☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א חבר א פגע רע; ראט און טאקטיקן

א חבר א פגע רע; ראט און טאקטיקן

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6236

אפטעמיסט » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:04 am

· #195029
א חבר א פגע רע; ראט און טאקטיקן
- "אפטע, כ'קען בארגן דיין זייף?" פרעגט מיר היינט מיין קרעציגע חבר אין מקוה.

- "איך בארג נישט קיין זייף. ס'איז א פאלאסי" ענטפער איך קאלטערהייט.

- "אבער די מקוה זייף סרח'ט" גיבט דער פגע רע נישט אויף.

-"אהה.." קרעכץ איך, וואונדערענדיג זיך ווי פונקט ער האט די העזה חוזק צו מאכן פונעם מקוה-זייפל גראך, "ניין, איך קען עס נישט בארגן. סארי".

-"סאו אפטע, שאוועלסט מיר אריבער די זייף?" פראבירט ער נאכאמאל דאס מזל, מיט זיין שווערע סאטמארע אקצענט.

-"קוק, צוויי זאכן בארגט מען נישט; א ווייב און א זייף", וויצל איך מיר סארקאסטיש, אבער אן ערפאלג.

-"וואס גייט דיר אזוי אן? מ'קען מיינען איך בעט דיר דיין קאר. זייט ווען ביסטו מיר געווארן א מפונק?"

-"אקעי, הער דיך גוט איין. מיין זייף גייסטו פון מיר נישט באקומען. פארשטאנען? ווילסט איך זאל פונקטליך אריין גיין פארוואס און פארווען? זיי מוחל, קריך אראפ".

-"כאפ א טשיל, דו בעסערע גאטשע" הייבט ער אן פליקען א פארלוירענער, "אלס איז אקעי אינדערהיים?"

-"הער, נאך איין ווארט דו זאגסט, לאז איך דיר אראפ א מתנת יד בפני קהל ועדה. פיץ אפ פון דאנעט", ענטפער איך אים צוריק אן אויפגעברויזטער אויף זיין שפראך.

-"אה, דו סטראשעסט מיט פעטש? פארהאק דיין פרעסער!"...

---

איך שטיי אין מקוה א פארצווייפעלטער. אנשטאט ליגן אויסגעצויגן אין בור און זיך קלאפן די בויך שישו מיעי, שטויס איך מיר אן אין א טריקענער נודזש שלא שערום אבותינו. בשעת וואס אנדערע אינגעלייט פלוידערן אויף הויכע טענער, און שפרינגן מיט פארקוועטשטע נעזער זיך טובל'נדיג ש"י טבילות, בין איך פארנומען זיך אמפערן מיט דעם אומבויגזאמע קוועטש.

די וועלט איז א משוגעים הויז. כאפ א שפאציר אויפן גאס, און זאג מיר מיט וויפיל מענטשן דו וואלסט מסכים געוועהן אויסצוטוישן א ווארט. פארשטייטצעך אז כ'וואוין אין ווילי און דער מצב איז פיל ערגער דא, אבער לאמיר נישט רעדן וועגן ספעציפישע ערטער; אלצווייסערס זאגן אז פופציג פראצענט וועלט איז נישט מיט אלעמען און די יודעי דבר ווייסן אז דאס איז אויך פאלש. די אנדערע פופציג פראצענט איך אויך נישט הונדערט.

פרויען שטיפן ארויס די קערידזשעס אין שנעל-קומענדע קארס; מענטשן פגע'ן ווי ס'איז נישט דא קיין מארגן; צען פראצענט מענטשהייט פיצט די נאז; דריי פערטל כלל ישראל פיצט נישט די ציין; מ'פלאפלערט אויפן בארא-פארק באס; מ'זאגט נישט קיין שכויח; מ'עסט מיט אפענע מיילער; מ'ניצט אויס וועם מען קען נאר.

חברה, בין איך דער איינציגסטער נארמאלער? בין איך דער איינציגסטער ציוויליזירטער מענטש וואס פגע'ט נישט, פיצט נישט די נאז, פיצט די ציין, און בארגט נישט קיין זייף? בין איך טאקע א יחיד בדורו?

קען זיין מיין לעבן איז פשוט א סאמאטוכע. יתכן אז כ'האב פשוט געמאכט קשרים מיט די נישט ריכטיגע און יעצט צאל איך דער פרייז. אבער איז דען טאקע אזוי? קיינער לייד זיך נישט צאם פון א חבר א פגע וואס פארשטייט נישט אויפן ווינק? גייסט מיר זאגן ס'איז מיין פראבלעם?

איך בין שוין מיד פון זיך אפרעדן, און דאס מאל מיין איך עס ערענסט (קרעדיט: עזריאל גליק). איך פיהל ווי איך האב מיר אנגעמאכט א שלעכט נאמען אין שטיבל, און כ'בין דער ניק מיט דער גרעסטער 'נודניק' ראנג. איך וואלט אויך קראנק געווארן פון אזא איינעם מיינס גלייכן, וואס? איך קום דא הערן יענעמ'ס צרות? איי אנדערסטעד יו, אבער פארשטייט מיר, ביטע.

איצט, איך פארשטיי אז אין מיינע אנדערע אשכולות האט נישט יעדער געקענט באשטייערן מיט הילף, ווייל נישט יעדער האט דורכגעמאכט יענע פראבלעמען. אבער דא איז זיכער אז יעדער פיהלט זיך מחותן. אמער, אדער איז ער אויך א וויקטעם, אדער איז ער גאר דער פגע אליין. איז, כ'בעט יעדעם צו מיטטיילן מיט'ן עולם עצות, טאקטיקן הילף און חיזוק וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט א וויידל. און אויב זענט איר גאר דער פגע (און כ'ווייס שוין איינמאל וועלכע ניקס טוישן זיך איצט קאלירן) ביטע שעהמט ענק נישט, און זייט מסביר וואס שטיפט אייך צו טון דאס, און וואס מ'קען טון אייך אפצושטעלן.

ברוךברוך » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:16 am

· #195035
אה מיי, אפגעפסל'ט כלל ישראל מיט איין תגובה, כלל ישראל איז א הערליך פאלק, דיין פגע האט דיך פשוט געוואלט מאכן פילן וויכטיג, ער דארף דיין זייף ווי א לאך און קאפ.
ער קען אבער נישט מער טאן ווי פרובירן,
סמייל טו דע ווארלד, און דע ווארלד וויל סמייל טו יו.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:51 am

· #195043
כל האומר ברוךברוך משתקין אותו.

חביבי » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:58 am

· #195044
ברוךברוך
אה מיי, אפגעפסל'ט כלל ישראל מיט איין תגובה, כלל ישראל איז א הערליך פאלק, דיין פגע האט דיך פשוט געוואלט מאכן פילן וויכטיג, ער דארף דיין זייף ווי א לאך און קאפ.
ער קען אבער נישט מער טאן ווי פרובירן,
סמייל טו דע ווארלד, און דע ווארלד וויל סמייל טו יו.


ברוך ברוך, זאג מיר די אמת ביזטו היינט געווען אין מקוה ציזאמען מיט אפטע,

לעמיל » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:03 pm

· #195045
@אפטעמיסט פון מיין זייט זאל ער דיך פעגרען 3 מאל א טאג ווילאנג דו שרייבסט עס דא זאל ער עס אונהאלטען

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:05 pm

· #195046
פונקט געטראכט ענדליך, לאמיר טרעפן אפטעמיסט און עם אנטיילן פון די זיסע צרות, די שטיבל וועט זיין געוואלדיג. אפטעלע, סארי פאר'ן זיין אזוי סעלפיש. 😮

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:22 pm

· #195059
אפטעמיסט: קודם א ייש"כ. האלב פון די צייט האביך געמיינט אז דו רעדסט פון מיר.(אויף וועלכע זייט, זאג איך נישט.). דו האסט אזוי מין גוט אראפגעלייגט דעם מצב, אז כ'האב געמיינט אז דו האלטסט א שפיגל און דו בעיטסט דער עוילעם זאלל אריינקוקן דערין... חזק ואמץ (מיט וואס דאס גראמט, מייניך אז דו ווילסט נישט הערן... 😕 😎 😂 🙄 😠 😳

בעל הבית » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:33 pm

· #195060
אפטע.. ווער בעט דיך צו גיין אין רחמסטרווקיא מקוה?

לעמיל » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:35 pm

· #195061
בעל הבית
אפטע.. ווער בעט דיך צו גיין אין רחמסטרווקיא מקוה?

רחמסטרווקיא האט א מקוה און קרית יואל?

בעל הבית » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:38 pm

· #195062
ווער רעדט דען פון קרית יואל

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:47 pm

· #195064
ווער רעדט פון רחמסטרווקיא מקוה?

ער שפילט מיט דיר, עם עקש תתעקש. צו אויס די אנטאנע.

בעל הבית » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:48 pm

· #195066
די עולם קומט אריין היינט דא זייער אומקלאר

דריידל » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:59 pm

· #195068
גערעכט אפטע, אין פארדעם האמיר טאקע אונזער שטיבל וואס איז ווי די תיבת נח במי המבול און ציזאמען עמיר זיך מחזק זיין.
די זיי נאר ממשיך ארויסצולייגן דיינע צרות ווייל מיר זענען זיך מחזק דערמיט זעהענדיג אז ס'איז א צרת רבים.

מאטי » מאנטאג אפריל 7, 2014 2:18 pm

· #195071
אפטע א שטיקל זייף קאסט א דולר פיפציג.

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 7, 2014 2:37 pm

· #195074
אפטע ביסט דיר אליין שולדיג צוקוקענדיג דיין שווערע סיטואציע מיט דעם @ברוך ברוך, האב איך אינאכט גענימען אז ווען דיין זייף האט נישט אזא ריח נודף וואלסט דיר איינגעשפארט דעם גאנצער אשכול דא, עס איז היינט דא צו באקומען זייף מיט א לייכטערע ריח.

איש עברי » מאנטאג אפריל 7, 2014 2:41 pm

· #195077
אפטע, קענסט מיר זאגן פארוואס דו ווילסט מיר נישט בארגן דיין זייף? און טאמער ווילסטו נישט שעם דיך וואס קומסטו מיר מבזה זיין מעל כותלי השטיבל?

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 7, 2014 3:44 pm

· #195093
לרבים השואלים, אז מען גיט א פינגער פארלאנגט מען א האנט. היום אומר לו בארג מיר זייף, ומחר אומר לו בארג מיר א לייכטער, עד שהולך ואומר בארג מיר די קאר (און די ווייב)....... ממילא דארף מען טאקע אראפשטעלן א שטייפע פוס גלייך ביים אנהייב.
אשריך אפטעמיסט אז דו טוסט צום דבר!...

מאטי
אפטע א שטיקל זייף קאסט א דולר פיפציג.

נו פארוואס קען דער בארגער נישט אליינס קויפן? קארגער.

איך אויך » מאנטאג אפריל 7, 2014 7:55 pm

· #195122
שמעקי אויף דעם איז דא אנייצע אז מען מאכט א סוואפ..

חבקוק הנביא » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:57 pm

· #195154
כ'פארשטיי נישט וואס די גרויסע פראבלעם איז, טאמער מען וויל נישט בארגען זאגט מען אז מען וויל נישט, אין טאמער יענער מיטשעט איגנארירט מען און פארטיג,

העכסטענס זאגט מען סארי אין מען גייט ווייטער,

מ גפני » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:07 am

· #195194
@אפטעמיסט וויאזוי איז דורך די היינטיגע מקוה? איז דער פגע צוריקגעקומען?

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:44 am

· #195204
דער פגע ליינט קאווע שטיבל; ער וויל מיר נישט קענען. וואס טוט מען יעצט?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:50 am

· #195206
אפטעמיסט
דער פגע ליינט קאווע שטיבל;


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/195046">viewtopic.php?p=195046#p195046</a><!-- l -->

ס'איז געלונגען! וועגן דעם מאכט ער דיר צרות ווייל ער ליינט קאווע שטיבל.

מצטמק ויפה » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:01 am

· #195208
פארשטייסט...; יעצט קומסטו וויינען איך זאל קומען בארגען ביי דיר זייף..... הא?! ניין בשום אופן! מוחל טובות איך האב מיך פארשאפט אייגענע ..!! און אז דו ווילסט איך זאל דיך נאכאמאל בארגען א ציגארעטעל אדער מיין זיפ קאר , קענסטו פארגעסן, ביז ווי לאנג די בעטס'ט מיך נישט איבער דא ברבים אין שטיבל.

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:07 am

· #195213
אוה מיי גאדנעס. איך האב געדארפט טראכטן אז דו ביסט גאר דער פגע? אין שטיבל שטעלסטו דיר אהער ווי א כולל אינגערמאן א יודע ספר צו גאט און צו לייט. ווי דארף איך וויסן אז אין אמת'ן ביסטו אין די הויכע דרייסיגערס, 300 פונט און אומגעשויערט? הא? אבער איים סאו סארי. קום אהער מצטמק'ל, קענסט אפילו האבן מיין שעמפו.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:13 am

· #195215
א גאל מעסער האסטו אויך פאר אים?

מצטמק ויפה » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:14 am

· #195216
ביסט דאך אבער שוין ארויסגעלאפן פון מקווה.
און ביי די וועי דער בחור'ל וואס האט גענומען דיין פלאץ, קומט נישט אזעלכע קללות ... ער האט נישט געמוזט וויסען אז דאס איז אפטע'ס מקום קבוע ... און אויך דיין בעג האסטו איבער געלאזט, זאל איך דיר עס ברענגען ווען איך קום ארויס??

מצטמק ויפה » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:16 am

· #195217
@אפטעמיסט ביסט פאר די ביכער....!!

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:21 am

· #195218
איך בין גראדע נישט אויף די ביכער

איך אויך » דינסטאג אפריל 8, 2014 1:03 pm

· #195252
רויטע וואנצעס
א גאל מעסער האסטו אויך פאר אים?

נעה ער איז באלד ,דאס וואס דו זעהסט איז בריסקע פיאות.

פליקער » דינסטאג אפריל 8, 2014 6:13 pm

· #195335
א חבר א פגע רע

ער קימט אין מקווה מיט מיר יעדען טאג, מיר זענען בדרך כלל גאנץ גיטע חברים געוועין, איך טי אים כסדר טובות אן איבער פרעיגן א צווייט מאל,

אבער איין ציפרי איך בין שוין ווי אדם הראשון איך חליש פאר מיין זייפל וואס איך קויף יעדען טאג פאר א טאלאר פיפציג, אבער איך האב עס בטעות פארגעסן יענעם ביטערן ציפרי, פינקט זעי איך מיין גיטע חבר געוועינטליך שטארק אפטעמיסטיק, אפשר קענסטע מיר געיבן דיין זייף איך זאל קענען באלזאמען מיין קערפער, ער פליקט זיך אויף אויף מיר, מיט טויעזענט און איין חשבונות פארוואס מען טאר נישט בארגען זייף, איך דריי זיך אהין און ציריק, יעדער שפיצט אן די אויגען אויפ מיר, מיין היט פלאקערט, נאך א מזל איך האב עס נישט אן, פון יעדע שויער קיקט ארויס צוויי פאר אויגן, איך בין אינדערמיט איך שפיר ווי יעדער איז מיך בודק מיין ווי מען טאר נישט, איך שפיר ווי א סוטה בקילקולה כאילו איך האב אים זאגאר געבעיטן זיין ווייב, ער איז מיר נאך מסביר מיט משלים וויפיל זאכן א ווייב איז גלייך צי א זייפל, איך פראביר א וועיג ארויס גליטשען דעים שיך פון מיין מאהל, אבער אפטע לאזט נישט נאך ווי ער איז מיר איצט מסביר די שיטה הקדושה, קאם אן די גייסט דאך אראפ טראסקען דעים זייפ אפען ערד, קענסט עס נישט אהער געיבן נעם א טשיל פיל מאך נישט קיין ביג דיל, וויפיל מאל טי איך דיר פיל מער טובות ווי א פליקען זייף, קאמאן.

איך קים דא אויף קאווע, זעי איך נישט מער און נישט ווייניגער צוויי בלאט פאר זיין פאפן זייף, וואס איינער האט נישט געהאט פונקט, יא גאט טא בי קידינג מי, איך בין אזוי פארשעימט, אני אנא אני בא מזייפל של אפטע

מצטמק ויפה » דינסטאג אפריל 8, 2014 7:34 pm

· #195350
הא הא...! אפטע, יעצט ביסטו שוין אינגאנצן מבולבל, האסט אוודאי געמיינט אז די האסט דערווישט דער ניק וואס ליגט אונטער דיין פגע רע, למעשה יעצט ברעך דיך קאפ ציווישען עברי, מצטמק, און פליקער ....!

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 27, 2016 2:12 am

· #326401
פגע!!! דאס איז די ערגסטע שעלט איינער קען מיר זאגן.
מ׳כאפט נישט דע עמקות פון די קללה. ס׳איז אין מיינע אויגן מער גערן צו זיין א קריפל ווי א פגע.
סהייסט נניח איינער איז א גנב, איז ער נישט יעדער רגע אין די טאג א גנב, נו מאכציך דא דארט גנבט ער, מקען אבער לעבן מיט עיהם, מקען שמוסען מיט עיהם, אבער א פגע????? ער איז א פגע יעדער מינוט אונעם טאג, א פגע איז א מהות וואס באגלייט די מענטש 24/7, משא״כ די אנדערע שלעכטע מידות.
ווען כדארף וועלן ח״ו וואס מיין קינד זאל זיין, צווישען א מאלעסטער אדער א פגע וואלט איך געוועלט א מאלעסטער, אפי כהאלט יעדער מאלעסטער דארף מען הענגען אויפ 13 עוו לעבעדיג אהייט, אין דערנאך ווארפן די גוף צום הונט, אבער א פרג איז פארט ערגער.
די פגעים זענען אלע מחיוב מיתה, כהאב זיי פיינט ביזן לבנה, כוואלט הנאה געהאט ווען א קאר פאהרט זיי אייבער,

mevakesh » זונטאג מערץ 27, 2016 9:57 am

· #326414
Re: א חבר א פגע רע; ראט און טאקטיקן
שטילע אינגערמאן

די פגעים זענען אלע מחיוב מיתה, כהאב זיי פיינט ביזן לבנה, כוואלט הנאה געהאט ווען א קאר פאהרט זיי אייבער,

הערענדיג דאס פאסט אז איהר זאלט איך האלטן שטיל אזוי ווי אייער ניק

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 27, 2016 10:12 am

· #326417
כהאב גערעדט וועגען די גוים די פגעים, נישט ח״ו אידן.

וואלווי » מיטוואך מערץ 30, 2016 7:21 pm

· #327031
שטילע אינגערמאן
כהאלט יעדער מאלעסטער דארף מען הענגען אויפ 13 עוו לעבעדיג אהייט, אין דערנאך ווארפן די גוף צום הונט, אבער א פרג איז פארט ערגער.
די פגעים זענען אלע מחיוב מיתה, כהאב זיי פיינט ביזן לבנה, כוואלט הנאה געהאט ווען א קאר פאהרט זיי אייבער,


דאס בליטוגע פנים האט איהר געכאפט אלטס פגע? אדער אלטס מאלעסטער?