☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער ב.פ.

וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער ב.פ.

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1584
בלאט: 1 2

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:08 pm

· #38228
וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער ב.פ.
עס איז א באקאנטער דיסקאשן, טייל זאגן אז נאר אין וויליאמסבורג קען מען זיין א ערליכער איד, דארט שפירדלט אידישקייט מיטן פארצייטישן פארנעם, קאנטראלירט, ווארימע חסידים א.א.וו. ווידער בארא פארק הערשט א קאלטע אידישקייט, טאקע חסידים, אבער נישט וואס דער רבי זי"ע האט געמיינט, דארט איז איש כל הישר בעיניו יעשה, וכו'

ווידער אנדערע זאגן אז וויליאמסבורג איז פארשלייערט מיט חציונות און איבערגעפרומטקייט וואס פון איין זייט שאפט עס ראדיקאלן און פון צווייטן זייט אזעלעכע וואס זייער גאנצע אידישקייט איז איין שטיק חיצניות, וואס מאכט אז זייער א סך איינוואוינער זאלן נישט שפירן קיין טעם אין נארמאלער אידישקייט. דאקעגן אין בארא פארק צווינגט מען נישט ארויף קיין מיינונגען און יעדער האט א געלעגנהייט צו שפירן א טעם פון זיין א מענטשליכער איד בדרך החסידות

העלפט מיר ארויס ברענגען דעם נושא, און וואס איז אייער מיינונג?

וואוינט אין ב.פ.? » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:02 am

· #38246
גרינגער צו זיין א ''ערליכער'' איד איז זיכער אין וומס''ג. טאמער וועסטו נישט זיין ערליך וועט דיר דער גאנצער שטאט דערמאנען!!

חכם מחוכם » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:08 am

· #38248
ווי אזוי גייט דאס ווארט?, אין וויליאמסבורג אפילו דו ווייסט ניש ווא טוט זיך מיט דיר ווייסט אבער דיין שכן.....
אבער נאך אלעם וויליאמסבורג איז וויליאמסבורג, די חן וואס דיע שטאט האט, האט נישט בארא פארק

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:17 am

· #38262
איך האב א סאך צו זאגען אבער היות די וויליאמסבורגער זיינען זייער זייער ברעינוואשט וועט מען ממילא נישט מסכים זיין מיט מיין דיאגנוזע, סא שלאפט ווייטער אין חלומ'ט זיסע חלומות

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:37 am

· #38283
פאר א בארא פארקער געבוירענער איז פונקט אזוי גרינג צו זיין ערליך אין ב.פ. ווי פאר א וויליאמסבורגער געבוירענער אין ווילי. די שאלה איז נאר צי פאר א וויליאמסבורגער געבוירענער וועט זיין שווערער זיך צו האלטן ערליך אויב ציהט ער זיך/אדער האט חתונה קיין בארא פארק.

דער ענטפער איז אז ס'ווענט זיך אינעם מענטש/חתן, איז ער א שטארקע כאראקטער אדער נישט.

דאס איז קלאר: בארא פארק איז מער ליבעראל פון ווילי, און ס'אויך גרינגער אין ב.פ. צו זיין ליבעראל OPEN

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:29 am

· #38294
משכיל
איך האב א סאך צו זאגען אבער היות די וויליאמסבורגער זיינען זייער זייער ברעינוואשט וועט מען ממילא נישט מסכים זיין מיט מיין דיאגנוזע, סא שלאפט ווייטער אין חלומ'ט זיסע חלומות

מיין פריינד זאכן טוישן זיך, גענוג און נאך ווילי איינוואוינער זעהן שוין איין וואספארא עיר הנידחת ווילי איז.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:24 am

· #38328
שוין דא אן אשכול איבער וויליאמסבורג, כ'האב אבער אמאל געהערט אן אויסדרוק וועלכע איז נוגע בארא פארק:
בארא פארק איז עיר התורה והפיצא. ודפח"ח.

מ גפני » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:17 am

· #38360
א איד האט זיך אמאל פארענטפערט פאר'ן רבי ז"ל ווען דער רבי האט אים געפרעגט פארוואס ער האט זיך געצויגן קיין ב"פ, האט ער געענטפערט אז עס איז נאר 18 מינוט אוועק פון וויליאמסבורג, האט זיך דער רבי אנגערופן: יא יא א שיעור חימוץ, ודפח"ח

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:34 pm

· #38430
דיפענדס וואס די ריפסט יודיש און בארא פארק אינישט שווערער זיך צו האלטן מיט די אמונה וכדו' אפילו חילול שבת און אנדערע זאכן ביי וויליאמסבורגע יודן מיינט יודיש עפעס אנדערש (איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין די דיסקאשען) און זיי האלטן אז קינדער וואס ווערן אויפגעצויגן אין זייער היימשטאט צו אלע סארטן תאוות עוה"ז און אנדערע נסיונות די שאלה שטעלט זיך וואס געשעט ווען די קאפ עפנט זיך

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:50 pm

· #38446
סאו בעסיקלי זאגט דא דער עולם אז אויב וואקסט מען אויף אין וומסב"ג און מען בלייבט דארט וואוינען (און די קאפ עפנט זיך נישט) איז די בעסטע צו בלייבן ערליך?

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:16 pm

· #38455
איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק איז אים גרינגער זיך צו האלטן פרום אין בארא פארק ווייל ער איז געוואוינט צו די נסיונות פון בארא פארק און די זעלבע פארקערט.

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:28 pm

· #38463
מיר האבען א כלל אז יעדער מענטש אפילו א גוי האט א שטיקעל מאסק, ער פארדעקט פארשידענע זאכען וועגען זיך וואס קען ברענגען בזיונות,י

קען מען זאגען אזוי:י

א גוי איז 25% מאסקירט

און להבדיל

א בארא פארקער איד איז 50% מאסקירט

א וויליאמסבורגער איד איז 80% מאסקירט

real jew » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:30 pm

· #38467
די שאלה איז תלוי אין א אנדערע שאלה: וואס מיינט זיין א ערליכער איד?

אויב מיינט עס פארן קיין פלורידה ווינטער, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

אויב מיינט עס בא'גנב'נען איינער דעם צווייטן, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

אויב מיינט עס גיין סימס אויף די זאקן און זיך חבר'ן מיט די שכן, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

אויב מיינט עס אויסשיסן די פענסטער פיו די אייזקריעם געשעפט, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

....

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:32 pm

· #38468
משכיל


א וויליאמסבורגער איד איז 80% מאסקירט

איז וואס? למעשעה איז מיר גרינגער אויפציציען מיינע קינדער אין וויליאמסבורג וואו מ'באהאלט 80% ווי אין ב.פ. וואו נאר 50% איז באהאלטן. קליינע קינדער זעהן
נאר וואס זיי זעהן!

real jew » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:35 pm

· #38471
זר זהב
משכיל


א וויליאמסבורגער איד איז 80% מאסקירט

איז וואס? למעשעה איז מיר גרינגער אויפציציען מיינע קינדער אין וויליאמסבורג וואו מ'באהאלט 80% ווי אין ב.פ. וואו נאר 50% איז באהאלטן. קליינע קינדער זעהן
נאר וואס זיי זעהן!


איב ווילט איר אויפציציען קינדער וואס באהאלטן 80% פין זייער מחשבות-מעשים פין זייערע עלטערן איז זיכער בעסער וויליאמסבורג.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:35 pm

· #38472
דו האסט מיר נישט פארשטאנען.

real jew » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:36 pm

· #38473
זיי מסביר

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:41 pm

· #38477
ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:42 pm

· #38478
איך געדענק אין די סאטמארע קעמפ רב טוב, פלעגט ר' יודל רוזענבערג ע"ה, פרעדיגן זיין ראסיזם קעגן די בארא פארקע קינדער, דאס איז געווען די גאנצע עקטיוויטי "די בארא פארקע" און "די וומ"ב", ווען פליישמאנס - די בארא פארקע סאטמארע קעמפ - האט זיך געעפנט, איז עס איהם נעבעך געגאנגען בנפשו, און ער האט געפרעגט א גרופע קינדער ברבים "ווער וויל גיין קיין פליישמאנס?" קיינער האט זיך נישט געטרויט צו זאגך איך, איין קינד עקשטיין האט אויפגעהויבן די האנט, און ר' יודל רופט זיך אן "איין נארישע עקשטיין..."

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:44 pm

· #38479
געדענקסט די בארא פארקע רעדיוס? (וואלקי טאקי'ס)
וואס איז דאס געווען?

יא ס'האט געהערשט א מחיצה צווישן די בארא פארקע און די וויליאמסבורגע, אפט מיט שלעגערייען.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:54 pm

· #38487
זר זהב
ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.

און וואס פונקטליך גייט דיין זון זען אויף די בארא פארקע גאסן?

real jew » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:56 pm

· #38489
זר זהב
ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.


קינדער כאפן אסאך מער וואו מ'מיינט אין ווען קינדער זעהן אז אלעס איז א שפיל פארשטיין זיי אז אויך זיי דארפן שפילן דעם זעלבע שפיל

היימישער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:00 pm

· #38492
מיינע קרובים האבען אמאל גשמיסט פון דעם ענין, און אזוי ווי מיר האבען א חלק משפחה און ווילי און א חלק און ב"פ און א חלק און מאנרא און א קליין חלק און מאנסי, האט מען דורכגעטיען דען ענין, ביי די מענער איז כמעט נישט קיין חיליק ב"פ (נאר כמעט, עפעס יא) און ביי די פרויען איז א ריזיגע חיליק, ווילי און מאנרא איז כמעט די זעלבע און מאנסי און אינדערמיט מער ענדליך צו ווילי, ב"פ איז א שטארקע חיליק נישט נאר אינדערויסן נאר אפילו די השקפה און די פראבלעמען מיט קינדער און חבירים וכד'

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:00 pm

· #38493
געפילטע פיש
זר זהב
ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.

און וואס פונקטליך גייט דיין זון זען אויף די בארא פארקע גאסן?

מער מענער באפוצט, אנגעטהון מיט אונטערהעמעדער אנדערש ווי זיין טאטע גייט.
מער אידישע פרויען וואס זעהן אויס מער גוי ווי איד.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:01 pm

· #38494
real jew
זר זהב
ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.


קינדער כאפן אסאך מער וואו מ'מיינט אין ווען קינדער זעהן אז אלעס איז א שפיל פארשטיין זיי אז אויך זיי דארפן שפילן דעם זעלבע שפיל

רעדסט נישט צום זאך, אדער רעדסטו נישט צו מיר.

real jew » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:19 pm

· #38512
זר זהב
real jew
זר זהב
ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.


קינדער כאפן אסאך מער וואו מ'מיינט אין ווען קינדער זעהן אז אלעס איז א שפיל פארשטיין זיי אז אויך זיי דארפן שפילן דעם זעלבע שפיל

רעדסט נישט צום זאך, אדער רעדסטו נישט צו מיר.


איך ווייס נישט ווער פארשטייט נישט וועמען. באהאלטענע זאכן שאט יא קינדער, עלטערע קינדער הערן אין ווייסען והא ראיה זיין טיהן די זעלבע ווען זיי ווערין עלטער. שקר אין לו רגלים.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:22 pm

· #38516
ווער ס'פארשטייט וואס איך ברענג ארויס וועט פארשטיין.

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:28 pm

· #38518
געהערט פון א קלוגן איד: קינדער האבען זייער סענסיטיווע אנטענאס,

דא איז די מעשה מיטן מאסקירן זיך, די קינדער פילן דעם בלאף, און זיי לערנען זיך אויס צו לעבן אין בלאף,
דאן איין טאג מאכט מען זיך א חשבון וואס דארף איך דאס, לאז מיך ארויס, ואידך זיל גמור.

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:32 pm

· #38526
וואס פארשטייסטו נישט, פארהאן אמאל וואס א מענטש האט א שכן רע וואס קען פארדארבן אנדערע, איז די עצה אז מ'האט נישט פארקער מיט יענעם און פטור איין עסק. פארהאן אבער וואס נישט האבן קיין פארקער מיט יענעם איז נישט גענוג, ווייל דער שכן רע איז אין חיצוניות אויך פארדארבן, דאס לבוש, דאס פראסטע התנהגות אויפן גאס און שול, און דאס צוזעהן ברענגט א קרירות אפי' מ'זאל גארנישט האבן קיין שייכות מיט יענעם, אטער דאס (לויט מאנכע) איז דער חילוק צווישן ב"פ אין וומ"ב, יעצט פארשטייסטו שוין יא

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:39 pm

· #38530
רב גאלד!

אין מציאות ביסטו זייער נישט גערעכט, ווייל דער פארדארבענער מיטן היימישן לבוש ווערט מען פון איהם נשפע, משא"כ דער מאדערנער איד האט נישט קיין שום שלעכטע השפעה אויפן חסיד'ישן איד, דער חסיד'ישער פארשטייט אז איך בין נישט מאדערן און איך טוה נישט וואס ער טוט.

אויך רוב מאדערנע אידן אין בארא פארק זיינען נישט פארדארבן, משא"כ די מאסקירטע אין ווילי האבן מורא'דיקע אומגלויבליכע השגות.

chasid » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:24 pm

· #38563
משכיל
אויך רוב מאדערנע אידן אין בארא פארק זיינען נישט פארדארבען, משא"כ די מאסקירטע אין ווילי האבען מורא'דיקע אומגלויבליכע השגות

יעך בין עדות דערצו!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:15 pm

· #38639
קען מען אביסל מסביר זיין וואס למשל זענען די "מורא'דיגע אומגלויבליכע השגות"??

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:43 pm

· #38651
עטס וויליאמסבורגער קינדער ווייסן צו זאגן אז בארא פארק איז ערגער און אז ס'איז דא א מחיצה צווישן די צוויי.
פארדעם אליינס איז וויליאמסבורג נישט גוט.
איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק און קיינמאל נישט געוואוסט אז וויליאמסבורג איז עפעס אנדערש חוץ אז ס'איז רוב סאטמאר.
אזוי ציהט מען אויף קינדער? מען פרעדיגט אנטקעגן א צווייטן? ס'איז אן עקל!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:48 pm

· #38654
מ'האט מיר קיינמאל נישט געפרעדיגט.
ס'איז אן אבוויעז פאקט.

איך האב נישט געדארפט גיין מער פון איינמאל קיין בארא פארק פאר א באזוך צו פארשטיין
פארוואס יו"ט עהרליך האט נישט געזינגען: "בארא פארק א מחיה גאר וואוינען דארט פיינע אידן" ....

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:51 pm

· #38658
עפעס האט דא איינער געשריבן אז ר' יודל ראזנבערג האט יא געשימפט קעגן בארא פארקער.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:15 pm

· #38669
גאלד
איך געדענק אין די סאטמארע קעמפ רב טוב, פלעגט ר' יודל רוזענבערג ע"ה, פרעדיגן זיין ראסיזם קעגן די בארא פארקע קינדער, דאס איז געווען די גאנצע עקטיוויטי "די בארא פארקע" און "די וומ"ב", ווען פליישמאנס - די בארא פארקע סאטמארע קעמפ - האט זיך געעפנט, איז עס איהם נעבעך געגאנגען בנפשו, און ער האט געפרעגט א גרופע קינדער ברבים "ווער וויל גיין קיין פליישמאנס?" קיינער האט זיך נישט געטרויט צו זאגך איך, איין קינד עקשטיין האט אויפגעהויבן די האנט, און ר' יודל רופט זיך אן "איין נארישע עקשטיין..."

אזא בהמה איז ער געווען?

elter-zeide » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:30 pm

· #38682
אין וויליאמסבורג דינט מען דעם באשעפער מיראה, ווייטער אין ב"פ דינט מען מאהבה.
דער וועג פון ב"פ צו וומב"ג איז 18 מינוט, פינקט ווי פין ווילימסבורג צי ב"פ,

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:31 pm

· #38685
פון ווילי צו ב.פ. גייט מען אראפ (SOUTH)

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:55 pm

· #38713
לאמיך פרעגן אזוי. אפגעזען וויאזוי די חצוניות פון ביידע פלעצער קוקן אויס, וואו זענען דא מער סטאבילע ערליכע יונגעלייט און בעלי בתים מיט ווייניגער דראפ אוטס?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:00 pm

· #38715
וואס איז 'נארמאל' אין ב.פ. איז א 'דראופ אוט' אין ווילי.

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:03 pm

· #38722
אין בארא פארק איז דא אסאך דיציפלין, תמימות, און קביעת עתים לתורה

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:06 pm

· #38724
זר זהב
וואס איז 'נארמאל' אין ב.פ. איז א 'דראופ אוט' אין ווילי.

איך רעד פון אזעלעכע וואס לכולא עלמא זענען זיי דראפאוטס.

אגב, מזל טוב צום נייעם קרוין, עס איז טאקע מער צוגעפאסט פאר א וויליאמסבורגער איד, עס איז מער פלאטשיק!

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:07 pm

· #38726
משכיל
אין בארא פארק איז דא אסאך דיציפלין, תמימות, און קביעת עתים לתורה

לזה נתכונתי

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:17 pm

· #38735
לענ"ד איז דאס פשט אין די גמרא סנהדרין, אז בעפאר משיח וועט קומען וועט זיין "ותהא האמת נעדרת".
קיינער ווייסט נישט וואו דער אמת איז, יעדער טענה'ט אז ביי זיך (אדער דווקא נאר ביי יענעם, און ביי זיך נישט).

יעדע חסידות, יעדע סיסטעם, יעדע שטעטל, יעדע קאנטינענט, אלעס איז אנדערש, אנדערע געדאנקענ-גאנג, און יעדער האט א אנדערן בליק. און אינטערעסאנט, יעדער ביי זיך האלט מיט א זיכערקייט אז ער, און נאר ער, ווייסט און פארשטייט פונקטליך וואס איז גוט און וואס נישט, ער ווייסט אויף וועמען צו מלמד זכות צו זיין און ווער איז געפערליך.

א חתימה דא איז נישט לאנג צוריק געווען "ביסטו ערליכער פון מיר? ביסטו א פארפרומטער. נידריגער? ביסטו א שגץ!"
דאס רעדט אסאך ווערטער!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:21 pm

· #38738
די ערליכע אין ב.פ. האבן טאקע א סארט תמימות וואס אן דעם וואלט זייער אידישקייט קיינמאל נישט סורווייווט דארט!

אין ווילי פעהלט דאס נישט אויס.

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:35 pm

· #38745
אין בארא פארק איז דא ערליכע מנהיגים:י

ראחאמסטריווקא
אמונת ישראל
סקןלען
סטיטשין
קלויזענבורג
אייזענבערג
קאסוב
באבוב
[אין מוקדם ומאוחר]

סא דאס איז שוואכער ווי ווילי ?י

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:40 pm

· #38749
זר זהב
מ'האט מיר קיינמאל נישט געפרעדיגט.
ס'איז אן אבוויעז פאקט.

איך האב נישט געדארפט גיין מער פון איינמאל קיין בארא פארק פאר א באזוך צו פארשטיין
פארוואס יו"ט עהרליך האט נישט געזינגען: "בארא פארק א מחיה גאר וואוינען דארט פיינע אידן" ....

אז דו רעדסט שוין וועגן יו״ט ערליכ׳ס ניגון, דאכט זיך אז דער ניגון רעפעלעקטירט היינט מער בארא פארק ווי ווילאמסבורג נעם דעם שטיקל:

ביים קלויזענבורג'ן הייסע טרערן,
טיפע קרעכצן ביי דעם סקווירא'ן,
און די סטאלינע מיט געשרייען,
אין סאטמאר האט מען נאכנישט אנגעפאנגען,
הערשט איז מען אין מקוה געגאנגען,
און ביי די וויזניצע טרינקט מען שוין לחיים.

יו"ט ערליך האט מיט די ווערטער פראבירט ארויסצוברענגען די קאלירפולירקייט וואס ווילאמסבורג האט דעמאלטס פארמאגט, א זאך וואס איז שוין פון לאנג א עבר און איז א טייל פון היסטאריע. משא"כ בארא פארק פארמאגט נאך א געוויסע סארט קאלירפולירקייט וואס מען זעט נישט אסאך.

elter-zeide » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:59 pm

· #38831
אין וומס"ג איז מען פרימער אין ב.פ. איז מען ערלעכער, א איד האט מיר אמאל געזאגט "אז פין ב.פ. אין פין יענע וועלט איז נאך קיינער נישט ציריק קיין וומס"ג,י

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:17 pm

· #38835
פון יענע וועלט קען מען נישט צוריקומען, און פון בארא פארק וויל מען נישט צוריקקומען, ווייל עולם הזה איז בעסער.

zurich » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:18 pm

· #38854
איך וויייס נישט ווי ערליך וויליאמסבורג איז. אבער אזא צודרייטע פלאץ ווי וויליאמסבורג איז נישט דא אין דער וועלט!!
אפאר וואכן צוריק האט מען אין וויליאמסבורג געמאכט א מסיבת עלילת דם איך גיי נישט יעצט אריין צו ער האט עס יא געטוען צו נישט אבער טריי צו מאכן אזא מסיבה אין בארא פארק ... קיין נברה וועט נישט דארט זיין,,און ווען מען האט עס געמאכט אין ווילי איז דארט געווען געפאקט עד אפס מקום!! אן קיין טראפ ליפט צו אטעמען!!

דאס האט די רבי זעליינו געמיינט "א צודרייטע שטאט"
בלאט: 1 2