☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס מיר קענען טין צי סטאפען די עסקנים/כינוסים

וואס מיר קענען טין צי סטאפען די עסקנים/כינוסים

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6509

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 6:05 pm

· #202976
וואס מיר קענען טין צי סטאפען די עסקנים/כינוסים
קאווע שטיבעל איז כהיום א פעקטארי פון אכשולות קעגען די "אכשיר דרא גזירת שמד" וועלכע נעמט ארים כלל ישראל אזוי ווי יעדע גזירת שמד, פון אלע זייטען פלאקערט און עס ברענט די "כינוס" שמד מאשין, אידען פארלירען זייער גראדער שכל, גייען כצאן לטבח נאך די רעבישע אייניקלעך און אייגען געקרוינטע עסקנים
די חורבן ווערט גרעסער פון טאג צי טאג און די חכמים הרואים את הנולד באוויינען שוין די קימענדיגע גזירות וואס גייען בקרוב ארויף געצווינגען ווערען אויף דער עולם
אסאך אידען פרעגען "ווי האט דאס געקענט זיין אז אזויפיל מיליאנען אידען האבען זיך אזוי גרינג געלאזט פירען צים שחיטה ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען קוים צוויי דריי נאציס האבען געפירט מחנות פון הונדערטע אידען לשחיטה, פארוואס האבען די אידען זיך אזוי תמימותדיג געלאזט?"
די זעלבע פראגע גייט מען פרעגען ביז אפאר יאר, ווען יעדער איינער גייט באוויינען און מען גייט פרעגען "ווי קען זיין אז הונדערטע אידען האבען זיך אזוי געלאזט פירען פון אפאר רעבישע אייניקלעך פון אפאר לאציגע ראציגע עסקנים"?
אבער די תירוץ איז, האסטי שוין געהערט דיין טאטע\מאמע/זיידע באבע דיר ריפען "שעפעלע"? פארוואס? ווייל אידען זענען געגליכען צי שעפעלעך צי בהמות, איידעלע וואוילע בהמות, אבער פארט בהמות, יא סימפעל האסט שוין אמאל געזעען ווי איין אייניציגע הינט פירט טויזענטע שעפעלעך און זיי פאלגען עם אזוי שיין? יא דאס זענען שעפעלעך, שעפעלעך\אידען האבען מורא פון איינציגע הינט (ליין: נאציס, עסקנים, אדמורים) וואס בילען, יא מיר האבען מורא ווען א הינט בילט. דאס איז אינזער נאטור

אבער צי דען מיזען מיר טאקע זיך לאזען פירען? צי דען האט נישט אלעס א שיעור? צי דען איז נישט געקימען די צייט אז די שעפעלעך זאלען ווערען ציגען מיט קריספי הערנער? כ'מיין וויפיל איז די שיעור זיך אזוי צי לאזען פירען? וויפיל איז די שיעור אז כלל ישראל זאל זיך לאזען שמייסען פון הני כלבין דחציפין? וויפיל? לאמיר ארויס נעמען די וקרני ראם קרניו און זיי ציריק שטויסען ציריק באכענען און זאגען "no more again"
אלעס האט א שיעור אלעס האט א שיעור!

די שאלה איז נאר "ווי אזוי" שטעלט מען אפ די מאסען מערדעריי פון כלל ישראל? ווי אזוי מאכט מען שטיל די עסקנים\אדמורים\בנשקלעך?
וואס איז די טריק?
מען זאגט נאך אז עס איז געווען א רבי וואס האט געשאלטען איינעם אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין, סוף יאר איז ער געקימען צי א גדול פרעגען אז ער האט מורא אז די יאר ענדיגט זיך און ער האט מורא אז קיצו בא בקרוב, זאגט עם דער גדול "פון דער רבי דארפסטי נישט מורא האבען אבער פון זיינע חסידים זאלסטי אנטלויפען ווי פון פייער ווייל זיי וועלען נאך מקיים פסק זיין"
דאס איז קלאר אז די הינט הנ"ל זענען זייער זייער מסוכן, און מען דארף ארבעטען קליג נישט אריין צי פאלען אין זייער "מוציא שנתו קללה".....
וואס האלט דער עולם? וואס איז די עצה? תשועה ברוב יועץ, יעדער זאל דא ארויף לייגען זיינע עצות

מיין עצה איז, אז מען זאל גרינדען א "היימישע פאפעראצי" בלאג ווי יעדער וואס זעט א עסקן אדער רבי אדער בנשק וואס איז שטארק טעטיג אין די כינוסים, זאל מען זען צי כאפען פון עם מאדנע בילדער אדער אנדערע סחורה און עס ארויף לייגען, רוב חברה גייען איינמאל זען א בילד און מער וועט מען נישט הערען פון זיי!
נעמט דעם ר' קלמן ה"ש אדער דער הורוביץ, און מער וועט מען נישט הערען פון זיי
און אפשר אזוי וועט מען קענען אפראטעווען די דור פון די הינטישע נעגל, אולי?

אפטעמיסט » דינסטאג מאי 27, 2014 6:10 pm

· #202979
טיטאניק, געבענטשט זאל זיין דעם טאג וואס דו האסט זיך צעבראכן די פוס! טראכט נישט אזויפיל, עפען נאך אפאר אשכולות!!! און... לאמיר האפן אז דער דאקטאר וועט דיר צוטיילן נאך א וואך אין בעט.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 27, 2014 6:12 pm

· #202982
איימיצער האט אמאל געפרעגט, אויב איך וויל אפשפארן די וואסער ביי מיר אינדערהיים, ווי אזוי איז די גרינגסטע וועג עס צו טון?
איינער האט געענטפערט צודרייען דעם פייפ פון אונטערן סינק, דער אנדערער האט געזאגט אפהאקן דעם קראן, א.א.וו. יעדער מיט זיינע עצות.
האט זיך דער בעל דרשן אנגערופן, קיין איינע איז נישט ריכטיג! די גרינגסטע וועג איז פשוט.... נישט באצאלן די וואסער ביל, ומאליו יפסק!

די מארעל פון די משל? סטאפטס צו גיין צו די כינוסים. זאל זיין א ריזיגער 6 שטאקיגער אויבן אן מיט אלע רבנים, מיט 15,000 ליידיגע בענקלעך, ווי קיין איינער וועט נישט ערשיינען, אין גם אחד!! מער וועט קיין כינוס נישט פארקומען!

נאר וואס, איך ווייס אז איך בין אין דריעמלענד בשעת איך שרייב עס.....

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 6:13 pm

· #202983
אפטעמיסט
טיטאניק, געבענטשט זאל זיין דעם טאג וואס דו האסט זיך צעבראכן די פוס! טראכט נישט אזויפיל, עפען נאך אפאר אשכולות!!! און... לאמיר האפן אז דער דאקטאר וועט דיר צוטיילן נאך א וואך אין בעט.

די שלעכטס איינער לאכסט פון מיינע צרות? 😃 😃

מנחם אבראמאוויטש » דינסטאג מאי 27, 2014 6:15 pm

· #202984
די פאפעראצי איידיע איז א גוטע.
אולי וועט מען כאפען א בילד פון שרגא - איך בין סקולענער רבי - פריעדמאן עסן זיין נאז אפפאל כמנהג הקדמונים.

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 6:19 pm

· #202987
אדער בילדער ווי זיי אליינס האלטען נישט כשר'ע סעלפאנס

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 27, 2014 6:38 pm

· #202997
אפטעמיסט
געבענטשט זאל זיין דעם טאג וואס איך האב נישט געהאט קיין חריין ביי מיין שבת סעודה!!! און געבליבן איינגעשפארט אין ביהכ"ס אהן קיין אשר יצר פאפיר!!! טראכט נישט אזויפיל, עפען נאך אפאר אשכולות!!! און... לאמיר האפן אז דער אויבערשטער וועט מיר צוטיילן נאך אפאר דוירכפעלער.

zurich » דינסטאג מאי 27, 2014 7:17 pm

· #203015
איין זאך ווינדער איך מיך וויזוי די חברה שעימען זיך נישט מיט שרגא פרידמן, איך מיין נישט גארנישט אבער שרגא זעהט מיר אויס ווי א פלעינע ביזנעס מאן! וואס פאר מיין באבע זאל ער פארקויפן אז ער האט נישט קיין סמארט פאן..

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 28, 2014 7:17 am

· #203136
ווי קען מען אים זעהן, איז ער שבת אין סקולען? א גאנצע ווי דאווענט ער? ווי ארבעט ער?

דריידל » מיטוואך מאי 28, 2014 7:46 am

· #203139
מ'דארף מאכן א כינוס ווי מ'עט מטכס עצה זיין וויאזוי אפצושטעלן די מגיפה פון כינוסים

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 28, 2014 10:36 am

· #203164
שרגא פירט אן דעם כינוס?

עפל סיידער » מיטוואך מאי 28, 2014 11:59 am

· #203178
@טיטאניק נאך אלס זיכסטו עצות? האסט שוין אזויפיל אראפגעריסען די כינוסים און די קלערסט אז איינער היינט רעכנט זיך מער מיט די כינוסים ווי טיטאניק?
@טיטאניק האט היינט די לעצטע ווארט ביי אלעמען די ברויכסט נאר דא משמיע זיין חוות דעתך און דר'עולם ווייסט שוין וואס צו טון.

זיגמונד פרויד » מיטוואך מאי 28, 2014 3:01 pm

· #203224
פשוט. מדארף נאר צושטעלן overnight קוגול ביי א טיש אינדרויסן פון זאל... דער עולם וועט גלייך אהינלויפן.

טיטאניק » מיטוואך מאי 28, 2014 3:06 pm

· #203225
עפל סיידער
@טיטאניק נאך אלס זיכסטו עצות? האסט שוין אזויפיל אראפגעריסען די כינוסים און די קלערסט אז איינער היינט רעכנט זיך מער מיט די כינוסים ווי טיטאניק?
@טיטאניק האט היינט די לעצטע ווארט ביי אלעמען די ברויכסט נאר דא משמיע זיין חוות דעתך און דר'עולם ווייסט שוין וואס צו טון.

ס'הייסט אז עס איז געקימען די צייט ווען אפגעשליסענע אידעלעך פון די גאס מיט שטאפענע היטען זאלען פירען כלל ישראל?
איך גלייב נישט, וועט נאך זיין אסאך אסאך כינוסים און ביי אלע וועט זיין א גרויסע עולם בהמות\שעפעלך וועלכע וועלען גיין לשחיטה מיט א אויסגעשטרעקטע האלז און מיט אפאר יאר שפעטער וועלען זיי דאס באוויינען, אזוי ווי אלע אנדערע מעשיות אין כלל ישראלס היסטערי
און די "אויבער" חכמים ווי טיטאניק וועלען אייביג הייסען די משוגעים אדער כופרים
דאס איז די וועלט ביז משיח וועט קימען

טיטאניק » מיטוואך מאי 28, 2014 3:07 pm

· #203226
קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס משיח וועט קימען "עני רוכב על החמור" ווייל מיט בהמות דארף מען רעדען בהמה שפראך, דער אייזל מיט דער שעפעלע קענען זיך גיט פון די פארעם.................................

עפל סיידער » מיטוואך מאי 28, 2014 3:40 pm

· #203232
רעדסט שוין אזוי

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 28, 2014 5:13 pm

· #203257
אפטעמיסט
טיטאניק, געבענטשט זאל זיין דעם טאג וואס דו האסט זיך צעבראכן די פוס! טראכט נישט אזויפיל, עפען נאך אפאר אשכולות!!! און... לאמיר האפן אז דער דאקטאר וועט דיר צוטיילן נאך א וואך אין בעט.

נו, איך ווינטש עים (טיטאניק) א רפואה שלימה בקרוב. ער קען געזינטערהייט זיצן אין אן עירקאנדישנ'ד ביה"כ און שרייבן אשכולות ככל אוות נפשו (הבהמית) הטהורה...! 😕 😂 😂 😂 🙄 😉 😮

מ גפני » מיטוואך מאי 28, 2014 5:16 pm

· #203258
ער איז עפעס זייער שטיל היינט, כ'האב מורא מיהאט אים צוריקגעשיקט ארבעטן

טיטאניק » מיטוואך מאי 28, 2014 6:21 pm

· #203275
געוועזען פארנימען מיט דעם
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/202733">viewtopic.php?p=202733#p202733</a><!-- l -->

יין שרף » דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:33 pm

· #203447
עפען א טוויטער אקונט על שמו, און פאלאו דערמיט אלע זונות...