☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א

האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6485

עפל סיידער » זונטאג מאי 25, 2014 9:54 pm

· #202446
האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
מיט זעקס יאר צוריק איז די לעלוב-ביתר רבי נפטר געווארען, אצינד איז געקומען די רייע אויפען זון אן אכצען יעריג בחור צו פירען דאס חסידות על מי מנוחות.

📎 orig_454f76bda69b4fcab6c8f62faa07f2d3-1.jpg


📎 orig_86af225a03814727b5bfc01147d0ef7d-1.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג מאי 25, 2014 11:24 pm

· #202473
ער קוקט גראדע אויס ווי א כלי

משולם שטיינפעלד » זונטאג מאי 25, 2014 11:46 pm

· #202475
דער בעכער אויף וואס ער בענטשט איז זיכער נישט קיין כלי

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 25, 2014 11:48 pm

· #202476
מיט וואס איז ער לעלובע רבי? ער רייכערט?

עפל סיידער » מאנטאג מאי 26, 2014 12:55 am

· #202486
די רבי שליט''א איז ממתיק בסוד שיח📎 orig_4581f532f8e14cad9ffdf3c99f61ae70-1-1-1.jpg


די רבי זאל זיין געזונט איז שופך שיח בעת תפילתו📎 orig_e74baddda0084599ae083558aea2597b-1.jpg



א שטיקעל ביאגראפיע פון רבי'ן


 לא בכל יום עורך בחור בן 18 טיש לקהל חסידים - בהשתתפות אדמו"רים, רבנים, משפיעים ואישי ציבור. 


לפני שלש שנים חשפנו כאן ב'בחדרי חרדים' את דבר קיומו של הינוקא הצעיר מלעלוב ביתר, אשר אביו האדמו"ר רבי שמעון נתן נטע בידרמן זצ"ל מלעלוב ביתר נפטר עליו בעודו ילד, ולראשונה הוא ערך את שולחנו בגיל 15. אביו האדמו"ר זצ"ל קבע את מקום מושבו בביתר עילית, שם התאספו סביבו מעריצים רבים, ועם פטירתו נותרו בני קהילתו ללא אב ומשענת ובתוכם ילדים יתומים.

 אמש (א') ערך בנו הבחור יהודה זונדל בידרמן בן ה-18, תלמיד ישיבת 'מאור עיניים' רחמסטריווקא, את שולחנו באולמי הגפן בעיר. בטיש השתתפו בין השאר האדמו"רים מנדבורנא, סטניסלב, דינוב, ראזלא, המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידרמן, וראש עיריית אלעד ישראל פרוש. מספר מעריצים של אביו האדמו"ר זצ"ל הגיעו לישראל לרגל ההילולא. בסעודת ההילולא חילק הבן לחיים ואף בירך על הכוס לברכת המזון. 


אחד החסידים מסביר ל'בחדרי חרדים' כי הבן עדיין לא משמש כרבי, אך בעז"ה כאשר יינשא - יחל לשמש בפועל בכל גינוני האדמו"רות. 

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 26, 2014 3:14 am

· #202493
עפל סיידער, אין א"י זאגט מען אויף אזא זאך: שטויות במיץ ענבים. אין אידיש, שטותים מיט לאקשן.

עס איז געווען א יארצייט סעודה נאך זיין טאטן, נישט קיין טיש, נישט קיין פירעכץ, גארנישט, ס"ה א יארצייט סעודה, און מען האט דעם זוהן געגעבן צו בענטשן. כ'מיין, פאר וועמען דען זאל מען געבן צו בענטשן אויב נישט פארן זוהן פון דעם נפטר.

איך ווייס נאך נישט צו דער לעלוב'ער ביתר רבי האט געהאט בכלל חסידים, און אויב יא וועט דער זוהן מן הסתם איין טאג ווערן רבי, און אפשר גאר וועלן די חסידים שטיין און ווארטן אויף אים ביז ער ווערט רבי, און אפשר נישט. אבער דערווייל עכ"פ איז ער זיכער נישט געווארן נישט קיין רבי און נישט קיין חצי רבי.

אינגאנצן איז דער נארישער סייט בחדרי געווארן עקסייטעד אז זיי קענען האבן אן אינטערעסאנטע עקסקלוסיוו נייעס.

גיבור » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:11 pm

· #234650
א חתן געווארן מיט קוזניצער רבי'ס טאכטער.

שלמה המלך » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:17 pm

· #234651
א ינוקא א רבי איז נישט קיין נייע ערשיינונג, עיין בחסידי סטאלין וכדו' כ"ש א בחור פארוואס דען נישט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:38 pm

· #234658
גיבור
א חתן געווארן מיט קוזניצער רבי'ס טאכטער.

מזל טוב! דער זיווג זאל עולה יפה זיין עד מאה ועשרים.
איך האב נאר איין קליינע הערה: מיין רבי שליט"א האט אויך אן אייניקל וואס איז פיהר יאר אלט עמו"ש. ער איז זייער א באחנ'ט יונגעלע. ער איז שוין גרייט צו פיהרן טיש. אדער א באטע. ער טיילט שיריים פון די קענדיס וואס ער ברענגט מיט פון שטוב. אדער באקומט אין ביהמ"ד...ער קען שוין האלטן א סידור'ל אין די הענט. און איבערזאגן אלף בית. מיט נקודות... אן עולם חסידים פארזאמלט זיך א יעדן שבת אינדערפריה צו הערן דעם צוקונפטיגן אדמו"ר איבער זאגן די א"ב מיט אזא מתיקות וואס דערמאנט אינז אלע אין מעמד הר סיני...!

דולה ומשקה » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:03 pm

· #234667
דער רבי שליט"א אליינס בכבודו בעצמו אינטערן חופה... ביים אייגענע מצוה טאנץ... אשרי עין ראתה כל אלה!!!

צוקלאפטע הושענא » זונטאג מאי 17, 2015 4:35 pm

· #275951
עס קומט אריין די נייעס אז דער רבי שליט"א גייט חתונה האבן י"ט סיון הבעל"ט און באקרוינט ווערען אפציעהל אלס ממשיך אבותיו הקדושים לבית לעלוב
דערווייל האט דער רבי געפירט די לעצטע טיש אלס בחור איידער די אפציעלע הכתרה.

איש את רעהו » זונטאג מאי 17, 2015 4:40 pm

· #275953
הדד בן בדד
עפל סיידער, אין א"י זאגט מען אויף אזא זאך: שטויות במיץ ענבים. אין אידיש, שטותים מיט לאקשן.
עס איז געווען א יארצייט סעודה נאך זיין טאטן, נישט קיין טיש, נישט קיין פירעכץ, גארנישט, ס"ה א יארצייט סעודה, און מען האט דעם זוהן געגעבן צו בענטשן. כ'מיין, פאר וועמען דען זאל מען געבן צו בענטשן אויב נישט פארן זוהן פון דעם נפטר.
איך ווייס נאך נישט צו דער לעלוב'ער ביתר רבי האט געהאט בכלל חסידים, און אויב יא וועט דער זוהן מן הסתם איין טאג ווערן רבי, און אפשר גאר וועלן די חסידים שטיין און ווארטן אויף אים ביז ער ווערט רבי, און אפשר נישט. אבער דערווייל עכ"פ איז ער זיכער נישט געווארן נישט קיין רבי און נישט קיין חצי רבי.
אינגאנצן איז דער נארישער סייט בחדרי געווארן עקסייטעד אז זיי קענען האבן אן אינטערעסאנטע עקסקלוסיוו נייעס.





עס קוקט יא אויס ווי א ערנסטע נייעס

צוקלאפטע הושענא » זונטאג מאי 17, 2015 5:03 pm

· #275961
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article_old.aspx?id=83645">http://m.bhol.co.il/article_old.aspx?id=83645</a>

גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 17, 2015 8:11 pm

· #276069
Re: האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
פאריגע וואך געוועהן די טאטעס יארצייט.
אויב גייט ער זיין אוי ווי זיין פאטער בין איך א פייערדיגע חסיד

צוקלאפטע הושענא » זונטאג מאי 17, 2015 10:04 pm

· #276117
איך הער אויף זיין טאטע'ן עניינים נשגבים ממש פלאי פלאות, כהאב נישט געוויסט בחייו אז ער איז געוועהן אזוי גרויס, חבל.
קען דאס איינער באשטעטיגען?

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 4:22 am

· #276186
Re: האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
צוקלאפטע הושענא
איך הער אויף זיין טאטע'ן עניינים נשגבים ממש פלאי פלאות, כהאב נישט געוויסט בחייו אז ער איז געוועהן אזוי גרויס, חבל.
קען דאס איינער באשטעטיגען?

כפלעג גיין צו איהם ווען ער פלעגט זיין אין נ.י.
אייביג איז געוועהן טערעסאנטע עפיזאדן כגדענק נאך אביסעל זיין פאטער ר' אברהמלע מענטשען פארציילען גרויסע זאכן. אבער אויף ר' שמעוןלע האב איך מיט געהאלטן כמה פעמים אין דאס איז אלעס קראנט וואס מקען זיך נאך פרעגן.

נקודת-אמת » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 8:22 pm

· #412635
.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2018 11:37 pm

· #412647
דולה ומשקה
דער רבי שליט"א אליינס בכבודו בעצמו אינטערן חופה... ביים אייגענע מצוה טאנץ... אשרי עין ראתה כל אלה!!!

דולה ומשקה: איך בין זיכער אז די נייע רבי שליט"א וועט האבן עפעס א נייעם ..."טוויסט"... ביי זיין מצוה טאנץ... עפעס וואס דער עולם (גולם) האט נאכנישט געזעהן. עפעס אריגינאל...!

לבי ובשרי » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 1:59 am

· #412662
ווי אויסגעשמועס אינעם אשכול לעלובער רבי בעל רוח הקודש איז די רעדע פון צוויי באזונדערע אנשי שם, ערשטע קוזינעס.

נקודת-אמת » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:20 am

· #412722
לבי ובשרי
ווי אויסגעשמועס אינעם אשכול לעלובער רבי בעל רוח הקודש איז די רעדע פון צוויי באזונדערע אנשי שם, ערשטע קוזינעס.

ווי איך האב שוין געשריבן אין אשכול הנ"ל
זענען זיי גאר ווייטע קאזינס
אפשר שביעי בשביעי אפשר מעהר ווייטער.

כספי » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:06 am

· #551324
Re:
הדד בן בדד #
עפל סיידער, אין א"י זאגט מען אויף אזא זאך: שטויות במיץ ענבים. אין אידיש, שטותים מיט לאקשן.
ואני שמעתי שטויות במיץ עגבניות....

רעבמאטעס » מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:05 pm

· #551453
Re: האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
ער איז שוין למעשה 10 יאר א רבי
ס'האט זיך שוין געמאכט עפעס א הויף?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:20 pm

· #551459
Re: האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
ווען ער וועט ארויסקומען מיט עפעס א פאררוקטן סטעיטמענט אדער מאכן א ריזיגע מעמד מחאה איבער עפעס א שטות און נארישקייט וועט ער ארויפגיין אויף די מאפע.

ס'דא מענטשן וואס גייען ארויף אויף די וועלט'ס מאפע ווייל זיי זענען גרויסע מענטשן בזכות עצמם און טוען אויף זייער א סאך פאר כלל ישראל. אזוי ווי הרה"צ ר' מיילעך בידערמאן. נאכדעים זענען פארהאן מענטשן וועלכע ווערן בארימט צוליעב זייער עקסטרעמיזם און פאררוקטע סטעיטמענטס וואס זיי לאזן ארויס...!