☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » וואס גייען מיר טוהן אנדערש אין די קומענדיגע האלוקאסט-שואה?

וואס גייען מיר טוהן אנדערש אין די קומענדיגע האלוקאסט-שואה?

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6326
בלאט: 1 2

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 29, 2014 1:40 am

· #197897
וואס גייען מיר טוהן אנדערש אין די קומענדיגע האלוקאסט-שואה?
פאר זיבציג יאר שרייען מיר "נעוור אגען" - קיינמאל מער נישט. אבער אויב ח"ו דער מצב וועט צוברענגן און אן ענליכע מצב וועט זיך איבערחזרן, וועלן מיר וויסן בעסר וואס צו טוהן, אדער: וואס נישט צו טוהן?
וואלט איר גפאלגט דעם שונא'ס באפעל אריינצוצוהן זיך אין א געטא?
גגאנגן כצאן לטבח אויף אויףן באן.
זיך אויסגטוהן אלע קליידער און גגאנגן "זיך וואשן"...
נישט אטאקירט דעם שונא'ס קרעפטן אויף אלע גאסן - אפילו ווען דאס מיינט גהרגט צו ווערן.
נישט גלאפן און זיך באהלטן אין וועלדער און פעלדער.
נישט גמאכט ראיאטס אין די לאגערן, אפילו ווען עס האט מסוכן'דיגע קאנסעקווענצן.

ובעיקר, האבן מיר דאס גוט שטודירט, אז מיר זאלן פארשטיין וואס צו טוהן אויב גשעט דאס נאכאמאל? אויב נישט, וויאזוי קענן מיר שרייען
NEVER AGAINֱ

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 29, 2014 2:23 am

· #197898
היו לא תהיה.

אבער עס איז א שרעקעדיגע נקודה.

שומר פתאים ה'.

ברעט מענינג » דינסטאג אפריל 29, 2014 2:33 am

· #197899
מען פייט צירוק ביזן טויט

דריידל » דינסטאג אפריל 29, 2014 7:47 am

· #197906
מ'עפענט אן אשכול אויף ק"ש

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 29, 2014 7:49 am

· #197907
דעמאלטס איז נאך נישט געווען די עצה פון גיסען בליי.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:05 am

· #197914
ווער האט געזאגט נעווער עגעין?

הגם איך האלט אז בדרך הטבע וועט אזא זאך נישט פאסירן, טראץ וואס מיר זענען ארומגענומען מיט שונאים מבית ומבחוץ, איז אבער ביי מיר קלאר אז אויב חלילה די רשעים וועלן אונז וועלן פארטיליגן וועט עס מער נישט צוגיין מיט אזא אופן ווי אריינשיקן אין געטאס און אין גאז קאמערן זיך וואשן. דאן האט מען געקענט נארן, בכלל קען מען נישט 2 מאל אויסנארן און נוצן דעם זעלבן מיטל, ובפרט אין די היינטיגע קאמיוניקאציע וועלט וואס זאכן גייען מסוף העולם ועד סופו אין א רגע.

אויב מען וועט פון הימל מאכן אזא גזירת כליה אויף שונאיהם של ישראל היל"ת, וועט עס זיין מיט גאר אנדערע מיטלען ווי די אמאליגע פרימיטיווע. היינט קען מען קאנטראלירן צילן יעדע באמבעלע פונעם אנדערן עק לאנד, אדער חלילה נוקלעארע אדער ביאלאגישע אדער ענליכע וואפן, השם ישמר.

בקיצור, עס איז בעסער נישט צו רעדן. אבער טאמער וועט זיין א גזירה מן השמים, וועט גארנישט העלפן. אין חכמה אין עצה ואין תבונה נגד ה'. מען קען שטודירן א גאנץ לעבן ארויף און אראפ, ס'א ברכה לבטלה.

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:40 am

· #197918
דארפן מיר נישט רעדן און שטודירן צו פרובירן אלס השתדלות מעיין זיין וואו זענן אונזערע זיידעס גגאנגען ראנג? וואס וואלט גקענט און גדארפט גטוהן ווערן אנדערש? וויאזוי דאס צו פארמיידן אין דעם עתיד?
איך ווייס אז אויב עס איז א גזרה דאן איז אין חכמה ואין תבונה נגד ה', אבער איז דען נישט א מענטש - וכ"ש א ציבור - זיך מחוייב בעפארצוברייטן על כל צרה שלא תבוא?

ברסלבער » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:43 am

· #197919
ווי שמעקעדיג זאגט שוין. אויב וועט עס נאכאמאל פאסירן היל"ת, וועט עס זיכער נישט זיין אויפן זעלבן מהלך ווי די פריערדיגע. און דעריבער ליגט נישט דאס שטודירן די פריערדיגע אין כלל פון השתדלות אז עס זאל נישט נאכאמאל געשעהן.

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:46 am

· #197920
מוזן מיר דאך הא גופא שטודירן; אז עס זאל זיך מאכן היינט אזוינס, וואס וואלטן די רשעים גטוהן און פארלאנגט - וואס דארפן מיר טוהן דאס צו פארמיידן!

טיטאניק » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:19 am

· #197927
היימישער ליטוואק
דארפן מיר נישט רעדן און שטודירן צו פרובירן אלס השתדלות מעיין זיין וואו זענן אונזערע זיידעס גגאנגען ראנג? וואס וואלט גקענט און גדארפט גטוהן ווערן אנדערש? וויאזוי דאס צו פארמיידן אין דעם עתיד?
איך ווייס אז אויב עס איז א גזרה דאן איז אין חכמה ואין תבונה נגד ה', אבער איז דען נישט א מענטש - וכ"ש א ציבור - זיך מחוייב בעפארצוברייטן על כל צרה שלא תבוא?

ווען די מלחמה האט געפלאקערט אין פולין האבען די אינגערישע חברה נישט געגלייבט די אלע שמועות
זענען געווען דאן היבש רבנים ואדמורים וואס האבען פארפירט און געשריגען אז מען זאל עפעס טין! אנטלויפען! אבער דער עולם האט זיי געלאכט אין פנים

די אמת איז אז אין עצה ואין תבונה אבער השתדלות מיז מען טין
איך וויל נישט זיין א פותח פה לשטן חלילה און איך וויל נישט סתם אריינלייגען מענטשען אין פאניק
אבער אז מען טראכט גיט וועט מען זען אז אויב גאט צערנט קען עס חלילה געשען אויף אלע שונאי ישראל

דייטשלאנד א ציוויליזירטע לאנד:
דייטשלאנד איז דאן געווען די מערסט פארגעשריטענע לאנד אין די וועלט די מערסט ציוויליזירט נישט קיין פרימיטיווע בארבארישע נאיווע משוגעים, זיי זענען געווען די סימבאל פון ציוויליזאציע און דאך האט דאס געקענט פאסירען דייקא דורך זיי
די גרעסטע חכמים און שפעקולירער און קאנספיראציע טעאריקער האבען דאס נישט געקענט פאראויסזאגען, ווייל בעצם איז דאס געווען א זאך וואס בדרך הטבע וואלט דאס נישט געקענט פאסירען קוים 30 יאר נאך די ערשטע וועלט קריג
אבער אז דער גאט האט געוואלט האט דאס פאסירט ליידער.
די זעלבע היינט, קיינער חלומ'ט נישט, מען איז רוהיג אז מען וואוינט אין ניו יארק און דא הערשט ציוויליאזציע, אבער להוי ידוע אז דייטשלאנד איז געווען נאך מער ציוויליזירט לויט יענע צייטען

די וועלט וועט שרייען
אין די צייטען פון די קריג האבען אלע הויכע פענסטערס גוט געוויסט וואס עס גייט פאר, טאקע די המון עם נישט ממש, אבער די הויכע פענסטער האבען זייער גוט געוויסט איבער די שעכט מאשין, און דאך האבען זיי איינגענומען א "וישתוקו"
די זעלבע קען זיין היינט אויך!

די אופן פון די שחיטה היל"ת
מען האט נישט גע'חלומ'ט פון פריער וואס די סארט שחיטה גייט זיין, ממילא האט מען זיך נישט געקענט גרייטען דערויף!
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך ווי אזוי דאס איז ציגעגאנגען, זענען געווען דאן גענוג חכמים אין די אידישע פאלק וואס האבען זיך געלאזט כצאן לטבח כאטש מען האט געשריגען

עסקנים און פאליטיקאנטען אין די הויכע פענסטער טויג אויף כפרות
זענען דאן געווען נישט ווייניגער עסקנים און כלל טיער פון היינט, דייטשלאנד איז געווען פיל פון אידישע מאגאנאטען און לויערס, דאקטוירים, און וואס נישט?
פוילין האט גענאסען פון א שפע פון כלל טוער און אידישע פארלאמענט זיצערס, אונגארען האט פארמאגט פילע עסקנים און שישקעס און אלעס האט געהאלפען א פייג און א רעטעך!
איין זאך יא, די דייטשען ימח שמם האבען געגרינדעט א חברת שומרים מיטען נאמען "אידישע פאליציי" וואס האבען געהאלפען די דייטשען צו אויספירען זייערע בייזע פלענער, און פאר אביסעלע תאוות האנטענטשען האבען די אידישע אינגעלייט זיך אריינגעשטעלט דערין מיט די "וויכטיגע פילינג" אז איך בין א שומרים.......... און די מדובר איז געווען פון גאנץ היימישע אינגעלייט וועלכע האבען אייביג געלעכצט צו זיין גוט מיט די "גרויסע" און צום סוף זענען זיי אנגעקימען אין די זעלבע גאז קאמערען ווי אלע זייערע קרבנות.
זאלן די שומרים מעמבערס נישט זיין בייז, אבער איך קען גענוג שומרים מעמבערס וואס וואלטען עס געטון היינט אויך מיט אלע שיינע תירוצים (אמת, נישט אלע).

זיך רייצען מיט דעם גוי
נאך א דמיון פון היינט ביז די ערב השואה, איז די וועג ווי אזוי דער אידישע עולם רייצט זיך מיט דער גוי. טאקע, הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב אמת, יעדער הונט האט ליב צי בייסען, אבער נישט יעדע הונט בייסט, נאר אויב ער איז אנגערייצט
בימים ההם האבען די אידען זיך היבש גערייצט מיט דעם גוי און דאס האט אסאך צוגעלייגט צי די ביטערע מצב
און לדעתי רייצט מען זיך היינט אסאך אסאך אסאך אסאך מער מיט דער גוי

שטעלט אייך פאר ווען איר פארט אריין אין א גויאישע געגענט און איר מאכט א קליינע עקסידענט מיט א גוי און איר גייט ארויס פון די קאר און איר טענה'ט זיך מיטן גוי, און פלוצלינג קומט אפיר א באנדע גויים "סעפטי פאטראל" מען ווארפט אייך אראפ און מען האלט אייך אן ווי א טשיקען ערב די שחיטה און מען מאכט בילדער און מען שטעלט עס אריין אין אלע גויאישע צייטינגען, וואס וואלט איר געזאגט? נישט קיין אנטיסעמעטיזם? איר וואלט אנגעפירט א פרישע מחאה דערויף

למעשה טוען מיר פינקט די זעלבע פאר יעדע גוי וואס מען חלומ'ט אז ער האט גע'חלומ'ט צו טון עפעס
יעדער גוי וואס ווערט באהאנדעלט אזוי, ווערט ער און זיין גאנצע פעמעלי און אלע זיינע באקאנטע געשוואוירענע שונאי ישראל, וועלכע ווארטען בכליון עניים פאר א יום הדין, היה לא תהיה!

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:31 am

· #197928
לדעתי איז זייער שווער צו גלייבן ס'זאל געשען נאכאמאל, פאר צווי סיבות: 1. מדינת ישראל, 2. טוויטער. אבער אויב געשעט עס יא וועל איך פראבירן זיך אריבערצוכאפן קיין ישראל ווי אמשנעלסטן.

טיטאניק » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:40 am

· #197930
געפילטע פיש
לדעתי איז זייער שווער צו גלייבן ס'זאל געשען נאכאמאל, פאר צווי סיבות: 1. מדינת ישראל, 2. טוויטער. אבער אויב געשעט עס יא וועל איך פראבירן זיך אריבערצוכאפן קיין ישראל ווי אמשנעלסטן.

אויב וועט עס געשען ""היל"ת"" וועט עס זיך אנהייבען אין ארץ ישראל טאקע
ווי האט יענער געזאגט? וועט די אטאם באמבע פאלט וויל איך זיין ממש דארט ווי די אטאם באמבע פאלט ווייל די וועלען ליידען די ווייניגסטע, אבער די אלע וואס וועלען שטיין ווייטער וועלען ליידען ביז זייער טויט
חס ושלום!!!
משיח קימט מיט רויזען אין די האנט! don't worried

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:43 am

· #197931
הייליג גערעכט, @געפילטע פיש. איך פארשטיי אז אין דער קנאי'שער לאגער וויל מען דאס נישט אנערקענען, אבער היינט צוטאגס זעהט מען שוין ווי די וועלט מאכטן — ווי אמעריקע און זייער עלייס — טוען גארנישט אפצושטעלן די מאסן-רציחות אין די אראבישע לענדער. אויב זאל פאסירן נאך א שואה (חס מלהזכיר) וועט מדינת ישראל זיין דער איינציגסטער (איר הערט? דער איינציגסטער!) וואס וועט זיך קימערן און מאכן א סוף דערצו. יעצט נעמסט ענק שרייען אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר, און זייט מסיים מיט גיוואלד.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:04 am

· #197935
ענק רעדן פון די זעלבע מדינת ישראל וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אפאר לויזיגע אראבער ארום זייער מדינה?
מדינת ישראל וועט זיך "קימערן" און מאכן א סוף צו א מלחמה? הא הא הא הא.... שוין לאנג נישט געלאכט אזוי.
הייסט אמעריקע וועט ארויסגיין ח"ו אין מלחמה מיטן אידישן פאלק, און מדינת ישראל גייט מאכן א סוף דערצו.... האלא???

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:08 am

· #197936
זיי נישט אזוי זעכער אז מדינת ישראל וועט עפעס טוען פאר די פרומע. אויב מדינת ישראל האט נישט גענוג ריסארסעס אין א גרויסע מלחמה קענען זיי לאזן היימישע געגענטער אויף הפקר. "זאלן ענקערע כולל יונגעלייט ענק באשיצן" וועט די מדינה הטמאה דערקלערן.

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:20 am

· #197938
שמעקעדיג

מדינת ישראל וועט זיך "קימערן" און מאכן א סוף צו א מלחמה? הא הא הא הא.... שוין לאנג נישט געלאכט אזוי.
הייסט אמעריקע וועט ארויסגיין ח"ו אין מלחמה מיטן אידישן פאלק, און מדינת ישראל גייט מאכן א סוף דערצו.... האלא???

איך ווייס נישט וואס מדינת ישראל קען טון קעגן אנדערע לענדער, איך ווייס נאר אז אויב "איינער" וועט זיך קימערן, וועט דאס זיין זיי. דאס זעהט היינט שוין יעדער איין.

פארוואס? » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:35 am

· #197942
לויט מיין פארשטאנד זענען נישט נאר סאטמערער אידן אומגעקומען ביי די שואה, נאר אויך אסאך אידן וואס זענען ליידער שוין געווען פארכאפט מיט ציונות, וואו זענען זיי געווען?
(איך בין נישט צו באקאנט אין די היסטאריע, אבער דאכט זיך מיר אז עס זענען געווען עטליכע פרואוון צו מאכן א רעוואולוציע).

טיטאניק » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:49 am

· #197944
אפטעמיסט
הייליג גערעכט, @געפילטע פיש. איך פארשטיי אז אין דער קנאי'שער לאגער וויל מען דאס נישט אנערקענען, אבער היינט צוטאגס זעהט מען שוין ווי די וועלט מאכטן — ווי אמעריקע און די עליטע — טוען גארנישט אפצושטעלן די מאסן-רציחות און די אראבישע לענדער. אויב זאל פאסירן נאך א שואה (חס מלהזכיר) וועט מדינת ישראל זיין דער איינציגסטער (איר הערט? דער איינציגסטער!) וואס וועט זיך קימערן און מאכן א סוף דערצו. יעצט נעמסט ענק שרייען אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר, און זייט מסיים מיט גיוואלד.

איך בין אפשר א משוגענער אבער איך האב משום מה א פילינג אז ארץ ישראל איז די מערסט באדראעטער לאנד אין די וועלט פון א נוקלערערע אטאקע חס ושלום
אן א שיעור לענדער וואס האבען דאס ווילען דאס ווארפען אויף ארץ ישראל חלילה און לכאורה איז דארט די ווייניגסטע פארזיכערט ווי אימער אין די וועלט
אפגערעדט ווען אלע אראבער ארים ארץ ישראל זאלען נאר געבען איין שפיי וועט די קליינע ארץ ישראל זיך דערטרינקען אין א ים הגדול
בדרך הטבע האט מדינת ישראל נישט קיין עתיד און נישט קיין קיום און וואלט שוין מיליאן מאל געדארפט אינטער גיין
אבער דער אייבישעטער מאכט דארט ניסים שלא על פי דרך הטבע און זייער גאנצער קיום האט נישט קיין סענצעבעל הסבר
ממילא אויב מען רעדט אז דער אייבישטער היט נישט חלילה איז די ערגסטע פלאץ זיך צי געפינען איז אין ארץ ישראל
אבער אויב גלייבט מען אז הנה לא ינום קען מען זיין אויך אין אמעריקא רוהיג

גיבור » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:16 pm

· #197951
איך בין מסכים מיט די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וועט זיין די בעסטע פלאץ, פאר איין ריזען: אויב רופט מען ח"ו נאכאמאל אויס א כלייה אויף "כלל ישראל" אזויווי ביי די שואה נישט קיין חילוק פרום, פריי, אידענטעפירציט זיך אלס יוד, אדער נישט, קומט אויס אז גאנץ מדינת ישראל מיט אלע חוץ לארצדיגע יודען זענען אין די זעלבע פעקל, האפנטליך נאך אזא ביטערע עקספיריענס וועט יעדער צוריק פייטן ביזן לעצטע מינוט און ביזן טויט, ממילא אין אזא מצב איז מדינת ישראל די שטערקסטע פון צווישן אלע יודען ווייל זיי האבן א לאנד, געווער, מיליטער, און אפילו נוקלערע וואפן, וכו' וכו'. ודו"ק!

טיטאניק » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:31 pm

· #197952
גיבור
איך בין מסכים מיט די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וועט זיין די בעסטע פלאץ, פאר איין ריזען: אויב רופט מען ח"ו נאכאמאל אויס א כלייה אויף "כלל ישראל" אזויווי ביי די שואה נישט קיין חילוק פרום, פריי, אידענטעפירציט זיך אלס יוד, אדער נישט, קומט אויס אז גאנץ מדינת ישראל מיט אלע חוץ לארצדיגע יודען זענען אין די זעלבע פעקל, האפנטליך נאך אזא ביטערע עקספיריענס וועט יעדער צוריק פייטן ביזן לעצטע מינוט און ביזן טויט, ממילא אין אזא מצב איז מדינת ישראל די שטערקסטע פון צווישן אלע יודען ווייל זיי האבן א לאנד, געווער, מיליטער, און אפילו נוקלערע וואפן, וכו' וכו'. ודו"ק!

מסכים מיט אלעם אויסער די לעצטע שורה:
גיבור
און אפילו נוקלערע וואפן,

קלאר אז פינקט פארקערט, אין די רגע וואס אלע אידען זענען אויף איין פלאץ איז אסאך גרינגער זיי צי ח"ו............
מיט די אנדערע נקודות יא

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:35 pm

· #197954
וואס איז א חילוק צו מען שטארבט און מען פייט אדער נישט......

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:48 pm

· #197955
שמעקעדיג
וואס איז א חילוק צו מען שטארבט און מען פייט אדער נישט......

מיין עלטע זיידע האט געהאט א ברודער אין די ווארשעווע געטא, און ער רעדט נאך עד היום הזה מיט רעספעקט פון זיין ברודער אז ער האט געהאט די גבורת הנפש אומצוקומען מיט א פייט. מיין עלטע זיידע זעלבסט שיחי' לחיים טובים איז שוין געוועהן אין אמעריקא פאר די קריג ממילא פארשטייט ער נישט אזוי.

גאלד » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:50 pm

· #197958
איך האלט די סעיפעסט פלאץ פאר א איד על כל צרה שלא תבא איז אולען-באטור מאנגאליע, ס'וואוינען דארט וואוילע געלע גוים, זיי ווייסן מיטאמאל וואס א איד מיינט, פארוואס זאל דען דער אנטיסעמיט פון אמעריקע אדער מיטל-מזרח בייפאלן מיך צו אויפזוכן דארט,

גאלד » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:52 pm

· #197959
פאר מער אינפארמאציע

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Ulan_Bator">http://en.wikipedia.org/wiki/Ulan_Bator</a>

הערשי » דינסטאג אפריל 29, 2014 2:58 pm

· #197981
מיר האבן נישט קיין השגה וויאזוי א הייפאטעטישער שואה קען זיך אויסשפילן, ממילא איז לעכערליך צו פלאנירן. אזויפיל קענען מען זיך יא האבן געלערנט, אז טאנצן מה יפית מאכט נאר גרינגער די שחיטה. נעווער אגעין הייסט אז קיינמאל וועלן מיר זיך לאזן פירן לטבח. מיר שלאגן צוריק בכל אופן וואס איז שייך. אויב ס'גלונגט געלונגט עס, און אז נישט, תמות נפשי עם פלשתים.

גאלד » דינסטאג אפריל 29, 2014 3:19 pm

· #197990
"שלאגן צוריק"? מיי-פוט, נעווער, ס'נישט אין די DNA פונעם איד,
טוה א קוק, אין אמעריקא איז דא א סעקנד עמענדמענד דאס מיינט יעדער בירגער האט די רעכט צו האבן געווער,
יעצט, ווער נאך ווי די קינדער אין אייניקלעך פון האלאקאסט סורווייווערס וואלטן געדארפט זיך איינהאנדלן א ביקס,
דערווייל, "קיינער" נעמט זיך נישט די מיה צו אפי' קלערן פון אזא זאך,
פארוואס? ווייס איך נישט

zurich » דינסטאג אפריל 29, 2014 3:47 pm

· #198000
גאלד וועיגן דעים טאקע איז שומרים געגרינדעט געווארן דאריך א האלקויסט סערווייווער, ער האט געזאגט " נעווער עגעין"

yatzmachp » דינסטאג אפריל 29, 2014 5:05 pm

· #198017
אזוי ווי הערשי האט שוין געזאגט, history repeats itself אבער אויף פארשידענע אופנים און עס איז נישט מעגליך צו פלאנען פון פאראויס. די עצם never again סלאגאן האט דאך די וועלט געוויזן איבער די לעצטע זעכציג יאר אז איז א דזשאוק. ווער האט זיך אנגענומען פאר די מיליאנען רוסן וואס זענען פארשיקט געווארען אין די גולאגס אדער מיליאנען כינעזער אונטער מאו, הונדערטער טויזענטער און אפילו מיליאנען וואס זענען געשחטען געווארען אין סודאן, באלקאנס, די הוטסיס און די טוטסיס, ווער נעמט זיך אן פאר די מיליאנען וואס ווערן געפייניגט אין נארט קארעא.

דער אמת איז אז מען קען זיך נישט ראטעווען פון די אלע טראגעדיעס מיט מיינדסעט פון וועלן לעבן, עס איז counterintuitive. דער וואס וויל לעבן און וויל זיין משפחה זאל לעבן וועט טון אלעס און דער וועלט זיך צו ראטעווען פון א זיכערע טויט יעצט טויף א האפענונג צו לעבן שפעטער. למשל ווען מען פירט א שטאט מיט מענטשן צו די גראבן א גריב ווי מען וועט יעדעם אויסשיסן, ווען מען גייט און מען איז גרייט אויף suicide וועט יעדער אנהויבן אנטלויפן נישט פאלגן ארדערס עס וועט ווערען כאאאס און עס וועט זיך טון א געשיסעריי א גרויסער חלק וועט געהרגעט ווערען און א קליינע חלק וועט געראטעוועט ווערן. משאי״כ ווען יעדער וויל לעבן וועט קיינער נישט ווייעלעיטן קיין ארדערס אדער אנטלויפן וואס קען כמעט פירן צו א זיכערער טויט יעצט מיט די האפענונג אז אפשר וועט מען somehow ווערן געראטעוועט. ווער עס האט געזען דעם פילם פון סאביבאר וועט פראשטיין וואס איך מיין. דעס איז די סיבה פארוואס די אלע atrocities קענען אנגיין ווייל מענטשן ווילן לעבן. זיין גרייט אויף מסירות נפש איז אבסעלוטלי נישט קיין גאראנטי אויף סוקסעס אבער עס האט א העכער סוקסעס ראטע.

פאר א קליינע משל קען מען זעהן ווי די אמעריקאנער זענען פארטריבן געווארן פון איראק און אפגאניסטאן, כאטש עס איז נישט קיין גוטער משל. די טאליבאן האט באוויזן צו פארטרייבן די מאכטפולסטע ארמיי אין די היסטארי פון די וועלט מיט פרימיטיווע געווער דורך דעם וואס זיי זענען געווען גרייט איף מסי״נ און זענען מער ברוטאל דאס מיינט זיי האבן נישט געשוינט פרויען און קינדער אדער אומשילדיגע מענטשן. וואלטן ווען די אמעריקאנער געווען אזוי ברוטאל ווי די טאליבאנער וואלטן זיי באמבארדירט אלעס און געמאכט אפגאניסטאן כאילו לא היה און געווינען גרינגערהייט. וועגן דעם ווען די אידן האבן זיך געשלאגן קעגן די רוימער און זענען געווען גרייט אויף מסי״נ האבן זיי פארלוירן ווייל די רוימער זענען געווען ברוטאל און האבן זיכער געמאכט אז די אלע וואס האבן געהאט מסי״נ זאלן זיך טאקע מוסר נפש זיין.

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 29, 2014 5:06 pm

· #198018
הערשי
מיר האבן נישט קיין השגה וויאזוי א הייפאטעטישער שואה קען זיך אויסשפילן, ממילא איז לעכערליך צו פלאנירן. .

דו ביסט ראנג.
אפשר קענסטו דאס נישט פלאנירן, דו ביסט נישט גנוג קלוג און סאפיסטיקירט צו פלאנירן. אבער עס זענן דא אזוינע וואס קענן יא. וואס טוהן אלע לענדר לגבי מלחמה פלאנירונג? זיי האלטן אין איין איבערארבייטן זייער פלענס, נאר אזוי קען מען בלייבן מיט די נאז איבער די וואסער.
ביי אונז הערשט א שטילשווייגעניש, פ"וו זאלן נישט די צייטונגן ארויסברענגן א דעבאטע צו די יידן האבן גטוהן ריכטיג מיט פאלאוון ארדערס פון די נאציסטישע רשעים? צו איז בעססר צו זיין א ילד טוב ירושלים אדער א צווילדוטע פרא אדם ווי די אראבישע פראים?
זאלן מיר זיך קעגנשטעלן מיטן גאנצע חוצפה קעגן אמעריקאנער נאציס און עקסטרים רעכטע פארשוינן, אדער בעססר זיי צו איגנורן און האפן אז זיי וועלן דיסאפעירן?
אויב איז וויכטיג אז עס איז בעססר צו שטארבן מיט די קאפ אין די הייעך און פרובירן אנצוזייען וואס מער חורבן אין ווייטאג אין דיין שונא ווי איידער צו שטארבן אן א פאייט, דאן פ"וו זאלן מיר דאס נישט מפרסם זיין בראש כל חוצות. און אויסלערנן אונזער קינדער און תלמידים?

יצמח,
דאדס עקזעקטלי מיי פוינט!

בן בג בג » דינסטאג אפריל 29, 2014 7:34 pm

· #198031
היימישער ליטוואק

זאלן מיר זיך קעגנשטעלן מיטן גאנצע חוצפה קעגן אמעריקאנער נאציס און עקסטרים רעכטע פארשוינן, אדער בעססר זיי צואיגנורן און האפן אז זיי וועלן דיסאפעירן?
!
.
איך וויל נישט פארדרייען די שמועס אבער האב אסאך מער מורא פון די לינקע און די "פיס עקטעוויסטס" וואס האבן "רחמנות" אויף די אראבער וואס ווערן "געפייניגט" דורך מדינת ישראל, ווי זיי לויפען ארום אין די שטחים און כאפען און פארשפרייטען בילדער ווי צה'ל שלאגט אן אראבער אבער דאס אז ער האט זיי פריער באווארפען מיט שטיינער פילען זיי נישט וויכטיג צו פארציילען, און דרייען אן א ווינט צו בויקאטן א"י, וואס פאר א גוי וואס האט פיינט א'י האט פיינט יודען, אט פון די חברה האב מורא.

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:07 pm

· #198077
גאלד
"שלאגן צוריק"? מיי-פוט, נעווער, ס'נישט אין די DNA פונעם איד,
טוה א קוק, אין אמעריקא איז דא א סעקנד עמענדמענד דאס מיינט יעדער בירגער האט די רעכט צו האבן געווער,
יעצט, ווער נאך ווי די קינדער אין אייניקלעך פון האלאקאסט סורווייווערס וואלטן געדארפט זיך איינהאנדלן א ביקס,
דערווייל, "קיינער" נעמט זיך נישט די מיה צו אפי' קלערן פון אזא זאך,
פארוואס? ווייס איך נישט

אשריך ישראל מי כמוך... ואשר חרב גאותך!!

yatzmachp » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:41 am

· #198095
You are missing the point. עס ווענדט זיך נישט אין אן אינדיווידועל עס איז א זאך וואס די קאלעקטיוו ברויך זיך טוישן די מהלך המחשבה אזוי ווי איך האב שוין געשריבן. ערשט דארפסטו אויפקלערן פארן עולם אז אויב דיין ציל איז צו איבערלעבן האסטו גאר א שוואכע שאנס אויב ביסטו גרייט אויף נישט צו איבערלעבן דאן זענען דיינע שאנסן אויף צו איבערלעבן בעסער. דאס איז זייער א שווערע זאך צו מסביר זיין. In particular פאר מענטשן וואס האבן משפחות און זענען כסדר באזארגט איבער זיי. נישט נאר אידן זענען געגאנגען כצאן לטבח, אין רוסלאנד און כינע זענען די גרעסטע גענעראלן, אפיצירן, און אנפירער פונעם קאמוניסטישן פארטיי געגאנגען צום טויט אונטער סטאלין אן שטעלן א ווידערשטאנד. אינעם בוך The Gulag Archipelago וואס מען קען הערן אין אן אוידיא בוך <a class="postlink" href="http://youtu.be/ccASsjhhgP8">http://youtu.be/ccASsjhhgP8</a> דער שרייבער וואס האט עס אליין מיטגעלעבט פרעגט די זעלבע קשיא בכלל און אויף זיך זעלבסט, זייער אינטערסאנט. ממילא איז זייער נאריש צו רעדן אדער באשולדיגן אדער זיך אפילו איינרעדן אז ״איך״ וואלט געווען אנדערש ווייל דו וואלסט נישט.

מאטי » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:41 am

· #198096
אויב איז יעצט 1939, היטלער סטראשעט אז ער גייט אייננעמן פוילן, קיין איין לאנד וויל נישט ארייננעמן די אידן, דאס איז שוין נאכן ארויסווארפן אלע אידן פון דייטשלאנד/עסטרייך, און די וועלט שפילט זיך מיט זיי ווי א טאבע .

וואלטן מיר בעסער געשטאנען אויב מדינת ישראל וואלט עקזיסטירט אדיר נישט.

אויב איז יעצט 1943, די וועלט האט שוין א שטיקל ידיעה אז די אידן ווערן עקסטערמינירט, אבער קיין איינער! ניין... קיין איינער! שפירט פאר וויכטיג אראפצולאזן איין נארישע באמבעלע בלויז צו פארזוימען אביסעלע די טויט וואגאנען.

וואלטן מיר געשטאנען בעסער מיט א מדינה אדער אנע מדינה?

ס'איז נישט מעגלעך צו פאראויסזאגן וואס גייט זיין, אבער איין זאך אז זיכער, אויב היסטאריע פון צוויי טויזענט יאר לערנט אונז "עפעס "! דאן אויב גייט כלל ישראל אמאל זיין אין א גלאבאלע סכנה, שטייען מיר זיכער בעסער מיט א מדינה ווי אנע מדינה.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:44 am

· #198141
קוק אהער, שוין צוויי וואכען וואס 200 מיידלעך זענען פארכאפט געווארן אין NIGERIA, און ? גארנישט.. שא שטיל, די וועלט רודערט נישט.
איין מיליאנער וואס האט זיך פארעדט פריוואט אינדערהייים א קעגן שווארצע - ער האט גארנישט געטוהן למעשה, סתם געזאגט וואס ער טראכט - און די מידיע איז פארנומען מיט אים א גאנצען טאג. קוים דורך 24 שעה און דער פרעזידענט רעדט דערפון!!
די לחץ צו פארדאמען זיין אקט איז אזוי שטארק, אז א ישיבה אין LA וואס האט באקומען א 75,000 נדבה פון אים, און געלייגט זיין נאמען אויפן בנין, האט געשפירט פאר וויכטיג צו פארדעקן די שולד!

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:52 am

· #198144
מאטי
אויב איז יעצט 1939, היטלער סטראשעט אז ער גייט אייננעמן פוילן, קיין איין לאנד וויל נישט ארייננעמן די אידן, דאס איז שוין נאכן ארויסווארפן אלע אידן פון דייטשלאנד/עסטרייך, און די וועלט שפילט זיך מיט זיי ווי א טאבע .

וואלטן מיר בעסער געשטאנען אויב מדינת ישראל וואלט עקזיסטירט אדיר נישט.

אויב איז יעצט 1943, די וועלט האט שוין א שטיקל ידיעה אז די אידן ווערן עקסטערמינירט, אבער קיין איינער! ניין... קיין איינער! שפירט פאר וויכטיג אראפצולאזן איין נארישע באמבעלע בלויז צו פארזוימען אביסעלע די טויט וואגאנען.

וואלטן מיר געשטאנען בעסער מיט א מדינה אדער אנע מדינה?

ס'איז נישט מעגלעך צו פאראויסזאגן וואס גייט זיין, אבער איין זאך אז זיכער, אויב היסטאריע פון צוויי טויזענט יאר לערנט אונז "עפעס "! דאן אויב גייט כלל ישראל אמאל זיין אין א גלאבאלע סכנה, שטייען מיר זיכער בעסער מיט א מדינה ווי אנע מדינה.

מאטי,

טראכט א מינוט: וואס טוהסטו אויב די מדינה איז מחליט - וכבר היה לעולמים - אז זיי ערלויבן איינטריט בלויז פאר פרייע אידן, נישט פאר די פרומע 'גלות אידן'? דאס ווארט "מעפילים" קלינגט א בעלל?

אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:57 am

· #198145
ווערן כאטש אפאר מיליאן פרייע אידן געראטעוועט. זיי זענען אויך מענטשן.

מאטי » מיטוואך אפריל 30, 2014 10:03 am

· #198146
וואס הייסט "די מדינה איז מחליט"? די פרומע האבן קרוב צו 30 בענקלעך אין כנסת . דיין ראיה איז געווען אין גאר אנדערע צייטן. און נאכאמאל, אלעס קען געשען... אבער ס'איז פארהאן פראבעבילעטיס.

ביבער » מיטוואך אפריל 30, 2014 10:24 am

· #198152
אין אן אנדער אשכול פרעגט אליבא דאמת וואס יעדער וואלט געטהון גלייך נאך א האלאקאוסט, ער רעדט פון אידישקייט, אבער איך רעד פון נקמה איך האב שוין אסאך מאל געטראכט אז איך וואלט לכאורה זיך אנגעשלאסן אין איינע פון די אונטערערדישע נקמה גרופעס (למשל נקם) איך וואלט נישט איינגערוהט ווילאנג ס'נישטא לכה"פ 6 מיליאן געפייגערטע דייטשן.

הישמע כזאת? גייט דער נאצי ער דערשיסט מיין 3 יעריג מיידל אין בעט מיין 2 יעריג אינגל אין די מוטערס האנט ער קאנפיסקירט פאר נאצי דייטשלאנד מיין אנגעפלאגטע פארמעגן ער ליקווידירט די משפחה קיין טרעבלינקע ווי ער שניידט ארויס לעבעדיגערהייט איברים פון מיין ווייב און קינדער ער הרגעט מיין גאנצע איבעריגע משפחה, דערנאך גייט אמעריקע און בויט צוריק אויף דאס רשעותדיג לאנד? דער דייטש באנוגט זיך מיט געבן שטיפטונג 50 יאר שפעטער איך קען נישט באקומען ווייל איך בין 5 יאר פאר די מלחמה געווען אן א וויזע אין דייטשלאנד? דיין געלט דארף איך? דיין בלוט דארף איך.


אין איין ווארט נקמה! 10 מיליאן דייטשן און דאס לאנד וואלט איך געגעבן פאר די אידן און יעדן איבעריגן דייטש וואלט איך דאס לעבן מיזרעבל געמאכט פאר אייביג.

קיין האלאקאוסט לייקענער וואלט נישט געווען, קיין נעא נאציס וואלט נישט געווען, ניטאמאל קיין אשכול אין קאווע שטיבל ויאזוי צו פארמיידן נאך א האלאקאוסט וואלט געווען.

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 30, 2014 2:04 pm

· #198226
<a class="postlink" href="http://collections.yadvashem.org/photosarchive/he/158677.html">http://collections.yadvashem.org/photos ... 58677.html</a>
📎 7770229368962083400.jpg

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מאי 1, 2014 12:49 am

· #198371
ביבער דו האסט מיך גמאכט מיין בלוט קאכן

zurich » דאנערשטאג מאי 1, 2014 1:11 am

· #198374
ביבער
אין אן אנדער אשכול פרעגט אליבא דאמת וואס יעדער וואלט געטהון גלייך נאך א האלאקאוסט, ער רעדט פון אידישקייט, אבער איך רעד פון נקמה איך האב שוין אסאך מאל געטראכט אז איך וואלט לכאורה זיך אנגעשלאסן אין איינע פון די אונטערערדישע נקמה גרופעס (למשל נקם) איך וואלט נישט איינגערוהט ווילאנג ס'נישטא לכה"פ 6 מיליאן געפייגערטע דייטשן.

הישמע כזאת? גייט דער נאצי ער דערשיסט מיין 3 יעריג מיידל אין בעט מיין 2 יעריג אינגל אין די מוטערס האנט ער קאנפיסקירט פאר נאצי דייטשלאנד מיין אנגעפלאגטע פארמעגן ער ליקווידירט די משפחה קיין טרעבלינקע ווי ער שניידט ארויס לעבעדיגערהייט איברים פון מיין ווייב און קינדער ער הרגעט מיין גאנצע איבעריגע משפחה, דערנאך גייט אמעריקע און בויט צוריק אויף דאס רשעותדיג לאנד? דער דייטש באנוגט זיך מיט געבן שטיפטונג 50 יאר שפעטער איך קען נישט באקומען ווייל איך בין 5 יאר פאר די מלחמה געווען אן א וויזע אין דייטשלאנד? דיין געלט דארף איך? דיין בלוט דארף איך.


אין איין ווארט נקמה! 10 מיליאן דייטשן און דאס לאנד וואלט איך געגעבן פאר די אידן און יעדן איבעריגן דייטש וואלט איך דאס לעבן מיזרעבל געמאכט פאר אייביג.

קיין האלאקאוסט לייקענער וואלט נישט געווען, קיין נעא נאציס וואלט נישט געווען, ניטאמאל קיין אשכול אין קאווע שטיבל ויאזוי צו פארמיידן נאך א האלאקאוסט וואלט געווען.

אייי איי אייי
וְעָלוּ מוֹשִׁעִים בְּהַר צִיּוֹן לִשְׁפֹּט אֶת הַר
עֵשָׂו וְהָיְתָה לַיהוָה הַמְּלוּכָה
סקימט גיטע צייטן!!

עוד מישהו » פרייטאג מאי 2, 2014 11:18 am

· #198666
א מעשה וואס איז פארגעקומען אין ווארשע אין די תר"צ יארן, געווען א היימלאזע איד, וואס קיינער האט נישט געוואוסט ווער ער איז און פון וואו ער קומט.
למעשה האט ער זיך ארומגעדרייט אויף די גאסן און נישט אויפגעהערט זאגן צו אלעמען, "אידן, לערנסט ענק שיסן, האנדעלטס ענק איין געווער, סוועט ענק צוניצקומען." די מאסן האבן אים באטראכט דעמאלסט ווי א וואנזיניגער פארשוין. אבער קוקענדיג אויף צוריק, איז ער לכאורה גערעכט געווען.

איך האלט היינט, זיבעציג יאר נאכדעם, די זעלבע זאך, אידן לערנטס ענק שיסן. איך בין אויך וואנזיניג איך ווייס, אבער שיסן ב"ה קען איך, ערלויבעניש צו האלטן געווער האב איך, קומענדיגע זאך איז איינהאנדלען א ביקס און א פעסטאלעט.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 2, 2014 11:29 am

· #198669
כאילו ביקסן העלפן אקעגן די מעכטיגע אמעריקאנער מארד מאשין.
די אוקריינער האבן נישט קיין ביקסן אקעגן די רוסישע מיליטער?
חברה, ביטע הייבט אן טראכטן!

ביבער » פרייטאג מאי 2, 2014 11:41 am

· #198673
אין על קאידא ווס. אמעריקע מלחמה שטייט על קאידא זייער גוט, און א געוויסן זין האבן זיי געוואונען די מלחמה דערווייל.

מאטי » פרייטאג מאי 2, 2014 11:55 am

· #198675
דו ווילסט נישט אז די אידן זאלן האבן אזא פנים ווי על קעאידא נאכן דורכפירן דיין גרויסן פלאן.

ביבער » פרייטאג מאי 2, 2014 12:04 pm

· #198678
איך וויל לעבן! וויאזוי מגייט אונז אנקוקן איז א קליינער נפקא מינה.

צווייטנס אונז קוק מיר סייווי נישט אויס בעסער ווי על קאידא, פארקערט אונז זעמיר גאר שולדיג אין על קאידא... לאז כאטש זיין א סיבה דערויף, און לאמיר עס כאטש איינקעשן.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 2, 2014 12:35 pm

· #198688
על קאידא האט פיל מער ווי בלויז ביקסן.

חוץ אן ארמיי פון צענדליגער טויזענטער קעמפער מיט אייפער און מסירות נפש ממש ווי דאס לעבן שפילט נישט קיין ראלע, מיט א פילפאכיגע רציחה מער פון אלע אידן אינאיינעם און מערדערן אויס אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער אן רחמנות, און זענען בכלל מלומדי מלחמה פיל מער ווי אונז ישיבה בחורים, האבן זיי אין זייערע וואפן ארסענאלן פיל מער ווי פשוט'ע ביקסן, נאר אויכעט גראנאטן און נאך כלי משחיתים שונים.... ה"י.

ביבער » פרייטאג מאי 2, 2014 1:43 pm

· #198700
יעצט אז דער אראבער קען, קען דער אידישער קאפ אסאך ווייטער אנקומען, מען דארף נאר וועלן, מען וויל נישט וועגן פארשידענע רעליגיעזע סיבות און אויף דעם האט שוין מארקס געוויינט אז רעליגיע איז אפיום פאר די מאסן.

און איך זאג נישט מזאל יעצט אזוי טהון, (איך בין דאך אויך רעליגיעז ב"ה) נאר איך וואלט מסתמא אזוי געטהון נאך א שואה, נו, אויף א איבערלעבער קען מען נישט האבן קיין טענות...

די ציונים האט אויך געשטערט די נקמה אקציעס ווייל זיי האבן געוואלט באקומען שטיצע פאר א מדינה, און נקמה האבן זיי מורא געהאט וועט שאטן, אויך זיי האבן געהאלטן אז די מדינה וועט זיין א בעסער שוץ קעגן א שואה. וואס למעשה היינט איז דאס דער איינציגסטער זאך וואס שרעקט אביסל אפ די עומדים עלינו.

איך אויך » דינסטאג מאי 6, 2014 8:44 pm

· #199302
וואס עפעס געשטערט? גיי לערן א קאפיטל היסטאריע. די ציונים דורך די סאלדאטן פון די 'בריגדה היהודית' פון די בריטישע ארמעי וואס זענען נאך די קריג געבליבן אן ארבייט זענען געווען אקטיווע מיטגלידער אין די פלוגות 'הנוקמים' וואס זעען ארומגעפארן ממקום למקום און אויפגעזיכט נאציס און אנדערע מלחמה פארברעכערס ,זיי געמאכט א שנעלע משפט שדה און תיכף געשיקט צום עולם שכולו טוב. הן אמת אז דאס איז א ווייניג באקאנטע קאפיטל היסטאריע ,נאר אין די היינטיע פאלשע וועלט איז נישט מעגליך דאס צופיל צו באשרייבן ווייל אין עטליכע פעלער האט מען גאר געהאט די עזות צו ריפן די איבערלעבער אין געריכט! הלמאי דו האסט געהרגט א נאצי אן א נארמאלע געריכט? אזוי אז רוב פון דיע האבען מיטגענומען זייער סוד עלי קבר.

נאך א עריע ווי די חיילים פון די בריגדה זענען געווען שטארק אקטיוו איז געווען אין די 'בריחה' וואס ווערט אנגעריפן 'העלייה השלישית' דהיינו צענדליגע און הונדערטע טויזענטער פליטים וואס מען האט געהאלפן שמוגלן גבולים מהכא להתם כדי אנצוקומען קיין פאלאסטינע. די פרשה איז שוין יא ברייטער באקאנט און עס איז דא פילע ביכער דערויף.

ביבער » דינסטאג מאי 6, 2014 9:32 pm

· #199317
איך האב עס אמאל געליינט, איך וועל עס דארפן אפירזוכן.
בלאט: 1 2