☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'

די מעלות אין חסרונות פון געהערן צו א קרייז, קהילה, וכדו'

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6598
בלאט: 1 2

שרייבער » מאנטאג יוני 16, 2014 5:58 pm

· #206292
אפשר ביסטו אזוי גוט און דו ביסט מסביר בפרטיות מיט משלים וואס דו מיינסט, ווייל בהשקפה ראשונה זע איך נישט קיין פראבלעם מיט דעם אויך נישט ביי רוב נארמאלע חסידות'ער, אדרבה לאמיר הערן געב משלים

ראש הישיבה » מאנטאג יוני 16, 2014 11:54 pm

· #206329
שרייבער
ס'איז א חילוק פון 'באלאנגען צו א קרייז', אדער 'זיך לאזן הרג'נען פאר א קרייז'

אדער הרגנן יענעם פאר א קרייז 😕 😕

דריידל » דינסטאג יוני 17, 2014 12:19 am

· #206333
מצטמק ויפה
שרייבער, ענדליך רעדט שוין איינער מיין שפראך. דער עולם האט אנגעפירקעלט דעם אשכול בנוגע דעם גשמיות'דיגע חלק פון באלאנגען צו א קרייז, וואס דאס איז נישט געווען עכט מיין מטרה פון עפענען דעם אשכול ( איך בין אליין שולדיג פאר זיך נישט גוט ארויסברענגען) מיין נושא איז בעיקר די חלק הרוחניות, וואס די מציאות ווייסט אז די וואס האבן א מנהיג, מורה דרך, שטייען בעסער ווי די אנדערע. און ניין עס האט נישט מיט גיין צו טישן דווקא, אדער באצאלן מעמבער שיפ, און כאפן שיריים, עס איז סאך הכל איין זאך; די האסט א מורה דרך וואס ווייזט דיך דיין וועג און מיט איהם שמוסט מען זיך דורך.
און אויף דעם האב איך געשטעלט מיין פראגע, וואס מאכט אויס צו איך האב יא א מנהיג צו נישט? ועוד וועלכע שאלות פרעגט מען א מנהיג?
איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל פארן נישט גוט מסביר זיין.


די דארפסט טוישן דעם קעפל צו "די מעלות און חסרונות פון האבן א מורה דרך". מ'קען האבן א מורה דרך אן געהערן צו א קרייז (וכן אני נוהג) און מ'קען געהערן צו א קרייז אן האבן א מורה דרך, כמנהג סאטמאר
בלאט: 1 2