געוויסע זינגען ימים על ימי מלך.
לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל
185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #665
Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל
געהאט א הכתרה. נישט סקולענער
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל
דערווייל רעדט ער גארנישט פין אינטערנעט. נאר פין חשיבות התורה ומצוות און די אסיפה
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל
ער רעדט פין גיוס בני תורה
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל
ער בעהט מען זאל דאווענען פאר דעם
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
הרב וואקסמאן צוריק.
נוסח אשכנז פוי!
😂
😂
ווען אלע אונזערע רבנים זעען ווען אויס ווי רב וואקסמאן וואלט מיר גוט געשטאנען.
[ציטאט אראפגענומען]
איט העפפענס טו בי אז ביידע בעלי מחלוקות זענען נישט געקומען צו די אסיפה, סוי שריי נישט אזוי.
ווער זענען די "ביידע בעלי מחלוקת" ביי דיר?...
דער פון די אנדערע צד?...
דער פון די אנדערע צד?...
געצלווער זענען די "ביידע בעלי מחלוקת" ביי דיר?...
דער פון די אנדערע צד?...
פארשטייט זיך, די אנדערע מיינען נאר לשם שמים...
זר זהב[ציטאט אראפגענומען]
איט העפפענס טו בי אז ביידע בעלי מחלוקות זענען נישט געקומען צו די אסיפה, סוי שריי נישט אזוי.
זש"ה ווען איך וואק אריין צו יענעם אינדערהים און איך זאג אים הער מיר אויס האלב פון דיין הויז איז מיינס, און יענער לאזט זיך נישט, איז יענער א בעל מחלוקת
[ציטאט אראפגענומען]
דאכצעך הרב וואקסמאן שליט"א האט דערמאנט די פוינט, בלשונו ...אינטערנעט מסכתא, וכו;
Re: לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל
דאכט זיך ר מתתיהו האט נישט דערמאנט די אינטרנעט בכלל.......
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
ווייסט איינער אפשר וואו קומט אריין ציונות אין אינטערנעט אסיפה????????
ווען מען האט געטאנצן וטהר לבינו, האבן די ליטווישע געזינגען "פאפא קלין אפ מיי הארט...."
שרייבערזר זהב[ציטאט אראפגענומען]
איט העפפענס טו בי אז ביידע בעלי מחלוקות זענען נישט געקומען צו די אסיפה, סוי שריי נישט אזוי.
זש"ה ווען איך וואק אריין צו יענעם אינדערהים און איך זאג אים הער מיר אויס האלב פון דיין הויז איז מיינס, און יענער לאזט זיך נישט, איז יענער א בעל מחלוקת
קיינער איז נישט שולדיג אז מהר"א האט געהאט 20 יאר חלומות...
[ציטאט אראפגענומען]
סארי, אבער דיר קען קיינער נישט העלפן נאר דו אליין,
אפילו די וועסט גיין צום סיום הש"ס ווי עס גייען זיין 90 טויזענט מענטשן וועסטע אויך נישט געהאלפן ווערען,
סיי ווי גרויס די מעמד וועט נאר זיין, און סיי וואס פארא גיטע רעדנערס עס וועט נאר זיין, וועט קיינער נישט באוויזן אריינצילייגען און דיר א חיות און א שטאלץ אין אידישקייט, ווייל חיות און שטאלץ זענענן נישט קיין זאכען וואס קימט אין א באקס אז מען זאל קענענן נעמען דערפון אין עס אריינלייגען און דיר, אין אפילו ווען יא, איז דיין הארץ נישט אפן עס אריין צי נעמען במילא איז נישט דא ווי עס אריינצילייגען,
עצה טובה: אז די זיכסט באמת די צוויי אייטעמס פון חיות און שטאלץ אין אידישקייט, דאן קלויב דיר אויס א רב/דיין/ת"ח/ראה"כ/אדער קליגער ערליכער בעה"ב, מאך מיט אים א קשר שמיעס זיך אדורוך מיט אים אויף א כסדר'דיגע אופן, זיי אפן מיט אים מיט דיינע פראבלעמען, ביז צוויי דריי וואכען וועסטע זען א שטארקע שינו, בעסער צו נעמען אזא איינעם וואס איז נישט אזוי ביזי, ער זאל האבן צייט פאר דיר צוויי דריי מאל א וואך.
ראזינקעס:
ביים סקולען רבי דרשה - שנים מקרא ואחד תרגם...
פעסטער רבי: בנוגע סקולען רבי דרשה - דער ערשטע מאהל איך הער מ'זאל איבער טייטשען אידיש אויף אידיש
סקולען רבי האט באקומען פאבליסיטי אויף דער פראנט פעידש פון ענגלישען "המודיע", זיין דרשה האט מען צום ווייניגסטען געהערט און צום ווייניגסטען פארשטאנען.
רבי דן סגל האט געמעגט פארשפעטיגען זיין צווייטער פליגער אויך, ער האט גערעט צו לאנג, און מ'האט נישט אנגעהויבען צו וויסען וואס פונקטליך וויל דער מענטש - איין זאך יא אז דער אינטערנעט איז אסור בתכלית האיסור אפילו לצרכי הפרנסה. גיי זאג דאס פאר די מנהלי המוסדות.
צוויי חלקים געווינערס פון נעכטן נאכט, איינס: איז אדמור"י סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש
דער צווייטער סעט געווינערס: דינוב רבי און נדבורנא ר' שלמה לייפער די צוויי האט מען שטענדיק געזעהן (ובתוכם: זייער דרימלען, געניצען, מאכען מיט די אויגען, לאנג ווייליג...)
ווען די ווידיא האט אריין געZOOM צו די רבי'ס ראשי ישיבות האט מען געקענט זעהן זייער "קערפער שפראך" וואס פרעגט "וואס איך טוה איך דא", "ווערט האט מיר אהער געשלעפט", רובא זענען געוועהן לאנג ווייניג, אויס געזעהן ווי זיי ווילען שוין אהיים גיין נאר עפעס האלט זיי צוריק.
פון די פעריג טויזענט זאגט מיר איינער וואס ווייסט וואס דער פשעווארסק רבי האט געזאגט... (איבער הערען איז נישט קיין קונץ)
ווייסט איינער אז הרב שיף איז געוועהן אזוי הרב פאדווע פון לאנדאן. האט דאס טאקע געמאכט איין פראצענט פון א נפק"מ?
די גרעסטע רחמנות איז געוועהן פאר די רבנים וואז זענען געזעצן אויף די בליטשערס נישט אויפן ריכטיגען אויבן-אן, וואס דארט איז דער ווידיא כמעט קיינמאהל נישט אנגעקומען.
רבי זלמן לייב פיליף האט געהאלטן אין איין קוקין אויפן סקרין, (איך בין געזעצן היבשט נאהנט צו איהם, כ'האב דאס געזעהן במו עיני, ער האט אפילו צו געשטיפט די ברילן בשתי אצבעותיו)
א חשוב'ער רב האט געטרייסט זיינע ארום'עקיגע שכנים אויך רבנים "ס'איז אדורך גאנג..", "מ'דארף דאס קענען מיטמאכען".
רבי ברוך אברהם הורוויץ ר"מ ישיבת באבוב גיסו ומחותנו של האדמו"ר מבאבוב (48) וועלכע איז געזעצן לעבען דער גארליץ רבי האט זיך געהאלטן איין אויף שטעלן, אויס שפרייטן זיינע פוס, ער איז געזעצן זייער אומ-באקוועם אין די שמאלע בענקליך.
חיים בן האדמו"ר הרמ"מ מוויזניץ איז געזעצן גלייך אונטער חיים מאיר בן הר"י מוויזניץ
סקווירא רבי האט זיך באטייליגט בלויז א האלבע צו דריי פערטל שעה.
בערך 9:40 האב איך געפאקט דעם מאגרוב רבי אויף זיין בלעקבערי, יא בלעקבערי.
אויפן וועג ארויס באמערקט פיל מיט "מתעסקים" טרעקלעך מיט די לעמפליך אנגעצינדען...
טוי בי קאנטיניוד...

איך האב יעצט גערעדט צו א חבר וואס איז דארט געווען, ער לייגט מיר אראפ אז סיי די חסידישע און סיי די ליטווישע זענען געווען פאסטרעריט
קען עס איינער קאנפירמען דא?
קען עס איינער קאנפירמען דא?
דער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי
זר, איך בין מסכים מיט דיר, אבער נאר האלב. איין בעל מחלוקה איז טאקע נישט אנגעקומען, אבער דער צווייטער איז יא אנגעקומען. יעצט געס וועמען איך האב געמיינט.
לעניינינו, מיר האבן שוין דא אסאך מאל געשמועסט אז פאר די סארט ביליגע פאליטיק איז דא ספעציעלע פלעצער אויפן געוועב ווי צו שרייבן, דא האט מען דאך געמאכט א פלאץ ווי מען זאל קענען הנאה האבן, און אויב גייסטו אריין אין די זאכן וועט עס פארשלעפן דעם גאנצן סייט. איך קען דיר ביי יעדע פאליטיק מסביר זיין אויף כמה אופנים ווי יעדער צד איז יא גערעכט, און דערנאך ווי ער איז נישט גערעכט. בעט איך דיך אלזא, פליז לאז דאס פאר אנדערע פלעצער.

דולה ומשקהראזינקעס:
צוויי חלקים געווינערס פון נעכטן נאכט, איינס: איז אדמור"י סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש
חיים בן האדמו"ר הרמ"מ מוויזניץ איז געזעצן גלייך אונטער חיים מאיר בן הר"י מוויזניץ
סקווירא רבי האט זיך באטייליגט בלויז א האלבע צו דריי פערטל שעה.
טוי בי קאנטיניוד...
פליז זיי מסביר די געווינערס אין דעם שורה.
דער בן אדמו"ר הרמ"מ הייסט אויך חיים מאיר, נישט חיים.
איך האב בכלל נישט באמערקט אויף די סקרינס אז סקווערער רבי איז געווען.
הדד, ווענד דיין תגובה צו "אנאנים". איך הייב קיינמאל נישט אן פאליטיק, אבער ווען איינער הייבט אן וועל איך ענדיגן.
אקעי, זר, איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין א געפעכט. אנאנים האט נישט אנגעהויבן. ער האט פשוט זיך אויסגערעדט. און וויבאלד די צוויי זענען געזעצן דארט, און די צוויי איז זייער קהילה פארמישט אין א מחלוקה האט ער זיי דערמאנט, ער האט נישט געמיינט גארנישט פערזענליך (לדעתי, עכ"פ). סאו פליז, איך בעט דיך ווידעראמאל, אויב ווילסטו ענדשויען א טענה'ריי איבער דעם נושא, קענען מיר עס טאן אין אישי אדער ערגעץ אנדערש, אבער נישט דא. פליז, פאר מיינעט וועגן.
נאכאמאל, מיך אינטערעסירט נישט וועס יענער מיינט. אויב ווארפט ער אריין פאליטיק אפילו דזשאסט צו זיין קיוט וועל איך צו ענדיגן. פיריעט. בעסער איז נישט אריינצואווארפן גארנישט אויף סיי וועלכען צד.
זר, פליז, לאמיר זיין גרויסע קינדער, מען מוז נישט ענטפערן יעדעס מאל יענער ווארפט עפעס אריין. פיריעט.
למעשה איז האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א געווען גערעכט מיט זיין נקודה אז קען נישט שיקן זיין עולם
1 ) ס'איז געווען 50 פראצענט ענגלישע דרשות
2) מען האט דארט נישט געגעבן קיין סאעלשין היינט מאנטאג ציפרי איז נישט דא קיין סעלאשין פארן טעלעפאן

לאמיר זעהן, דרשת האדמו"ר מסקולען איז געווען אין אידיש. דרשת אב"ד דזשיהיהיבאו מאנטריאל איז געווען אין אידיש, דרשת הרב דן סג"ל איז געווען אין אידיש, דברי ברכה מפשעווארסק איז געווען אין אידיש, דרשת בעל שבט הלוי איז געוועןאין אידיש, דרשת הרב וואקסמאן אביסל אידיש אביסל ענגליש, רב סאלאמאן ענגליש.
NOW DO THE MATH
NOW DO THE MATH
זר זהבלאמיר זעהן, דרשת האדמו"ר מסקולען איז געווען אין אידיש. דרשת אב"ד דזשיהיהיבאו מאנטריאל איז געווען אין אידיש, דרשת הרב דן סג"ל איז געווען אין אידיש, דברי ברכה מפשעווארסק איז געווען אין אידיש, דרשת בעל שבט הלוי איז געוועןאין אידיש, דרשת הרב וואקסמאן אביסל אידיש אביסל ענגליש, רב סאלאמאן ענגליש.
NOW DO THE MATH
גערעכט, אבער אין צייט איז עס געווען האלב און האלב (בערך).
בכלל נישט. סגל און דזשיבאו האבן צוזאמען גערעדט לענגער פון אלע אנדערע צונאזאם, אריינגערעכענט די אנדערע אידיש רעדענעדע! (אחוץ וואקסמאן) רב סאלאמאן האט גערעדט אפשר 7 מינוט.
ס'איז געווען 80% אידיש 20% ענגליש.
ס'איז געווען 80% אידיש 20% ענגליש.
זלמן זאפירלמעשה איז האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א געווען גערעכט מיט זיין נקודה אז קען נישט שיקן זיין עולם
1 ) ס'איז געווען 50 פראצענט ענגלישע דרשות
2) מען האט דארט נישט געגעבן קיין סאעלשין היינט מאנטאג ציפרי איז נישט דא קיין סעלאשין פארן טעלעפאן
סארי זלמן. מהר''אס פראבלעם מיט די כינוס איז געווען ציונות
אין אזוי ווי עס האט זיך נישט אויסגעארבעט לייגט מען עס אן אויף די ענגליש
פארוואס איך שרייב אז די דריי סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש זענען געווינערס, איז גאנץ פשוט, דאס האט גארנישט מיט פאליטיק, מציאות הדברים, טעם הדבר איז אזוי:
במשך די לעצטע פאר חדשים איז ארויס אזוי פיל פראפאגאנדע שאין כדוגמתו ולא היה כמותו עד הלום, פרישע צעטליך, אעס האט געארבעט א 'עסקנים' וואס ווייסען גאר גוט ווי אזוי אן צו הייצען דעם עולם, און מאכען פון זיי עולם גולם, קודם האט מען זיך אויס געלאכט דערנאך האט מען זיך אנגעווארימט, מ'איז געווארען הייץ, מ'האט געקויפט טיקעטס און ויסעו צו סיטי פילד סטעדיום.
יעדען טאג איז ארויס א פרישע נייעס, מטעם דער עסקנים, רבנים, אדמורי"ם, פארשידינע אפדעיטס, מ'האט אלס געמאכט זיכער אז דער עולם רעט פון דעם און נאר פין דעם, רעד לטובת הענין אפילו התנגדות, אבער רעדן זאלסטו פון דעם.
ביז ס'איז געקומען בו ביום פון מעמד הגדול ונורא מאז מתן תורה, איז דער פראפאגאנדע אנגעקומען צום מאקסימום דערגרייכונג וואס העכער פון דעם קען עס נישט גיין עפ"י דרך הטבע. אלע טיקעטס אויס געצאלט, געדינגען א צווייטע סטעדיום, צוביסלעך הערט מען אז דער גרויסע רבי קומט צופליען, דער ראש ישיבה, הרבנים הגאונים פון אנטווערפן און לאנדאן, אפילו רבי לייביש האבען זיי געברענגט. מ'האט זיכער אויף הונדרעט פראצענט זיכער געמיינט אז אט וועט דא קומען עפעס אזוי באמבאסטיש וואס דער גאנצע עולם החרדית ווערט זיך איבערקערען, הפוך קערה על פי'. פונקטליך וואס ווייסט אבער קיינער נישט, פארוואס ווייסט קיינער נישט, ווייל קיין איינע פון די הודרעטע פלאקאטן האבען גארנישט געמאלדן וואס דער פראגראם וועט זיין. ס'איז א סוד, שא, שא, מ'טאר נישט אנטפלעקען די סודות פון חדר, דאס אלעס וועט ארויס קומען במשך די פיר שעה זיצענדיק אין דער סטעדיום.
ענדליך, מקומט אן יעדער ווערט אליינס נתפעל פון די מראה נפלא, אז יא, ס'איז געלוינגען ארויס צו שלעפען דעם עולם, דער סטעדיום איז פיל, געפאקט, ס'אמת מ'האט פארטיילט פערציג טויזענט זיצען. מ'גוט א קוק אויף דעם אויבן-אן מ'דארף געבען קרעדיט מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל די סאמע גרעסטע האבען זיך צו זאם גענומען אעין געפונען זיך יעצט דא צוזאמען מיט אונז אין די איירינא, חסידישע, ליטווישע, מתנגדישע, ועוד ועוד. א פשוטע רחמנות אויף די קומץ קטן פון רבנים וואס האבן זיך אויס געשלאסען פון זיך באטיילונגען צום היינטיגע כינוס, ווען זיי וועלען זיך כאפען וועט שוין זיין צו שפעט, זיי ווערן בעל כרחם א חוזק.
שטייט מען יעצט ביי דעם פונקט פון דער גרעסטע צוזאם קום פון אידען, פון אלע קרייזען, צוזאמען מיט דער גרעסטע השתתפות פון גדולי ישראל.
דער פראגראם הייבט זיך אן, הרב וואקסמאן מיט זיין פתיחה האלב אידיש האלב ענגליש, כ'מיין הער מיך אויס נישט יעדער קען אידיש, ווי ער איז מרמז גלייך אנהייב זיינע ווערטער ווי ער רעד צו "כת לצים" וואס לאכען אויס דעם אסיפה וכו', ווען ער ענדיקט זיינע ווערטער, שטעלט זיך אויף דער רויטע ליטוואק מיטן קנייטש הוט, און רופט אויס דעם דזיבוי רב פון מאנטריאל, ער האט געדארפט רעדן בעיקר צום חסידישע עולם, ער רעט און רעט עפעס דער עולם כאפט נישט דעם טאלאנט וואס דער פה מפיק מרגליות האט אין באזיץ, מווערט עפעס נישט עלעקטרעזירט, נאך זיין דרשה פון א האלבע שעה פרעגט מען זיך "וואס האט ער מחדש געוועהן? דער תירוץ גארנישט און נאך אמאהל גארנישט, נו, אויף גארנישט מחדש זיין האב איך געדארט אהער קומען קיין קווינס?
מיט יעדער דורך גייענדיגער מינוט איז מען געווארען מער און מער לאנג וויילונג, קיינער האט נישט געכאפט די סודות הדברים, דער פראגראם פון יעצטיגען נאכט איז זייער שוואך שיין געזאגט, ווען איינער זאגט מיר אז עס איז געוועהן "מורא'דיג", פרעג איך איהם גלייך "חוץ די מספר העולם און מספר הרבנים", וואס איז געוועהן מורא'דיג, וועלכע בעל דרשן האט דיך אזוי באצויבערט? מיט וואס גייסטו היינט נאכט אהיים? וואס איז בא דיר נתחדש געווארען? איז געוועהן איין פראצענט פון דער עולם וואס האט תיכף ומיד מחליט געוועהן אוועק צו ווארפען זייער כלי משחיתים?
די דרשה'ס זענען געוועהן ענגליש, איי עס איז דאך געוועהן דזיבוי רב, פשעווארסק רבי, סקולען רבי, רבי דן סגל, איז אויב אזוי איז דאך געוועהן נאר איין ענגלישע בעל דרשן הרב וואקסמאן, וואס הייסט די דרשות זענען געוועהן ענגליש. איז על כן וויל איך דא עפעס מסביר זיין, לאמיר זיך נישט נער'ן, די דרשות פון פשעווארסקע רבי סקולען רבי און הרב סגל, גייען נישט אריין אין די ראם פון א דרשה, זיי זענען נישט קיין בעלי דרשנים, זיי זענען ערליכע אידן מגדולי דורינו, וואס האבן זיי שוין געזאגט, הרב סגל מענטשען מיינען אז ער האט גערעט ענגליש, איי ער קאן דאך נישט קיין ענגליש, אבער לויט זיין רעדען אזוי פיל וויפיל מ'האט פארשטאנען האט עס געסאונד אין ענגליש. הרב וואקסמאן האט זיך אויף געשטעלט דריי מאהל רעדען, אלע דריי זיינע דרשות איז געוועהן ענגליש, איינס פין זיי געמישט אין אידיש. דער דזיבוי'ס דרשה איז געוועהן זייער בורינג, פון די אלע דרשות בלייבט איבער און קאפ נאר די דרשות פון הרב וואקסמאן, גייט מען טאקע אוועק מיט דעם טעם ענגליש אין מויל, כאילו "אלע" דרשות זענען געוועהן אין ענגליש, במקום לתקן אתה מקלקל.
עס איז א טאלאנט פון מענטשען צו קענען מאכען אזא פראפאגאנדע, אהער צו שלעפן אזא ריזיגע עולם, מיט אזא ריזיגע מספר פון רבנים, אין מיט דעם אלעם אזוי ביטערליך אדורך פאלען. די אלע דרשות נאך אלעם איז געוועהן לופט, ווערטער וואס זענען אריין אין איין אויער ארויס פון דער אנדערע אויער, מ'האט געהאלטן אין איין קוקען ארום און ארום אויף די סקרינס, אבער דער עולם זיך זייער שוואך קאנעקטעד מיטן בעל דרשן.
בדברים כגון דא זאגט מען "וואס קלענער דער עולם גרעסער דער שמחה", דהיינו יעדער רב אדער רבי וואלט געדארפט רעדן פאר זיין קהילה, אויב פארמאגט ער א גרעסערע עולם, זאל ער דאס איינטיילען אויף קלענערע קבוצות, און זאגען אדער פרעגט "האסטו אינטערנעט? איז עס געפילטערט?", דער רב אדער רבי קען דאס נישט? וואס הייסט די האסט נישט קיין צייט, מ'רעד דאך פון הצלת הדורות?
אבער ניין להגדיל הטראסק, האט מען טאקע געמאכט א טראסק, און דער טראסק איז גלונגען, אבער וואס מ'האט געוואלט אויפטוהן איז ליידער נישט געלונגען, קיינער פון די בעלי דרשנים האבען גערעט זאכטליך, אנשטאט דער סקולענע רבי וואלט מען געברויכט נעמען א יונגע עסקן א בעל דרשן, וואס ער זאל מודיע זיין: יא די דארפסט אינטערנעט איז דא ה"אינטערנעט בהלכה" ווי אזוי מ'זאל דאס נוצען. מ'האט דאס נישט געטוהן. וואס האט מען יא געטוהן מ'האט איינגעשלעפט דעם מידע עולם מיט רבי דן סגל'ס דרשה וואס ער שרייט אז מחלוקות איז ערגער ווי אינטערנעט, און אינטערנעט בכלל איז אסור. אויף דעם האט מען געדארפט אהער קומען?
דארף מען זיך באטייליגען אין א כינוס וואס דער תוצאה דערפון ווייסט קיינער נישט, האט טאקע אויס געפעלט א כינוס וואס האט גארנישט משנה געוועהן אפילו זיז כל שהוא?
נעכטן נאכט... אזוי זעהט עס אויס ווען ליטווישע פירען א זאך, אין אזוי זעט עס אויס ווען די חסידים לאזען זיך ווערען אריין געשלעפט.

דער פראגראם הייבט זיך אן, הרב וואקסמאן מיט זיין פתיחה האלב אידיש האלב ענגליש, כ'מיין הער מיך אויס נישט יעדער קען אידיש, ווי ער איז מרמז גלייך אנהייב זיינע ווערטער ווי ער רעד צו "כת לצים" וואס לאכען אויס דעם אסיפה וכו',
איר מישט אויס וואקסמאן מיט'ן דזשיבויער, דאס וואס דו בענגסט דא אראפ האט דער דזשיבער געזאגט נישט וואקסמאן. און ווי כא פריער געשריבען האט דער דזשיבויער לדעתי פיין אריינגעסאקט.
דולה ומשקהפארוואס איך שרייב אז די דריי סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש זענען געווינערס, איז גאנץ פשוט, דאס האט גארנישט מיט פאליטיק, מציאות הדברים, טעם הדבר איז אזוי:
וואס האט דאס א שייכות מיט די גאנצע תגובה דיינע???
חוץ אז דו ביזט א חסיד פון איינער פון די 3 אין דו ווילסט נישט אז זייער דורכפאל זאל זיין גרויס, האסטו באשלאסן צו נעמען דעם געהויבענען כינוס אין דעס מאכן פאר א דורכפאל
אנדערש האט דיין תגובה נישט קיין פשט
קאם אן די כינוס איז געווען א זעלטענע סוקסעסס
ווען האסטו לעצטע מאל געהערט רעדן סקולענע רבי. ר' לייבוש. אין רב וואזנער ביי 1 מסיבה???
דולה ומשקהפארוואס איך שרייב אז די דריי סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש זענען געווינערס, איז גאנץ פשוט, דאס האט גארנישט מיט פאליטיק, מציאות הדברים, טעם הדבר איז אזוי:
במשך די לעצטע פאר חדשים איז ארויס אזוי פיל פראפאגאנדע שאין כדוגמתו ולא היה כמותו עד הלום, פרישע צעטליך, אעס האט געארבעט א 'עסקנים' וואס ווייסען גאר גוט ווי אזוי אן צו הייצען דעם עולם, און מאכען פון זיי עולם גולם, קודם האט מען זיך אויס געלאכט דערנאך האט מען זיך אנגעווארימט, מ'איז געווארען הייץ, מ'האט געקויפט טיקעטס און ויסעו צו סיטי פילד סטעדיום.
יעדען טאג איז ארויס א פרישע נייעס, מטעם דער עסקנים, רבנים, אדמורי"ם, פארשידינע אפדעיטס, מ'האט אלס געמאכט זיכער אז דער עולם רעט פון דעם און נאר פין דעם, רעד לטובת הענין אפילו התנגדות, אבער רעדן זאלסטו פון דעם.
ביז ס'איז געקומען בו ביום פון מעמד הגדול ונורא מאז מתן תורה, איז דער פראפאגאנדע אנגעקומען צום מאקסימום דערגרייכונג וואס העכער פון דעם קען עס נישט גיין עפ"י דרך הטבע. אלע טיקעטס אויס געצאלט, געדינגען א צווייטע סטעדיום, צוביסלעך הערט מען אז דער גרויסע רבי קומט צופליען, דער ראש ישיבה, הרבנים הגאונים פון אנטווערפן און לאנדאן, אפילו רבי לייביש האבען זיי געברענגט. מ'האט זיכער אויף הונדרעט פראצענט זיכער געמיינט אז אט וועט דא קומען עפעס אזוי באמבאסטיש וואס דער גאנצע עולם החרדית ווערט זיך איבערקערען, הפוך קערה על פי'. פונקטליך וואס ווייסט אבער קיינער נישט, פארוואס ווייסט קיינער נישט, ווייל קיין איינע פון די הודרעטע פלאקאטן האבען גארנישט געמאלדן וואס דער פראגראם וועט זיין. ס'איז א סוד, שא, שא, מ'טאר נישט אנטפלעקען די סודות פון חדר, דאס אלעס וועט ארויס קומען במשך די פיר שעה זיצענדיק אין דער סטעדיום.
ענדליך, מקומט אן יעדער ווערט אליינס נתפעל פון די מראה נפלא, אז יא, ס'איז געלוינגען ארויס צו שלעפען דעם עולם, דער סטעדיום איז פיל, געפאקט, ס'אמת מ'האט פארטיילט פערציג טויזענט זיצען. מ'גוט א קוק אויף דעם אויבן-אן מ'דארף געבען קרעדיט מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל די סאמע גרעסטע האבען זיך צו זאם גענומען אעין געפונען זיך יעצט דא צוזאמען מיט אונז אין די איירינא, חסידישע, ליטווישע, מתנגדישע, ועוד ועוד. א פשוטע רחמנות אויף די קומץ קטן פון רבנים וואס האבן זיך אויס געשלאסען פון זיך באטיילונגען צום היינטיגע כינוס, ווען זיי וועלען זיך כאפען וועט שוין זיין צו שפעט, זיי ווערן בעל כרחם א חוזק.
שטייט מען יעצט ביי דעם פונקט פון דער גרעסטע צוזאם קום פון אידען, פון אלע קרייזען, צוזאמען מיט דער גרעסטע השתתפות פון גדולי ישראל.
דער פראגראם הייבט זיך אן, הרב וואקסמאן מיט זיין פתיחה האלב אידיש האלב ענגליש, כ'מיין הער מיך אויס נישט יעדער קען אידיש, ווי ער איז מרמז גלייך אנהייב זיינע ווערטער ווי ער רעד צו "כת לצים" וואס לאכען אויס דעם אסיפה וכו', ווען ער ענדיקט זיינע ווערטער, שטעלט זיך אויף דער רויטע ליטוואק מיטן קנייטש הוט, און רופט אויס דעם דזיבוי רב פון מאנטריאל, ער האט געדארפט רעדן בעיקר צום חסידישע עולם, ער רעט און רעט עפעס דער עולם כאפט נישט דעם טאלאנט וואס דער פה מפיק מרגליות האט אין באזיץ, מווערט עפעס נישט עלעקטרעזירט, נאך זיין דרשה פון א האלבע שעה פרעגט מען זיך "וואס האט ער מחדש געוועהן? דער תירוץ גארנישט און נאך אמאהל גארנישט, נו, אויף גארנישט מחדש זיין האב איך געדארט אהער קומען קיין קווינס?
מיט יעדער דורך גייענדיגער מינוט איז מען געווארען מער און מער לאנג וויילונג, קיינער האט נישט געכאפט די סודות הדברים, דער פראגראם פון יעצטיגען נאכט איז זייער שוואך שיין געזאגט, ווען איינער זאגט מיר אז עס איז געוועהן "מורא'דיג", פרעג איך איהם גלייך "חוץ די מספר העולם און מספר הרבנים", וואס איז געוועהן מורא'דיג, וועלכע בעל דרשן האט דיך אזוי באצויבערט? מיט וואס גייסטו היינט נאכט אהיים? וואס איז בא דיר נתחדש געווארען? איז געוועהן איין פראצענט פון דער עולם וואס האט תיכף ומיד מחליט געוועהן אוועק צו ווארפען זייער כלי משחיתים?
עס איז א טאלאנט פון מענטשען צו קענען מאכען אזא פראפאגאנדע, אהער צו שלעפן אזא ריזיגע עולם, מיט אזא ריזיגע מספר פון רבנים, אין מיט דעם אלעם אזוי ביטערליך אדורך פאלען. די אלע דרשות נאך אלעם איז געוועהן לופט, ווערטער וואס זענען אריין אין איין אויער ארויס פון דער אנדערע אויער, מ'האט געהאלטן אין איין קוקען ארום און ארום אויף די סקרינס, אבער דער עולם זיך זייער שוואך קאנעקטעד מיטן בעל דרשן.
בדברים כגון דא זאגט מען "וואס קלענער דער עולם גרעסער דער שמחה", דהיינו יעדער רב אדער רבי וואלט געדארפט רעדן פאר זיין קהילה, אויב פארמאגט ער א גרעסערע עולם, זאל ער דאס איינטיילען אויף קלענערע קבוצות, און זאגען אדער פרעגט "האסטו אינטערנעט? איז עס געפילטערט?", דער רב אדער רבי קען דאס נישט? וואס הייסט די האסט נישט קיין צייט, מ'רעד דאך פון הצלת הדורות?
אבער ניין להגדיל הטראסק, האט מען טאקע געמאכט א טראסק, און דער טראסק איז גלונגען, אבער וואס מ'האט געוואלט אויפטוהן איז ליידער נישט געלונגען, קיינער פון די בעלי דרשנים האבען גערעט זאכטליך, אנשטאט דער סקולענע רבי וואלט מען געברויכט נעמען א יונגע עסקן א בעל דרשן, וואס ער זאל מודיע יא די דארפסט אינטער איז דא ה"אינטערנעט בהלכה" ווי אזוי מ'זאל דאס נוצען. מ'האט דאס נישט געטוהן. וואס האט מען יא געטוהן מ'האט איינגעשלעפט דעם מידע עולם מיט רבי דן סגל'ס דרשה וואס ער שרייט אז מחלוקות איז ערגער ווי אינטערנעט, און אינטערנעט בכלל איז אסור. אויף דעם האט מען געדארפט אהער קומען?
דארף מען זיך באטייליגען אין א כינוס וואס דער תוצאה דערפון ווייסט קיינער נישט, האט טאקע אויס געפעלט א כינוס וואס האט גארנישט משנה געוועהן אפילו זיז כל שהוא?
אין אנדערע ווערטער זאגסטע אז זיין פראבלעם איז געווען אז ס'גייט נישט זיין צו אינטערעסאנט ? נישט דאס איז געווען מהר"אס פראבלעם מיטן כינוס!!!!..... דריי נישט דעם דאשיק. וואס זיין פראבלעם איז געווען האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש! אין נישט נאר דאס נאר גאר די אפפאזיט! מיר האט זיך געקענט דאכטן אז איך בין געווען ביי א כ"א כסליו דיננער, לויט וויפיל מאל מאט דערמאנט דארט דעם רבי'ן ז"ל.
איך האב גערעדט צו א יונגערמאן וואס פלאנט אוועקצוווארפן זיין בלעקבערי וועגן די נעכטיגע אסיפה, ער האט שוין אויסגעמעקט זיין פעיסבוק אקאונט. ס'איז זיכער אז א געוויסע פראצענט האט עס אויפגעטאן, די שאלה איז נאר וויפיל?
טעלעפאןאיך האב גערעדט צו א יונגערמאן וואס פלאנט אוועקצוווארפן זיין בלעקבערי וועגן די נעכטיגע אסיפה, ער האט שוין אויסגעמעקט זיין פעיסבוק אקאונט. ס'איז זיכער אז א געוויסע פראצענט האט עס אויפגעטאן, די שאלה איז נאר וויפיל?
וויאזוי מעקט מען אויס א טוויטער אדער פעיסבוק אקאונט?
אדרבה זאל איינער געבן אנווייזונגען ווילאנג דער ציבור איז נאך ווארעם דערצו.
די דרשה'ס זענען געוועהן ענגליש, איי עס איז דאך געוועהן דזיבוי רב, פשעווארסק רבי, סקולען רבי, רבי דן סגל, איז אויב אזוי איז דאך געוועהן נאר איין ענגלישע בעל דרשן הרב וואקסמאן, וואס הייסט די דרשות זענען געוועהן ענגליש. איז על כן וויל איך דא עפעס מסביר זיין, לאמיר זיך נישט נער'ן, די דרשות פון פשעווארסקע רבי סקולען רבי און הרב סגל, גייען נישט אריין אין די ראם פון א דרשה, זיי זענען נישט קיין בעלי דרשנים, זיי זענען ערליכע אידן מגדולי דורינו, וואס האבן זיי שוין געזאגט, הרב סגל מענטשען מיינען אז ער האט גערעט ענגליש, איי ער קאן דאך נישט קיין ענגליש, אבער לויט זיין רעדען אזוי פיל וויפיל מ'האט פארשטאנען האט עס געסאונד אין ענגליש. הרב וואקסמאן האט זיך אויף געשטעלט דריי מאהל רעדען, אלע דריי זיינע דרשות איז געוועהן ענגליש, איינס פין זיי געמישט אין אידיש. דער דזיבוי'ס דרשה איז געוועהן זייער בורינג, פון די אלע דרשות בלייבט איבער און קאפ נאר די דרשות פון הרב וואקסמאן, גייט מען טאקע אוועק מיט דעם טעם ענגליש אין מויל, כאילו "אלע" דרשות זענען געוועהן אין ענגליש, במקום לתקן אתה מקלקל.
אקעי! וואסערע ווייטע אויגן דיין רעבע האט !!!!!
אגב איין דרשה פון וואקסמאן איז געווען בלויז אידיש דאכצעך.

זר זהבדער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי
כ'האלט ער איז געווען א פלאפ ווייל ער האט נישט געקענט געבן די דרשה וואס "ער" וואלט ווען געוואלט געבן. פון זיין דרשה האט אויסגעקוקט אז מ'האט אים געהייערט צו סקארן פאליטישע פאוינטס און געבן פאליטישע קאווער פאר איינעם. ער האט אויסגעשריגן פאר א עולם פון 40,000 מענטשן, וואס אפשר 5 דערפון זענען געווען סאטמאר: די רבי ז"ל! (ווער?) אלס צו ווייסן אז ס'איז א געהעריגע סאטמארע עווענט...
ער האט דעליווערט וואס מ'האט אים געבעטן, אבער ארויסגעקומען אינגאצען נישט אין פלאץ, זיין גאנצע דרשה איז געווען תוכן-לאז. אין קורצן, א סאטמארע דרשה.
און דאס האט געגעבן א זויערע טעם פאר די איבעריגע, די געדולד האט שוין געפלאצט סיי פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש, און זיכער פאר די וואס האבן יא פארשטיינען...
יואלישזר זהבדער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי

אקעי דו מאכסט עס אביסל ערגער. רב וואקסמאן האט אויך דערמאנט דעם רבי'ן, און ס'געווען מער פון 5 סאטמארע דארט, איך בין דארט געווען מיט 5 חבירים און צוזאמען מיט מיר איז דאס גאנצע 6.

טויש דיר ניק, חוץ אויב דו רופסט דיר יואלי'ש נאכן ב"ח אדער נאך א צווייטן.
זר זהביואלישזר זהבדער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי

דאו! פינעף מיינט פינעף טויזענט.
מ'האט דערמאנט סאטמאר רב (ביינדל) אזוי ווי מ'האט דערמיינט דעם סטייפלער. דער זשיבוער האט געהאט א ארדער צו זאגן "די רבי". אראגאנץ? יא. פאליטיש (אינערליך) גיט, יא. אויך איז געשטאנען אויף זיין ליסט צו דערמיינען ציונות (פון איירופע...) און אונגארן, און חת"ס, און טיילונג. איך פארשטיי פארוואס ס'האט פאליטיש אויסגעפעלט, אבער די דרשה איז ארויסגעקומען ווי א מצה נפוחה וכפולה. איז דאס די בעסטע בעל דרשן וואס די חסידישע וועלט פארמאגט? האמיר נישט קיין חסידישע וואקסמאן?
זר זהביואלישזר זהבדער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי
כ'האלט ער איז געווען א פלאפ ווייל ער האט נישט געקענט געבן די דרשה וואס "ער" וואלט ווען געוואלט געבן. פון זיין דרשה האט אויסגעקוקט אז מ'האט אים געהייערט צו סקארן פאליטישע פאוינטס און געבן פאליטישע קאווער פאר איינעם. ער האט אויסגעשריגן פאר א עולם פון 40,000 מענטשן, וואס אפשר 5 דערפון זענען געווען סאטמאר: די רבי ז"ל! (ווער?) אלס צו ווייסן אז ס'איז א געהעריגע סאטמארע עווענט...
ער האט דעליווערט וואס מ'האט אים געבעטן, אבער ארויסגעקומען אינגאצען נישט אין פלאץ, זיין גאנצע דרשה איז געווען תוכן-לאז. אין קורצן, א סאטמארע דרשה.
און דאס האט געגעבן א זויערע טעם פאר די איבעריגע, די געדולד האט שוין געפלאצט סיי פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש, און זיכער פאר די וואס האבן יא פארשטיינען...
אקעי דו מאכסט עס אביסל ערגער. רב וואקסמאן האט אויך דערמאנט דעם רבי'ן, און ס'געווען מער פון 5 סאטמארע דארט, איך בין דארט געווען מיט 5 חבירים און צוזאמען מיט מיר איז דאס גאנצע 6.
די ווייסט וואס ער מיינט צו זאגען
פון פערציג טויזענט באטייליגע וויפיל פראצענט האבן טאקע געדארפט געבען דער סארט שפראך?
פון די סקווירא וויזניץ בעלזא גור באבוב (45) סקאליע
וואקסמאן האט אויך דערמאנט ציונות ווען ער האט גערעט פון אידישע היסטארי. איז ער אויך געווען געצווינגען ?
יא מען האט ביי די אלע דרשות אנגעזעהן אז דא איז געווען גרויס פרעשור מצד סאטמאר
צום ביישפיל האט מיר איינער געזאגט אז ביי תהילים האט מען נישט דערמאנט רב אלישיב טראץ וואס ער איז געפונט זיך יעצט אין א קריטישן מצב
אין ער איז היינט די מערסט רעספקעטירט אין די ליטווישע וועלט
איך גלייב אז זיי האבן געקרומט

דעמאקראטיעיא מען האט ביי די אלע דרשות אנגעזעהן אז דא איז געווען גרויס פרעשור מצד סאטמאר
צום ביישפיל האט מיר איינער געזאגט אז ביי תהילים האט מען נישט דערמאנט רב אלישיב טראץ וואס ער איז געפונט זיך יעצט אין א קריטישן מצב
אין ער איז היינט די מערסט רעספקעטירט אין די ליטווישע וועלט
איך גלייב אז זיי האבן געקרומט
תורת רבינו יואל לעבט און לייכט! מ'וועט נישט זאגן תהילים פאר אלישב! פארשטיינען!!!
"דער איד" האט נישט קיים פראבלעם צו באריכטן איבער אלישיב, פארשטיי איך נישט די הוהא דא.
אנשטאט הכתרה פאר סקולען רבי האבן די ליטווישע געקרוינט הרב סאלאמאן, וועט מען האט איהם אויס גערופן האבן זיי אנגעהויבען צו זינגען "ימים על ימי מלך תוסיף", וואס דאס האט בכלל נישט געשמעקט פאר רבי מלכיאל קאטלער.
רבי חיים דוד כ"ץ לויט ווי איך האב איהם אבזערווירט איז ער געזעצן ווי א יון אין דער סוכה. ער האט בכלל נישט געליכענט זיין זיץ וואס איז געוועהן אויף דער בליטשערס אונטערן ריכטיגע אויבן-אן, זיין זיץ איז געוועהן לעבען אפאר אינגערלייט.
ר' אשר לאנדא מגי"ש ישיבת כרם שלמה באבוב (48) דער וואס פירט אן דער די"ת פון יענע זייט האט זיך באטייליגט, אזוי אויך דער באבוב (48) שמש ר' אפרים בארנשטיין, ובראשם דער דיין רבי חיים יעקב טויבער (איהם האט מען נישט געזעהן אויפן סקרין אפילו פעם אחת לרגע קט).
קיינער האט נישט דערמאנט די נושא פון דער עירוב.
הרב וואקסמאן'ס רעדען איבער די נגע הציונות איז אזוי ווי סאטמאר רבי רעדען אנטקעגען נגע המחלוקות וערכאות עכו"ם
טו בי קאנטיניוד