☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין חריינ'לאזע שבת

מיין חריינ'לאזע שבת

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6496

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 26, 2014 9:14 pm

· #202697
מיין חריינ'לאזע שבת
ס'איז מיר נישט גרינג צו שרייבן. איך קלער אריין צי ס'לוינט זיך בכלל פרובירן באשרייבן מיין מיטמאכעניש און מוטשעניש. מיין שפראך איז צו ארעם, מיין לעקסיקאן צו קנאפ און מיין וואקאבולאר צו באגרעניצט, אז כ'זאל קענען ארויסצוברענגן די אומגעהויערע ביטערניש און איבעל וואס ס'האט געהערשט ביי אפטעמיסט אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. כ'ווייס נישט צי איינער וואס איז נישט אין מיין שיך קען בכלל פארשטיין מיין ביטערניש און גרימעניש. כ'גלייב אז נישט. אבער אז כ'האב נישט קיין אנדערע ארט זיך צו אויסרעדן, וועל איך עס בלית ברירה טון דא ביי אונז אין "קאווע שטיבל".

איך בעט דעם עולם מחילה. אקעי, שרייטס מיך נישט אן; כ'ווייס אז מיין קראקאדיל-טרערן בארירט מער נישט קיינעם. איך ווייס, איך ווייס. איך קום און ברענג דא אראפ א מרה שחורה מער אפט ווי נישט, און כ'האב נאך די חוצפה צו פארלאנגן פארשדענדעניש.

נישט צום דריטען מאל — נאר צום צוואנציג'סטן מאל — שריי איך שוין "וואלף". איך פיהל מיר טאקע ווי א היפאקריט. איך זיץ דא אפ אין שטיבל, יומם ולילה, כ'דערקוויק מיר חנם אין כסף, און דערנאך קום איך פרעכערהייט און שפיי צוריק אין פנים. כ'האב שוין לאנג געקלערט וואס כ'וועל ענטפערן בבוא היום ווען מ'וועט מיר אפירהאלטן פאר'ן אראפברענגן די מצב רוח אין ניווא פון קאווע שטיבל. כ'ווייס טאקע נישט וואס ס'וועט זיין און כ'וויל בעסער נישט טראכטן. איך האף אז דער רבש"ע — מיט'ן הילף פונעם בארדיטשעווער און מיינע ווירטואלע פריינד — וועלן שוין טרעפן עפעס זכותים מיר צו פארטיידיגן. איך האף אזוי.

שוין, געענדיגט מיט די הקדמות.

וואס האט שוין ווידער פאסירט?

איז אזוי. ביי מיר איז די גאנצע וואך אן הכנה צום שבת. מיין גאנצע חיות שעפ איך פונעם הייליגן שבת קודש. איך שטיי אויף יעדען טאג, טראכטענדיג אז אט האלט מען א טאג נענטער צום טייערן שבת. שבת איז מיין גאזאלין צום לעבן.

נישט אז כ'בין א קרעטשניפער פון דער היים. בכלל נישט. אפשר האלט איך טאקע אז ר' זיידל איז א פועל ישועות, נו, יעדער ערליכער איד האלט אזוי, אבער איך אידענטיפיציר מיך נישט אפיציעל אלס קרעטשניפער. פאר צושויער קען זיך אמאל דאכטן אז אני הקטן בין גאר אליין פון דער קרעטשניפער גזע. פון מיין קידוש וועל איך נישט רעדן, אבער מיין עבודה ביים פיש? נישט צום גלייבן. ס'איז נישט צום גלייבן ווי א פשוט'ער בעה"ב קען אזוי נתהפך צורה ווערן פון איין מינוט צום צווייטן. אויב אינמיטן וואך קען איך ליידער אמאל (אמאל) זיך ארויפכאפן אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט, שטיי איך שבת אוועק דערפון כמטחוי קשת. אויב אינמיטן וואך קען איך אמאל ליידער ארבעטן פאר פרנסה (ה"י), בין איך שבת כל כולו קודש, און כ'גיי אפילו רבי'שע בגדים. שבת ווער איך אן אנדערע מענטש. בשעת וואס אין די וואכן טעג בין איך א פשוט'ער ארבעטס אינגערמאן — א פויער, בין איך שבת קודש בבחינת ר' זיידל. בלי שום גוזמה.

איצט אז איר כאפט אביסעלע פון וועם מ'רעד, קען מען גיין א טריט ווייטער.

ס'איז דא איין זאך וואס איך קען בא'טיטול'ן אלס דער הויכפונקט פונעם שבת. יא, אלס ארום דעם שבת איז דערהויבן, אבער איין זאך קען איך רופן דעם שפיץ.

ווען איך קום אן צו דעם "שפיץ", ווי איך גלייך עס צו רופן, שטעלט זיך דער גאנצער וועלט אפ. איך פאנג אן טרייסלען און שפרינגען, און כ'ווארף מיר ווי א סידזשר געשלוגענער מטורף. מיטאמאל פאנג איך אן ארויסלאזן יאמערליכע קולות, און כ'שטעל מיר אויף לויפן מזוית זו לזוית אחרת. עפעס מיסטיש ליגט אינעם 'חריין' אז ס'נעמט מיר אזוי ארויס פון די גלייזן. איך קען אליין נישט פונקטליך אנווייזן וואס ס'איז אז איך פאנג אן וויברירן, אבער ווי נאר כ'באמערק מרת אפטע'קע ארויסנעמען די חריין פון פרידשזעדער הייב איך אן זיך וואקלען ווי אן אקס וואס זעט רויט. מיינע אויגן ווערן ווי פארגלייזט אויפ'ן חריין און כ'פאלג נאך פארזיכטיג ווי מיין אידענע גרייט עס אן, לייגט עס אריין אינעם טעלער און ברענגט עס, שמייכלענדיג, צום טיש. און דאן, ווי כאילו דער וועלט איז חרוב געווארן, קומט די בריאה צו האסטיגער אפשטעל. מיין הארץ פאנגט אן קלאפן פיבערהאפטיג, און כ'ווער פלוצים פארגליווערט און געפרוירן. איך פאר ארויס פונעם עולם הגשמי און כ'גיי אריין אין אן עולם שכל כולו רוח. איך זעה פלוצלינג א וועלט פון הארסרעדיש און צוויקל; א וועלט פון טריפל סטראנג און עקסטרע סטראנג. אלס שטעלט זיך אפ, און דער וועלט ווערט פאר'חריינ'ט און רואיג.

אן אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון דער מיספארשטענדעניש, האט דעם שב"ק העעל"ט פאסירט א שוידערליכער קאטעסטראפע. זייענדיג דעם שלאק שאמעס אינדערהיים, האב איך ווי געווענליך געמאכט די גראסערי ארדער דאנערשטאג ביינאכט, אבער פאר אן אומבאקאנטע סיבה, האב איך פארגעסן ארייצולייגן א חריין אינעם וואגאן. מיין פרוי תחי' האט, כמובן, געדענקט אריינצולייגן אינעם גראסערי-ליסטע אזעלכע נישטיגע שטותים ווי אייזקרים און סאוער בעלטס, אבער פון מיין באליבטע חריין האט זי אינגאנצען פארגעסן.

אנשטאט איך זאל זיצען ביים סעודה מיט א רואיגקייט און מנוחת הנפש, בין איך געזעצען פארכמארעוועט און צעטראגן. אנשטאט א געשמאקע בא'טעמ'טע שבת, האב איך געהאט אן אנגעזעצטע, מעלאנכאלישע שבת. א שבת וואס וועט פארשריבן ווערן אין די שווארצע ביכער פון כלל ישראל. א טאטאלער נידערשלאגע.

פרעג איך אייך, איז נאך א וואונדער אז כ'בין געוועהן אזוי שטיל אין שטיבל די וואך?

פישלע העררינג » מאנטאג מאי 26, 2014 9:24 pm

· #202701
ביי @אפטעמיסט אין שטוב האט די שבת געהערשט א חריין אף.

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 9:29 pm

· #202702
אפטעמיסט
ביי מיר איז די גאנצע וואך אן הכנה צום שבת. מיין גאנצע חיות שעפ איך פונעם הייליגן שבת קודש. איך שטיי אויף יעדען טאג, טראכטענדיג אז אט האלט מען א טאג נענטער צום טייערן שבת. שבת איז מיין גאזאלין צום לעבן.


גאזאלין נעמסטו יא שבת?? הא ס'דא א קלענערע שירה 🙂

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 27, 2014 12:40 am

· #202757
ס'נישט קיין וויץ, יש דברים ב'איד. חריין מיט'ן כולל איז בגימטריא אפטעמיסט.

zurich » דינסטאג מאי 27, 2014 1:15 am

· #202765
חריין האסטו טאקע נישט געהאט אבער קויס לע (כרוב לבן) האסטו כאטשיג געהאט?

יין שרף » דינסטאג מאי 27, 2014 1:45 am

· #202770
אינטרעסאנט, ביי מיר איז די טשולענט מיין גאזאלין צום לעבן...
ס'איז טאקע די לעצטע זאך פונעם שבת סעודה, אבער המגיד מראשית אחרית, איז דאס די ראשית הגז...
אין דערנאך גיי איך אריין אין די עולם שכל כולו רוח....

דריידל » דינסטאג מאי 27, 2014 7:50 am

· #202800
איך ציטער וואסארא וואך ווארט אונז אפ דא אין שטיבל. לויט'ן זוהר אז אלע השפעות פון די וואך ווענד זיך אין שבת, איז נאך אזא פארכמארעטע שבת קומט א פארכמארעטע וואך ח"ו.

ווי זענען אונזערע בעלי מקובלים? אפשר קען איינער ממתיק זיין די חריין אף (קרעדיט @פישל'ע העררינג)

מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 10:54 am

· #202829
אפטע, פסח ביינאכט ביים עסן דעם כזית חריין שפירסטו אויך אזא דערהויבנקייט? אדער נאר ווען ס'איז קאמבינירט מיט צוויקל דאן געשעט דער אטאמישער אויסברוך

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 27, 2014 11:31 am

· #202835
אפטעמיסט: ייש"כ פאר מיטטיילן מיט אינז דיין שרעקליכן טראגעדישן מצב דעם פארגאנגענעם שב"ק. ס'איז ביי מיר (כמעט) מקויים געווארן דער פסוק "ותתחלחל המלכה מאוד". כ'בין שיער נישט אראפגעפאלן פון בענקל. אבער נישט מחמת שרעק אדער צער, ח"ו. נאר ווייל כ'האב געקוילערט פאר געלעכטער. איך האב נישט אנגעפרעיגט, (און נאכנישט געליינט די תגובות) פון די אנדערע מגיבים אין דעים אשכול. אבער איך בין זיכער אז ס'האטציך קיינער נישט צוריסן די קאפאטע הערנדיג דיין טראגעדיע, ר"ל.
לאמיך דיר פארציילן א מעשה'לע וואס וועט (אפשר) געיבן צו פארשטיין די טיפקייט פון די טראגעדיע, אויב מ'האט נישט (ח"ו) קיין כריין צו די פיש, פרייטיג צונאכטס. מיין ראש ישיבה ז"ל האט דערציילט (ווען ער האט נאך געלעיבט) אז תיכף נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען די אידעלעך האבן זיך פריש באזעצט אין אמעריקע, האט אן אמעריקאנער איד אמאל געכאפט א שמועס מיט אן אימיגראנט און ר'האט איהם געזאגט לאמור: "עטץ מיינט אז נאר עטץ האט געליטן ביי די מלחמה. אינז, אמעריקאנער איינוואוינערס האבן אויכעט שטארק געליטן. מ'האט נישט פארקויפט צוקער פריי פאר א יעדן וויפיל מ'האט געוואלט.נאר ס'איז געוועין "רעישאנינג"... 🙄 😂 .
איך וויל דא געיבן א ברכה. אז אויב ס'איז ח"ו באשערט פאר א איד צו האבן צער און עגמ"נ. זאל ער קיינמאל נישט האבן קיין גרעסערן צער ווי דאס אז מ'האט פארגעסן אריינצולייגן כריין (אדער קאמפאט) אין שבת'דיגן ארדער... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😃 🙂 😮

כוכב » דינסטאג מאי 27, 2014 11:48 am

· #202840
הערליך.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 27, 2014 11:57 am

· #202842
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דער עוילעם ווארט מיט פארכאפטן אטעם... 🙄 😂

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 27, 2014 12:01 pm

· #202845
יין שרף
אינטרעסאנט, ביי מיר איז די טשולענט מיין גאזאלין צום לעבן...
ס'איז טאקע די לעצטע זאך פונעם שבת סעודה, אבער המגיד מראשית אחרית, איז דאס די ראשית הגז...
אין דערנאך גיי איך אריין אין די עולם שכל כולו רוח....

די נפקא מינה איז אז פון דיין גאזאלין איז די גאנצע סביבה נהנה. די מערסטע די ווייב און קינדער. א שטיקל נחמה איז אז די וועטער איז שוין נישט אזוי קאלט. און מ'קען אויפמאכן א פענצטער אדער צוויי... 🙄 😂 🙄 😂 😛 😳 😉 😮

מבקר » דינסטאג מאי 27, 2014 12:52 pm

· #202862
דריידל
איך ציטער וואסארא וואך ווארט אונז אפ דא אין שטיבל. לויט'ן זוהר אז אלע השפעות פון די וואך ווענד זיך אין שבת, איז נאך אזא פארכמארעטע שבת קומט א פארכמארעטע וואך ח"ו.

ווי זענען אונזערע בעלי מקובלים? אפשר קען איינער ממתיק זיין די חריין אף (קרעדיט @פישל'ע העררינג)


מ'דארף נישט קיין מקובלים, אונז אלע האבן מקובל פונעם רבי'ן זי"ע אז די חרון אף שפרעכט מען אפ, מיט אן אנטעשמיטישע מחאה קעגן ישראל. 🙂

יין שרף » דינסטאג מאי 27, 2014 12:59 pm

· #202864

פלעין יודיש » פרייטאג מאי 30, 2014 10:17 am

· #203556
@אפטעמיסט
reminder
שנעל גיי קויף חריין לכבוד שב''ק

יין שרף » פרייטאג מאי 30, 2014 1:25 pm

· #203622
אבער ביטע פארגעס די קאטשעניו צו וואס... אונז דארף מיר נאך אן ארטיקל!

מאטי » פרייטאג מאי 30, 2014 5:15 pm

· #203673
📎 images.jpeg

אפטעמיסט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:08 am

· #219813
ניסים האט יעצט פאסירט ווען כ'האב מיר די לעצטע רגע דערמאנט אז כ'האב נאכנישט געקויפט קיין חריין לכבוד שבת. חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

פליקער » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:26 pm

· #219830
נאך די אויפגעוועקטע אשכול איז מיר דערמאנט געווארן מיין פארשטערטן שבת וואס די זייגער של שבת האט פארלאשן מיין טשולענט, יענע שבת האב איך געשפירט ווי @פעסעמיסט, זינט דאן קיק איך ערב שבת אויפן שבת זייגער ווי א אה סי די געביסענער,

אינטערעסאנט איך האב פארפאסט אזא אשכול בעידנה, אבער א לייק איז קיין מאל נישט צו שפעיט.

אגב מזלא טבא צים גבאות,

קורקלענד » דינסטאג מאי 26, 2015 1:13 am

· #278080
שרייבט מען נישט חריין מיט א כ?

אפטעמיסט » דינסטאג מאי 26, 2015 1:58 am

· #278094
מען שרייבט לכאורה יא. ס'איז מיין טעות.

יענער פויגעל » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:52 pm

· #279151
די וואך שבת האט זיך אנדערש געגעסן די כריין (חריין)