☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הכונו: מעמד טהרות ישראל

הכונו: מעמד טהרות ישראל

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6331

בן בג בג » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:43 pm

· #198047
הכונו: מעמד טהרות ישראל
איך זעה עפעס פרישע פלאקאטן אין וויליאמסבורג וועגן א מעמד טהרת ישראל ווי 'גאנץ' וויליאמסבורג גייט זיך באטייליגען ווייל אחב'י איבער 'גאנץ' אמעריקע ווילן זיין הייליג. איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם, גייט עס זיין נאר אין וויליאמסבורג אדער איבעראל?
(איך האב א בילד פונעם פלאקאט אויף מיין טעלעפאן אבער כ'האב שווערעקייטן עס ארויף צולייגען, אויב איינער קען מיר העלפן, א דאנק פון פראנויס)

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:21 pm

· #198058
לייג עס נישט ארויף.
סארא שפאט מ'מאכט פון די עולם.

א נייע מצוה! וויליאמסבורג דארף צושטעלן מקואות אין די רייכסטע געגענטער אין אמריקה!!

בן בג בג » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:33 pm

· #198061
אה ס'איז מקוה יו עס עי, כ'האב געמיינט אז ס'קומט נאך אן עצרת איבער צניעות, אינטערנעט מיט נאך נייע גזירות

מנחם אבראמאוויטש » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:27 am

· #198134
[ציטאט אראפגענומען]

ווייל פרייט אידען מעגן אויך שפירען דעם טעם פון אההההה

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:49 am

· #198142
[ציטאט אראפגענומען]

ווען ס'קומט צו "נעמען" געלט, טוט סאטמאר יא אין "קירוב".
די גאנצע וועלט איז ליידער פארדרייט אין אמונה, מ'איז עובר טעגליך מחשבת ציונות רח"ל, אבער די מקוה וואס זיי ניצען טויגט נישט. מ'דארף זיי צושטעלן א מקוה וואס איז מטהר לויט שיטת הדברי חיים....
אפשר דארף מען זיי צושטעלן האנט-מצות ?

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:52 pm

· #198335
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר יא. כ'ווייס נישט צו מ'מוז. אבער ס'שאדט זיכער נישט מזכה צו זיין אפילו אביסל שוואכערע אידן מיט מצוות... 😕 😎 😠 😃 😉 😮

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:55 pm

· #198336
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר יא. כ'ווייס נישט צו מ'מוז. אבער ס'שאדט זיכער נישט מזכה צו זיין אפילו אביסל שוואכערע אידן מיט מצוות... 😕 😎 😠 😃 😉 😮


בערל איז לעצטענס אין א הייליגע מאוד. אז מ'דערלעבט דערלעבט מען. (כ'ווייס נישט וואס די אויסדרוק מיינט אבער אזוי זאגן אלטע אידן אין מקוה) 😕 😎 😂 🙂 😃 😁 😛 😳 😢 🙄

סאשי פיש » מיטוואך אפריל 30, 2014 10:33 pm

· #198346
א גוטע וועג פון מארקיטען, אין מירטול אלע מקווה האנטוכער...
image.jpg

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:34 pm

· #198355
זיי לויפן נאך מענטשען ביזן בור...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:56 pm

· #198358
רויטע וואנצעס
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר יא. כ'ווייס נישט צו מ'מוז. אבער ס'שאדט זיכער נישט מזכה צו זיין אפילו אביסל שוואכערע אידן מיט מצוות... 😕 😎 😠 😃 😉 😮


בערל איז לעצטענס אין א הייליגע מאוד. אז מ'דערלעבט דערלעבט מען. (כ'ווייס נישט וואס די אויסדרוק מיינט אבער אזוי זאגן אלטע אידן אין מקוה) 😕 😎 😂 🙂 😃 😁 😛 😳 😢 🙄

רויטע וואנצעס: ייש"כ. דו האסט גוטע אנטעננעס. אדער, אזוי ווי אנדערע פון אונזערע חברי השטיבל האבן געזאגט. "גוטע סארקאזם/פרומקייט דעטעקטארס". דו קענסט נאך שלאפן רואיג. איך ווער נאכנישט קיין בעל תשובה. (ווייל דאמאלס וועל איך דארפן טוישן ניקס). איך בין ב"ה נישט "פרום". איך וויל זיין אן ערליכער איד. וואס איך קען נישט סובל זיין איז צמצום און פארשימלטקייט וואס מ'הענגט אן אין אידישקייט. און דאס --ווי אינז אלע ווייסן-- גרעניצט זיך מיט או.סי.די. א יעדער מעיג האבן קבלות און חומרות, פאר זיך. דער בראך הייבט זיך אן ווען מ'וויל ארויפצווינגען די אייגענע, פערזענליכע משוגעת'ן אויף א צווייטן. לעניננו. איך האלט אז ליובאוויטש, וועלכע טוען זייער א סאך אין קירוב, זענען יא א חלק פון כלל ישראל. נישט אזוי ווי געוויסע חשוב'ע ראשי ישיבה האבן זיך אויסגעדרוקט אז חב"ד איז נישט א טייל פון כלל ישראל. 👍 😕 😂 😃 🙂 😉 🙄 😳 😮

יין שרף » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:57 pm

· #198359
און איך וואונדער מיר, וועלכע חלק האנטיך מ'גייט נוצן זיך צו ווישן די ***, טאקע דארט ווי עס שטייט טהרתן של ישראל???