אזא עמושינעל ארטיקעל האבעך שוין לאנג נישט געליינט זאגט מיר מיין ווייב די שבת. זאג איך איר וואס הייסט מען שמוסט סאיז א מיעוסע .ארטיקעל. זאגט זי זי האט נישט קיין אנוג וואס איך רעדט וואס זאל איך ענק זאגען.איך האבעס אויך געליינט סאיז א פיינע ארטיקעל איך פארשטיי נישט די ויצעקו סארי יוסלע
די בלאט לעבט אויף בלוט
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3154
בלאט: 1 2
שלום-חברשוין ענדליך האב איך א בלאט.
איך קויף כמעט נישט קיין צייטונגען נאר ווען מיין ווייב ברענגט אהיים אמאל אמאל, היינט האב איך איר יא געבעטן ברענג אהיים א צייטונג, בלאט און איד ווייל איך האב געוואלט ליינען דעם סקאנדאל.
וועגען דעם צייטונג לאמיך נאר זאגען אזויפיל, מען קען זיך טענה'נען טויזנט יאהר און עס וועט אלס בלייבן טויזענט דעות ווי אזוי מען זאל שרייבען פון שוואנגערדיגע מאמעס און קינדער. וויפיל מען זאהל זאגען פאר קינדער און וויפיל באהאלטן פון זיי. דאס בלייבט א וויכוח ביז משיח וועט קומען
וועגן דעם בלאט, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז נישט נאר דער בלאט איז קינדיש און ליגענעריש, נאר אויך קאווע שטיבעל.
איך האב געליינט דא אז די בלאט לעבט פון בלוט, האב איך געווען זעכער אז אז עס שטייט דארט אז אלעס קומט צוליב די עבירות פון "יאנטי" גלויבער אדער פון יצחק זילבערשטיין, אדער אפשר גאר אז נאכדעם וואס מען האט מודיע געווען פאר די עלטערן, באבעס, האט איינער פון גרויס צער ארומגעלאפן מיט פליי עי קייט אין די האלבע שטאט.
עטס זענטס אויך דא אלע א באנדע קינדער. איינער שרייט, און יעדער שרייט נאך.
איך האב אפגעליינט דעם בלאט, איך ווייס נישט וואס איר ווילט. איינער שרייבט דא אז פון די נפטרים האט מען כמעט גארנישט באשריבען.
אן אפענער ליגענט, איך זעה דארט זייער שיין באשריבען ביידע נפטרים, אויך די טאטעס זענען זייער שיין באשריבען, אויך ר' יום טוב גלויבער איז זייער שיין ארויס געברענגט לשבח ווי געטריי ער איז פאר ר' חיים יהושע'ס קהלה און מוסדות!
פון ווען אן האט איינער פארלאנגט אז דער בלאט זאל שרייבן פון א הספד פון ר' זלמן לייב'ן? האט דער איד שוין אמאל געשריבן פון א הספד פון ר' אהרן? האט דער איד שוין אמאל געשריבן אז א לוי' איז פארגעקומען ביי הופער?
יעצט וועגען דעם ארטיקעל וואס יאסעלע מיט מאראנעצעןזאפט פארפירען אזוי, יעדע זאך איז א מעטער אף טעיסט, איך קען דא נישט מחולק זיין מיט אנדערע, אבער מיר האט זיך געגאסען טרערן בשעת'ן ליינען דעם ארטיקעל אן אויפהער. איך האלט אויך נישט אז מען דארף אזוי אריינגיין פריוואט אין יענעם, אבער נאכען ליינען דא די ויצעקו האב איך געמיינט עס איז פיל ארגער, במילא ווען איך האב געליינט האב איך מיר נאר געוואונדערט ווי די "גוד סטאף" איז און נישט געטראפען..
איך האב שוין געפרעגט די פראגע פריער, איז אמת אז די משפחה ברויזט אזוי? אפשר זאגט מיר איינער ווען האבן די משפחות געהאט צייט צו ליינען דעם בלאט וואס איז ארויסגעקומען מסתמא ערגעץ דאנערשטאג פארמיטאג און א גאנצמען טאג האט מען זיכער געשטראמט צו ניחום אבלים, ווען האבן זיי געהאט צייט צו ליינען ביז צען ביינאכט ווען יאסלע האט געשריבן זיין ערשטע מחאה נמרצה?
איך פארשטיי אויך נישט דעם ויצעקו מיט יאנטי. איך קען אידען מיט ווייסע בערד וואס מען רופט זיי יאנקעלע, הערשי, איצא, מענדי, הערשי, שימעלע, שייעלע. סתם א בראטעל.
און צו דעם איינעם חכם דא וואס שרייבט אז שרייבען יאנטי איז אים באצייכענען ווי א שלמה'לע רייזמאן, אויב איז איינער א רשע, ביזטו דער רשע. די מיינטס אז שלהמה רייזמאן אדער דאס בלוט פון זיינע עלטערען איז יא הפקר?
קיינער זאגט נישט אז דער ארטיקל איז נישט א מעסטער פיעס, עס איז אבער א רשעות פון א מעסטער פיעס אזוי אריינצוטרעטן אין רשות היחיד פון די משפחות הכואובות.
וועגן רופן יאנטי מאכט קיינער נישט קיין ויצעקו, עס איז ווייטער לפי הנ"ל אז דער בלאט איז ביליג טעבלאויד סטייל. זאג, האסטו שוין אמאל געזען א מזל טוב אדער ניחום אבלים פאר איינעם מיט זיין נאמען וויאזוי מ'רופט אים? האסט שוין געזען א באגריסונג אמאל פאר "מושי", אדער "יאנקי", אודאי נישט, אין א צייטונג קומט נישט צו שרייבן יענעם'ס נאמען וויאזוי זיינע נאנטע רופן אים, אין א טעבלאויד אודאי געוויס יא. חוץ ביי איינעם וועם איך האב געזען אז דער בלאט רופט אים יא אזוי, און דאס איז שלמה'לע רייזמאן, און אויף דעם איז ארויף מיין קשיא צי דער ר' יום טוב גלויבער האט אזא דין ווי דעם שלמה'לע.
נ.ב. איך האלט אז ס'איז אומיושר צו באטיטלן גאנץ קאווע שטיבל אלס ליגענט ווייל דו האסט דיך אנגעטראפן מיט דעם אשכול וואס איז נישט געשריבן געווארן לויט דיין גייס. נאכדערצו ביי די 2'טע תגובה.
ווידער הער איך אז רוב פון די שטיקלעך זענען שקר אויך
Re: די בלאט לעבט אויף בלוט
איך האלט אז דער יוד לעבט אויף בלוט, זיי האבן די עיקר גאמאכט די טראגעדיא פאר זייער וועגן, אופן דעקל האבן זיי געלייגט צוויי גרויסע פיקטשערס פון זייער בתי מדרשים )אינעטן די בילדער זעט מען אביסל די מענטשען) און שפעטער אין די ארטיקעל האבן זיי געלייקט די פיקטשער פון די קברים האבן זיי זיכער געמאכט אז מ'זעהט די מצבות פון ארום.
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

יעדער שרייבט איך ליין נישט 5 יאר צו רוב מאל
איך וועל ענק זאגן איך זעה דער איד און די בלאט יעדע וואך .
דער בלאט איז קינדעריש {שוין געמאכט אן אשכול דערפאר} און דער איד איז רשעות נוסח וומ"ס עדיטאט,
איך גרויל מיר נאך פון די צייטן וואס עפעס א גט אין שטאט איז געווארן עדווערטייזט אין דער איד אלץ פסול, וואך איין וואך אויס, וויפיל רשעות ליגט אונטער דעם?!
נאך עני טיים אזוי פיל טפשות ווי אין די בלאט'ס עד קעגן די פסולע סידור קידושין'ס !
און לענינינו איז דער ארטיקל אין דער בלאט זייער גוט אראפגעלייגט נאר זייער קינדעריש כדרכם אבער בלוט און רשעות גיוו מי עי ברעיק
ווילסט שרייבן לויט דיינע פארטייאישע געפילן שרייבס זיי מוחל מיטן פילן מויל, מיין נישט קיין אידישקייט און מענטשליכקייט, עס איז נישטא ביי ביידע פארטייען
עס איז אלעס ארום זייערע אינטרעסן
נאר דער איד וויל זיין דער העכערע און פרומערער צייטונג, טוט עס אסאך מאל די ארבעט פאר א פאר פונסטערע פארפרומטע עלעמענטן. און דאס איז רשעות און בלוט זויפעריי/לויפעריי

שכח יוסעלע פארן דעליווערן אפאר פרישע (?) ניק׳ס אהער..
א טרויער פון וואלקן!!
יא, אט דאס גענוי האט זיך אראפגעלאזט אויף די קרית יואל'ער איינוואוינער וועלכע טרויען אינאיינעם מיט גאנץ כלל ישראל נאך דער ביטערער פארלוסט פון א נפש נקי וצדיק הבה"ח ? הירש ע"ה.
צי דעם איז געוויס מיטגעקומען אז די הימלען האבן פארכלופעט אין א יאמערליך געוויין, די שטיינער זענען צוגאנגען פון גרויס צער, און די טייכן זענען פארוואנדעלט געווארן אין זוידיגע טרערן.
אבער וואס איז דאס א טרויער פון וואלקן?
מיר ווייסן אויך נישט! אבער אז אזוי שרייבט דער בלאט, וועלן מיר זיי דען חושד זיין מיט א ליגנט. געוויס עקזיסטירט אזא זאך, און געוויס האט דאס דערגרייכט ק"י דעם פארגאנגענעם פרייטאג.
ווען דער שרייבער זאל ווען מיטקלאגן און מיטוויינען מיט'ן אמת'ן צער וואס יעדעס אידישע נשמה שפירט מיט מיט די חשוב'ע עלטערן וואס דארפן נעבעך זיך אפגעזעגענען פון א ליבן קינד, וואלט ער לכאורה געשריבן אז 'א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט', - דעם ביטערן ווארהייט.
נאר אז אלעס איז מצוות אנשים מלומדה, בבחינת 'קלישעי' ווי די עליטע דא וואלטן עס גערופן (משכיל, געפילטע, און יאיר), און מ'קראצט אפיר אפאר מתושלח סלאגאנען אבי יוצא צו זיין; דעמאלט בלייבט פאר אונז זיך צו ספראווען מיט א 'וואלקן פון טרויער' אויף דער 'טרויער פון וואלקן'!

פיינע קאוועיאסעלע וואסער טרעגער
איך גלייב נישט אז דו האסט גערעדט מיט א שוואגער. איך האלט אז דו ארבייסט אין איד אפיס און דיין שנאה איז מקלקלת את השורה ממילא קומסטו אהער באשמיצען א צווייטען איד און זיין ביזנעס.
ווען דער איד באשמיצט וואך איין וואך אויס אידן נישט פון דיין פארטיי זעה איך נישט זאלסט עפענען א שרייעדיג קעפל אז מען איז שופך דם
אוי טאטי. דאס וואס די זענסט דא מיינט נישט גארנישט. גיי אין גראסערי וועסטו געוואויר ווערן.
איך מיין אז אויב די וועסט איבערגייןצאלע זיינע לעצטע 150 תגובת וועסטו גרינג קענען באשליסען צו יוסעלע ארבעט פאר די איד אפיס
אלטס א שטענדיגער ליינער פין די בלאט פיל א חויב מעורר זיין איבער די נערישע קינרערשיע ארטיקל איבערי טראגעדיע רח"ל. וויל איך פרעגן ידידנו אין שטיבל וואס זאל איך טוישן די וואך אלעס א יודש רעדיניגע ? דער איד? די צייטאנג? אלגעמיינער? שטערן מצליח? אין אזוי ווייטער
קענסט ווייטער ליינען די בלאט עס איז אקעי...
ווער עס פארשטייט נישט וואס עס איז ראנג מיט די בלאט׳ס ארטיקל דער זאל ווייטער ליינען און פאר אים איז טאקע די ארטיקל געמאכט געווארן.

אנטשלדיגט יוסאלע די ענפערסט פאר די ליינסט מיין שאלה נאט פראפיר
ער איז אזוי ברוגז אז ער מאכט ניטאמאל צייט צו ליינען
דער בלאט ציעלט צו ליינער וואס זענען "יענטעס", און נישט סתם יענטעס נאר "שלעכטע" יענטעס, וואס ווי יאסעלע זאגט "לעבן אויף בלוט" (געווענליך איז עס מער שכיח ביי די עזרת נשים),
זיי זוכן במכוון צו אהערשטעלן זייער פאפיר אלס דער "טעבלויד" פון חסידישע צייטונגען, אלעס איז שרייעדיג, גראב, דעקן אלעס אויף א ווייבערישע יענטערישע מהלך,
כעל אראפלייגן דער טיפישער קאסטאמער וואס האט זיך באלעקט מיט דעם בלאט געמיינעם אריטקל,
דאס איז דער מענטש וואס גייט מיט גרויסע אפענע אויגן אויפן גאס, גראסערי, שול,
באמערקט אלעס, זעהט אלעס, האט ארויס די היסטאריע נאטורן, מצבים, פון יעדן מענטש העובר תחת השבט
טאג און נאכט איז ער נאר ביזי מיט יענעם,
האט שרעקליך רחמנות אויף יעדן איינעם'ס צרות,
קייעט דורך אלע פריוואטע ענינים פון שכנים, זייערע משפחה היסטארי ביז 10 דורות, קינדער איידימער זיידעס באבעס,
ביים שבת טיש ווועט ער/זי שטענדיג רעדן ווער ס'האט זיך גע'גט, ווער ס'האט "באמישע" קינדער,
פארשטייט זיך יעדע דריטע ווארט איז "נעבעך",
"נעבעך" איז די מעדשיק ווארט וואס כשר'ט אלעס,
"נעבעך" אהער "נעבעך" אהין,
וואס מאכט "נעבעך" פרידמאנס דריטע טאכטער "נעבעך" זיי האבן געהאט "נעבעך" שווערע שלום בית "נעבעך"
איר שוואגערס פרנסה איז "נעבעך" נישט אזוי איי איי איי "נעבעך" מהאט "נעבעך" געמאכט א טיי אווענט "נעבעך"
יוי!!! "נעבעך" וויפיל אידישע צרות "נעבעך"
"נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך"
און ווען איינער פרעגט זיי הלמאי וואס גייט דיך אן וואס טוט זיך ביי יענעם'ס קישקעס,
קומט גראד א אויספלאץ, מיט די תנועה
"נעעעעעעבעעעעעך" "איך שוין זיי אזוי שטארק",
פארשטייסט ער איז גאר דער בעל רחמנות,
אטער דער קורצקיפיגער יענטע האט זיך באלעקט מיט דעם ארטיקל מיט צוויי לעפלעך,
פארשטייט זיך מ'האט געהאלטן א טישו און זיך געווישט די אויגן נאך אויך,
און נאכן עס אפליינען האט מען נאך געגעבן א גרויסע קרעכטס
"יוי!!!!! נעבעעעעעעעך!!!!!"
צו דעם צילט דער בלאט,
פעך!!!

איך האב איין זאך צו צולייגען צו דעם ארטיקעל
קינדער צוריק און חדר אריין די מלמד איז צוריק פון ריסעס
קינדער צוריק און חדר אריין די מלמד איז צוריק פון ריסעס
שלום-חברשוין ענדליך האב איך א בלאט.
איך קויף כמעט נישט קיין צייטונגען נאר ווען מיין ווייב ברענגט אהיים אמאל אמאל, היינט האב איך איר יא געבעטן ברענג אהיים א צייטונג, בלאט און איד ווייל איך האב געוואלט ליינען דעם סקאנדאל.
וועגען דעם צייטונג לאמיך נאר זאגען אזויפיל, מען קען זיך טענה'נען טויזנט יאהר און עס וועט אלס בלייבן טויזענט דעות ווי אזוי מען זאל שרייבען פון שוואנגערדיגע מאמעס און קינדער. וויפיל מען זאהל זאגען פאר קינדער און וויפיל באהאלטן פון זיי. דאס בלייבט א וויכוח ביז משיח וועט קומען
וועגן דעם בלאט, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז נישט נאר דער בלאט איז קינדיש און ליגענעריש, נאר אויך קאווע שטיבעל.
איך האב געליינט דא אז די בלאט לעבט פון בלוט, האב איך געווען זעכער אז אז עס שטייט דארט אז אלעס קומט צוליב די עבירות פון "יאנטי" גלויבער אדער פון יצחק זילבערשטיין, אדער אפשר גאר אז נאכדעם וואס מען האט מודיע געווען פאר די עלטערן, באבעס, האט איינער פון גרויס צער ארומגעלאפן מיט פליי עי קייט אין די האלבע שטאט.
עטס זענטס אויך דא אלע א באנדע קינדער. איינער שרייט, און יעדער שרייט נאך.
איך האב אפגעליינט דעם בלאט, איך ווייס נישט וואס איר ווילט. איינער שרייבט דא אז פון די נפטרים האט מען כמעט גארנישט באשריבען.
אן אפענער ליגענט, איך זעה דארט זייער שיין באשריבען ביידע נפטרים, אויך די טאטעס זענען זייער שיין באשריבען, אויך ר' יום טוב גלויבער איז זייער שיין ארויס געברענגט לשבח ווי געטריי ער איז פאר ר' חיים יהושע'ס קהלה און מוסדות!
פון ווען אן האט איינער פארלאנגט אז דער בלאט זאל שרייבן פון א הספד פון ר' זלמן לייב'ן? האט דער איד שוין אמאל געשריבן פון א הספד פון ר' אהרן? האט דער איד שוין אמאל געשריבן אז א לוי' איז פארגעקומען ביי הופער?
יעצט וועגען דעם ארטיקעל וואס יאסעלע מיט מאראנעצעןזאפט פארפירען אזוי, יעדע זאך איז א מעטער אף טעיסט, איך קען דא נישט מחולק זיין מיט אנדערע, אבער מיר האט זיך געגאסען טרערן בשעת'ן ליינען דעם ארטיקעל אן אויפהער. איך האלט אויך נישט אז מען דארף אזוי אריינגיין פריוואט אין יענעם, אבער נאכען ליינען דא די ויצעקו האב איך געמיינט עס איז פיל ארגער, במילא ווען איך האב געליינט האב איך מיר נאר געוואונדערט ווי די "גוד סטאף" איז און נישט געטראפען..
איך האב שוין געפרעגט די פראגע פריער, איז אמת אז די משפחה ברויזט אזוי? אפשר זאגט מיר איינער ווען האבן די משפחות געהאט צייט צו ליינען דעם בלאט וואס איז ארויסגעקומען מסתמא ערגעץ דאנערשטאג פארמיטאג און א גאנצמען טאג האט מען זיכער געשטראמט צו ניחום אבלים, ווען האבן זיי געהאט צייט צו ליינען ביז צען ביינאכט ווען יאסלע האט געשריבן זיין ערשטע מחאה נמרצה?
איך פארשטיי אויך נישט דעם ויצעקו מיט יאנטי. איך קען אידען מיט ווייסע בערד וואס מען רופט זיי יאנקעלע, הערשי, איצא, מענדי, הערשי, שימעלע, שייעלע. סתם א בראטעל.
און צו דעם איינעם חכם דא וואס שרייבט אז שרייבען יאנטי איז אים באצייכענען ווי א שלמה'לע רייזמאן, אויב איז איינער א רשע, ביזטו דער רשע. די מיינטס אז שלהמה רייזמאן אדער דאס בלוט פון זיינע עלטערען איז יא הפקר?
איך קוק אויך אן אזוי די גאנצע סומעטאכע, מיר קוקט אויס ווי א געוויסע קרייז וואס קאסט זיי בלוט דער בלאט'ס עקזיסטענץ אין זענען שוין ווי באקאנט פארנומען מיום הווסדה איר צו באשמיצען, אין מען קער רואיג אריינטראגען דעם אשכול אין דער צענטראלע בלאט אשכול, איך האב געזעהן די וואך די נייעס אין איד ווי זיי זענען מלא שמחה אז די לוי איז געווען ביי זייער שוהל אין אויפן דעקל איז געווען א בילד פין די שוהל אנשטוט לייגן א בילד פונעם עולם..., חוץ באשרייבן מנחם מנדל'ס גזמאות אין התעוררת ווי שווער די פרימארגען האט אויפגעשיינט אין א פעיזש פול מיט גראמען אין פארשטייט זיך די הספד פין רבי'ן אדער א ריזיגער קעפל וואס משה דוד נידערמאן האט געטראכט, איז סתם געבלאזען מיט ווי מער קעפלעך, (אינטערסאנט אז דער בלאט טרינקט בלוט ווען זיי שרייבן נישט אז מהרז''ל האט מספיד געווען אבער ווען דער איד באשרייבט די פרעס קאנפרענס שרייבן אויך נאר וועם זיי ווילן ער זאל האבען גערעדט) נו אז דער בלאט דעקט אזוי גיט אין דער איד אזוי פערדיש אוודאי קאסט עס בלוט, אין אגב וועגן די בילדער פין די עקסידענט האב איך גראדע הנאה געהאט פין די בלאטס פאליסי בשעת דער איד האט געלייגט ווי מער בילדער,
גאלדדער בלאט ציעלט צו ליינער וואס זענען "יענטעס", און נישט סתם יענטעס נאר "שלעכטע" יענטעס, וואס ווי יאסעלע זאגט "לעבן אויף בלוט" (געווענליך איז עס מער שכיח ביי די עזרת נשים),
זיי זוכן במכוון צו אהערשטעלן זייער פאפיר אלס דער "טעבלויד" פון חסידישע צייטונגען, אלעס איז שרייעדיג, גראב, דעקן אלעס אויף א ווייבערישע יענטערישע מהלך,
כעל אראפלייגן דער טיפישער קאסטאמער וואס האט זיך באלעקט מיט דעם בלאט געמיינעם אריטקל,
דאס איז דער מענטש וואס גייט מיט גרויסע אפענע אויגן אויפן גאס, גראסערי, שול,
באמערקט אלעס, זעהט אלעס, האט ארויס די היסטאריע נאטורן, מצבים, פון יעדן מענטש העובר תחת השבט
טאג און נאכט איז ער נאר ביזי מיט יענעם,
האט שרעקליך רחמנות אויף יעדן איינעם'ס צרות,
קייעט דורך אלע פריוואטע ענינים פון שכנים, זייערע משפחה היסטארי ביז 10 דורות, קינדער איידימער זיידעס באבעס,
ביים שבת טיש ווועט ער/זי שטענדיג רעדן ווער ס'האט זיך גע'גט, ווער ס'האט "באמישע" קינדער,
פארשטייט זיך יעדע דריטע ווארט איז "נעבעך",
"נעבעך" איז די מעדשיק ווארט וואס כשר'ט אלעס,
"נעבעך" אהער "נעבעך" אהין,
וואס מאכט "נעבעך" פרידמאנס דריטע טאכטער "נעבעך" זיי האבן געהאט "נעבעך" שווערע שלום בית "נעבעך"
איר שוואגערס פרנסה איז "נעבעך" נישט אזוי איי איי איי "נעבעך" מהאט "נעבעך" געמאכט א טיי אווענט "נעבעך"
יוי!!! "נעבעך" וויפיל אידישע צרות "נעבעך"
"נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך"
און ווען איינער פרעגט זיי הלמאי וואס גייט דיך אן וואס טוט זיך ביי יענעם'ס קישקעס,
קומט גראד א אויספלאץ, מיט די תנועה
"נעעעעעעבעעעעעך" "איך שוין זיי אזוי שטארק",
פארשטייסט ער איז גאר דער בעל רחמנות,
אטער דער קורצקיפיגער יענטע האט זיך באלעקט מיט דעם ארטיקל מיט צוויי לעפלעך,
פארשטייט זיך מ'האט געהאלטן א טישו און זיך געווישט די אויגן נאך אויך,
און נאכן עס אפליינען האט מען נאך געגעבן א גרויסע קרעכטס
"יוי!!!!! נעבעעעעעעעך!!!!!"
צו דעם צילט דער בלאט,
פעך!!!
גאלד
מיין מיינונג איבער די גאנצע בלוט געגיסאכטס סוטמאכע איז,
אז אויב עס איז טאקע נישט געווען מיט רשות פון ביידע משפחות, איז עס טאקע א עון בל יכופר.
גערעכט צי נישט אויב עס טוט וויי איינער פון די אויבנדערמאנטע משפחות און אזא הייקעלע צייט איז עס א בלוט געטרינקאטץ אויפן העכסטו פארנעם,
חוץ פון די שטוינענדע אומעטישקייט ארויסצילייגן אזעלכע פריוואטע אינפארמאציע אהן קיין רשות.
אבער איך האף און איך גלייב אז עס איז יא געווען בידיעת וברשות המשפחה,
(יאסעלע וואס זאל איך טוהן אז פון דיין שרייבן און ק"ש אז די ווייסט פאר א פאקט, לאזט זיך מיר נישט גלייבן אז די בלאט איז באגאנגען אזא פרעכע גרויליגע אקט)
און אודה ולא אבוש אז עס איז מיר געגאסן טרערן בשעת'ן ליינען, אבער עם כל זה האלט איך אז עס איז א אומאויסגעהאלטענע ביליגע סארט דזשורנאליזים,
לייגען בילדער פון די טויטע וואלט געברענגט מער טרערן און מיינע אויגן, נישט אלעס איז אויסגעהאלטן ווייל עס איז "מעסטער פיעס"
( פאר די אלע וואס האלטן אזוי שטארק פון די מעכטיגע שטיקל וואס אנדערע צייטונגען קענען פשוט נישט אהערשטעלן ווי די געלונגענע בלאט,
זאל אביעקטיוו אריינטראכטן צי ווען עס געלונגט זיי יא אהערצישטעלן אזא מעכטיגע ארטיקל און עס ליגט אויפן טיש פון די רעדאקציע פונעם איד אדער צייטונג ,און איך גיי אזוי ווייט אפילו די שטערן,
האלט איר אז די ארטיקעל וואלט באקומען די אפראוומענט פון די רעדאקציע??? איך בין קאנווינסד אז נישט!! )
איך פארשטיי די פראבלעם פון די בלאט זיי פלעגן זיין די וואס פלעגן איינעמען די גאס ביי אלע גרויסע פאסירונגען מיט זייער שרייעדיגע ארבעט,
און זייט די איד האט זיך ארויפגעארבעט האבן זיי נישט מיט וואס ארויסצישיינען, האבן זיי געמוזט אויפקומען מיט נייע ווילדע געדאנקען.
גראדע אז מען רעדט שוין, מיר איז אויך געווען זייער אויפאלענד די איד'ס קעפל וואינדערענדיג ווי זענען די מעכטיגע בילדער פון די לווי'?
ביז איך האב געכאפט אז עס דארף זיין א סוקסעס פאר זיי, אז די אומגעקומענע געהערן נעבעך צי זייער פארטיי, עס אוז אונזערס, (דאס איז חוץ פון דעם וואס די דעקעלעך און די איד דארף בכלל א תיקון און עס איז פון די שוואכסטע זאכן און דעים צייטונג נאך די אומבאלומפערטע קינדער אפטיילונג, הן די גראפישע אויסלייג און הן די העדליינס און ועל כולם די אבנארמאלע גרויסע בילדער ואכמ"ל)
אבער בכלליות איז די וואך א גוטע מבחן צווישן די צווייי צייטונגען בעת די איד מאכט א גוטע פערפעקטע ארבעט פראפעסיניעל געשריבען איז דער בלאט געגאנגן צום נידריגסטן שטאפל ווי סיי ווען.

לדעתי איז דא נישט קיין רציחה און נישט קיין יענטישקייט און נישט קיין ערנסטע בלוט פארגיסונגען. עס איז ביזנעס עס יוזושעל. יעדער וויל פארקויפן וואס מער עקזאמפלארן. און פאר דעם טוט מען וואס עס לאזט זיך, אבי מ'זאל פארקויפן א קאפיע מער.
איך קען נישט קיין איין אידישע צייטונג וואס פארמאגט "פאליסיס" און האלט זיי איין ערליך. ניין.
די פאליסיס וועלכע ווערן געהאלטן היינט, ווערן געווענליך געבראכן מארגן.
1) איך געדענק ווען א געוויסע צייטונג האט געהאט א פאליסי נישט צו לייגן קיין בילדער פון קיין מענטשן אונטער קיין שום אומשטענדן. היינט האט די צייטונג מער נישט די פאליסי. האט עפעס פאסירט?
2) איך געדענק ווען א געוויסע צייטונג האט געהאט א פאליסי אז קיינער טאר נישט האבן דעם טיטל "הגאון הקדוש" אדער "רבינו הקדוש" וכו', היינט קען יעדער שרייבן אויף זיין רעבעלע וועלכע טיטלען עס שמעקט אים. האט עפעס פאסירט?
3) אמאל פלעגט א געוויסע צייטונג נישט דעקען קיין שום דינערס/מסיבות פון אנדערע קלענערע קהילות אין וויליאמסבורג, און אויב יא איז עס געווען די סייז ווי א קלאסיפייד. היינט האט זיך דאס געביטן און מ'שרייבט צענדליגער בלעטער. האט עפעס פאסירט?
יאנטי שמאנטי, בערל אדער שמערל, מ'שרייבט וואס עס לאזט זיך אז ווי מער זאלן עס קויפן - צי עס העלפט ווייס איך נישט, אבער דאס איז זעט מען אז דער קאמפעטישאן איז שטארק צוקלאפט.
ווען ס'וואלט געווען פארקערט, וואלטן די זעלבע טענות געווען נאר פון אנדערע מענטשן(!)

איך אגרי מיט אלעם דא אבער ס'מאכט מיך אזוי נערוועז די איינגעבויגענע דעקל פונעם איד. איך קען זיי נישט פארשטיין מען ברויך דאס צו ליינען עקסטער, ארומדרייען. וויאזוי. יעדע וואך רעגט עס מיך עקסטער אויף דריי שוין צוריק דעם דעקל
נאך די שוידערליכע בלוט פארגיסונג זעה איך נאך א נידריגע ארבעט פין די בלאט ביים ליינען די ארטיקל, וועגן די וואס קומען צו לויפן כאפען בילדער אין די וואס בלאקירן צו הצלה, אוודאי פארגיסט דער בלאט 'בלוט',
אגב, איך האב נישט געליינט קיין איינע פין די צייטונגען, נאר די חלק פינעם בלאט וויאזוי מ'האט פארציילט...איך האב גע'בוכה'ט ווי א קינד, עס האט ציריסן אלע אברים
ישר כח פאר א גיטע ארבייט
ישר כח פאר א גיטע ארבייט
נאטרוליסטאיך קען נישט קיין איין אידישע צייטונג וואס פארמאגט "פאליסיס" און האלט זיי איין ערליך. ניין.
די פאליסיס וועלכע ווערן געהאלטן היינט, ווערן געווענליך געבראכן מארגן.
1) איך געדענק ווען א געוויסע צייטונג האט געהאט א פאליסי נישט צו לייגן קיין בילדער פון קיין מענטשן אונטער קיין שום אומשטענדן. היינט האט די צייטונג מער נישט די פאליסי. האט עפעס פאסירט?
די זעלבע צייטונג האט געהאט א תקנה פון זייער מייסד רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז אויף די ערשטע פעידזש מוז זיין מינימום צוויי ארטיקלעך בגנותו פון מדינת ישראל (כעדותו של ר' בערל פר"מ ערשטער רעדאקטער פון יענע צייטונג)
שוין יארן וואס מ'האלט נישט די תקנה
ווי קען מען פארלאנגען איינצוהאלטען א תקנה פון אזויפיל יאר צוריק? גענוג מהאלט איין די תקנה פון נישט לאזן בחורים גיין צו חתונות אדער נישט זאגען ח"ו דברי תורה שושן פורים. וויפיל קען מען זיך איינהאלטן?
נאטרוליסטלדעתי איז דא נישט קיין רציחה און נישט קיין יענטישקייט און נישט קיין ערנסטע בלוט פארגיסונגען. עס איז ביזנעס עס יוזושעל. יעדער וויל פארקויפן וואס מער עקזאמפלארן. און פאר דעם טוט מען וואס עס לאזט זיך, אבי מ'זאל פארקויפן א קאפיע מער.
אמת, יעדער וויל פארקויפן ווי מער קאפיעס. אבער נישט יעדער טוט וואס ס'לאזט זיך צו דערגרייכן דעם ציהל! זעהסט? נאר איין געלער טאבלויד וועט טון אלעס צו פארקויפן נאך א קאפיע.
פיינע קאוועווי קען מען פארלאנגען איינצוהאלטען א תקנה פון אזויפיל יאר צוריק? גענוג מהאלט איין די תקנה פון נישט לאזן בחורים גיין צו חתונות אדער נישט זאגען ח"ו דברי תורה שושן פורים. וויפיל קען מען זיך איינהאלטן?
א געלט אקציע פאר טוב וחסד שושן פורים איז שוין מותר געווארן היי יאר, אפשר וועט מען נאך א ביסעל שוין מעגן זאגן תורה אויך
זר זהבנאטרוליסטלדעתי איז דא נישט קיין רציחה און נישט קיין יענטישקייט און נישט קיין ערנסטע בלוט פארגיסונגען. עס איז ביזנעס עס יוזושעל. יעדער וויל פארקויפן וואס מער עקזאמפלארן. און פאר דעם טוט מען וואס עס לאזט זיך, אבי מ'זאל פארקויפן א קאפיע מער.
אמת, יעדער וויל פארקויפן ווי מער קאפיעס. אבער נישט יעדער טוט וואס ס'לאזט זיך צו דערגרייכן דעם ציהל! זעהסט? נאר איין געלער טאבלויד וועט טון אלעס צו פארקויפן נאך א קאפיע.
מיינסט זיכער די צייטונג וואס שימפט און שעלט אנדערע אידן וואס קומען פון זעלבן חדר, וויבאלד דאס איז וואס זייערע קאוסטמערס פארלאנגען?
היסטאריקער מאך דיר נישט נאריש (ביזט צו אלט פאר דעם), איר פארשטייט פונקטליך וואס איך מיין.
אוודאי פארשטיי איך
איך וויל די זאלסט דיך נאריש מאכן, פאפ דיך נישט אליין, ענדערש הינדערט נארישקייטן ווי איינמאל טשעפען א צווייטן איד

דו טשעפעסט דעם איד, נישט איך
בלאט: 1 2