☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #6455

אשכול אן א טיטל #6455

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6455
בלאט: 1 2

Yossy » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:19 am

· #203336
איך טראכט נאר הויעך, איך גלייב אז עס איז דא מענטשען וואס וואלטען געהאט חשק אז די ווייב זאל גיין צי די אסיפה. ווען די פרויען זענען צי אויפגעקלערט. טויג אויך נישט ..

הדד בן בדד » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:25 am

· #203351
מיך עקלט דאס גאנצע מעשה, ווילסט מאכן א אסיפה פאר פרויען, מאך א רבי'צינס זאלן רעדן, פארוואס זאלן רבנים רעדן פאר די פרויען.

יין שרף » דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:34 am

· #203352

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:57 am

· #203362
הדד בן בדד
מיך עקלט דאס גאנצע מעשה, ווילסט מאכן א אסיפה פאר פרויען, מאך א רבי'צינס זאלן רעדן.

למשל ווער? פסח קראהן?

שרייבער » דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:43 am

· #203371
די אויבן אן אין ב"פ האט נעכטן אויסגעקוקט אזוי ווי אין לעקוואד, אן א מחיצה (הפסק)?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:58 am

· #203373
שרייבער
די אויבן אן אין ב"פ האט נעכטן אויסגעקוקט אזוי ווי אין לעקוואד, אן א מחיצה (הפסק)?

געהערט פון אן עסקן, ס'געווען א גלאז, פאר די פרויען איז עס געווען א אספקלריא מאירה, און פאר די מענער זייט איז געווען א שפיגל, לאמר, רב לעבן, קוק זיך אין שפיגל...

מצטמק ויפה » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:51 pm

· #203431
אשריך תושבי בארא פארק ואשריך נשי עירינו שהשתתפו במעמד קידוש השם ערב ר"ח סיון תשע"ה.

גלויבט דער פון אויבן, אז מען האט זוכה געווען צו זען אזויפיל צענדליגע פרויען וואס ווילן זיין ערליך און ווילן אמת'דיג בייקומען די שווערע נסיונות פונעם דור.

יעצט וועט איר אוודאי פרעגן האללא? וואס איז געשעהן דא? פלוצלונג ביסטו געווארן הייס פאר די זאך, בעת ווען אנהייב שמועס האסטו געטריבן לצנות פון די גאנצע כינוס?

איז אזוי. דאס איז כולי עלמא מודה אז אינטערנעט איז א נסיון וואס דארף שטרענג באהאנדלט ווערן, און אויב ניצט מען עס נישט ריכטיג איז ער א מסית ומדיח במלאו מובן המולא. און פאר די אלע וואס שרייען און לאזן זיך הייזעריג ווערן .. היתכן? פארוואס מאכט מען נאר אסיפות וועגן דעם, און נישט וועגן דירה קריזעס, אדער אז יונגעלייט מוטשענען זיך און האבן נישט קיין ברויט אין שטוב. איז קודם, דאס אז עס איז דא נאך פראבלעמען נעמט נישט אוועק די פראבלעם פון אינטערנעט. ועוד זאלסט מיר אנטשולדיגען אבער ביי אונז אידען פארנעמט רוחניות אסאך א העכערע מקום ווי גשמיות, ממילא דארף מען אוודאי קודם זעהן צו מתקן זיין די רוחניות וואס שנייט שטיקער פון כלל ישראל.

נאר וואס דען? יעדע זאך האט א וועג וויאזוי מען מאכט דאס, און יעדע זאך האט א רעסעפי. און פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען מען רעדט פון צניעות זאגט מען נישט קיין דברי הבל אז רחל איז געווען יאנטשי און אונז דארף מען נאך גיין אין איר וועג און זיין יאנטשי ( כמאמר אותה החכמת במאנסי ניו יארק). אזוי אויך ווען עס קומט צו אונטערנעט, דארף מען נישט אנרייצן די פרויען קעגען די מענער אז זיי זאלן פארלירן טראס"ט אינעם מאן, און צוזאם רעדן דברי שטות והבל.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט נישט ווי איך האב געמיינט, נאר די דרשות זענען געווען העכסט באזעסען און מסודר כפי רצון הבורא יתברך ממילא שרייט זיך ארויס " וואויל איז דער וואס האט געשיקט זיין ווייב נעכטען נאכט צום גרויסן כינוס"

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:01 pm

· #203438
נו, אדרבה, פארצייל וואס האט מען טאקע געזאגט דארט?

יין שרף » דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:04 pm

· #203441
און כפי ששמעתי מפי האתונה, האט מען יא געזאגט אז איז די אחריות פון די כנגדו זיכער צו מאכן אז די מאן האט א פילטער!
(אזא בחינה אז זיי זאלן זיין אשר לא כרעו לבעל...)

מצטמק ויפה » דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:34 pm

· #203448
איך ווייס נישט פונקטלעך ווייל איך האב נישט געקענט שיקן מצטמק'ת און דער עולם וועט עפענען אויגן ... וואס??!!! מצטמק האט דיך אהער געשיקט?!?!
ממילא האב איך נאר נאך געהערט פון די גאס.

הירשל ציג » דאנערשטאג מאי 29, 2014 4:21 pm

· #203451
יין שרף


ווער איז דער אמעריקאנישער אינגערמאן מיט'ן טשולנט טאפ? א וואזשנער קאמבינאציע

כוכב » דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:52 pm

· #203481
ער איז א גרויסע טיער פאר מענטשן מיט חולי הנפש, ער איז איינגעשטעלט אין תורה ודעת און דאוונט ביי די מאניס.
זיין ברודער איז שמואלי גלעסמאן וואס מאכט הכנסת ספר תורות.

הירשל ציג » פרייטאג מאי 30, 2014 11:08 am

· #203572
[ציטאט אראפגענומען]


שכוח. זיי זענען דאכצעך פון קראון הייטס. נישט חב"ד.
בלאט: 1 2