דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #6455
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6455
בלאט: 1 2
האט שוין איינער באמערקט, יעדע דרשה ביי פרויען קאסט געלט, זאל מען איינמאל דאס טרייען ביי מענער וועט קיינער נישט זיין אין זאל נאר די בעלי דרשנים... איינער ווייסט אפשר ווי די געלט גייט?
תקנות גדולות שנתקנו בהכינוס מיוחד לנשים
1) א פרוי האט נישט וואס צו האבן א קלוגע טעלעפאון, אפילו מיט א פילטער.
2) אפילו אויב זי האט א פשוטע טעלעפאון, זאל עס חלילה נישט זיין קיין שרייעדיגע קאלירן אזוי ווי; רויט, הייסע פינק, אא"וו.
3) די פרוי איז בעל הבית אין שטוב און אויף איר ליגט די פליכט צו האבן א ריינע הייליגע שטוב.
4) בשום אין אופן זיך פארלאזן אויפן מאן אז ער האט א פילטער, נאר אליין אריינרופען צום "טעג" אפיס זיכער מאכ'ן אז ער האט א גוטע שטארקע פילטער.
5) אויב איז די מאן נישט וויליג צו פאלגן וואס איר הייסט, זאל מען זיך גלייך פארבינדן מיט די רבנים הגאונים שליט"א, וואס וועלן זיך באגיין מיט יושב הדעת וויאזוי זיך אומצוגיין מיט איהם.
געדענקט! בזכות נשים צדקניות נגאלו.
רבותי איך מיין נישט חלילה חוזק צו מאכן פון די גאנצע זאך, אוודאי דארף מען זען אז טעכנעלאגיע זאל חלילה נישט אוועקרייסן שטיקר פון אונזער עם סגולה. אלעס האט אבער א וועג. און אנרייצן די פרויען קעגען אונז מענער איז זיכער נישט קיין וועג.
זאל די אייבישטער חונן דעת זיין פאר די אלע עוסקים בצרכי ציבור די ריכטיגע מהלך וויאזוי זיך צו באגיין, צו אזא ענין.

נישט געוויסט אז סדא נאך אזאך חוץ צניעות וואס מקען רעדן צי די אידשע טאכטער.
[ציטאט אראפגענומען]
טאקע פארגעסען צוצילייגען, אז פאר מענער צו געבען 10 דאללאר, דארף דאס זיין אינטערסאנט ווי א BALL PARK אדער פארן מיט שיפן וכדומה.
דאס איז א געוואלדיגע זאך! דאס וועט הייבן די שלום בית פון אסאך קאפל'ס.. מען וועט שוין נישט דארפן וויינען פארוואס ביי אונז זעהט מען אזויפיל מענטשן גט'ן זיך....
[ציטאט אראפגענומען]
JOKE OF THE MONTH
דער וואס לאזט זיין ווייב גיין איז דמו בראשו. זאל ער נאכדעם נישט זיין א צועק לשעבר. שלשה חייהם אינם חיים וכו' ומי שאשתו מושלת עליו.
א עזות און א נידערטרעכטיגקייט פון משתלטים צו רעדן צו פרויען וועגן די מענער.
והוקע אותם לעיני השמש.
[list]קינדער דרייען זיך באימה רתת וזיעה אין חדר אהן א טראפקעלע חשק.
בחורים שפירן זיך ציל-לאז.
יונגעלייט קענען נישט געהעריג טוהן פאר פרנסה.
מיטליעריגע אידן זענען בעלי חוב עד נפש.
זקנים לעבן אויף לקח און ברוינפן פון לחיים נאכ'ן דאווענען.
געבוירן צו ווערן קאסט א הון תועפות פון דער וואכנאכט און ווייטער. צו שטארבן קאסט א הון תועפות פון מעדיצין און שפיטאל ביז'ן קבר.[/list:u]
כלל ישראל איז גייסטיש און פיזיש צעבראכן און דערשלאגן. מען וואוינט אין פאלאצן וואס מען קען זיך נישט ערלויבן. מען טוהט אן די קינדער ווי פרינצען וואס מען קען נישט ערלויבן. יעדע חתונה איז א סעודה שאינה מספקת לבעליה. מען צאלט אוועק דאס לעצטע ביסן פאר ערציאונג וואס איז קיין ערציאונג, חינוך וואס איז נישט מחנך.
אבער למען השם! נאך אן אסיפת חיזוק בנוגע די פארסרוח'עטע "כלים". נאר דאס פעלט כלל ישראל צום שלימות.
דו צעלייגער איינער! די בנשק'ל וואס גייט זיצן אויבנאהן ביים אסיפה, יא דו! וואס האסטו געטוהן פאר א צווייטען איד אין די לעצטע מעת לעת? אין די לעצטע וואך? אין די לעצטע חודש? אין די לעצטע יאר? במשך דיין גאנץ לעבן? הא? וואס זאגסטו, איך הער נישט אזוי קלאר. אה! ביזט געגאנגען "משמח" זיין ביי זיינע שמחות... דו הושענא שדופה וואס דו ביזט! משמח געוועהן? א הונדערטע ביזטו געקומען קאלעקטן דארט! חזיר. האסט צוגעלייגט א פלייצע צו די הוצאות החתונה? ניין. אודאי נישט. אבער א הונדערטע האסטו שיינערהייט גענומען פאר דיין "משמח" זיין.
כלל ישראל איז טיף און טייער. ופני הדור כפני הכלב. ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
לא מן האסיפות האלו תהיה לנו תקומה! לא על ידי ה"עסקנים" תצא הישועה!
אנשטאטס אנכאפן דעם אקס ביי די הערנער, רעדן און מאנען עכטע חינוך הבנים, עכטע עבודת השם יתברך, עכטע יגיעת כפים בדרך כבוד, עכטע הסתפקות במיעוט, עכטע שמח בחלקו, עכטע שמחה של מצוה, איז מען פארנומען מיט שטותים און לאקשען און מען לאזט זיך נאך באצאלן א צענער.
מי פתי יסור שמה! וועלכע אידיאט וועט צולאזען אז זיין אייגן ווייב, די תורה'דיגע והיו לבשר אחד, זאל ארויסגיין פון איר מאן'ס רשות היחיד און ווערן מיט איינמאהל א מיצר שהחזיקו בה רבים?!
די תורה הקדושה זאגט אז ווען א פרוי האט חתונה זאל זי איבערלאזן איר געוועזענע דעה זאגער. זי איז טאטאל אונטער די בעלות פון איר מאן. על כן יצוה איש את ביתו אחריו ללכת בדרכיו ולשמור חקיו. א מאן איז קובע וויאזוי צו פירן זיין שטוב. ער ברויך נישט קיין הסכמות אויף די שער בלאט פון זיין הויז.
נבלים ונוולים שלא ברשות התורה וואס די געמיינע יונגען זענען!
טפוי! נעם אראפ די לאפעס פון מיין ווייב! רעד נישט צו פרעמדע פרויען. זאג זיי נישט דיין פירוש אויף דעת תורה! ר - ע - ד נ - י - ש - ט צ - ו ז - י!

outspoken[ציטאט אראפגענומען]
JOKE OF THE MONTH
אבער מיט די גרעסטע אין שווערסטע פראבלעם אז גאר אסאך פיינע אין איידעלע בחורים דרייען זיך אין שילן אין אינדעגאסן דאס קימערט זיי גאר ניקסט !
ווער זאגט אז מען דארף דא בכלל מעורר זיין נשים איבער זייער בעל באטעווען אויף די מענער? עס שטייט אזוי אויף די פלאקאטען?
די נשים כדאי להם ברכה בפנ''ע, זיי גייען היבש ליידיג אין זענען שקוע אינעם אינטערנעט סתם פאר פוסטעקייט, און לאזען פארנאכלעסיגט פילע צרכי הבית, טאקע אז זיי זאלען קענען זיין די ריכטיגע משועבדים לבעליהן, ברויך מען זיי אביסעל מנתק זיין פון די עדיקשען ל'אינטערנעט.
בדידי הוה עובדא: מיין שכן! האט א היבש לאנגע תקופה מחמת איר אינטערנעט עדיקשען ממש געלאזט די שטוב הפקר !! אינקלאדעד די מאן !! און קינדער!!, ביז גיטע פריינט האבען איר געהאלפען ארויסקריכען פינעם אינטערנעט עדיקשאן, וואטס דע פראבלעם אז מען ברענגט רעבעצין'ס אויפצו וועקען די פרויען צו טון זייער פליכטען אין שטוב?

שטייט נישט אויפן צעטל אז עס וועט זיין א full lavish milchig buffet... וועלכע פרוי וועט קומען....?
LAKEWOOD: Asifa for women to take place the upcoming Monday in Lakewood at the Lake Terrace hall. Details to follow.
נאכן זעהן די געוואלדיגע רעזולטאטן און הצלחה פון די פריערדיגע כינוסים, געבט עס א שטופ פראנאויס צו מאכן נאך כינוסים...
#יענץגעלעכטער
#יענץגעלעכטער
איך פארשטיי נישט איין זאך. ממילא שלעפן די מענער צו סיטי-פיעלד איז מעגליך. אבער וויאזוי — למען הקרעפל— דארפן פרויען אלעס איבערלאזן פלוצלינג, די קינדער, די שטיב, און גיין צו אן אסיפה אכט אזייגער ביינאכט? די עסקנים פלאנען צוצושטעלן בעיביסיטערס? און, וואס קען מען זיי פארקויפן, שמירת עינים? איי דאונט געט איט.
איך גלייב נישט אז מ'גייט זיי הייסן שטיין איבער די מענער, (עכ"פ איך וויל נישט גלייבן).

טאמער איז דא אינגערליייט אין בארא פארק וואס זייערע שלום בית הענגט אויף א האר צוליב פארשידענע סיבות, קומען דא טיפשום אין לייגן צו זאלץ צו די וואנדען.
דער אינגערמאן וואס האט אינטערנעט אין ס'האט נישט געהאלפען קיין סיטי פילד אדער קיין 18 עוו, מישט מען אריין די ווייב? יעצט בכפיה גייט יענער פארמאכן די אינטערנעט???
די טיפוש, שוטה, גולם, רשע, נעבעך, וגו'
יעצט גייט דער אינגערמאן פארמאכן די וועב, מ'האט געפאנגען זיין ווייב אין אריין געשריגען אין זי א קונד אין בויך, יעצט גייט ער זיך איינגעבן.
טאמער ער האט נישט גענוג נסיונת גיי רייץ אן די ווייב אויף עיהם דאס גייט זיכער העלפן.

פישל'ע העררינגדער וואס לאזט זיין ווייב גיין איז דמו בראשו.
איך גלייב אז דו האסט נאבעלע כוונות, אבער ווער ביזטו איר יא אדער נישט צו לאזן גיין ערגעץ וואו זי וויל גיין?
פישל'ע העררינגזאל ער נאכדעם נישט זיין א צועק לשעבר. שלשה חייהם אינם חיים וכו' ומי שאשתו מושלת עליו.
איינער וואס האט עכט מורא אז עפעס א דרשה אין באבוב'ע סקול וועט מאכן זיין ווייב מושל זיין אויף עם האט גרעסערע פראבלעמען.
מאך דיך נישט אזוי פעסט און תמימות'דיג בהעלם אחת.
א מאן מעג זאגן פאר זיין ווייב אז ער וויל נישט - יא, ער וויל נישט - אז זי זאל אהינגיין. ער קען איר זאגן אז ער איז אפענדעד פון איר גיין הערן דרשות וואס זענען געצילט זיך צו מישן אין זיין סדר החיים.
און יא, פרויען ווערן איבערגענומען פון דרשות און עס קען איהם שטערן אין שטוב. "גרעסערע פראבלעמען"? מציאות הקר.

עס האט נישט מיט יא מושל זיין אדער נישט, און צו זי גייט קענען איבערווייזן די מאן אויפצוגעבן זיין פאון, צו נישט.
אבער אז זי גייט אהין גיין און מען גייט איר דארט אריין באָרן אין אויער, אז דאס איז די נסיון הדור און מ'האלט פאר משיח און דער וואס ווייל זוכה זיין צו קעגן גיין פני משיח דארף האבן א הייליג שטוב .... בלא בלא בלא .....און אדער א פאון אדער קינדער עס גייט נישט צוזאמען...... און דער וואס קענען פועל'ן ביים מאן אוועק ציווארפן זיין פאון, וועט שאפן א נחת רוח פאר'ן באשעפער פונקט ווי א קרבן, וכו'.
און זי גייט אהיים קומען אינגאנצען צושוידערט און ווילד אז "איך וויל פון גארנישט הערן דו מוסט יעצט ווארפען דיין פאון אין גארביטש!" איז אין הכא נמי די קענסט איר אנפייפען און פארטיג אבער וואס פארא פנים האט עס? זי פארלירט איר גאנצע טראסט אין דיר, און דיין גאנצע שלום בית שטייט אויף א סווינג.

פישל'ע העררינגמאך דיך נישט אזוי פעסט און תמימות'דיג בהעלם אחת.
א מאן מעג זאגן פאר זיין ווייב אז ער וויל נישט - יא, ער וויל נישט - אז זי זאל אהינגיין. ער קען איר זאגן אז ער איז אפענדעד פון איר גיין הערן דרשות וואס זענען געצילט זיך צו מישן אין זיין סדר החיים.
און יא, פרויען ווערן איבערגענומען פון דרשות און עס קען איהם שטערן אין שטוב. "גרעסערע פראבלעמען"? מציאות הקר.
איך פראביר נישט צו זיין פעסט אדער תמימות'דיג, באמת נישט, נאר ווען איך הער יונגעלייט רעדן אזוי, לאז דאס יא, לאז דאס נישט, איך לאז איר נישט דעס... גריצעלט מיר עס אין די אויערן. אבער אויב דו האסט געמיינט אז ער זאל איר זאגן ס'איז עם נישט ניחא זי זאל גיין, און אז ס'וועט עם, און בפועל איר, באדערן אז זיי גייט, מיט דעם ביזטו גערעכט. פון דיינע ווערטער "דער וואס לאזט זיין ווייב גיין" האב איך פארשטאנען אנדערש, ואתכם הסליחה.
אבער לענין שמיעת דרשות און ווערן אינגאנצן איבערגענומען, מיט גרעסערע פראבלעמען מיין איך אז רוב פרויען ווערן נישט אזוי איבערגענומען, מ'הערט שיינע דרשות, מנעמט זיך אונטער לשון הרע-פרייע שעות, אבער איך זע נישט אז די סקוירטס איך בארא פארק זאלן האבן לענגער געווארן אדער שייטלעך קורצער, די פרויען וואס וועלן אהיימקומען און דרינגען פונעם מאן אוועקצווארפן די אינטערנעט האט לעולם אלעמאל אזוי געהאלטן, נאר האט נישט געהאט די גאטס מקיים פסק צו זיין, און פון דעם דרשה האט זי באקומען די ברענשטאף, די קאנפידענץ, אראפצולייגן די פיס. און דאס מיינט גרעסערע פראבלעמען, ווייל דאס מיינט אז די דיאלאג איז נישט בנמצא, די גאנצע אינטערנעט איז אזוי כלאחר יד, נישטא קיין הסכמה וויאזוי צו פירן דאס שטוב, און מאן און ווייב זענען נישט אפען צווישן זיך. כ'האב חלילה נישט געמיינט אוועקצומאכן דעם יונגעמאנ'ס פראבלעם, נאר צו זאגן אז "דאס" איז נישט זיין פראבלעם, ער האט סאך גרעסערע פיש צו כאפן.
גערעכט.
כ'שפיר אז מאכן דעם אסיפה אין א באבוב45 בנין, און ארויסשרייבן בנות ציון דבאבוב אויף די פלאקאטען, איז א דירעקטע נקמה קעגען באבוב 48 פארן זיך נישט צושטעלן צום סקולען/וואקסמאן/גאטליב פראפעגאנדע מאשין בימים ההם אין סיטיהאוויץ.
קאווע טרינקערכ'שפיר אז מאכן דעם אסיפה אין א באבוב45 בנין, און ארויסשרייבן בנות ציון דבאבוב אויף די פלאקאטען, איז א דירעקטע נקמה קעגען באבוב 48 פארן זיך נישט צושטעלן צום סקולען/וואקסמאן/גאטליב פראפעגאנדע מאשין בימים ההם אין סיטיהאוויץ.
עס איז א דבר פשוט מאוד, 48 שטעלט זיך נישט צו די איחוד הקהילות, דארפען זיי זיך גארנשיט רעכענען מיט זיי.
אפשר אזוי וועלן זיי זיך אויסלערנען זיך צוצושטעלען.
זיי גיין זיך נישט אויסלערנען גארנישט. זיי ווילן זיי אויסגעשלאסען פון כלל ישראל. איבעראל פארשטייען זיי בעסער.
אין סאיז נישט קיין שון עוולה אז מ'מאכט עס אין א באבובער בנין (ר"מד). גארנישט אנדריש ווי הצלה מאכט זייערע דינער דער מוצ"ש אין עטרת גאלדא (ב"צ)

ווער איז דיין כלל ישראל?
באבוב (ר"מד), בעלזא, סאטמער, וויזניץ, סקווער, פאפא, וגו'
וועלכע בעלז מאכנובקה אדער תל אביב? וועלכע סאטמאר מהרז"ל מהר"א ? וועלכע וויזשניץ מאנסי בני ברק? וועלכע סקווירא בארא פארק אדאר New Square? וועלכע פאפא בארא פארק וויליאמסבורג?
בארא פארקערבאבוב (ר"מד), בעלזא, סאטמער, וויזניץ, סקווער, פאפא, וגו'
א רחמנות אויף דיר מיט דיין כלל ישראל, עפעס אפאר צוריקגעבליבענע אימיגראנטען פון מזרח אייראפע וואס קענען זיך נישט ווייטער רוקן פון דארט וואו די שיף האט געאנקערט, אנגעוויזן אויף פראגראמען און חסד ארגעניזאציעס. א רחמנות אויף א גאט אויב דאס איז זיין כלל ישראל.
ביים אסיפה גייט זיין א אויבן אן מיט די עלטערע רבנים פון שטאט בארא פארק, אין עס וועט אפגעטיילט וועגן מיט א טונקעלע גלאז, אז די פרויען זאלן קענען זעהן די רבנים.
אין לעיקווואד גייט אויך זיין אזא אסיפה קומענדיגע וואך, און אין מאנסי קוקט אויס וועט זיין אין די וואך נאך שבועות
אין לעיקווואד גייט אויך זיין אזא אסיפה קומענדיגע וואך, און אין מאנסי קוקט אויס וועט זיין אין די וואך נאך שבועות
קאווע טרינקערכ'שפיר אז מאכן דעם אסיפה אין א באבוב45 בנין, און ארויסשרייבן בנות ציון דבאבוב אויף די פלאקאטען, איז א דירעקטע נקמה קעגען באבוב 48 פארן זיך נישט צושטעלן צום סקולען/וואקסמאן/גאטליב פראפעגאנדע מאשין בימים ההם אין סיטיהאוויץ.
לאו דווקא. נארמאל קומט מ'זאל שרייבן בנות ציון דבאבוב, נאר טאמער איז דא פרעשור פון 48, מוז מען טרעפן אן אנדערע וועג וויזוי צו שרייבן. אזוי ווי 48 האט נישט קיין שייכות מיט'ן גאנצע אסופה, קען מען שרייבן נארמאל.
איך וויל נאר וויסן וואס טיט זיך מיט די ארונים. וועט זיין דרשות אויף ענגליש? און טאמער יא, וועלן זיי גיין? טאמער וועט נישט זיין קיין דרשות אויף ענגליש אלט קומט זיך זיי קרעדיט אז אן אסופה פאר פרויען אין בארא פארק זאל זיין בלויז אידיש
יעצט זעה איך אז עס קומט די מיטוואך, אלע פרויען זענען העכסט פארנומען מיט זייערע טשיז קעיקס... נישט געטראפן א בעסערע צייט?
די נעקסטע אסיפה, מעמד פרה אדומה, וועט פארקומען ער"ח אלול, ווי די רבנים שליט"א וועלן מעורר זיין איבער די מגפה פון איבערוואג ביי די בנות ישראל.
די עסקנים וועלן איבערגעבן דבר ה' זו הלכה איבער די וויכטיגקייט פון זיין סייז 6 און ארינטער.
מ'וועט הערן א בדידי הוה עובדא פון א אינגערמאן וואס איז געווארען פאראיבעלט פון זיין אלס-שווענגענדיגע ווייב און איז געווארען א רועה בשדות זרים.
גלייכצייטיג וועט מען פארקויפען ג'ים מעמבערשיפס פאר א גאר ביליגע פרייז.

אוי ביסטו ציקער..
איי עם פולי אין פאר איט. אבער וואס טוט מען אויב נאכדעם נעמען זיי זיך אויף די מענערס וואג?
ווער זענען די רעדנערס היינט נאכט? געהערט אז נישט וואקסמאן.

א דרשה אין ענגליש! ווי שעמט מען זיך נישט צו שרייבן מיט גרויסע כינוס אותיות "והייתם לי סגולה מכל העמים"?!
אגב, וואס גייט זיין 9:25?
ווער גייט דרייווען די באסעס? מענער רח"ל?
שומרים און מתעסקים גייט האלטן ארדענונג? אדער EBT'ס פון עזרת נשים הצלה?
וועלעכע געשעפטען פון צניעותדיגע קליידער גייט זיך עדווערטייזן אויף קול מוואסייר אז זענען אפען מארגען נאכט פאר פרויען וואס האבן אויסגעטון די קורצע סקירטס?

כ'זעה דר'עולם האט נאך זייער מורא דא פון די ווייבער, נעה!! נישט אויף דעם האט קאווע שטיבל זיך אפגעהארעוועט אריבער צוויי יאר, אז דר'עולם זאל אזוי ציטערן ווי קינדער.
אנאנים לאמיר האפן אז די בילדער פון היינט ביינאכט וועט אויסקוקען בדיוק אזוי ווי די בילדער וואס די האסט דא געפאוס"ט!
האפן מעג איך
איז דא א ניק'טע דא וואס קען איבערגעבן פאר די עולם דא וואס גייט פאר ביים גרויסע כינוס?
פרויען ניק'ס טייערע: איר האט הנאה פון ק''ש א גאנץ יאר זייט אונז צירוק מהנה איין מאל.

אדער בעט די מענערישע דרשנים דארטען.
כ'הער אז ס'בעיקר פאר מיידלעך?
איז דא סקול'ס וואס גייען יא / נישט?
איז דא סקול'ס וואס גייען יא / נישט?
וועלכע רבי'שע אייניקל וויל זיך אנטראגן צו מאכן א כינוס כלל ישראל - איש בל יעדר - קעגן דאס וואס לשם שמים'דיגע ארגעניזאציעס פארשוועכן ממון הציבור און רייסן ארונטער סיינס פון די קעגנער?
אגב, חיבת ירושלים האט רעזערווירט דעם דאטום פריער פון כינוס כלל ישראליות. וואס איז דאס א מין עסק ארונטערצורייסן יענעם'ס שוה כסף?

פון אן אי-מעיל וואס זיי שיקן ארום
די אינגערע פרויען אין די פלאץ ווי איך ארבייט, האבן היינט געמאכט ליצנות פון די אסיפה. זיי האבן אבער געשמועסט אז למעשה גייען זיי אלע צו האבן א שיינע נייט עקטיוועטי.
קען מען ערגעץ הערן אדער זען די אסיפה לייוו?
אפטעמיסטקען מען ערגעץ הערן אדער זען די אסיפה לייוו?
אין טע"ג אפיס.
זיי רעדן אן א מחיצה?
כ'זעה לעיקוואד פארמאגט א שענערע עולם
לעצטע בילד זעהט אויס ווי א שייטל Expo show.
[ציטאט אראפגענומען]
נישט אלע פרויען פון לעיקוואוד קענען קומען, אסאך האבן יעצט כולל ערב.
רויטע וואנצעסזיי רעדן אן א מחיצה?
מיט א מחיצה, אן א הפסק...
בלאט: 1 2