☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #6402

אשכול אן א טיטל #6402

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6402

— » זונטאג מאי 11, 2014 5:56 pm

· #200003

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פארוואס? » זונטאג מאי 11, 2014 6:47 pm

· #200010
זייער שיין.
יעצט איז נאר געבליבן צו וויסן, וויפיל זאכן דא זענען אמת לאור דער אשכול.

צדיק נסתר » זונטאג מאי 11, 2014 6:49 pm

· #200011
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני מצטרף

עפל סיידער » זונטאג מאי 11, 2014 7:53 pm

· #200021
זייער שיין,
ביטע פארלאז נישט דעם מקום, בארייכער דעם ציבור מיט דיין וויסענשאפט ידיעות.

נהורא נפישא » זונטאג מאי 11, 2014 10:03 pm

· #200057
בנוגע דעם טאג פון ל"ג בעומר אלס א טאג פון שמחה, היסטאריש גערעדט איז דער פארבינדונג פון דעם טאג מיטן יומא דהילולא פון רשב"י גאנץ א שפעטערדיגע תופעה, היינט וועט יעדער חסידיש יינגעל ענטפערן אויפן פראגע פונעם באדייט פונעם טאג אלס א דבר פשוט אז דאס איז אויסשליסליך אפצוצייכענען די הילולא פון רשב"י אזאך וואס איז נתפשט געווארן פון די חוגי המקובלים, ווידער ביי די מאדערנע קרייזן אין גייסט פון ציוניזם איז שטארק פאפולער די הסבר אז דאס אומקום פון די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון רבי עקיבא איז פארבינדן מיטן רעוואלט וואס בר כוכבא האט אינטערגענומען אנטקעגען די רוימער און אז ל"ג בעומר טוט אפצייכענען א געוויסער זיג (א טעאריע וואס האט אויפגעברענגט רנ"ק) און איז און איינקלאנג מיט די פאלקס טראדיציע פון קינדער שפילן פייל אין בויגן.
באמת אבער אין די גאר פריערדיגע מקורות ווערן געגעבן מאדנע טעמים איבער דעם אפצייכענונג פון דעם טאג, דער מהרי"ל אבי מנהגי אשכנז האט אפגעצייכנט דעם טאג, ווי עס ווייזט אויס איז די ארגינעלע טעם אפצוצייכענען דעם טאג פארגעסן געווארן.
בכלל דער מנהג נוהג צוזיין אזא סארט אבילות לחצאין אין די טעג בין פסח לעצרת וואס האט נאך א מקור מזמן הגאונים, הגם אזא פוסק ווי דער רמב"ם ווייסט נישט צוזאגן פון אזא סארט מנהג, דער אנגעבליכער טעם אז דאס האט צוטאן מיט תלמידי ר' עקיבא איז היבש מאדנע.

נהורא נפישא » מאנטאג מאי 12, 2014 8:01 am

· #200111
דרך אגב די ציטאט פונעם בריוו פון ר' עובדיה ברטנורא אז שוין בימיו האט דעם טאג אפגעצייכענט די הילולא פון רשב"י איז א גרייז אדער גאר א זיוף, אין די ארגינעלע בריוו רעדט ער פון א מאסן עליה צום ציון פון שמואל הנביא אינעם טאג פון כ"ח אייר און נישט אן עליה צום קבר רשב"י ביום י"ח אייר, אין טעמי המנהגים ברענגט ער בשם ר'ישעיה אשר זעליג מרגליות דעם פארגרייזטן נוסח.
<a class="postlink" href="http://www.saroog.co.il/modules.php?name=Forums&file=viewtopic&t=4570">http://www.saroog.co.il/modules.php?nam ... pic&t=4570</a>