☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וואס טיט מען ווען מען איז געצווינגען צי גיין ליידיג?

וואס טיט מען ווען מען איז געצווינגען צי גיין ליידיג?

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6499

טיטאניק » מאנטאג מאי 26, 2014 10:09 pm

· #202720
וואס טיט מען ווען מען איז געצווינגען צי גיין ליידיג?
קאווע שטיבעל איז א מקום מקלט פאר אלע וואס האבען נישט וואס צי טין מיט די צייט, זיי זיכען עס צי שטיפען און אנפילען און ווילען ח"ו נישט ציקימען לידי עבירה דארעך די שווערע שעות בטילה, און קאווע שטיבעל איז גאר א גיטע עצה צי ווערען ביזי מיט עפעס
די חורבן איז ווען עס ווערט שוין נמאס.....
די מעשה איז אזוי, איך האב מיר מיט אביסעל ווייניגער פון צוויי וואכען ציריק זייער מיאוס ציבראכען די פיס+ אפערעישאן, א מעשה פאר זיך ווי אזוי דאס האט פאסירט, אבער אין כאן המקום לפוטרם ציליב גילוי אויב איינער דא איז א הצלה מעמבער.............. אבער דאס איז די מעשה איך בין ציגעבינדען צים בעט, און קען נישט ארויס גיין צי די ארבעט, און ווער עס באמערקט זיץ איך יומם ולילה אויף קאווע שטיבעל, איך האב נישט וואס צי טין פאר ליידיג-ליגען איך גיי אויס!!!!!
לערנען קען איך נישט ווייל איך בין נישט אין די מאד, עסען קען מען אויך נישט ווייל אלעס גיסט זיך אויס אויף די בעט, שמיסען מיט די חברים קען מען אויך נישט ווייל יעדער ארבעט, וואס יא? קאווע שטיבעל!
אבער וויפיל קען מען עסען קאווע שטיבעל? וויפיל? איך ווער שוין נמאס צי זען ווי די צוויי חברה זיצען ביים זעלבען טישל 24 שעה א טאג! חברה טוישט פאזיציע! איך קען נישט זען די זעלבע פאזע 24 שעה א טאג!
יו טוב? שוין אויסגעאקערט מן הקצה אל הקצה!
האט איינער נאך א גיטע באשעפטיגונג וואס איך קען טין אין אזא מצב?
עפעס א מעכטיגע טיווי שאו? וואס?
🙄 🙄 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈

ברעט מענינג » מאנטאג מאי 26, 2014 10:29 pm

· #202725
ערשטענס מאך א נייע אימעיל אדרעסס
נאכדעם טויש דיין רינגער פון דיין פאון
טויש די וואלפעיפער פון דיין פאון
קאל ווערייזאן און פרעג זיי צו זיי האבן עפעס א ביליגע פלען פאר אסאך דאטא.
זאג מיר ווען די ביסט פיניש.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 26, 2014 11:14 pm

· #202733
לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.

טיטאניק » מאנטאג מאי 26, 2014 11:24 pm

· #202735
קאווע טרינקער
לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.

אלעדיגט
תודה

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 26, 2014 11:34 pm

· #202738
ליין א בוך?

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 26, 2014 11:43 pm

· #202744
קאווע טרינקער
לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.

ורמי ק"ט אק"ט.

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מאי 26, 2014 11:51 pm

· #202745
לא קשיא. הא לן והא להוא

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 27, 2014 12:00 am

· #202746
טיטאניק
איך ווער שוין נמאס צי זען ווי די צוויי חברה זיצען ביים זעלבען טישל 24 שעה א טאג! חברה טוישט פאזיציע! איך קען נישט זען די זעלבע פאזע 24 שעה א טאג!


ארלעדיגט, מיר טוישן פאזיציע!
fffffff.jpg

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 9:27 am

· #202808
יישר כחכם

מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 9:43 am

· #202815
אוי וויי אן אייזבארג האט אריינגעהאקט אינעם טיטאניק'ס פוס
רפואה שלימה

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 27, 2014 9:50 am

· #202817
טיטאניק
קאווע שטיבעל איז א מקום מקלט פאר אלע וואס האבען נישט וואס צי טין מיט די צייט, זיי זיכען עס צי שטיפען און אנפילען און ווילען ח"ו נישט ציקימען לידי עבירה

איך בין מוחה בכל התוקף דאס איז בכלל נישט די מעשה
קאווע שטיבל איז א פלאץ פון מענטשן וואס האבן גאר אסאך ארבעט צו טוהן און זעצן זיך דא אריין זיך צו ליפטערן! און ליידער די קאנסיקווענסען זענען אז די ארבעט ווערט נישט געטוהן!

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 27, 2014 10:48 am

· #202828
ונבנתה העיר
קאווע טרינקער
לייג אריין "BBC" אין יוטוב... ביפ מיך ווען דו ביסט פארטיג.

ורמי ק"ט אק"ט.

סתם פאר די רעקארד, קאווע טרינקער איז א ניק וואס עטליכע שרייבער נוצען...

פישלע העררינג » דינסטאג מאי 27, 2014 11:14 am

· #202832
קאווע טרינקער

סתם פאר די רעקארד, קאווע טרינקער איז א ניק וואס עטליכע שרייבער נוצען...

יעדער פון די עטליכע שרייבער מוזן האבן די זעלבע שטריכן כדי עס צו קענען נוצען...

[list]א. תורת מאדערן ארטאדאקס בראשו.

ב. סארקאסטיש.

ג. Moody.

ד. טריקענע הומאר.

ה. אוהב ספרים.

ו. לעצטענס געטראפן א דזשאב ווי מ'ארבעט נישט זונטאג און חגאות.[/list:u]

😂

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 27, 2014 11:16 am

· #202833
קען זיין יעדער פון די זעקס שרייבער האט א צווייטע שטריך.

כוכב » דינסטאג מאי 27, 2014 11:58 am

· #202843
איך פארשטיי זייער גוט דיין ווייטטאג טיטאניק, און אינטערנעט איז ווייט נישט די עצה צוליב וואס עס ליידט פון אן אווערדרייו פון אינפארמאציע און מווייסט נישט ווי אנצוהיבן.
ווען איך בין אויף נעטפליקס למשל קען איך נישט וואטשן קיין איין זאך גראד. ווייל נאך פינף מינוט הייבט מען אן עפעס אנדערש, און אזוי איז אלעמאל ווען מ'האט נישט וואס צו טון עפנט מען זיבן בראוזערס און מעענדיגט מיט גארנישט.
די עצה איז טאקע ווי קאווע טרינקער האט אנגעמערקט, זיך קאנצעטרירן אויף איין ספעציפישע זאך, א שטייגער ווי ביביסי.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 27, 2014 1:28 pm

· #202876
פישל'ע העררינג
קאווע טרינקער

סתם פאר די רעקארד, קאווע טרינקער איז א ניק וואס עטליכע שרייבער נוצען...

יעדער פון די עטליכע שרייבער מוזן האבן די זעלבע שטריכן כדי עס צו קענען נוצען...

[list]א. תורת מאדערן ארטאדאקס בראשו.

ב. סארקאסטיש.

ג. Moody.

ד. טריקענע הומאר.

ה. אוהב ספרים.

ו. לעצטענס געטראפן א דזשאב ווי מ'ארבעט נישט זונטאג און חגאות.[/list:u]

😂

איך האב געטראפן א דזשאב וואו מ'ארבעט נישט מאנטיג און דינסטיג אויכעט...@!!!... 🙄 😂 😉 😮

BAL TSHIVA » דינסטאג מאי 27, 2014 2:03 pm

· #202886
Download Candy crush if you don't have it yet

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 3:45 pm

· #202922
מ גפני
אוי וויי אן אייזבארג האט אריינגעהאקט אינעם טיטאניק'ס פוס
רפואה שלימה

נאר די שפיץ, אבער דאס מאל אין טרעפ, ווייל זייט די דער ערשטער עקסידענט האט דער טיטאניק מורא צי פארען אין וואסער

טיטאניק » דינסטאג מאי 27, 2014 3:47 pm

· #202923
berlbalaguleh
פישל'ע העררינג
קאווע טרינקער

סתם פאר די רעקארד, קאווע טרינקער איז א ניק וואס עטליכע שרייבער נוצען...

יעדער פון די עטליכע שרייבער מוזן האבן די זעלבע שטריכן כדי עס צו קענען נוצען...
[/list]

😂

איך האב געטראפן א דזשאב וואו מ'ארבעט נישט מאנטיג און דינסטיג אויכעט...@!!!... 🙄 😂 😉 😮

און מען צאלט אוודאי שיין! ניין?
שמעקט מיר ווי עפעס א ראש ישיבה פאסטען, מען ארבעט קיינמאל נישט און מען ווערט שיין שיין געצאלט 😉

פלעין יודיש » דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:54 pm

· #203449
@טיטאניק
כיצד הרגל???

טיטאניק » דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:12 pm

· #203458
צום בעסרעניג
דריי זיך ארים ב"ה