☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » השלם זה הבנין: תפילין כולל!!

השלם זה הבנין: תפילין כולל!!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6352

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 2, 2014 1:10 pm

· #198693
השלם זה הבנין: תפילין כולל!!
ומשפע מצות תפילין
מיט גרויס פרייד, מיט אויסגשטרעקע אפענע ארעמעס און מיט געהויבענע געמיטער נעמט כלל ישראל אויף די גאר פרייליכע נייעס, איבער די התייסדות פון
7 אונטערנאציאנאלע תפילין כולל לאקאציעס
(זעה ליסטע) ווי בני תורה וועלן זיצען מיט תפילין אנגעטוהן א גאנצען טאג!

כידוע איז דא א חיוב צו גיין מיט תפילין א גאנצען טאג, נאר צוליב חשש היסח הדעת, און חשש גוף שאינו נקי, האט מען דאס אראפגעברענגט צו שעת התפילה. בעוה"ר, אפילו בשעת התפילה זענען אסאך עובר און האבן נישט די ריכטיגע און ריינע כוונות, ע"כ זענען חכמי ורבני תפילין כולל געקומען צו די מסקנה, אז מ'זאל אנטוהן תפילין נאר אויף ווי לאנג מ'קען האבן כוונה, גדול לפי קטנו, און די איבריגע שעות אין טאג זאל מען יוצא זיין מיט א שותפות'דיגן פלאן, וואס איז אויסגעארבעט געווארן דורך רבנים מומחים, און די חכמי הכולל וועלן אי"ה גיין מיט די תפילין פאר אייער זכות. (כאטש וואס מ'פסק'נט אז מצוות שבגופו קען מען נישט יוצא זיין דורך א שליח, איז אבער דא אנדערשט, צוליב דעם וואס דער עיקר מצוה האט שוין די משלח יוצא געווען, ודוק). גדולי אדמורים וזקני ראשי ישיבות באגריסען ווארעם דעם כולל, בפרט אז דער כולל האט לאקאציעס איבערן גארן וועלט, אזוי אז מ'איז יוצא מצות תפילין דורך א שליח אפילו ווען ביי אייך איז נאכט, אדער שבת ויום טוב! – (אויף חול-המועד וועט מען יוצא זיין דורך א גוי, אדער באבוב'ע בחורים)

• חכמי הכולל, וועלן כסדר באקומען מעסעדזעס אויפן פאון, א דערמאנונג נישט צו מסיח-דעת זיין.
• די חק"ת (חברה קנין תפילין) וועט האבן אין באזיץ יעדע סארט תפילין (בתים און פרשיות), נאכצוקומען די פארלאנג פון אלע שיכטען קרייזען. ווי אויך א סופר אויפן אויפן פלאץ, צו מתקן זיין ווען מ'דארף.
• ספעצילע גרויסע שפיגלען וועלן הענגן אויף אלע ווענט פונעם כולל, אז מ'זאל קענען בודק זיין צו די תפילין ליגט אויפן ריכטיגן פלאץ.
• וועכנטליכע מופתים געראנטירט.
• פאלגט נאך אונזערע טעגליכע קאלום אין אייער לאקאלע זמנים צעטלעך (און קאווע שטיבל אדער בית הכסא פון אייער שחרית-בית-המדרש)
פרטים יבואו
📎 tfilin2.jpg

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 2, 2014 1:14 pm

· #198694
מאך א נפחא כולל, וועל איך קענען טראגן תפילין אגאנצן טאג און פטור אן עסק.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 2, 2014 1:42 pm

· #198699
פון וואו קומט דאס??? באשעפער!

פישלע העררינג » פרייטאג מאי 2, 2014 1:53 pm

· #198702
איך וויל פארשטיין דער "ודוק" מחלק צו זיין פון א שליחות במצוה שבגופו. ודוק.

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 2, 2014 4:11 pm

· #198722
בסוד דוקין שבעיי”ן.

יין שרף » מוצ"ש מאי 3, 2014 10:27 pm

· #198747
מקוה כולל!
מענין לענין, ווי קען מען צוגיין צו א תפילין לייגען אן א הייסע מקוה פארדעם...
IMG-20140502-WA0039.jpg

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 3, 2014 10:45 pm

· #198751
מקוה כולל קומט פון גיליון מבאר היין

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 25, 2017 7:15 am

· #368977
בארא פארק: למה נגרע?
את צעקתם שמעתי.
נאך לאנגע יארן וואס חובבי מצות תפילין אין בארא פארק שרייען "היתכן, אזא גרויסע עיר ואם בישראל זאל נישט האבן די שמירה פון תפילין מבוקר עד הערב?" - זענען מיר משמיע ומבשר בשורות טובות: זה היום עשה ה'! א נייע תפילין כולל אין בארץ פארק איז פותח שער לכבוד דעם נייעם זמן.
דערמיט איז צוגעקומען די אכטע רינגעלע אינעם תפילין קייט. למנצח על השמינית. ליהודים היתה ששון ויקר, זו תפילין.
וזה לך האות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:06 am

· #368982
Re: השלם זה הבנין: תפילין כולל!!
איך קען נישט מנדב זיין צו א כולל וואס רופט מיר אן א גוי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk