☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #6559

אשכול אן א טיטל #6559

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6559
בלאט: 1 2 3

יין שרף » מיטוואך יוני 11, 2014 12:13 pm

· #205496
געגאנגן


ביז זיי קענען אפילוי נישט וואוינען דארט,
נאר ביי די טעראפיסט אליינס. למעשה עפ"י פקודת ר' מאטל פון סטוטשין, האט ער שטארק געפאדערט אז די מיידלעך זאלן ארויסגיין פון זייער הויז, וכך הוה,

פונקליך פון ווי האט ר' מאטל געוואלט זיי זאלן ארויסגיין? פון זייער הויז אדער פון די טערעפיסט'ס?


זיי האבן זיך געצויגן קיין פלעטבוש, אליינס און א בעיסמענט.........................

מה עשה הקב"ה, האריקעין סענדי האט חרוב געמאכט דעים בעיסמענט,
צוויי מיידלעך אליינס און פלעטבוש, וואס טוט מען ווייטער?
הקב"ה - רחמיו על כל מעשיו האט זיי צוגעשטעלט א איד פון פלעטבוש, א גאר טייערע איד, האט זיי אריינגענומן, זיך אפגעגעבן מוט א וואונדערבארע איבערגעגעבנקייט.

די איבריגע מעשה האט מען שוין מיטגעהאלטן, אויך האט מען דעים איד אויך געשפיגן און פנים...
כהיום ווייס איך נישט פארוואס נאך אזוי פול טעראפי, און אויך ממש געוואוינט ביי די טעראפיסט,
וואס האט עס אויפגעטון אויף די מיידלעך, ווי האלטן זיי אויפן וועלט... ואכמ"ל.

וואס איז די איבריגע מעשה? און ווער האט דעם איד געעשפיגן אין פנים?

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 12:40 pm

· #205501
1. פון די טעראפיסט

2. די איבריגע מעשה איז אז זי איז א כלה געווארן
עס איז געווען לחץ אויף זיי אז מ'זאל שלום מאכן מוט די עלטערן
האט די טעראפיסט געפאדערט אז די חתן זאל זיין אינטער איר ...
האט מען אפגעלאזט די שידוך...

דאן האט מען זיך אויך צעקריגט מוט דעים איד פון פלעטבוש.

קלאר?

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 12:52 pm

· #205502
שבת אחים
איך וואלט געזאגט פינקט פארקערט ער האט מעהר הנאה פונעם דור ווי אונז האבן פון אים , ער מיט זיינע קינדער לעבן אויף קהל'ס חשבון אין ער טוט נישט גארנישט פאר קיינעם בחינם ! אלעס האט א פרייז !!!

אדרבה זאג איין זאך מיט וואס ער האט פארבעסערט אדער גרינגער געמאכט דעם ציבור די לעצטע פאר יאר?, זיך געזארגט פאר די הונדרעטער בחורים וואס דרייען זיך אויפן די גַאסן אן א ישיבה ??? זיך געזארגט פארן ציבור אז ס'איז נישטא קיין דירות ??? אז א דורשניטליכע יונגערמאן קען נישט ענדיגן זיין חודש ??? צי פארבעסערן אונזער עדיוקעישאן סיסטעם (סיי ברחיונת אין סיי בגשמיות) ???
ער זיצט ביי די מיטינגען פון די רבנים אין רעד פון הַאט קאָפּס אין סטראבּעריס ? c'mon וועק דיך אויף!!!


דאס איז בכלליות א גרויסע פראבלעם
די המון עם און די דור האבן פארלוירן די רילעישאן-שיפ, מען פאנגט זיל נישט אן צו פארשטיין

דער עולם איז אנגעווייטאגט אויף פראבלעמן וואס די שוואכע דור פארמאגט, מען ערווארט פון די רבנים זאלן אויפטוהן זאכן וואס איז כמעט נישט מעגליך
אבער פארט מען דארף זייער הילף, מען גייט צו זיי, מען שטופט זיי אריין און א מצב פון עסקנות, וואס זיי זענען נישט געמאכט פאר דעים,
און אפילו טאמער יא, איז עפ"י רוב נישט דא וואס צו טוהן.

א רב פאר הונדערט יאר צוריק האט נישט און זיין גאנצע משרות הרבנות געדארפט פסקענען וואס איין רוב דארף ענטפערן און איין יאר (אדער חודש).

(איך וועל נישט לייקענען אז עס זענען דא רבנים וואס האבן עביוזט דעם המון עם בכמה אופנים... און זיי האבן מבאיש געווען די ריח פון די אנדערע רבנים).

עס איז דא אסאך וואס צו שמועסן... אבער נישט פאר יעצט, מען דארף גיין מאכן געלט צו שטיצן די טעראפיסט און די רבנים...

מקוה איד » מיטוואך יוני 11, 2014 2:24 pm

· #205518
איך בין צומישט, דו שרייבסט אז ר'מאטל האט געהייסען די מיידליך ארויס מופען, אבער ער אליין שרייבט אין זיין ברעיף (מיט זיין רעבעישע letterhead...) וזה לשונו " שאין פעולותיה תחת הסכמתי כלל ולא הייתי מעורב בפעולותיה " ???

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 2:27 pm

· #205519
מקוה איד
איך בין צומישט, דו שרייבסט אז ר'מאטל האט געהייסען די מיידליך ארויס מופען, אבער ער אליין שרייבט אין זיין ברעיף (מיט זיין רעבעישע letterhead...) וזה לשונו " שאין פעולותיה תחת הסכמתי כלל ולא הייתי מעורב בפעולותיה " ???

1) אז מען האט איינמאל געפאדערט דורך א שליח, מיינט עס אז זי רעדט זיך עפעס אדורך?
2) דאס איז געווען דריי יאר צוריק.

כוכב » מיטוואך יוני 11, 2014 2:40 pm

· #205522
געגאנגען קענסט אפשר זאגן הקיצור קלאר און דייטליך וואס דו ווילסט, וועמען דו פארטיידיגסט וועמען דו באשולדיגסט, איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דו ווילסט.
אגב, שלמה עזרא איז דער גרעסטע וויקטים פון זיין ווייב, ער האט נישט קיין שום אייגענע מיינונג ער בלעבלט איר סתם נאך, סאיז שיינדי מדברת מתוך גרונו
אויב דער יוקל איז דיין סורס אוו אינפא ביסטו נישט קראנט. קיינעם אינטרעסירט נישט וואס ער זאגט נישט אין בית חי', אין קלויזנבורג און אין תולדות יהודה.

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 2:45 pm

· #205525
איך האב נישט געזאגט אז ער איז מיין סורס
אויב האט איר געזען וואס איך שרייב וואלט איר נישט אזוי געזען.
(איך האב געשריבן אז איך קען אים מיינט נישט אז ער איז מיין סורס, דאס האט מיר נאר געצויגן אויפמערקזאמקייט זיך אריינצולייגן דערון)

אויך מיין איך האט איר ניזט געהאט געדולט צו ליינען די אריכות, און ביטע אנטשולדיגט מיר פארן שרייבן באריכות
איך האב געשריבן פאקטן אן א צד
(איך בין שטארק נוטה קעגען כוכב-שטערן)

מקוה איד » מיטוואך יוני 11, 2014 2:55 pm

· #205528
איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט איר יא געשטוצט ביי די מעשה אין ער האט קיינער אריין געלאסט צו איהם אדורך שמוסען די מצב. שפעטער האט ער געזעהן די רעדעל דרייט זיך אין מ'הייבט אהן פירען א מערכה קעגען איהר פראבירט ער זיך אפציווישען פון די גאנצע מעשה.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יוני 11, 2014 2:56 pm

· #205529
נישטא וואס צו רעדען, מרת שטערן האט אהער געברענגט א שיפמענט נייע ניקס.

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 3:03 pm

· #205530
מקוה איד
איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט איר יא געשטוצט ביי די מעשה אין ער האט קיינער אריין געלאסט צו איהם אדורך שמוסען די מצב. שפעטער האט ער געזעהן די רעדעל דרייט זיך אין מ'הייבט אהן פירען א מערכה קעגען איהר פראבירט ער זיך אפציווישען פון די גאנצע מעשה.


איר זעט מיר אויס זייער באקאנט אין די געשיכטע
אדרבה! קענט איר מיר מסביר זיין וואס מיינט געשטיצט
וואס האט מען אים געפרעגט און וואס נישט?

איין זאך איז זיכער אז ווען עס איז ארויפגעקומן די שידוך נושא האט זי זיך טאקע אדורך געשמועסט, אבער נישט געפאלגט.
אייער פאקטישע ידיעות קען איך זיך נאכפרעגען ביי די סטוטשינע.

אגב וואס הייסט קיינער אריין געלאזט, ער האט נישט קיין גבאים, איעדער קען אריינוואקן אפילו אן קלאפן אויפן טיר...

כוכב » מיטוואך יוני 11, 2014 3:07 pm

· #205533
מקוה איד
איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט איר יא געשטוצט ביי די מעשה אין ער האט קיינער אריין געלאסט צו איהם אדורך שמוסען די מצב. שפעטער האט ער געזעהן די רעדעל דרייט זיך אין מ'הייבט אהן של פירען א מערכה קעגען איהר פראבירט ער זיך אפציווישען פון די גאנצע מעשה.

ביזט א כזבן אויף א מילתא דגליא און שטעל אפ אויף די גאס סיי וועלכע סטיטשינע וואס איז באהאוונט מיט די פרשה.
ר מאטל האט איר נישט געשטיצט פאר קיין רגע אחת נאר ווייל זי איז געווען די איינציגסטע צוטריט צו די מיידלעך און ער האט פרובירט צו מאכן שלום האט ער פרובירט צו גיין דורך איר.
סאו זיי מוחל מיסטער מקוה איד און גיי צוריק וואשן די האנטוכער און פארקויף דיין נזיד עדשים פאר א צוויטן.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 3:21 pm

· #205539
שבת אחים
געגאנגן


ר' שרגא האגער איז א איד וואס די דור וואלט געמעגט האבן נאך אפאר אזעלכע, הגם איך האב שוין אויך מוטגעהאלטן איינמאל א מעשה כנ"ל,
איז ער נישט איינער וואס נעמט איבער אעסקן, נאר א עצה עפ"י דעת תורה...




וואס האט שרגא האגער געטוהן פארן דור חוץ גע׳אסרט ליפא׳ס קאנצערט אין מעשוגע געמאכט יעדעם מיט די שייטלעך ?(ווער געדענקט נאך ?) וואס פונקטליך האט ער געטוהן ? אין פארוועם ?? חוץ מעשוגע געמאכט די מענטשהייט

יא. ער לאזט נישט געיבן קיין בראנפן און אנדערע שארפע משקאות ביי א קידוש ביי איהם אין ביהמ"ד. מפני מעשה שהיה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 11, 2014 3:25 pm

· #205541
נא איך קען נישט די מעשה פארצייל עס אהן א שמייכעל

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 3:44 pm

· #205545
לית דין בר נש
נא איך קען נישט די מעשה פארצייל עס אהן א שמייכעל

דער עוילעם האטציך אנגעשיכור'ט ביי א קידושא רבא. און מ'האטציך גענומען שלאגן צווישן זיך... 🙄 😳 😉 : 😮 )דאס איז אן א שמייכל.(.

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 3:51 pm

· #205551
פארוואס האט ער נישט געמאכט א תקנה אז מ'טאר זיך נישט שלאגן?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 3:54 pm

· #205552
געגאנגן
פארוואס האט ער נישט געמאכט א תקנה אז מ'טאר זיך נישט שלאגן?

ווייל מ'האטציך נאר געשלאגן נאכ'ן עד דלא ידע. פרעיגט תוספות (און די ליטוואקעס ) א קשיא! צי האט דען די רבי שליט"א נישט קיין רוח הקודש, אז ער זאל וויסן אז די חסידים גייען זיך שלאגן נאכ'ן אנשיכור'ן זיך?!... 😳 😳 😳

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 3:57 pm

· #205554
אלס בעל עגלה טרינקט איר נישט אביסל? מ'קען שלאגן און טרייבן די פערד בעסער!

מקוה איד » מיטוואך יוני 11, 2014 4:02 pm

· #205555
אה, וועגען דעים האט פינקט ר' מאטל געדארפט שרייבען אן עקסטערע בריוויל ווייל ער האט גאר נישט מיט איהר

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 4:04 pm

· #205556
איך מיין איר האט נישט געזען (אדער נישט פארטאנען) וואס 'כוכב' האט געשריבן,
ביטע ליינט שטייט

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 11, 2014 5:43 pm

· #205584
געגאנגן
אלס בעל עגלה טרינקט איר נישט אביסל? מ'קען שלאגן און טרייבן די פערד בעסער!

די ציונים, די משטרה לאזן נישט טרינקען און שמייסן די פערד. ממילא טרינקען מיר נאר שבת קודש אדער יום טוב. נאר דאן טרינקט מען ב"ה דעם פוללן שיעור... 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😉 😮

מקוה איד » מיטוואך יוני 11, 2014 8:21 pm

· #205623
כוכב, אז ד'עסט נישט רעדען מיט דרך ארץ 'עליך דיר צוגרייטען א אהן-געראצטע האנטיך

diff » דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:28 am

· #205672
Why nowadays you need to hire a terrorpist to get rid of your teenagers. Why not just chuck'em out the door

איחוד פעלד » זונטאג יוני 22, 2014 10:47 pm

· #207495
געהערט פין א מקור אז די רבנים האבען אינטערגעשריבען א קול קורא מען זאל עס איר ווייזען, און האפענטליך וועט זי זיך ברעכען און נאכגעבען וואס זיי ווילען, אבער האבען קיינמאל נישט מסכים געוועהן ארויסצוגעבען און עמטליך אויפהענגען די קול קורא אין די גאסען.

למעשה האט זי ווייטער געטוהן וואס זי האט געהאלטען פאר ריכטיג, און די עסקנים האבען מדעת עצמם געדריקט די קול קורא'ס, און די רבנים האבען נישט געקענט זאגען זיי האבען נישט אינטערגעשריבען, ווייל זיי האבען דא יא..........


וואס דאס ווייסט פאר מיר, אז דער פרוי איז אידענע וואס מען קען זיך אויף איר פארלאזען, זי האט געטענה'ט צו די רבנים אז זי קען נישט זאגען פארוואס זי טוט וואס זי טוט, ווייל זי האט צוגעזאגט זי גייט נישט אויסזאגען וואס זיי זאגען איר, זי האט געהאלטען ווארט, איך וואלט עניטיים מייעץ געוועהן פאר מענטשען איר צו ניצען. איינער וואס איז גרייט צו האלטען ווארט, אפילו קעגען פערצען רבנים מיינט אז זי האלט וואס זי זאגט, נישט קיין פעיקער וואס זאגט וואס יענער הייסט זאגען.

ירבו כמותה בישראל.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יוני 23, 2014 12:10 am

· #207513
און אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי: זי קען זיין משוגע ווי א טרעילער, זי קען האבן אלע דיסארדערס שמנו חכמים, חרוב מאכען אידישע נפשות און שטיבער אבער ווי לאנג זי האלט ווארט, זי איז קאפידענשאל, איז אלעס או קעי און דער עולם קען זיך גיין קוויטלען ביי איר.
איחוד טייערע נישט יעדע מטורפת ווערט א בת דעת ווייל אפאר רבנים חתמנן א קול קורא אקעגן איר, דיין תגובה שמעקט פון שנאה שמקלקלת השורה.

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 23, 2014 7:29 am

· #207537
בענדזשאמין פרענקלין
און אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי: זי קען זיין משוגע ווי א טרעילער, זי קען האבן אלע דיסארדערס שמנו חכמים, חרוב מאכען אידישע נפשות און שטיבער אבער ווי לאנג זי האלט ווארט, זי איז קאפידענשאל, איז אלעס או קעי און דער עולם קען זיך גיין קוויטלען ביי איר.
איחוד טייערע נישט יעדע מטורפת ווערט א בת דעת ווייל אפאר רבנים חתמנן א קול קורא אקעגן איר, דיין תגובה שמעקט פון שנאה שמקלקלת השורה.



אין אנדערע ווערטער האקט איר אין טשייניק.

לייגסט ארויף ווערטער וואס כ'האב קיינמאל געזאגט.

כך דרכן של מטורפים, לא די זי איז נישט קיין איין זאך וואס די רעכענסט אויס, האסטו נאך די וואלגארע חוצפה צו זאגען אז איך האב עס געזאגט.

קאמענטערען זענען איבריג, אבער וואס איז א מילתא דפשיטא אז "מיט דיינע אנדערע ווערטער" האסטו מוכיח געוועהן אז די מיט אלע דיינע לייקערס האבען נישט קיין אייגינע שיקול אויף קיין זאך, און טאמער א אנגעברויטע עסקן שטעלט אויף אפאר פאפירען אין די גאס, איז עס ביי דיר הלכה למשה מסיני.

איך אויך » מאנטאג יוני 23, 2014 9:14 am

· #207539
איחוד ,קענסט זאגן אפען עס שטערט דיך אז בענדשי האט באקומען 6 לייקס און דו אפס ,מיר אלע זענען עדאלטס מיט פילינגס עס איז א נארמאלע זאך.

דולה ומשקה » מאנטאג יוני 23, 2014 10:23 am

· #207547
די אלע פערצן חתימות = מענצער, וד"ל.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 23, 2014 11:18 am

· #207557
איחוד פעלד
געהערט פין א מקור אז די רבנים האבען אינטערגעשריבען א קול קורא מען זאל עס איר ווייזען, און האפענטליך וועט זי זיך ברעכען און נאכגעבען וואס זיי ווילען, אבער האבען קיינמאל נישט מסכים געוועהן ארויסצוגעבען און עמטליך אויפהענגען די קול קורא אין די גאסען.

למעשה האט זי ווייטער געטוהן וואס זי האט געהאלטען פאר ריכטיג, און די עסקנים האבען מדעת עצמם געדריקט די קול קורא'ס, און די רבנים האבען נישט געקענט זאגען זיי האבען נישט אינטערגעשריבען, ווייל זיי האבען דא יא..........


וואס דאס ווייסט פאר מיר, אז דער פרוי איז אידענע וואס מען קען זיך אויף איר פארלאזען, זי האט געטענה'ט צו די רבנים אז זי קען נישט זאגען פארוואס זי טוט וואס זי טוט, ווייל זי האט צוגעזאגט זי גייט נישט אויסזאגען וואס זיי זאגען איר, זי האט געהאלטען ווארט, איך וואלט עניטיים מייעץ געוועהן פאר מענטשען איר צו ניצען. איינער וואס איז גרייט צו האלטען ווארט, אפילו קעגען פערצען רבנים מיינט אז זי האלט וואס זי זאגט, נישט קיין פעיקער וואס זאגט וואס יענער הייסט זאגען.

ירבו כמותה בישראל.

לאמיר זיך נישט נער'ן. וואס, פונקטליך האט זי איינגעשטויסן מיט די רע-בנים? וועלן זיי נישט געיבן זייער הסכמה צו איהר. מ'עט זי נישט אריינלאזן אין ווייבער שול? מיט וואס קענען די רע-בנים איר "פאניש'ן"? מ'עט בויקאטירן די חלות וואס זי באקט? ס'איז שוין די העכסטע צייט אז די רבנים זאללן זיך אויפהערן נעריש צו מאכן און אונטערשרייבן אויף אלע שטותים.די נארישקייטן זענען גורם אז זיי זאללן פארלירן זייער כח. אזוי ווי דער יונגל פאסטוך וועלכער האט אייביג געשריגן "וואלף". ביז ס'האט פארלוירן דעם כח.. 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😳 😞 😮 .

עפל סיידער » מאנטאג יוני 23, 2014 12:12 pm

· #207569
איחוד פעלד
בענדזשאמין פרענקלין
און אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי: זי קען זיין משוגע ווי א טרעילער, זי קען האבן אלע דיסארדערס שמנו חכמים, חרוב מאכען אידישע נפשות און שטיבער אבער ווי לאנג זי האלט ווארט, זי איז קאפידענשאל, איז אלעס או קעי און דער עולם קען זיך גיין קוויטלען ביי איר.
איחוד טייערע נישט יעדע מטורפת ווערט א בת דעת ווייל אפאר רבנים חתמנן א קול קורא אקעגן איר, דיין תגובה שמעקט פון שנאה שמקלקלת השורה.



אין אנדערע ווערטער האקט איר אין טשייניק.

לייגסט ארויף ווערטער וואס כ'האב קיינמאל געזאגט.

כך דרכן של מטורפים, לא די זי איז נישט קיין איין זאך וואס די רעכענסט אויס, האסטו נאך די וואלגארע חוצפה צו זאגען אז איך האב עס געזאגט.

קאמענטערען זענען איבריג, אבער וואס איז א מילתא דפשיטא אז "מיט דיינע אנדערע ווערטער" האסטו מוכיח געוועהן אז די מיט אלע דיינע לייקערס האבען נישט קיין אייגינע שיקול אויף קיין זאך, און טאמער א אנגעברויטע עסקן שטעלט אויף אפאר פאפירען אין די גאס, איז עס ביי דיר הלכה למשה מסיני.


@בענדזשאמין דיין הגדרה אויף איחוד צוווארפט זיין גאנצע חתימה, ביז יעצט האט אויסגעקוקט ווי ער פייט פאר די נעבעכדיגע פארכאפטע אינטער מאלעסטישע נעגל, יעצט זעהט אויס אז ס'אלעס איין פנים, ווי מען קען האקען אויפען סיסטעם איז ער דא.

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 23, 2014 12:23 pm

· #207571


 דיין הגדרה אויף איחוד צוווארפט זיין גאנצע חתימה, ביז יעצט האט אויסגעקוקט ווי ער פייט פאר די נעבעכדיגע פארכאפטע אינטער מאלעסטישע נעגל, יעצט זעהט אויס אז ס'אלעס איין פנים, ווי מען קען האקען אויפען סיסטעם איז ער דא.


עפל סיידער 484 פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה 136 מאל 135 מאל





אהין אהער צווארפסט דיך אליין, נישט מיין חתימה, מיין חתימה איז חי וקים.... עס וועט דיר וכדכוותך שטיין ווי א דארען אין אויג אז אונז פראטעקטען מאלעסטערס שלא עפ"י תורה, נאר סתם, ווייל א קינד איז ביי אונז נישט קיין מענטש.


און טאמער דיר נייגערט טאקע פאר וועמען איך שטיי, צו פאר דער נעבעך, צו פאר דער גרוש, וועל איך דיר זאגען, איך שטיי פאר ווער עס איז "גערעכט" דוק ותשכח.

קינד_אן_קייט » מאנטאג יוני 23, 2014 12:39 pm

· #207577
גערעדט מיט איינע פון די חותמים פערזענליך, ער האט קיין גרויס האפענונג נישט געהאט אז זי וועט זיך ברעכן היות מ׳מוטשעט זיך שוין מיט איר פאר א לאנגע צייט און זי האלט זיך בי איר׳ס.

דער בריוו האבן זיי אונטערגעשריבן בכדי מענטשן ״אין די ליין״ (שלום בית עסקנים, רבנים, מוסדות, וכו׳) זאלן וויסן צו שטיין ווייט ווייל זי איז א מחריב און נישט קיין מתקן.

מען האט איר יא מתרה געווען אז ס׳קומט א בריוו אבער מען האט איר נישט געוויזן דעם בריוו איידער מען האט דאס מפרסם געווען בו בזמן וואס עטליכע רבנים האבן דאס אויסדרוקליך פארלאנגט און שפירן זיך יעצט לאחר המעשה באקריוודעט דורך די עסקנים אז זיי האבן נישט נאכגעפאלגט פונקטליך כבקשתם.

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 23, 2014 1:38 pm

· #207588
קינד_אן_קייט
גערעדט מיט איינע פון די חותמים פערזענליך, ער האט קיין גרויס האפענונג נישט געהאט אז זי וועט זיך ברעכן היות מ׳מוטשעט זיך שוין מיט איר פאר א לאנגע צייט און זי האלט זיך בי איר׳ס.

דער בריוו האבן זיי אונטערגעשריבן בכדי מענטשן ״אין די ליין״ (שלום בית עסקנים, רבנים, מוסדות, וכו׳) זאלן וויסן צו שטיין ווייט ווייל זי איז א מחריב און נישט קיין מתקן.

מען האט איר יא מתרה געווען אז ס׳קומט א בריוו אבער מען האט איר נישט געוויזן דעם בריוו איידער מען האט דאס מפרסם געווען און א חלק רבנים האבן דאס אויסדרוקליך פארלאנגט.



מיט אזעלכע שטארקע ידיעות, מן הסתם ביסטו איינער פין די חותמים אליין.

אז מען לעבט דערלעבט מען.

קינד_אן_קייט » מאנטאג יוני 23, 2014 6:08 pm

· #207640
איחוד פעלד
מיט אזעלכע שטארקע ידיעות, מן הסתם ביסטו איינער פין די חותמים אליין.

אז מען לעבט דערלעבט מען.


איחוד, כ׳בין נאך גאנץ א פרישער דאהי אבער דאכט זיך אז דאס איז א אבק של אביזרייהו דגילוי… קוים דערלעבט, און שוין! מ׳פירט מיר צו די תלי׳.

אוח, אוח..

מ גפני » מאנטאג יוני 23, 2014 7:23 pm

· #207651
נו אוודאי דער עולם דא זענען גוטע מבינים אויף די רע-בנים

מודה אני » מאנטאג יוני 23, 2014 7:27 pm

· #207652
טייערע אידן
פארוואס זעהט איר נישט אז די עלטערען / קינדער זענען די באקריוודעטע דא??

זי איז אן עסקן וואס פאטקעט אין יענעםס טינופת
טרינקט יענעמס בלוט

פארוואס איז איר בליט רויטער אין חשובער פון די צובראכענע עלטערן

???????????????????????????????????????????????

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 24, 2014 12:04 am

· #207709
פארוואס איז איר בלוט נישט רויט?

איינער וואס האלט אז זי איז סתםנא רשענטע און וויל נישט די עלטערען זאלען זעהן די קינדער איז סתם א פתי יאמין לכל דבר.

זי האט זיכער א צד און א סיבה פארוואס זי טוט וואס זי טוט, אויב איז אמת אז זי האט עס טאקע געטוהן.

צו זי האט לייסענס צו נישט איז זי א מוחכמת, וואס צעהנליגער מענטשען קומען צו איר פאר הילף.

קאט דער באלאני, און הער אויף קומען מיט קראקעדייל טרערען אויף א נעבעכדיגע מעשה.

דער עיקר וואס איז מיר נוטה קעגען די עלטערען, ווייל א נארמאלער מענטש וואס האט א פראבלעם מיט צוויי קינדער, און איז גרייט מפקיר צו זיין דער מעשה און זיינע פריוואטע צרות אלץ פאר נקמה אין א טעראפיסט מיינט אז די עלטערען זענען נישט שפוי בדעתם.

מודה אני » דינסטאג יוני 24, 2014 12:16 am

· #207711
סאמטינג איז ראנג וויט יו מיי פרענט

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 2, 2014 5:45 pm

· #209272
איך גיי זיך נישט אריינמישן אין די מעשה, ווייל איך האב נישט געהערט די פרטי הדברים פון ביידע צדדים, כדכתיב שמוע בין אחיכם.

אבער איך בין אנטוישט און אנטריסטעט אז די רבנים שרייבן אונטער אויף אזעלכע זאכן! אודאי זענען טייל פון זיי גאר חשוב'ע מיט א דעת תורה, אבער איר ווייסט וויפיל רבנים זעלבסט האבן שוין אפגע'שחט'ן שטובער און אפגע'הרג'עט שלום בית מיט זייערע קרומע דעות? וואס איז מיט קשוט עצמך?

ביודעי ומכירי קאמינא, און איך האב עטליכע חשוב'ע ניקס דא אין שטיבל וועלכע האבן מיר אויך פארציילט אין אישי, סיפורים נוראים פון רבנים שלא קראו ולא שנו, אינם יודעים בטיב גיטין וקידושין, זיי מיינען אפשר גוט, מיינען גאט, אבער האבן צוגרינד געלייגט משפחות און רואינירט זייער לעבן אויפן ערגסטן פארנעם? איך גיי נישט דא אויסרעכענען נעמען ברבים, אבער איך רעד פון אנערקענטע רבנים וועלכע קענען גוט האלטן דרשות און קענען לערנען און הייסן מבינים, און עכ"ז זענען זיי נישט מקיים קיין שמוע בין אחיכם, זיי טוען ככל העולה על רוחם, ומי יבוא אחרי ה"דעת תורה".... שומו שמים.

איך טראכט מיר אזוי, קוק ווער עס רעדט! רבנים פסק'ענען ענינים חמורים פון שלום בית, חינוך, דיני נפשות, אן א טראפ עקספיריענס, ליעוו עלאון לייסענס! אלעס ווייל זיי האבן סטראקעס אויפן בעקישע, א מין היתר! ווער גיט ענק רשות צו דן זיין דיני נפשות לויט אייער מצומצמ'דיגן בליק? און איר גייט נאך אונטערשרייבן אקעגן א טעראפיסט וואס טוט זאכן לכה"פ פונקט ווי ענק??

איך אויך » מיטוואך יולי 2, 2014 6:34 pm

· #209290
שמעקעדיג

און איך האב עטליכע חשוב'ע ניקס דא אין שטיבל

אה.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:07 pm

· #209742
[ציטאט אראפגענומען]




הער, כ'האב מיך מיינע שיטות וועגען רבנים און עסקנים וכו', אבער דאס קען איך דיך זאגען, אז ווען די עלטערען רופען די רבנים אז זיי ווילען נישט די קול קורא וואלט נישט געוועהן א קול קורא. אלא מאי? כדאמרן.

גיבור » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:48 pm

· #217309
הער איך יעצט אז די וויינבערגער מיידל וואס האט אפגעלאזט די שידוך וועגן די טעראפיסט איז א כלה געווארן מיט איר זין.

ווייט פיש » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:52 pm

· #217311
shraklech

שטילע אינגערמאן » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:33 pm

· #217317
א פרוי א ממזרת,
יעצט לאמיר צירוק דרייען די זייגער זעהן ווי די עולם דא האט געשריגען אז די רבנים חתמנן אונטער אן וויסען דעטאלען,
אוי האבן די רבנים גוט געשריבען

איחוד פעלד » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:40 pm

· #217319
יעצט גיי ווייז אויף אז זי האט נישט קיין זוהן.....

כוכב » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:59 pm

· #217321
קען מיר איינער מסביר זיין די עוולה פון איר נעמען פאר א זון?
זייער א שיינע זאך אז זי האט איר גענומען און זאל דער שידוך עולה יפה זיין.

גיבור » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:20 pm

· #217362
סארי באט איך האב יעצט געהערט אז עס איז נאר א רומער. לאמיר האפן!

ארבעס » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:35 am

· #217388
וואס איז די עוולה אין וואס איז דאס איגלו מילתא למפרע?
זאל די חתן כלה בויען א בית נאמן מיט שמחה
בלאט: 1 2 3