☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

227 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6377
בלאט: 1 2 3 4 5

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:36 am

· #259760
אומגלויבליך! די חינוך פון די קינדער זענען געווארן דער שטעקן פאר יעדע חומרא'לע.
אוי גייט דאס איין טאג בעקפייערן.

הוגה » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:43 am

· #259762
עס בעקפייערט שוין יעצט. א יעדער איינער חתמ'ט דאך די צעטלעך לכאורה. יעצט זאג מיר וויפיל באבוב 45 עלטערן זענען מקפיד נישט צו עסן אין רעסטוראנטען און צו אלעמאל גיין מיט די הוט אנגעטון. דאס איז א געוואלדיגע חינוך אויפצוציען א דור פון לצים ושקרנים.


.

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:50 am

· #259765
א מין צעדרייטע קולטור און רעליגיע

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:35 am

· #259781
איז עס אפילו לעגאל צו באצוימען די עקסעס פון א קינד צו סיי וועלכע טעראפיסט?

בן נריהו » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:19 pm

· #259795
ערלויבערניש - צו נעמען - אויף טעראפיסטישע באהאנדלונג, ווירזויגער אז דאס גיין פאר הילף זעלבסט - איז נישט א פארבארגעניש?

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:24 pm

· #259796
הא?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:24 pm

· #259797
הייבסט אן מיט לעגאל? זענען איינע פון די אלע זאכן בכלל לעגאל? ווען די רעגירונג ווערט געוואויר אז די מוסדות נעמען נישט אן קינדער וואס די עלטערן האבן א קאמפיוטער וכו' אדער סמארטפאון אן א ספעציעלע פילטער, וואלטן זיי באקומען לאנטש פראגראמען??

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:28 pm

· #259799
בן נריהו
ערלויבערניש - צו נעמען - אויף טעראפיסטישע באהאנדלונג, ווירזויגער אז דאס גיין פאר הילף זעלבסט - איז נישט א פארבארגעניש?

דאס איז טאקע נאך א וויכטיגע נקודה (נאר שרייב קלארער). דאס בכלל גיין צו א טערעפיסט - אפגעזעהן ווער עס איז - איז א הייקעלע זאך וואס מאנכע ווילן האלטען סיקרעט. איז א סקול ערלויבט צו פארלאנגען אז מען זאל זיי אויפדעקן אזעלכע פריוואטע אינפא אז מ'זעהט א טערעפיסט בכלל?

גנדי » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:52 pm

· #259804
איך האב פארשטאנען פון די תקנות נאר א טעראפיסט וואס קומט אין שולע...

נופת צופים » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:19 pm

· #259811
ביי די ארבעט מעג מען יא גיין נאקעט? אזוי האבן מיר געהערט פון רבותה"קקק זצוקלללל"ה?

גנדי » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:43 pm

· #259827
און אויב ארבעט איך אויף די גאס?

גנדי » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:45 pm

· #259828
ווארט נאר ווארט. איין טאג וועט נאך זיין אן אפיציעלער תקנה אין באבוב. מען טאר נישט מאכן קיין קנאבל אין די בארד...

נופת צופים » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:46 pm

· #259832
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
בעצם מן הדין וואלסטו געמעגט גיין אין בלויזן העמד, נאר גזירה אז דיין קינד וועט זעהן

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:16 pm

· #259907
סרך בתה

היסטאריקער » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 5:06 pm

· #259924
מי יגלה עפר מעיניך מרן מהר״ש זצ״ל
ווען מ׳ האט צוזאמגענומען די חתימות קעגן טעלעוויזשען האט ער נישט אונטער געשריבן זאגענדיג אז ער ארבעט נאך אויף שמירת תורה ומצות און אויב ער וועט פארלאנגען דאס אויך וועט ער זיי איגאנצן פארלירן

מרן רביה״ק מסאטמאר זי״ע האט עס זייער משבח געווען

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 6:08 pm

· #259954
ווי אזוי לאזט מען צו אזא פירצה אין צניעות אז די חתימת האב ואם זאלן זיין אויפן זעלבן צעטל, השם ירחם.

פרייוויליג » פרייטאג מערץ 20, 2015 4:04 pm

· #260261
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
די גרויל פון אזא צעטל שפעט אפ פון אידישקייט. לצים ארורים וואס זיי זענען. איך האלט אז עס מוז זיין פאלטש.

געוואלדיג » פרייטאג מערץ 20, 2015 5:13 pm

· #260271
ליידער פארשטיי איך דעם צורך, און החזו"א האט געהאלטן אז עס איז פריצות, קוק נאר אויף א יונגל מיט אזאנע הויזן ותשכיל בזה

נופת צופים » זונטאג מערץ 22, 2015 1:40 am

· #260377
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
" עס איז נאר ערלויבט צו גיין הויזן וואס האבן א ראבער בכדי עס זאל זיך קענען אויסציען"

סענט פראם מיי קאושער פאון

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 2:53 am

· #260392
נופת צופים
בעצם מן הדין וואלסטו געמעגט גיין אין בלויזן העמד, נאר גזירה אז דיין קינד וועט זעהן

נופת צופים: איך גיי טאקע אין מיין בלויזן העמד. נאר נישט ווינטער... 😂

פרייוויליג » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:00 am

· #266994
איך ווייס נישט וואו די צעטל באלאנגט, אין דקדוק אדער אין משוגעים הויז, אדער אין צימערמאן אשכול. אבער עס האט פאכט געמאכט מיינע ליפן פאר געלעכטער.
📎 image.jpg

יעלה ויבא » זונטאג מאי 10, 2015 10:12 pm

· #273907
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
📎 uploadfromtaptalk1431310348601.jpg

מור וקציעה » דינסטאג מאי 19, 2015 9:14 am

· #276616

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 10:07 am

· #276643
דאס איז אינטרעסאנט. אין לאנדאן איז שטארק איינגעפירט אז נשים דרייוון, כך שמעתי.

וואס איך נעם ארויס פון דעם בריוו איז, אז די עלטערן די קאמפלעינערס מיט די לאנגע נעזער זייען אן די חורבנות.

עס איז א ווייטאג, ווייל מילא כלים טמאים קענסטו אפשר האבן א שטיקל טענה אז דו ווילסט נישט דיין קינד זאל זיך חבר'ן מיט א קינד פון אזא שטוב, אבער וואס באדערט פאר עלטערן אז יענעמ'ס מאמע דרייווט? סתם גוטהארציגקייט?

מור וקציעה » מיטוואך מאי 27, 2015 7:13 pm

· #278596
המלוכה והממשלה - די נייע תקנה איז גילטיג נאר פאר ווילי אדער אויך פאר ב''פ ?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 8:59 pm

· #278618
מור וקציעה
המלוכה והממשלה - די נייע תקנה איז גילטיג נאר פאר ווילי אדער אויך פאר ב''פ ?

אויב ווילל מען זיין הייליג, איז אין די קראסנא ת"ת אין ב.פ. דא א סאך גרעסערע פראבלעמען ווי גלעזער. נאר פארשטייצעך. אזוי ווי איבעראל ביי אנ"ש. די תקנות זענען געמאכט געווארן פאר סתם עמך אידן און ארעמעלייט. פאר גבירים און גרויסע נדבנים קענמען מאכן אן אויסנאם. זיי מוזן קיינמאל נישט איינהאלטן די תקנות...ואטו כי רוכלא ניחשב וניזל... 😂 🙄

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 10:13 pm

· #300400
שוין האמיר שוין א קלארע הוראה אז בלעק און ווייט גלעזער איז די חשוב'סטע גלעזער, ומי יבוא בסוד קדושים.

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:15 am

· #300450
📎 IMG_20150910_071526.jpg

בעל מדות » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:28 am

· #300456
בנוגע דעם ערשטן צעטל באפאלט מיר טשיל'ס מאכט מיר טראכטן אויף דירעקציעס וואס ברענגען מיר אפשיי און רוגזה אויף די עקסטרעמע מלמדים וועלכע יערן מיט זייערע יוריסדיקציעס און קראנקע גייסטישע משיגעת'ן, עס איבלט צו זעען די אידישע פראקציע פון מענטשן וועלכע מאכן ענג זייערע קינדער וואס ווי פארשטענדליך זענען די יונגלעך כלל נישט פאראינטערסירט צו טראגן די מאדנע ריזיגע זיידע גלעזער אויפן לענג פון זייערע געזיכטער, עס פארכאפט זייער גאנצע חן און איך רעד שוין נישט פונעם נושא אז דאס איז א גרויסע פראבלעם אין חינוך ווען מען נעמט מענטשן און מען לייגט ארויף זיי געזעצן פון ציונות, גלעזער, שיטה הקדוישע, און לאנגע ערמל און מען פרעדיגט אז דאס איז אידישקייט, ווען פראבלעמען היינט זענען סאך שטערקער און ברייטער ווי דעם.

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:33 am

· #300479
דער תולדות רפאל קאשוי ישיבה רעדט דא בנוגע יונגלעך...
מלאך רפאל הייל שוין אויס דעם רפאל...
uploadfromtaptalk1441850217533.jpg

שלום על ישראל » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:56 pm

· #300621
[ציטאט אראפגענומען]

טרינקען אלקעהאל אין ביהמ"ד איז א גוטע זאך, א.א.וו.

מור וקציעה » דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:29 am

· #319000

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:24 am

· #319003
פאר סאם ריזען האלט איך די צעטיל איז זייער נארמאל.
איינער וואס מופט אויף לעיקוואד ווילן זיי איהם האלטן אין די ראמען ווייל דער ליטווישע דרייווט מעג זיך אויך א.א.וו.
לעקוואד וועט נישט וואקסן אויב יעדער חסיד וואס גייט אהין וועט זיך טוישן.

וואס האלט דער ציבור?

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:53 am

· #319010
[ציטאט אראפגענומען]

למען האמת, וועט קיין איין פאבליק סקול אין די פאראייניגטע שטאטן נישט פארלאנגן קיין "דרעס קאוד" אויף די עלטערן. אבער ווי פארשטענדליך זענען מיר א רעליגיעזע חבריה.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:53 am

· #319011
פרעגסט וואס איז נישט נארמאל?
אז דער טאטע דארף גיין מיטן הוט און רעקל אויפן גאס,
פרויען טארן נישט דרייוון, על מה ולמה? (וכבר קדמוני עזריאל אז עס איז א מכת מדינה, אבער אויב אין לעיקוואד איז עס נארמאל, לאז עס. פארוואס ווערן ווי לאנדאן),
וועגן די גענויע לענג פון די קלייד און קאליר שטרימפ, אויך אביסל איבערגעטריבן, טראץ כ'פארשטיי אז עפעס תקנות מוזן זיין.

ירא שמים » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:00 am

· #319014
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
דאס זענען די טרעידמארקס פאר א ׳חסידישע׳ אינגערמאן׳ די וואס גייען אהן היט און רעקל און פרויען דרייווערס די זענען די ׳באמס׳, ווער ספארשטייט פארשטייט…

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:02 am

· #319016
ליידער איז עס אזוי...

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:26 am

· #319024
נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מיר קוקן אזוי אויס. מען ווייסט נישט וואס גייט פאר מיט די היינטיגע יוגנט, עפעס די עולם איז קאלט, מען פאלגט נישט, מען לאכט זיך אויס. אט אזא צעטל איז א טיפיקעל דוגמה פאר אונזער failure - פאר די סיבה האט נישט סאטמאר רב געוואלט אסר'ן ראדיא, אז מען וועט נישט פאלגן ראדיא וועט מען אויך נישט פאלגן טעלעוויזע. איז ער נישט גערעכט געווען? איז דא איינער היינט וואס הערט נישט קיין ראדיא? שטעלט אייך פאר עס איז דא אן איסור, מיר וואלט אלע היינט געהאט טעלעוויזיע. און דאס איז גראדע א שטארקע גורם פארוואס די עולם לאכט זיך אויס וועגן סמארט פאונס, ווייל מען האט גע'אסר'ט "ראדיא", מען מאכט נארישע מיקס תקנות ווי אזעלכע צעטלעך..

וואספארא מין חוצפה און ליצנות איז צו נעמען א צעטל און לייגן אן אמיוזינג תקנה ווי גיין מיט א רעקל און היט אויפן גאס צוזאמען מיט אינטערנעט! You killed it.

די טיפשות פון מאכן פונקטליכע אינטשעס פאר א קלייד איז אויך יצא בהפסד. איינמאל די קלייד איז העכער די באשטימטע אינטשעס פליט עס שוין ארויף..

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:31 am

· #319028
שמעקעדיג
...כ'פארשטיי אז עפעס תקנות מוזן זיין.

ס'איז אויך פארהאן אן אנדערע דיון, אבער כ'וועל נישט מאריך זיין. יעדער איז מסכים אז תקנות איז א אינטערגראלע חלק פון א סאסייעטי (כאטש די ליבערטערישע אויסקוק וועט זאגן אז וואס-ווייניגער אלץ בעסער), אבער וויאזוי מ'באגייט זיך מיט איינער וואס ברעכט א תקנה (עונש בלע"ז) איז אן אנדערע מעשה. אנשטאטס וואס די תקנות ליסטע (וואס האט א נאטור צו וואקסן עד אין ערך) זאל דינען ווי א וועג-ווייזער פאר די עלטערן אז מ'בעט און פארלאנגט א געוויסע סארט אויפפירונג פון א היימישע טאטע\מאמע, איז גאר פארהאן א וועד החינוך (אאף די בוקס, שטייטסעך) וואס וועט ווארענען, שיקן בריוון, סטראשענען, פארשעמען, קנס'נען, באשטראפן די קינדער פאר די טאטע'ס חטאים, א.א.וו.

עס איז ווערט זיך אפצושטעלן פאר איין מינוט, ארויסנעמען די קאפ פון די קעסטל און דאס אנקוקן וויאזוי מיר וואלטן אנגעקוקט ווען מיר לליענען דאס איז די מידיע אויף א צווייטע קאמיוניטי. א שטייגער למשל, אזא מין מוסלמענער ווילעדזש וואס האט א שריעה לאו (Sharia law), און מען שלאגט די מענער וואס הערען ראדיא און מען פארשטיינערט פרויען וואס גייען אויפגעדעקט. שטעל זיך פאר וויאזוי דו וואלסט רעאקטירט צו אזא שמיעה. זעלבע חילוק (same difference).

א דאנק פאר @פרייוויליג פארן פארריכטן מיינע ספעלינג-טעותים.

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:52 am

· #319035
פרייוויליג
נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מיר קוקן אזוי אויס. מען ווייסט נישט וואס גייט פאר מיט די היינטיגע יוגנט, עפעס די עולם איז קאלט, מען פאלגט נישט, מען לאכט זיך אויס. אט אזא צעטל איז א טיפיקעל דוגמה פאר אונזער failure - פאר די סיבה האט נישט סאטמאר רב געוואלט אסר'ן ראדיא, אז מען וועט נישט פאלגן ראדיא וועט מען אויך נישט פאלגן טעלעוויזע. איז ער נישט גערעכט געווען? איז דא איינער היינט וואס הערט נישט קיין ראדיא? שטעלט אייך פאר עס איז דא אן איסור, מיר וואלט אלע היינט געהאט טעלעוויזיע. און דאס איז גראדע א שטארקע גורם פארוואס די עולם לאכט זיך אויס וועגן סמארט פאונס, ווייל מען האט גע'אסר'ט "ראדיא", מען מאכט נארישע מיקס תקנות ווי אזעלכע צעטלעך..

וואספארא מין חוצפה און ליצנות איז צו נעמען א צעטל און לייגן אן אמיוזינג תקנה ווי גיין מיט א רעקל און היט אויפן גאס צוזאמען מיט אינטערנעט! You killed it.

די טיפשות פון מאכן פונקטליכע אינטשעס פאר א קלייד איז אויך יצא בהפסד. איינמאל די קלייד איז העכער די באשטימטע אינטשעס פליט עס שוין ארויף..

כ'האב פונקט נעכטן געהאט א שמועס מיט א גרויסן דאקטער וואס באדינט אסאך היימישע פאציענטן, פרעגט ער מיך אז ער אבזערווירט צוויי טוישן ביי אונז די לעצטע צענדליגע יאהרן:

איינס אז די יוגנט ווערט אלץ מער קיהל. ער זאגט אז דרייסיג-פערציג יאהר צוריק האט אפילו אן אלט-געזעצענע פאציענט זיך נישט געוואגט צו פארציילן זיינע שטיק וואס ער טוט אפ, און אפילו געארבייט שווער דאס צו באהאלטן (ער פלעגט טון הויז-וויזיטס (שאל אביך), ער פלעגט באמערקן אז די [דעמאלס'דיגע-דיקערע] כלים זענען געווען פארדעקט פאר זיין וויזיט. ער האט קודם געמיינט אז דאס ווערט סייווי געטון - פאר די קינדער, למשל, אבער ער פלעגט שפעטער באמערקן ווי מ'מאכט אים ווארטן א מינוט אינדרויסן ווילאנג מ'שלעפט א ליילעך אריבער די קעסטל). דאס האט אים געוויזן אז אפילו די חברה האבן געהאט א יצר הרע פאר די סחורה, האבן זיי געשפירט א שולד-געפיהל, און זיך באגראבן. היינט זענען יונגעלייט ווי אנגעגעסן און כאטש זיי באהאלט זיך פאר די היימישע גאס למען השלום, אבער ווען-אימער זיי קענען, ווארפן זיי דאס אראפ פון זיך, ווי איינער וואס זוכט זיך אויסצורעדן. (כ'האב איז געפרעגט אז אפשר קומט דאס ווייל די היינטיגע יונגעלייט זענען ווייניגער דערוואַקסן (mature), אבער ער זאגט מיר אז עס איז קלאר נישט דאס.)

און די צווייטע, אז די ווארט "פרום" ווערט אלץ פרומער... מ'פארלאנגט אסאך מער צו קוואליפיצירן אלס א פרומער. אמאל האט א דאקטער זיך געוואלט אנטון א יארמולקע כדי די פאציענטן - ספעציעל די קינדער - זאלן שפירן היימיש אז ער איז משלנו. היינט - מערקט ער מיר אהן אויף א ליטווישע קאלעגע - קען א קורץ-רעקל'דיגער נישט אריין-"פיטן" און א באפיצטע בארד איז אויך ניט קיין גרייצער מער ווערט ווי א גוי'אישע דאקטער.

כ'האב אים מסביר געווען אז א חדא מתרץ חברתה. איינמאל א יונגערמאן איז עובר אויף די שלשה עיקרים פון גיין אהן א הוט, אנטון א קורץ-רעקל רח"ל און לייענען א סי.ען.ען. העדליין (היה לא תהיה!), זאגט אים סאסייעטי "דו ביסט א שגץ!". איינמאל ער שפירט זיך שוין אזוי, גייט שוין אלעס מיט, ביז ער וועט נאך אנקומען צום כותל.

גנדי » דינסטאג יאנואר 26, 2016 6:14 pm

· #319087
איינער האט באמערקט ווי זיי האבן אויסגעצויגען די קלייד בגניבה?

4 אינטשעס איז שוין מער נישט גענוג?

פארוואס האבן זיי צו געלייגט א 3/4 אינטש?

האבן די בעלזע פרויען קניען וואס איז גרעסער מיט א 3/4 אינטש פון די סאטמערע?

שלום על ישראל » דינסטאג יאנואר 26, 2016 7:23 pm

· #319097
גנדי
איינער האט באמערקט ווי זיי האבן אויסגעצויגען די קלייד בגניבה?

4 אינטשעס איז שוין מער נישט גענוג?

פארוואס האבן זיי צו געלייגט א 3/4 אינטש?

האבן די בעלזע פרויען קניען וואס איז גרעסער מיט א 3/4 אינטש פון די סאטמערע?

כ'בין נישט אזוי פערזענדליך באקאנט מיט די בעלזע אישוס, אבער כ'בין יא אזוי פערזענדליך באקאנט מיט בעלזע מענטשן, און כ'האב אלץ באמערקט אז זייערע פרויען גייען געקליידעד מיט לענגערע מלבושים פון וואס כ'בין געוואוינט ביי די סאטמארע נשים. טא ס'איז מעגליך אז זיי האבן אלץ געהאט א שטרענגערע מהלך ביי די ענין.

יהושע חיים » דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:14 pm

· #319104
אויך האב איך באמערקט לענגערע שייטלעך ווי מען איז צוגעוואוינט און סאטמער

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:43 pm

· #319136
שמעקעדיג
פרעגסט וואס איז נישט נארמאל?
אז דער טאטע דארף גיין מיטן הוט און רעקל אויפן גאס,
פרויען טארן נישט דרייוון, על מה ולמה? (וכבר קדמוני עזריאל אז עס איז א מכת מדינה, אבער אויב אין לעיקוואד איז עס נארמאל, לאז עס. פארוואס ווערן ווי לאנדאן)


אסר'ן פרויען דרייוון איז פון די וויכטיגסטע להצלחת הישוב. קענסטיך פארשטעלן וויאזוי די טרעפיק וואלט אויסגעזעהן ווען די בארא פארקע און וויליאמסבורגע פרויען דרייוון?

מור וקציעה » מאנטאג מערץ 14, 2016 5:45 pm

· #324935
'

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 14, 2016 5:48 pm

· #324938
מור וקציעה
'

און דאס איז כדי נאכמער צו פארמיאוס'ן, פארשווארצן, פארביטערן דעם אזוי אויך איזאלירטן צורידערטן איינזאמען לעבן.

ליפא » מאנטאג מערץ 14, 2016 6:14 pm

· #324941
הפולמוס – האם יש מקור יהודי לשמחת יום ההולדת?
מנהג נפוץ מאוד בהרבה בתי ישראל ובקהילות קדושות, שמציינים מדי שנה בשנה את יום הולדתם כיום שמחה, ויש שאף עורכים ביום זה סעודה או נותנים מתנות לכבוד יום ההולדת.

ברם, יש מגדולי הדורות שערערו על המנהג והתנגדו נמרצות לקבוע יום זה כיום שמחה. ויש שהתייחסו אליו כיום של דין וחשבון נפש.

בפרק זה נשתדל בס”ד להביא את המקורות לריבוי השמחה ביום זה, את דעות המתנגדים ואת התייחסות גדולי ישראל ליום זה.

המקורות לשמחה ביום ההולדת
א) “יום הולדת את פרעה”
המקור שבו מופיע לראשונה בתנ”ך במפורש המושג יום הולדת הוא בספר בראשית (פרק מ’ פסוק כ’):

“ויהי ביום השלישי יום הלדת את פרעה ויעש משתה לכל עבדיו…”

ופירש רש”י במקום: “יום הולדת- יום לידתו וקורין לו יום גינוסיא (כלומר יום הלידה בלשון יון). ולשון הולדת, לפי שאין הולד נולד אלא ע”י אחרים, שהחיה (המילדת) מילדת את האשה, ועל כן נקראת מילדת”.

בספר “אוצר כל מנהגי ישרון” (מאת הרה”ג אברהם אליעזר הירשוביץ אות י”ד עמ’ 304) בהתייחסו למנהג חגיגת יום ההולדת כותב שמנהג זה נזכר לראשונה אצל פרעה, ונראה מדבריו שלכן אין זה מנהג יהודי כלל ורק הרומאים והיוונים חגגו את יום ההולדת של החיים והוסיפו אף לחגוג את יום ההולדת של אנשים שכבר מתו, וערער מאוד על מנהג זה וז”ל:

“…ולא מצינו לא בחכמי התלמוד ולא בגאונים הראשונים והאחרונים שחגגו יום הלידה. בקוונא עיר מולדתי בשנת 1889 רצו אוהבי הרה”ג ר’ יצחק אלחנן לחוג חג יובלו למלאת חמישים שנה לרבנותו, וגם זה מאן בדבר, ויעצור בעדם מלהפיק זממם.

ולדאבון ליבנו בני ישראל אחינו האוהבים לחקות על מעשה שכניהם כקוף המחקה בלי דעת בין טוב לרע עושים חג כשמחת קציר ליום הולדת, ושמחה מה זו עושה?”

וכן כתב האדר”ת בספרו “נפש דוד”:

“בכל לבי כעסתי על המברכים, לברכני ביום הולדתי ולשמחני בו, ומרגלא בפי מעודי שלא מצאנו שמחת יום הולדת בספרינו הקדושים רק בלידת פרעה לבד, ודבר זה אינו לרוח עם קדוש המקובל אצלינו, ונוח לו שלא נברא משנברא, וא”כ למה נשמח ביום הולדתינו, בטרם ידענו שהועלנו בבריאתנו, ורק צדיקים יכולים לשמוח כדברי התוס’ (ע”ז ה’, א’ ד”ה שאלמלא), אבל אנחנו מה חיינו מה מעשינו ומה צדקותינו”

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 15, 2016 9:52 am

· #325087
איך וועל מסביר זיין בקוצר מלים פארוואס איך האב געשריבן מיין תגובה אויבן וועגן די יום הולדת צעטל. זייער אסאך מאל ווען מיר באגעגענען אזא צעטל ווי אויבן, טראכטן מיר: אפשר טאקע, אפשר איז יענער פארט גערעכט? וואס הייסט נאר פרעה האט דאך אפגעראכטן א יום הולדת, און א ערליכע איד ווייסט אז דאס איז א מנהג הגויים. טראץ וואס ער האלט אז דאס איז איבערגעטריבן, דאך נאגט אים עפעס אין הארץ. און דאס געשעט צענליגער מאל א טאג. באמת וואס דאס איז, איז די איינגעפלאנצטע מאגאנאט וואס מען האט אריינגעלייגט אין די מוחות פון די יונגווארט. וויפיל דיין שכל זאל דיך נאר פירן, איז נאך אלס פארבליבן מאגאנטן טיף אינעם קישקע פון די ימי הנערים. סא ווען אימער עס ווערט אויסגעווארפן עפעס א צעטל, מודעה אא"וו, געבט זיך דאס א באהעפט מיטן מאגאנאט. וויפיל דיין מוח זאל נאר וועלן אנטלויפן דערפון, וועט זיך די מאגאנאט שטארקן און זיך באהעפטן מיט יענע הודעה.

יעצט נעמט די יום הולדת צעטל פאר א ביישפיל. את"ל אז יום הולדת ווערט געפייערט ביי גויים איז אבער די גאנצע אופן וויאזוי די צעטל איז געשריבן, געווארן געדאקטערט. מען מעג יא! מאכן א סעודה, נאר דו קענסט אפשר צולייגן אז מען זאל אויך מסיים זיין א מסכת יענעם טאג, און געבן צדקה. וואס טוט זיך מיטן פייערן 'בשבילי נברא העולם'? פארוואס זאל א מענטש נישט סעלעברירן זיין באשאף? ולא עוד, נאר מיר טרעפן דאס ביי אסאך צדיקים ולמעלה. מען פארציילט אז דער בעש"ט פלעגט אנרעכטן א סעודה בכל שנה ביום ח"י אלול, און ער פלעגט זאגן דברי תורה. הרב עובדיה יוסף האט געזאגט אויף חגיגת יום הולדת: סימן יפה הוא וכך נוהגים בבתינו. האסטו דאס ביי חסידים און ביי ספרדים. און צא ולמד וועסטו זען אסאך עפיזאדן ביי פריערדיגע שהיו מחוגגים סעודות יום הולדת.

שצם_חנכל » דינסטאג מערץ 15, 2016 11:44 am

· #325097
א קביעות'דיגע סעודה מאכט מען נאר ווען עס איז א סעודת מצוה?
ויעל על גוזזי צאנו: היה עולה שם תמיד להתנחם שישים לבו בצאן וישכח רישו והוגד לתמר כי הוא עולה שם בכל יום תמיד וארבה לו באחד הימים או שהיה יהודה גדול בארץ והיו מתקבצים לו שם לעשות משתה בעת הגיזה כמשתה המלך והיו העניים הולכים שם והוגד לה טרם עלותו (רמב"ן בראשית לח, יב)

ויגדל הילד ויגמל ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק
ויגמל: לסוף כ"ד חדש (רש"י בראשית כא, ח)

וירד אביהו אל האשה ויעש שם שמשון משתה כי כן יעשו הבחורים (שופטים יד, י)

ויבא אבנר אל דוד חברון ואתו עשרים אנשים ויעש דוד לאבנר ולאנשים אשר אתו משתה (שמואל-ב ג, כ)

טמיר » דינסטאג מערץ 15, 2016 2:07 pm

· #325136
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
לא יאומן כי יסופר צי וואסערע אכשר דרא'דיגע מצב מיר האבן זיך דערקייקעלט. קען איינער ווייזן ערגעץ אין די פוסקים אזא מושג אז מען זאל נישט טון עפעס "ווייל מיר זענען באשאפן געווארן פאר א תכלית וכו'"? אודאי איז עס א הערליכע מדרגה צי אנגעקומען דערצו, אבער צו מאכן דערפון א תקנה? און נאך פאר קינדער?
בלאט: 1 2 3 4 5