין נאך..!

מנחם » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:16 am

· #241158
אומגלויבליך אז די מינאמאלע מענטשליכקייט איז א גאנצער חידוש, אזא איינער וואס וואלט ווען געדארפט זיין די וועגווייזער וויאזוי זיך צו באנעמען מיט אנדערע איז גאר א גאנצע וואונדער ווען ער פירט זיך אויף אזוי.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:55 pm

· #241821
ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך?

א גוטע קשי'

ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געוועהן א טעקסי.

די צוויי ווערטער "אדמורים" און "מענטשליך" גייען נישט צוזאמען.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:02 am

· #265848
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/265842">viewtopic.php?p=265842#p265842</a><!-- l -->

נופת צופים » דינסטאג אפריל 14, 2015 6:37 am

· #265869
Re: ווען אדמורים פירען זיך אויף מענטשליך
כ'האב נישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, אבער איך זעה אז ס'דא פיר גאנצע בלעטער.
עפעס שטימט נישט דא.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 14, 2015 9:38 am

· #265880
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/190675">viewtopic.php?p=190675#p190675</a><!-- l -->
בלאט: 1 2