☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » גליון מבאר היין (מבאר רבותינו - נוסח פורים)

גליון מבאר היין (מבאר רבותינו - נוסח פורים)

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3111

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:30 pm

· #92804
גליון מבאר היין (מבאר רבותינו - נוסח פורים)
א חבר וואס דאווענט אין סטאניסלובע שול האט מיר שבת זכור מזכה געווען מיט די גליון.
מה נאמר ומה נדבר, דאס איז סחורה מער ווי גאלד, ס'איז עלול ארויסצונעמען די נשמה...
במשך די וואך האב איך פארגעסען דערפון (ס'געבליבן אין מיין פרייטאג-צו-נאכטס סטראקעס), כ'האב מיך דערמאנט דערפון דעם שבת (ווי די ספה"ק רופן דעם שבת "שבת נאך פורים" אז מ'קען נאך ממשיך זיין וכו'), געפלאנט האב איך דאס ארויפצולייגן דא מוצאי שבת, אבער די טראגעדיע האט מיך אפגעהאלטן. היות ס'איז שוין דורך 3 טעג פון בכיה, זאל דער עולם הנאה האבן פון מעשה ידי עורך הגליון "מבאר היין", ס'איז נורא נוראות.
📎 hayayin1.jpg

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:32 pm

· #92806
עמוד ב
📎 hayayin2.jpg

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:33 pm

· #92807
עמוד ג
📎 hayayin3.jpg

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:34 pm

· #92808
עמוד ד
📎 hayayin4.jpg

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 9:29 pm

· #92855
אויף עמוד ד', אונטען, זאגט ער אז נישט.

בד"וו, פאר מיר איז די מבאר רבותינו יעדע וואך פורים.

ודי למבין » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:27 pm

· #92893
אוי איז דאס גיט...

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:29 pm

· #92894
די מקוה כולל...
נמס כל לב...

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:34 pm

· #92900
מאסיוו! איך ענדיג נישט שטיקן פון געלעכטער!

יאיר » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:36 pm

· #92904
👍 👍 👍 👍 😂 😂 😂

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:47 pm

· #92912
ער וואלט געדארפט לייגן דעם קעפל פון "מעשה גדולים" ביי די דין ודברים פון ריח 😂 😂 😂

איך אויך » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:50 pm

· #92914
ודי למבין
אוי איז דאס גיט...

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:53 pm

· #92917
נאר ווען ס'ליגט אין די בוזעם טאש פון די סטראקעס

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:48 pm

· #92944
א נשמה קומט אראפ איינמאל אין טויזענט יאר (נשמת רבינו) און אז מען האט א ברודער מוז מען ליידען........

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:31 am

· #93610
[ציטאט אראפגענומען]

דו ווילסט מאכן א וגילו"י צדיקים?

גנדי » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:58 am

· #93619
'מקוה כולל' איז געוואלדיג!

אפשר עפענט מען א "פדיון הבן קנאבעל כולל"?

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:41 pm

· #93704
נע, די מקוה כולל איז דאך אזא גוט שטיקל, און אונזערע לצים דא מעגן זיך שעמען אז זיי זענען נישט אויפגעקומען דערמוט. משה געציל? דו הערסט?
די תלמידי חכמים מיט די האנטוכער, 3 סארט מקואות.
כ'הייב אן צו טראכטן אז ס'איז פאר עכט.

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:45 pm

· #93706
איך בין נייגעריג צי זיי האבן געכאפט דעם מעסעדזש. מ'האט איבעראל חוזק געמאכט פונעם טילעם כולל

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:48 pm

· #93709
אדרבה, די גאנצע רעיון פון מקוה כולל איז אים נתחדש געווארן אין זכות פון א נתינה וואס ער האט תורם געווען פאר תהילים כולל.

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 11, 2013 11:44 am

· #95601
יוי ביסטו {קאווע טרינקער] א שייגעץ
די וואך אין ביהמ"ד שבת אינדערפרי מיט די קאווע אינמיטן טרינקען האב איך געזען די תהלים צעטיל די עכטע אויפן וואנט, און דערמאנענדיג זיך פון די מקוה כולל, און ך'האב אויסגעשאסן, עס איז געווען בושות
אריינגעווארפן די קאווע אין מיסט קאסטן און געלאפן כאפן די אטעם, ווען דער גאנצער "קאווע שטיבל" קוק מיר אן מיט בייז ווינדער.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:31 pm

· #96180
איך בין די שגץ?! דו ביסט דער שגץ!
ערשט ביים טרינקען די קאווע האסטעך דערמאנט פון די מקוה כולל??
פארוואס נישט אין מקוה גופא?
אה, אכן נודע. גייסט נישט אין מקוה.
שמעניוא.

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 10, 2017 4:12 pm

· #365245
צייט צו מאכן חזרה.