א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6524
א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור
רבותי! עס קומט היינט נאכט פאר א זייער וויכטיגע דינער פאר מוסד למען אחי, עס גייען שטראמען מאסן מענטשן שטיצן דעם מוסד.
בסך הכל נעמט למען אחי אומוויסענדע פארלוירענע נשמות, מען איבערצייגט זיי ארויסצוגיין פון פובליק סקול, און צוביסלעך נאך גרויס פלאג און מיה און נאך יארן פון איבערגעגעבענע ארבעט אין חינוך מיוחד מאכט מען פון זיי וואוילע אידן.
מיר וויליאמסבורג'ע אידן זענען ב"ה געבענטשט אז כולם כאחד, יעדער וויל זיין קינד זאל גיין אין א גוטע חדר, יעדער וויל זיין קינד זאל האבן דאס בעסטע מלמד, טיטשער, מנהל, מג"ש, ראש ישיבה, אא"וו. מ'ברויך נישט קיינעם איבערצייגן נישט צו שיקן זיינס א קינד אין פובליק סקול חלילה וחס, אפילו די יושבי קרנות (לאגוי'ס בלע"ז), די שוואכערע קאלטע מענטשן וואס ניטאמאל טרעטן אריין משבת לשבת אין שול, ווילן אויך די קינדער זייערע זאלן האבן די בעסטע מחנכים אין ישיבות.
ליידער מעשה שטן הצליח, די אלע מוסדות התורה וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט די בלוט און שווייס און געלט פון אונזערע עלטערן אין די בראשית יארן פון אידישקייט אין אמעריקע, ווען מ'האט געברויכט איבערצייגן מענטשן דייקא זיי זאלן יא אריינלייגן די קינדער אין אן ערליכע חדר, און טעכטער אין א היימיש סקול, זענען ליידער היינט געווארן א קאמערציעלע פאבריק, פראדוצירט מען פלייש, פלייש פון מענטשן, סאיז געווארן א מולטי-מיליאן דאלער ביזנעס, א שטייגער אז דער נפש פונעם קינד ווערט נישט באטראכט אלץ א צלם אלקים, וואס אן עולם מלא פון צדיקים ווארטן ארויסקומען דערפון, א טייער אידיש נפש א דימאנט וואס האט נאך גרויסע זכותים, בניסי ניסים וואס זיינע זיידעס האבן דורכגעלעבט אזא מלחמה זוכה געווען אראפצוקומען אויף דער וועלט. מוסדות התורה וואלטן זיך געדארפט א ווארף טאן אויף יעדעס נפש בישראל, זיך שלאגן ווער עס וועט האבן די זכיה מגדל זיין דאס טייער נפש, די טויערן וואלטן געברויכט זיין ברייט אפן צו יעדן וואס וויל אריינקומען לשמוע את דבר ה', אלע ישיבות וואלטן זיך געברויכט שלאגן זיך איבער די תלמידים, עפעס א קלייניגקייט? קענען מחנך זיין דעם צוקונפטיגן דור?!!
ליידער ליידער דער מצב איז פונקט פארקערט, עס איז מיט גרויס ווייטאג מודיע צו זיין פאר אייך אז פאריגע וואך האט א טאטע פון א קינד מיינס, א נאנטער ידיד, א גאר א חשוב'ער אינגערמאן וואס אלע פון אונז קענען זיך שעמען פון זיין ערליכקייט און תמימות, איז געקומען דער טאג וואס זיין טייערע ערשטע יונגעלע איז געווארן דריי יאר אלט, עס איז שוין דורך א יאר זייט ער האט אנגעהויבן זוכן א מוסד פארן קינד, אבער אן ערפאלג, מ'האט אים געגעבן אלע מיני אויסריידן, ער האט דאס קינד געמוזט דערווייל לייגן אין א פלעי גרופ. עס איז ענדליך געקומען דער טאג, מ'ברויך נעמען דאס קינד דעם ערשטן מאל אין חדר לעקן האניג, טיילן פעקלעך, טרערן און בלוט האט זיך געגאסן אין דעם שטוב! מ'האט פרובירט פארשידענע מוסדות זיי איבערצייגן מ'זאל דאס קינד אריינלאזן טיילן פעקלעך און לעקן האניג, אבער "בלא", מ'האט נישט בשום פנים ואופן געקענט איבערצייגן דעם חדר מ'זאל דאס קינד ערלויבן פינף מינוט אינגאנצן זאגן אלף בית, לעקן האניג, טיילן אפאר פעקלעך, זיי האבן זיך ניטאמאל געשעמט פון אויסזאגן אז דער סיבה איז כדי דער טאטע זאל חלילה נישט איבערלאזן דאס קינד דארט נאכן פארלעקן די האניג און אפטראגן ה"י.
אידן! איר זאלט וויסן אז די טרערן וואס די זיידעס באבעס קרובים און חברים האבן פארגאסן אינאיינעם מיט די עלטערן האט געקענט פארפלייצן שטעט, בלי גוזמא! אין די לעצטע מינוט האט מען ב"ה געטראפן א קרוב וואס איז א מלמד אין א געוויסע מוסד, וואס האט בסוד סודות מסכים געווען דאס קינד אריינצונעמען אויף האניג לעקן, נישטאמאל דער מוסד האט געטארט וויסן, מ'האט די גאנצע משפחה איינגעהילט אונטערן טלית אינאיינעם מיטן קינד, און אזוי איז ב"ה געלונגען אונטערן נאז פון די געסטאפא זאגן אלף בית און לעקן האניג מיטן קינד.
רבותי, וויאזוי קענען מיר זאגן ידינו לא שפכו את הדם? אוי נא לנו מיום הדין!! דאס איז אונזערס א שכן, אונזער בלוט און פלייש, וויאזוי קענען מיר אנגיין כאילו לא היה?
מיינט נישט חלילה אז מ'רעדט דא פון בעלי עבירה ח"ו, מ'רעדט דא פון א פיינע ערליכע שטוב ווי מ'פירט זיך אויף ב"ה על דרך ישראל סבא, בבגדי צנועה על טהרת הקודש, אויף וואס די משתלטים על הציבור האבן אפגעמאכט לויט זייער פארשטאנד אז די משפחה ברויך מען נישט האבן אין וויליאמסבורג, מ'ברויך זיי עוקר זיין פון כלל ישראל מחמת פערזענליכע פאליטיק קעגן די באבע/זיידע.
רבותי! עס איז ידוע אז אין א שטאט ווי מ'איז שופך דם פאר א אידיש קינד און מ'פארשווייגט דאס רח"ל, די עונשים קומען זייער זייער שנעל צו פארן! משניתן רשות למשחית אינו מבחין בין צדיק לרשע.
ליידער, מען פארגיסט שוין בלוט דא אין דעם שטאט פאר שיינע פאר יאר! רבותי, צענדליגע קינדער מוזן פארן יעדן טאג קיין בארא פארק לערנען! זיי, די קליינע שלא טעמו טעם חטא קוקן ארויס פון פענסטער, זיי זעהען די שכנים'ס קינדער גייען ארויף אויפן באס און זיי בלייבן אינדערהיים, אדער שיקט מען זיי אין פלעי גרופ מיט קינדער האלב זייער יארגאנג, עס לאט זיך נישט באשרייבן דער צער און ווייטאג וואס אזוינע עלטערן גייען אדורך, טייל זאגן דאס איז מעין הצער פון ל"ע פארלירן א קינד ח"ו.
עס איז נישטא קיין שום אויסרייד צוריקצוהאלטן אן אומשולדיג קינד פון חדר, אויף קיין מינוט נישט! קטנים לאו בני מחילה נינהו, אז די עלטערן ברויכן פאררעכטן עפעס איז נישט קיין היתר צו נוצן דאס קינד אלץ א ציל ברעט! אדרבה, אז די עלטערן האט מען אויפגעצויגן דא ביי אונז און זיי טויגן נישט, ברויך מען דערגיין די סיבה דערצו, און אפשר ברויך מען ערזעצן די מחנכים? דאס פאלט זיי נישט איין אז זיי אליין טויגן אפשר נישט?!
די מוסדות האבן א נייע אויסרייד, דהיינו די מאמע גייט אנגעטוהן "אויפפאלענד", עס קומען פאר ברייט-פארצווייגטע דעבאטירונגען וואס דאס ווארט אויפפאלענד באדייט, יעדער חבר הנהלה האט אן אייגענע "מסכת אויפפאלענד" ביי זיך אין בוזעם, דאס קען מיינען פון גיין מיט סניקערס אויף לי עוו. ביז די קאליר פונעם פאקעט בוק, ביי אנדערע קרומט מען מיט די נאז ווען שכנים געבן איבער אז דאס פרוי ווארט אפ דעם קינד מיט א שייטל אנשטאט א פארדרייטן טורבאן.
וועד החינוך האבן געעפנט א שפיאנאזש אפעראציע במלוא מובן המלה, מ'נוצט אויס דאס אומשולדיג אפליקאציע צו אריינקריכן אין די קישקעס פון די משפחה, מ'רופט אן שכנים חברים, זיי זעצן זיך צוזאם די אויפזעהערס פון חינוך, און פאר שעה'ן נאכאנאנד מיטן גאנצן לבוש מיט די ברייטע ביבער היטן און קנעפלויזע העמדער קייען זיי שמוץ בדרך היתר אויף עלטערן, וואס זייער איינציגסטער חטא איז אז זיי ווילן שיקן א קינד לערנען תורה, ליידער איז דאס ארייננעמען א קינד אין מוסד פארוואנדעלט געווארן אין א נקמה אקציע אויף די אזוי-גערופענעם באלעבאטישן עולם, דאס זענען דערביטערטע מענטשן וואס טראגן און דרייען זיך ארום מיט שנאה און קנאה אויפן באלבאטישן לעבנס שטייגער. איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן, אבער המבין יבין אז זיי – און די עזרת נשים זייערע – האלטן נישט אויס זעעהנדיג מ'גייט אנגעטוהן שיין, וואס ע"פ פסקי הראשונים דארף מען זיך אהערשטעלן פארן מאן כדי דער מאן זאל האבן חשק פאר איר, און נישט פאר אנדערע ח"ו. ליידער מ'האט זיי אהינגעגעבן דעם רעד ער אין די האנט, זיי קענען זיך אליינס נישט גלייבן ווי גליקלאך זיי זענען, זענען זיי זיך נוקם ונוטר אין די עזרת נשים אזויווי ס'באדארף זיין.
עס איז שוין דורכגעפירט געווארן אבלאוועס אויף היימישע שטובער ווי מ'האט געזוכט בחורים ובסדקים פארן נעכטיגן טאג, מ'האט שוין געשיקט פרויען זיך אונטערזוכן אויב ס'איז חלילה נישטא קיין ביי האר אונטערן שייטל, מ'האט שוין געשיקט צו פסיכיאטערס, ועוד ועוד וואס מ'קען נישט ארויסברענגען דא וואס זיי האבן שוין אלס געטוהן, אלעס אין נאמען פונעם רבש"ע.
דער חיצוניות האט איבערגענומען כל התורה כולה, והא ראי', א פרוי וואס איז "פרום" און גייט מיטן גאנצן לבוש וואס איז אזוי באליבט ביי די וועד, קען עובר זיין אויף אלע עשרת הדברות און מ'וועט נישט מאכן קיינע פראבלעמען אין די מוסדות; אבער חלילה אויב האט זי א צוגעפאסט קלייד אדער פינקע שיך, דער מאן האט אביסל געשניטן די בארד – וואס לכל הדעות האבן ע"פ רוב אלע אונזערע עלטער זיידעס דאס געטוהן – דעמאלטס האט מען שוין א פארטיגן היתר זיי צו שופך דם זיין ביזן לעצטן טראפ! עס דרייען זיך ארום אין די מוסדות מענטשן וואס האבן בפני השמש באראבעוועט אידן, זיצן אויף די קאסע פין די מוסדות אידן גזלנים וואס זיי אליינס בא'גנב'ענען דעם מוסד, רבנים פון מוסדות התורה האבן שוין ארויסגענארט בתי מדרשים פון קהלות (וד"ל), זיי זענען עובר אויף איסורי דאורייתא יעדע סעקונדע! זיי זענען די וואס פסק'ענען דיני נפשות? וועגן די קאליר פון א קלייד און די לענג פון א בארד קען מען זאגן פאר א איד "איר באלאנגט נישט אין וויליאמסבורג?" ווער זענט איר, גנב וואס ביסטע!
דער עולם איז ליידער קאלטבלוטיג, אין לך יום שאין קללתה וכו', טראגעדיעס איז שוין ליידער א טעגליכע ערשיינונג ביי אונז אין שטאט, מ'קען שוין ליידער נישט ווייך מאכן מענטשנ'ס הערצער, ס'איז שוין פארשטיינערט, מ'הערט דער האט נישט קיין ישיבה, דער האט נישט קיין חדר, דער האט א מיידל פון זעקס יאר וואס גייט נאך אין דעי קעמפ, די עלטערן גייען קאליע, דאס שטוב גייט צוגרינד, ס'איז דא אויף אלעס ארגעניזאציעס, זאל דאס קינד זיך שטיקן ח"ו, ביז סעקונדן איז דא צען הצלה לייט, רבותי, פארוואס א קינד וואס האט נישט קיין מוסד איז נישט א הצלה קאלל? פארוואס דרייען מיר נישט איבער די שטאט מ'זאל אויפהערן מיט די געמיינע רציחות? דער וויי געשריי פון גע'רודפ'טע עלטערן און קליינע קינדער דעגרייכט ביז צום כסא הכבוד! ס'איז נישטא וואס צו רעדן אז מיר ליידן שוין פון די תוצאות, דער חרב של הקב"ה האט שוין ליידער געלאנדעט אויף אונז, מ'שלאגט אונז מיט ביטערע קלעפ, ס'איז נישטא נאך א זאך וואס ברענגט עונשים תיכף ומיד ווי עבירות שבין אדם לחבירו.
ווען מ'זאגט זיך אפ פון א קינד, אז מ'נעמט אים נישט אריין, איז נישט קיין חילוק צי דער מוסד האט דרייסיג טויזענט קינדער און אפערירט שוין פאר פופציג יאר, איין קינד לאזן אויפן וואסער איז גענוג צו מבטל זיין אלע תורה וואס מ'האט געלערנט אין דעם מוסד!
אמאל האט מען נאך זיך באצויגן צו די עלטערן מיט רעספעקט, מ'האט זיי אראפגערופן און אראפגעלייגט די תקנות אויף וואס מען ערווארט זיי זאלן זיך בעסער צושטעלן, מ'האט אונטערגעשריבן, און א טאג דערויף איז דאס קינד געווען אין מוסד. היינט צוטאגס באגייט מען זיך מיט די עלטערן מיט פשוט אכזריות וואס אפילו א להבדיל א קרימינאלער שופט וועט פאררויטעלט ווערן דערפון!
קודם כל איגנארירט מען אפליקאצעס אינגאנצן, נאכדעם וואס מ'לייגט מער דרוק באקומט מען א האלבע תשובה אז מ'וועט צוריקרופן. פארשטייט זיך זיי מאכן זיך ניטאמאל וויסענדיג אז די רחמנות'דיגע עלטערן ווארטן בכליון עינים צו שיקן דאס קינד די ערשטע מאל אין חדר אדער סקול, און דא קען מען ניטאמאל האבן די דיסענסי זיך וויסענדיג מאכן בכלל? זאג זיי ניין, וועט שוין זיין אסאך בעסער! אבער דאס רשעות און געמיינהייט פון די משתלטים איז היינט שוין אויף אזא הויכן ניווא אז זיי איזדיעקעווען זיך אויף אידיש בלוט! זיי האבן א בלוט-דארשטיגע הנאה צו זעהן עלטערן פארגיסן זיך זייער בלוט ווי וואסער, זיי נעמען ארויס דאס מערסטע הנאה פון זייער פאסטן אלץ א אייגן-געקרוינטער וועד החינוך אגענט, ער באשליסט דעם צוקונפט פון דעם שעפעלע'ס רוחניות'דיגן מצב.
ווען מ'זאל מיינען באמת לשם שמים קען מען טרעפן א וועג אריין אין די הארץ פון עלטערן וואס פירן זיך נישט לויט די תקנות מיט ליבשאפט, מיט געפיל! די תורה איז זיס! פארקערט, טרעף א וועג אריין אין פארשטאפטע הערצער דורכ'ן קינד, מיט אמת'דיג אהבה צו א צווייטן איד קען מען אסאך מער אויפטוהן ווי דורך מרחק זיין.
רבותי, לאמיר נישט פארשווייגן די רשעות און רדיפות וואס אונזער אייגן בלוט און פלייש מאכט מיט, ס'איז שוין ליידער אביסל צו שפעט, אבער מקען נאך אלץ תשובה טוהן!
פארלאנגט פון די מיטגלידער פון די וועד החינוך פון אלע מוסדות אויפצומאכן די טויערן פאר כל דכפין, מ'ברויך דאך טאנצן פשוט פאר שמחה אז עלטערן ווילן א חרדי'שע חינוך פאר זייערע קינדער, עס מאכט נישט אויס צי די מאמע אדער טאטע ברויך נאך א תיקון, זיי ווילן אי"ה האבן ליכטיגע ערליכע דורות, לאמיר זיי געבן א שאנס און נישט חלילה מצער זיין תינוקות של בית רבן.
אוודאי און אוודאי אז מ'פרעגט פון איימיצן סיי וועלכע אינפארמאציע אויף א חבר, שכן, וכדומה, זאל מען אלעמאל געבן די בעסטע אינפארמאציע, חלילה וחס נישט בארעדן יענעם, אפילו מ'איז יענעם אויסטערליש מקנא צוליבן ווייב זיינע אדער מחמת איזה סיבה, מ'זאל וויסן אז תיכף נאכן בארעדן יענעם איז דער עונש אויפן וועג! און דאס איז אויך בנוגע שידוכים, חלילה נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף יענעם, דער וואס זאגט אז "איך מוז פשוט אלץ אחריות יענעם אויפמערקזאם מאכן אויף די חסרונות" איז א כופר! דער רבש"ע האט שוין זיינע וועגן, און פון יענעם בארעדן קען קיין גוטס נישט ארויסקומען!
עס איז קיין סוד ליידער וויפיל קרבנות מיר פארלירן יעדן טאג צום אמעריקאנער גאס, דייקא פון פיינע שטיבער! דער מספר קינדער וואס גייען ארויס לתרבות רעה איז זייער גרויס! דווקא די באלבאטישע שטובער גיבן ארויס די בעסטע און שענסטע פירות פון כלל ישראל, אידן וואס זענען נהנה מיגיע כפם, זיי זענען נישט ביי דין תורה יעדן טאג, זיי גייען נישט צו ערכאות של עכו"ם, זיי גיבן צדקה, העלפן א צווייטן איד, פארקערט, די אזוי-גערופענע כלי קודש וואלטן קיין קיום געהאט ווען נישט די בעלי בתים.. און אזוי צאלט מען צוריק?
רבותי, איך קען נישט גענוג ווארענען: אויב מיר וועלן נישט נעמען ערנסטע שריט צו אפשטעלן די בלוט פארגיסונג, זענען אונזערע טעג געציילטע ל"ע! וויפיל נאך אומגליקן דארף פאסירן, וויפיל נאך קינדער דארפן ארויסגיין לתרבות רעה, אז מיר זאלן אנהייבן כאפן דעם מעסעדזש? ס'איז קלאר ווי דער טאג, פון ווען מ'האט זיך אנגעהויבן באגיין מיט אכזריות מיט קינדער און זייערע עלטערן (וואס לויט דעם וועד החינוך וואלט דאס געברויכט מתקן זיין דעם לעכעריגן חינוך זייערע) זענען ליידער געפאלן מערערע קרבנות ל"ע! נישט נאר מ'האט נישט מתקן געווען, פארקערט גאר, גאנצע דורות פאלן אוועק לעינינו!
זאל דער רבש"ע אריינשיינען אין אונז שכל, אמן!
Ziniger
So very true
דברים עומדים על הפרק=ביי די קווינס מסיבה היינט נאכט
אז מען רעדט שוין פון א מסיבה היינט נאכט, לאמיר זעהן איבער נאך עפעס א אווענט היינט נאכט.
אין די לעטצערע טעג גייט אהן א קאמפיין דורך די ישיבת מהרי''י סאטמאר, צו קומען אנטייל נעמען אין א גרויסע פאנדרעזינג אין שטאט וויליאמסבורג היינט דאנערשטיג ביינאכט, פאר די קווינס ישיבה צו קענען אויפהאלטען דאס פלאץ.
און איינע פון די פארבלענדענישען צו פארדרייען דעם עולם א קאפ, ובפרט די צושאסענע עלטערן וואס זעען אין דעם מקום נישט מער ווי א פריזער, וואס קילט אפ בחורים און געט זיך אפ ''זירא'' מיט אריינגעבן עפעס אין א בחור, און באפאסט זיך בלויז וויאזוי צו ווארפען בחורים ווי די הינט. (מילד גערעדט)
האבען זיי לכבוד דעם געשטעלט א חשובער איד הרב קרישעווסקי, וועם זיי האבען ארויסגעריקט פון א ישיבה פון די אנדערע סאטמאר, צו איינרעדן די תמימים, אז יא הרב קרישעווסקי דרייט איבער די ישיבה ער געט אריין ווארעמקייט, גיי איך צו און איך פרעג א בחור, זאג נאר וואס זאגסטו צו הרב קרישעווסקי, קוקט ער מיר פון די לבנה אראפ, ניטאמאל ווייסט ער אז אזא סארט איד לעבט בכלל, מען האט אים פונקט אזוי אריינגעזעצט אין קווינס ווי יעדע משגיח און שואל ומשיב, און האט נישט קיינמאל א רעכט צו האלטען די מייק און מעורר זיין די הינדערטער צאן קדשים וואס די עלטערן טראסטען בלינדערהייט די הייליגע ישיבה אז זיי נעמען שוין קעיר, פון די ריכטיגע חינוך.
די צווייטע בלאף מיט וואס מען גייט כאפען דעם עולם זאל קומען צו שטיצען די פאנדרעזינג מסיבה, איז די ''דברים העומדים על הפרק'' וואס גייט זיך דארט גיסען...
זאגט נאר וואס זענען מיר טאקע פערדן? די ברענעדיגע טעמע, מיט וואס מען רודפט אלע עלטערן צו בלאקירען אינטערנעט און נאך, און אז נישט קאפעט מען דיר ארויס בשן ועין דאס האט איר שוין טאקע געטון מיט אלע מפרשים, אבער צו האט איר שוין אמאל צוגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער מטעם הישיבה עפעס צו בויען דעם בחור? האט איר שוין עפעס געטון פאזיטיוו צו העלפן א בחור? א פייג! !
אבער נישט פארגעסן ילכו ענוים ויתנו.... ליידיגט אייך אויס די טאשען ווי די פערד......
א פחד צו הערן, ממש ביז טרערן
אבער לויט ווי איך האב געהערט איז אין וויליאמסבורג שוין נישט אזא גרויסע פראבלעם, ווייל מען קען שיקן צו ר' יואל ראטה'ס מוסדות, ער נעמט אריין יעדעם. עם איי ראנג?
ער האט שוין א חדר און א מיידל סקול?
דער ארטיקל שניידט שטיקער! דאס דארף ווערן אויפגעהאנגען אויף יעדן ווינקל אין וויליאמסבורג הבירה!
לתועלת הענין האב איך געמאכט א PDF, פרינטס עס ארויס און פארטיילט דאס וואו אימער איר קענט נאר! ובשם ה' נעשה ונצליח.
שמעקעדיג, די זכות וועט דיר זיכער ביישטיין, קענטליך איר פארמאגט א הארץ פין א יוד, ליידער זענען דא צווישן אינז וואס זענען בלי ספק נישט מזרע ישראל, א איד איז א רחמים נישט קיין חיליק וואס דער מצב, א אידיש הארץ איז אזוי אויסגעשטעלט ער קען נישט צי זעהן דאס ווייטאג פין א צווייטן איד! דאס אימדערהערטער אכזריות אין רציחה מיט וואס די משתלטלים על הציבור באגייען זיך מיט זייערע קרבנות איז מסמר שערות, מקען אויסגיין פאר צער ציציזעהן וואס טאטעס מאכן מיט ביז מנעמט שוין אן זייער בחור אין ישובה.
איך בעהט זיך צי יעדן איינעם זאל ביטע ארויסדריקן דעם ארטיקל אין דאס פארשפרייטן בכל תפיצות תבל בישראל, איר זאלט קענען זאגן פארן בית של מעלה איר האט כאטשיק עטוואס א פעולה געטוהן קעגן די רציחה.
חרבונהאז מען רעדט שוין פון א מסיבה היינט נאכט, לאמיר זעהן איבער נאך עפעס א אווענט היינט נאכט.
אין די לעטצערע טעג גייט אהן א קאמפיין דורך די ישיבת מהרי''י סאטמאר, צו קומען אנטייל נעמען אין א גרויסע פאנדרעזינג אין שטאט וויליאמסבורג היינט דאנערשטיג ביינאכט, פאר די קווינס ישיבה צו קענען אויפהאלטען דאס פלאץ.
און איינע פון די פארבלענדענישען צו פארדרייען דעם עולם א קאפ, ובפרט די צושאסענע עלטערן וואס זעען אין דעם מקום נישט מער ווי א פריזער, וואס קילט אפ בחורים און געט זיך אפ ''זירא'' מיט אריינגעבן עפעס אין א בחור, און באפאסט זיך בלויז וויאזוי צו ווארפען בחורים ווי די הינט. (מילד גערעדט)
האבען זיי לכבוד דעם געשטעלט א חשובער איד הרב קרישעווסקי, וועם זיי האבען ארויסגעריקט פון א ישיבה פון די אנדערע סאטמאר, צו איינרעדן די תמימים, אז יא הרב קרישעווסקי דרייט איבער די ישיבה ער געט אריין ווארעמקייט, גיי איך צו און איך פרעג א בחור, זאג נאר וואס זאגסטו צו הרב קרישעווסקי, קוקט ער מיר פון די לבנה אראפ, ניטאמאל ווייסט ער אז אזא סארט איד לעבט בכלל, מען האט אים פונקט אזוי אריינגעזעצט אין קווינס ווי יעדע משגיח און שואל ומשיב, און האט נישט קיינמאל א רעכט צו האלטען די מייק און מעורר זיין די הינדערטער צאן קדשים וואס די עלטערן טראסטען בלינדערהייט די הייליגע ישיבה אז זיי נעמען שוין קעיר, פון די ריכטיגע חינוך.
די צווייטע בלאף מיט וואס מען גייט כאפען דעם עולם זאל קומען צו שטיצען די פאנדרעזינג מסיבה, איז די ''דברים העומדים על הפרק'' וואס גייט זיך דארט גיסען...
זאגט נאר וואס זענען מיר טאקע פערדן? די ברענעדיגע טעמע, מיט וואס מען רודפט אלע עלטערן צו בלאקירען אינטערנעט און נאך, און אז נישט קאפעט מען דיר ארויס בשן ועין דאס האט איר שוין טאקע געטון מיט אלע מפרשים, אבער צו האט איר שוין אמאל צוגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער מטעם הישיבה עפעס צו בויען דעם בחור? האט איר שוין עפעס געטון פאזיטיוו צו העלפן א בחור? א פייג! !
אבער נישט פארגעסן ילכו ענוים ויתנו.... ליידיגט אייך אויס די טאשען ווי די פערד......
מנעמט צען אלפים קאלעזש פראגראמען און מאיז מסרס דעם בחור אויפפרעסנדיג דאס געלט מיט וואס ער וואלט געקענט ווען לערנען א פאך נאך דער חתונה.
דערצו שינדט מען די הויט פון די עלטערן שכר לימוד, מ'ווארפט דעם בחור ווי א כלב דער טאג ער ווערט א חתן, און מהאט נאך די חוצפא צו שנארן.
וועלכער פערד גיט געלט ביי אזא דינער, זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט אזויפיל געלט, אפילו ר' יעקב בער'ס עקסטענשאן איז שוין אויסגעצאלט.
יין שרףער האט שוין א חדר און א מיידל סקול?
לויט ווי איך ווייס, יא, איך האב א קרוב וואס שיקט דארט זיינע קינדער, ווען איך וועל האבן צייט וועל איך אים געבן א קאל זיכער מאכן
----
Update
יא ער האט ביידע!
כפארשטיי באמת נישט, אז א קינד קומט פון א שוואכערע שטוב דארף מען זיך הערשט זארגן פאר זיין עתיד און אים אננעמען, נאר פאר יעדע רוסישער ספק ממזר ספק שתוקי ואסופי עמוני ומואבי דארף מען צושטעלן פון כל טוב און שיקן כרפס און חזרת אויף יו"ט, און אונזערע קינדער לאזט מען זיך וואלגערן בראש כל חוצות.
שוין די העכסטע צייט נחמת ישראל און עורה זאל אנהויבן צאלן שכר לימוד פאר ארעמע עלטערן וואס האבן נישט, עניי עירך קודם.
@זיניגער, זייער הארציגע ווערטער, ווייעדיגע ווערטער, ציפעדיגע ווערטער. עס וועקט און מאנט און ציפט עד דכדוכה של נפש.
ברם זכור לטוב דאס וואס איינער האט שוין דא דערמאנט די מוסדות פון ר' יואל ראטה אין ווימ"ס, וואס איז דערווייל די איינציגסטע מוסד אין ווימ"ס וואס איז נישט געשטעלט צו מחנך זיין די עלטערן, נאר צו מחנך זיין די קינדער. זיי שטעלן נישט קיין שום תנאים פאר די עלטערן, מען דארף נישט אונטערשרייבן קיין שום תקנות, זייער איינציגסטער תנאי איז נאר אז דאס קינד איז א נארמאל קינד.
אנדערש ווי זיין ישיבה וואס איז מער געשטעלט אויף א סיסטעם פאר שוואכע בחורים, איז אבער זיין חדר און סקול געבויעט אויף די געווענליכע סיסטעם פון אלע היימישע ת"ת און בתי חינוך.
ר' יואל האט מוסדות פאר אלע עידזשעס?? כ'מיין איך מוף קיין ווילי
ברסלבער@זיניגער, זייער הארציגע ווערטער, ווייעדיגע ווערטער, ציפעדיגע ווערטער. עס וועקט און מאנט און ציפט עד דכדוכה של נפש.
ברם זכור לטוב דאס וואס איינער האט שוין דא דערמאנט די מוסדות פון ר' יואל ראטה אין ווימ"ס, וואס איז דערווייל די איינציגסטע מוסד אין ווימ"ס וואס איז נישט געשטעלט צו מחנך זיין די עלטערן, נאר צו מחנך זיין די קינדער. זיי שטעלן נישט קיין שום תנאים פאר די עלטערן, מען דארף נישט אונטערשרייבן קיין שום תקנות, זייער איינציגסטער תנאי איז נאר אז דאס קינד איז א נארמאל קינד.
אנדערש ווי זיין ישיבה וואס איז מער געשטעלט אויף א סיסטעם פאר שוואכע בחורים, איז אבער זיין חדר און סקול געבויעט אויף די געווענליכע סיסטעם פון אלע היימישע ת"ת און בתי חינוך.
ס'איז א וואונדער אז זיי (די עסטאבלישמענט. די סדומ'ער צדיקים. די שופכי דם ישראל.( האבן איהם נאכנישט גע"פייערבאמב'ט". אדער געשיקט פייערלעשערס און טריפה'נע פיצא סטארס. כיד הרשעה הטובה עליהם.... 🙄 😈 🙄 😈 😈 😞 😞 😈 😢 😮
ווייל ביי זיי העלפט עס נישט, כאשר יענו אותו כן ירבה, ווייל אלעס איז נאר מניעות...
איך כאפ אינגאנצן נישט די גאנצע סברה פון נישט נעמען שוואכע קינדער, דאס איז פונקט ווי א שפיטאל זאל נאר נעמען געזונטע פאציענטן,
א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור
שכוח זיניגער,
כ'וויל צולייגען א נקודה, דאס אידישקייט אין אמעריקא וואלט זיך קיינמאל נישט אויפגעבויעט אויב וואלט מען געארבייט מיט'ן היינט'יגן סיסטעם. נעמט לדוגמא ר' שרגא פייוויל מענדעלאוויטש ז"ל, ווען ער וואלט געגאנגען מיט'ן היינט'יגן סיסטעם וואלט ער קיינמאל נישט אויפגעשטעלט די "ישיבה תורה ודעת".
ער איז ארומגעפארן אמעריקא און געזוכט בחורים וואס ווילן לערנען תורה, ער האט נישט געקוקט ווי גרויס איז זייער קאפיל, צו דער טאטע טראגט א קאפיל, צו דער בחור טראגט א קאפיל, צו דער מאמע דעקט צו די האר, צו איז מען אפי' שומר שבת, ביסטו א אידיש קינד ווילסט לערנען תורה איז קומ'זשע אין ישיבה אריין, מ'וועט דיר שוין אנטוען א קאפיל. אזוי האט ר' שרגא פייוויל מענדעלאוויטש ז"ל אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקא, וד"ל.
רבותי כאפטס אהן ריזיגע שטיינער און זייטס גרייט צו ווארפן
וואס זאל איך ענק זאגן קודם כל דיינע קללות האלט ביי דיר געזונטערהייט קיינער ווערט נישט דערשראקן אזוי ווי דיינע ברכות ווערן נישט מקויים! ווייל ווען יא געב דיין גוטע חבר א ברכה מען זאל אים אהן נעמען און די האסט דיך געשפארט צייט כעס קללות און די פיער אויס אליינס וואס נאך.
יעצט לעצם הענין
פארוואס זאל מיין זוהן וואס איך פראביר עכ"פ מחנך צו זיין אויפן וועג וואס מיין טאטע האט מיר מחנך גיוועהן (יא איך ווייס איך בין מיט גארנישט גאראנטיר"ט אבער איך פראביר) זיצן מיט זיין אינגל וואס אים אינטערסירט גארנישט ער פירט זיך אויף אינדערהיים ווי א וואנזיניגע משיגענע האט נישט קיין שום סעל"ף ריספעק"ט, יא זאג מיר וועלכע אינגעלייט זעהסטו שבת צופרי אהיים וואקן פון שוהל שיכור ווי לוט נאך אנגעלאנט אויף זיין אומשילדיגע 7 יעריגע באחנ'ט אינגעלע ווייל זיין בעסטע חבר האט גיגעבן קידוש און ער האט אראפגעווישט אנדערט האלבן פלעשער בלע"ק לעיבע"ל? איך זעה גיוועהנליך טאטעס וואס האבן גערירטע בערד זייער ווייבער גייען מיט די פינק"ע פאקע"ט בוק"ס און שייטלעך ביז די מחילה וכו' (איך פארשטיי אז עס איז נישט א כלל) אבער מען קען זאגן אז רוב מאהל איז עס די חברה!
יעצט די זאג מיר ווי אזוי דער איד'ס סעודה זעהט אויס נאכדעם? איך רעד שוין נאכן שעה שלאף אויפן קאוט"ש נאך מעוטף בטליתו ווייל ער ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז. וואס ווילסטו אזא קינד זאל האבן אין זיך?
און ניין א פינק"ע פאקע"ט בו"ק איז נישט קיין פראבלעם! און אויך נישט א שייטל ביז די מחילה! און אפילו נישט איינע וואס טרינקט יותר מלימודו דער פראבלעם איז נאר די גאנצע פיקטשע"ר צוזאמען! דער קינד וואקסט אויף אין א צודרייטע אינווייראמענ"ט מען פארט אין האטעל"ס הוליען צוזאמען, נאך מיט פינף אנדערע קאפל"ס בדומה להם וכו' איך דארף דיר נישט מסביר זיין אפילו וואס אונזערע היימישע פויערן טוהן אלס היינט איך גלייב אז די ווייסט אסאך בעסער ווי מיר.
איז יא הונדערט פראצענט עס איז דא טשענסע"ס אז עס גייט עפעס אויסוואקסען, (הגם איך זעה אד דא איז נאך דא א חשבון מיט די זיידע און באבע און מסתמא איז דער זוהן גארנישט בעסער ווייל ווען די זיידע איז א פעסטע בא"ם און די זוהן זיצט אין כולל מן הבוקר עד הערב וואלט קיינער אים נישט אפגעזאגט!) אבער מיין זוהן איז נישט מחויב צו זיצן מיט אים 7 שעה יעדע איינציגע טאג און הערן אלע זיינע השגות'ן!!!
אפשר שרייסטו היתכן מען נעמט נישט אהן חוש קינדער בנים למקום קינדער וכו' נאר יעדע פארשטייט אז עס איז נישט קיין תכלית
דער וואס דער אויבערשטער האט נעבעך באשאפען נישט געזונט ה"י גייט צו חוש און בנים למקום
און דער וואס זיין טאטע איז א משיגענע וואס וויל זיך נישט אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש זאל גיין צו יואל ראטה אדער עפען אויף א תלמוד תורה סטריקטל"י פאר אינגעלייט וואס פירן שטובער ווי דיין חבר (און נעם נישט אהן מיין זוהן) און הייע"ר גוטע מחנכים נישט אזוי ווי אונזערע דוירכגעפוילטע סיסטע"ם, וואס וועלן ארויף ברענגען אלע קינדער צו וואקסן ר' עקיבא איגר'ס און עס וועט זיין אן עולם התיקון!!! איך וועל זיין צופרידן און די זיכער!
זאל דער רבש"ע אריינשיינען אין אונז שכל, אמן!
וויפיל אזעלעכע וואנזיניגע משיגענע/שיכור/ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז/היימישע פויער/פעסטע בא"ם קענסטו??
און דו קאמפלעינסט נאך אויף קללות, ווען פון דיין פעדער גיסן זיך אזעלעכע שיינע ווערטער אויף אידישע קינדער!!!
און וויפיל קינדער (נישט בחורים) קענסטו וואס מען האט נישט אהנגענומען אין חדרים?
אראפ רופן די מאמע זאגן אפאר ווערטער מיינט נישט, נישט אהנגענומען איך רעד נישט אהנגענומען כהמעשה הנ"ל אז אויף א' ב' האט ער נישט אפילו געהאט ווי צו גיין!
מיסטער לית, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט ווי די גאוה ארבעט אויף כוח, דיין גרויסע 'איך' וויל נישט שיקן די קינדער מיט דעם באמבס קינדער.
זאג, אין גראסערי קויפסטו אויך נישט דארט ווי דער באם קויפט.
מאיז שוין אזוי משוגע אז מפארגעסט ווי אזוי צו טראכטן גראד, וואס אין דער וועלט קען דער דריי יעריגע קינד קאליע מאכן ווייל זיין טאטע שניידט די בארד.
דער פאקט איז אז סדא גוטע קינדער פון שלעכטע שטיבער און שלעכטע פון גוטע שטיבער, רוב קינדער זענען בערך די זעלבע ממילא.
ווען גאנץ אידישקייט איז יא דיפיטי דא אדער נישט כאפט א נפקא מינה וועלכע שטוב מקומט, ווען חינוך וואלט געווען אהבת ה און יראת ה וואלטן די זאכן נישט געשפילט קיין גרויסע ראלע.
זאג מיר די האסט געליינט וואס איך האב געשריבן אדער די האקסט סתם אזוי?
האב איך נישט קלאר געשריבן אז האקן די בערד האב איך נישט קיין שום פראבלעים?
האב איך נישט גיגעבן 2 משלים מני אלף וואס א זעקס זיבן יעריגע קינד זעהט און זאגט איבער? 1 טרינקען 2 הוליען אפאר קאפעל"ס אין האטעל"ס
מוז מיין זוהן זיין אויסגישטעלט צו דעם?
איך האב נישט קיין שום פראבלעים צו שאפע"ן אין די זעלבע גראסערי ווי איהם אבער ניין איך לאז נישט מיין זוהן גיין צו זיין הויז (ער וואוינט פונקט קעגן איבער מיר)
זיניגער (אין אדם משים עצמו רשע) ,א לייק באקומסטו פאר דיין גוטע פעדער. מען פילט בפירוש דיין ווייטוג און אופברויז און נישט בר נש האט אויך אביסל וועליד פוינטס.
דער אמת איז-כמו תמיד- ערגעץ אינדערמיט ,עס איז נישט קיין קלארע שווארץ און ווייס נאר אסאך שעידס פון גרעי. געדענק איך אז ערגעץ איז דא א שטאט ווי דער רב לאזט נישט עפענען די מוסדות החינוך ביז יעדע איינציגע קינד איז מסודר מיט א מוסד צו לערנען.
איך אויךזיניגער (אין אדם משים עצמו רשע)
זיניגער ע"ש די זון, נישט "
זינדיגער"
דיין טרער-נאר פון איין אויג, און פונעם צווייטען?
א טרער קומט מיר פון איין אויג, אזוי ווי זיניגער האט עס שיין מרוגעשדיג אראפגעלייגט, אבער א טרער קומט מיר פון צווייטען אויג, אזוי ווי לית דין זאגט, און גלייבט מיר אז עס איז שוין גאר קיין טרער טרער נישט, עס איז שוין דא א גאנצען אשען, פארמישט מיט די ביידע סארטען טרערן, אבער מיר וואונדערט זיך אז כדי מצדיק זיין איין צד פארגעסט פון פשוטער מענטשליכער כללים, די זעלבער וואס געבט די רעכט פאר יד טאטע מאמע טוהן וואס זיי ווילען גיבט די רעכט פאר די מנהלי המוסדות טוהן וואס זיי ווילען, ווען האבען די פרומע פארלוירען זייערע רעכטען? זיי טארן שוין נישט וועלן? זיי טארן שוין נישט האבען קיין דיעות? עס איז געווארען אזא רוח, מען איז מצדיק די אלע וואס וטען כל מה שליבם חפץ מען דארף זיך באגיין מיט זיידענע הענטשוך מיט זיי, און אלע וואס קענען נישט ציילען ביז פינעף אליינס, שאקלען מיט ווי קעלבלעך, אבער די זעלבע זיידענע הענטשוך וואס מען באגייט זיך מיטט די קען אמאל זיין א מעסער און הארץ פאר די פרומע, יא, דער פרומער האט די זעלבע רעכט ווי די אנדערע, און עס איז נישט מער ווי א מענטשליך און לעגעטימע זאך אז א מוסד האט פרומע ראלס און רעגעלעשינס,ידער מוז קענען סובל זיין, ווען און זיין זונס כיתה לערנט א זון פון די פון די אקטיווסטע ניקס פון מאחורי??, טאק טו מי? עקספלען יור סעלף, בקיצור איך זיך דער וואס טיילט די רעכטען, די פרומע זענען דיעה'לאז, זיי טארן זיך נישט עפענען דאס מויל, זיי מעגן שפייען בלוט ווען זייערע קינדער קומען אהיים מיט השגות וואס הייבט זייער בלוט דרוק, אבער די אנדערע, נעם אים אריין און די מסודות, ריר אים נישט אן, שטיל? איך הער אבער א ביאור פארט דארף דאך עס האבן, [און די טענה אז ווער האט געבעטן די טאטע צו האבן אזאנע פרומע פרינציפן איז נעריש וויל עס פרעגט זיך פארקערט אויך ודו"ק און לגבי בחורים בישיבות הוא נושא אחרת לגמרי
זיניגער: געוואלדיג אראפגעלייגט די מצב כהיום, מי יתן אז אינדערויסען פון די קאווע שטיבלעך זאלען שוין דערהערט ווערן די יאמערליכע וויינעריי, און איינער זאל שוין קומען אפווישען די זוידיגע טרערן.
כוכבחרבונהאז מען רעדט שוין פון א מסיבה היינט נאכט, לאמיר זעהן איבער נאך עפעס א אווענט היינט נאכט.
אין די לעטצערע טעג גייט אהן א קאמפיין דורך די ישיבת מהרי''י סאטמאר, צו קומען אנטייל נעמען אין א גרויסע פאנדרעזינג אין שטאט וויליאמסבורג היינט דאנערשטיג ביינאכט, פאר די קווינס ישיבה צו קענען אויפהאלטען דאס פלאץ.
און איינע פון די פארבלענדענישען צו פארדרייען דעם עולם א קאפ, ובפרט די צושאסענע עלטערן וואס זעען אין דעם מקום נישט מער ווי א פריזער, וואס קילט אפ בחורים און געט זיך אפ ''זירא'' מיט אריינגעבן עפעס אין א בחור, און באפאסט זיך בלויז וויאזוי צו ווארפען בחורים ווי די הינט. (מילד גערעדט)
האבען זיי לכבוד דעם געשטעלט א חשובער איד הרב קרישעווסקי, וועם זיי האבען ארויסגעריקט פון א ישיבה פון די אנדערע סאטמאר, צו איינרעדן די תמימים, אז יא הרב קרישעווסקי דרייט איבער די ישיבה ער געט אריין ווארעמקייט, גיי איך צו און איך פרעג א בחור, זאג נאר וואס זאגסטו צו הרב קרישעווסקי, קוקט ער מיר פון די לבנה אראפ, ניטאמאל ווייסט ער אז אזא סארט איד לעבט בכלל, מען האט אים פונקט אזוי אריינגעזעצט אין קווינס ווי יעדע משגיח און שואל ומשיב, און האט נישט קיינמאל א רעכט צו האלטען די מייק און מעורר זיין די הינדערטער צאן קדשים וואס די עלטערן טראסטען בלינדערהייט די הייליגע ישיבה אז זיי נעמען שוין קעיר, פון די ריכטיגע חינוך.
די צווייטע בלאף מיט וואס מען גייט כאפען דעם עולם זאל קומען צו שטיצען די פאנדרעזינג מסיבה, איז די ''דברים העומדים על הפרק'' וואס גייט זיך דארט גיסען...
זאגט נאר וואס זענען מיר טאקע פערדן? די ברענעדיגע טעמע, מיט וואס מען רודפט אלע עלטערן צו בלאקירען אינטערנעט און נאך, און אז נישט קאפעט מען דיר ארויס בשן ועין דאס האט איר שוין טאקע געטון מיט אלע מפרשים, אבער צו האט איר שוין אמאל צוגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער מטעם הישיבה עפעס צו בויען דעם בחור? האט איר שוין עפעס געטון פאזיטיוו צו העלפן א בחור? א פייג! !
אבער נישט פארגעסן ילכו ענוים ויתנו.... ליידיגט אייך אויס די טאשען ווי די פערד......
מנעמט צען אלפים קאלעזש פראגראמען און מאיז מסרס דעם בחור אויפפרעסנדיג דאס געלט מיט וואס ער וואלט געקענט ווען לערנען א פאך נאך דער חתונה.
דערצו שינדט מען די הויט פון די עלטערן שכר לימוד, מ'ווארפט דעם בחור ווי א כלב דער טאג ער ווערט א חתן, און מהאט נאך די חוצפא צו שנארן.
וועלכער פערד גיט געלט ביי אזא דינער, זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט אזויפיל געלט, אפילו ר' יעקב בער'ס עקסטענשאן איז שוין אויסגעצאלט.
איך ווייס נישט וועלכע @כוכב ס'האט דא אהערגעשלעפט דעם @חרבונה סתם צו אטאקירען און באשמיצען א וואוילע ישיבה, איך זעה יעדע וואך עטליכע שיינע
באשרייבונגען אינעם איד ווי עס שטייט בפירוש די גרויסקייט און אויפטוען יעדן איינציגסטען טאג וואס דעי ישיבה שטייט, ווי זיי לייגען אריין אהנע שיעור כוחות אין די בחורי חמד, עס איז נאך אפילו איין איינציג מאל נישט געשטאנען עפעס אז ס'זאל חלילה פארקומען עפעס שלעכטס ווי מען זעט כסדר באריכטען איבער גויאישע אדער אנדערע סאטמארע שולע'ס
סתם עלילת שקר.
קוקט אויס עטס זענטס פון יענע סאטמאר וואס זיכט סתם צו גיסען א קיתון של שופכין אויף זייער קעגנער
אחד העםא טרער קומט מיר פון איין אויג, אזוי ווי זיניגער האט עס שיין מרוגעשדיג אראפגעלייגט, אבער א טרער קומט מיר פון צווייטען אויג, אזוי ווי לית דין זאגט, און גלייבט מיר אז עס איז שוין גאר קיין טרער טרער נישט, עס איז שוין דא א גאנצען אשען, פארמישט מיט די ביידע סארטען טרערן, אבער מיר וואונדערט זיך אז כדי מצדיק זיין איין צד פארגעסט פון פשוטער מענטשליכער כללים, די זעלבער וואס געבט די רעכט פאר יד טאטע מאמע טוהן וואס זיי ווילען גיבט די רעכט פאר די מנהלי המוסדות טוהן וואס זיי ווילען, ווען האבען די פרומע פארלוירען זייערע רעכטען? זיי טארן שוין נישט וועלן? זיי טארן שוין נישט האבען קיין דיעות? עס איז געווארען אזא רוח, מען איז מצדיק די אלע וואס וטען כל מה שליבם חפץ מען דארף זיך באגיין מיט זיידענע הענטשוך מיט זיי, און אלע וואס קענען נישט ציילען ביז פינעף אליינס, שאקלען מיט ווי קעלבלעך, אבער די זעלבע זיידענע הענטשוך וואס מען באגייט זיך מיטט די קען אמאל זיין א מעסער און הארץ פאר די פרומע, יא, דער פרומער האט די זעלבע רעכט ווי די אנדערע, און עס איז נישט מער ווי א מענטשליך און לעגעטימע זאך אז א מוסד האט פרומע ראלס און רעגעלעשינס,ידער מוז קענען סובל זיין, ווען און זיין זונס כיתה לערנט א זון פון די פון די אקטיווסטע ניקס פון מאחורי??, טאק טו מי? עקספלען יור סעלף, בקיצור איך זיך דער וואס טיילט די רעכטען, די פרומע זענען דיעה'לאז, זיי טארן זיך נישט עפענען דאס מויל, זיי מעגן שפייען בלוט ווען זייערע קינדער קומען אהיים מיט השגות וואס הייבט זייער בלוט דרוק, אבער די אנדערע, נעם אים אריין און די מסודות, ריר אים נישט אן, שטיל? איך הער אבער א ביאור פארט דארף דאך עס האבן, [און די טענה אז ווער האט געבעטן די טאטע צו האבן אזאנע פרומע פרינציפן איז נעריש וויל עס פרעגט זיך פארקערט אויך ודו"ק און לגבי בחורים בישיבות הוא נושא אחרת לגמרי
אזויווי כ'האב שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, ביסט אינגאנצן גערעכט אז יעדער מעג האבן זיינע פרינציפן און רצונות. אבער ווען עס קומט צו א זאך וואס די ציבור איז אנגעוויזן אויף דעם, קען מען נישט שפילן מונופולי.
@זיניגער, הערליך שיין און הארציג געשריבן, זאל דער בורא זיך מרחם זיין ווי שנעלער אויף די צובראכענע עלטערן.
אין די ענגלישע וועלט איז דא א ראָ"ל ווען מען שרייבט א פּרעסוועסי"ב געשרייב'אכטס, קען מען נישט בלויז מסביר זיין איין זייט, מען מוז אראפ ברענגן דעם צווייטן זייט, און דערנאך מסביר זיין פארוואס זיי זענען נישט גערעכט, נאר די ביסט גערעכט.
האסט אפגעשריבן זייער א שיינע ארטיקל מלא הארץ און געפיל, אבער האסט פארגעסן צו ברענגן דעם אנדערע זייט פון מטבע. דו האסט געשריבן א מעשה פון א טאטען אן שרייבן די סיבה פארוואס מען האט נישט אנגענומען זיין אינגעל אין חדר.
איך בין נישט דא צו געבן גערעכט אויף אלע מעשיות אבער דאס איז זעכער אז מ'קען עס נישט אנקוקען מיט קעלבענע אויגן.... רשעים וואס זיי זענען, וואו איז זייער הארץ און געפיהל?
זעהט אויס אז ענק זענען שוין לאנג ארויס פון חדר און געדענקן שוין נישט די טריקענע פאקטן, אז על פי רוב ( געדענק, איך זאג על פי רוב) די קינדער וואס זענען געקומען פון פראסטע שטיבער וואס מען האט קיין געפיהל צו אידישקייט קיינמאהל געזען, נאר דאס פארקערטע. יא יא, זיי זענען געווען די שוואכערע קינדער ווען מען איז געווען אין די אינגערע כיתות, און אין כיתה ח' ט' געווען די באמעס פון קלאס, דאס איז דברים גלוים לכל. און לעומת זה די וואס זענען אויסגעוואקסן און אויסגעשטיגן, זענען פון די פיינע פרימע שטיבער לאו דווקא די רבי'שע.
איי וועסטו פרעגן וואס גייט דיך אן אז עס זענען דא אזעלכע קינדער אין קלאס? הייסט דו מאכסט דיך אינגאנצן וואו כאילו דו ווייסט נישט וואס איז די פראבלעם? די געדענקסט דען נישט ווי דער איין באם אין חדר האט מיטגשלעפט מיט זיך צוויי דריי פיינע קינדער? די מציאות איז, אז א סביבה האט א מוראדיגע שטארקע השפה אויף א מענטש, זיך חבר'ן מיט א שלעכטע חבר האט אלס געוויזן נעגעטיווא אפעקטען.
און נאכאמאל איך זאג נישט אז מען דארף ווארפען רעכטס און לינקס אבערנאויב זעהא מען אז די יונגעל גייט נאר ברענגען שלעכטס פאר די כיתה טאר מען איהם נישט מקבל זיין אין חדר. עט'ס האט'ס אזוי רחמנות אויף די טאטע'ס, אבער האללא זייער בלוט איז מער רויט פון די טאטעס וואס זייערע קינדער זענען אפגעפארן צילוב שלעכטע חברים? וואס עפעס? די ביסט דאן איי יונגעל קעגען פינף זעקס אינגלעך.
און צי דיר
@אחד העם זאגסט זייער גוט, אבער מיין באליבטע שטיבל זאלסטו נישט בארעדן. דו וואלסט נישט געוואלט דיין זון זאל זיך חבר'ן מיט א קינד פון די אקטיווסטע ניק אין מאחורי? , איז קודם כדי צו זיין די אקטיווסטע ניק אין מאחורי דארף מען סאך הכל שרייבן איין מאל א וואך, און צווייטענס דו ביסט נאך אין מאחורי קיינמאל געווען, עס איז העכסט א אויסגעהאלטנע מקום, וואו מען העלפט זיך אאויס איינעם דעם צווייטען אויף א ערליכע וועג.
מצטמק ויפה לו?: איך גיי דיר ענטפערן אויף דיין תגובה. חוץ אויף דיין לעצטון פאראגראף. דא, אין דעים פאל וואס הער זיגמונד האט געברענגט רעדט זיך פון א אינגל אדער מיידל וועלכע הייבן ערשט אן צו גיין אין חדר אדער אין סקול. איז נישט שייך צו מעסטן זייער אייגן התנהגות (באם, כלשונך). אויב די הנהלה האלט אז די עלטערן פיהרן זיך נישט אויף ווי ס'באדארף צו זיין. קענמען זיי אריבעררופן אין אפיס פון די ת"ת אדער סקול, און זיי זאגן די תקנות צו וועלכע זיי מוזן זיך האלטן. אבער מ'דארף אננעמען זייערע קינדער אין חדר אדער אין סקול. משא"כ דא איז די הנהלה באגאנגען א גרויס אכזריות מיט'ן אפזאגן די קינדער...וואס דען זאלן זיי טון? שיקן אין פאבליק סקול, ח"ו?... 😕 😎 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😮
לית דין בר נש
פארוואס זאל מיין זוהן וואס איך פראביר עכ"פ מחנך צו זיין אויפן וועג וואס מיין טאטע האט מיר מחנך גיוועהן (יא איך ווייס איך בין מיט גארנישט גאראנטיר"ט אבער איך פראביר) זיצן מיט זיין אינגל וואס אים אינטערסירט גארנישט ער פירט זיך אויף אינדערהיים ווי א וואנזיניגע משיגענע האט נישט קיין שום סעל"ף ריספעק"ט, יא זאג מיר וועלכע אינגעלייט זעהסטו שבת צופרי אהיים וואקן פון שוהל שיכור ווי לוט נאך אנגעלאנט אויף זיין אומשילדיגע 7 יעריגע באחנ'ט אינגעלע ווייל זיין בעסטע חבר האט גיגעבן קידוש און ער האט אראפגעווישט אנדערט האלבן פלעשער בלע"ק לעיבע"ל? איך זעה גיוועהנליך טאטעס וואס האבן גערירטע בערד זייער ווייבער גייען מיט די פינק"ע פאקע"ט בוק"ס און שייטלעך ביז די מחילה וכו' (איך פארשטיי אז עס איז נישט א כלל) אבער מען קען זאגן אז רוב מאהל איז עס די חברה!
יעצט די זאג מיר ווי אזוי דער איד'ס סעודה זעהט אויס נאכדעם? איך רעד שוין נאכן שעה שלאף אויפן קאוט"ש נאך מעוטף בטליתו ווייל ער ווייסט נישט אויף וועלכע וועלט ער איז. וואס ווילסטו אזא קינד זאל האבן אין זיך?
און ניין א פינק"ע פאקע"ט בו"ק איז נישט קיין פראבלעם! און אויך נישט א שייטל ביז די מחילה! און אפילו נישט איינע וואס טרינקט יותר מלימודו דער פראבלעם איז נאר די גאנצע פיקטשע"ר צוזאמען! דער קינד וואקסט אויף אין א צודרייטע אינווייראמענ"ט מען פארט אין האטעל"ס הוליען צוזאמען, נאך מיט פינף אנדערע קאפל"ס בדומה להם וכו' איך דארף דיר נישט מסביר זיין אפילו וואס אונזערע היימישע פויערן טוהן אלס היינט איך גלייב אז די ווייסט
לית דין בר נש, א גרויסן יישר כוח פארן קלאר שטעלן פארן ציבור די מהלך המחשבה פין די קליקע מחנחים המשטלתים על הציבור.
עס איז זייער וויכטיג אז דער אלגעמיינער גאס זאל פארשטיין די סם אין עיקוש המוח מיט וואס טייל מענטשן דרייען זיך ארום.
איך וויל דיר דערציילן א קליינע מעשה וואס האט פאסירט אין דער נישט לאנגער פארגאנגענהייט.
סאיז באקאנט אז ר׳ בעריש ספינקער ז״ל פלעגט האבן א זימער קעמפ האט זיך איין יאר געמאכט א געוויסע משפחה האט איינגעשריבן זייערס א קינד ביי ר׳ בעריש אויף זימער, גראדע איז די משפחה געווען אין די קאטעגארי פין וואס די רעדסט, דער טאטע איז מער מאל ווי נישט געווען פאשיכורט, די מאמע האט געהאט א גאנצע פעקל לשון הרע בקיצור די שטוב האט נישט געטויגט.
געווען א געוויסער טאטע וואס האט שוין געהאט איינגעשריבן זיינס א זוהן אין ספינקע קעמפ וואס האט אנגעהויבן א קאמפיין דער קעמפ זאל אפזאגן דעם קינד פינעם שוואכן שטוב, דער טאטע האט געהעצט אין פארפירט ביז סאיז אים געלינגען צאמצישטעלן א קליקע טאטעס וואס האבן אין א אילטאמאטום צי די הנהלה פין ספינקא קעמפ פארלאנגט דאס קינד אפציזאגן, אין אז נישט נעמען זיי ארויס זייער אייגענע קינדער פין קעמפ.
די הנהלה איז געלאפן צי ר׳ בעריש פרעגן וואס אזוינס מהאט צי טוהן, ר׳ בעריש זי״ע האט זיך אויפגעשטעלט אין געשריגן אז ער וועט אנדערש האבן א פארמאכטן אויסגעשפילטן קעמפ ווי איידער ווי צי טוהן א איד.
די קליקע טאטעס האבן מקיים פסק געווען אין ארויסגענימען זייערע קינדער פין דארט אין פלאצירט ערגעץ אנדערש.
יארן זענען דורכגעגאנגן סהאט זיך ליידער אויסגעשטעלט אז די זוהן פין די טאטע וואס האט אנגעפירט מיט דעם קאמפיין איז ארויס אינגאנצן לתרבות הרע ל״ע, ווייטער דאס קינד פינעם שוואכן שטוב איז היינט א גאר חשובער אינגערמאן. (אז איר וועט אנפרעגן ביי געוועזענע ספינקא הנהלה מיטגלידער וועלן זיי אלע וויסן דערוועגן)
עס זענען פארהאן א מספר מצמצם פין טאטעס אין מאמעס וואס זענען אין עולם הדמיון, זיי זענען איבערצייגט זיי זיצן ביים פילאט קאבינע אין קאנטראל צימער פין זייער קינדס רוחניותדיגן צוקנופט, די עלטערן זענען טייל פין די פראבלעם פינעם רציחה אויף תנוקיות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, די עלטערן זענען די וואס באבאדירן די טעלעפאן ליניעס פין די מוסדות ווי זייער קינדער לערנען מיט טעגליכע טעלעפאן קאללס מזאל זייער קינד נישט לאזן חאבערען מיט דעם אין מיט יענעם מזאל טוישן זיין חבריתה ווייל יענעמס מאמע גייט מיט סניקערס אויף די גאס, עלטערן ריפן אן טיטשערס זיי זאלן מאכן סורדזשערי אויף א מיידעליש גרופ אין ארויסשניידן א יוצא דופן א יאנטשי מיידל וואס האט זיך אנגעוואקסן אויף איר טאכטערס שבת פארטי גרופ, די עלטערן ווערן שפעטער זייער אנטוישט ווען דער אמת פארסקעט אין פנים, זיי האבן פראבירט בויען זייער קינד דורך קלאפן אנדערע זיי האבן געלעבט אין דימיון זיי זענען קיינמאל נישט געווען ביים קאנטראל טורעם, געמיינט האבן זיי זיי ריקן די קלאטש אהער מדריקט א קנעפל אהין אין דאס קינד קימט ארויס געביגלט שיין די שטאט וועט זיך הארגענען נאך אים זיך משדך זיין.
לת דין, איך האב ניעס פאר אייך, דער וואס האט א האנט אין שטערן א קינד נישט קיין חילוק צי זיין פאטער טרינקט א האלב באטל יי״ש יעדן טאג אדער נאר שבת פין לערנען אין ישובה, חדר, סקול, איז נישט מעגליך ער זאל זעהן עטוואס נחת פין די קינדער זיינע.
סטאטיסטיקס האט שוין געוויזן די ארויסגעפאלענע קימען דייקא פין אזוינע שטיבער ווי עלטערן רעדן זיך איין זיי זענען אין פולשטענדיגן קאנטראל פינעם קינד, אזוי ווייט איז דער אנוכי גאווה שולט זיי זענען גרייט איבערציפארן אין פארדארבן דורי דורות פין פאנטענציעלי יראים ושלימים
אבי ״מיין זוהן זאל נישט זיצן לעבן יענע יונגעל וואס זיין טאטע טרינקט א פלאש בלעק לעבל לכבוד שבת״ איך בין דאך אזויפיל בעסער פין יענעם מיט די גערירטע בארד! אפשר קענט איר מיר זאגן פארוואס הויעכגעשעצטער ״לית דין״ זיינט איר אזוי זיכער איר זענט בעסער פין יענעם? ווער האט אייך געגעבן די רעכט דן צי זיין דיני נפשות? פארוואס האט א קליינע דריי יעריג נשמהלע וואס קימט פין א לויטער ערליכע שטוב (ניין דער טאטע טרינקט נישט בלעק לעבל) דער פאטער איז זיך גרייט מוסר נפש זיין צי קענען האבן ערליכע ליכטיגע דורות נישט זיין בארעכטיגט צי באקימען א חינוך ביי אינז אין שטאט? טאקע ציליב אזוינע ״לית דין ולת דיין״ ווי אייך וואס ריפן אריין צי די הנהלה טעגליך פראטעסטירן היתכן מהאט אריינגענימען דעם קינד אין מיין זינס חדר דאס איז איינע פין די סיבות פארוואס מיר שטייען היינט אין אזא מצב.
ווען א קינד שטערט אין חדר ער איז א פרה אדם ער פאדארבט אנדערע איז אויך נישטא א היתר בעולם אין צי ווארפן צי די כלבים, די חדר ברויך אים צישטעלן טיפל מיוחד אינדרויסן פין גביל החדר אין ציטשארדזשען די עלטערן פאר די עקסטרע הוצאות.
זיך ווארפן מיט א קינד פין דריי יאר איז אן אכזריות שאין כמוהו.
יעדער ווייסט ווען מגייט מאכן לייסענס ברויך מען האבן six point a of ID דאס זענען זייער תקנות אויב מהאט דאס באקימט מען לייסענס אין אז נישט נישט.
מוסדות התורה האבן נישט קיין באשטימטע תקנות, זייערע תקנות איז קאסטאם מעיד לויטן געשטאלט פינעם פרוי די קאליר פין די אויגן אין וואג פינעם גוף, ממילה פאר די וואס טענהן אז יעדער איז בארעכטיגט צי מאכן תקנות לויט זייער פארשטאנד, זאל יענער זיך פארשטעלן אז יעדע מענטש זאל געבוירען ווערן מיט זיין אייגענע תורה אדער די רעגירונג זאל האבן עקסטערע געזעצן פאר יעדע מענטש עקסטער, דאס וואלט געברענגט צי אימגלויבליכע כעאס אין נארכיע.
א גרויסער מוסד וואס קאלעקט מילונים דולר יערליך פין אחינו בני ישראל האט דאס פאראנטוועלכקייט צי שרייבן קלארע תקנות שהציבור יכולים לעמוד בה אין יעדער וואס שיקט אריין אן אפליקאציע מיז באקימען א שנעלע אין קלארע אנטווארט אויב פארוואס מנעמט נישט אן זייער אפליקאציע אין וויאזוי מקען דאס פארעכטן.
זיך ווארפן אין איגנארירן מענטשן איז א דבר שאין לא תקנה בכלל.
בעל עגלה, דאס איז די מעלה פון מיין ניק, אמאל יפה און אמאל רע ....
אבער צום ענין, איך רעד נישט פון דעם ספעציפישן מעשה, אבער נקוט כללא זו בידך ווען מען נעמט נישט אָן איינעם'ס קינד אין חדר, איז עס נישט סתם ווייל זיין טאטע דאווענט אָן א היט אדער מאכטס זיך די פיאות מיט דיפעטי- דא, ניין בכלל נישט, געווענדליך רעד מען פון א אויסגערופנע ליידאק, פויער, וואס איז אין די גאנצע שטאט באוויסט מיט זיינע מעשים נעים, און רעדן צו אזא איינעם וועט נישט העלפן ער קען נישט אנהייבן פון אלעף, סארי.
און וואו ער זאל שיקן?? זייער גוט געפרעגט, אבער אלא מאי??! ווייל ער האט נישט וואו צי שיקן ממילא דארף זיין אינגעל אפהרגנען אנדערע?
ועוד די טאטעס וואס צאלן שווערע שכר לימוד האבן נישט די מינימום רעכט פון פטרלאנגן אזא זאך? פארוואס שטייט דער באמ'ס רעכטען העכער??
זיניגער ליין איבער דער שורה נאכאמאל!
לית דין בר נשפארוואס זאל מיין זוהן וואס איך פראביר עכ"פ מחנך צו זיין אויפן וועג וואס מיין טאטע האט מיר מחנך גיוועהן (יא איך ווייס איך בין מיט גארנישט גאראנטיר"ט אבער איך פראביר)
איך מעג און דארף פראבירן עס זאל זיין די בעסטע פאר מיין זוהן!
ניין איך רעד נישט מיט מיינע קינדערס מחנכים מער ווי איינמאהל א יאר ביי PTA (טאקע א תביעה אויף מיר היתכן) איך בין בכלל נישט Over Protective
אבער אזוי פיל יא עס איז דא קינדער וואס צוליב זייער טאטעס התנהגות וויל איך זיי נישט אין די זעלבע חדר ווי מיין זוהן און דאס איז גראדע א מיעוט והראי' מען הערט נישט יעדע טאג פון קינדער וואס מען האט נישט אהנגענומען אין חדר אנדערש ווי בחורים וואס איז ממש א מגיפה!
און יעצט צו דיין Statistic אז דוקא באמעס האבן גוטע קינדער און די פרומעס קינדער ווערן באמעס (וואס איך האלט איז גראדע נישט ריכטיג נאר פשוט ביי די פרומע איז עס מער אויפפאלענד זעהט מען עס מער אהן די באמס זוהן זעהט סך הכל אויס א משהו שוואכער ווי זיין טאטע) איז אולי ביי בחורים אבער אין די חדר יארן ווי מצטמק האט שוין ערווענט איז רוב מאל יא די באמעס קינדער וואס מאכן די פראבלעמען און שלעפן נאך מיט אפאר אנדערע פון די קלאס!
מצטמק ויפה לו: ייש"כ. דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. ס'קען טאקע זיין אויסנאמ'ס פאלן וואו די הנהלה מוז אזוי האנדלען (אפזאגן). ווייל איך אלס באס דרייווער האב צוגעזעהן א פאר געציילטע קעיסעס וואו די עלטערן, לויט זייער התנהגות האבן געלערנט די קינדער פונקט דעם היפוך וואס מ'לערנט אין חדר אדער אין סקול. ממילא האט דאס א נעגאטיווע השפעה אויף די איבעריגע קינדער פון די קלאס. אבער. נאכאמאל. דאס איז אן עקסטרעמער פאל. און די הנהלה דארף געדענקען אז זיי זענען דן דיני נפשות. און בלויז ווייל דער טאטע שטיצט זיך דאס בערדל, אדער די מאמע גייט נישט שלעפעריש אנגעטון לויט די פארשריפטן פון די וועד משמרת הצניעות (און אינז ווייסן מיר דאך ווער זיי זענען.) קענמען נאכנישט זיך ווארפן מיט אידישע קינדער, וואס דאס קען גורם זיין אז זיי זאלן אוועקפאלן פון אידישקייט אינגאנצן, ח"ו... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮
@זיניגער געוואלדיג !
די עלטערן וואס ווילען מיט די דעת בעה"ב הרגענען דורות זענען עתיד ליתן את הדין, אנשטאט דעם זייט מקריב נאך א שעה פון וואך צו "בויען"
דיין קינד. מבקראחד העםא טרער קומט מיר פון איין אויג, אזוי ווי זיניגער האט עס שיין מרוגעשדיג אראפגעלייגט, אבער א טרער קומט מיר פון צווייטען אויג, אזוי ווי לית דין זאגט, און גלייבט מיר אז עס איז שוין גאר קיין טרער טרער נישט, עס איז שוין דא א גאנצען אשען, פארמישט מיט די ביידע סארטען טרערן, אבער מיר וואונדערט זיך אז כדי מצדיק זיין איין צד פארגעסט פון פשוטער מענטשליכער כללים, די זעלבער וואס געבט די רעכט פאר יד טאטע מאמע טוהן וואס זיי ווילען גיבט די רעכט פאר די מנהלי המוסדות טוהן וואס זיי ווילען, ווען האבען די פרומע פארלוירען זייערע רעכטען? זיי טארן שוין נישט וועלן? זיי טארן שוין נישט האבען קיין דיעות? עס איז געווארען אזא רוח, מען איז מצדיק די אלע וואס וטען כל מה שליבם חפץ מען דארף זיך באגיין מיט זיידענע הענטשוך מיט זיי, און אלע וואס קענען נישט ציילען ביז פינעף אליינס, שאקלען מיט ווי קעלבלעך, אבער די זעלבע זיידענע הענטשוך וואס מען באגייט זיך מיטט די קען אמאל זיין א מעסער און הארץ פאר די פרומע, יא, דער פרומער האט די זעלבע רעכט ווי די אנדערע, און עס איז נישט מער ווי א מענטשליך און לעגעטימע זאך אז א מוסד האט פרומע ראלס און רעגעלעשינס,ידער מוז קענען סובל זיין, ווען און זיין זונס כיתה לערנט א זון פון די פון די אקטיווסטע ניקס פון מאחורי??, טאק טו מי? עקספלען יור סעלף, בקיצור איך זיך דער וואס טיילט די רעכטען, די פרומע זענען דיעה'לאז, זיי טארן זיך נישט עפענען דאס מויל, זיי מעגן שפייען בלוט ווען זייערע קינדער קומען אהיים מיט השגות וואס הייבט זייער בלוט דרוק, אבער די אנדערע, נעם אים אריין און די מסודות, ריר אים נישט אן, שטיל? איך הער אבער א ביאור פארט דארף דאך עס האבן, [און די טענה אז ווער האט געבעטן די טאטע צו האבן אזאנע פרומע פרינציפן איז נעריש וויל עס פרעגט זיך פארקערט אויך ודו"ק און לגבי בחורים בישיבות הוא נושא אחרת לגמרי
אזויווי כ'האב שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, ביסט אינגאנצן גערעכט אז יעדער מעג האבן זיינע פרינציפן און רצונות. אבער ווען עס קומט צו א זאך וואס די ציבור איז אנגעוויזן אויף דעם, קען מען נישט שפילן מונופולי.
האבן פרינציפען, מיינט ביי דיר מענאפאלי, ממה נפשך אויב די געסט רעכט פאר דעם פרומען צו האבען פרינציפען, איז ווען ער וויל נישט אוועקגיין פון זיינע פרינציפען האלסטו דאך אז עס נישט מאנאפאלי, ער מעג דאך האבען פרינציפען, און זיינע פרינציפען זאגען אים נעם נישט אן דעם אדער יענעם, און אפשר גייט דאס פארקערט אז וויבאלד עס איז א זאך בנוגע דעם ציבור קענען נישט די נישט פרומע האבען די מאנאפאלי און טוהן וואס זיי ווילען, ווייל עס איז דאך נוגע פאר די ציבור פרומע, הא גופא האב איך געפרעגט ווער טיילט אויס די ידו על העליונה קארטלעך
מצטמק ויפהאון צי דיר
@אחד העם[/justify] זאגסט זייער גוט, אבער מיין באליבטע שטיבל זאלסטו נישט בארעדן. דו וואלסט נישט געוואלט דיין זון זאל זיך חבר'ן מיט א קינד פון די אקטיווסטע ניק אין מאחורי? , איז קודם כדי צו זיין די אקטיווסטע ניק אין מאחורי דארף מען סאך הכל שרייבן איין מאל א וואך, און צווייטענס דו ביסט נאך אין מאחורי קיינמאל געווען, עס איז העכסט א אויסגעהאלטנע מקום, וואו מען העלפט זיך אאויס איינעם דעם צווייטען אויף א ערליכע וועג.
חס ושלום נישט געמיינט צובארעדן, כדארף סתם אזוי מדגיש, עכ"פ ביי מיר, ווען איך רעד פון די פרומע און די נישט פרומע, און איך בין מסביר די שטעלונג פון איין צד, מיינט נישט אז איך האלט אז די שטעהלונג איז א ריכטיגע, און די אנדערע טוהן עפעס ראנג, ח"ו, מיין אהבה צוגיסט זיך אויף יעדם מענטש, יוד, באשעפעניש, ווער עס לעבט מיט מיר אויף איין יונווערס, קיש איך אים און הארץ, נאר וואס, מיר קיצעלט ווען איך זעה עולם גולם זאגט נאך ווי קעלבלעך די שטעהלונג פון איין צד, און כאילו סנישט פארהאנען קיין שטעהלונג און דיעה אויף די אנדערע צד, עס שמעקט מיר פון דיסקרימענציע, און איב האב דאס זייער נישט ליב, און יעצט בנוגע מאחורי, איך האב נישט בארעדט מאחורי, איך האב נאר ארויסגברענגט אז דעם פרומען מוז דאס נישט געפעלן, צו עס איז גוט אז עס געפעלט אים נישט, האב איך נישט גערעדט
מר. (אדער הער) זיניגער שליט"א: אין דיין ענטפער צו "לית דין בר נש", וואו דו ברענגסט אראפ די מעשה וואס האטציך אפגעשפילט ביי הרה"צ ר' בעריש ספינקער, ז"ל האביך שטארק הנאה געהאט צו הערן דעם סוף פסוק, וואס קומט נאר צו פארשטארקערן די אמונה אין באשעפער אז ס'איז נישט הפקר וועלט. איך ווייס פון אן ענליכע מעשה פון איינעם א יוד? וועלכער גייט מיט'ן גאנצן חסידישן לבוש און א לאנגע שפיציגע בארד. ער איז אבער א גרויסער רשע. זיין גאנץ חיות איז פון טוען רשעות פאר אידן. זיין רעבעצין גייט אויכעט אנגעטון לויט אלע פארשריפטן פונ'ם וועד משמרת הצניעות. און אלע זייערע בנים ובנות זענען אפגעפארן, למחצה, לשליש ולרביע. נישט סתם קיל. נאר זיי זענען גאנץ קליינע מחותנים מיט'ן באשעפער און זיין תורה... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😳 😢 😞 😮
@זיניגער זייער ווייטאגלעך.
וואס זאל איך דיר אבער זאגן, איך גלייב פשוט נישט די מעשה. אויב איז אמת וואס דו זאגסט, אז די משפחה איז ערליך, און גייט אין איינגקלאנג מיט די תקנות סדום, פארוואס טאקע איז דאס קינד נישט אין א מוסד? עפעס שטימט נישט דא.
אויב איז נישט דא קיין שמץ לשון הרע אויף יענע טאטע מאמע, ביטע אישי'ט מיך.
די איינציגע וועג צי קעיר נעמען פין אזאלכע סארט פראבלעמען, איז צי עקספאוזען די וואס טוען דאס, פארשפרייטען זייערע נעמען און בילדער, פארציילען פינקליך די שמועס וואס מען האט געהאט מיט זיי, וואס זיי האבען געזאגט אין אזוי ווייטער,
קיינער וויל נישט ווערען אויסגעשמירט אויף די גאסען און אויפען אינטערנט,
נישט נאר די מוסדות ברויך מען צי אויסשמירען ברבים, נאר מען מוז טארגעטען די ספעציפישע אינדיווידיאלען וואס זענען געווען אינוואלווד,
דאס האט א אומשאצבארע כוח, דער מענטש מיט זיין משפחה וועלען נישט וויסען ווער ס'ווייסט יא אין ווער נישט, זיי וועלען ווערען קאמפלעקסט ווען זיי גייען אויף די גאס, זייערע בני בית וועלען ווערען נערוועז, אין ס'וועט לייגען אומגעהויערע פרעשור אויף די סיסטעם,
לערענטס ענק אויס, ווילאנג זיי וועלען נישט שפירען היץ אויף די אייגענע הויט, גייט זיך עס נישט אויפהערען, איינמאל זיי וועלעען ווערען עקספאוסד וועט זיך אלעס זייער זייער שנעל טוישען, קיינער וועט נישט וועלען זיין אינוואלווד אין די שמוציגע ארבעט, אנהייב וועלען זיי טרייען צי גיין אנדערגראונד, זיי וועלען נאר ענפערען שריפטליך אין מען זאל נישט וויסען ווער ס'שטייט אונטער דעם, אבער דעמאלץ וועט מען טארגעטען די גאנצע וועג החינוך פין יענע מוסד, און אזוי אויך זייער געטשקע (רבי בלע"ז), די רגע די היץ וועט זיין גענוג שטארק וועט זיך עס אויפהערען,
ישי א שאד דיר אפילו צו ענטפערן
דיין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער!!!
שמעקעדיגדער ארטיקל שניידט שטיקער! דאס דארף ווערן אויפגעהאנגען אויף יעדן ווינקל אין וויליאמסבורג הבירה!
לתועלת הענין האב איך געמאכט א PDF, פרינטס עס ארויס און פארטיילט דאס וואו אימער איר קענט נאר! ובשם ה' נעשה ונצליח.
אוואו איז די PDF פארשווינדען געווארען?