ברוך שאמרהער צי נחום רויזבערג ווי אזוי ער איז מסביר בטוב טעם דעם רש"י "להזהיר גדולים על הקטנים ",
איך וויל אים נישט הערן, עס זענען דא צופיל זאכן וואס מזאגט אויף עם, ווי יענער זאגט "פארוואס אויף מיר הערט מען נישט די סארט זאכן"...
שטילע אינגערמאןזאג עיהם נישט קיין ווארט. איגנאריר ווי גרויס די ביסט. ער וועט אויסוואקסען.
טאמער טוט ער וואס רוב בחורים טוען, לאז עיהם געמאכט.
ס'איז הארקעל א טאטע זאל רעדן מיט א קינד די זאכען.
טאמער איז עס אויף עקסטרעימער פארנעם זאלסטו אפשר נעמען שריטען.
וואס איז די גדר??? א גוטע שאלה
אט דאס מיין איך, אויב מען דערקענט קליינע זאכן איז דאס אפשר די גדר, אדער נישט?
BAL TSHIVATalk to somebody with experience a expert that is involved in chinuch
Not his magid shiur or mashgiach that just started his job and is still training
יישר כח, איך וויל דאס טאן. איך דארף נאר טרעפן די ריכטיגע מענטש פאר דעם
קאווע טרינקערפארוואס דו האסט געמעגט אלץ בחור און דיין זוהן נישט?
נישט צו ער מעג אדער נישט דאס איז זיין זאך, איך רעד פאר מיך וואס איך זאג אים
[ציטאט אראפגענומען]
דו זאגסט גוט, נאר איך גלייך נישט אז ער זאל נעמען פילן...
Georgeאיין זאך זייער וויכטיג אזוי ווי בעלתשובה האט שוין געשריבן, מיט וועם די רעדסט עס דורך זאל נישט זיין זיין מגיד שיעור/משגיח/ראש ישיבה, ס'קען אנמאכן ערענסטע חרבנות בנוגע דיין בחורל'ס Growth אין ישיבה.
מאך זיכער אז די רעדסט עס דורך מיט אן ערליכען יוד מיט א ברייטען דעת, נישט מיט א מצומצ'דיגע רעבע זכ"ל יוד, זיי פארשטייען פשוט נישט צו דעם מציאות.
א קאפיטל תהלים קען אוודאי נישט שאטן. (אדער היינט קען מען שוין קאווערן מיט תהלים כולל...)
יא, אייביג זאגן א קאפיטל תהילים. שכוח פארן דערמאנען
געפילטע פישוואס האסטו זיך צו מישן אין דיין בחור'ס ביזנעס? וואס ער טוט מיט זיין גוף איז אינגאנצן זיינע ביזנעס, און ס'האט גארנישט מיט דיר איינגעלייגט. א שיעור אין פיובערטי האסטו עם כאטש געגעבן? האסט עם געזאגט וואסערע טוישונגען עס קומט פאר אין זיין גוף, פארוואס, און וואס דאס מיינט? צו נאר ווען ס'קומט צו חטא הידוע ווערסטו פלוצלים אין די מאד פון שמועסן?
נישט ממש, אין אמת'ן ביזטו גערעכט אז איך וואלט גאדארפט מיט אים שמועסן פריער, פאר מיין טאכטער האט מיין ווייב ערקלערט וואס עס גייט פאר און די ארבעט פון רעדן מיט די יונגלעך האט זי געלאזט צו מיר איך האב נישט געטראכט אז מען דארף צופיל רעדן אבער יעצט זע איך אז קען זיין מ'דארף יא רעדן
אגב מיין איך אז מיט די מיידלעך איך אנדערש, ווייל זיי קומען פרעגן אבער יונגלעך מעגליך שעמען זיך מער ווייל מיט מיר די טאטע זענען זיי דיסטענסט.
געפילטע פישפארוואס נישט? דאס איז א פליכט פון יעדע טאטע\מאמע צו געבן די מינימאלע הכנה פאר א זון\טאכטער צו פארשטיין די ענדערונגען וואס גייען געשעהן מיט זייער גופים. דאס נישט זאגן גרעניצט מיט אחזריות, און האט שוין גורם געווען פיל מער שאדן ווי נישט מסביר זיין פאר א בחור די אנגעבליכע הארבקייט פונעם חטא הידוע.
100 פראזענט גערעכט, עס וואלט אסאך אויפגעטון
דריידלאין אלגעמיין איז וויכטיג פאר א טאטע צו וויסן אז ער איז טאקע מחויב מחנך צו זיין די קינדער אויפ'ן ריכטיגע וועג, אבער ער דארף אויך וויסן אז ער איז נישט אחראי אויף זיין זון'ס מעשים. מ'דארף ארויסברענגן די שלעכטקייט פון עבירות און די גוטע זייט פון גיין על דרך התורה און פונקט ווי די באשעפער, דארף מען געבן א בחירה. ווייל טאמער איז מען צו שטרענג קען נאך די זון בועט זיין אין אלעם.
די עיקר איז אז מ'זאל האבן א ווארימע קשר מיט די קינדער און אן אפענע קאמיוניקעישן אז דאס קינד זאל שפירן אז ער האט אלץ אן אוזן קשבת.
elter-zeideאויב די ביסט א "טאטע"? דאס מיינט אז דיין זין האט ציטרוי צי דיר? אין ער טראסט דיר? מעגסט עם אויפקלערן וואס אויף עם ווארט, און וואס ער איז, אין וואס ער ווערט, ער ווייסט נישט וואס ער טיט, אין פארוואס ער טיט דאס, מעגלעך אז ער איז מער הינגעריג ווי די ביסט געווען אין זיינע יארן, מענטשען זענען נישט גלייך, זאג עם נישט קיין מוסר, נאר קלער עם אויף, ער זאל וויסען וואס מיט עם גייט פאר, אין אויב ער האט נישט קיין פאלע ציטרוי צי דיר? דאן זאג עם גארנישט, מאך דיך ווי די ווייסט נישט אין זעסט נישט,
בד"וו, איז אויך דאס זעלבע מיט אנדערע זאכען, למשל וועגען האנדלען מיט מענטשען אדער ווי אזוי צי רעדען מיט מענטשען, אין און שטיב זאל ער זען איידעלע מידות,
עס זעט אויס אז איך דארף מער ארבעטן אויף די אפענע קאמיוניקעשן און ווארימער קשר
געפילטע פישדאס איז א שטארקע נקודה. די טוישונגען וואס קומען פאר אין פיובערטי זענען נישט נאר פיזיקאלע, נאר אויך הארמאנאלע, און דאס איז ביי יעדע מענטש אנדערש, ביי איינעם מער, ביי א צווייטן ווייניגער. ס'דא בחורים וואס ווילן זיין וואויל, און פלוצלים הויבן זיי אן צו ווערן אנגערייצט פון יעדע זאך וואס וואקט, און אן די ריכטיגע הכנה דערצו מיינען זיי אז זיי זענען געווארן possessed ביים שטן אליינס, זיי קענען זיך נישט מוחל זיין, לויפן אין מקוה יעדע פינף מינוט, מאכן סיגופים, טענת הראב"ד, באשפריצן די עסן מיט גאלאנען זאלץ, יעדער געדענקט די בחורים פון ישיבה, און ס'איז א גרויס רחמנות אויף זיי, צומאל האט דאס אן אפעקט אויף א גאנץ לעבן.
שטעל דיך פאר אז ס'הויבט דיר פלוצים אן צו וואקסן הערנער, און דו ווערסט אנגערייצט יעדע מאל דו זעסט די קאליר פערפעל, דו ווייסט נישט וואס איז געשען מיט דיר, דו מיינסט דו ווערסט משוגע, ס'איז א געהעריגע טראומא. גענוי דאס געשעט מיט אונזערע קינדער, נאר קינדער זענען נאטורליך מער ריזיליאנט, איז עס נישט אזוי געפערליך, אבער דאך א דראמאטישע עקספיריענס וואס אונז קענען מאכן אזוי סאך גרינגער מיט א 5 מינוטיגע שמועס.
זייער א ווויכטיגע נקודה, ווייל פארן עלטערן האט גארנישט פאסירט, אבער די יונגערע עפעקט עס יא
באמת א דאנק פאר אלע וואס האבן גענטפערט מיט קאפ און צו די זאך, ווען מ'איז א נוגע ווערט די קאפ פארנעפלט און מען קען נישט טראכטן גראד