☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פון די "דער איד" ארכיוון - תשמ"א

פון די "דער איד" ארכיוון - תשמ"א

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6463
בלאט: 1 2

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:56 am

· #201791
פון די "דער איד" ארכיוון - תשמ"א
קודם כל וויל איך אפגעבען פאר ידידינו הרב פאר זיין געוואלדיגע שווערע ארבעט כדי אז מיר זאל קענען נהנה זיין בחנם בלי תשלום גמול .
וכדרכו בקודש וועל איך נאך גיין בעקבותיו, אין ערשט אנהייבען מיט טשיקאווע זאכען, איידער די מער זאפטיגע עדז און ארטיקלען.

דער יאר איז שנת תשמ"א, קארגע חודש נאך דעם וואס דער ברך משה האט אפציעל איבערגענומען דער נזר הרבנות דקהל ייטב לב ד'סאטמאר
דער איד תשמא 4.jpg דער איד תשמא 3.jpg

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:59 am

· #201794
אביסעל הרגישים - "דאס לעצטע מאל וואס כ"ק כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע האט געדאווענט אין ווילימסבורג"
דער איד תשמא 5.jpg

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:03 pm

· #201796
דער צודרייטע סיסטעם האט זיך אנגעהויבען "עוד מספר מצומצם בחורים מצויינים".
דער איד תשמא 19.jpg דער איד תשמא 11.jpg דער איד תשמא 9.jpg

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:09 pm

· #201799
ווען האט זיך דער בחם'דיגע באס אויפגעלעזט?
דער איד תשמא 40.jpg דער איד תשמא 15.jpg דער איד תשמא 13.jpg

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:14 pm

· #201801
דער ארטיקעל שרייט געוואלד, היתכן "אז ווען מ'האט נאכנישט א קינד אין ערשטן יאר פון דער חתונה רייסט מען איין ביי אלע רבי'ס, מ'דיטט צו קברי צדיקים, אין צו די בעסטע דאקטורים, אבער ווען מ'האט 5 קינדער 2 טעכטער און דריי זוהן גיט מען זיי פאר 5 שעה צו א בעביסיטטער.."
ווי קאמיש איז דאס וויבאלד יעדער וואך איז געשטאנען אין קלעספיידס א ספעציעלע קאלום פאר בעיביסיטטער'ס
דער איד תשמא 14.jpg

ממרום שלח אש » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:16 pm

· #201802
מערק אויף די סערטיפייד לאמבער עד

"קום זעט אונזער מאווי - פילם וויאזוי צו בויען אייער סוכה"

עס איז געווען טרם שגזרו טומאה על ווידעאו (תשמ"ו ?)

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:27 pm

· #201803
יונה לאנדא איז מגלה זיין פענע-נאמען
*
טאהש וואלט שוין היינט געשריבען להסתופף בצילא דמהימנותא דכ"ק הגה"ק והנורא שרף, שר המט"ט, ג-ט אליינס שליט"א, אין אוודאי וואלט נישט געוועהן אזא עד א שכן מיט מעטירניטי קליידער.
*
וועלכע בוך האט מען דא גע'אסר'ט?
דער איד תשמא 30.jpg דער איד תשמא 16.jpg דער איד תשמא 21.jpg

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:33 pm

· #201804
קליינס כשר פלאפעל פיצא איז אפען מוצאי שבת
*
שידוך געזוכט - דער אויבעשטער האט א נאמען פון א פרוי...
דער איד תשמא 32.jpg דער איד תשמא 1.jpg

שרייבער » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:48 pm

· #201806
ווי איז דאס 1 טייטלבוים פלאזא? דארט ווי ס'איז היינט?, היינט איז עס שוין הורוויץ פלאזא

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:12 pm

· #201915
פרויען נעמען זענען נאך געוועהן א נארמאלע ערשיינונג תשמ"א - אפילו א ברכת מזל טוב חמיה ולבבית פון בחורים
*
אסתר הורוויץ האט נאך געקענט שרייבען אז מרס הערקאוויטש "זייער" זוהן חיים, א חתן ווערן...
דער איד תשמא 23.jpg דער איד תשמא 39.jpg

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 23, 2014 1:46 am

· #201997
דולה ומשקה

האסט פארזען די Childbirth preparation class.

שרייבער » פרייטאג מאי 23, 2014 8:56 am

· #202017
איך זע דא דריי מענטשן וואס שטעלן צו א באס פאר אלע אייערע געלעגנהייטן, קאמפעטישאן איז געווען גרויס זע איך

שצם_חנכל » פרייטאג מאי 23, 2014 11:55 am

· #202045
צו וועם באציעט זיך דער קול קורא פון הרב פר"מ הרב ראטה און הרב בערקאוויטש, איבער נישט ליינען ביאגראפיע ביכער פונעם סאטמארן רבי? ס'מיינט איינעם פערזענליך?

@דולה ומשקה ס'וואלט געווען א גוטע איידיע צו מאכן נומערן אויף יעדע עטעטשמענט אזוי וועט מען קענען מגיב זיין איבער דעם כדבעי

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 10:49 am

· #202536
ווי משוגע בייעסד איז געוועהן 'דער איד', הייבען הייבט ער אן "עטליכע חינוך ספר תורה אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק",
יעצט לייען דעם ארטיקעל
דער איד תשמא 24.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 10:57 am

· #202537
עמנואל בער חתמ'ט זיך אונטער אינאיינעם מיט זיין פרוי מרים
צו ווינטשען א מזל פאר ר' עזריאל גליק ווייל זיין טאכטער 'חנה' איז א כלה געווארען.
אזוי אויך ווינטשט ער א מזל טוב פאר אלי' בצלאל טייטעלבוים ווייל זיי טאכטער 'דבורה הענדל' איז א כלה געווארען.
דער איד תשמא 7.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:00 am

· #202539
טיפיקל ארטיקלען פון 'דער איד' שנת תשמ"א
דער ערשטע אויס-שניט איז פון דעם מרדכי צבי סאסנע
דער איד תשמא 20.jpg דער איד תשמא 33.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:06 am

· #202542
די עסקנים פון 'התאחדות אברכים' גיבן איבער א אפציעלע 'הכרת הטוב' פאר ר' אברהם יצחק יונגער אין זיין פרוי שרה תחי'
אין לאזען טאקע אויס בלשון רבים: ישלם ה' פעלם ותהא משכרתם שלימה
דער איד תשמא 2.jpg

ברסלבער » מאנטאג מאי 26, 2014 11:17 am

· #202547
זייער אינטערעסאנט @דולה ומשקה, יישר כח.
א זייטיגע זאך באמערק איך אז מען האט דאן געשריבן 'זונטיק' אנשטאט 'זונטאג', ווי אויך 'אריינקומענדיק', מיט א 'ק' צום סוף. ווען האט זיך דאס געטוישט?

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:30 am

· #202553
די עדס זענען געלאפען כמעט יעדע איינציגער וואך, דא האב איך ארויף גשטעלט דריי פארשינדארטיקע
דער איד תשמא 6.jpg דער איד תשמא 18.jpg דער איד תשמא 22.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:33 am

· #202554
דר. לעסלי סטראנג'ס עד איז אויך געלאפען כמעט יעדע דריטע וואך
דער איד תשמא 10.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 26, 2014 11:33 am

· #202555
א יישר כח דולה ומשקה און ראובן,
עס איז זייער אינטרעסאנט צוריקצודרייען דעם זייגער און זעהן דעם חילוק צווישן דעם נישט-אזוי-ווייטן אמאל און היינט.

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:39 am

· #202556
בעלזא אדער ווי דער 'דער איד' האט עס אנגערופען בכלומר'שט בלשון של גנאי 'קהל מחזיקי הדת' איז געוועהן א הייסע טעמע בשנת תשמ"א
דער איד תשמא 26.jpg דער איד תשמא 25.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:44 am

· #202559
געגראבען, פאנטאזירט, כדמיונ'ט אלעס כדי צו קענען אטאקירן בעלזא און עולם גולם האט דאס אפגעקויפט פאר גוט געלט, נישט אנדערש ווי היינט מ'גלייבט יעדער נארישקייט וואס דער צייטונג שרייבט.
דער איד תשמא 41.jpg דער איד תשמא 38.jpg דער איד תשמא 37.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:47 am

· #202560
נאך אנטקעגן 'בעלזא מחוצפים...'
דער איד תשמא 34.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:49 am

· #202563
המשך צום פריעדיגע תגובה בנוגע די 'ועד הכשרות' פון די 'בעלזא מחוצפים...'
דער איד תשמא 35.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 11:52 am

· #202565
רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים נתמנה לכהן כרב הקהילה עצי חיים סיגעט אין בארא פארק
דער איד תשמא 29.jpg דער איד תשמא 28.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 12:01 pm

· #202566
ציווישען די ארטיקעל אז דער סאטמער רבי איז געוועהן אין בארא פארק אויף שבת, שטייט דעם פאראגראף:

"פאר'ן ליינען האט דער סאטמארער רבי שליט"א גהאלטן א לענגערע דרשה באגדה ודרוש, אין וועלעכע ער האט אויסגעדריקט זיינע פרייד געפילן וואס ער האט די זכי' די קינדער זאלן זיין ראוים לישב על כסא הרבנות, דעם עלטסטן זון הרב הגאון ר' אהרן שליט"א וועלעכע איז היינט די ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה אין קרית יואל, זוצט אופן כסא הרבנות אין סיגעטער בית המדרש אין ווילימסבורג שוין מער ווי 10 יאר, אין איז זייער באליבט ביי אלע מתפללים, אצינד האט ער דעם צווייטן זון הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א וועלעכע איז ראש ישיבה אין דער סיגעטער ישיבה אין בארא פארק, אויפן כסא הרבנות אין סיגעטער בית המדרש".
דער איד תשמא 36.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 12:04 pm

· #202567
דער עד איז אויך געלאפען כמעט יעדער צווייטע וואך, זעה אויך געהאט ספעציעלע הנחות לכבוד יו"ט.
דער איד תשמא 17.jpg דער איד תשמא 12.jpg

איך אויך » מאנטאג מאי 26, 2014 12:06 pm

· #202568
כ'פארשטיי נישט ,הענדל חיים איז נישט קיין מאנספערזאהן?

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 12:08 pm

· #202569
קאמאנטירן אויף דעם עד איז איבריג, דער 'עד' אליינס איז נישט שלעכט, נאר ווי משוגע אכשר דרא'דיג מיר זענען געווארען.
דער איד תשמא 27.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 26, 2014 12:46 pm

· #202585
דולה ומשקה
ווי משוגע בייעסד איז געוועהן 'דער איד', הייבען הייבט ער אן "עטליכע חינוך ספר תורה אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק",
יעצט לייען דעם ארטיקעל

דולה ומשקה: אוואו איז דער "בייעס"? כ'זעה עס נישט! אפשר האט דער ארטיקל א המשך. און דארט רעדט ער איבער די הכנסות ספר תורה פון וויליאמסבורג..
אז ס'האט עקזיסטירט בייעס אקעיגן בארא פארק, און די געהויבענע אידן האבן געהאלטן אז בארא פארק איז א טריפה'נע שטאט, איז זיכער. מ'האט זיך נאך געדינגען איבער דעם ווערטל וויאזוי דער רבי זי"ע האט געזאגט אויף ב.פ., אז ס'איז א שיעור חימוץ. אבער אין דעים ארטיקל זעיט מען עס נישט... 😕 😎 🙄 😠 😳 😈 😈 😉 😞 😢 😮

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 26, 2014 12:54 pm

· #202587
דולה ומשקה
המשך צום פריעדיגע תגובה בנוגע די 'ועד הכשרות' פון די 'בעלזא מחוצפים...'

קאזאק הנגזל...(סענדער דער דייטש, זכותו יגון עלינו(... 😕 😎 😂 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😛 😳 😉 😮

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 26, 2014 1:05 pm

· #202589
נעקסט טיים, לאז אויס מיינע קאמענטירען - גיי גלייך צום צייטונג - אויסשניט
כ'האב נאר געוואלט אזויפיל באמערקן אז כאילו יענע ארטיקעל גייט באשרייבען די עטליכע חינוך ספרי תורה וואס איז פארגעקומען סיי אין ווילימסבורג און סיי אין בארא פארק, אבער דער גאנצע ארטיקעל רעדט זיך פון איין איינציגע סאטמארע חינוך ספר תורה, דער קעפל פון יענע ארטיקל וואלט ווען געדארפט זיין "חינוך ספר תורה צום סאטמארע בית מדרש".

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 26, 2014 1:16 pm

· #202591
דולה ומשקה
נעקסט טיים, לאז אויס מיינע קאמענטירען - גיי גלייך צום צייטונג - אויסשניט
כ'האב נאר געוואלט אזויפיל באמערקן אז כאילו יענע ארטיקעל גייט באשרייבען די עטליכע חינוך ספרי תורה וואס איז פארגעקומען סיי אין ווילימסבורג און סיי אין בארא פארק, אבער דער גאנצע ארטיקעל רעדט זיך פון איין איינציגע סאטמארע חינוך ספר תורה, דער קעפל פון יענע ארטיקל וואלט ווען געדארפט זיין "חינוך ספר תורה צום סאטמארע בית מדרש".

אבער דו האסט געליינט מיין תגובה. אז ס'האט עקזיסטירט בייעס . שטארקע בייעס. און אפשר ביי א פאר בהמות עקזיסטירט עס נאך אלץ. זיי דינגען זיך איבער א מאמר פון סאטמר רב. "אז די רבי האט געפרעיגט א יונגערמאן פארוואס מ'זעהט איהם שוין נישט לעצטנס אין ביהמ"ד האט ער געענטפערט אז ר'האט געמופט קיין בארא פארק.האט איהם די רעבע געפרעיגט ווילאנג ס'נעמט צו פארן 'קיין ב.פ. האט ער געענטפערט. 18 מינוט. האט די רבי איהם געענטפערט אז 18 מינוט איז שיעור חימוץ... 😂 😃 🙂 🙄 😉 😮

יין שרף » דינסטאג מאי 27, 2014 2:18 pm

· #202891
דולה ומשקה
דר. לעסלי סטראנג'ס עד איז אויך געלאפען כמעט יעדע דריטע וואך%20383~1.JPG

BREATS...
אריין און טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען אשכול...

יין שרף » דינסטאג מאי 27, 2014 2:21 pm

· #202892
And also desease instead of diseases

מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 5:16 pm

· #202961
berlbalaguleh
דולה ומשקה
נעקסט טיים, לאז אויס מיינע קאמענטירען - גיי גלייך צום צייטונג - אויסשניט
כ'האב נאר געוואלט אזויפיל באמערקן אז כאילו יענע ארטיקעל גייט באשרייבען די עטליכע חינוך ספרי תורה וואס איז פארגעקומען סיי אין ווילימסבורג און סיי אין בארא פארק, אבער דער גאנצע ארטיקעל רעדט זיך פון איין איינציגע סאטמארע חינוך ספר תורה, דער קעפל פון יענע ארטיקל וואלט ווען געדארפט זיין "חינוך ספר תורה צום סאטמארע בית מדרש".

אבער דו האסט געליינט מיין תגובה. אז ס'האט עקזיסטירט בייעס . שטארקע בייעס. און אפשר ביי א פאר בהמות עקזיסטירט עס נאך אלץ. זיי דינגען זיך איבער א מאמר פון סאטמר רב. "אז די רבי האט געפרעיגט א יונגערמאן פארוואס מ'זעהט איהם שוין נישט לעצטנס אין ביהמ"ד האט ער געענטפערט אז ר'האט געמופט קיין בארא פארק.האט איהם די רעבע געפרעיגט ווילאנג ס'נעמט צו פארן 'קיין ב.פ. האט ער געענטפערט. 18 מינוט. האט די רבי איהם געענטפערט אז 18 מינוט איז שיעור חימוץ... 😂 😃 🙂 🙄 😉 😮

בערל כבר קדמוך חבירך א לאנגע צייט צוריק זעה דא

כוכב » דינסטאג מאי 27, 2014 7:45 pm

· #203027
דולה ומשקה
נאך אנטקעגן 'בעלזא מחוצפים...'


הפנים אז די לולי פוטין פון די נפלדיגן וכו' א מין שפראך כאחד הריקים.
שעם אן יו.

כוכב » דינסטאג מאי 27, 2014 7:48 pm

· #203029
דולה ומשקה
דר. לעסלי סטראנג'ס עד איז אויך געלאפען כמעט יעדע דריטע וואך

מיין מאמע פארציילט מיר אז אלע פרויען וואס האבן געדארפט אטענשאן פלעגן זיך גיין אויסטשעקן ביי אים.
ער פלעגט קאמפלימענטירן וכו '.

איך אויך » דינסטאג מאי 27, 2014 8:29 pm

· #203045
וואס נאך פארציילט זי דיר?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:41 am

· #203337
יין שרף
דולה ומשקה
דר. לעסלי סטראנג'ס עד איז אויך געלאפען כמעט יעדע דריטע וואך📎 %20383~1.JPG

BREATS...
אריין און טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען אשכול...

יין שרף: ס'איז נישט סתם א "טייפאו". ס'האט צו טון מיט די אמעראצעס (עם הארצות) פונ'ם גראפיקס אויסשטעלער און עדיטאר אינ'ם דער איד אפיס. ווייל נאך אנדערע ווערטער אין דעים עד זענען נישט געשריבן מיט זייער ריכטיגן אויסלייג... 😕 🙄 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:48 am

· #203339
מ גפני
berlbalaguleh
דולה ומשקה
נעקסט טיים, לאז אויס מיינע קאמענטירען - גיי גלייך צום צייטונג - אויסשניט
כ'האב נאר געוואלט אזויפיל באמערקן אז כאילו יענע ארטיקעל גייט באשרייבען די עטליכע חינוך ספרי תורה וואס איז פארגעקומען סיי אין ווילימסבורג און סיי אין בארא פארק, אבער דער גאנצע ארטיקעל רעדט זיך פון איין איינציגע סאטמארע חינוך ספר תורה, דער קעפל פון יענע ארטיקל וואלט ווען געדארפט זיין "חינוך ספר תורה צום סאטמארע בית מדרש".

אבער דו האסט געליינט מיין תגובה. אז ס'האט עקזיסטירט בייעס . שטארקע בייעס. און אפשר ביי א פאר בהמות עקזיסטירט עס נאך אלץ. זיי דינגען זיך איבער א מאמר פון סאטמר רב. "אז די רבי האט געפרעיגט א יונגערמאן פארוואס מ'זעהט איהם שוין נישט לעצטנס אין ביהמ"ד האט ער געענטפערט אז ר'האט געמופט קיין בארא פארק.האט איהם די רעבע געפרעיגט ווילאנג ס'נעמט צו פארן 'קיין ב.פ. האט ער געענטפערט. 18 מינוט. האט די רבי איהם געענטפערט אז 18 מינוט איז שיעור חימוץ... 😂 😃 🙂 🙄 😉 😮

בערל כבר קדמוך חבירך א לאנגע צייט צוריק זעה דא

מ. גפני: סאו דו ברענגסט א ראי' אדער דו טשאלענדזשט דיין אריגינאלן ארגומענט . אז ס'עקזיסטירט "בייעס" ביי די הייליגע וויליאמסבורגע אידעלעך.... 😕 🙄 😉 😮

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:18 pm

· #205202
מ'קען אצינד אפדינגן דער פלאהר לעוועל באלרום פון מנורה האל...
der yid 507.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:23 pm

· #205208
אזא קול קורא האט נאר געקענט דער מוסד 'חוש', באקומען, נאר בשנת תשמ"א, און נאכדערצו אין 'דער איד', וד"ל.
der yid 509.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:29 pm

· #205210
געוועהן אמאל א וועלט
der yid518 - Copy.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:31 pm

· #205211
...(אויך לנשים)
der yid518.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:33 pm

· #205213
נייע פראדוקט "עפל סיידער"
der yid520.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:35 pm

· #205215
חתונה פון זידיטשובער רבי'ס זוהן פון בארא פארק
der yid525.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:36 pm

· #205217
אוי ס'דערמאנט מיר גוטע צייטען...
די תורה וועלט...
der yid526.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 10, 2014 2:38 pm

· #205218
אמאל איז מען געלאפען צום דינער פון כולל שומרי החומות...
der yid 511.jpg der yid 510.jpg
בלאט: 1 2