☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #6559

אשכול אן א טיטל #6559

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6559
בלאט: 1 2 3

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 6, 2014 12:48 am

· #204525
עפל סיידער
ביי די פאל ווי די עסקנים האבען זיך שטארק אריינגעלייגט להציל הנעשקים מיד עושקם האט זיך פארכאפט צוויי מיידלעך צווילינג שוועסטער פון א משפחה און זיי אליין מגדל געווען און געטון כאוות נפשה מיט זיי, זיי חתונה געמאכט צו וועם זי האט באשלאסען און אנגעמאכט פילע אומגעהויערע צרות פאר די באטרעפענדע.

דאס איז איין צד. און די אנדערע?

עפל סיידער » פרייטאג יוני 6, 2014 12:51 am

· #204526
די אנדערע צד זענען די פארכאפער און געלט פרעסער

כוכב » פרייטאג יוני 6, 2014 12:54 am

· #204528
די אנדערע צד איז א פרוי מפורסם פאר אטיפשע אן לייסענס.

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 6, 2014 1:16 am

· #204534
די רבנים'ס וואטסעפפ איז די ליכט שטאנגען.
די אלע וואס טנעה'ן אז די רבנים זענען באגאנגען אן עולה מיט'ן באשמירן א יחיד אין די גאסן, דארפן געדענקען נישט צי די די זעלבע אויף וואטס עפפ. שיקן ווייטער א פריוואטע בילד איז ענדליך עולה.

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 6, 2014 1:25 am

· #204537
כוכב
די אנדערע צד איז א פרוי מפורסם פאר אטיפשע אן לייסענס.

עסקנים האבן יא לייסענס?

petergrifin » פרייטאג יוני 6, 2014 2:23 am

· #204545
איחוד פעלד
petergrifin
@איחוד פעלד די רבנים זענען נישט פארנומען מיט דעם װײל זי איז א פרוי אקעי? ס׳האט גארנישט מיט דעם אז
זי איז א ״אידענע״.



אקעי!!!

איך בין זיכער אז די שרייבסט אזוי ווייסטו וואס די רעדסט, קענסט אבער זאגען פין ווי די ווייסט און פין ווי די נעמסט עס?

סתם זאגען סטעיטמענטס הייסט נישט גערעדט, ווייל צ.ב.ש. איך קען אויך זאגען דיין סטעיטמענט גענוי פארקערט,

רבנים זענען פארנומען מיט דעם ווייל זי איז א פרוי אקעי? ס'האט נאר מיט דעם אז זי איז א "אידענע".


און מן הסתם וואלט איר מר גריפין געשטוינט אויף מיין דברי חכמה און געווארען איבערגעצייגט איבער מיין גערעכטיקייט.


קודם כל דו ביזט דער װאס האקט אויף די רבנים און שרײסט אז זײ האבן אונטער געשריבן װײל ס׳איז א פרוי. איז ברענג די א ראיה צו דײן טענה.

אז דו פרעגסט פון װי איך װײס אז ס׳איז נישט װעגן פרויען טערעפיסט – פשוט װײל זײ אלײן שיקן צו פרויען טערעפיסטן אויב מען דארף.
האק װײטער לאמיר הערן דײנע דברי חכמה.

בן בג בג » פרייטאג יוני 6, 2014 2:37 am

· #204547
איך האב געהערט נאכזאגן בשם איינער פון די מענטשען וואס זענען געווען אינוואלווד, אז די רבנים האבן געוואלט זיך דורעך רעדן מיט איר פאר זיי האבן געהעלטען ביים חתמ'נען אבער זי האט נישט געהאלטן ביים קאאפערירען מיט זיי

גנדי » פרייטאג יוני 6, 2014 2:51 am

· #204548
איך ווייס נישט ביי די מעשה.

אבער דאס זאגן זיי דאך אייביג. עיין ערך ליפא שמעלצער. נחום ראזענבערג. וואס-איז-נייעס. שפאקטיוו. גרעידזש בילדינג. מעכל לעבאוויטש. ועוד.

שלום על ישראל » פרייטאג יוני 6, 2014 7:33 am

· #204552
איחוד פעלד
נעגאשיעיטאר
זי מופט אריין מיט קאפלס אין זייער אייגענע הויז כדי צו באבאכטן... זייער ווירטשאפט. זייענדיג א גרושה [@כוכב זאגט אז זי האט שוין נאכאמאהל חתונה געהאט. מזל טוב.] האט זי נישט ווי געהעריג צו וואוינען. זי זייעט אן א ריזיגע שנאה צווישן מאן און ווייב כדי אז זי זאל בלייבן רעלעוואנט.

זי דרייט אן די הערצער פון תמימות'דיגע מיידלען און קינדערלעך אקעגן די עלטערן "וואס געבן נישט גענוג א גוטע ערציאונג און בילדונג". זי מאכט אז זיי זאלן ארויסמופען פון שטוב און וואוינען מיט איר. זי האט אפילו געצווינגען איין מיידל יעצט פסח צו עסן די סדר מיט איר (זי איז א גרושה האט זי נישט ווער זאל מיט איר עסן דער סדר) און נישט ביי די עלטערן כנהוג דער ערשטע פסח נאך די חתונה.

צד השוה:
זי נעמט איבער א קעיס מרישא ועד גמירא, מאכט א קעיס פון עפעס וואס איז בלויז א פראבלעם בעלמא. זי האט אפגעטוהן שאדענעס וואס עלטערן, קינדער, און מאן-און-ווייב וועלן באדויערן און באוויינען ביז זייער לעצטע נשמה.


כ'פארשטיי נישט, די שרייבסט אז זי האט נישט ווי צו וואוינען, איז אלזא וועמענס אדרעסס שטייט אויף דער קול קןרא? איז עס אפשר אן אדרעסס פין איינער פין די קאפעלס וואס זי האט דארט אריין געמופט ווייל זי האט נישט געהאט ווי צו וואוינען?


און זי נעמט יענעמ׳ס קינדער צו זיך אין שטוב - וואס זי פארמאגט נישט...

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 6, 2014 8:43 am

· #204554
גריפין, ביסט א טראל.

לית דין בר נש » פרייטאג יוני 6, 2014 11:24 am

· #204566
איינגעמיירעט
שטילע אינגערמאן
ר' חיימ יעקב טויבער האט נאך קיינמאל נישט אונטער געשריבען קעגן א מענטש פריוואט ע''פ פקודת זיין שווער. (די איינציגסטע דיין וואס האט נישט אונטער געשריבען קעגן נחום ראזענבערג)
אז ער האט דא געבראכען א רעקארד מיינט עס עפעס ערענסט, עכ''פ אין זיינע אויגן.

ער האט שוין נישט קיין שווער, היינט זיצט ער אונטער זיין שוואגערס לאפעס.

ליין איבער וואס ער האט געשריבן [ר' חיימ יעקב טויבער האט נאך קיינמאל נישט אונטער געשריבען קעגן א מענטש פריוואט ע''פ פקודת זיין שווער] דאס איז א אלטע מעשה

מודה אני » פרייטאג יוני 6, 2014 3:01 pm

· #204595
באמת איך פארשטיי נישט!!!!!!!!!!!

די פרוי ואס האט אפגעהאקט קינדער פון זייערע עלטערענס שויס זי איז דער רחמנות ?????????????????

די עלטערען וויינען......... שלאפן נישט קיין נעכט........................... זיי זענען די רוצחים ????????????????????????

רשעים.... אכזרים............ הערטס אויף צו טרינקן אידיש בלוט..............
"קיינער" "קיינער" האט נישט געבעטען די אזויגערופענע אסקנים זיך אריינצומישן און יענעמס פריוואטע פראבלעמען...............

כוכב » פרייטאג יוני 6, 2014 3:11 pm

· #204598
דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.
דערנאך איז דא א פרעמדע פרוי וואס האט זיך אריינגעשטעקט די נאז און די רבנים וואס האבן פערזענליך געהאנדלט מיט איר, טענה'ן זי איז א מושחת.

עס דארף אנגעגעבן ווערן אז ווען רבי חיים ליב האט איר געזאגט אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א קול קורא האט זי אפגעענטפערט מיטן רופן די עלטערן אין קאורט, ווי אויך האט זי געווארנט אז א טאג נאך די קול קורא וועט זי פארזיכערן א גט ביים ערשטן שוועסטער.

רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 6, 2014 5:47 pm

· #204612
14 רבנים האבן פארגעסען א הלכה מפורשת אז מ'טאר נישט מקיז דם זיין ערב שבועות.

שבת אחים » פרייטאג יוני 6, 2014 6:06 pm

· #204613
כוכב


רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.


איך קען נישט די מעשה אין איך קען נישט די פרוי אבער דער (ר׳) שרגא האגער קען איך שׁוין גאר גיט אין לפענ״ד וואלט מען אים געדארפט אריינלייגן אין חרם , איך קען געניג שטיבער וואס ער האט פארהארגעט מיט זיין טיפּשות אין רישעות

כוכב » פרייטאג יוני 6, 2014 6:11 pm

· #204614
רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.

petergrifin » פרייטאג יוני 6, 2014 6:19 pm

· #204616
איחוד פעלד
גריפין, ביסט א טראל.


גוט גענטפערט.

שבת אחים » פרייטאג יוני 6, 2014 6:40 pm

· #204617
כוכב
רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.


איך קען אים פערזענטליך פאר יאהרן לאנג , איך בין געוועהן פין זיינע נאנטע מענטשען , אין דער פאקט איז אז רוב פין זיינע נאנטע מענטשען האבן אים איבערגעלאזט די לעצטע פאר יאהר , ער האט אסאך מענטשען (זיינע אייגנע מענטשען ...)בא'עוועלט, וגם אני בּתוכם ,
פאר מעהר קענסטוך פארבינדן מיט מיר אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן

שבת אחים » פרייטאג יוני 6, 2014 7:16 pm

· #204619
די סיבה פארוואס איך שרייב דעס איז לטובת הכלל , מ'זאל זיין געווארנט אין נישט גיין צי אים ווען מהאט א ערנסטע פראבלעם ווייל ער קען מיאוס פארהרגנען אלעס, אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי אנדרע קעיסעס ווי מ'האט אים אריינגעמישט

shtel » מוצ"ש יוני 7, 2014 10:31 pm

· #204622
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

קאווע טרינקער » מוצ"ש יוני 7, 2014 10:41 pm

· #204624
@שבת אחים, קיין נעגאטיווע ראיה פון דעם אז מענטשען זענען אוועק פון אים, על צד אז ס'איז אזוי. ווארום, דער וואס איז אנגעקומען קיין קאסוב, אין איר בראשית יארן, איז דאך אזא איינער וואס פארמאגט נישט קיין מקום, אדער אוועק פון א מקום. אזעלעכע מענטשען טוישען יעדע שמיטה א רבי.
אין יעדע פריש געווארענע חסידות זענען דא מענטשען וואס קומען און גייען. ס'ווייזט גארנישט אויף דעם רבי'ן / רב.

קאווע טרינקער » מוצ"ש יוני 7, 2014 10:42 pm

· #204625
shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

ניין. אבער ס'זעהט אויס אז איר ווייסט יא עפעס... לאמיר הערן... וואס איז זיין וועבזייטל?

חרבונה » מוצ"ש יוני 7, 2014 11:39 pm

· #204643
shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.

חרבונה » מוצ"ש יוני 7, 2014 11:47 pm

· #204645
גוגל סוירטש
<a class="postlink" href="https://touch.www.linkedin.com/?sessionid=474879862243328&as=false&can=http%253A%252F%252Fwww.linkedin.com%252Fpub%252Fjoel-gross%252F37%252Fb52%252F578&rs=false#public-profile/http%3A%2F%2Fwww.linkedin.com%2Fpub%2Fjoel-gross%2F37%2Fb52%2F578">https://touch.www.linkedin.com/?session ... Fb52%2F578</a>

<a class="postlink" href="http://bayistov.org/">http://bayistov.org/</a>

BAL TSHIVA » זונטאג יוני 8, 2014 12:39 am

· #204652
שבת אחים
כוכב
רבי שרגא איז מפורסם פאר אן ערליכער איד און א מורה הוראה מובהק פאר לאנגע יארן. איך פערזענליך געדענק עים פון צעהלים וואו ער איז געזעצן יעדן פארטאגס אויפן פארטש און געלערנט שעות ארוכות בהתמדה. אזעלכע פאקטן טוישן זיך נישט ווען אן אנאנימער ניק שיסט א סטעטמענט אין די לופט.


איך קען אים פערזענטליך פאר יאהרן לאנג , איך בין געוועהן פין זיינע נאנטע מענטשען , אין דער פאקט איז אז רוב פין זיינע נאנטע מענטשען האבן אים איבערגעלאזט די לעצטע פאר יאהר , ער האט אסאך מענטשען (זיינע אייגנע מענטשען ...)בא'עוועלט, וגם אני בּתוכם ,
פאר מעהר קענסטוך פארבינדן מיט מיר אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן

Is he also from Staten Island?

שבת אחים » זונטאג יוני 8, 2014 12:49 am

· #204655
קאווע טרינקער
@שבת אחים, קיין נעגאטיווע ראיה פון דעם אז מענטשען זענען אוועק פון אים, על צד אז ס'איז אזוי. ווארום, דער וואס איז אנגעקומען קיין קאסוב, אין איר בראשית יארן, איז דאך אזא איינער וואס פארמאגט נישט קיין מקום, אדער אוועק פון א מקום. אזעלעכע מענטשען טוישען יעדע שמיטה א רבי.
אין יעדע פריש געווארענע חסידות זענען דא מענטשען וואס קומען און גייען. ס'ווייזט גארנישט אויף דעם רבי'ן / רב.


נניח סאיז אמת וואס די זאגסט אז די חסידים זענען גאר שולדיג פארן טוישן חסידות יעדע שמיטה , מעג מען בא'עוולהן מענטשען ???
קענסט די פאקטן ??? אדער וויבאלד די מענטשען טוישן חסידות גאר אפט קומט זיך זיי א שטראף ???
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די זאגסט נישט די ריישא אין נישט די סיפא

shtel » זונטאג יוני 8, 2014 1:26 am

· #204656
חרבונה
shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.

ער שטעלט זיך אהער צו זיין אביעקטיוו , מיין שאלה איז ווי ווייט ער וועט גיין צוריקצושטעלן שלום בית ?

חרבונה » זונטאג יוני 8, 2014 1:39 am

· #204657
shtel
חרבונה
shtel
ווייסט איינער צו זאגן וועגן די ארגענעזאציע "בית טוב" וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל גראס

איך האב אסאך געהערט פון אים ער קוקט אויס צו זיין א ריכטיגער בחור, אויב איז די עסק אין זיינע הענט אריינגעפאלען, איז'ס מסודר על צד היותר טוב.

ער שטעלט זיך אהער צו זיין אביעקטיוו , מיין שאלה איז ווי ווייט ער וועט גיין צוריקצושטעלן שלום בית ?

עד מקום שידו מגעת 'ועד בכלל'.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 8, 2014 6:46 am

· #204691
כוכב
דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.
דערנאך איז דא א פרעמדע פרוי וואס האט זיך אריינגעשטעקט די נאז און די רבנים וואס האבן פערזענליך געהאנדלט מיט איר, טענה'ן זי איז א מושחת.

עס דארף אנגעגעבן ווערן אז ווען רבי חיים ליב האט איר געזאגט אז ער גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א קול קורא האט זי אפגעענטפערט מיטן רופן די עלטערן אין קאורט, ווי אויך האט זי געווארנט אז א טאג נאך די קול קורא וועט זי פארזיכערן א גט ביים ערשטן שוועסטער.

רבי שרגא האגער האט געוואלט איר לייגן אין חרם און ארויסקומען סאך שארפער נאך מיט צוויי יאר צוריק, ס'הייסט אז סטוטשינער רב האט צוגעזאגט ער וועט ברענגען ארדענונג, ווען ער איז דורכגעפאלן און די פרוי האט געמאכט פון אים דאס גענאר, האט אלעס געפלאצט.

איך פארשטיי נישט. אויב זי איז נישט לייסנסד, און זי גייט אין קאורט אלס ענטפער צו די בקשת הרבנים, איז דאך די גרינגסטע זאך איר אפצושטעלן, צו גיין מסר'ן פאר די גאווערנמענט אז זי איז אן אנלייסנסד טעראפיסט. ביז א טאג איז זי ארויס פון פיקטשער, און ארעסטירט...אלא מאי, ליגט דא דער הינט באגראבן אין אן אנדער פלאץ. און ס'האט צו טון מיט פערזענליכע נגיעות און גוטע, שטארק פינאנצירטע אנדרייערס... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😮 😲

berlbalaguleh » זונטאג יוני 8, 2014 6:55 am

· #204692
קאווע טרינקער
14 רבנים האבן פארגעסען א הלכה מפורשת אז מ'טאר נישט מקיז דם זיין ערב שבועות.

מקיז דם זיין טאקע נישט. אבער שופך דם זיין, דאס יא. ס'איז א מצוה וזכות לכבוד קבלת התורה. ס'געט צו(פאר די רע-בנים החותמים) א טעם צו די קרעפלעך... 😕 😎 🙄 😠 😳 😈 😈 😢 😞 😮

מ גפני » זונטאג יוני 8, 2014 10:00 am

· #204708
מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעים ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???

outspoken » זונטאג יוני 8, 2014 10:46 am

· #204717
מ גפני
מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעים ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???


1. א מ'לערענט זיך נישט קען מען געווענדליך נישט(און חכמה בגוים תאמין)
2 "אומן לא מרע אומנותיה".

לית דין בר נש » זונטאג יוני 8, 2014 10:51 am

· #204719
כוכב
דער עולם זאל נישט מישן די יוצרות, עס איז דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער ולא על זה אנו דנין.

דאכט זיך מיר אז די ביסט ראנ"ג דא איז נישט דא א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער, דא האנדעלט זיך פון איינער וואס האט געמאכט א געפעכט צווישן עלטערן און קינדער!

זיגמונד פרויד » זונטאג יוני 8, 2014 11:07 am

· #204724
הגם איך האב נישט צופיל רעספעקט פאר unlicensed/untrained טעראפיסטן וויל איך אבער פארשטיין פארוואס ווען @וואס-איז-נייעס שרייבט א נאמען פון א רודף לויפן גלייך די ערליכע אידען (די אידען וואס מיינען אלעמאהל נאר דעם אייבערשטען) צו פארדאמן די נייעס וועבזייטל (מען לייגט זיי אפילו אין חרם). מען טרעפט אלע מינע איסורים, לשון הרע, חילול השם, וכדומה. אבער ווען רבנים זיכען נקמה צונעמן אין א נארישע שלום בית מאכער ווערט דאס א "מצווה לפרסם".

פלוצלונג זארקט מען זיך שוין נישט פאר די עתיד פון די גאנצע משפחה, די קינדער...

ווע א blog מאכט א חורבן איז דאס כפירה, ווען א רב טוט דאס איז עס א מצווה.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 8, 2014 11:09 am

· #204725
מ גפני
מ'רעדט דא אגאנצע צייט צו זי האט יא לייסענס צו נישט, וואס כאילו אין דעם ווענד זיך צו זי האט יא ריכטיג געהאנדלט צו נישט, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער וואס האט לייסענס פאר א גאן האט געשאסן אומשולדיגע? לייסענס איז דען אן אחריות/פראטעקשאן אויף דעם מענטש וואס האט דאס, אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אן אומרעכט???

איך האב מורא אז דאס ארויסקומען בפומבי אקעגן א טעראפיסט "בלי רשיון" גייט איין טאג צוריקקומען בייסן די רבנים.
נאך איינער האלט ווי מיר?

דבילה » זונטאג יוני 8, 2014 11:44 am

· #204736
חרבונה
https://touch.www.linkedin.com/?sessionid=474879862243328&as=false&can=http%253A%252F%252Fwww.linkedin.com%252Fpub%252Fjoel-gross%252F37%252Fb52%252F578&rs=false#public-profile/http%3A%2F%2Fwww.linkedin.com%2Fpub%2Fjoel-gross%2F37%2Fb52%2F578

<a class="postlink" href="http://bayistov.org/">http://bayistov.org/</a>


אינטרעסאנט ווי ס'ווערט פון א לאמפ דרייער א שלום בית מאכער. יש תקוה לישראל.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 8, 2014 12:04 pm

· #204745
דבילה
חרבונה
https://touch.www.linkedin.com/?sessionid=474879862243328&as=false&can=http%253A%252F%252Fwww.linkedin.com%252Fpub%252Fjoel-gross%252F37%252Fb52%252F578&rs=false#public-profile/http%3A%2F%2Fwww.linkedin.com%2Fpub%2Fjoel-gross%2F37%2Fb52%2F578

<a class="postlink" href="http://bayistov.org/">http://bayistov.org/</a>


אינטרעסאנט ווי ס'ווערט פון א לאמפ דרייער א שלום בית מאכער. יש תקוה לישראל.



בכלל האלט ער אז רוב פראבלעמען נעמען זיך ווייל עס איז צו טונקעל אין שטוב, אוינער פין די ערשטע באפעלען זענען צוקויפען די נייע לעד לאמפען וואס מאכען גאר לעכטיג.

כוכב » זונטאג יוני 8, 2014 12:06 pm

· #204746
סתם אראפרייסן א מענטש.
כמדומה אז מ'רעדט פון אן איידעם פון מאטי קאהן וואס האט א גרויסע פירמע מיטן נאמען סאנלייט ומובן הקשר.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 8, 2014 12:53 pm

· #204753
כוכב
סתם אראפרייסן א מענטש.
כמדומה אז מ'רעדט פון אן איידעם פון מאטי קאהן וואס האט א גרויסע פירמע מיטן נאמען סאנלייט ומובן הקשר.

אה, דעס איז דער קראלע'ס זוהן? א שטיקל פרומער געווארן לעצטנעס.

חרבונה » זונטאג יוני 8, 2014 6:18 pm

· #204844
קאווע טרינקער
כוכב
סתם אראפרייסן א מענטש.
כמדומה אז מ'רעדט פון אן איידעם פון מאטי קאהן וואס האט א גרויסע פירמע מיטן נאמען סאנלייט ומובן הקשר.

אה, דעס איז דער קראלע'ס זוהן? א שטיקל פרומער געווארן לעצטנעס.

וואס ווילסטע די טעראפיסטען זאלען אלעס חרוב מאכען? אזוי שאפט זיך עפעס טיכטיגע עסקנים וואס העלפן מלבם הטוב.

כוכב
סתם אראפרייסן א מענטש. ? ?
.

Yossy » זונטאג יוני 8, 2014 6:36 pm

· #204848
גראס איז א קליגע געשמאקע אינגערמאן כהאב גארנישט פעזענליך קעגן עם , איין פראבלעם מדארף אביסעל life experience אין אפשר אפאר יאר ארום וואלט איך געשיקט cases צי עם .. חז"ל זאגען סתירת זקנים בנין . בנין נערים סתירה מען קען נישט גראד ארויס פון די פעמפערס עוסק זיין אין שלום בית

איינגעמיירעט » זונטאג יוני 8, 2014 6:53 pm

· #204850
איך ווייס גראדע פון א קעיס וואס ער איז געווען שטארק אקטיוו,ווי אוכט קען איך יואל פערזענדליך.
אויב סאיז נוגע איינעם למעשה קען מען מיר פרעגן און אישי.

חרבונה » זונטאג יוני 8, 2014 8:28 pm

· #204874
Yossy
גראס איז א קליגע געשמאקע אינגערמאן כהאב גארנישט פעזענליך קעגן עם , איין פראבלעם מדארף אביסעל life experience אין אפשר אפאר יאר ארום וואלט איך געשיקט cases צי עם .. חז"ל זאגען סתירת זקנים בנין . בנין נערים סתירה מען קען נישט גראד ארויס פון די פעמפערס עוסק זיין אין שלום בית

איך הער אז שוין איבער צען יאר וואס ער איז ארויס פון די ווינדלען.

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 8, 2014 11:06 pm

· #204911
דבילה
חרבונה

<a class="postlink" href="http://bayistov.org/">http://bayistov.org/</a>


אינטרעסאנט ווי ס'ווערט פון א לאמפ דרייער א שלום בית מאכער. יש תקוה לישראל.

How many psychiatrists does it take to change a light bulb?

יין שרף » זונטאג יוני 8, 2014 11:14 pm

· #204914
zero! their just trying to convince it to change itself!

געגאנגן » מיטוואך יוני 11, 2014 1:04 am

· #205428
איך האב מיר אביסעל אויסגעקאכט אין דעים פרשה, ווייל איך קען דעים מאן פון דעים טעראפיסט זייער גוט!
איך פלעג אים זעהן לערנען אין בית חי' מוט א געוואלדיגע (קלויזענבורגער) התמדה
א איד מוט א גאלדענע הארץ, פול מוט גיטע מדות

עס שרייבן דא אסאך אידן זאכן וואס זענען שקר - אדער מיט אייגענע בויך סברות וכדומה, ס' טומעלט אבער מ'קומט נישט אן און ערגעץ נישט.
בקיצור עס איז דא צו סאך שטותים אין דעים אשכול

מען דארף דא קלאר מאכן דעים ענין (הגם איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן, מיין איך אז עס איז דא א תועלת יא אריינצוגיין און אויפקלערן דעים ציבור)

איך גיי מיר נישט באציען אויף דיירעקטע הערות פונם ציבור ווייל עס איז אין לדבר סוף.
אויך בין איך ניט קיין מסודר'דיגע שרייבער, עס איז נישט מיין SKILL צו שרייבן פארן ציבור, איז אויב האט איינער נישט קלאר פארשטאנען בעט איך ער זאל מיר אפיהר האלטן, און איך וועל פראבירן מסביר צו זיין בעסער.


1) סוגיא של הטראפיסט - בגשמיות
שאלה: א פרוי וואס האט זיך נישט געלערנט, פארוואס איז זי א טעראפיסט?

תשובה: היינטיגע צייטן זענען דא בתוך מחנינו גאר אסאך פון דיע סארט,
איך וואלט אייך גע'עצה'ט איר זאלט נעמען דעים ליסטע איינם נאכן צווייטן - איך האב מורא ממשיך צו זיין -
רובא דרובא פון זיי זענען אדורך א אייגענע פרשה וואס זיי האבן געדארפט צוקומען צו טעראפי, - קראנקע מענטשען -, מען האט זיי פארהיילט,
און זיי האבן זיך געלערנט דעמאלטס, איין סעשאן האט זיי געקאסט צעווישן 200-400 דולר.

ווען זיי האבן געזען ווי גרינג עס איז צו מאכן א דולר האבן זיי שוין פליצלונג אויך פארשטאנען וויאזוי צו מאכן א גרינגע דולר.
מרת שטערן בתוכם, א פרוי וואס האט מיטגעמאכט איר אייגענע פרשה מוט יארן צוריק... וכו'.
(כמה טעראפיסטן וואס האבן זיך געלערנט געהעריג, האלטן אויך נאך זייער אייגענע מחלה כנ"ל, אבער זיי האבן נישט געכאפט קיין הייסע פאטעטעס,
אבער איך וואלט אויך קיינעם נישט געראטן צו גיין צו דיע חברה, איך האב אסאך וואס צו רעדען איבער דעים נושא אבער נישט פאר יעצט)


2) סוגיא של הטראפיסט - ברוחניות
שאלה: ומה חלק לרופאים בבית עושי רצון השם? (רמב"ן עה"פ ורפא ירפא)
איך האב נאר געבארגט דעים לשון, אבער עס איז באמת אסאך שטערקער דעים קשיא ביי דעים נושא,
איך וואלט עס געפרעגט אנדערש דא: מה חלק לדעות כוזבות בבתי החינוך...?

תשובה: עת לעשות לה' הפרו תורתיך, אזוי ווי ביי די מתיונים, אבער אינגאנצן הפרו...
נאך אזוי פול יארן וואס דער עולם איז פארנומן לויפן צו די חברה, האט מען נאך נישט געזען די גרויסע הצלחה בגשמיות,
אבער די חורבנות בגשמיות וברוחניות זעט מען אלס איין טאג מער ווי די אנדערע.

איך וואלט געראטן איינער וואס דארף צוקומען צו א די חברה ענדערש גיין צו די כינעזער אדער יאפאנעזער פון מאנהעטאן,
סיי זיי האבן זיך טאקע גוט געלערנט, און סיי זיי ארבעטן אויפן מח פונקט ווי א הארץ דאקטאר אויפן הארץ,
זיי מאכן נישט אזויפול קאליא ווי די היימישע סיי ברוחניות ובגשמיות - ביודעי ובמכירי קאמינא... (אויך און דעים קען מען מאריך זיין אבער נישט דא)


3) סוגיא של די צווילינג
די צווילינג זענען פון א פיינע שטוב מוט נאך אסאך געשוויסטער, (אויב איך מאך נישט קיין טעות זענען זיי די יונגסטע)
אונטערעסאנט, די מאמע האט נאר עביאזט די צוויי מיידלך,
די מאמע האט אבער יא פארשטאנען אז זיי קענען ניצן העלף (התנהגות וכדו')
די מאמע האט זיך געלאזט קאסטן...
פאר איעדע דולר, נאך א פאטש אין פנים...

ביז זיי קענען אפילוי נישט וואוינען דארט,
נאר ביי די טעראפיסט אליינס, (לעניות דעתי א געפערליכע סימן פון קא-אינדעפענדענס... די געווער אקעגן אויפבויען א מענטש)
למעשה עפ"י פקודת ר' מאטל פון סטוטשיין (שטערן איש א שטארקער אנהענגער דארט, די מיסעס פון אונזערע שמועס האלט אויך מוט כמה פעמים די באטעס)
האט ער שטארק געפאדערט אז די מיידלעך זאלן ארויסגיין פון זייער הויז, וכך הוה,
זיי האבן זיך געצויגן קיין פלעטבוש, אליינס און א בעיסמענט.........................

מה עשה הקב"ה, האריקעין סענדי האט חרוב געמאכט דעים בעיסמענט,
צוויי מיידלעך אליינס און פלעטבוש, וואס טוט מען ווייטער?
הקב"ה - רחמיו על כל מעשיו האט זיי צוגעשטעלט א איד פון פלעטבוש, א גאר טייערע איד, האט זיי אריינגענומן, זיך אפגעגעבן מוט א וואונדערבארע איבערגעגעבנקייט.

די איבריגע מעשה האט מען שוין מיטגעהאלטן, אויך האט מען דעים איד אויך געשפיגן און פנים...
כהיום ווייס איך נישט פארוואס נאך אזוי פול טעראפי, און אויך ממש געוואוינט ביי די טעראפיסט,
וואס האט עס אויפגעטון אויף די מיידלעך, ווי האלטן זיי אויפן וועלט... ואכמ"ל.


4) סוגיא של הקול קורא - ורבנים
קודם דארף מען פארשטיין אז א גרויסע חלק פון די 14 חותמים זענען באופן כללי אקעגן די מושג פון טעראפיסט (ראה לעיל סעיף 2').
בפרט קענט איר דאס זען צום סוף פון די לאנגע צעטל עיי"ש,

בנוגע די 14 חותמים וואס זענען נישט די טיפוקעל חותמים, עס איז זיכער אז דא איז געווען א גוט בעארבעטע קאמפיין,
אבער ווער זאגט אז עס איז א נישט אויסגעהאלטענע קאמפיין,
הלואי זאל מען זיך אויפוועקן און פטור ווערן איינמאל פאר אלעמאל פון די שודדים,
מתכבדים בקלון חבירו... אוןן געלט זויגערס פארן נישט אויפטוהן נאר קליא מאכן.

און אויך איז פשוט אז טאמער וויל מען אז א עמך רב זאל חתמענען, מוזן קודם די רבנים וואס זענען געווען קרובים אדער סתם פארמישט און די פרשה קודם חתמענען, (ווער עס פארשטייט דאס נישט זאל קיין רב אדער עסקן נישט ווערן)

יעצט בייגט אייך בעסער צו צום צעטל און קוקט גוט
ר' חיים לייב כ"ץ האט נישט געחתמעט אויף דעים לאנגע קול קורא
ער האט געחתמעט אויף אייגענע ווערטער וואס שטייט דארט און קליין (עס וורט איינגעשלונגן צעווישן די גרויסע חתימות ארום)
ד.ה. חוזק געמאכט פון איהם, אויף דעים האט ער געשריבן ביי זיך אין ביהמ"ד (ראה למעלה)
וכן מוט די חתימה פון בנו של האדמו"ר מסקוליען שליט"א

ר' מאטל פון סטוטשין האט קיינמאל נישט געשריבן אקעגן דעים פרוי, ביטע קוקט גוט די צעטל
ער האט נאר קלאר געמאכט אז זי רעדט זיך נישט אדורך מוט אים, וואס כידוע נעמט ער כבלל נישט אויף קיין פרויען,
אויך אז ביי די יעצטיגע מעשה וועגן אפלאזן די שידוך האט ער גאר שטארק געקאכט אז היו לא תהי', אבער אויף טויבע אויערן.

ר' שרגא האגער איז א איד וואס די דור וואלט געמעגט האבן נאך אפאר אזעלכע, הגם איך האב שוין אויך מוטגעהאלטן איינמאל א מעשה כנ"ל,
איז ער נישט איינער וואס נעמט איבער אעסקן, נאר א עצה עפ"י דעת תורה...


פיין, איך מוז שוין לויפן!
אויב עס איז איינעם עפעס נישט קלאר קען מען מיר פרעגן און איך וועל זעהן לפי די צייט - צו ענטפערן.

שבת אחים » מיטוואך יוני 11, 2014 3:00 am

· #205442
געגאנגן


ר' שרגא האגער איז א איד וואס די דור וואלט געמעגט האבן נאך אפאר אזעלכע, הגם איך האב שוין אויך מוטגעהאלטן איינמאל א מעשה כנ"ל,
איז ער נישט איינער וואס נעמט איבער אעסקן, נאר א עצה עפ"י דעת תורה...




וואס האט שרגא האגער געטוהן פארן דור חוץ גע׳אסרט ליפא׳ס קאנצערט אין מעשוגע געמאכט יעדעם מיט די שייטלעך ?(ווער געדענקט נאך ?) וואס פונקטליך האט ער געטוהן ? אין פארוועם ?? חוץ מעשוגע געמאכט די מענטשהייט

שבת אחים » מיטוואך יוני 11, 2014 3:26 am

· #205444
איך וואלט געזאגט פינקט פארקערט ער האט מעהר הנאה פונעם דור ווי אונז האבן פון אים , ער מיט זיינע קינדער לעבן אויף קהל'ס חשבון אין ער טוט נישט גארנישט פאר קיינעם בחינם ! אלעס האט א פרייז !!!

אדרבה זאג איין זאך מיט וואס ער האט פארבעסערט אדער גרינגער געמאכט דעם ציבור די לעצטע פאר יאר?, זיך געזארגט פאר די הונדרעטער בחורים וואס דרייען זיך אויפן די גַאסן אן א ישיבה ??? זיך געזארגט פארן ציבור אז ס'איז נישטא קיין דירות ??? אז א דורשניטליכע יונגערמאן קען נישט ענדיגן זיין חודש ??? צי פארבעסערן אונזער עדיוקעישאן סיסטעם (סיי ברחיונת אין סיי בגשמיות) ???
ער זיצט ביי די מיטינגען פון די רבנים אין רעד פון הַאט קאָפּס אין סטראבּעריס ? c'mon וועק דיך אויף!!!

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 11, 2014 10:11 am

· #205469
שבת איין זאך ווייס איך זיכער וואס הרב שרגא האגער האט אויפגעטוהן פאר אונזער דור!
ער האט דיר איינמאהל אזוי גוט צוגעפיקסט אז זייט דעמאלס ביסטו נאכנישט געשלאפן א שעה רצופות אהן אויפשטיין אינדערמיט שוימענדיג פאר כעס אויף אים!!! 😃 😃 😃

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יוני 11, 2014 10:17 am

· #205470
שבת אחים, קומסט נישט אריבער קלאר (דריי אזייגער פארטאגס קומען אסאך נישט אריבער קלאר)
אבער זאג נאר, וועמען פארשטייסטו זיך? מיט מרת שטערן? אדער מיט די רבנים?
כאפ נישט גענוי דיין ציל, (חוץ טאמער דיין ציל איז אז ביסט א עסקן אין ביסט געווען פארנומען מיט די פרשה)
בלאט: 1 2 3