בום! קראך!! א זעץ ווי א דונער אינמיטן העלן.... נאכט!
א מעכטיגער דונער האט אפגעהילכט אין מיין הויז 2 אזייגער טיף אינמיטן די נאכט. דער וועטער נביא האט פאראויסגעזאגט א "טאנדער-שטורעם", און דער משנה עתים ומחליף את הזמנים האט זיי געפאלגט, אבער נאך ווי! עס האט גע'מבול'ט און אנגעהויבן פארפלייצן די גאסן, און אויפאמאל א בליץ פארבלענדעט די אויגן, נאכפאלגענדיג מיט נאך א זעצנדיגער דונער וועלכע האט שיער אויפגעקראכט די פענסטער, און אויפגעשאקלט די בעטן.... מיין ווייב האט זיך אויך דערוועקט, און צוביסלעך איין קינד און נאך א קינד, אלע מיט א געוויין בשעת דאס הארץ צאפעלט זיי פאר שרעק... זיי קומען צו לויפן אין מאמי'ס בעט, מען צינדט אן א לעקטער, און צעביסלעך ווערט יו"ט אינדערוואכן, און מען גייט עסן א "מידנייט סנעק"...
בלילה הוא נדדה שנת שמעקעדיג.... וזוגתו... וכל בני ביתו....
וואס איז געווען דער אויפטו פון די דונערן? מילא די בליצן, קומט דאך כדי לפשט עקמומיות שבלב; אבער די דונערן?? מילא איך האב געזינדיגט, אבער די תינוקות שלא טעמו טעם חטא, "והטף למה באו"?
=============================================================
אנטשולדיגט מיר פאר'ן איבער'חזר'ן די זעלבע אדער ענליכע קלאגערייען; איך מוז פשוט ארויסגעבן מיינע דרוקענדע מחשבות...