☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #665
בלאט: 1 2 3 4

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 1:46 pm

· #13537
[ציטאט אראפגענומען]

מיט א געפילטערטע פאון? 😉

אלדד » זונטאג מאי 20, 2012 2:23 pm

· #13553
פארשטייט זיך אליינס, ווי נאר מען קומט אריין אין סיטי פילד ווערן די סעלפאונס אוטומאטיש געפילטערט...

יידל » זונטאג מאי 20, 2012 3:51 pm

· #13580
[ציטאט אראפגענומען]

איך זע אז בעסיקעלי טוט זיך דארט אפ עסן.

John Doe » זונטאג מאי 20, 2012 4:20 pm

· #13589
Is the Budwiser filtered?

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 5:31 pm

· #13596
די זיץ פלעצער ווערן צוביסלעך פארנומען

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 5:32 pm

· #13597
די חברה שטייען געפלעפט... זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזעהן אזויפיל דזשויאיש פיפל אויף איינמאל.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 5:35 pm

· #13598
די צוויי אויבנדערמאטע בילדער קומט פון די לינק וואס אנאנים האט געברענגט, תשוח"ח לו.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 5:43 pm

· #13602
חיים נחום; ווער איז אינטערסירט אין די חברה? לאז זיי ליפטערן און קוק ניטאמאל אויף זייער זייט.

ברענג אפדעיטס און בילדער פון אינעווייניג.

דבילה » זונטאג מאי 20, 2012 6:06 pm

· #13608
א באריכט פון באראפארק: מיין ווייב האט מיר יעצט געמאלדן אויף די בליץ פאסט אז די גאסן זענען פאר'אבל'ט און עלנד. רוב געשעפטן זענען פארמאכט און פארזיגעלט, זעט שיעור אויס ווי א פאגראם קומט אט.

אין די שנעלעקייט האט זי מיר איבערגעגעבן אז די פאלגענדע געשעפטן זענען אפגעשפארט:
buzz
mostly ,music
bp hatters
14th ave hardware
וכו'

אינטרעסאנט צו באמערקן אז אונטער די באבובער השפעה איז duddys אפען מיט א ספעשעל סעיל וואס עקספייערט 10PM

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:07 pm

· #13609
[ציטאט אראפגענומען]

אויף קול מבשר זאגט עמעצער אויפן אידישן ווינקל אפטיילונג "שוין אנגעפילט האלב אדער מער".

שרייבער » זונטאג מאי 20, 2012 6:08 pm

· #13610
[ציטאט אראפגענומען]

זיי האבן ערנסקייט, נאר נישט ביי אזא מעמד

דאס האט מיר שוין איינער מסביר געווען א צייט צוריק ווי אזוי ס'גייט אויסקוקן, די בחורים גייען זיצן אין די הייך, קייען פאפיטעס, און שמועסן, און ווען מען גייט הערן עפעס א פאני ענגלישע רעדנער גייט מען פרעגן וואאאאאאאאאאאאאאס?, און ס'גייט זיך טון א שושקעריי, בקיצור, בחורים ווי אלע בחורים וכראשי תיבות שלו

נעם דיך נישט צום הארצן

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:12 pm

· #13612
אויפן באן (קרעדיט איי וועלט)

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:14 pm

· #13613
סקלענער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מעמד (קרעדיט: צייטליך פון איי וועלט)

דבילה » זונטאג מאי 20, 2012 6:17 pm

· #13614
שמואל הלוי
סקלענער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מעמד (קרעדיט: צייטליך פון איי וועלט)



פששש. ס'איז היבש פרי. שוין גע'ענדיקט שחרית?

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:17 pm

· #13615
ליטווישע אידן כאפן אריין אפאר מינוט לימוד התורה אין די פרייע צייט

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:18 pm

· #13616
שוין גאנץ פיל

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:24 pm

· #13617
א נענטערע בליק

הדד בן בדד » זונטאג מאי 20, 2012 6:29 pm

· #13619
שמואל הלוי
די צוויי אויבנדערמאטע בילדער קומט פון די לינק וואס אנאנים האט געברענגט, תשוח"ח לו.


אמת, און זיי ווארענען דארט אז ווער עס וועט ברענגען פון יענע בילדער און נישט געבן קרעדיט, וועלן זיי נעמען לעגאלע שריט קעגן יענעם. זעהט איך האב אייך געווארענט.

הדד בן בדד » זונטאג מאי 20, 2012 6:31 pm

· #13620
[ציטאט אראפגענומען]


ברענג יא אפאר בילדער פון די חברה, איך וויל זעהן אלעס, פון אינעווייניג און פון אינדרויסן.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:38 pm

· #13624
מיט די שפאקטיוון

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:39 pm

· #13625
[ציטאט אראפגענומען]

בילד ביטע

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:42 pm

· #13629
דער מיטן היטל און בלויע העמד קוקט אויס ווי ס'איז נישט דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער איז דארט

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:44 pm

· #13633
ר' מתתיהו סאלאמאן קומט אן

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:45 pm

· #13634
ס'ווערט פילער און פילער

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:49 pm

· #13635
אזוי זעהט אויס סיטיפיעלד ביי א געים (להבדיל באלף אלפי הבדלות)

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 6:57 pm

· #13637
איינער טעקסט יעצט: נאך קיינמאל נישט געזעהן אזויפיל בלעקבערי'ס אויף איין מאל...(קרעדיט שמערי בערי פון איי וועלט)

דבילה » זונטאג מאי 20, 2012 7:00 pm

· #13639
די אפיציעלע טוויטער האש #M20CF

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:00 pm

· #13640
[ציטאט אראפגענומען]

דבילה » זונטאג מאי 20, 2012 7:01 pm

· #13641
די קאנטער ראלי האש #NOTtheProblem

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:02 pm

· #13642

הדד בן בדד » זונטאג מאי 20, 2012 7:02 pm

· #13644
פון א בילד אין וי"ן זעהט מיר אויס אז ר' משה גרין זאגט תהלים

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:03 pm

· #13645
מען קען מיטהאלטן אויף די סקרינ'ס

הדד בן בדד » זונטאג מאי 20, 2012 7:04 pm

· #13647
לעבן ר' משה גרין זעה איך מענדל בערגער פון סקווירא און יונתן מענצער פון פאפא\סקולען\סאטמאר-וומ"ס.

דבילה » זונטאג מאי 20, 2012 7:05 pm

· #13649
#Asifa

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:08 pm

· #13651
קאפיטל ק"ל

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:09 pm

· #13653
NYPD העליקאפטער דרייט זיך העכערן סטעדיום

דבילה » זונטאג מאי 20, 2012 7:10 pm

· #13654
לייוו
live hookup: 712-432-1001 pin 425 354 354# or 425659388#

שרייבער » זונטאג מאי 20, 2012 7:11 pm

· #13655
האט איינער א בילד פונעם צווייטן סטעדיום

אדער בעסער געזאגט איז דא דא איינער וואס געפינט זיך יעצט דארט?

כ'האב מורא מען האט סתם חוזק געמאכט פונעם ציבור

John Doe » זונטאג מאי 20, 2012 7:16 pm

· #13658
Leave it to Sandel to mess up the sound.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:17 pm

· #13659
ווער דבר'ט יעצט אויף ענגליש?

הדד בן בדד » זונטאג מאי 20, 2012 7:19 pm

· #13660
יא, דערווייל קוקט אויס אז מען האט געמאכט פאטאש פונעם עולם, נישט דא קיין צווייטער סטאדיום.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:19 pm

· #13661
הדד בן בדד
יא, דערווייל קוקט אויס אז מען האט געמאכט פאטאש פונעם עולם, נישט דא קיין צווייטער סטאדיום.

פון וואנעט ווייסטו?

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:23 pm

· #13663
מנחה

הדד בן בדד » זונטאג מאי 20, 2012 7:24 pm

· #13664
שמואל הלוי
הדד בן בדד
יא, דערווייל קוקט אויס אז מען האט געמאכט פאטאש פונעם עולם, נישט דא קיין צווייטער סטאדיום.

פון וואנעט ווייסטו?


דערווייל איז נישט דא קיין שום באריכט אדער פיקטשער פון דארט, נישט פון אינסייד אדער פון אינדרויסן, גארנישט, קיינער רעדט נישט דערפון, און מען האלט שוין צוויי שעה אין די עקשאן, סאו איך ווייס נישט, אבער עס קוקט מיר אזוי אויס.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:24 pm

· #13665
מנחה

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:25 pm

· #13666
הדד בן בדד
שמואל הלוי
הדד בן בדד
יא, דערווייל קוקט אויס אז מען האט געמאכט פאטאש פונעם עולם, נישט דא קיין צווייטער סטאדיום.

פון וואנעט ווייסטו?


דערווייל איז נישט דא קיין שום באריכט אדער פיקטשער פון דארט, נישט פון אינסייד אדער פון אינדרויסן, גארנישט, קיינער רעדט נישט דערפון, און מען האלט שוין צוויי שעה אין די עקשאן, סאו איך ווייס נישט, אבער עס קוקט מיר אזוי אויס.

אין סיטיפיעלד דאווענט מען יעצט מנחה, אבער אויפן טעלעפאן הוק-אפ הערט מען עמעצן רעדן (אויף ענגליש), איז עס נישט אינעם אנדערן סטעידיום?

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:29 pm

· #13670
מ'קען מיטהאלטן א לייוו יוסטרים (קרעדיט וויכי פון איי וועלט)

לייוו

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:31 pm

· #13672
דער וואס רעדט יעצט זאגט: ס'איז דא א ציבור וואס רעדט אידיש, אבער ס'איז דא א גרויסער ציבור וואס רעדט נאר די שפת המדינה וועל מיר ממשיך זיין אויף ענגליש.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:34 pm

· #13675
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט נישט געזאגט "געוויסע", ער האט געזאגט "גרויסע ציבור". (זעה מיין אויבערשטע תגובה)

שמואל הלוי » זונטאג מאי 20, 2012 7:38 pm

· #13676
פליגער פארט אריבער
בלאט: 1 2 3 4