☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » Facebook גייט פאבליק

Facebook גייט פאבליק

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #652

משה געציל » פרייטאג מאי 18, 2012 1:26 am

· #13234
Facebook גייט פאבליק
די ביזנעס וועלט ווארט מיט שפאנונג אויפען מארגענדיגען טאג, ווען אום 11:00 ניו יארקער צייט וועט פעיסבוק סטאקס ארויסגיין צום פאבליק אונטערען טיקער סימבאל FB, וואו עס ווערען געטרעידעט דורכען נעסדעק.

פעיסבוק איז געגרינדעט געווארען צוריק אין 2004 דורך מארק צאקערבערג און נאך צוויי סטודענדעטען אינעם האווערד יונעווערזעטעט, לכתחלה איז עס געגרינדעט געווארען בלויז פאר די סטודענטען אלטס א קאמיניקאציע מיטעל דורך סאציאלע נעטווארקס, זעענדיג ווי שטארק פאפולער עס איז געווארען צווישען די סטודענטען האבען זיי מחליט געווען ענדע 2006 ארויסצוקומען מיט פעיסוק צום ברייטען פאבליק, עס איז אזוי שנעל געווארען אויפגעכאפט אז אין 2007 האט מייקערסאפט געמאלדען אז זיי האבען אפגעקויפט א 1.6% שותפות פאר די סומע פון $240,000,000, געבענדיג א ווערט פאר פעיסבוק פון ארום פופצען ביליאן דאללער, פעיסבוק איז זיך אזוי שנעל צו וואקסען ווען צוריק אין 2008 איז זי באשטאנען פון 100,000,000 באנוצער און יעצט שטייט זיי מיט איבער 900,000,000 אקטיווע באניצער.

ווען פעיסבוק האט געמאלדען א צייט צוריק אז זיי פלאנען צו גיין פובליק, האבען אסאך אנאליסטען געהאלטען אז די פירמע איז ווערט ארום אכציג ביליאן דאללער, למעשה האט פעיסבוק באוויזען אויפצוטרייבען זעכצען ביליאן דאללער דורעכאויס די IPO פראצעדור, שטעלענדיג די פרייז פאר א שעיר ביי $38 און געבענדיג פאר פעיסבוק א געשאצטע הונדרעט און פיר ביליאן דאללער ווערט, וואס דאס איז פיל מער ווי סיי וועלכע טעקנאלעדזשי פירמע האט נאר אמאל אויפגעטרובען, אריינגערעכענט גוגעל וואס האט אויפגעטרובען בלויז 1.9 ביליאן דאללער צוריק אין 2004 דורעכאויס איר IPO פיילינג, ווערענדיג געשאצט ביי בלויז דריי און צוואנציג ביליאן דאללער, אין פארגלייך צו פעיסבוק.

עס וועט זיכער זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטען מארגען וויפיל די סטאק וועט פארדינען אדער גאר דערלייגען, געוויסע אנאליסטען האלטען אז די געשאצטע איבער הונדרעט ביליאן דאללער ווערט איז היבש איבערגעטריבען, נאכדערצו נאכדעם וואס דזשי. עם. האט די וואך געמאלדען אז זיי גייען אויפהערען אדווערטייזען אזוי סאך אויף פעיסבוק זאגענדיג אז גוגעל ברענגט פיר מאל אזוי סאך רעזאלטאטען ווי פעיסבוק, א מערהייט פון אנאליסטען האלטען אבער אז פאטענציאנאל איז נאך די פירמע ווערט א סאך מער פון דעם אנווייזענדיג אז מער און מער מענטשען ווערען צוגעבינדען צו פעיסבוק א יעדען איינציגסטען טאג, געבענדיג די מעגליכקייט פאר פירמעס צו אדווערטייזען מיט זייער א אויסגערעכענטע טארגעט פאר יעדען באנוצער לויט זיין פראפייל.

smart » פרייטאג מאי 18, 2012 2:05 am

· #13239
וואס איז די אינכאם פון פעיסבאק?
פשוטע עדווערטייזמענט? די זעלבע איז מיט טוויטער, ביידע קאמפעניס זענע ווערט א פארמעגן ווי אוזי?

אברעמעל » פרייטאג מאי 18, 2012 2:43 am

· #13242
ווען איינער ניצט א אפפ פון טוויטער אויף זיין פאון איז נישט דא קיין שום אדווערטייזמענט צו סתם אלץ טעקסט, פלאס וואס איז בכלל די פארגלייך פון פעיסבוק צו טוויטער, ס'דינט א צווייטע ציל אינגאנצן.

משה געציל » פרייטאג מאי 18, 2012 9:29 am

· #13260
[ציטאט אראפגענומען]

די ר"ת איז initial public offering, אין אידיש "ערשטע פאבליק אנבאט", דאס טיישט די ערשטע געלעגהיינט פארען פאבליק צו קויפען די סטאק, דורעכאויס די פיילינג זיצט די פירמע מיט גרויסע בענק און אינוועסטירער וואס שאצען אפ די ווערט פון די פירמע, די אלע איבער צוויי און פערציג מיליאן שעירס וואס פעיסבוק גייט היינט ארויסלייגען זענען שוין נישט למעשה אינטער זייער באזיס, נאר זענען שוין אויסגעקויפט געווארען דורכאויס די פיילינג דורך ריזיגע אינוועסטמענט בענק ווי, גאלדמאן סאקס, דזשעי. פי. מארגען, און נאך, וואס האבען אויסגעקויפט שעירס אין די ווערט פון זעכצען ביליאן דאללער, וואס קומט אויס אז א שעיר פרייז וועט זיך אנפאנגען ביי $38, ווען די אינוועסטרירער גייען דאס היינט ארויס לייגען אויפען מארקעט.

משה געציל » פרייטאג מאי 18, 2012 9:41 am

· #13261
smart
וואס איז די אינכאם פון פעיסבאק?
פשוטע עדווערטייזמענט?

בעיקר עדווערטייזמענט, אבער עס איז גארנישט אזוי פשוט, גוגעלס הויפט אינקאם איז נאך אלטס עדווערטייזמענט.
smart
די זעלבע איז מיט טוויטער, ביידע קאמפעניס זענע ווערט א פארמעגן ווי אוזי?

טוויטער ווערט געשאצט אויף פיל ווייניגער, די חילוק איז זייער גרויס טוויטער איז בלויז א מיטעל ווי אזוי צו קענען האלטען א קשר דורך טעקסט, משא"כ פעיסבוק ווי דער באניצער קען האלטען א דעטאלירטע פראפייל פון זיך, וואס אטאמאטיש איז דער באניצער א סאך מער ציגעבינדען צו פעיסבוק ווי צו טוויטער, ווי אויך ליגט דארטען א סאך מער אינפארמאציע איבערען באניצער, וואס געט פאר די פירמעס וואס עדווערטייזען בעסערע שאנסען פאר פאזעטיווע רעזאלטאטען דורכן צילען יעדען באניצער לויט זיין פראפייל.

לעמיל » פרייטאג מאי 18, 2012 10:05 am

· #13271
לוינט זיך ארין צו שפרינגען דערין?? וועט עס ברענגען געלט???

משה געציל » פרייטאג מאי 18, 2012 10:23 am

· #13277
ווענט זיך, וויפיל געלט דו האסט, וויפיל דו ווילסט אריינלייגען, און די וויכטעגסטע איז אז דו דארפסט באמת זיין גרייט צו דערלייגען די גאנצע, (דער כלל איז בעצם גילטיג ביי יעדע אינוועסטמענט וואס דו ווילסט מאכען).

משה געציל » פרייטאג מאי 18, 2012 1:00 pm

· #13313
ס'איז ווייט נישט די הייסע סטאק וואס געוויסע האבען געהאלטען, ביי א געוויסע פונקט פריער האט עס שוין געהאלטען אינטער אכט און דרייסיג דאללער, יעצט שטייט עס ביי ארום איין און פערציג דאללער.

לעמיל » פרייטאג מאי 18, 2012 2:48 pm

· #13370
איך האב געמיינט זיכער אז די ערשטע טאג וועלען זיי האבען עפעס א מעכטיגע סוקסוס

משה געציל » פרייטאג מאי 18, 2012 4:13 pm

· #13395
ממש א ליצנות, פעיסבוק האט זיך געשלאסען ביי $38.23.

לעמיל » דינסטאג מאי 29, 2012 3:36 pm

· #14964
וואס איז פשט אז עס גייט זיי אזוי שלעכט???? עס האלט שוין ביי אינטער $30

smart » דינסטאג מאי 29, 2012 4:57 pm

· #14989
wow וואי קען זיין אז עס פאלט אזוי נאכן אנהייבן מיט א אזא שטארקע טעמפא?

לעמיל » דינסטאג מאי 29, 2012 5:26 pm

· #15001
דאס איז דאך וואס איך פרעיג

משה געציל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:44 am

· #15256
די סטאק איז נעכטען אינמיטען טאג אנגעקומען אזוי נידריג ווי $27.86, זעט אויס די כינוס כ"י האט געהאט ווייט גרייכעדיגע אפעקטען...

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:01 am

· #15258
smart
wow וואי קען זיין אז עס פאלט אזוי נאכן אנהייבן מיט א אזא שטארקע טעמפא?

לדעתי איז פעיסבוק געריכטעט אין דירעקציע פון מייספעיס עס וועט נאר גיין אראפ. מענטשן הייבן זיך אן חאפן זיי זענען געווארן פשוטע פעיסבוק זאמביס, פארנומען טאג און נאכט צו קוקן ווי הונגעריקע נשמות זענען עוסק אין זעלבסט גראטיפיקאציע אבער עס ברענגט נישט קיין פאקטישע נוצן פארן מענטשהייט אפשר אויסער רעוואלוציעס אין די סיי ווי קראנקע לענדער.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:13 pm

· #15305
איך מיין אז די סיבה אז זיי זענען נישט מצליח אז ויבאלד זייער עדווערטייזמענט זעיט מען נאר אויפען קאמפיאטער אין נישט אויף קיין סמארט פאון אדער איי פעדס אין דאס גלייכען אין די אינגע דור וואס נוצט פעיסבוק ניצט עס בדרך כלל נישט אויף קיין קאמפיאטערס אין דאס איז די סיבה אז מענטשען וילען נישט אינוועסטען

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:21 am

· #30618
ווער געדענקט נאך וואס פאר א הייסע סטאק Facebook האט געזאלט זיין? ווי מען האלט יעצט אינדערפרי אין די עלעקטראנישע טרעדינוגס איז די סטאק טאקע הייס, אבער נישט סתם הייס נאר ציפידיג הייס פאר די אלע אינוועסטירער וואס האבן בלינדערהייט אינוועסטירט אינעם סטאק מיט דריי חדשים צוריק ווען עס איז געגאנגען פאבליק פארן פרייז פון $38 א שעיר, און יעצט האלט א שעיר ביי בלויז $21.61! א פארלוסט פון איבער %40.

די אורזאך פונעם שטארקן טראסק בעיקר די פארגאנגענע וואך איז צו פארדאנקען Facebook's איינקומפט באריכט פון פאריגע וואך וואס האט געוויזען אז פארן פיפטען קווארטאל נאכאנאד זענען די פארדינסטן געשרינקען. די הויפט סיבה איז וויבאלד מער און מער באנוצער באניצען זיך דערמיט דורך זייער סעלפאנס ווי די אדווערטייזמענט איז א סאך שוואכער ווי אויף די דעסקטאפס, אטאמאטיש ברענגט דאס צו אז פירמעס זאלן נישט אדווערטייזען אזוי פיל אויף Facebook. לויט ווי א איינגעשטעלטע באריכטעט, איז די הויפט פריארעטעט פון די פירמע יעצט אויף צו קומען מיט א נייע אפעקטיווע אדווערטייזונג פראגראם פאר סעלפאנס.

בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 3:55 pm

· #30787
משה געציל

ייש"כ משה געציל. קוקנדיק היינט אויף דעם סטאק שפעקוליר איך אפשר איז יעצט צייט אריינצוטאנצן. פעיסבוק איז נאכאלץ א מעכטיקער בער מיט א ביליאן רעגיסטרירטע באנוצער איר פאטענציעל איז ריזיק. איך ווייס פונעם כלל ביי סטאקס נישט צו כאפן א מעסער וואס פאלט איז אבער אויך דא אמאל דאס פארקערטע ווען עולם גולם אנטלויפט איז צייט אריינצושפרינגען. וואס האלט איר?

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:21 pm

· #30865
גייט facebook זיין אזוי גרויס ווי google?

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:55 pm

· #31238
בן תמליון

ייש"כ משה געציל. קוקנדיק היינט אויף דעם סטאק שפעקוליר איך אפשר איז יעצט צייט אריינצוטאנצן. פעיסבוק איז נאכאלץ א מעכטיקער בער מיט א ביליאן רעגיסטרירטע באנוצער איר פאטענציעל איז ריזיק. איך ווייס פונעם כלל ביי סטאקס נישט צו כאפן א מעסער וואס פאלט איז אבער אויך דא אמאל דאס פארקערטע ווען עולם גולם אנטלויפט איז צייט אריינצושפרינגען. וואס האלט איר?

איך האב געזאגט פאר מיין בראקער אז ווען עס קומט אן צו $19 א שעיר זאל ער מיר קויפן, ווי עס האלט היינט איז עס שוין געווען אינמיטען טאג אזוי נידריג ווי $19.84, דאס קומט נאך א נייעס אז צוויי הויפט עקזעקטיווען גייען פארלאזען זייער פאזיציע.

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 5:29 pm

· #31276
נאך א נייעס וואס האט היינט היפש אראפגעטריבן Facebooks סטאק איז די פאקט וואס זיי האבן אנגעוויזן אז נאנט צו פינף פראצענט באנוצער זענען דאפאלטע באניצער דאס הייסט זיי האבן נאך א אקאנט, דאס נעמט אטאמאטיש אוועק די פירמעס גרויסקייט מיט א געשאצטע איבער אכציג מיליאן באניצער ווייניגער.

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:23 pm

· #36627
משה געציל
איך האב געזאגט פאר מיין בראקער אז ווען עס קומט אן צו $19 א שעיר זאל ער מיר קויפן

יעצט האלט עס ביי 19.18, נאך א טראפעלע קענסטו שוין זאגן פאר דיין בראקער צו קויפן.

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:32 pm

· #36630
געפאלן צו 19.14

בן תמליון » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:43 pm

· #36637
איך מיין אז עס איז א מציאה יעצט עס וועט נאך אביסל פאלן אןן שטיין נידריק פאר א צייט אבער אין לאנגן טערמין וועט ער גיין היפש העכער. פארשטייט זיך מען קען גארנישט וויסן זיכער איך וואלט געווארנט נישט אריינצולייגן אייער לעבנס סעווינגס.

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:46 pm

· #36638
יעצט איז ער שוין געפאלן צו 19.12

שמואל הלוי » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:43 am

· #42443
פעיסבוק סטאקס האלט ביי א רעקארד נידריגקייט פון 18.06.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:50 am

· #42447
מיט די כינוס כלל ישראל אין אירופא וועט עס נאך פאלען (און קול מבשר וועט זיך הייבן)

gehlungen » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 7:28 am

· #42961
משה געציל
ווענט זיך, וויפיל געלט דו האסט, וויפיל דו ווילסט אריינלייגען, און די וויכטעגסטע איז אז דו דארפסט באמת זיין גרייט צו דערלייגען די גאנצע, (דער כלל איז בעצם גילטיג ביי יעדע אינוועסטמענט וואס דו ווילסט מאכען).

I would like to bye $100 facebook stocks (never bought any stocks)

בן תמליון » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:16 am

· #42971
gehlungen
משה געציל
ווענט זיך, וויפיל געלט דו האסט, וויפיל דו ווילסט אריינלייגען, און די וויכטעגסטע איז אז דו דארפסט באמת זיין גרייט צו דערלייגען די גאנצע, (דער כלל איז בעצם גילטיג ביי יעדע אינוועסטמענט וואס דו ווילסט מאכען).

I would like to bye $100 facebook stocks (never bought any stocks)

טרעד קאמישנס צן קויפן און פארקויפן וועט אייך קאסטן בערך 20$ ממילא אפילו דער סטאק גייט ארויף 20% וועט איר נישט מאכן קיין געלט. פאר 100 דאלאר קויפט ענדערש סקרעטש לאטאס.

gehlungen » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:33 am

· #42972
בן תמליון
gehlungen
משה געציל
ווענט זיך, וויפיל געלט דו האסט, וויפיל דו ווילסט אריינלייגען, און די וויכטעגסטע איז אז דו דארפסט באמת זיין גרייט צו דערלייגען די גאנצע, (דער כלל איז בעצם גילטיג ביי יעדע אינוועסטמענט וואס דו ווילסט מאכען).

I would like to bye $100 facebook stocks (never bought any stocks)

טרעד קאמישנס צן קויפן און פארקויפן וועט אייך קאסטן בערך 20$ ממילא אפילו דער סטאק גייט ארויף 20% וועט איר נישט מאכן קיין געלט. פאר 100 דאלאר קויפט ענדערש סקרעטש לאטאס.

How about for $250 .00 ?

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:22 am

· #43046
שמואל הלוי
פעיסבוק סטאקס האלט ביי א רעקארד נידריגקייט פון 18.06.

שוין געטראסקעט צו 17.63

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:36 am

· #43058
יא, אזויווי כ'האב נעכטען פאראויס געזאגט

בן תמליון » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:01 pm

· #55089
23.64 +4.14‎ (21.21%‎

אז משה געציל איז אריין ביי 19, איז צייט צו פארקויפן?

שעפטל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 5:33 pm

· #184946
צוגעקומען נאך דריי ביליאן פאר Restricted Stock Units

נאטרוליסט » מיטוואך פעברואר 19, 2014 5:43 pm

· #184950
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט וועלן אוודאי ארויסקומען מעכטיגע חרמות און קול קורא'ס צו אסר'ן וואטסאפ, ווייל ס'וועט הייסן פעיסבוק-וואטסאפ.

קליגער אינגערמאן » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:19 pm

· #184992
פייסבוק קויפט אפ וואטצאפפ פאר 19 ביליאן
יעצט קימט אן די נייעס אז פייסבוק קויפט אפ וואטצאפפ פאר 19 ביליון.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:42 pm

· #185005
זיי האבן געטון קלוג. וואטסעפ האט געוויסט אז זייער ווערד וועט פאלן איינמאל דע איסורים כאפן זיך אריין אין אלע אידישע קרייזן

ביבער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:17 pm

· #185014
איך שמעק א צונאמי פון פרייוועסי בריעטשעס מיט גילויי ניקס אויפן העכסטן פארנעם, פעיסבוק גייט באקומען עקסעס צו אלע וואצעפ אקאונטס מיט פאון נאמבער'ס, ס'וועט זיין ליהודים אסאך קאפוויי אויפן האריזאנט.

דריידל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:38 pm

· #185032
קען איינער מסביר זיין פארוואס וואטס עפפ זאל ווערד זיין 19בעלאנעס?
איך פארשטיי אז זיי האבן גאר אסאך פריוואטע אינפארמאציע אבער 19 ביליאן איז אסטראנאמיש

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:13 am

· #185066
און פארוואס פעיסבוק איז אזוי טייער פארשטייסטי יא?

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:33 am

· #185074
מה זה ועל מה זה? כ'האב נעכטן אפגעשריבן א לענגערע באריכט וועגן דעים ענין און שפעטער, זעענדיג ווי עטליכע האבן שוין באריכטעט דא דערוועגן, האב איך געדראפט די געדאנק פון עפענען דעם אשכול, קומט א ניק און עפנט א אשכול מיט ווייניגער ווי א שורה באריכט.. טוט מיר וויי!

(בכלל וואס איז געשען מיט די צייטן ווען א @גבאי פלעגט קעיר נעמען פון אזעלכע מעס אפס?)

דריידל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:53 am

· #185078
מיר איז אויך געווען אינטערעסאנט פארוואס די מנהלים האבן צוגעלאזט דעם אשכול. זייענדיג א ניי שרייבער דא האב איך נארוואס דורכגעליינט די תקנות וויאזוי צו עפענען א ניי אשכול און דער אשכול קומט לכאורה נישט נאך די פארשריפטן. קען זיין אז די מנהלים באמערקן נישט אלכס און איינער פון די ליינער דארפן זיי אויפמערקזאם מאכן.
אלס מיטגעפיל מיט אייך, רב לאלי, וויל איך דיר געב א לייק אבער די ברויכסט פאררעכטן די לינק צו דיין תגובה וואס ארבעט עפעס נישט. אויב וועט מיר געפעלען וואס די שרייבסט , וועט אין ציגאב קענען באקימען א לאליפאפ שבת ביים ליינען.

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:32 am

· #185083
פארראכטן! (וואס טוט מען נישט פאר א לייק..)

מ גפני » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:21 am

· #185106
ביבער
איך שמעק א צונאמי פון פרייוועסי בריעטשעס מיט גילויי ניקס אויפן העכסטן פארנעם, פעיסבוק גייט באקומען עקסעס צו אלע וואצעפ אקאונטס מיט פאון נאמבער'ס, ס'וועט זיין ליהודים אסאך קאפוויי אויפן האריזאנט.

אפשר פארקערט?? אפשר וועט מען קענען אריין סייענען צו וואצעפ מיטן פריוואטן פייסבוק אקאונט?

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:25 am

· #185109
ווי אינטערסאנט ס'איז צו זעהן ווי ברייען עקטאן דער קא-גרינדער פון וואטסעפפ איז אפגעזאגט געווארן אין 2009 פון באקומען א דזשאב ביי טוויטער און ביי פעיסבוק, און יעצט מאכט ער א לעבן מיט די ביליאנען פון זיינע אפזאגערס...

📎 Bg7T0z6IgAAdof7.png

מ גפני » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:49 am

· #185116
[ציטאט אראפגענומען]

16 אדער 19?
קליגער אינגערמאן
יעצט קימט אן די נייעס אז פייסבוק קויפט אפ וואטצאפפ פאר 19 ביליון.

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:35 am

· #185131
דריי ביליאן איז ריסטריקדעד סטאק געלטער